אריין אין די אשכולת וואו מ'האט שוין גערעדט פון דעם...בקיצור האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 04, 2026 5:42 pmיא מיט נארמאלע מהלכים ארומצושיקן אין אלע שיהלן איבער ניו יארק און איבער ארץ ישראל פראפאגאנדע מאטריאל מיט סילופים און חוצפה קעגן אלע קדושי ישראל.שמייכלדיג האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 04, 2026 2:59 pmריכטיגקראכמאל האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 04, 2026 12:11 am איך וויל נישט ווערן א חלק פון די ברסלב'ע דיסקוסיע.
אבער עס מדמה זיין צו די סאטמארע-שיטה-הפצה איז לגמרי נישט ריכטיג. לשיטת סאטמאר זענען זיי דא צו מציל זיין אידן פון א מכשול, לשיטת הרה"ק מסאטמאר זי"ע רעדט זיך דא פון גאר הארבע איסורים ביי בחירות וכדו', און דאס איז בגדר חיוב תוכחה. עס איז נישט קיין הפצה צו "מקרב" זיין אידן צו א מהלך אין עבודת השם, נאר פשוט צו ראטעווען פון גאר הארבע מכשולות.
לאידך גיסא, מקרב זיין אידן צו תורת ברסלב, איז זיכער נישט אין דעם גדר, אפילו לשיטתם אז דאס איז די בעסטע דרך אין עבודת השם, דאך ווער עס איז נישט קיין ברסלב'ער איז נישט נכשל אין קיין שום איסור, עס פעלט אים פשוט - לשיטתם - די שלימות אין עבודת השם.
וההבדל פשוט.
ועוד, סאטמאר קומט נישט ווי גנבים אונטערלייגן קארטלעך אין חומשים וכו', מ'זוכט נישט צו כאפן דיינע קינדער און זיי רי-מחנך זיין, דאס הייסט מיסיאן, מ'זוכט א שוואכע פונקט, מ'זוכט אויף א מענטש בעת צר, אין א צומישטן מצב, צי א א קינד, אדער א אומאוועקגעשטעלטע מענטש און מ'פרובירט אים צו 'כאפן', קום צו אונז וועט דיר זיין גוט
מיר - סאטמאר - האבן געהאט א רבי'ן וואס אונז געלערנט און אויפגעעפנט די אויגן אז ציונות איז אסור עפ"י תורה און אז אסאך מאחב"י האבן זיך ליידער מכמה סיבות טועה געווען אין דעם איסור חמור, איז אין לך מצוה גדולה מזו צו העלפן אויפקלערן אידן אין די ריכטיגע אמונה, קומען מיר מיט די נארמאלע אנגענומענע מנהג העולם מהלכים ווי זיך צו דורכשמועסן און אויסקלארן צומישטקייטן (נאר סעילס לייט מארקעטערס מעגן מיר ווארפן עדס אין די אויגן מיר צו פרובירן צו איבערצוצייגן צו קויפן זיין פראדוקט - מיסיאנערן!) מיר צילן דוקא מענטשן וואס זענען אפן צו ווילן הערן און קענען מקבל זיין דיבורי אמת אז זיי זאלן אריינקלערן אין דעם און בעז"ה איינזען דעם אמת
אלעס ארום ברסלב
-
שמות
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 445
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
- Location: Brooklyn
- x 289
Re: אלעס ארום ברסלב
-
שמחה של מצוה
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 25
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 4:20 pm
- x 87
Re: אלעס ארום ברסלב
סיריעסלי?שמייכלדיג האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 04, 2026 2:59 pmמיר - סאטמאר - האבן געהאט א רבי'ן וואס אונז געלערנט און אויפגעעפנט די אויגן אז ציונות איז אסור עפ"י תורה און אז אסאך מאחב"י האבן זיך ליידער מכמה סיבות טועה געווען אין דעם איסור חמור, איז אין לך מצוה גדולה מזו צו העלפן אויפקלערן אידן אין די ריכטיגע אמונה, קומען מיר מיט די נארמאלע אנגענומענע מנהג העולם מהלכים ווי זיך צו דורכשמועסן און אויסקלארן צומישטקייטן (נאר סעילס לייט מארקעטערס מעגן מיר ווארפן עדס אין די אויגן מיר צו פרובירן צו איבערצוצייגן צו קויפן זיין פראדוקט - מיסיאנערן!) מיר צילן דוקא מענטשן וואס זענען אפן צו ווילן הערן און קענען מקבל זיין דיבורי אמת אז זיי זאלן אריינקלערן אין דעם און בעז"ה איינזען דעם אמת
נארמאלע אנגענומענע מנהג העולם?
