די מצב פון בתי מדרשים אין שכונת ויואל משה, קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8554
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21107

Re: די מצב פון בתי מדרשים אין שכונת ויואל משה, קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

לאמיר צוקומען צו שכונת ויואל משה:

ווען ר' עקיבא הערש האט געמאכט זיינע פלענס, איז ער געווארן מחוייב געזעצליך צוצושטעלן 45,000 סקווער פיס בתי מדרשים אין טאטעל (1800 דירות, 25 ס"פ פער דירה, = 45,000).

און דאס איז נישט מקוואות, און נישט שטיבלעך, עס קען זיין אפאר גרויסע היכלים פאר שב"ק, מיט דירות העכער דעם. (עגעין: די איבריגע וואלטן די תושבים צוזאמגעשטעלט במשך השנים, און אויך קען יעדער אויפקויפן סיי וועלכע בילדינג אדער שטח ארום, די גאנצע מערב זייט פון די שכונה לויפט פריוואטע שטחים, וכדו').

וועלנדיג "צושטעלן" מיט ברייטע טאשן, האט ער זיך אנגעטראגן מיט א מולטי מיליאן דאלאר'דיגע נדבה לצורך בתי מדרשים, כזה:

1) א ריזיגער ביהמ"ד בית אלעזר אין צענטער פון 35,000 ס"פ, 2) א קלענערע ביהמ"ד בית מנחם זאב פון בערך 3,500 ס"פ, א שטח פאר קהל ויואל משה וואו מ'וועט בויען צווישן 30 און 40,000 ס"פ (געוואנדן אויב זיי וועלן אויספירן די פלאן פון אראפגראבן א שטאק), אין טאטעל איז עס בערך 75,000 ס"פ, באלד דאפלט ווי ער מוז.

2) אליינס אויפבויען 2 פון די בתי מדרשים מיט שטיבלעך און מקוואות, מיט די גאנצע קאסט מחוט ועד שרוך נעל. מ'רעדט פון א נדבה פון מיליאנען.

סיי דער קליינער ביהמ"ד מנחם זאב, און סיי דער גרויסער ביהמ"ד בית אלעזר, האט ער אנגעהויבן בויען גלייך און האט געזאלט ווערן גרייט אין די ערשטע פאזעס. מנחם זאב איז געווען גרייט גלייך, בית אלעזר האט ער צוגעשטעלט אויף דערווייל א צייטווייליגע ביהמ"ד פון טרעילארס וואס האט עקסטער געקאסט איבער א מיליאן אויב דענק איך גוט די נומער.

אבער דער פאנדעישן פאר'ן גרויסן ביהמ"ד איז שוין געשטאנען און די ארבעט האט געהאלטן פעסט אינמיטן.

נעבן דעם ביהמ"ד, אין צענטער פון די שכונה, האט געזאלט זיין א מאלל. די ארום 150 פארקינג פלעצער פונעם מאלל וואלטן באדינט אויך דעם ביהמ"ד. אינצווישן האבן מענטשן אויפגבערענגט א קאנסערן, אז די מאלל אין צענטער וועט נישט זיין געשמאק פאר'ן עולם, ס'וועט מאכן א טרעפיק, ס'וועלן קומען טרעילארס מיעט דעליוועריס און סתם ארבייטער און ס'וועט זיין א חסרון פאר אלע ארומיגע גאסן.

אינצווישן איז אונטערגעקומען אז ער האט געקענט אפקויפן א ריזיגער שטח גאנץ אויבן פון די שכונה, א שטח וואס איז אונטער וואודבורי. געוואלדיג! מ'גייט אהינטראגן דעם מאלל, אוועקנעמען פונעם צענטער, און דארט וועט זיין גענוג און נאך פארקינג, און די מאלל פאר זיך וועט קענען זיין נאך אסאך גרעסער מיט א ריזיגע גראסערי און נאך גוטע סטארס אויף א ברייטע פארנעם.

איז געווארן די שאלה, וואס וועט זיין מיט פארקינג פאר'ן ביהמ"ד? אפילו די 150 פונעם מאלל וואלט נישט געווען אזוי ברייט, אבער יעצט אן די מאלל איז גארנישט דא, א וואכן צענטער מוז האבן פארקינג.

