post_id=233283 האט געשריבן:מיטוואך דעצעמבער 31, 1969 7:42 pm
רבותי עס איז געטוהן געווארן לפענ"ד א שריט וואס איז אומבארעכטיגט און איז א קראס ליין און אנטקעגן אונזער קאמיוניטי ותוצאותיו מי ישרנה..
טאמער איז דאס אמת איז דאס טאקע אן עוולה פון דעם ראזנער, אבער עס בארעכטיגט נישט בשו"א צו קעיר נעמען פון עוולות פון פריוואטע אידן תושבי נ.י. דא אויף אידטיש אויף אן אומאחריותדיגע אויפן.
אן קיין קלארע צעטל מפורסם פון אויסגערופענע רבנים האט מען נישט קיין רעכט צו באשרייבן ברבים און באשמיצן א יחיד (מען רעד נישט פון גוואטעמאלא נאר) א באוויסטער פערזאן פון אונזער קאמיוניטי ווען דער איד (לפי ידיעותי) וואוינט דאהי צווישן אחב"י כאחד מהם, דאווענט אין לערענט און דא אין בית מדרש, האט א ווייב מיט קינדערליך שלא חטאו (און אפשר אפ' אייניקלעך) וואס לערנען אין אונזערע מוסדות התורה, האט פולע משפחה און קרובים פון ביידע זייטן איבער גרעיטער נ.י. וואס אלע און איינעם גייען ווערן אפעקטעט פארן לעבן וועגן דיע איינע מיסטעיק און עוולה וואס ווערט געטוהן דא אויף אידטיש.
טאמער איינער פון דאהי האט זיך אזוי פארזינדיגט אז ער און דורותיו ודורי דורותיו זענען אלע מחיוב מיתה לעולם און מען דארפ ארויסקומען און זיי באשמיצן און באגראבן ברבים - זייט אזוי גוט און גייט ערשט צו 3 פערמאנענטע לאקאלע רבנים דאהי און נעמט ארויס א קול קורא און זייט עס מפרסם. דאס דארף און מוז געטוהן ווערן נאר ע"י לאקאלע פערמענאנטע רבנים. נקודה.
אדרבא: איך בעט יעדן עקסטער דא אויף אידטיש זאל ארייטראכטן צו ער האלט אז עס איז ריכטיג די מהלך און טאמער ער פרעזענדליך טוט אן עולה זאל מען איהם מעגן באשמיצן ברבים דא אויף איד טיש און קיין היתר בית דין מפורש ומפורסם.
לאמיר אויסקלארן: איך פארשטיי אז די עסקנים זיכן אויך נישט איהם סתם באגראבן, נאר זיי ווילן מעגליך ער זאל פשוט ביהעיווען. די פראבלעם איז נישט אז איך פארשטיי נישט וואס באדערט די עסקנים אדער אז זיי זענען בכלל נישט גערעכט מיט זייער טענה איך פארשטיי זיי גאנץ גוט יעך אליין בין אויך אן עסקן רבות בשנים לטובה און געהאט די זכיה אויפצוטהון אסאך לטובת אחב"י (איך וועל נישט ארויס געבן קיין פרטים אבער איך וועל אזוי פיל זאגן אז רוב אידן דא אויף אידטיש דארפון מיר קענען ביים נאמען..) ואני הקטן בין געווען פרעזענדליך פארמישט אין רוב גרויסע מערכות און פאסירונגען וואס כלל ישראל איז געווען פארמישט לעצטערע יארן (אגב בענין לב טהור בין איך שוין געווען פארמישט נאך מיט די טעלער פרשה ווען די עסקנים האבן מיר געניצט פאר קאנטאקטן און אנדערע הילף..) אבער אזאנס האט מען קיינמאל נישט געטוהן צו באשרייבן ברבים און באשמיצן א יחיד אן קיין קול קורא פון רבנים מפורסמים. דאס טוט מען נישט.
אמת אז לב טהור איז אן אויסנאם אבער מען קען נישט ברעכן גדרי עולם ווען עס קומט צו אידן יחידים פון דאהי..
היינט באשמיצט מען איינעם מארגן א צווייטן און איבערמארגן א דריטן און ווען מען וועט זיך כאפן ווי מען האלט וועט מען שוין האבן אופגעשחטן צענדליגע משפחות ודורותיהם לעולם..