כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
nis
ניי צום טיש
פאוסטס: 13
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 7:45 pm
Location: New York
x 11

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך nis »

ביטע קומט אריין און שענקט געלט פאר צדקה https://abcharity.org/mymh
נח איש צדיק
פרישער באניצער
פאוסטס: 30
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 16, 2025 5:18 am
x 124

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך נח איש צדיק »

ר' משה יוסף מנחם העלבראנץ מוטשעט זיך זייער שטארק צו דעקן זיינע טאג טעגליכע מינעמאלע הוצאות פון עסן, רענט, אא"וו.

בפרט יעצט בהולדת בנו למזל טוב, ער דארף א סאך געלט צו דעקן די הוצאות פון די לידה די שפיטאל אליינס האט אפגעקאסט 1,500,
וואס דאס איז נאך פאר די הוצאות פונעם ברית
דערווייל האט משהלע צוואנציג דאלער און זיין באזיץ...

טייערע אידין: לאמיר אלע אריין כאפן א מצוה און ארויס העלפן א טייערע יונגערמאן, אן אמת'ע ירא שמים און לב טוב.

דא האט איר א לינק צו מנדב זיין: https://abcharity.org/MYMH

תזכו למצוות!
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1517
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15143

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

בנוגע די קאמפיין פאר ר' משה יוסף מנחם.

א) באופן כללי איז כדי צו געדענקן אז די טעללער קידנעפינג האט געקאסט שווערע טויזנטער דאלארן, די קאלאמביע אנטלויפענג האט געקאסט שווערע טויזנטער דאלארן. און דאס אלעס האבן געטון ארבעטסלאזע מענטשן. מענטשן וועלעכע האבן 0 אינקאם. די געלט איז געקומען פון וויליאמסבורג, בארא פארק, קרית יואל וכדו'.

לב טהור איז אנגעגאנגען 30 יאר און ברוטאל געפייניגט קליינע קינדערלעך מיט עינוים קשים ומרים, אלעס באצאלט דורך נדבת בני ישראל רחמנים בני רחמנים.

ב) נאכמער ווי דעם, א חלק פון די מהלך פון די עסקנים איז אז די יודן וועלעכע זענען נאך אין גווטאמאלא זאלן נישט זיין אזוי באקוועם דארט, און האבן א סיבה ארויסצוגיין פון גווטאמאלא. די רגע א יונגערמאן איז געסטעלט מיט א דירה, עסן, געלט אין טאש. מיינט דאס אטאמאטיש אז ער בלייבט דארט וואוינען, און זיינע קינדערלעך וועלן צוגרונד גיין לעולם וועד.

דאס איז אלעס באופן כללי.

ג) אבער יעדע כלל האט א יוצא כלל, און דאס איז לדוגמא א יונגערמאן וועלעכע ארבעט ארויסצוגיין פון לאנד, אבער טעכניש זענען זיינע פאפירן נאכנישט גרייט, אדער א יונגערמאן דארף גיין אין שפיטאל האבן א קינד, וואס דאס קאסט אים 2 אלפים, ער דארף באמת די געלט, און עס איז ברור כשמש אז ער געבט דאס נישט אוועק פאר אומגעוואונטשענע מאטיוון.

ד) די רגע מען מעג אים געבן געלט, ווערט עס א חיוב פון די עסקנים ארויסצוהעלפן. די סיבה איז וויבאלד מיר האבן (מיט רעכט) גורם געווען אז קיין שום יוד אין דער וועלט זאל אים נישט ווילן געבן געלט, און בדרך כלל ווען עס רופט אן א יוד פון לב טהור וועט די ערשטע שאלה זיין אויב ער איז א לב טהור יוד אדער א יוצא לב טהור, און אויב ער איז א לב טהור יוד וועט ער בדרך כלל נישט באקומען קיין דאלער.

איז אויב אזוי, דארפן מיר אים פארזארגן ווען ער פארדינט זיך באמת די געלט.

ה) היות די לב טהור יודן ווייסן אויך דעם סוד אז ווען עס איז לעבנסוויכטיג דארף מען צושטעלן, קענען לפעמים זיין געוויסע יחידים וועלעכע נעמען ארויס דעם פיקח נפש קארטל, און שנארען פאר בייזוויליגע מאטיוון, לויערס צו פייטן די עסקנים, אקציעס צו אנטלויפן. וכדו'. און דאס האלט ליידער אין איין פאסירן. מען שנארט פאר מטורנה, און מען אנטלויפט מיט קינדער, מען שנארט פאר שוך, און מען נעמט א לויער צו מסר'ן עסקנים וכדו'.

