לאמיך יעצט שרייבן די מציאות וועגן די בתי מדרשים.
ערשטנס בנוגע די קאמיונעטי רום געזעץ:
ביז די ס' יארן, איז בכלל נישט געווען אין סטייל אזא זאך ווי געגנט בתי מדרשים. בית מרדכי איז געווען אן אויסנאם אלס "התאחדות אברכים ביהמ"ד"... וואטעווער איט מיענט טו בי... אבער חוץ מזה איז לאקאלע בתי מדרשים געווען נאר אין בעיסמענטס, עפ"י רוב דורך בני יואל, אין די דעמאלסדיגע שפראך "די מתנגדים"...
ביים בויען די עצי תמרים דירות "אין א ווייטע וואלד"... האט מען שוין יא פארשטאנען אז דא וועט מוזן זיין א לאקאלע ביהמ"ד, איז צו מזל די פראיעקט געווען א ועד הקרי' פראיעקט, האבן זיי איבערגעלאזט א שטח דערפאר. און עסקני השכונה האבן עס אויפגעבויט, מיט געלט פון נדבנים ובראשם ר' מאיר הירש.
יענע צייט איז געקומען העסקן ר' גדלי' סעגעדין און געזאגט פאר'ן רבי'ן אז ער וויל מאכן א געזעץ אז יעדער בילדער מוז "איבערלאזן א פלאץ, מיט געבויטע 4 ווענט" פאר א ביהמ"ד, אדער געבן דאס געלט אנשטאט צו קענען בויען עפעס דערנעבן.
די געדאנק איז געווען ווילד פרעמד, און געוויסע אין קהל האט זיך געשלאגן דערקעגן. למשל ר' מרדכי לייב גליק האט ממש געקעמפט דערקעגן ביים רבי'ן, ער האט געהאלטן אז די גאנצע שטאט וויל דאווענען אין גרויסן ביהמ"ד. ר' גדלי' האט גע'טענה'ט, אז דו בויסט אויף בידים אלע בעיסמענט רבי'ס... ער האט דעמאלס געזאגט א סטעיטמענט, וואס איך וועל מיך טרויען צו איבערזאגן... "אדער איז דא איין מרא דאתרא מיט אסאך בתי מדרשים, אדער איז דא איין ביהמ"ד מיט אסאך מרא דאתרא'ס!!!". איבריג צו זאגן ווי גערעכט ער איז געווען... און דער געזעץ איז טאקע אריין אין קראפט.
ס'איז בשעתו בכלל נישט געווען די רעדע פון די היינטיגע "מנינים צענטערן", פאר אינדערוואכן ווען ס'איז דא קארס. דער עיקר פאקוס איז געווען אויף איין גרויסער היכל פאר שב"ק. דאס האט דער געזעץ געצילט. א מקוה איז אפגערעדט אז א געזעץ קען נישט פארלאנגען לעגאל. דער געזעץ מאכט דעם "יש מאין". אבער דאס איז נישט אלעס ארום און ארום.
למשל, בית דוב אויף לעמבערג פאזע 2 איז געווען א קאמיונעטי רום, אבער עס צו פארענדיגן האבן די לאקאלע תושבים נאך געשוויצט, ויזכר לטוב ר' אהרן דוד רובינשטיין ע"ה, ועוד. און די זעלבע מיט "אהל פיגא" פאר'ן פראג דעד-ענד וואס ר' חיים נחום האט געבויט שוין נאכן געזעץ. די יסוד פאר'ן ביהמ"ד איז געווען זיין געלט, און די הנהלת הקרי' האט געהאלפן די תושבים זוכן נדבנים פאר די איבריגע. הרב מאיער האט געבויט אויף פראג, האט ער געמאכט א ביהמ"ד דברי יואל אין א בעיסמענט, און דאס האט טאקע נישט קיין מקוה.
כהיום איז שוין געווארן דער נארם אין אסאך חרדישע געגנטער, אז יעדע געגנט האט א גאנצע צענטער מיט שטיבלעך, עכ"פ ביז יארן נאכ'ן אריינמופן ווערט עס, ס'איז א געוואלדיגע בענעפיט פאר'ן ציבור, אבער נישט דאס פאדערט דער קאמיונעטי רום געזעץ פונעם בילדער, און נישט דאס איז דער 'מוז' פונעם געזעץ.
