שלמה פריעדמאן האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 26, 2025 7:35 am
איך האב אנגעפרעגט ביי אן אנגעשטעלטער אינעם וועד האישור פון מוסדות מהר"א אין קרית יואל
האט ער מיר געזאגט אז די מוסדות גייט אפראווען אפליקאציעס מיט טעלעפאנען וואס פארמאגן דעם נייעם למעשה הכשר
פשוט כדי צו קענען וועריפייען ברבים אז ס'איז א ספין, זאג מיר דעם נאמען פונעם אנגעשטעלטן, און איך וועל ארויפלייגן א רעקארדעד קאל מיט אים...
נישט אז איך גיי עס טון, נאר די ספין איז אזוי דורכזיכטיג אז וכו'.
וואס איז א ספין און וואס איז נישט? דאס אז דו ביזט א באצאלטע ארבעטער פאר פאם און וועד הקהילות מאכט נישט אז די זאכן וואס דו שרייבסט בנוגע דעם ענין זענען נגיעות מיט ספינערייען?
מיין טייערער חבר.
אויב גייסטו זיך איבערצייגן אין די נעקסטע חדשים אז ס'איז געווען א ספין, וועל איך שוין האבן ביי דיר קרעדיט ביים נעקסטן ספין?

יעדע מוסדות קען עני טיים מחליט זיין צו טוישן זייער תקנות, ממילא זע איך נישט קיין סיבה צו טוישן, ספעציעל ווען ס'דא פרעשור אויף איין וועג...
ס'איז ס"ה א טויגליכער עסקן ר' נפתלי היימליך, באמת א וואוילער איד פון ב"פ, ער האט יארן לאנג געארבעט ארינצוברענגען "קווין" ווייל ער האלט אז ס'בעסער אזוי. אלע קהלות און מוסדות און רבנים זענען מחולק מיט אים. א שיינע מחלוקה... און יעצט האט ער געטראפן אן אינוועסטאר, "דיימאנד טעלעקאם", וואס גיט יעצט ארויס 2 מינים פאונס, "טראסט" און "מעגא לייף", און ער וויל אז כאטש טייל פון זיינע פאונס זאלן האבן א זיגל אן זיך דארפן צושטעלן צו די קהלות.
נו, קווין מעג האבן א זיגל, ס'שוין דא זיגלעך לרחצה. גארנישט גייט זיך נישט טוישן, "טעג" האט געגעבן זיגלעך ביז היינט אויך, אבער די היימישע מוסדות נעמען עס נישט אן.
איין זאך וואס ער טוט אויף לויט מיין פריוואטע מיינונג, אז די אלע פרומאקעס וואס פירן מערכות מיט'ן ועד הקהלות אז זיי מאדערנעזירן כלל ישראל מיט טאטש סקרין און טעקסט... וועלן אפשר אנהויבן כאפן וואסערע ארבעט ועד הקהלות האט מיט ביידע זייטן פון די מטבע. און ב"ה ס'גייט אויפ'ן דרך המלך, און יעדער ארבעט אינאיינעם הערליך שיין.
ער קען דיר נישט געבן קיין נעמען אדער בילדער ווי די מענאפעקטשער זיצן מיט די דיינים ווייל ס'איז נישט דא
מען זיצט מיט די עסקנים און זיי שמועסן עס דורך מיט די דיינים
איך מיך אויך געפרייט אז די ברענגסט נעמען אדער בילדער
גראדע דערמאן איך מיך ווי נאך די מיטינג מיט וועד הקהילות האט מיר איינע פון די עסקנים געבעטן פריוואט איך זאל צולייגן א אפציע פאר וועיז זיי זאלן האבן א קלארע תירוץ פארוואס זיי אפראוון עס נישט
איך זעה נישט פארוואס דו נעמסט עס אזוי פערסאנאל ס'איז ארויסגעקומען נאך א הכשר וואס האבן אנדערע פאליסיס זיי קוקן מער אויף בלאקן AI וכדומה ווי נישט האבן די זעלבע זאך און א אפענע ווערסיע ביידע הכשרים זענען חשוב און טייער סך הכל האט מען אויפגעטון אז אלע נייע פאונס פון יעצט און ווייטער וואס קומען נישט נאך די פאליסיס פון וועד הקהילות גייט האבן א צווייטע הכשר וואס זאל זיכער מאכן אז אלעס איז כשר אויף א 100%
ניין. פשוט וויבאלד זיי לאזן נישט קיין שום פאון, האבן די פאון ארויסגעבער געמאכט א פשוט'ע חשבון. אויב קען איך סייווי נישט באקומען די הכשר פאר סיי וועלכע סיבה זאל נאר זיין, קען איך שוין לייגן כשר'ע עפפס....

אזוי אויך דארף מען געבן קרעדיט פאר התאחדות וואס אדאנק זיי האט וועסטהיים די גוטע דזשעליס

נישט פארשטאנען?
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
ניין. פשוט וויבאלד זיי לאזן נישט קיין שום פאון, האבן די פאון ארויסגעבער געמאכט א פשוט'ע חשבון. אויב קען איך סייווי נישט באקומען די הכשר פאר סיי וועלכע סיבה זאל נאר זיין, קען איך שוין לייגן כשר'ע עפפס....
אזוי אויך דארף מען געבן קרעדיט פאר התאחדות וואס אדאנק זיי האט וועסטהיים די גוטע דזשעליס
מען דארף דאנקען וועסטהיים פארן געבן א הכשר אויף כשר'ע דשעליס, אנשטאט זאגן אז מען קען קויפן די זעלבע דשעליס אן א הכשר אין וואלמארט!!!
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 4:39 pm
צווייטנס, זיי מוחל גיי צו צו די מער באקאנטע רבנים און עסקנים, למשל הרב ברוך כ"ץ פון סאטמאר מהרי"י, הרב הרב אברהם יוסף פריעדמאן פון סאטמאר מהר"א, הרב אייזערבערגער פון סקווירא, און פרעג זיי צו עני עסקן מיט אן אגענדע קען טון עניטינג אין ועד הקהלות. איך האף זיי וועלן נישט אויספלאצן פאר געלעכטער נאר דיר ענטפערן נארמאל דעם פשוט'ן מציאות.
וועלכע פון די זענען רבנים, און וועלכע זענען עסקנים?...