בכלל האט אנגעהויבן קומען שאלות וויפיל זיצן די שול גייט האבן, צו ס'וועט זיין גענוג פאר אזא ציבור. אמת, ס'איז נישט זיין דאגה, אבער דאך, ער וויל דאך צושטעלן די בעסטע שייך.

הפנים, מ'האט גערעדט און גערעדט ביז ער האט באשלאסן: מ'טראגט דעם ביהמ"ד נעבן די מאלל אויבן פונעם שכונה! און אלעס איז געלעזט. 1) דארט וועט זיין 700 פארקינג ספאטס(!!!), 2) דארט וועט ער אוועקגעבן נאך איין גאנצע בילדינג פון דירות(!) און בויען דערויף דעם ביהמ"ד נאך גרעסער! נישט 35,000 ס"פ נאר איבער דאפלט. א מעכטיגע ביהמ"ד פון 75,000 ס"פ!

אבער ס'איז דאך אויבן פונעם בארג. און די אנדערע קליינע ביהמ"ד איז אונטן פונעם בארג. אינצווישן וועט גארנישט זיין?

אקעי, נו גוט! זאל זיין נאך איינס!... נישט ווייל ער "מוז", ער מאכט דאך א ריזיגער שול דאפלט ווי געפלאנט... אבער שוין: מ'לייגט צו א 4'טע שול אויף זיינע קאסטן! אויפ'ן פלאץ וואו ס'האט געזאלט זיין בית אלעזר גייט ער בויען ביהמ"ד ישראל שלום, א פרישע ביהמ"ד פון 16,000 ס"פ. נישט ריזיג גרויס, אבער גרעסער ווי א קליינע. נאך אפאר מיליאן, נעווערמיינד...

סוי, די פאנדעישן פאר בית אלעזר פלאן #1 שטייט, אבער "פאר די טובה פון די איינוואוינער", סיי פאר'ן מאלל און סיי פארן מנינים צענטער און סיי פאר'ן טרעפיק, האט מען אפגעשטעלט די ארבעט, און געטוישט די פלענס.

סוי האלט מען ביי: 1) א ס"ה פון בערך 130,000 סקווער פיס (אנשטאט 45,000) אוועקגעגעבן, 2) און עטליכע "צענדליגער מיליאנען" עס צו בויען מיט אלע צוגעהערן און אויך מקוואות.

ב"ה אז דער ביהמ"ד ישראל שלום איז שוין פארטיג, כלול בהדרו. ממש א פראכט. די ריזיגע שול האלט נאך אינמיטן די שטח ארבעט, נישט ווייל מ'האט געשפארט געלט, נאר פארקערט, ווייל מ'האט געטוישט די פלענער לטובה.

איינער דא האלט אז מ'וואלט ענדערט געדארפט קוקן שארט-טורם, און בויען ווייניגער פלאץ מיט מער טרעפיק, ווי איידער בויען פיל גרעסער און פיל בעסער נאר ס'וועט זיך ציען לענגער? איך גלייב נישט.

איינער דא האלט אז דאס באשליסן צו מנדב זיין נאך שטח און נאך מיליאנען קומט פון קארגשאפט? אדער פון רוע לב? אדער פון נישט וועלן צושטעלן? איך גלייב נישט.

ווען איינער זאגט אז ער האט נישט קיין פלאץ "יעצט", איז ער גערעכט. ווייל דער גרויסער שול שטייט נאכנישט, מהרי"י בויט נאכנישט, און ביזדערווייל האט קיינער פון די תושבים נישט אפגעקויפט קיין בילדינג אדער שטח צו בויען נאך א ביהמ"ד. (גראדע יא, אפאר בעיסמענטס, אבער דאס איז נישט גרויס. מ'קען רואיג קויפן א גאנצע שטח ווער ס'וויל).

אבער צו באשולדיגן דעם נדבן/בילדער פאר'ן זיין ברייטהארציג, איז ממש אומדערהערט. איך גלייב נישט ס'קומט פון ליב האבן העיט, ענדערשט קומט עס פון זיך נישט מוטשען צו טראכטן. בלעימען איז דאך א נאטורליכע רעאקציע, און מ'דארף א טראף מחשבה צו כאפן אז איינער גיסט דא געלט "פאר מיר".
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1526
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4977

Re: די מצב פון בתי מדרשים אין שכונת ויואל משה, קרית יואל

פאוסט דורך Think and Thank »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 2:05 pm
Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 12:27 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 11:10 am גיי טשעק אויף די ווייטע "קעסקעיד" אין וומסב"ג וויפיל דירות ס'איז דא דארט און וויפיל זיצן דער שול האט... און ס'איז נאך קיינעם נישט בייגעפאלן דארט צו באשמוצן ר' אברהם בראך אז זיינע שולן האבן א ביטערע געדרענג... חומר למחשבה...

