כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
אהא
פרישער באניצער
פאוסטס: 75
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 5:43 pm
x 318

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אהא »

עלות השחר האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 01, 2026 9:06 pm
על פי תורה האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 01, 2026 9:04 pm
עלות השחר האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 01, 2026 9:02 pm

איך בין א שטיקל עם הארץ, איך האף אז איך מעג פרעגן אויף א פסק פון א דיין. איז דא אזא זאך אין אידישקייט ווי פסקענען דיני נפשות אן גובה עדות זיין מיט א בית דין, אויסהערן ביידע צדדים אין אפשרייבן די פסק אין מפרסם זיין?
דער דיין שליט''א האט שוין מערערע מאל ארויסגעברענגט אז אויסהערן ביידע צדדים איז נאר א דין אין חושן משפט. אגב לב טהור האט שוין גענוג גערעדט צו אים, און ער טוישט נישט זיין מיינונג, אדרבה רוף אן דעם דיין שליט''א און געב אים מער אינפארמעישן, אפשר וועט ער טוישן זיין פסק.
איז וואס איז די דין ביי דיני נפשות? אגב א בית דין באשטייט פון 3, אין אויך דארף מען הערן ביידע זייטן צוזאמען, מען טאר נישט אויסהערן איין צד אויפאמאל.
ערשטנס כל הכבוד צו @עלות השחר מען האט דאך געטענהט אז לעצטנס איז שטיל געווארען און מו הסתם האט ער בסה"כ געוואלט אויפרישען דעם עולם

לגופו של דבר וויל איך פרשטיין הגאון ר חיד"ו ווייס איז היינט אנגענומען אין כלל ישראל פאר איינער וואס איז סיי א גדול און סיי א מענטש מיט גאר א גלייכע קאפ און סיי א "עסקן" פון די גרעסטע אין כלל ישראל וואס איז א צאמשטעל וואס איז נישטא צו טרעפן

ווען דו קומסט זיך דינגען מיט עם מן הסתם ביסטו אויך אזויגרויס ווי עם אדער האסטו בעקינג פון איינער וואס איז אזוי גרויס ווי עם אויב אזוי ביטע באהאלט זיך נישט אונטער א "ניק" און לאז אונז וויסען ווער איז די "אנגענומענע " פוסק וואס דינגט זיך אויף די הגרחיד"ו אבער סתם צו זיך נאריש מאכען דא איז א זלזול אין די תורה ולומדיה

א גוט שבת
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3386
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 10770

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פופציגער »

עלות השחר האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 01, 2026 8:19 pm דא קומען פאר זאכן וואס ווערן אפולו נישט באריכטעט אין די נייעס. איך בעט נאכאמאל אויב איינער קען מיר זאגן ווער איז די רב, דיין וואס גיבט די גרינע ליכט פאר די סארט מעשים וואס זענען נאכנישט פארגעקומען זינט כלל ישראל איז א פאלק.
זינט כלל ישראל איז א פאלק? לייק, עכט? זינט דאן? די אלע טויזנטער יארן? די אלע דורות?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3386
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 10770

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פופציגער »

פשוט פשט האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 01, 2026 9:38 pm
על פי תורה האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 01, 2026 8:46 pm איך האב מיטגעהאלטן פונקטלעך 2 טעג צוריק, ווען א קרוב משפחה האט גערופן דעם דיין שליט''א און געפרעגט אויב א מאמע האלט נאך אן מיט די לב טהור משוגעת'ן ווי עסן און קליידער, און האלט אן די אמונה און די שיטה פון לב טהור, אויב מען מעג צונעמען די קינדער. דער דיין שליט''א האט געענטפערט 'אויב מען מעג? מען איז מחיוב!'
כבוד הרב עפ תורה
הלואי זאל עס זיין אזוי פשוט ווי די זאגסט עס... מיטן גרעסטן מאס דרך ארץ מוזן מיר זאגן אז עפעס שטומט נישט.. עס הערט שוין אויף מאכן סענס..
מען רעד דא פון דיני נפשות לכו"ע און אידן איבעראל וואלט געוואלט האבן עפעס מער קלארקייט דערינען.. א זאך וואס אויב לפי דבריך איז עס אזוי פשוט וואלט מיר אלע גרינגערהייט געדארפט פארשטיין..
עס איז קלאר "נישט אזוי פשוט און גראד" אביסל קלארקייט וואלט געווען מן היושר..
איך האב גערעדט מיט’ן דיין. זיין שפראך און צוגאנג און פיל שארפער ווי דאס וואס על פי תורה שרייבט...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3386
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 10770

