"אלקותו" בקהל חסידים?!

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
קטןודל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 432
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 8:48 am
x 673

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך קטןודל »

יצמח פורקניה האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 7:25 pm
יצמח פורקניה האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 12:58 pm
קטןודל האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 24, 2025 4:23 pm.
רבינו בחיי שמות ל"ג ז'
והיה כל מבקש ה' יצא אל אהל מועד אשר מחוץ למחנה. למדך שלא היתה שכינה שורה מתוך המחנה. והיה הכתוב ראוי לומר כל מבקש משה, אלא מכאן שנקרא משה בשם המיוחד, וכן מצינו שנקרא יעקב בשם אל שנאמר (בראשית לג) ויקרא לו אלהי ישראל כאשר פירשתי שם, וכן מצינו בשם הצדיק שנקרא בשם המיוחד, הוא שכתוב (שם כה) ותלך לדרוש את ה' וכתיב (שם) ויאמר ה' לה, ודרשו רז"ל על ידי שם כי השם המיוחד לא דבר עמה כלל, וכן מצינו במלך המשיח שנקרא בשם המיוחד שנאמר (ירמיה כג) וזה שמו אשר יקראו ה' צדקנו, וכן ירושלים (יחזקאל מח) ושם העיר מיום ה' שמה אל תקרי שמה אלא שמה, וטעם הדבר בכלם כי הדבק בדבר נקרא על שם הדבר שידבק בו, ונקרא השליח בשם השולח, ומזה מצינו שהמלאכים נקראים בשם המיוחד במקומות מן הכתובים, וכענין שכתוב (בראשית יח) ויאמר ה' אל אברהם למה זה צחקה שרה שהוא מלאך ונקרא בשם המיוחד וכמו שבארתי שם, וכן (שם יט) וה' המטיר שהוא גבריאל לדעת רז"ל מאת ה' מאת הקב"ה.
פיילס
00234566.jpg
00234566.jpg (87.65 KiB) געזען געווארן 978 מאל
0457784.jpg
0457784.jpg (95.98 KiB) געזען געווארן 978 מאל
ראובן
פרישער באניצער
פאוסטס: 37
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 07, 2025 2:27 am
x 61

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך ראובן »

Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 7:24 pm די איינציגסטע זאך וואס קען 'מעגליך' ארבעטן עט דיס פוינט איז זיי - בפרט דעם מנהיג - אויסשפייען פון כלל ישראל כפשוטו. קיינער זאל דארט נישט דאווענען, נישט באזוכן, נישט מצרף זיין צו מנין, וכו' וכו'.
מעגליך אז זיי זענען שוין געגאנגען צו ווייט אז דאס זאל ארבעטן זיי אויפצואוועקן, אבער ס'קען זיין אז דאס קען נאך ארבעטן.
איך מיין אז דער שמועס דא איז א שטיקל טעות. דא איז נישט די נידון וועגן זיי וויאזוי זיי צוריקצוברענגן. אוודאי דארף דאס זיין די ציל אז יעדער איד זאל תשובה טון, אבער דא איז נישט דאס די שמועס. דא איז די שמועס וועגן אונז!! וועגן אונזערע קינדער!! ״אונז״ דארף מיר וויסען אז די זאך עקזיסטירט נישט! לדוגמא, אז איך בין אן עמך איד אין מאנסי, די מערסטע אויף איין זייט וואס איז דא איז יאנג איזרעאל. די מערסטע אויף די אנדערע זייט איז נטורי קרתא (ביטע נישט זיך שטעלן אויף די נעמען, איך מיין די משל שבו). דאס הייסט יאנג איזרעאל קוק איך אן גאר ליבעראל, איך בין היפש ווייט פון זיי, אזוי אויך נטורי קרתא. זיי זענען מוראדיג עקסטרעם, איך בין גאר ווייט פון זיי. איך קען מיך נישט משדך זיין מיט קיין איינס פון זיי, אבער ביידע זענען אידן. איך וועל זיי העלפן טאמער זיי זענען שטעקן געבליבן אויפן הייוועי. אבער רעפארם און לב טהור עקזיסטירען נישט אויף מיין רעדאר!! זיי גלייבן נישט אין וואס מדארף גלייבן. דארף מען האפן זיי זאלן תשובה טון? אוודאי. אבער אין דעם מצב איז עס נעבעך אזוי. אזוי דארף צו זיין מיט דעם כת(ביז זיי טוען תשובה). נאכאמאל, נישט וועגן זיי, נאר וועגן אונז.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2084
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 7126

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך מסתמא »

Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 7:24 pm די איינציגסטע זאך וואס קען 'מעגליך' ארבעטן עט דיס פוינט איז זיי - בפרט דעם מנהיג - אויסשפייען פון כלל ישראל כפשוטו. קיינער זאל דארט נישט דאווענען, נישט באזוכן, נישט מצרף זיין צו מנין, וכו' וכו'.
מעגליך אז זיי זענען שוין געגאנגען צו ווייט אז דאס זאל ארבעטן זיי אויפצואוועקן, אבער ס'קען זיין אז דאס קען נאך ארבעטן.
למען האמת, וואס כלל ישראל דארף/גייט טון, ווייס איך נישט. אבער אני הקטן וועל אזא איד פון דארטן נישט מצרף זיין צו א מנין וואו איך דאוון, זייערע ספרי קודש תפילין ומזוזה איז בעיני פסול, זייערע שוהלן זענען בעיני א מקום עבודה זרה ואסור ליכנס שם. איך בין נישט קיין פוסק פאר א צווייטער, אבער פאר זיך אליינס איז יעדער איד מחיוב צו זיין א פוסק און זיך פירן ע”פ תורה ושולחן ערוך, וכך עלה בידי. וואס איז מיך יחיד נוגע איז מיך 100% קלאר בלי שום צל של ספק.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2084
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 7126