אבער מ'וויל דאך יא? נו, קען מען טון וואס מ'טוט אין יעדע שטאט איבער די וועלט. "יעדער" קען אפקויפן א שטח פאר'ן מארקעט פרייז (אזוי ווי קהל ויואל משה האט געטון נעבן ענקלעיוו), "יעדער" קען אפקויפן א גאנצע בנין מיט אלע דירות (בערך ווי בני יואל האט געטון אין שכונת ברך משה), און נאר אזוי איז דא א מנינים צענטער מיט פארקינגס וכל המסתעף.
נאר וואס, געווענליך דויערט א שיינע פאר יאר פון ווען דער עולם וואוינט דארט ביז אזאנס קען געשען. למשל אין שכונת דברי יואל, ביי יומי ווערצבערגער. ער האט געגעבן וואס דער געזעץ פארלאנגט, דעריבער איז ב"ה דא א הערליכע שיינע שבת ביהמ"ד. אבער ולא יותר. א מקוה גייט יעצט דער עולם אנהויבן ארבעטן צו שאפן געלט דערפאר. ס'וואקסט נישט אויפ'ן בוים. פונקט ווי שכונת ברך משה וואו דער בילדער האט געהאלטן אז ער פאלט נאכנישט אונטערן געזעץ, און די תושבי השכונה האבן זיך צוביסלעך געמוזט אויפבויען זייער שול (דער שטח דארט האט ועד הקרי' געגעבן), און פונקט ווי אויף קארלסבורג וואס די תושבים האבן אליינס געדארפט שאפן געלט און ס'האט טאקע געדויערט אפאר יאר ס'זאל ווערן א געהעריגע ביהמ"ד, און פונקט ווי אויף חברון וואס איז נאך עד היום נישט דא קיין געהעריגע פלאץ ניטאמאל וויפיל דער ביהמ"ד געזעץ פארלאנגט.
אין קורצן, דער געזעץ שטעלט צו גענוג פאר א שבת ביהמ"ד, איין גרויסע היכל וואס זאל זיין ראוי פאר א C אף O, אן קיין טיילס, אן קיין קאפי רום, אן קיין טישן, ער דארף געבן א רעדי גרויסע פלאץ מיט שיטראק און פארקעי פלאר. די איבריגע ליגט אויף די תושבים.
אבער, דא קומט דער אבער.
אחד הי' הטפסר ר' עקיבא הערש קליין, וואס ער האט געזאגט "איך גיי בויען נישט די מינימום, נאר די מאקסימום". ער גייט בויען אזוי ווי קיינער בעפאר האט נאכנישט געבויט, גרעסער און שענער ווי די תושבים אליינס אין סיי וועלכע געגנט האבן נאר געבויט.
1) ער גיט דאפלט און טריפלט סקווער פיס ווי ער מוז, 2) ער גיט רעדי שולן, ער בויט מיט א מקוה, מיט שטיבלעך, מיט אלעס אלעס ארום ביז'ן טשילאר.
למשל, עיקערס ענקלעיוו האט נאך געהאט די סייטפלענס פון ר' אברהם יודא גאלדבערגער, מיט א "פלאץ" פאר א שבת ביהמ"ד. הגם, די סייטפלענס זענען נאך פון "בעפאר דעם געזעץ", און לויטן געזעץ דארף ער גארנישט געבן.
איז געקומען ר' עקיבא, און געזאגט אז ער גייט אויף דעם פלאץ מאכן א הויכער בנין כלול בהדרו! אלעס אלעס, סיי פאר שבת און סיי שטיבלעך פאר אינדערוואכן, א הערליכער מקוה, מהחל ועד כלה. און בד"וו, זיין חשבון איז געווען אז ס'גייט אים קאסטן 2-3 מיליאן דאלאר, ס'האלט שוין ביי 6 מיליאן!!!
און... מ'גייט עס יעצט רעיזן צו 8 מיליאן, וואס א קליינע חלק האבן די גבאים גענומען אויף זיך. דהיינו?