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פופציגער »

פשוט פשט האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 01, 2026 9:41 pm עס מאכט נישט קיין סענס אז מען זאל פייטן א קאלט שכולו רשעות מיטן זעלבן איידיע פון רשעות אנטקעגן מאמעס און קינדער..
א יאר צוריק האט מען געקענט דן זיין וואס מאכט יא אדער נישט סענס. אצינד איז שוין דא פרוף אף קאנצעפט ב"ה.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
נח איש צדיק
פרישער באניצער
פאוסטס: 30
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 16, 2025 5:18 am
x 124

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך נח איש צדיק »

א גוט מארגן א גוטן ערב שבת מען דארף נאך האב כמעט 2000 דולר פאר די בעל שמחה ר'משה יוסף מנחם לאמיר אלע עם ארויס העלפן https://abcharity.org/MYMH
יאיא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 100
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:02 am
x 347

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יאיא »

אזוי צווישען די שירות פון טענערייען קומט ארויס באהאלטענע נייעס
עפעס איז געווען מאנטאג און עפעס מיטוואך
עפעס מיט התאחדות צוויי וואכן צירוק

ווי קען מען דאס מיטהאלטען??
מענדי שטערן
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2025 9:19 pm
Location: London.
x 249

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מענדי שטערן »

חלק ד' פון קווארטל אונטערוויאו מיטן ראש העסקנים הרב יואל יושע העשיל בלום שליט''א איבער פרשת קאלאמביע
פיילס
חלק ד' ר' יואל יושע העשיל בלום.mp3
(144.12 MiB) דאונלאודעד 797 מאל
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 810
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3280

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

קרני פרה האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 01, 2026 1:39 pm איינער פון די חשובע יוצאים דארף וויכטיג האבן א וויכטיגע קאך אפליינסעס, נישט קיין טייערע מעשה
אויב איינער וויל דאס מנדב זיין ביטע קומען אין אישי
ווער כאפט די מצוה?
מען דארף דאס דרונגענד האבן.
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20249

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך דער תהלים איד »

מענדי שטערן האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 02, 2026 9:35 am חלק ד' פון קווארטל אונטערוויאו מיטן ראש העסקנים הרב יואל יושע העשיל בלום שליט''א איבער פרשת קאלאמביע
@מענדי שטערן סופער דזשאב!

אויסהערנדיג וויאזוי דו ברענגסט ערשטהאנטיגע פאקטן, און וויאזוי הרב בלום דערציילט די פאקטן דערנאך און אלעס שטימט כמין חומר... פארשטייט זיך בעסער וואספארא ערשטהאנטיגע פאקטן @חלא בר חמרא האט צו זאגן אין זיין לעצטע תגובה.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20249

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך דער תהלים איד »

שמועות טובות האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 02, 2026 10:37 am @עלות השחר
ביסטו גרייט כ'זאל דא אנהייבן פארציילן רשעות וואס זענען געטוהן געווארן אין לב טהור במשך די יארן און "דו" ביסט געווען אינוואלווד?
דו האסט געהעקט זיין איי.פי.? אדער?

ביטע...
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1727
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 2814

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך נפתלי »

מענדי שטערן האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 02, 2026 9:35 am חלק ד' פון קווארטל אונטערוויאו מיטן ראש העסקנים הרב יואל יושע העשיל בלום שליט''א איבער פרשת קאלאמביע
ווי קען מען דאס הערן אויפן טעלעפון?
חלא בר חמרא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 196
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 10, 2025 3:03 pm
Location: ירושלים עיר הקודש והמלוכה
x 817

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חלא בר חמרא »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 02, 2026 11:26 am
מענדי שטערן האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 02, 2026 9:35 am חלק ד' פון קווארטל אונטערוויאו מיטן ראש העסקנים הרב יואל יושע העשיל בלום שליט''א איבער פרשת קאלאמביע
@מענדי שטערן סופער דזשאב!