היות דאס איז מעשים בכל יום, איז כדאי יעדעס מאל צו באשטעטיגן מיט עסקנים אויב מען מעג געבן פאר דעם צוועק אדער נישט.

דעם יעצטיגן פאל פון משה יוסף מנחם איז באשטעטיגט ביי די עסקנים, ממילא וועלן מיר בעז''ה צוהעלפן און מחזק זיין (אויף א מסודר'דיגן אופן, ביז מען קומט אן צום סכום וואס מען דארף טאקע לעת עתה).

בנוגע אויף וועלעכע לינק צו געבן, @לעבער אייער און @העלפן א איד זענען מוסמוך'דיגע עסקנים.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
מקשין העולם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:43 pm
Location: monroe
x 554

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מקשין העולם »

על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 6:33 pm בנוגע די קאמפיין פאר ר' משה יוסף מנחם.
► Show Spoiler
א ריזיגן דאנק פאר'ן ארויפקומען קלאר און דייטליך, ביטע שטיין על המשמר מ'זאל נישט דארפן יעדע מאל פארברענגען מיט טענה'רייען און אראפרייסערייען צו מ'האט יא א אידיש הארץ צו נישט. מיר ווילן טוהן וואס ס'איז ריכטיג. מיר גייען זיך בל"נ נאכאמאל משתתף זיין. תזכו למצוות.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2189
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6737

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בודקע »

הערט זיך טאקע אומגלויבליך אבער איך טרעף מיך דא אויף איין בלאט @דער תהלים איד, זייער קלאר ארויסגעברענגט!
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1517
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15143

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

מקשין העולם האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 6:51 pm
על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 6:33 pm בנוגע די קאמפיין פאר ר' משה יוסף מנחם.
► Show Spoiler
א ריזיגן דאנק פאר'ן ארויפקומען קלאר און דייטליך, ביטע שטיין על המשמר מ'זאל נישט דארפן יעדע מאל פארברענגען מיט טענה'רייען און אראפרייסערייען צו מ'האט יא א אידיש הארץ צו נישט. מיר ווילן טוהן וואס ס'איז ריכטיג. מיר גייען זיך בל"נ נאכאמאל משתתף זיין. תזכו למצוות.
אנטשולדיגט פארן פארשפעטיגונוג.
נישט געווען ביים כלי היינט.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20249

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך דער תהלים איד »

על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 6:33 pm וויבאלד מיר האבן (מיט רעכט) גורם געווען אז קיין שום יוד אין דער וועלט זאל אים נישט ווילן געבן געלט, און בדרך כלל ווען עס רופט אן א יוד פון לב טהור וועט די ערשטע שאלה זיין אויב ער איז א לב טהור יוד אדער א יוצא לב טהור, און אויב ער איז א לב טהור יוד וועט ער בדרך כלל נישט באקומען קיין דאלער
איך האב נישט געטראכט פון די נקודה!

האסט א ריכטיג פונקט.
עסקן נמרץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 159
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 11:36 am
x 959

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך עסקן נמרץ »

פאר די אלע וואס האבן נישט אלעס פארשטאנען לאמיר אביסל מער מרחיב זיין.

נעכטן איז פארגעקומען א הערליכע שמחה אין מאנטריאל, ווען החתן הצדיק ר' אלטר יעקב מייזלס האט חתונה געהאט בשעה טובה ומוצלחת.

יענקי איז געווען פון די גאר שטארקע עסקנים לטובת המערכה פון די ערשטע מינוט.

פאר א יאר צוריק ווען די טייערע נשמות זענען אריינגעשליידערט געווארן אין די פינסטערע שעלטערס האבן די עסקנים גלייך פארשטאנען אז מ'קען נישט אליינס לאזן די נשמות צווישן די נידעריגע גוים.
תיכף איז צוזאמגעשטעלט געווארן א גרויסע חבורה פון טייערע וואלאנטירן וואס זענען אראפגעפארן קיין גואטעמאלא, ווי לאנגע וואכן האבן זיי פארברענגט מיט די טייערע קינדער, און זיי האבן געהאט א גרויסע חלק סיי אין די פאקט אז די יונגלעך-בחורים האבן באקומען א גאר שטארקע רצון אריסצוגיין פון דעי פלאץ ווי שנעלער, און בפרט אין די חלק אז עס איז געווען ממש א רעטונגס ברעט שלא יטמעו בין העכו"ם.