סתם א זייטיגע נקודה, די קעסקעיד שול האט מער ווי גענוג פלאץ און זיצן צו אקאמאדירן אפילו צוויי מאל אזויפיל מענטשן ווי עס וואוינען אין קעסקעיד. די סיבה פארוואס עס איז אנגעלייגט איז ווייל עס איז די סאמע איינציגסטע וואכן ביהמ"ד אין די געגנט, אזוי אז אלע מענטשן פון אלע גאסן ארום - אפילו צען מינוט צו וואקן פון קעסקעיד - דאווענען דארט.
איך רעד פון שבת.

וויפיל מענטשן וואוינען אין קעסקעיד, און וויפיל זיצן איז דא.

שבת איז טאקע דא מער בתי מדרשים, אבער ווייניגער מנינים. כ'קען נישט די פונקטליכע נומערן אבער ווען אלע בנינים פון קעסקעיד זענען שוין געווען באזעצט (פלאס נאך אסאך הייזער אין די אומגעגנט) איז נאך געווען פלאץ בריוח שבת אין קעסקעיד ביהמ"ד. נאר היות די געגנט וואקסט ווי אויף הייוון (פרישע מענטשן מופן כסדר אריין + יעדן טאג זענען דא עטליכע חתנים...) איז די ציבור אויסגעוואקסן דאס ביהמ"ד.

(איינס פון די זיבן בילדינגס איז א גרויסע פראצענט איינוואוינער גויים, היות ער האט דארט אריינגעשטעלט אלע לאו אינקאם האוזינג.)
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8554
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21107

Re: די מצב פון בתי מדרשים אין שכונת ויואל משה, קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 3:01 pm ווען אלע בנינים פון קעסקעיד זענען שוין געווען באזעצט (פלאס נאך אסאך הייזער אין די אומגעגנט) איז נאך געווען פלאץ בריוח שבת אין קעסקעיד ביהמ"ד
דאס ברענג איך ארויס עקטשולי, מענטשן דאווענען שבת נישט דוקא לאקאל.

וויפיל פלאץ מ'דארף אין רעישיאו צו די תושבים, איז פון די שווערסטע שאלות. כ'וויל באלד שרייבן עפעס א שאלה דערוועגן צו הערן דעת הקהל. כ'מוז יעצט מפסיק זיין.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8554
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21107

Re: די מצב פון בתי מדרשים אין שכונת ויואל משה, קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@Think and Thank איינער האט מיר אויפגעמערקט אין אישי אז דו ביסט גערעכט, קעסקעיד וואלט ברייט געדעקט די קעסקעיד דירות אליינס, ס'דא דאפלט זיצן ווי דירות, ס'איז נאר אזוי איבערגעפילט וועגן די דעוועלאפמענטס ארום.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1526
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4977

Re: די מצב פון בתי מדרשים אין שכונת ויואל משה, קרית יואל

פאוסט דורך Think and Thank »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 3:12 pm @Think and Thank איינער האט מיר אויפגעמערקט אין אישי אז דו ביסט גערעכט, קעסקעיד וואלט ברייט געדעקט די קעסקעיד דירות אליינס, ס'דא דאפלט זיצן ווי דירות, ס'איז נאר אזוי איבערגעפילט וועגן די דעוועלאפמענטס ארום.

הייסט עס אז דאס אז איך אליין זאג עס פון פוירסט הענד נאלעדזש איז נישט גענוג... זאל איך ווערן באליידיגט יעצט, אדער ס'פשוט א שוואכקייט פון מענטשן צו גלייבן מער אישיס ווי געהעריגע פאוסטס?...
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4847
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6553

Re: די מצב פון בתי מדרשים אין שכונת ויואל משה, קרית יואל

פאוסט דורך שמח »

Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 3:31 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 3:12 pm @Think and Thank איינער האט מיר אויפגעמערקט אין אישי אז דו ביסט גערעכט, קעסקעיד וואלט ברייט געדעקט די קעסקעיד דירות אליינס, ס'דא דאפלט זיצן ווי דירות, ס'איז נאר אזוי איבערגעפילט וועגן די דעוועלאפמענטס ארום.

