לאמיר מאכן א שנעלע סך הכל און איך האב יוצא געווען.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 3:49 pm @עסקן נמרץ נחלת הכלל ביי סעלפאונס מיינט נישט דרייווערס. ס'מיינט אינג און אלט אנשים ונשים.
און פאר דרייווערס, וועיז איז א נחלת הכלל פאר דרייווערס, וועיז אויפ'ן פאון נישט.
איך מאך נישט אוועק די באקוועמליכקייט דערפון, בפרט אז דו גייסט שפארן געלט פון קויפן א דעווייס. טויזנט פראצענט. אבער ס'דא וואס דארפן עס בכלל נישט, און ס'דא וואס דאס גייט זיי ממילא נישט זיין גענוג ווייל ס'ארבעט נישט אזוי גוט. סוי ס'גייט סערווירן נאר די מיעוט, און מצד שני גייט עס ווערן א טוי אין טאש פאר יעדן איינעם, און ס'איז א עפפ וואס באקומט נייע פיטשערס יעדן טאג, שרייבן צו אנדערע, קאנעקטן, רעפארטס, ס'איז בכלל נישט קיין קאלקולעיטאר.
ממילא, האלטן די קהלות אז ס'איז מער תועלת אויב דו גייסט יא קויפן א עקסטערע דעווייס, און דער סעלפאן בלייבט א סעלפאן.
וועיז איז א גאר גאר שטארק באנוצטע עפפ פאר צענדליגע טויזענטע היימישע אידן.
לויט מיין אינפארמאציע גייט וועיז אויפן פאון רעפלעיסן מהדרין GPS מיט לכה"פ 30-40 פראצענט (אפילו ס'האט חסרונות) און ביי אינגערלייט (וואס האבן נישט קיין ס"פ-טעבלעט) גייט עס לכאורה זיין 70-80 פראצענט.
די ערשטע פאר וואכן וואס א מענטש גייט עס האבן גייט ער זיך אסאך ארומשפילן (אזוי ווי יעדע נייע עפפ) אבער נישט פאר צו לאנג, והראיה קוק די הונדערטע אינגערלייט און בחורים וואס האבן פיג, וואנדער, וכדו'.
מאלטי-מידיא מעסידזש איז אסאך אינטערעסאנטער ווי וועיז.
וועיז גייט אייביג זיין מער אויסגעהאלטן ווי רוב אנדערע עפפס, און זיכער אויב ס'האט א הכשר וואס דארף עפראוון יעדע אפדעיט.
די לעצטע דריי יאר זייט וועד הקהילות איז דא, דרייען זיך הונדערטע אינגערלייט מיט די אזוי גערופענע מהדרין דיווייס מיט צענדליגע עפפס, און נאך הונדערטע מיט איידן געפילטערטע (?) ס"פ.
קען זיין ס'גייט ארויסקומען א בעסערע סעלושן, אבער ביזדערווייל פארשטיי איך אסאך בעסער די צד פון יא לאזן ווי נישט לאזן.
נ.ב. אלעס איז מיין פריוואטע מיינונג נאכן ליגן יארן אין די נושא, זיצן ביי מיטינגען מיט אפאר מוסדות, אבער סיי ווער מעג האלטן אנדערש ובפרט א תהילים איד.
נ.ב. ב' עס איז גאר געשמאק צו זעהן ווי שיין מ'קען רעדן אפילו אן טיילן מכות, און אפילו אין א יום התענית.