אזוי ווי סיי ווער וואס האט נאר געטון אין די נושא, איז איינמאל מ'דערקענט זיך מיט די פאקטן פון די נאנט איז ממש נישט דא קיין מעגליכקייט צו פארגעסן פון דעם און מ'בלייבט שטארק אריינגעטון אין די נושא, די זעלבע איז געווען דא מיט די בחורים, אפילו נאכן ענדיגן אין די שעלטערס זענען זיי אייביג גרייט צו טוהן סיי וואס צו העלפן די טייערע יוצאים.

לכבוד די חתונה זענען גאר א גרויסע טייל פון די עסקנים געקומען צו פארן זיך מיטפרייען מיט די שמחה, אריינגערעכנט ר' יואל יושע העשיל בלום, ר' אברהם גרינהוט, ר' שמעון ישראל פאזען, ר' אליעזר אבא זילבערשטיין, ר' יצחק טייכמאן, ר' שמואל יואל מילער, ר' הערש מיילעך מאיער, ר' בן ציון יאקאבאוויטש, ועל צבאם ר' שמואל פוקס.

אזוי אויך איז עס געווען א געלעגנהייט פאר די לאקאלע יוצאים פון מאנטריאל-טאהש זיך צו טרעפן מיט די עסקנים, ובפרט איז עס געווען א געוואלדיגע הנאה פאר די עסקנים -וואס האבן אינוועסטעט זייער בלוט און פלייש- צו זעהן ווי די יוצאים דא שמייכלען און לעבן אריין אויף אלע באקן.

אין די זעלבע צייט איז ב"ה פארשאפט געווארן ביי די חתונה פאנטאסטישע סכומים צו העלפן מיט די ריזיגע הוצאות.

משמחה זו יושפע שפע רב לנו ולכל ישראל.
ארויסצוהעלפן די לב טהור יוצאים מיט ווארימע סכומים, ווארפט אריין אייער הארציגע נדבה.

https://toirem.org/23423
אורך ימים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 116
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 17, 2025 12:40 am
Location: New York
x 531

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אורך ימים »

על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 6:33 pm

בנוגע אויף וועלעכע לינק צו געבן, @לעבער אייער און @העלפן א איד זענען מוסמוך'דיגע עסקנים.
לעבער אייער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 293
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
Location: בארא פארק
x 1316

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לעבער אייער »

פאר די אלע וואס פרעגן:
יא, מען קען קען נאך געבן!!!!!
https://abcharity.org/mymh
לעבער אייער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 293
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
Location: בארא פארק
x 1316

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לעבער אייער »

דער תהלים איד איז אריינגעקומען אזוי נישט מיר נישט דיר מיט א גלאטן 36 טאלער
דער אויבערשטער וועט אים זיכער באצאלן.
ברוינפן אדער יין
פרישער באניצער
פאוסטס: 61
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 2:38 am
Location: מאנסי
x 113

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ברוינפן אדער יין »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 6:32 pm
על פי תורה האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 6:23 pm
nis האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 6:20 pm

ער האט געגעבן צום סוף ????
איך האב זייער קלאר געשריבן אז ער זאל זיך פארבינדן מיט מיר אדער אנדערע עסקנים.
ער רעדט מיט מיר יעדע פאר טעג, ער האט מיין נאמבער.
קענסט מסביר זיין די רשעות פון פאדערן אז ער דארף דיר קאלן כדי צו באקומען דיין נדבה?!

@חלא בר חמרא האט נישט גענוג מאל קלארגעשטעלט אז לב טהור מענטשן האבן אויך א הארץ?!

רשעות בלי גבול.
איך קען מיך נישט איינהאלטן...

דאס איז נישט רשעות דאס איז אויסדריקליך רחמנות!!
לעבער אייער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 293
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
Location: בארא פארק
x 1316

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לעבער אייער »

א אידיש קינד א בן מלך האט זיך משתתף געווען מיט א פופציגער אשרי לו

https://abcharity.org/MYMH
אוועיטער
ז'וריקער
פרישער באניצער
פאוסטס: 89
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 07, 2025 4:14 pm
Location: אין גלות
x 486

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ז'וריקער »

חלא בר חמרא האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 4:16 pm ווילאנג דו נעמסט נישט אראפ דיין פאוסט ברענגסטו בידיים ממש א היזק פאר אן אומשולדיגער דך נכלם.