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך מסתמא »

בן זכר האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 7:36 pm
Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 7:24 pm די איינציגסטע זאך וואס קען 'מעגליך' ארבעטן עט דיס פוינט איז זיי - בפרט דעם מנהיג - אויסשפייען פון כלל ישראל כפשוטו. קיינער זאל דארט נישט דאווענען, נישט באזוכן, נישט מצרף זיין צו מנין, וכו' וכו'.
מעגליך אז זיי זענען שוין געגאנגען צו ווייט אז דאס זאל ארבעטן זיי אויפצואוועקן, אבער ס'קען זיין אז דאס קען נאך ארבעטן.
אזוי ווי איך האב געשריבן
סאיז נישט דא היינט די כח צו מאכן אזא מין זאך, ווי באלד סאיז נישט דא קיין סנהדרין

חוץ פון דעם, נישט דא פון ווי צו זי מוקיע זיין, זיי זענען אפגעשייט ממילא פון די הייגענע רצון
בדומה (- אמנם נישט ממש עד כדי כך) צו לב טהור וואס דארט פארשטייסטו אז ס'קומט נישט אריין
שוין געהערט פון די טיילונג אין אונגארן? שוין געהערט פון די מימרא אז ווען דער בעל שם הקדוש האט אויסגעשלאסן די כת פראנקיסטן פון כלל ישראל האט כביכול מוריד דמעות געווען?

איר ווייסט אז עובדה ידענה פון היינטיגע צייטן אז די אונגארישע היימישע רבנים האבן פה אחד מתיר געווען א ממזרת וועלכע איז געבוירן פון א צווייטע מאן על סמך אז די ערשטע קידושין איז נישט קיין קידושין ווייל סאיז געמאכט געווארן דורך א ריפארם ראביי וואס איז לדעתינו אויסגעשלאסן פון כלל ישראל על סמך זאת האט זיין סידור קידושין נישט געהאט קיין שום תוקף
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2084
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 7126

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך מסתמא »

מגייט הכנות ליום אידם. דאס שיקט מען פאר אידישע טעכטער, חרפות ובושות.
image.png
image.png (134.35 KiB) געזען געווארן 708 מאל
image (1).png
image (1).png (130.16 KiB) געזען געווארן 708 מאל
image (2).png
image (2).png (173.83 KiB) געזען געווארן 708 מאל
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אויגעלעך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 355
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 1:38 pm
x 582

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך אויגעלעך »

מסתמא האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 12:02 pm מגייט הכנות ליום אידם. דאס שיקט מען פאר אידישע טעכטער, חרפות ובושות.
image.png
image (1).png
image (2).png
סארי באט וואס איז די חרפות ובושות?
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 733
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1307

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך צווייטער »

אויגעלעך האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 12:14 pm

דו שעמסט זיך נישט פאר זיך אליין לאן הגענו?
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1303
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4145

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך Think and Thank »

מסתמא האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 11:44 am איר ווייסט אז עובדה ידענה פון היינטיגע צייטן אז די אונגארישע היימישע רבנים האבן פה אחד מתיר געווען א ממזרת וועלכע איז געבוירן פון א צווייטע מאן על סמך אז די ערשטע קידושין איז נישט קיין קידושין ווייל סאיז געמאכט געווארן דורך א ריפארם ראביי וואס איז לדעתינו אויסגעשלאסן פון כלל ישראל על סמך זאת האט זיין סידור קידושין נישט געהאט קיין שום תוקף

כ'וואלט געוואלט וויסן מער איבער די עובדא, היות כדי קידושין זאל חל זיין דארף בכלל נישט זיין קיין מסדר קידושין.
אולי איז די מעשה געווען אז די עדים זענען געווען רעפארם? אויב יא האט עס נישט מיט אויסשליסן פון כלל ישראל היות א מחלל שבת בפרהסיא איז אויך פסול לעדות.
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 228
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 256

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך דריידל »

צווייטער האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 12:20 pm
אויגעלעך האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 12:14 pm
מסתמא האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 12:02 pm מגייט הכנות ליום אידם. דאס שיקט מען פאר אידישע טעכטער, חרפות ובושות.
image.png
image (1).png
image (2).png
סארי באט וואס איז די חרפות ובושות?
דט שעמסט זיך נישט פאר זיך אליין לאן הגענו?
איך זעה אויך גארנישט אויסטערליש.