לגבי עצם הדבר, איך האלט טאקע אז דו ביסט גערעכט אז פונקט ווי מארקעטערס מעג מען פארשפרייטן די שיטה, אבער אויף א "מארקעטינג אופן" און נישט אויף א "ספעם" אופן.
איך וועל נאר לאזן די ברסלב'ע דא שרייבן זייערס, עפעס בערך אזוי:
מיר - ברסלב - האבן געהאט א רבי'ן וואס אונז געלערנט און אויפגעעפנט די אויגן אז מצוות אנשים מלומדה איז א פראבלעם, און מ'דארף האבן א חיות אין עבודת השי"ת און מ'דארף געבן א טשענס אויך פאר איינער וואס איז אראפגעפאלן פון עבודת השם, און היות אז אסאך מאחב"י דרייען זיך ליידער ארום מכמה סיבות אינגאנצן פארלאשן, איז אין לך מצוה גדולה מזו צו העלפן אויפקלערן אידן אין די שטארקע חיות ותקווה וועלכע קען זיי ברענגען צו עבודת השי"ת, קומען מיר מיט די נארמאלע אנגענומענע מנהג העולם מהלכים ווי זיך צו דורכשמועסן און אויסקלארן צומישטקייטן (נאר סעילס לייט מארקעטערס מעגן מיר ווארפן עדס אין די אויגן מיר צו פרובירן צו איבערצוצייגן צו קויפן זיין פראדוקט - מיסיאנערן!) מיר צילן דוקא מענטשן וואס זענען אפן צו ווילן הערן און קענען מקבל זיין דיבורי אמת אז זיי זאלן אריינקלערן אין דעם און בעז"ה איינזען אז זיי האבן נאך א תקווה.
דאס האב איך געמיינט ביי מיין פריעדיגע פוסט:
לדעתי ווענדט זיך עס אויף וועלעכע אופן/מטרה עס ווערט געמאכט.
עס קוקט מיר אויס א גרויסע חילוק ציווישן הפצה פאר ברסלב'ע קהילות אדער תורת ברסלב.
פאר ביז נישט לאנג האט א חסידות (יא! אויך בעלז, טשערנאביל, רוזין אדער צאנז) באשטאנען פון א רבי, תורות, דגוש בעבודת ה', וכדו', הנקרא (לדוגמא) דרך קאצק, די לעצטע יארן האט זיך אזוי אויסגעשטעלט אז ווען די זאגסט אז איינער איז א קאצק'ער מיינט דאס אז ער געהערט אין "קהילת קאצק" ער קען אויך האבן אלע אנדערע תורות החסידות, אבער בעיקר מיינט דאס אז ער שיקט די קינדער אין קאצק, דאוונט אין קאצק, נעמט קמחא דפסחא/חתונה תקנות פון קאצק וכו'.
דאס איז משפיע אז די זעלבע סארט פארטייאישקייט כאפט זיך אריין אין "געוויסע" ברסלב'ע חסידים, אז ביי זיי מיינט שוין "הפצה" (מעגליך מיט א גוטע מטרה) האלבוועגס "קהילת ברסלב" אדער די פארטיי שבו, במקום צו פארשטיין אז ווען הרה"ק ר' נחמן שרייבט גרויסע זאכן אויף זיין דרך און זיינע מקורבים מיינט ער דער וואס גייט מיט דעם און לערנט באמת און איז מקיים "תורת ברסלב" און ס'ברענגט אים צו עבודת ה'.
די זעלבע געשעהט ווען איך/דו באגעגן זיך מיט א ברסלב'ע אדווערטייזמענט, גליון וכדו' שפרינגט מיך גלייך ארויף: אה.. ער וויל מיך פארכאפן.. ער וויל איך זאל ארויסגיין פון קאצק און ווערן א מעמבער אין "קהילת ברסלב", און דאס פארדרוסט זייער שטארק - משא"כ ווען איך טרעף א פיעסעצנא/אור החיים הק'/ר' צדוק/זרע שמשון/ר' אביגדור מיללער גליון שפיר איך זייער נארמאל ווייל ער וויל מיר נאר פארקויפן עפעס א "תורה".
