איך וואלט געראטן די עולם צו איבערקוקן די לעצטע 2 pages.
פון איין זייט האט מען געהערט: "מען קען נישט"! "זיי גנב'נען"! זיי הרג'נען"! וכו' וכו' אזש ס'האט אויסגיין ווי איין פון די עשרת הדיברות צו לאזן א זעקל פלייש און בלוט נאר מיט די בלוט.
פון די 2טע צייט האט מען סך הכל געזאגט די אמת, געבויעט אויף פאקטן, לאגיק און עדות ווער ער איז און ווי די געלט קומט אן.
נישט איך, און נישט סיי ווער האט געטיילט דעות אדער "געהייסן" וואס צו טון. נאר געזאגט ווי חשוב און פארלעסליך עס איז.
מקשין העולם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 3:03 pm
משה יוסף מנחם העלבראנץ האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 2:49 pm
יישר כח איינער האט מיר געשיקט 200 נאך איינער 36 בה. באקומען פון מקשים העולם 200 א גרוסע יישר כח פארthink and thank
אויב דו ווילסט ענטפערן אויף עפעס וואס עגבערט מיר שוין לאנג, דו מוזט נישט ענטפערן נאר אויב דו ווילסט און דו ווייסט דעם תירוץ.
סאטמארער רב בעל ויוא"מ זי"ע האט אסאך פארפירט די הארבקייט נישט צו נעמען געלט פון די ערב רב, איז פארוואס מעג לב טהור יא?
איך מיין נישט צו טשעפענען ח"ו, נאר צו אויסקלארן, פון איין יוצא האב איך געהערט אז נישט יעדער איז ערב רב [כל שכן די וואס געבן געלט פאר לב טהור...], איז מי יבחין ווער יא און ווער נישט.
די פרעגסטו גאר א גוטע שאלה טאקע וואלט איך געדארפט געלט פאר טויס וואלט איך נישט גענומען 2ט זאך בכלל נצטרך לבריות איז גאר א עקעלדיגע זאך אפילו הלכה דיג וועגן דעם האב איך געגאנגען פארקויפן און די גאס טאג טעגליך בעפאר מען האט ליידער אוועק געכאפט די קינדער אבער ליידער נאך דעם איז געווארן די מצב שרעקדיג די הוצאות החיים קאסט יעצט בערך 50 מאל דאפאלט ווייל סע איז דא שרעקדיגע הוצאות יעדער דארף צאלן רענט פארדעם נישט יעדער איינער האט הוצאות טעקסיס פארדעם נישט יעדער איינער האט הוצאות פשוט פאר לחם ומים פארדעם כמעט נישט און לעקטער פארדעם נישט וואסער פון די קראן פארדעם נישט שפיטעלער (ווייל אינז האבן געהאט א פריווטע קליניק ) און חיץ פון דעם זאכן וואס די שופט הייסט צי טוהן וואס קאסט אפ יעדע וואך גרויסע סכומים ועוד ווען איך שרייב פארדעם מיין איך און בבל פאר מען האט געגנבעט אינזערע קינדער פרשת וישב תשפה אוי ווי זיס איז געווען די צייטן און בבל אבער איך קען נישט אנהייבן צי פארציילען סע איז א מורא דיגיע אריכות דארט פלעגט איך זיין א מלמד און יעדן טאג האב איך געשטאנען און די היי וויי אינמיטן ווי די קארן גייען אויף ביידע זייטן און פארקויפט ברויט פינאטס קאווע האניג ועוד און פארדינט אפאר מאל דאפאלט וואס סע האט מיר געקאסט און איך האב געהאט אסאך מאל געלט צי קענען אוועק געבן פאר משפחות וואס זייער טאטע איז אין תפיסה סע איז אויך געווען אנדרע תקופות וואס איך האב פשוט געגאנגען מיט א וואגן מיט גרינצייג און פארקויפט און די גאס און זייער אסאך מאל האבן מיך גוים געגעבן גרויסע געלטער לפי ערך צדקה אבער איך פלעג זיי עפעס צירוק געבן פאר דעם ווייל סע זאל נישט זיין עיכוב הגאולה אזוי ווי די גמ זאגט אויף דעם און איך בין כמעט געווען די עושר ווייל איך האב געהאט אפאר 100 קאצאלעס אבער יעצט האב איך נישט קיין ארבעט און יעדער איינער פון לב טהור איז גאר א עניגע מצב ווי מיר נאר אסאך מער יעדער איינער רייסט זיך איבער שרעקדיגע פשוט פאר באצאלן רענט און לחם ומים נאכאמאל אוי ווי זיס איז געווען בגשמיות און בבל ברוחנית תורה ותפילה אשאד ווער האט נישט באזיכט לב טהור ביי יענע צייט ממש מעוות לא יוכל לתקון
שטארק יתכן. איך ווארט בלויז אויף א באשטעטיגונג פון די עסקנים אז מען מעג אים געבן געלט, און פאר משה'לע צו מעלדן א וועג וויאזוי די געלט זאל אנקומען צו אים.