וואס באדערט דיך, דעם כ"ה אכסוף? נישט געפערליך - שוין געהערט אזוינס.
62, בלאק אריין די קעדי
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2084
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 7126

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך מסתמא »

Think and Thank האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 12:46 pm
מסתמא האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 11:44 am איר ווייסט אז עובדה ידענה פון היינטיגע צייטן אז די אונגארישע היימישע רבנים האבן פה אחד מתיר געווען א ממזרת וועלכע איז געבוירן פון א צווייטע מאן על סמך אז די ערשטע קידושין איז נישט קיין קידושין ווייל סאיז געמאכט געווארן דורך א ריפארם ראביי וואס איז לדעתינו אויסגעשלאסן פון כלל ישראל על סמך זאת האט זיין סידור קידושין נישט געהאט קיין שום תוקף

כ'וואלט געוואלט וויסן מער איבער די עובדא, היות כדי קידושין זאל חל זיין דארף בכלל נישט זיין קיין מסדר קידושין.
אולי איז די מעשה געווען אז די עדים זענען געווען רעפארם? אויב יא האט עס נישט מיט אויסשליסן פון כלל ישראל היות א מחלל שבת בפרהסיא איז אויך פסול לעדות.
אלעס דארטן איז געווען רעפארם, בפשטות איז בכלל נישט געווען קיין עדות, אויב יא זיכער רעפארם. קען טאקע זיין אז סאיז אין הנידון דומה לראיה
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2084
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 7126

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך מסתמא »

דריידל האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 12:47 pm
צווייטער האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 12:20 pm
אויגעלעך האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 12:14 pm
סארי באט וואס איז די חרפות ובושות?
דט שעמסט זיך נישט פאר זיך אליין לאן הגענו?
איך זעה אויך גארנישט אויסטערליש.

וואס באדערט דיך, דעם כ"ה אכסוף? נישט געפערליך - שוין געהערט אזוינס.
פרעגלען חולה‘דיגע אהבה פון נשים צו זייער רבי, סאיז א דבר מוזר מאוד ואין אפטרופוס וכו‘ כהאב ערנסט געמיינט אז סאיז זעלבסטפארשטענדליך. אבער סיי וויאזוי איז עס בס”ה ווי די טשערי אן טאפ
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 733
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1307

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך צווייטער »

דריידל האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 12:47 pm
צווייטער האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 12:20 pm
אויגעלעך האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 12:14 pm
סארי באט וואס איז די חרפות ובושות?
דט שעמסט זיך נישט פאר זיך אליין לאן הגענו?
איך זעה אויך גארנישט אויסטערליש.

וואס באדערט דיך, דעם כ"ה אכסוף? נישט געפערליך - שוין געהערט אזוינס.
ווען איך האב ווען נערוון וואלט איך אביסל מרחיב הדיבור געווען, אבער פטור בלא כלום אי אפשר. ומוחזקת @דריידל אז דו וועסט פארשטיין דעם ענין, ווייל איך קען דיר (פון דיינע פאוסטס).

איך וועל אנהייבן פון אל''ף נאך בעפאר וויז'ניץ און שפין עס ווייטער.

מיסודי השקפת היהדות איז א חדר, א מיידל שולע וכדו' ווי מ'לערנט מיט קינדער און בחורים דארף זיין אוועקגעשטעלט דוקא 'שטאטיש' (ס'איז דא א שארפע מעשה איבער דעם מיט'ן ר''י הרב ראזענבלום זצ''ל ואכ''מ). ואסביר דברי, צו אויפבויען א קינד מיט געזונטע אידישע יסודות דארף א קינד לערנען אין די מוסדות בלויז די יסודות היהדות און גארנישט מער פון דעם וכל המוסף גורע.

נישט קיין חילוק אין וועלכער קרייז אדער שיכט (וואס מיינט עס?..) א איד באלאנגט, איז דא Core Values בלע''ז, מיר האבן אלע אייניגע י''ג עיקרים, מיר האבן אלע די זעלבע אברהם יצחק יעקב, מיר האבן די זעלבע משה רבינו מיט אהרן הכהן, מיר האבן די זעלבע בית שמאי ובית הלל, מיר האבן די זעלבע אביי ורבא, מיר האבן די זעלבע רבינא ורב אשי, מיר האבן די זעלבע רמב''ם, רא''ש, רמב''ן און ריטב''א, און אויך די זעלבע שולחן ערוך מיט'ן מגן אברהם. און גיי ווייטער מיט'ן ליסטע.

כדי צו זיין א אויסגעבויעטע איד מוז ער אין די אינגע יארן ווען מ'ווערט אנטוויקעלט זיך גוט אויפבויען און ארייננעמען די יסודי היהדות אין הארץ אריין, ער מוז וויסן אז משה רבינו האט אונז איבערגעגעבן א תורה מפי הגבורה, און ער מוז אויך וויסן די יסודות פון תורה שבע''פ, און וויאזוי די גמרא איז די יסוד פון תורה שבע''פ און די ראשונים זענען די ממשיכים פון אויסבויען די תורה ווייטער.

און אזוי ווייטער צענדליגער אנדערע אידישע יסודות וואס א אידיש קינד - א אינגל אדער מיידל צוגלייך - מוז מיט דעם אויפוואקסן אין די אינגע יארן און עס ארייננעמען אין זיין אינג הארץ און מח.