הייסט עס אז דאס אז איך אליין זאג עס פון פוירסט הענד נאלעדזש איז נישט גענוג... זאל איך ווערן באליידיגט יעצט, אדער ס'פשוט א שוואכקייט פון מענטשן צו גלייבן מער אישיס ווי געהעריגע פאוסטס?...
דאפעלט איז שטערקער.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8554
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21107

Re: די מצב פון בתי מדרשים אין שכונת ויואל משה, קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 3:31 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 3:12 pm @Think and Thank איינער האט מיר אויפגעמערקט אין אישי אז דו ביסט גערעכט, קעסקעיד וואלט ברייט געדעקט די קעסקעיד דירות אליינס, ס'דא דאפלט זיצן ווי דירות, ס'איז נאר אזוי איבערגעפילט וועגן די דעוועלאפמענטס ארום.

הייסט עס אז דאס אז איך אליין זאג עס פון פוירסט הענד נאלעדזש איז נישט גענוג... זאל איך ווערן באליידיגט יעצט, אדער ס'פשוט א שוואכקייט פון מענטשן צו גלייבן מער אישיס ווי געהעריגע פאוסטס?...
:lol: גוט...

אמת'דיג, האסט מיר נישט געזאגט קיין נומער'ן נאר אז ס'איז געווען פלאץ.

ער זאגט מיר אז ס'איז דא מער זיצן ווי דירות. כאפסט?
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3395
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 10840

Re: די מצב פון בתי מדרשים אין שכונת ויואל משה, קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

איך גיי מוזן אויסלאזן דעם לאנגן שמועס דא און פשוט אפזאגן מיינס.

איך בין געווען היינט קוקן דעם נייעם ביהמ"ד ישראל שלום, און כ'בין שפראכלאז!!! עקיבא הערש קליין ברעכט זיינע אייגענע רעקארדס איין מאל און נאכאמאל, מיט'ן צושטעלן די שענסטע און ברייטסטע וואס קרית יואל פארמאגט!

איך ווייס נישט וויאזוי אנדערע תושבי השכונה פילן, אבער ס'קומט צו א פוינט וואס איך הייב זיך שוין אן שעמען פון מיר אליינס ווען איך טרעף ר' עקיבא הערש, און איך קען אים פשוט נישט גענוג באדאנקען. דער איד געבט און געבט, גיסט און גיסט, [און שטילערהייט גערעדט: שלינגט און שלינגט... קריטיק און טענות פון אומדאנקבארע לייט...], אן אויפהער.

דער ביהמ"ד איז נעקסט לעוול!!

אשריך ר' עקיבא הערש! נאר דער אויבערשטער קען דיר ריכטיג באצאלן און אנערקענען אויף דיינע היסטאריש-ריזיגע פרעצעדענטלאזע נדבות!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
מטות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 105
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:55 am
x 181

Re: די מצב פון בתי מדרשים אין שכונת ויואל משה, קרית יואל

פאוסט דורך מטות »

פופציגער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 5:03 pm איך גיי מוזן אויסלאזן דעם לאנגן שמועס דא און פשוט אפזאגן מיינס.

איך בין געווען היינט קוקן דעם נייעם ביהמ"ד ישראל שלום, און כ'בין שפראכלאז!!! עקיבא הערש קליין ברעכט זיינע אייגענע רעקארדס איין מאל און נאכאמאל, מיט'ן צושטעלן די שענסטע און ברייטסטע וואס קרית יואל פארמאגט!

איך ווייס נישט וויאזוי אנדערע תושבי השכונה פילן, אבער ס'קומט צו א פוינט וואס איך הייב זיך שוין אן שעמען פון מיר אליינס ווען איך טרעף ר' עקיבא הערש, און איך קען אים פשוט נישט גענוג באדאנקען. דער איד געבט און געבט, גיסט און גיסט, [און שטילערהייט גערעדט: שלינגט און שלינגט... קריטיק און טענות פון אומדאנקבארע לייט...], אן אויפהער.

דער ביהמ"ד איז נעקסט לעוול!!