הרב שמואל האט מיך געשריבן אין אישי די נאמען פון דעם עסקן וואס גיבט רשות צו געבן געלט פאר משה'לע שליט"א, יעצט ווארטן מיר פאר משה'לע וויאזוי צו שיקן.
אבער אזווי עס האט זיך ליידער אויסגעשטעלט אז נישט אייביג קען מען זיין זיכער אז די געלט זאל גיין ממש פארן צוועק וואס מען בעהט (מילד גערעדט) #אליין_זיך_ געשאסן_ אין_ פיס
אפשר קען מען מפרסם זיין די פלאץ ווי די אידען דארט קויפען איין מיט די קאנטעקט אינפארמעישן פינעם פלאץ. יעדעס מאל מען דארף דרינגענד "מטרנה" אדער וואס זאל מען קענען אריינריפען אין דעם גראסערי צו קאנטין באצאלן פארן ארדער. אזוי קען עס די נצרכים אויף פיקען אין ניצען געזינטערהייט.
אדער אזווי מען האט שוין געמאכט ביי אנדערע זאכן (קליידער האוזינג) אז עס איז דא איין ניק וואס דערוילעם קען אין ער לייגט ארויף וואס מען דארף אין מען קען שיקען געלט פאר איהם אין ער שיקט עס צום גראסערי א.א.וו.
די עיקר עס (סע ) זאל זיין עסן געניג אין נאך פאר ווער עס וויל בדרך כבוד.
אבער אויב יענער וויל ח"ו סתם ארים טראלן מיטן ציבור זאל עס נישט ווערן א גאנצע סאמעטוכע נאר סימפלי ווענד אייך צו איהם אין אישי פאר דעהם צוועק שיק צו יענעם אנ'ישי
אויב העלפט עס נישט פלעגט מען זאגען די אלטע פאלק ווארט איגנארעיש"ן אי"ז ד"י בעס"ט מעדיקעישע"ן
ווען די וואלסט געקענט די לעבענשטייגר און גוואטימאלע וואלסטו פארשטאנען אז ס'איז נישט שייך דארט.
און בבל איז אפשר געווען שייך אבער היינט ווען די משפחות דארטן וואוינען צוזייט און צושפרייט און די שטעט איז ממש נישט שייך.
על פי תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 23, 2025 3:31 pm
totty האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 23, 2025 3:29 pm
מהאט געזעהן אינטערסאנטע זאך ביים זאת חנוכה טיש אין ק"י א באקאנטע פנים פון יוצאי גוואטאמאלע מיט זיינד קינדער אלעס צוריק מיטן נארמאלן לבוש און געטאנצן ביים טיש
הרה''ח ר' אוריאל יוסף גאלדמאן הי''ו
עס איז געווען א כבוד אים צו זען זיך ווייקן אין סאטמאר כאחד מאנ''ש, און זיך ווארעמען אינאיינעם מיט נאך טויזנטער יודן.
די לעצטע פאר בלעטער זענען געווארן זייער היציג. לאמיר אבער מאכן אביסל סדר, כדי צו פארשטיין ווי דער שמועס האט זיך אנטוויקלט און וואו ס'האלט אצינד.
ר' משה יוסף מנחם שיחי' האט אנגעהויבן צו טשעלענדזשן "על פי תורה", און בכלל מיט קשיות אויף דער ארבעט פון די עסקנים. ווען "על פי תורה" האט אים געענטפערט רואיג און ווי א מענטש, האט זיך אנגעהויבן א מין ספינעריי, וואס האט דערמאנט די אלטע לב טהור טאקטיקן.
