אין כל חדש האט געשריבן: ↑פרייטאג יאנואר 02, 2026 1:04 am
אזוי ווי עס קומען אריין דא נייע געסט "וואס געהערן נישט צו לב טהור...." זייער הארץ גייט אויס פון רחמנות אויף די אימשילדיגע עלטערן וואס זענען נאך איינגעטינקען און די קולט, און זיי ווילן פשוט זיכער מאכן אז עס איז תורה'דיג
איז לאמיר מאכן א "קליין ביסעל חזרה פאר די אימוויסענדע"
ווען מען האט גענומען א קינד און עם איינגעשפארט און ווייבער שול פאר חדשים לאנג, קיינער האט נישט געמעגט רעדן צו עם, און ער האט נישט געטארט רעדן צו קיינעם, אריין גערעכנט עלטערן געשוויסטער וכו' באקומען איין מאל א טאג א קליין ביסעל ברויט און וואסער, און איין טאג און די וואך א פולע תענית, איז דאס ארויס געקומען פון א בי"ד וואס האט אויסגעהערט ביידע צדדים??.....
ווען מען האט בכפי' סעפערעיט מענער און זייערע ווייבער אן א שיעור מאל פאר חדשים לאנג, און ווען מען האט געצווינגען געבן א גט, און אוועק גענומען די ווייב און קינדער פון די טאטע איז דאס ארויס געקומען פון א בי"ד וואס האט אויסגעהערט ביידע צדדים??.....
ווען מען האט חתונה געמאכט קינדער ביי די 12-13 יאר געצווינגענערהייט פון די קינדער, און זייער אסאך אויך פון די עלטערן, איז דאס ארויס געקומען פון א בי"ד וואס האט אויסגעהערט ביידע צדדים??.....
ווען מען האט געשלאגן קינדער על לא עוול בכפם עד עזיבת דם ועד בכלל, און עס איז דא קינדער וואס ליידן נאך היינט פיזיש דערפון, און דארפן צוקומען צו מעדעצינישע הילף, איז דאס ארויס געקומען פון א בי"ד וואס האט אויסגעהערט ביידע צדדים??.....
ווען מען האט אוועק גענומען קינדער פון עלטערן און פלאצירט ביי אנדערע משפחות, אן לויזן די קינד האבן די מינדעסטע שייכות מיט די אייגענע עלטערן אדער געשוויסטער, איז דאס ארויס געקומען פון א בי"ד וואס האט אויסגעהערט ביידע צדדים??.....
ווען מען האט בעצם יום השבת געקידנעפט קינדער צוריק צו לב טהור, איז דאס ארויס געקומען פון א בי"ד וואס האט אויסגעהערט ביידע צדדים??.....
ווען מען האט געהארגעט צוויי ערוואקסענע עלטערן סתם פאר אמונת (צדיקים) רשעים, איז דאס ארויס געקומען פון א בי"ד וואס האט אויסגעהערט ביידע צדדים??.....
דאס וואס עס זענען נעבען נפטר געווארן צענדליגע נייע געבוירענע קינדער צוליב די אינגע עלטער, און נישט עסן געהעריג, און נישט טארן גיין צו א דאקטער, איז דאס ארויס געקומען פון א בי"ד וואס האט אויסגעהערט ביידע צדדים??.....
דאס וואס און דריקעריי זענען געווען בערך 200 נפשות אונטער אימשטענדן וואס מען לייגט נישט אזוי קיין בעלי חיים, מיט א שווארצע פלעסטיג בעג צווישן איין משפחה און די צווייטע, און ווי פארשטענדליך האט מען געהערט אלעס וואס טוט זיך ביי יענעם, איז דאס ארויס געקומען פון א בי"ד וואס האט אויסגעהערט ביידע צדדים??.....
דאס וואס די מענער האבן געדארפט פארמאסערן זייערע ווייבער, און די ווייבער זייערע מענער פאר די הנהלה, איז דאס ארויס געקומען פון א בי"ד וואס האט אויסגעהערט ביידע צדדים??.....
דאס וואס מען האט גארנישט געלערנט אויסער די ביכער פון שלמה העלבראנס, איז דאס ארויס געקומען פון א בי"ד וואס האט אויסגעהערט ביידע צדדים??.....
ווען מען האט חדשים לאנג צוריק געשיקט קינדער און שעלטער די עיקר איז נישט ארויס צוגיין צו די ערב רב, איז דאס ארויס געקומען פון א בי"ד וואס האט אויסגעהערט ביידע צדדים??.....
הזמן יוכלו והם לא יוכלו, די פראבירסט זיך אראפ שטעלן ווי די ביסט א תמימות,דיגע שואל, אבער די שרייבערס/ליינערס דא זענען אביסעלע קליגער, מען פארשטייט פון ווי די קומסט, און וואס דיין ציל איז, לענ"ד איז איטיש נישט די פלאץ ווי די וועסט מצליח זיין.
נ.ב. פארציילט מיר א דיין מובהק אז איינער פון לב טהור האט עם נעכטן גערופן בעטן אז ער וויל אריבער קומען מיט 2 פרויען, האט עם די דיין געפרעגט, "ענק זענען גרייט אונטער צו שרייבן שטרי ברירין אז וואס מען פסק'ענט גייט מען פאלגן? אדער ענק קומען נאר ווייל ענק רעכענען אז איך וועל זאגן וואס ענק ווילן? די דיין ווארט נאך אויף תשובה.
דאס וואס התאחדות הרבנים האט ארויס געווארפן די לב טהור פרויען פאר צוויי וואכן צוריק, נישט וועלענדיג אפי' אנעמען א דין תורה פון זיי, איז אויך עפעס נישט צו פארשטיין פארוואס......