און נאר נאכדעם - דוקא נאכדעם - וואס ער איז שוין אויפגעבויעט מיט די יסודי ועמודי היהדות, קען ער אנהייבן צו טון און אנדערע מושגים אין יהדות, העכערע צו קלענערע מושגים, יעדע קרייז בכלליות מיט זיינע ענינים ודרכים, און אזוי אויך יעדער איינער בפרטיות לויט ווי זיין הארץ איז אים מושך. (וכעי''ז כתב הרמב''ם פ''ד הי''ג מהל' יסוה''ת)

ס'איז נישט געזונט פאר א אידיש קינד צו באקומען א חינוך בכלל פון א קשר מיט'ן רבי'ן (כ'רעד נישט פון א רבי אין חדר אדער ישיבה וואס לערנט בפועל ממש מיט אים הוויות דאביי ורבא), ער דארף נישט לערנען אין חדר אז דער רבי פירט טיש, און ער דארף נישט לערנען אין חדר אז דער רבי פליט אין הימל אפילו ס'זאל זיין אמת, נישט דאס דארף א אידיש קינד נתחנך ווערן. (ידוע המעשה של ר' ישראל זופניק ע''ה עם מרן מסאטמאר זי''ע בזה)

און פי כמה ערגער איז ווען א ליכטיג קליין ערליך מיידעלע ווערט נתחנך צו וויסן ''הייליגע רבי נפשי חולת אהבתך'', דאס איז סם המוות ממש פאר אידיש טאכטער.

ועדיין יש להאריך בזה מאד ווייל ס'איז א לאנגע און א ברייטע נושא מיט אסאך כללים ופרטים, אבער דזשאסט א טעימה.
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8112
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 19530

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@צווייטער ס'שוין די צווייטע מאל וואס דו שרייבסט א טראפ אנדערש ווי איך טראכט און איך וויל דיר פארט געבן א קניפ אין בעקל! (נעכטן ביי ברסלב און יעצט דא).

שפתיים יושק, דברי פי חכם חן.

נאר 2 הערות.

1) רוב חסידות'ן זענען היינט אויסגעשטעלט אויף א וועג וואס איז נישט קיין סתירה צו שטאטיש. חסידות מיינט נישט היינט פראווען מופתים און אויך נישט פראווען מדריגות. ממילא איז נישט עכט נוגע דער חלק (וואס וואלט געמיינט רוב מוסדות התורה).

2) דער נפשי חולת איז א קרענק און סם השקר, נישט בלויז פאר קינדער...
שנייידיינעגל
ניי צום טיש
פאוסטס: 8
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 11:33 am
x 38

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך שנייידיינעגל »

הראש החברה יוסי ברטלר מראשי חבורתא
בשיחה לנשות השוואנצנים
בדקה 2:45 הכותל המערבי חשוב אצלינו רק בגלל שההייליגער רבי מחשיב אותו... וח"ו לא לנתק את זה ולהגיד שלי יש בכותל שפה אחרת שההייליגע באשעפער מבין אותי (דהיינו שהתפילות עולות ישר ולא דרך ההייליגע רבי כפי שהתבאר קודם באותה שיחה).

השם ישמור ויציל וירחם
קו נשים_20251208085714.mp3
(805.9 KiB) דאונלאודעד 119 מאל
בקיצור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 391
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 11:55 am
x 410

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך בקיצור »

צווייטער האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 1:40 pm
דריידל האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 12:47 pm
צווייטער האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 12:20 pm

דט שעמסט זיך נישט פאר זיך אליין לאן הגענו?
איך זעה אויך גארנישט אויסטערליש.

וואס באדערט דיך, דעם כ"ה אכסוף? נישט געפערליך - שוין געהערט אזוינס.
ווען איך האב ווען נערוון וואלט איך אביסל מרחיב הדיבור געווען, אבער פטור בלא כלום אי אפשר. ומוחזקת @דריידל אז דו וועסט פארשטיין דעם ענין, ווייל איך קען דיר (פון דיינע פאוסטס).

איך וועל אנהייבן פון אל''ף נאך בעפאר וויז'ניץ און שפין עס ווייטער.

מיסודי השקפת היהדות איז א חדר, א מיידל שולע וכדו' ווי מ'לערנט מיט קינדער און בחורים דארף זיין אוועקגעשטעלט דוקא 'שטאטיש' (ס'איז דא א שארפע מעשה איבער דעם מיט'ן ר''י הרב ראזענבלום זצ''ל ואכ''מ). ואסביר דברי, צו אויפבויען א קינד מיט געזונטע אידישע יסודות דארף א קינד לערנען אין די מוסדות בלויז די יסודות היהדות און גארנישט מער פון דעם וכל המוסף גורע.

נישט קיין חילוק אין וועלכער קרייז אדער שיכט (וואס מיינט עס?..) א איד באלאנגט, איז דא Core Values בלע''ז, מיר האבן אלע אייניגע י''ג עיקרים, מיר האבן אלע די זעלבע אברהם יצחק יעקב, מיר האבן די זעלבע משה רבינו מיט אהרן הכהן, מיר האבן די זעלבע בית שמאי ובית הלל, מיר האבן די זעלבע אביי ורבא, מיר האבן די זעלבע רבינא ורב אשי, מיר האבן די זעלבע רמב''ם, רא''ש, רמב''ן און ריטב''א, און אויך די זעלבע שולחן ערוך מיט'ן מגן אברהם. און גיי ווייטער מיט'ן ליסטע.