דאס איז אזוי ווייטער געגאנגען, ביז על פי תורה איז ארויסגעקומען מיט א קלארע שטעלונג, וואס האט לכאורה געדארפט באקומען אן ענטפער אין אישי. ביז דערווייל, לפי מיטב ידיעתנו, איז אזא ענטפער נאך נישט אנגעקומען.
דער סך הכל פון יענעם שמועס איז געווען זייער פשוט: על פי תורה האט נישט גלייך געשריבן "הודו לה' כי טוב", אז ידידי' האט צוריקבאקומען זיינע קינדער, ותו לא מידי. אבער ביז אהין איז געפלויגן היציגע תגובות.
דערנאך איז דער שמועס בדרך לא דרך פארקירעוועט געווארן צו א מעשה מיט א קידוש, מיט $111, וכו' וכו' און "אין כל חדש" האט בס"ה געשריבן: "עס קוקט מער אויס ווי משה יוסף מנחם איז געדריקט אין געלט". פון דארטן אן האט דער אשכול זיך שוין ממש אפגעריסן פון זײנע רעלסן, און ס'גליטשט זיך נאך אצינד בעת ווען די שורות ווערן געשריבן.
מיט רעכט האט מען אויפגעברענגט די שאלה, צו מ’מעג שיקן עקטשועל געלט צו איינעם וואס געפינט זיך אין "לב טהור". יעצט, געוויסע דא, וואס זענען מער באהאווענט אין משה'לעס סיטואציע, ווייסן (עכ"פ אזוי זאגן זיי) אז דאס מאל איז דער דין אנדערש. זיי ווייסן ספעציפיש דעם צוועק, און דערפאר האבן זיי געשטימט אז אין דעם פאל איז יא ריכטיג צו שיקן.
אבער דער ברייטער ציבור, וואס איז צוגעוואוינט פון בעפאר אז מ'שיקט נישט קיין געלט צו איינעם וואס איז דארט, האט אויפגעהויבן ברעמען. פון דארטן זענען געקומען אטאקעס רעכטס און לינקס.
די עסקנים דארפן דא פארשטיין, זיי האבן במשך דער צייט גענוג און נאך מאל ארויסגעברענגט די סענסיטיוויטי פון שיקן געלט. ווען מענטשן נעמען דאס ערנסט און ווילן זיין פארזיכטיג, קען מען נישט קומען און באשולדיגן זיי ווי זיי "צאפן יענעמס בלוט". יענער וויל פשוט נישט טון קיין גרייז.
און איצט, א ווארט צו אייך, ר' מענדל שטערן:
איר האט געמאכט א מעכטיגע ארבעט מיט אייערע אינטערוויאו'ס. טויזנטער אידן האבן עס אויסגעהערט און געלייקט. אבער אייער ידיעה אין עניני לב טהור איז זייער מינימאל.
פון ווען די עסקנים זענען אריבער צו אייער קווארטל, האט זיך שוין מער ווי איינמאל געוויזן, אז איר זענט עכט פרעמד צו דער גאנצער נושא. אנדערע אידן דא האבן דאס מיטגעהאלטן פיל פריער, און אפילו היינט זענען זיי פיל מער באהאווענט אין די פרטים ופרטי פרטים, מיט נעמען, דעטאלן, וכו'.
אין כל חדש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 3:13 pm
קלאר צו מאכען בנוגע די אנגייענדע נושא דא וועגען געבן געלט פאר מענטשן וואס זענען נאך און לב טהור:
ליידער קענען אומשילדיגע מענטשן און לב טהור ליידן ווען זיי דארפן באמת געלט פאר א וויכטיגע צוועק, אבער ווער איז שילדיג און דעם זייערע אייגענע אנפירערס, וואס זיי האבן אויף געהאלטן די מקום טומאה ורציחה דורך די ערליכע (ערב רב) גוטהארציגע אידן וואס האבן געשיקט געלט מיינענדיג אז עס גייט טאקע פאר עסן, אדער אז איינער איז און שפיטאל וכו' וכו', און זיי לייגען ארויף אויפן טעלעפאן אומשילדיגע לב טהור קינדער ארום צו רופן פאר געלט, אויף פאלטשע צוועקן, און יא כלל ישראל דארף טאקע זיין זייער זייער פארזיכטיג פאר געבן "געלט" פאר איינער וואס איז נאך און לב טהור, אז דאס געלט זאל נישט געניצט ווערען אנצוגיין ווייטער מיט די שחיטות, און במקום ספק דארף די כלל אייביג זיין "שב ועל תעשה", ווי שוין מערערע מאל דערמאנט לכת' קיינמאל נישט געבן געלט, נאר באצאלן ביי די געשעפט גראד, און אויב דארף מען געלט דווקא זאל מען מברר זיין פארדעם די אמת דערפון ביי די עסקנים.