אויסהערנדיג וויאזוי דו ברענגסט ערשטהאנטיגע פאקטן, און וויאזוי הרב בלום דערציילט די פאקטן דערנאך און אלעס שטימט כמין חומר... פארשטייט זיך בעסער וואספארא ערשטהאנטיגע פאקטן @חלא בר חמרא האט צו זאגן אין זיין לעצטע תגובה.
איך האב גאנרנישט געזאגט קיין פאקטן, נאר אז ס'נישט קיין מהלך פון מאיים זיין צו באשמוצן, טאמער מ'האט נישט קיין געדולד צו ענטפערן.

איבער מעשים וועלכע זענען פארגעקומען אינערהאלב לב-טהור. יעדער עסקן האט זיינע פאר פאקטן וואס ער קען באשטיין נישט יעדער זאל וויסן. איך אויך.
באשטעטיגטע דורך ראשי המערכה: @קרני פרה @מתא מחסיא @ברוך אברהם @לעבער אייער @העלפן א איד @עסקן נמרץ
חלא בר חמרא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 196
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 10, 2025 3:03 pm
Location: ירושלים עיר הקודש והמלוכה
x 817

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חלא בר חמרא »

כ'זעה אז דערוילעם כאפט אינגאנצן נישט וואס די עסקני קודש טוען...

כ'זיץ נעכטן מיט @ברוך אברהם אין קאר... וויאזוי ברוך אברהם'ס קאר קוקט אויס דארף איך אייך נישט זאגן, ווי נאך א רעגן איז קליין געזאגט...

אלטע באנאנע שאלעכטס (אפשר פון די הייליגע יוצאים טאקע, און ער האלט עס אין קאר אלץ א מזכרת אדער חפץ של מצוה...), א שפע פון ליידיגע סאדע קענס (כ'וויל נישט זאגן וועלכע...), מיט נישט מיר נישט דיר א 400 דאקומענטן, אלל אווער די פלעיס...

קרוב לחצות הלילה זעצט ער זיך אריין אינעם קאר, און לאזט ארויס דעם באקאנטן קרעכטץ, וולעכע ווערט נאכגעפאלגט מיט'ן ניגון הידוע "נישט געדאווענט... נישט געלערנט... נאר דעם באשעפער נישט דערצערענט..."

איך האב דאס נישט ליב געהאט, וויבאלד איך האב פיינט די וועלכע רייסן אונטער די עסקנים, פרעג איך אים: גארנישט געטאן פאר'ן אויבערשטער היינט, עד כדי כך? ממש אזוי? ברוך אברהם: אזוי ווי דו הערסט, כ'האב ניט געהאט קיין מינוט צו אטעמען... כ'האב געדארפט שאפן 5 אלפים פאר א יוצא...

נישט מיר נישט דיר, נישט געטאן פאר'ן בורא עולם, אבער געשאפט 5 אלפים פאר'ן אויבערשטער'ס א קינד...

הייליג, דער בארדיטשובער וואלט זיך געכאפט אויף דעם ווי א געבראטענס...

כ'האף ער וועט מיר מוחל זיין @ברוך אברהם
באשטעטיגטע דורך ראשי המערכה: @קרני פרה @מתא מחסיא @ברוך אברהם @לעבער אייער @העלפן א איד @עסקן נמרץ
ברוך אברהם
פרישער באניצער
פאוסטס: 92
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 25, 2025 1:08 pm
x 398

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ברוך אברהם »

חלא בר חמרא האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 02, 2026 11:44 am כ'זעה אז דערוילעם כאפט אינגאנצן נישט וואס די עסקני קודש טוען...