כדי צו זיין א אויסגעבויעטע איד מוז ער אין די אינגע יארן ווען מ'ווערט אנטוויקעלט זיך גוט אויפבויען און ארייננעמען די יסודי היהדות אין הארץ אריין, ער מוז וויסן אז משה רבינו האט אונז איבערגעגעבן א תורה מפי הגבורה, און ער מוז אויך וויסן די יסודות פון תורה שבע''פ, און וויאזוי די גמרא איז די יסוד פון תורה שבע''פ און די ראשונים זענען די ממשיכים פון אויסבויען די תורה ווייטער.

און אזוי ווייטער צענדליגער אנדערע אידישע יסודות וואס א אידיש קינד - א אינגל אדער מיידל צוגלייך - מוז מיט דעם אויפוואקסן אין די אינגע יארן און עס ארייננעמען אין זיין אינג הארץ און מח.

און נאר נאכדעם - דוקא נאכדעם - וואס ער איז שוין אויפגעבויעט מיט די יסודי ועמודי היהדות, קען ער אנהייבן צו טון און אנדערע מושגים אין יהדות, העכערע צו קלענערע מושגים, יעדע קרייז בכלליות מיט זיינע ענינים ודרכים, און אזוי אויך יעדער איינער בפרטיות לויט ווי זיין הארץ איז אים מושך. (וכעי''ז כתב הרמב''ם פ''ד הי''ג מהל' יסוה''ת)

ס'איז נישט געזונט פאר א אידיש קינד צו באקומען א חינוך בכלל פון א קשר מיט'ן רבי'ן (כ'רעד נישט פון א רבי אין חדר אדער ישיבה וואס לערנט בפועל ממש מיט אים הוויות דאביי ורבא), ער דארף נישט לערנען אין חדר אז דער רבי פירט טיש, און ער דארף נישט לערנען אין חדר אז דער רבי פליט אין הימל אפילו ס'זאל זיין אמת, נישט דאס דארף א אידיש קינד נתחנך ווערן. (ידוע המעשה של ר' ישראל זופניק ע''ה עם מרן מסאטמאר זי''ע בזה)

און פי כמה ערגער איז ווען א ליכטיג קליין ערליך מיידעלע ווערט נתחנך צו וויסן ''הייליגע רבי נפשי חולת אהבתך'', דאס איז סם המוות ממש פאר אידיש טאכטער.

ועדיין יש להאריך בזה מאד ווייל ס'איז א לאנגע און א ברייטע נושא מיט אסאך כללים ופרטים, אבער דזשאסט א טעימה.
אזוי ווי אלעמאל, שרייבסטו קלאר בע'טעמ'ט און צו די זאך.
אבער לענ"ד, איז אוודאי יא וויכטיג צו לערנען מיו די קינדער - עכ"פ די אינגלעך - איבער מצוות אמונת חכמים, ודביקות בחכמים, שהוא מצוות עשה בתורה. אלס א חלק פון די יסודות היהדות.
[ללא קשר עם כת שוואנצאנוס].
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2084
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 7126

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך מסתמא »

בקיצור האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 1:57 pm אבער לענ"ד, איז אוודאי יא וויכטיג צו לערנען מיו די קינדער - עכ"פ די אינגלעך - איבער מצוות אמונת חכמים, ודביקות בחכמים, שהוא מצוות עשה בתורה. אלס א חלק פון די יסודות היהדות.
[ללא קשר עם כת שוואנצאנוס].
אפשר ביטע בויסטו עס אויס עטוואס קלארער כללותיה ופרטותיה ע”פ גמרא ראשונים והפוסקים עכ”פ בקיצור נמרץ דא
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
בקיצור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 391
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 02, 2025 11:55 am
x 410

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך בקיצור »

מסתמא האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 2:00 pm
בקיצור האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 1:57 pm אבער לענ"ד, איז אוודאי יא וויכטיג צו לערנען מיו די קינדער - עכ"פ די אינגלעך - איבער מצוות אמונת חכמים, ודביקות בחכמים, שהוא מצוות עשה בתורה. אלס א חלק פון די יסודות היהדות.
[ללא קשר עם כת שוואנצאנוס].
אפשר ביטע בויסטו עס אויס עטוואס קלארער כללותיה ופרטותיה ע”פ גמרא ראשונים והפוסקים עכ”פ בקיצור נמרץ דא

אֶת יְהוָה אֱלֹהֶיךָ תִּירָא אֹתוֹ תַעֲבֹד וּבוֹ תִדְבָּק וּבִשְׁמוֹ תִּשָּׁבֵעַ. (דברים י, כ)
כִּי אִם שָׁמֹר תִּשְׁמְרוּן אֶת כָּל הַמִּצְוָה הַזֹּאת אֲשֶׁר אָנֹכִי מְצַוֶּה אֶתְכֶם לַעֲשֹׂתָהּ לְאַהֲבָה אֶת יְהוָה אֱלֹהֵיכֶם לָלֶכֶת בְּכָל דְּרָכָיו וּלְדָבְקָה בוֹ. (דברים יא, כב)
אַחֲרֵי יְהוָה אֱלֹהֵיכֶם תֵּלֵכוּ וְאֹתוֹ תִירָאוּ וְאֶת מִצְוֺתָיו תִּשְׁמֹרוּ וּבְקֹלוֹ תִשְׁמָעוּ וְאֹתוֹ תַעֲבֹדוּ וּבוֹ תִדְבָּקוּן. (דברים יג, ה)

גמ' כתובות קיא, ב
ואתם הדבקים בה' אלהיכם חיים כולכם היום וכי אפשר לדבוקי בשכינה והכתיב (דברים ד, כד) כי ה' אלהיך אש אוכלה אלא כל המשיא בתו לתלמיד חכם והעושה פרקמטיא לתלמידי חכמים והמהנה תלמידי חכמים מנכסיו מעלה עליו הכתוב כאילו מדבק בשכינה.