לכן, כפי ראות עיני:
אויב פארקויפסטו התחזקות/א דרך/תורות/התעוררות/לאפרושי מאיסורא וכדו' ממקור קדוש - למטרת "עבודת השי"ת": דאן זיי מפיץ וואס דו ווילסט נישט קיין חילוק צו ס'איז ברסלב, חב''ד, חובות הלבבות, מאור עיניים, סידורו של שבת, מאור ושמש, ר' צבי מאיר, ר' מיילעך מבידערמאן, ר' ישעיה בן ר' משה, קענסט זיך בייגן, מעגסט זיך לייגן, טוה וואס דו ווילסט - אבער!! בתנאי אחד!! - אלעס אויף א נארמאלע מארקעטינג וועג, און נישט אויף קיין וועג פון "ספעמען" מענטשן.
אויב פארקויפסטו א קהילה/פארטיי: דאן גיי אפשר מאך בחירות, און זאלסט וויסן אז בסה"כ ווייזטו דיין אומזיכערקייט און שוואכקייט.
בקיצור איף א "נארמאל'ען" אופן און מיט א גוטע "מטרה" דאן איז מיסיאן נישט קיין פראבלעם - און די זעלבע מיט שיטה הק' פון סאטמאר - און אויב ווילסטו נישט קענען די דרך/תורות דאן שטיי אוועק פון דעם, פונקט ווי דו שטייסט אוועק פון יעדע שיך געשעפט וואס עדווערטייזט זיך און די ווילסט נישט אהין גיין.
רוב סאטמאר און אזוי אויך רוב ברסלב'ע "היימישע" קהילות (עכ"פ אין ארץ ישראל זיכער) זענען מפיץ אויף זייער נארמאלע וועגן און מיט גוטע מטרות - און וועלן נישט אריינשטופן קיין גליונות ביי יענעם אין האנט אדער סידור.
Re: אלעס ארום ברסלב
זיכער! זייער אנגענומענע נארמאלע מהלכים!שמייכלדיג האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 04, 2026 2:59 pmריכטיגקראכמאל האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 04, 2026 12:11 am איך וויל נישט ווערן א חלק פון די ברסלב'ע דיסקוסיע.
אבער עס מדמה זיין צו די סאטמארע-שיטה-הפצה איז לגמרי נישט ריכטיג. לשיטת סאטמאר זענען זיי דא צו מציל זיין אידן פון א מכשול, לשיטת הרה"ק מסאטמאר זי"ע רעדט זיך דא פון גאר הארבע איסורים ביי בחירות וכדו', און דאס איז בגדר חיוב תוכחה. עס איז נישט קיין הפצה צו "מקרב" זיין אידן צו א מהלך אין עבודת השם, נאר פשוט צו ראטעווען פון גאר הארבע מכשולות.
לאידך גיסא, מקרב זיין אידן צו תורת ברסלב, איז זיכער נישט אין דעם גדר, אפילו לשיטתם אז דאס איז די בעסטע דרך אין עבודת השם, דאך ווער עס איז נישט קיין ברסלב'ער איז נישט נכשל אין קיין שום איסור, עס פעלט אים פשוט - לשיטתם - די שלימות אין עבודת השם.
וההבדל פשוט.