בנוגע די צוועק וואס משה יוסף מנחם דארף יעצט געלט איז באשטעטיגט ריכטיג, אבער דאס איז נישט קיין כלל אויפן עתיד.
איך וויל ענדרעשער אז מענטשען וואס שטיצן נישט לב טהור זאלן מיך טאקע נישט געבן הרבה דרכים למקום ווייל כח הפועל בנפעל און אויב איינער האט מיך געגעבן און ער ציהט צירוק ער האט מיך געגעבן די געלט נאר ווייל ער וויל לב טהור זאל זיך צישמעטערן און ער וויל מיר נאר חנפנען מיט די געלט קען מיך לאזן וויסן אין איך גיי זעהן בלינ ווי שנעלער צי צירוק צאלן די גאנצע געלט וואס ער האט מיך געגעבן ווייל איך וויל נישט אזא השפעה ח"ו
אין כל חדש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 3:13 pm
קלאר צו מאכען בנוגע די אנגייענדע נושא דא וועגען געבן געלט פאר מענטשן וואס זענען נאך און לב טהור:
ליידער קענען אומשילדיגע מענטשן און לב טהור ליידן ווען זיי דארפן באמת געלט פאר א וויכטיגע צוועק, אבער ווער איז שילדיג און דעם זייערע אייגענע אנפירערס, וואס זיי האבן אויף געהאלטן די מקום טומאה ורציחה דורך די ערליכע (ערב רב) גוטהארציגע אידן וואס האבן געשיקט געלט מיינענדיג אז עס גייט טאקע פאר עסן, אדער אז איינער איז און שפיטאל וכו' וכו', און זיי לייגען ארויף אויפן טעלעפאן אומשילדיגע לב טהור קינדער ארום צו רופן פאר געלט, אויף פאלטשע צוועקן, און יא כלל ישראל דארף טאקע זיין זייער זייער פארזיכטיג פאר געבן "געלט" פאר איינער וואס איז נאך און לב טהור, אז דאס געלט זאל נישט געניצט ווערען אנצוגיין ווייטער מיט די שחיטות, און במקום ספק דארף די כלל אייביג זיין "שב ועל תעשה", ווי שוין מערערע מאל דערמאנט לכת' קיינמאל נישט געבן געלט, נאר באצאלן ביי די געשעפט גראד, און אויב דארף מען געלט דווקא זאל מען מברר זיין פארדעם די אמת דערפון ביי די עסקנים.
בנוגע די צוועק וואס משה יוסף מנחם דארף יעצט געלט איז באשטעטיגט ריכטיג, אבער דאס איז נישט קיין כלל אויפן עתיד.
איך וויל ענדרעשער אז מענטשען וואס שטיצן נישט לב טהור זאלן מיך טאקע נישט געבן הרבה דרכים למקום ווייל כח הפועל בנפעל און אויב איינער האט מיך געגעבן און ער ציהט צירוק ער האט מיך געגעבן די געלט נאר ווייל ער וויל לב טהור זאל זיך צישמעטערן און ער וויל מיר נאר חנפנען מיט די געלט קען מיך לאזן וויסן אין איך גיי זעהן בלינ ווי שנעלער צי צירוק צאלן די גאנצע געלט וואס ער האט מיך געגעבן ווייל איך וויל נישט אזא השפעה ח"ו ( אויב איך וויל קען איך באקומען אסאך טרייפנע געלט למשל פון מיין עלטער באבע מחלל שבת אבער וואס טוהט אויף אזעלכע טמנע געלט )
יעדע היימישע יוד וויל אז לב טהור זאל ווערן בטל ומבוטל כעפרא דארעא.
יעדע היימישע יוד האט רחמנות אויף דיר, ווייסן אז דו האסט גארנישט געטון שלעכט און זיי ווילן דיר נאר העלפן.