רמב"ם ה' דיעות
מצות עשה להדבק בחכמים ותלמידיהם כדי ללמוד ממעשיהם כענין שנאמר ובו תדבק וכי אפשר לאדם להדבק בשכינה אלא כך אמרו חכמים בפירוש מצוה זו הדבק בחכמים ותלמידיהם לפיכך צריך אדם להשתדל שישא בת תלמיד חכם וישיא בתו לתלמיד חכם ולאכול ולשתות עם תלמידי חכמים ולעשות פרקמטיא לתלמיד חכם ולהתחבר להן בכל מיני חבור שנאמר ולדבקה בו וכן צוו חכמים ואמרו והוי מתאבק בעפר רגליהם ושותה בצמא את דבריהם.

רמב"ם ספר המצוות
מצות עשה ו - לדבוק בה'
היא שצונו להתחבר עם החכמים ולהתיחד עמהם ולהתמיד בישיבתם, בכל אופן מאופני העבודה והחברה, במאכל ובמשתה והעסק, כדי שיגיע לנו להדמות במעשיהם ולהאמין האמתיות מדבריהם. והוא אמרו יתעלה "ובו תדבק" (דברים י, כ). וכבר נכפל זה הצווי גם כן "ולדבקה בו" (דברים יא, כב).

חינוך
מצוה תלד - לדבוק בה'
שנצטוינו להתחבר ולהתדבק עם חכמי התורה, כדי שנלמד מהם מצותיה הנכבדות, ויורונו הדעות האמתיות בה שהם מקבלים מהם. ועל זה נאמר "ובו תדבק" (דברים י, כ) ונכפל הצווי במקום אחר, שנאמר "ולדבקה בו" (שם יא, כב). ואמרו זכרונם לברכה (כתובות קיא:): וכי אפשר לו לאדם להדבק בשכינה? והא כתיב "כי יי אלהיך אש אוכלה הוא"! (דברים ד, כד) אלא הדבק לתלמידי חכמים ולתלמידיהם כאלו נדבק בו ברוך הוא. ומזה למדו רבותינו זכרונם לברכה לומר שכל הנושא בת תלמיד חכם והמשיא בתו לתלמיד חכם ומהנהו מנכסיו, כאלו נדבק בשכינה. ועוד דרשו בספרי (עקב, פיסקא מט): "ולדבקה בו", למוד דברי אגדה שמתוך כך אתה מכיר מי שאמר והיה העולם.

שרש המצוה נגלה הוא, כדי שנלמד לדעת דרכי השם יתברך.

ודיני המצוה כבר כתבתי קצתן.

ונוהגת מצוה זו בכל מקום ובכל זמן בזכרים. וגם הנקבות מצוה עליהן גם כן לשמע דברי חכמים, כדי שילמדו לדעת את השם.

והעובר על זה ואינו מתחבר עמהם וקובע בלבו אהבתם ומשתדל בטובם ותועלתם בעתים שיש ספק בידו לעשות כן, מבטל עשה זה וענשו גדול מאד. כי הם קיום התורה ויסוד חזק לתשועת הנפשות, שכל הרגיל עמהם, לא במהרה הוא חוטא. והמלך שלמה אמר "הולך את חכמים יחכם" (משלי יג, כ). ורבותינו זכרונם לברכה אמרו (אבות א, ד), הוי מתאבק בעפר רגליהם.

סמ"ג
מצות עשה ח - לדבוק בה'
מצות עשה להדבק בחכמים כדי ללמוד ממעשיהם, שנאמר "ובו תדבקון". ואמרינן בפרק אחרון דכתובות (דף קיא:): וכי אפשר לו לאדם להדבק בשכינה?! והא כתיב (דברים ד, כד) "אש אכלה הוא"! אלא הידבק בחכמים ובתלמידים, בין בזיווג בין במשא ומתן ובכל מיני חיבור, שנאמר "ולדבקה בו".