ועוד, סאטמאר קומט נישט ווי גנבים אונטערלייגן קארטלעך אין חומשים וכו', מ'זוכט נישט צו כאפן דיינע קינדער און זיי רי-מחנך זיין, דאס הייסט מיסיאן, מ'זוכט א שוואכע פונקט, מ'זוכט אויף א מענטש בעת צר, אין א צומישטן מצב, צי א א קינד, אדער א אומאוועקגעשטעלטע מענטש און מ'פרובירט אים צו 'כאפן', קום צו אונז וועט דיר זיין גוט
מיר - סאטמאר - האבן געהאט א רבי'ן וואס אונז געלערנט און אויפגעעפנט די אויגן אז ציונות איז אסור עפ"י תורה און אז אסאך מאחב"י האבן זיך ליידער מכמה סיבות טועה געווען אין דעם איסור חמור, איז אין לך מצוה גדולה מזו צו העלפן אויפקלערן אידן אין די ריכטיגע אמונה, קומען מיר מיט די נארמאלע אנגענומענע מנהג העולם מהלכים ווי זיך צו דורכשמועסן און אויסקלארן צומישטקייטן (נאר סעילס לייט מארקעטערס מעגן מיר ווארפן עדס אין די אויגן מיר צו פרובירן צו איבערצוצייגן צו קויפן זיין פראדוקט - מיסיאנערן!) מיר צילן דוקא מענטשן וואס זענען אפן צו ווילן הערן און קענען מקבל זיין דיבורי אמת אז זיי זאלן אריינקלערן אין דעם און בעז"ה איינזען דעם אמת
צוםביישפיל, גייען זיין צו רבנים און תמאטעווען צו רעדן מיט זיי אויף פארשידענע עניינים, מערקארדעט עס בהאלטענערהייט, און מ'נעמט פון זייערע ווערטער אשטיקל וואס ער האט געזעגאט און מפראדרייט עס כביכול ער האט גערעדט אנטקעגן די מהלך אין גיוס וואס ער אליין האלט און זיין רבנים פירן, און מ'פארשפרייט עס אין די פרייע פרעסע און אין אלע ווינקלען פאר קינדאיןקייט באופן מבזה ומבהיל על הרעיון.
וואס אגב די שאלה פון חוק הגיוס האט נישט בכלל מיט סאטמערע שיטה. חוק הגיוס איז פונקט ווי די חינוך פעטוועי, פשוט א מיטל וויזוי צו זיך ארויסדרייען פון די ציונים און פארבעסערן די שווערע מצב פון די ישיבה בחורים אין די מערסטע וואס מ'קען.
אוודאי קען מען דינגען וואס איז די בעסערע שיטה וויזוי צו באקעמפן די גזירה און העלפן די ישיבה בחורים, אבער מיט ויוא"מ האט עס גארנישט. (חוץ פון אז ויוא"מ האלט בכלל נישט פון יעדען געזעץ אין כנסת המינים יהיה מה שיהיה).
אויב אזוי, וואס האבן די סאטמערע פראקצייע (בעיקר די ווילי) מיט דעם?
נאר
[/quote]מ'זוכט א שוואכע פונקט, מ'זוכט אויף א מענטש בעת צר, אין א צומישטן מצב, [/quote]
און מוויל אריינרעדן די אגודיסטישע ציבור אז זיין רבנים איז עם מפקיר*, און דורעך דעם צוצוקומען צו מצב א אז ער ועט זיי נישט פאלגן און ער וועט נישט גייען צו בחירות און מכריז זיין אז סאטמערע שיטה איז גערעכט, אזוי ווי סהאט זיי שויין געלונגען מיט פלג ירושלמי.
*ממש גלייך ווי "דורותינו" מאכט אין דעם חינוך קראפט. ולא חלו ולא הרגישו אז על דאטפך וכו'
-
פשוט און גראד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 3016
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 6702
Re: אלעס ארום ברסלב
@שמחה של מצוה
זייער ריכטיג!!
יישר כח.
זייער ריכטיג!!
יישר כח.
Re: אלעס ארום ברסלב
ס'נאריש צו האלטן אז נאר אייער עבודת ה' איז דער איינציגסטער ואין זולתו, איך האלט נישט אז דאס איז די מיינונג פון ערליכע קלוגע ברעסלעבעשמחה של מצוה האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 04, 2026 9:47 pmסיריעסלי?שמייכלדיג האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 04, 2026 2:59 pmמיר - סאטמאר - האבן געהאט א רבי'ן וואס אונז געלערנט און אויפגעעפנט די אויגן אז ציונות איז אסור עפ"י תורה און אז אסאך מאחב"י האבן זיך ליידער מכמה סיבות טועה געווען אין דעם איסור חמור, איז אין לך מצוה גדולה מזו צו העלפן אויפקלערן אידן אין די ריכטיגע אמונה, קומען מיר מיט די נארמאלע אנגענומענע מנהג העולם מהלכים ווי זיך צו דורכשמועסן און אויסקלארן צומישטקייטן (נאר סעילס לייט מארקעטערס מעגן מיר ווארפן עדס אין די אויגן מיר צו פרובירן צו איבערצוצייגן צו קויפן זיין פראדוקט - מיסיאנערן!) מיר צילן דוקא מענטשן וואס זענען אפן צו ווילן הערן און קענען מקבל זיין דיבורי אמת אז זיי זאלן אריינקלערן אין דעם און בעז"ה איינזען דעם אמת
נארמאלע אנגענומענע מנהג העולם?