כ'זיץ נעכטן מיט @ברוך אברהם אין קאר... וויאזוי ברוך אברהם'ס קאר קוקט אויס דארף איך אייך נישט זאגן, ווי נאך א רעגן איז קליין געזאגט...

אלטע באנאנע שאלעכטס (אפשר פון די הייליגע יוצאים טאקע, און ער האלט עס אין קאר אלץ א מזכרת אדער חפץ של מצוה...), א שפע פון ליידיגע סאדע קענס (כ'וויל נישט זאגן וועלכע...), מיט נישט מיר נישט דיר א 400 דאקומענטן, אלל אווער די פלעיס...

קרוב לחצות הלילה זעצט ער זיך אריין אינעם קאר, און לאזט ארויס דעם באקאנטן קרעכטץ, וולעכע ווערט נאכגעפאלגט מיט'ן ניגון הידוע "נישט געדאווענט... נישט געלערנט... נאר דעם באשעפער נישט דערצערענט..."

איך האב דאס נישט ליב געהאט, וויבאלד איך האב פיינט די וועלכע רייסן אונטער די עסקנים, פרעג איך אים: גארנישט געטאן פאר'ן אויבערשטער היינט, עד כדי כך? ממש אזוי? ברוך אברהם: אזוי ווי דו הערסט, כ'האב ניט געהאט קיין מינוט צו אטעמען... כ'האב געדארפט שאפן 5 אלפים פאר א יוצא...

נישט מיר נישט דיר, נישט געטאן פאר'ן בורא עולם, אבער געשאפט 5 אלפים פאר'ן אויבערשטער'ס א קינד...

הייליג, דער בארדיטשובער וואלט זיך געכאפט אויף דעם ווי א געבראטענס...

כ'האף ער וועט מיר מוחל זיין @ברוך אברהם
א גאנצע מעשה פאר א נאוועל בוק, האסט נאר פארגעסן צו שרייבן וואס די נמשל איז.....
די ווייסט בכלל וועלכע קאליר איז מיין קאר?
אורך ימים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 116
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 17, 2025 12:40 am
Location: New York
x 533

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אורך ימים »

נפתלי האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 02, 2026 11:29 am
מענדי שטערן האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 02, 2026 9:35 am חלק ד' פון קווארטל אונטערוויאו מיטן ראש העסקנים הרב יואל יושע העשיל בלום שליט''א איבער פרשת קאלאמביע
ווי קען מען דאס הערן אויפן טעלעפון?
716-232-2100
דערנאך 4
דערנאך 7
מענדי שטערן
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2025 9:19 pm
Location: London.
x 249

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מענדי שטערן »

אזוי ווי די לעצטע חלק פון די אינטערווי איז גאר לאנג (1:45), קען מען שיקן אן אימעיל צו mendyshtern@gmail.com מיט די ווארט "צוטיילט" אדער "split", און וועט באקומען די שמועס צוטיילט אין 2 חלקים (בערך האלב).

פאר סיי וועלכע הערה, קאמפלימענט, קריטיק, געדאנק אדער קשיא, קען מען שיקן א מעסעזש צו דער אויבערדערמאמטע אימעיל אדער לאזן א מעסעזש אויף קווארטעל: 7162322100. 4-1-2.

מיר ווארטן צו הערן פון אייך.
מענדי שטערן.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1475
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4679

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך Think and Thank »

אגב @מענדי שטערן איך וויל ארויסברענגען אן אינטערעסאנטע נקודה וואס כ'האב באמערקט ביי איינס פון די פריערדיגע חלקים. דו פרעגסט בשם א לב טהור מיטגליד, לאמיר זאגן אז מ'דארף טאקע אוועקנעמען די קינדער, אבער וואס איז פשט פון שטיין און לאכן יענעם אין פנים? קענסט מסביר זיין וכדומה, אבער לאכן פון זיינע צרות?

און ר' יי"ה ענטפערט גלייך וועגן דער וואס האט געכאפט די ווידעא... און איז מסביר אז ער האט עס נאר געטון ווען יענער איז געקומען כאפן א ווידעא כדי צו טריצן, און דא קומסטו אריין מיט מער דיטעילס אז יענער האט זיך טאקע באצויגן צו א געוויסע ווידעא.