ושנינו במסכת אבות (א, משנה ד): "הוי מתאבק בעפר רגליהם ושותה בצמא את כל דבריהם". ואומר "הולך את חכמים יחכם" (משלי יג, כ). ואומר "אשרי האיש אשר לא הלך בעצת רשעים" וגומר (תהלים א, א).
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2084
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 7126

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך מסתמא »

בקיצור האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 2:16 pm .
ייש”כ גדול. אבער סאיז קלאר פון די ליקוט אז מרעדט פון גדולי תורה און נישט פון קיין אמונה אין סתם פלעינע מענטשן וואס זייער גאנצע יחוס איז אז זייער זיידע איז געווען א צדיק וגדול בתורה. אבער ייש”כ נאכאמאל.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
קטןודל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 432
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 8:48 am
x 673

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך קטןודל »

מסתמא האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 2:46 pm
בקיצור האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 2:16 pm .
ייש”כ גדול. אבער סאיז קלאר פון די ליקוט אז מרעדט פון גדולי תורה און נישט פון קיין אמונה אין סתם פלעינע מענטשן וואס זייער גאנצע יחוס איז אז זייער זיידע איז געווען א צדיק וגדול בתורה. אבער ייש”כ נאכאמאל.
ס'איז פארהאן א גוט ווארט מענין זה. אמונת צדיקים איז טייטש אז מ'דארף גלייבן אין א צדיק, נישט אז פלוני בן פלוני דער איז דער צדיק, והבן.
קטןודל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 432
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 8:48 am
x 673

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך קטןודל »

צווייטער האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 1:40 pm
דריידל האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 12:47 pm
צווייטער האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 12:20 pm

דט שעמסט זיך נישט פאר זיך אליין לאן הגענו?
איך זעה אויך גארנישט אויסטערליש.

וואס באדערט דיך, דעם כ"ה אכסוף? נישט געפערליך - שוין געהערט אזוינס.
און פי כמה ערגער איז ווען א ליכטיג קליין ערליך מיידעלע ווערט נתחנך צו וויסן ''הייליגע רבי נפשי חולת אהבתך'', דאס איז סם המוות ממש פאר אידיש טאכטער.

ועדיין יש להאריך בזה מאד ווייל ס'איז א לאנגע און א ברייטע נושא מיט אסאך כללים ופרטים, אבער דזשאסט א טעימה.
האסט זייער גוט געשריבן, ספעציעל ווען ס'איז דא א קלא דלא פסיק ווי אזוי ס'גייט צו פארשידענע זאכן אין יענע חסידות בנוגע אידישע טעכטער, ואי אפשר להאריך יותר.
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 228
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 256

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך דריידל »

צווייטער האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 1:40 pm
דריידל האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 12:47 pm
צווייטער האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 12:20 pm

דט שעמסט זיך נישט פאר זיך אליין לאן הגענו?
איך זעה אויך גארנישט אויסטערליש.

וואס באדערט דיך, דעם כ"ה אכסוף? נישט געפערליך - שוין געהערט אזוינס.
ווען איך האב ווען נערוון וואלט איך אביסל מרחיב הדיבור געווען, אבער פטור בלא כלום אי אפשר. ומוחזקת @דריידל אז דו וועסט פארשטיין דעם ענין, ווייל איך קען דיר (פון דיינע פאוסטס).

איך וועל אנהייבן פון אל''ף נאך בעפאר וויז'ניץ און שפין עס ווייטער.

מיסודי השקפת היהדות איז א חדר, א מיידל שולע וכדו' ווי מ'לערנט מיט קינדער און בחורים דארף זיין אוועקגעשטעלט דוקא 'שטאטיש' (ס'איז דא א שארפע מעשה איבער דעם מיט'ן ר''י הרב ראזענבלום זצ''ל ואכ''מ). ואסביר דברי, צו אויפבויען א קינד מיט געזונטע אידישע יסודות דארף א קינד לערנען אין די מוסדות בלויז די יסודות היהדות און גארנישט מער פון דעם וכל המוסף גורע.

נישט קיין חילוק אין וועלכער קרייז אדער שיכט (וואס מיינט עס?..) א איד באלאנגט, איז דא Core Values בלע''ז, מיר האבן אלע אייניגע י''ג עיקרים, מיר האבן אלע די זעלבע אברהם יצחק יעקב, מיר האבן די זעלבע משה רבינו מיט אהרן הכהן, מיר האבן די זעלבע בית שמאי ובית הלל, מיר האבן די זעלבע אביי ורבא, מיר האבן די זעלבע רבינא ורב אשי, מיר האבן די זעלבע רמב''ם, רא''ש, רמב''ן און ריטב''א, און אויך די זעלבע שולחן ערוך מיט'ן מגן אברהם. און גיי ווייטער מיט'ן ליסטע.

כדי צו זיין א אויסגעבויעטע איד מוז ער אין די אינגע יארן ווען מ'ווערט אנטוויקעלט זיך גוט אויפבויען און ארייננעמען די יסודי היהדות אין הארץ אריין, ער מוז וויסן אז משה רבינו האט אונז איבערגעגעבן א תורה מפי הגבורה, און ער מוז אויך וויסן די יסודות פון תורה שבע''פ, און וויאזוי די גמרא איז די יסוד פון תורה שבע''פ און די ראשונים זענען די ממשיכים פון אויסבויען די תורה ווייטער.

און אזוי ווייטער צענדליגער אנדערע אידישע יסודות וואס א אידיש קינד - א אינגל אדער מיידל צוגלייך - מוז מיט דעם אויפוואקסן אין די אינגע יארן און עס ארייננעמען אין זיין אינג הארץ און מח.