לגבי עצם הדבר, איך האלט טאקע אז דו ביסט גערעכט אז פונקט ווי מארקעטערס מעג מען פארשפרייטן די שיטה, אבער אויף א "מארקעטינג אופן" און נישט אויף א "ספעם" אופן.
איך וועל נאר לאזן די ברסלב'ע דא שרייבן זייערס, עפעס בערך אזוי:
מיר - ברסלב - האבן געהאט א רבי'ן וואס אונז געלערנט און אויפגעעפנט די אויגן אז מצוות אנשים מלומדה איז א פראבלעם, און מ'דארף האבן א חיות אין עבודת השי"ת און מ'דארף געבן א טשענס אויך פאר איינער וואס איז אראפגעפאלן פון עבודת השם, און היות אז אסאך מאחב"י דרייען זיך ליידער ארום מכמה סיבות אינגאנצן פארלאשן, איז אין לך מצוה גדולה מזו צו העלפן אויפקלערן אידן אין די שטארקע חיות ותקווה וועלכע קען זיי ברענגען צו עבודת השי"ת, קומען מיר מיט די נארמאלע אנגענומענע מנהג העולם מהלכים ווי זיך צו דורכשמועסן און אויסקלארן צומישטקייטן (נאר סעילס לייט מארקעטערס מעגן מיר ווארפן עדס אין די אויגן מיר צו פרובירן צו איבערצוצייגן צו קויפן זיין פראדוקט - מיסיאנערן!) מיר צילן דוקא מענטשן וואס זענען אפן צו ווילן הערן און קענען מקבל זיין דיבורי אמת אז זיי זאלן אריינקלערן אין דעם און בעז"ה איינזען אז זיי האבן נאך א תקווה.
זאגסט אז די ביזט קעגן די מיסיאן מהלכים, פיין, איז שטיימיר אויף איין בלאט,
Re: אלעס ארום ברסלב
זייער א שטארקע שורה על דאטפת אטפוךשמייכלדיג האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 04, 2026 2:59 pmקראכמאל האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 04, 2026 12:11 am איך וויל נישט ווערן א חלק פון די ברסלב'ע דיסקוסיע.
אבער עס מדמה זיין צו די סאטמארע-שיטה-הפצה איז לגמרי נישט ריכטיג. לשיטת סאטמאר זענען זיי דא צו מציל זיין אידן פון א מכשול, לשיטת הרה"ק מסאטמאר זי"ע רעדט זיך דא פון גאר הארבע איסורים ביי בחירות וכדו', און דאס איז בגדר חיוב תוכחה. עס איז נישט קיין הפצה צו "מקרב" זיין אידן צו א מהלך אין עבודת השם, נאר פשוט צו ראטעווען פון גאר הארבע מכשולות.
לאידך גיסא, מקרב זיין אידן צו תורת ברסלב, איז זיכער נישט אין דעם גדר, אפילו לשיטתם אז דאס איז די בעסטע דרך אין עבודת השם, דאך ווער עס איז נישט קיין ברסלב'ער איז נישט נכשל אין קיין שום איסור, עס פעלט אים פשוט - לשיטתם - די שלימות אין עבודת השם.
וההבדל פשוט.
*ממש גלייך ווי "דורותינו" מאכט אין דעם חינוך קראפט. ולא חלו ולא הרגישו אז על דאטפך וכו'
שוין יארן וואס מ'שפייט זלזול און ליצנות קעגן גדולי ישראל פון די לעצטע זיבעציג יאר, אז מ'פארקריכט פונעם דרך. און יעצט האט מען אויסגעדרייט דעם דאטשיק צו דיר. אז די קהילה הידוע פאלגט נישט זייער אייגענע רבנים און מ'קלייבט פעטוועיס.