עס האט מיר זייער געכאפט. סתם אזוי וואלט געווען א מקום צו קלערן צו ריי"ה איז נישט טאקע געשטאנען און געלאכט, און דאס אז ער טענה'ט אז ער האט עס נאר איינמאל געטון ווען יענער איז אים געקומען אפכאפן איז לאו דוקא אמת... אבער למעשה נאך פאר דו האסט אויפגעברענגט סיי וועלכע ווידעא, די רגע דו האסט גערעדט פון לאכן אין פנים אין געריכט האט ער באלד געוואוסט פון ווען יענער רעדט און אז יענער האט עס אפגעכאפט בשעת מעשה, איז עס אבוויעסלי נישט געווען קיין אפטע ערשיינונג.
זעליג סיגל
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 25, 2025 3:04 pm
Location: ביים שרייב טישל
x 21

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך זעליג סיגל »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 01, 2026 9:00 pm
עלות השחר האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 01, 2026 8:55 pm הייסט עס אזוי. הלכה למעשה א פסק אויף לדורות:

אויב א מאמע גייט אנגעטאן מיט לב טהור שמאטעס אין גיבט איר קינד נאר צועסן פרוכט אין וועדשטיבעלס אין ספעציעלע סארדינס איז מען מחייב צו מסר'ן אין אוועקנעמען אלע קינדער.

איך האב מיך עס פארשריבן, אין יעצט וואק איך ווייטער מיט פארמאכטע אויגן...
שלום עליכם א גאסט. פון אוזבעקיסטאן?

פאר מער ליינט אדורך די ערשטע 600 בלאט.
@עלות השחר די טיר איז ביי די רעכטע זייט!

שיק א גריס פאר @איהם @הוצל דבנימין
פליז לייק! סאבסקרייב! ענד שעיר!
יצחק טייכמאן
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 13, 2025 1:45 am
Location: New York
x 390

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יצחק טייכמאן »

שלום וברכה
מיר זוכן וויכטיג יונגעלייט וואלנטירן צו לערנען מיט יוצאי לב טהור אין ארה''ק
(אמעריקאנע יונגעלייט וועלעכע וואוינען אין ארץ ישראל וואלט געווען א לכתחילה)
אויב וואלט איר געוואלט האבן די זכי' און זוכה זיין צו די געוואלדיגע השפעות וואס דאס ברענגט מיט זיך בעולם הזה ובעולם הבא
ביטע אימעילט מיר אויף
teichman100@outlook.com

אדער טעקסט צו
929-486-9205
אהא
פרישער באניצער
פאוסטס: 75
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 5:43 pm
x 318

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אהא »

זעליג סיגל האט געשריבן: זונטאג יאנואר 04, 2026 3:11 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 01, 2026 9:00 pm
עלות השחר האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 01, 2026 8:55 pm הייסט עס אזוי. הלכה למעשה א פסק אויף לדורות:

אויב א מאמע גייט אנגעטאן מיט לב טהור שמאטעס אין גיבט איר קינד נאר צועסן פרוכט אין וועדשטיבעלס אין ספעציעלע סארדינס איז מען מחייב צו מסר'ן אין אוועקנעמען אלע קינדער.

איך האב מיך עס פארשריבן, אין יעצט וואק איך ווייטער מיט פארמאכטע אויגן...
שלום עליכם א גאסט. פון אוזבעקיסטאן?

פאר מער ליינט אדורך די ערשטע 600 בלאט.
@עלות השחר די טיר איז ביי די רעכטע זייט!

שיק א גריס פאר @איהם @הוצל דבנימין
מן הסתם מיינסטע @עהעם :D
חוקר ודורש
פרישער באניצער
פאוסטס: 25
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2025 10:01 am
x 81

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חוקר ודורש »

לעבער אייער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 11:58 pm מודעה: מען קען נאך געבן
https://abcharity.org/MYMH
רבותי, די ברית פון ר' משה יוסף מנחם'ס יונגעל גייט אי"ה זיין אין צוויי טעג ארום, און ער דארף נאך א סאך געלט צו דעקן די הוצאות פון די לידה, און פארשטייט זיך פאר די ברית אליין.