לאמיר צונעמען וואס די מעשה דארט אין ענקלעיוו איז יעצט:
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 28, 2025 5:23 pm
די זעלבע געשעט יעצט אין עקערס ענקלעיוו ווי די תושבים האבן אפגעשטעלט די בוי ארבעט פון א
א קלענערע שול ווי די יעצטיגע צייטווייליגע, צו פארמיידן דעם פורים שפיל
דאס איז גאר איבערגעטריבן און נישט ריכטיג. די רעדע איז פון פונקט 2 מאל אזוי גרויס ווי די יעצטיגע. נאר וואס, זייענדיג א פלאן וואס ער האט איבערגענומען פון א רעדי סייטפלען, האט ער נישט "געציילט זיצן". אגב, קיינער ווייסט דאך נישט באמת וויפיל פראצענט מענטשן גייען אראפ אין גרויסן ביהמ"ד, וויפיל גייען צו אנדערע נאנטע שולן אויף עיקערס ראוד אדער סאטמאר דרייוו אדער ישראל זופניק וכו', און וויפיל וועלן דאווענען אין א פאטענציאלע מהרי"י שול דערנעבן, אא"וו. קיין איין ביהמ"ד אויף דער וועלט האט דאך נישט קיין זיצן ציילונג לויט איינוואוינער. גיי טשעק אויף די ווייטע "קעסקעיד" אין וומסב"ג וויפיל דירות ס'איז דא דארט און וויפיל זיצן דער שול האט... און ס'איז נאך קיינעם נישט בייגעפאלן דארט צו באשמוצן ר' אברהם בראך אז זיינע שולן האבן א ביטערע געדרענג... חומר למחשבה...
יעצט, נאכ'ן עפענען די צייטווייליגע ענקלעיוו שול (וואו ער צאלט בד"וו "$12,000 חודש'ליכע רענט" בנדבה גמורה!!! ברענג מיר נאך אזא נדבן/בילדער אין די וועלט!!! ביטע ברענג מיר...) האט זיך ארויסגעשטעלט אז מיט'ן האבן האלב תושבים שוין אריינגעמופט, איז דער "האלב סייז" צייטווייליגער ביהמ"ד ענג! און מ'קען זיך רידן אז דער גרויסער בנין וועט ווידער זיין ענג נאך וואס די צווייטע פאזע דירות מופן אריין.
האבן זיך די גבאי ביהמ"ד אראפגעזעצט מיט'ן נדבן, און אריינגעקוקט אין פארשידענע פלענער וואו מ'קען פארגרעסערן, איין זייט איז דא א סוער ליין וואס צו רוקן וועט דויערן א שיינע פאר יאר מיט די DEC וכו', איין זייט איז דא דירות צו נאנט, בקיצור איז געבליבן איין אפציע, און ר' עקיבא האט גלייך באצאלט פאר אן ארכיטעקט צו ארבעטן דערויף! און ביזדערווייל האט מען אפגעשטעלט די ארבעט.
יעצט וואס דויערט שוין דארט 6 חדשים?
אה, דא קומט מען צו צום חילוק פון ק"י און וומסב"ג. ר' עקיבא הערש איז א ווארטס מענטש, און ער וויל נישט ברעכן זיינע הבטחות פאר די וואס האבן געקויפט דארט דירות. ממילא האט ער געזאגט אז מ'קען עס נאר טון אויב די גבאים ברענגען חתימות פון די שכנים אז זיי זענען מסכים, ווייל עס גייט אביסל אוועקנעמען פון זייער "VIEW".
און אט דאס האט געדויערט א קנאפע 6 חדשים! (נישט צו באשולדיגן קיינעם, ס'איז העכסט נארמאל און פארשטענדליך! אבער דאס איז לדעתי דער הויפט פראבלעם מיט בתי מדרשים אין ק"י, מענטשן זענען זייער באקוועם מיט זייערע שיינע דירות, און יעדע ריר איז א געשעעניש, יעדע שכן וואס וויל רוקן א וואנט ווערט יעדער צושפילט, אפגעזען מיט א ביהמ"ד. זאל יעדער זיך נאכפרעגן ביי די קאנדא מענעדזשמענט קאמפאניס).
ב"ה אז דא דיעלט מען מיט זייער וואוילע שכנים, ס"ה האט יעדער געוואלט פארזיכערן אז מ'גייט נישט א טאג נאכדעם גיין נאך ווייטער, דער רב הביהמ"ד האט געדארפט ווערן אינוואלווד און געבן זיין ווארט, ואכמ"ל. בס"ד האפט מען בקרוב ממש צו קענען צוקומען צו א פלאן ס'זאל ווערן א הערליכער ריזיגער ביהמ"ד וואס דער היכל אליינס וועט זיין נאנט צו 6,000 סקווער פיס.
ווער עס טרעפט מיר נאך איין אזא נדבן, נאך איין אזא בילדער, גייט אריין אין א גורל...
אויש. וואו בין איך דא אריינגעקראכן? זאג שוין וועגן שכונת ויואל משה!!! אקעי, עקסטערע תגובה. שיק.