יא יא, האק ווייטער, ס'גייט בעקפייערן. דו האסט געמינט אז דו וועסט זיין דער קנאי און יענער דער שייגעץ, יעצט טויש אביסל פאזישן.
Re: אלעס ארום ברסלב
איך כאפ נישט צו וועם דו רעדסט דא, און וואס דו וואונטש דיךבקיצור האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 05, 2026 1:55 pmזייער א שטארקע שורה על דאטפת אטפוךשמייכלדיג האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 04, 2026 2:59 pmקראכמאל האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 04, 2026 12:11 am איך וויל נישט ווערן א חלק פון די ברסלב'ע דיסקוסיע.
אבער עס מדמה זיין צו די סאטמארע-שיטה-הפצה איז לגמרי נישט ריכטיג. לשיטת סאטמאר זענען זיי דא צו מציל זיין אידן פון א מכשול, לשיטת הרה"ק מסאטמאר זי"ע רעדט זיך דא פון גאר הארבע איסורים ביי בחירות וכדו', און דאס איז בגדר חיוב תוכחה. עס איז נישט קיין הפצה צו "מקרב" זיין אידן צו א מהלך אין עבודת השם, נאר פשוט צו ראטעווען פון גאר הארבע מכשולות.
לאידך גיסא, מקרב זיין אידן צו תורת ברסלב, איז זיכער נישט אין דעם גדר, אפילו לשיטתם אז דאס איז די בעסטע דרך אין עבודת השם, דאך ווער עס איז נישט קיין ברסלב'ער איז נישט נכשל אין קיין שום איסור, עס פעלט אים פשוט - לשיטתם - די שלימות אין עבודת השם.
וההבדל פשוט.
*ממש גלייך ווי "דורותינו" מאכט אין דעם חינוך קראפט. ולא חלו ולא הרגישו אז על דאטפך וכו'
שוין יארן וואס מ'שפייט זלזול און ליצנות קעגן גדולי ישראל פון די לעצטע זיבעציג יאר, אז מ'פארקריכט פונעם דרך. און יעצט האט מען אויסגעדרייט דעם דאטשיק צו דיר. אז די קהילה הידוע פאלגט נישט זייער אייגענע רבנים און מ'קלייבט פעטוועיס.
יא יא, האק ווייטער, ס'גייט בעקפייערן. דו האסט געמינט אז דו וועסט זיין דער קנאי און יענער דער שייגעץ, יעצט טויש אביסל פאזישן.
אונז האב מיר נישט מיט די און נישט מיט די, אלעס פארט ב"ה על דרך האמת והישר גארנישט בעקפייערט נישט, וה' יעזור
Re: אלעס ארום ברסלב
איך ווייס נישט וועגן "אונז".שמייכלדיג האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 05, 2026 2:01 pmאיך כאפ נישט צו וועם דו רעדסט דא, און וואס דו וואונטש דיךבקיצור האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 05, 2026 1:55 pmזייער א שטארקע שורה על דאטפת אטפוך
שוין יארן וואס מ'שפייט זלזול און ליצנות קעגן גדולי ישראל פון די לעצטע זיבעציג יאר, אז מ'פארקריכט פונעם דרך. און יעצט האט מען אויסגעדרייט דעם דאטשיק צו דיר. אז די קהילה הידוע פאלגט נישט זייער אייגענע רבנים און מ'קלייבט פעטוועיס.
יא יא, האק ווייטער, ס'גייט בעקפייערן. דו האסט געמינט אז דו וועסט זיין דער קנאי און יענער דער שייגעץ, יעצט טויש אביסל פאזישן.
אונז האב מיר נישט מיט די און נישט מיט די, אלעס פארט ב"ה על דרך האמת והישר גארנישט בעקפייערט נישט, וה' יעזור
קהילות מהרי"י קלייבט פעטוועיס, מיט, אדער אן, די הסכמה פון די אייגענע רבנים.
קהילת מהר"א נעמט ריזיגע סכומים גאווערמענט געלטער, טראץ וואס די רעגירונג פרובירט זיך, אדער מישט זיך בפועל, אריין אין די תכני הלימוד.