סטראשען מיט'ן יום הדין דערמאנט מיר פונעם חכם. הערט אויף ביטע...

איך רעד אויך מיט @משה יוסף מנחם העלבראנץ אויפן טעלעפאן און איך ווייס אויך אז ער דארף אסאך געלט און איך ווייס אויך אז ער איז ערליך, אבער דא איז דא א אנדערע נקודה.

לאמיר עס צונעמען...

מיט א יאר צוריק ווען די יעצטיגע לב טהור קאפיטל האט זיך אנגעהויבן האבן זיך געשטארקט די רופן פון די ראשי העסקנים בשום אין אופן נישט צו געבן קיין געלט פאר קיינעם פאר לב טהור ובפרט פאר איינער וואס איז נאך אין לב טהור פאר קיין שום צוועק שבעולם אן די הסכמה דירעקט פון די עסקנים, היות די אידן דארט זענען לאמיר עס רופן 'געטרעינט' ארויסצושלעפן געלט אויף אלע מיני אופנים צו דורכ'ן פרובירן צו ערוועקן רחמנות געפילן צו דורך זאגן ליגנט וכדו' וכדו'.

און דאס האט מען געהאלטן אין איין חזרן מיטן עולם און בעטן נאכאמאל און נאכאמאל.

דער עולם האט זיך אפגעבריעט און אנגעהויבן אויספאלגן מיט א שטארקייט די תקנה.

יעדע שטיק צייט איז א צווייטע חכם ארויפגעקומען אויף יודטיש מיט א לינק מאכן א קאמפיין פאר יוצאים און מיר האבן אלעמאל געוויסט אז מען געבט נישט ביז אונזערע לאקאלע עסקנים קאריספעדאנטן באשטעטיגען נישט, און מיר רעדן נישט יעצט פון היסטאריקער אדער אינטערוויו'ער כבודם במקומם מונחת, נאר דווקא עסקנים...

גייט זיך אריבער א שטיקל צייט און עס הייבט זיך אן א דין ודברים אויף אידטיש, יא געבן געלט פאר א לב טהור'ניק אדער נישט געבן, און נישט קיין נפק"מ פארוואס אבער די פאקט איז אז @על פי תורה און @סענס אף יומער זענען שטאק שטיל מען הערט נישט קיין טריל...

איז אזוי ווי דער עולם איז געטרעינט האט מען נישט געוואלט גיבן ביז מען האט א קלארע הסכמה. ריכטיג? שטימט? מאכט סענס?

איי זיין בעיבי וויינט?

האט מען נישט געזאגט דא אז זיי טוען דאס כסדר און מען דארף זיך באהיטן??

און אז מען דארף זיך באהיטן דווקא פון די קראנקע וועג פון מאכן פילן שלעכט פארן אפילו טראכטן אז אפשר איז די צוועק נישט אזוי וויכטיג ווי מען לייגט עס אראפ..

איך מיין, איינער האט מיר אויך היינט געזאגט אז מען גייט מיר זאפארט ארעסטירן אויב איך שיק אים נישט א גיפט קארד, איך ציטער נישט ווייל מען האט מיר אנגעזאגט פארדעם. פארשטייסט די קאנסעפט?

קענסט נישט קומען שרייען אויף מענטשן אכזר רשע וכו' וגו' פארן נישט געבן פאר עפעס וואס מען האט זיי אויפן זעלבן סייט אנגעזאגט נישט צו געבן אפילו פאר אזא וויכטיגע זאך אן א' ב' ג' זאל געשען....

עניוועי יעצט ווען איך ענדיג שרייבן זעה איך ענדלעך די פאלשטענדיגע הסכמה פון הרב @על פי תורה איז שוין סיי ווי גוט....