איך האב גערעדט מיט אים היינט, און ער האט נאך נישט די געלט צו צאלן די טיקעט פונעם מוהל. (טיקעט'ס זענען גאר טייער יעצט צוליב די חגה.)

טייערע אידין, לאמיר זיך אן רופען מיט א ווארמקייט, און ארויס העלפן א טייערע יונגערמאן מיט זיינע הוצאות.

מיר קען געבן דורך די לינק: https://abcharity.org/MYMH
אדער שיקן א זעל צו: ZG9663@gmail.com. ביטע שרייב אין די מעמאו אז עס איז פאר ר' משה יוסף מנחם שיחי'.

תזכו למצוות!
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 810
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3280

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

גרינטליך האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 02, 2026 10:56 am
קרני פרה האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 01, 2026 1:39 pm איינער פון די חשובע יוצאים דארף וויכטיג האבן א וויכטיגע קאך אפליינסעס, נישט קיין טייערע מעשה
אויב איינער וויל דאס מנדב זיין ביטע קומען אין אישי
[/color]
ווער כאפט די מצוה?
מען דארף דאס דרונגענד האבן.

וואלסטו געווען אינטערסירט און ספאנסערן א וויכטיגע קאך אפליינס פאר גאר א חשוב'ע יוצא?
ס'קאסט $120.
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
אוועיטער
שעפעריש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 117
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 1:01 am
Location: Monsey
x 989

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שעפעריש »

אוועיטער
ז'וריקער
פרישער באניצער
פאוסטס: 89
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 07, 2025 4:14 pm
Location: אין גלות
x 486

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ז'וריקער »

אין כל חדש האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 02, 2026 1:10 am עס וועט בס"ד קומען א באריכט נאך שבת בנוגע די משפחות וואס מען האט די לעצטע פאר וואכן אוועק גענומען זייערע קינדער און פלאצירט ביי גוט הארציגע אידן, ווי זיי גייען און חדר/סקול און לערנען און דאווענען בס"ד לשמחת לב כל ישראל, ווי אויך וועט מען מפרסם זיין וואס די מאטיוון זענען פון די וואס פראבירן נאך צו פארקויפן שקרים פארן ציבור, ווי אויך וועט מען מפרסם זייערע נעמען.
דער עולם ווארט מיט דארשט... לא צמא למים כי אם לשמוע....
...Thank you for your attention to this matter
אין כל חדש
פרישער באניצער
פאוסטס: 86
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 12:12 am
Location: blooming groove
x 850

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אין כל חדש »

ז'וריקער האט געשריבן: זונטאג יאנואר 04, 2026 10:23 pm
אין כל חדש האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 02, 2026 1:10 am עס וועט בס"ד קומען א באריכט נאך שבת בנוגע די משפחות וואס מען האט די לעצטע פאר וואכן אוועק גענומען זייערע קינדער און פלאצירט ביי גוט הארציגע אידן, ווי זיי גייען און חדר/סקול און לערנען און דאווענען בס"ד לשמחת לב כל ישראל, ווי אויך וועט מען מפרסם זיין וואס די מאטיוון זענען פון די וואס פראבירן נאך צו פארקויפן שקרים פארן ציבור, ווי אויך וועט מען מפרסם זייערע נעמען.
דער עולם ווארט מיט דארשט... לא צמא למים כי אם לשמוע....
ביטע אנטשאלדיגן, אונז זענען געווען פארנומען (און יעצט נאך אויך), צו העלפן בס"ד 2 משפחות וואס האט שוין אפגעלאזט די כת, אז זיי זאלן קענען בס"ד זיין מיט די קינדער, ווי אויך האט מען היינט מסדר געווען ב"ה נאך 3 קינדער וואס וועלן בס"ד אנהייבן חדר/סקול מארגן.
בע"ה וועט מען מארגן לייגן די באריכט פון די לעצטע פאר וואכן.
שרייב פאוסט