יעדער וואס האט געשריבן דא קעגן געבן געלט האט קלאר געשריבן אז דאס איז נאר וויבאלד זיי זענען נישט זיכער אז עס קומט טאקע אן בלויז צו דיר. אבער אויב ווייסן זיי קלאר אז די געלט גייט נאר צו דיר (אזוי ווי 'אין כל חדש' האט שוין באשטעטיגט, ווילן זיי אודאי געבן).
שלום רב פאר אלע פארום מיטגלידער,
איך בין ניי דא, און עס איז פאסיג אז איך זאל זיך ערשט פארשטעלן:
איך קוק נאך דעם אשכול פון ירושלים עיה"ק שוין א לאנגע צייט (ווי נאך טויזנטער אנדערע יידן ארום דער וועלט). די נושא פון 'לב טהור' האט מיך פארנומען פאר אסאך יארן, לאנג איידער עס איז געווארן פאפולער..
איך האב געהערט וועגן זיסע יידישע קינדער, וואס ליידן שטראפן תיקונים און רדיפות טאג נאך טאג, נאך ווען זיי זענען אין קאנאדע 'על סיר הבשר'.. און שפעטער אין גוואטעמאלא און אנדערע לענדער, ווען איך האב געהערט אז שלמה איז געווארן אומגעברענגט/גע'הרג'עט/געמאכט זעלבסטמארד, בין איך געווען איבערצייגט אז ס'איז א סוף פסוק.. און דאן האב איך איינגעזען אז די זאך ווערט קאמפליצירט און אז דער עקסצענטרישער נחמן נעמט עס צו טונקעלערע ערטער..
ווען נחמן איז געווען ארעסטירט, האב איך געטראכט אז יעצט קענען מיר טאקע זאגן 'ברוך שפטרנו', און דאן האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס איז דא א גאנצע סיסטעם פון 'הנהלה' און 'שטעלעס' פון גמר'ס צייטן אין בבל וואס וועלן אנפירן וויטער דעם גיהנום.
איך פאלג דעם אשכול זינט דעם אנפֿאל, און איך בין מער אדער ווייניקער באקאנט מיט די רעגולערע באַטייליקטע און זייערע פּאזיציעס. איך האב א פאר שאלות וואס אינטריגירן מיך זייער, אבער איך וואלט געווען ספּעציעל צופֿרידן צו באַקומען ענטפֿערס פֿון 'יוצאים' וואס זענען משתתף אין אשכול, אָדער פֿון עסקנים וואס האבן לייבן דעם ענין פֿון נאענט.
איסתרא בלגינא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2025 6:16 pm
שלום רב פאר אלע פארום מיטגלידער,
איך בין ניי דא, און עס איז פאסיג אז איך זאל זיך ערשט פארשטעלן:
איך קוק נאך דעם אשכול פון ירושלים עיה"ק שוין א לאנגע צייט (ווי נאך טויזנטער אנדערע יידן ארום דער וועלט). די נושא פון 'לב טהור' האט מיך פארנומען פאר אסאך יארן, לאנג איידער עס איז געווארן פאפולער..
איך האב געהערט וועגן זיסע יידישע קינדער, וואס ליידן שטראפן תיקונים און רדיפות טאג נאך טאג, נאך ווען זיי זענען אין קאנאדע 'על סיר הבשר'.. און שפעטער אין גוואטעמאלא און אנדערע לענדער, ווען איך האב געהערט אז שלמה איז געווארן אומגעברענגט/גע'הרג'עט/געמאכט זעלבסטמארד, בין איך געווען איבערצייגט אז ס'איז א סוף פסוק.. און דאן האב איך איינגעזען אז די זאך ווערט קאמפליצירט און אז דער עקסצענטרישער נחמן נעמט עס צו טונקעלערע ערטער..
ווען נחמן איז געווען ארעסטירט, האב איך געטראכט אז יעצט קענען מיר טאקע זאגן 'ברוך שפטרנו', און דאן האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס איז דא א גאנצע סיסטעם פון 'הנהלה' און 'שטעלעס' פון גמר'ס צייטן אין בבל וואס וועלן אנפירן וויטער דעם גיהנום.