און נאר נאכדעם - דוקא נאכדעם - וואס ער איז שוין אויפגעבויעט מיט די יסודי ועמודי היהדות, קען ער אנהייבן צו טון און אנדערע מושגים אין יהדות, העכערע צו קלענערע מושגים, יעדע קרייז בכלליות מיט זיינע ענינים ודרכים, און אזוי אויך יעדער איינער בפרטיות לויט ווי זיין הארץ איז אים מושך. (וכעי''ז כתב הרמב''ם פ''ד הי''ג מהל' יסוה''ת)

ס'איז נישט געזונט פאר א אידיש קינד צו באקומען א חינוך בכלל פון א קשר מיט'ן רבי'ן (כ'רעד נישט פון א רבי אין חדר אדער ישיבה וואס לערנט בפועל ממש מיט אים הוויות דאביי ורבא), ער דארף נישט לערנען אין חדר אז דער רבי פירט טיש, און ער דארף נישט לערנען אין חדר אז דער רבי פליט אין הימל אפילו ס'זאל זיין אמת, נישט דאס דארף א אידיש קינד נתחנך ווערן. (ידוע המעשה של ר' ישראל זופניק ע''ה עם מרן מסאטמאר זי''ע בזה)

און פי כמה ערגער איז ווען א ליכטיג קליין ערליך מיידעלע ווערט נתחנך צו וויסן ''הייליגע רבי נפשי חולת אהבתך'', דאס איז סם המוות ממש פאר אידיש טאכטער.

ועדיין יש להאריך בזה מאד ווייל ס'איז א לאנגע און א ברייטע נושא מיט אסאך כללים ופרטים, אבער דזשאסט א טעימה.
מסכים מיט יעדעס ווארט. דאס איז אבער א פראבלעם אין אסאך (אפשר אפילו רוב) חסיד'ישע מוסדות, ובתוכם די וועלכע פארריפן זיך אלץ ממשיכי דרך פון "מרן מסאטמאר", וועם די דערמאנסט.
62, בלאק אריין די קעדי
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 228
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 256

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך דריידל »

מסתמא האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 1:35 pm
דריידל האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 12:47 pm
צווייטער האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 12:20 pm

דט שעמסט זיך נישט פאר זיך אליין לאן הגענו?
איך זעה אויך גארנישט אויסטערליש.

וואס באדערט דיך, דעם כ"ה אכסוף? נישט געפערליך - שוין געהערט אזוינס.
פרעגלען חולה‘דיגע אהבה פון נשים צו זייער רבי, סאיז א דבר מוזר מאוד ואין אפטרופוס וכו‘ כהאב ערנסט געמיינט אז סאיז זעלבסטפארשטענדליך. אבער סיי וויאזוי איז עס בס”ה ווי די טשערי אן טאפ
אוי פליז. ס'מיר גארנישט בייגעפאלן צו טראכטן אין דעם דירעקציע. פארוואס לויפט דיר די קאפ גלייך אהין?
62, בלאק אריין די קעדי
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2084
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 7126

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך מסתמא »

דריידל האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 3:58 pm
מסתמא האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 1:35 pm
דריידל האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 12:47 pm

איך זעה אויך גארנישט אויסטערליש.

וואס באדערט דיך, דעם כ"ה אכסוף? נישט געפערליך - שוין געהערט אזוינס.
פרעגלען חולה‘דיגע אהבה פון נשים צו זייער רבי, סאיז א דבר מוזר מאוד ואין אפטרופוס וכו‘ כהאב ערנסט געמיינט אז סאיז זעלבסטפארשטענדליך. אבער סיי וויאזוי איז עס בס”ה ווי די טשערי אן טאפ
אוי פליז. ס'מיר דארנישט בייגעפאלן צו טראכטן אין דעם דירעקציע. פארוואס לויפט דיר די קאפ גלייך אהין?
פרעגסט גוט, אפשר דארף איך טאקע תשובה טון. אבער לאמיר אוועקוקן פון מיך יחיד, סאיז גארנישט קיין דזשאוק צו פרעדיגן אזא אומדערהערטע שפראך און באגריפן
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1303
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4145

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך Think and Thank »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 1:50 pm 2) דער נפשי חולת איז א קרענק און סם השקר, נישט בלויז פאר קינדער...

נפשי חולת אהבתך איז אפשר קראנק, אבער סתם נפשי חולת איז דארט ליידער אמת ויציב...
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1991
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3501

Re: "אלקותו" בקהל חסידים?!

פאוסט דורך הדסים »

איך עגרי מיט @דריידל, כ'זע נישט עפעס ערגער אין די צעטלעך ווי סתם שוואנצאנעס וואס גרוילט מיר פערזענליך.

שנייידיינעגל האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 1:56 pm הראש החברה יוסי ברטלר מראשי חבורתא
בשיחה לנשות השוואנצנים
בדקה 2:45 הכותל המערבי חשוב אצלינו רק בגלל שההייליגער רבי מחשיב אותו... וח"ו לא לנתק את זה ולהגיד שלי יש בכותל שפה אחרת שההייליגע באשעפער מבין אותי (דהיינו שהתפילות עולות ישר ולא דרך ההייליגע רבי כפי שהתבאר קודם באותה שיחה).

השם ישמור ויציל וירחם

קו נשים_20251208085714.mp3
ווער איז דער נאר וואס האט געפרעגט דעם פראבלעם פון יענע חסידות?

איך ציטיר; "הכותל המערבי חשוב אצלינו"

רח"ל
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
שרייב פאוסט