און תוך כדי דאס, האבן די בייטע קהילות, פילע פראפאגאנדע קאנאלן, ווא ספארשפרייטן גיפט און ליצנות פון אלע גדולי ישראל "די רעליגיעזע נאכשלעפער" וואס מאכן "פשרות" כדי צו באקומען די "טרייפענע געלטער".
געדענק די מאמר חז"ל - על דאטפת אטפוך.
- צייטווייליג
- חבר המערכת
- פאוסטס: 412
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
- x 1156
Re: אלעס ארום ברסלב
ביטע אבאכט געבן אויף די שפראך דא
-
פשוט און גראד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 3016
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 6702
-
פנחס דוד לעבאוויטש
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 349
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 12:44 pm
- x 950
Re: אלעס ארום ברסלב
הייליג
-
שמחה של מצוה
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 25
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 4:20 pm
- x 87
Re: אלעס ארום ברסלב
ריכטיג! אנדערש איז ווען ער האלט אז זיין דרך איז די בעסטע (וואס יעדע 2'טע חסיד האלט אזוי).
לעצם העניין פון מיסיאן איז עס נישט נוגע, ווייל אפגעזעהן וואס זיי האלטן לגבי איינציגסטער אדער בעסטער דרך, איז דאס מאכן הפצה פון תורות מיינט נישט בכלל אז מ'האלט אז מ'איז די 1'ציגע דרך, פונקט ווי ווען איך מאך הפצה פאר קליינס אייז קריעם, שבת קרבתנו, אדער (להבדיל) פאר חובות הלבבות.
"אויף א מטרה פון פארקויפן א פארטיי/קהילה אדער אויף א ספעמינג אופן".זאגסט אז די ביזט קעגן די מיסיאן מהלכים, פיין, איז שטיימיר אויף איין בלאט,
משא"כ אויף א נארמאלן אופן ומטרות האבן זיי די זעלבע רעכטן ווי יעדעם.
(אגב, אויב האב איך ריכטיג פארשטאנען אז דו מיינסט צו מחלק זיין בין סור מרע פון סאטמאר צו דרך בעשה טוב פון ברסלב, איך פארשיי דיין טענה, אבער לפי זה וואלט מען פונקט אזוי געדארפט מאכן די זעלבע מיסיאן ביי יעדע סור מרע ווי למשל קעגן די וואס האלטן נישט רבינו תם משום חילול שבת אדער מאשין מצות משום חמץ בפסח, חוץ מזה וואס די ברסלבערס וועלן דיר זאגן אז זיי ראטעווען אויך מיט זייער מיסיאן יודען פון דברים חמורים ווי איבערלאזן יודישקייט..)
Re: אלעס ארום ברסלב
איך וויל נישט אריינגיין שלא מן הענין, אבער ר"ת מיט מאשין מצות איז בכלל נישט קיין דמיון צו דעםשמחה של מצוה האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 11:49 am
(אגב, אויב האב איך ריכטיג פארשטאנען אז דו מיינסט צו מחלק זיין בין סור מרע פון סאטמאר צו דרך בעשה טוב פון ברסלב, איך פארשיי דיין טענה, אבער לפי זה וואלט מען פונקט אזוי געדארפט מאכן די זעלבע מיסיאן ביי יעדע סור מרע ווי למשל קעגן די וואס האלטן נישט רבינו תם משום חילול שבת אדער מאשין מצות משום חמץ בפסח, חוץ מזה וואס די ברסלבערס וועלן דיר זאגן אז זיי ראטעווען אויך מיט זייער מיסיאן יודען פון דברים חמורים ווי איבערלאזן יודישקייט..)
Re: אלעס ארום ברסלב
מקור?
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 24, 2025 2:59 pmיוש דו גייסט אריין אין דעי מאאד פיץ איך אפ.דער תהלים איד האט געשריבן: חברה, ביטע מיר דערמאנען ווער ס'איז דער וואס גייט קאפ אין וואנט.
אנבעליוועבל.