גראדע זאגט עניות דעתי אז אויב א שיינע פאר אידן האבן שוין געגעבן הונדערטערס און ער האט נאר צוואנציג דאלער אין טאש זאל מען אפשר שטעלן א קאמיטע וואס זאל זיכער מאכן אז ער פארלירט נישט קיין געלט און אז קיינער ציפט נישט אראפ אינטערוועגנס.....
...Thank you for your attention to this matter
שטילער ניק
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 17, 2025 2:24 pm
x 47

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שטילער ניק »

► Show Spoiler

שכח פארן ארויפקומען
זייער קלאר ארויסגעברענגט
נח איש צדיק
פרישער באניצער
פאוסטס: 30
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 16, 2025 5:18 am
x 124

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך נח איש צדיק »

די מאמענט די וואך
פיילס
IMG-20251231-WA0237.jpg
IMG-20251231-WA0237.jpg (249.85 KiB) געזען געווארן 1897 מאל
קטן בקטנים
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 10:14 pm
Location: monroe
x 31

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קטן בקטנים »

חלק ד שמועס מיט ר' יואל יושע העשיל?
א פרייליכער מענטש איז נישט דער וואס 'פארמאגט' אלעס, נאר דער וואס 'דאנקט' אויף אלעס.
אייביג צופרידן
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2025 2:45 pm
x 31

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אייביג צופרידן »

קטן בקטנים האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 11:50 am חלק ד שמועס מיט ר' יואל יושע העשיל?
גא"מ
לעבער אייער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 293
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
Location: בארא פארק
x 1316

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לעבער אייער »

ברוינפן אדער יין האט אריינגעווארפן אזא צען טאלער
שכח.
לעבער אייער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 293
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
Location: בארא פארק
x 1316

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לעבער אייער »

א צדיק נסתר מיט די לבוש פון anonymous האט געגעבן 500.00 צו באצאלן די סעודות ברית.
דער באשעפער וועט אים זיכער באצאלן מיט אלעס גוט'ס.


https://abcharity.org/MYMH
נח איש צדיק
פרישער באניצער
פאוסטס: 30
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 16, 2025 5:18 am
x 124

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך נח איש צדיק »

לעבער אייער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 2:52 pm א צדיק נסתר מיט די לבוש פון anonymous האט געגעבן 500.00 צו באצאלן די סעודות ברית.
דער באשעפער וועט אים זיכער באצאלן מיט אלעס גוט'ס.


https://abcharity.org/MYMH
רבותי לאמיר אלע העלפן א טייער ייד פון די מרחקים צו מאכן זיין שמחה מיט א רואיגקייט
חלא בר חמרא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 196
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 10, 2025 3:03 pm
Location: ירושלים עיר הקודש והמלוכה
x 817

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חלא בר חמרא »

לעבער אייער האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 8:57 pm דער תהלים איד איז אריינגעקומען אזוי נישט מיר נישט דיר מיט א גלאטן 36 טאלער
דער אויבערשטער וועט אים זיכער באצאלן.
כאטש האט זיך געלוינט די פעטש :lol: :lol: :lol:
באשטעטיגטע דורך ראשי המערכה: @קרני פרה @מתא מחסיא @ברוך אברהם @לעבער אייער @העלפן א איד @עסקן נמרץ
לעבער אייער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 293
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
Location: בארא פארק
x 1316

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לעבער אייער »

ז'וריקער איז אריינגעקומען מיט א פופציגער
אשריך!!!!!

https://abcharity.org/MYMH
אוועיטער
ז'וריקער
פרישער באניצער
פאוסטס: 89
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 07, 2025 4:14 pm
Location: אין גלות
x 486

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ז'וריקער »

לעבער אייער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 31, 2025 3:45 pm ז'וריקער איז אריינגעקומען מיט א פופציגער
אשריך!!!!!

https://abcharity.org/MYMH
ייש"כ פאר די שאוט אוט. א צוועק וואס איז קלאר באשטעטיגט דארף מען גיסן געלט!...
...Thank you for your attention to this matter
חלא בר חמרא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 196
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 10, 2025 3:03 pm
Location: ירושלים עיר הקודש והמלוכה
x 817

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חלא בר חמרא »

על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 6:33 pm בנוגע די קאמפיין פאר ר' משה יוסף מנחם.


בנוגע אויף וועלעכע לינק צו געבן, @לעבער אייער און @העלפן א איד זענען מוסמוך'דיגע עסקנים.
@ברוך אברהם @מתא מחסיא @קרני פרה פאלן אויך אין אט די הייליגע קאטעגאריע? @על פי תורה בשם ראשי ועסקני המערכה
באשטעטיגטע דורך ראשי המערכה: @קרני פרה @מתא מחסיא @ברוך אברהם @לעבער אייער @העלפן א איד @עסקן נמרץ
שרייב פאוסט