אשריך ר' עקיבא הערש! נאר דער אויבערשטער קען דיר ריכטיג באצאלן און אנערקענען אויף דיינע היסטאריש-ריזיגע פרעצעדענטלאזע נדבות!
גא"מ
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1744
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 2869

Re: די מצב פון בתי מדרשים אין שכונת ויואל משה, קרית יואל

פאוסט דורך נפתלי »

עפעס גייט פאר מיט די מקוה אז עס איז נאכנישט אפן?
אוועיטער
פארשטענדליך אידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 107
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 6:01 pm
x 341

Re: די מצב פון בתי מדרשים אין שכונת ויואל משה, קרית יואל

פאוסט דורך פארשטענדליך אידל »

נפתלי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 29, 2025 6:40 pm עפעס גייט פאר מיט די מקוה אז עס איז נאכנישט אפן?
די מקוה כשלעצמו איז שוין גרייט פון ערב שבת.
נאר עפעס ארבעט מען נאך מיט די עקזאסט-סיסטעם עס זאל ארבעטן געהעריג, דעריבער שטעלט דער בית המדרש צו אן אומזינסטע מקוה אין דעם אלטן בית אלעזר.
פיילס
1230250657.jpg
1230250657.jpg (235.58 KiB) געזען געווארן 1058 מאל
סיסטעם
פרישער באניצער
פאוסטס: 20
זיך איינגעשריבן: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 6:11 pm
Location: kj
x 10

Re: די מצב פון בתי מדרשים אין שכונת ויואל משה, קרית יואל

פאוסט דורך סיסטעם »

יש''כ @דער תהלים איד
כ'בין געווען זיכער נאך אזעלכע קלארע נכרים דברי אמת
וועלן די סעלף היעטערס צירוקציען אויף זייערע מיעסע שריט פין באשמציצן אזא נדבן
קאך
ניי צום טיש
פאוסטס: 7
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 8:34 pm
x 9

Re: די מצב פון בתי מדרשים אין שכונת ויואל משה, קרית יואל

פאוסט דורך קאך »

סיסטעם האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 6:19 pm יש''כ @דער תהלים איד
כ'בין געווען זיכער נאך אזעלכע קלארע נכרים דברי אמת
וועלן די סעלף היעטערס צירוקציען אויף זייערע מיעסע שריט פין באשמציצן אזא נדבן
קיינער האט נישט באשמוצט
סך הכל געזאגט אז עס איז נישט דא קיין פלאץ אינעם ביהמ"ד
אוועיטער
פארשטענדליך אידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 107
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 6:01 pm
x 341

Re: די מצב פון בתי מדרשים אין שכונת ויואל משה, קרית יואל

פאוסט דורך פארשטענדליך אידל »

א' שמות
פיילס
35562.jpeg
35562.jpeg (178.42 KiB) געזען געווארן 659 מאל
אוועיטער
פארשטענדליך אידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 107
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 6:01 pm
x 341

Re: די מצב פון בתי מדרשים אין שכונת ויואל משה, קרית יואל

פאוסט דורך פארשטענדליך אידל »

שוין געניצט היינט דעם מקוה אין בית המדרש ישראל שלום.

מה אומר ומה אדבר!!

אין איין ווארט, דער נאמען פר די מקוה וואלט ווען געפאסט "גינת קליין" ממש א פראכט! די הערליכע דיזיין מיט די שיינע לעקטערלעך. די געשמאקע לופט, די פראקטישע אויסשטעל!

ר' עקיבא הערש איבעראשט אונז שטענדיג ווען ער קאמפיט זיך אליינס איינמאל און נאכאמאל.

איך קום ארויס פון מקוה, וועמען טרעף איך?! ר' עקיבא הערש!! יא ער דרייט זיך דארט צווישן עולם, ער לערנט דארט און דאוונט דארט!!

נישט צום גלייבן! אשריך!!
מי שברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 285
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:40 pm
Location: קר"י
x 241

Re: די מצב פון בתי מדרשים אין שכונת ויואל משה, קרית יואל

פאוסט דורך מי שברך »

איינער ווייסט ווער עס בויעט די מהרי"י שול אויף אנגוואר?
מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד
בני יואל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 156
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 10:35 pm
x 307

Re: די מצב פון בתי מדרשים אין שכונת ויואל משה, קרית יואל

פאוסט דורך בני יואל »

מי שברך האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 05, 2026 8:35 pm איינער ווייסט ווער עס בויעט די מהרי"י שול אויף אנגוואר?
Livland
שרייב פאוסט