-
שמחה של מצוה
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 25
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 4:20 pm
- x 87
Re: אלעס ארום ברסלב
ווייל?שמייכלדיג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 08, 2026 11:39 amאיך וויל נישט אריינגיין שלא מן הענין, אבער ר"ת מיט מאשין מצות איז בכלל נישט קיין דמיון צו דעםשמחה של מצוה האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 06, 2026 11:49 am
(אגב, אויב האב איך ריכטיג פארשטאנען אז דו מיינסט צו מחלק זיין בין סור מרע פון סאטמאר צו דרך בעשה טוב פון ברסלב, איך פארשיי דיין טענה, אבער לפי זה וואלט מען פונקט אזוי געדארפט מאכן די זעלבע מיסיאן ביי יעדע סור מרע ווי למשל קעגן די וואס האלטן נישט רבינו תם משום חילול שבת אדער מאשין מצות משום חמץ בפסח, חוץ מזה וואס די ברסלבערס וועלן דיר זאגן אז זיי ראטעווען אויך מיט זייער מיסיאן יודען פון דברים חמורים ווי איבערלאזן יודישקייט..)
(ווייל דא האלטן אונז אז זייערע גדולים האבן אויך אזוי געהאלטן?)
Re: אלעס ארום ברסלב
פון ווי איז געווארן די מנהג אין ברסלב צו גיין מיט תכלת?
Re: אלעס ארום ברסלב
ראב''נ
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
Re: אלעס ארום ברסלב
איך האב מיך אנגעטראפן אין א ספר וואס באשרייבט א איד ר'אלחנן ספעקטאר
ברענגען זיי אראפ דארט פון אים א בריוו ווי ער ברענגט ארויס אז די כוח פון א צדיק איז צו מתקן זיין דעם מענטש'נס פגמים דארטן ווי ער קען נישט מתקן זיין
און דאס גייט צוזאמען מיט דעם אז דער מענטש דארף תשובה טאן ווי ווייט ער קען
און פון דארט און ווייטער איז דער צדיק מתקן
טייטשט ער זיס
" אם אין אני לי מי לי "
דער מענטש דארף אליינס תשובה טאן
"וכשאני לעצמי מה אני "
אבער עס איז דא א חלק אין תשובה וואס דער מענטש קען נישט אליין

סתם פאר נייגעריקייט, וועלכע ברסלבע מנהיגים/משפיעים גייען מיט תכלת?
-
שמחה של מצוה
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 25
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 4:20 pm
- x 87
Re: אלעס ארום ברסלב
תלמיד מובהק מאביו ר' נחמן טולטשינער שהיה תלמיד מר' נתן
Re: אלעס ארום ברסלב
רבי אברהם ב''ר נחמן זצ''ל פון די גרויסע לייט אין ברסלב, ווי אנדערע האבן שוין געשריבן איז זיין טאטע רבי נחמן געווען א תלמיד פון מוהרנ''ת זי''ע.
עפעס א קבלה האט ער געהאט אז אז שנת תרח''ם דארף זיין עפעס א גילוי, און יענע יאר איז טאקע נתגלה געווארן די תכלת פון הגה''ק מוהגח''ה מ'ראדזין זי''ע.
אין שיח שרפי קודש שטייט אז מ'האט פארשטאנען פון אים אז ער ווייסט עס פונעם מגילת סתרים פון רבי נחמן (גילויים נוראים וואס רביה''ק הננמ''ח זי''ע האט מגלה געווען פאר תלמידו וואס ס'וועט זיך אפטון ביז משיח וועט קומען, ס'איז אריבער מדור לדור אבער נאר פאר א יחיד, ואכ''מ.) אז בעפאר ביאת משיח דארף נתגלה ווערן די תכלת, והדברים עתיקין. (וכן כתוב בכמה ספרים, וכ''כ כעין ענין זה בשו''ת דברי יואל)
סתם אויסצוקלארן א דבר פשוט, די תכלת האט דער ראדזינער מחדש געווען, ס'האט גארנישט מיט דרכו ועבודתו של ספרי ברסלב, מקען זיין א ברסלב'ער און זיך קאכן בדרכי עבוה''י בדרכו של רבינו אפגעזען צו מ'גייט יא אדער נישט מיט תכלת.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
-
פנחס דוד לעבאוויטש
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 349
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 12:44 pm
- x 950
Re: אלעס ארום ברסלב
קוקט אויס ווי א היכל הקודש גליון...
די layout
די layout