איך פאלג דעם אשכול זינט דעם אנפֿאל, און איך בין מער אדער ווייניקער באקאנט מיט די רעגולערע באַטייליקטע און זייערע פּאזיציעס. איך האב א פאר שאלות וואס אינטריגירן מיך זייער, אבער איך וואלט געווען ספּעציעל צופֿרידן צו באַקומען ענטפֿערס פֿון 'יוצאים' וואס זענען משתתף אין אשכול, אָדער פֿון עסקנים וואס האבן לייבן דעם ענין פֿון נאענט.
ס'איז בסדר?!
זיכער, דאָ איז אַ סך עקספּאַטן און פארשידנע טוער'ס, לב טהור אנטלויפנדע באשעפענישן, . איר קענט פרעגן וואָס איר ווילט אין אייער טיפער הארץ.
איך האב זייער קלאר געשריבן אז ער זאל זיך פארבינדן מיט מיר אדער אנדערע עסקנים.
ער רעדט מיט מיר יעדע פאר טעג, ער האט מיין נאמבער.
(אגב ווען משה'לע איז דא געווען אין ניו יארק בין איך ארומגעגאנגען מיט אים נאך געלט, נאך פאר ער איז געווארן א סעלבערעטי, עטליכע האבן מיך אפילו בא'שגץ'ט דעמאלטס פארן העלפן לב טהור. ר' אברהם גרינהוט האט אים צוגעשטעלט אן אכסניא, פיינע צייטן געווען...)
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
איר האט טאקע געמאכט די אינטערוויו מיט ריי"ה (און א גרויסן דאנק דערויף - עס איז געווען גאר אינטערעסאנט), אבער איר זענט, במחילת כבודך, העכסט נאאיוו. שוין צען יאר וואס די רודפים אין ל"ט נוצן אויס די פאקט אז דער עולם הונגערט דארט שרעקליך (אויף זייער באפעל), ארומצושיקן מענטשן צו נגידים און אראפמאל די ביטערע מצב. פארשטייט זיך אז וועלכער אידיש קינד קען בלייבן גלייכגילטיג צו אזעלכע געוויינען? האט מען זיך אודאי שיין משתתף געווען. אבער איז דען די געלט געגאנגען צו קויפן עסן צו שטילן די הונגער? אודאי אז נישט! די געלט איז געגאנגען צו שמירן די לאקאלע באהערדע, פאליציי, מיליטער, ריכטער וכו' אז זיי זאלן אוועקקוקן און ווען די פעדעראלע באהערדע הייסן איבערפאלן זאל מען זיי מודיע זיין דערוועגן פון פאראויס, און פאר דער לויער פון לב טהור וואס האט געפייט די עסקנים מיט ציין און נעגל אויף טריט און שריט.
לאמיר עס איבער'חזר'ן: די געלט - שווערע מיליאנען - וואס לב טהור האט גענוצט די לעצטע צען יאר צו בארבאריש אונטערדרוקן זייערע וויקטימס, איז נישט געקומען פון מענטשן וואס האבן געגעבן געלט פאר דעם צוועק. עס איז געקומען פון תמימי לב וואס זענען געווארן אויפגעשוידערט צו הערן איבער די הונגעריגע קינדערלעך וואס גייען נעבעך אויס, און צוליב דעם האבן זיי געגעבן געלט נישט כאפנדיג אז דאס גייט נישט צו פיטערן די הונגעריגע קינדערלעך נאר ענדערש זיכער צו מאכן אז זיי בלייבן טאקע הונגעריג. און דא רעדט מען נישט פון די ראשי הכת, נאר טאקע די וויקטימס, די אנשים מן השורה דארט וואס ווערן געשיקט דורך זייערע קאנטראלירער צו שאפן געלט צו ראטעווען די רעשטלעך אידישקייט עפ"ל.
און די זעלבע איז מיט פרשת קאלאמביע, וואס האט אויך אפגעקאסט א שיינע אפותיקי פאר ל"ט. מיינסט אז זיי זענען ארומגעגאנגען צו מענטשן זאגן אז זיי דארפן געלט צו קענען אנטלויפן? זיי זענען ארומגעגאנגען בעטן געלט פאר עסן און קליידער, און ווי @אין כל חדש האט געשריבן 'געלט פאר מטרנה פאר הונגעריגע בעיביס', טאקע דאס האט אויסגעצאלט די אנטלויף צו קאלאמביע.
איי, זיי זענען דאך טאקע הונגעריג? מעג מען דען לאזן א אידיש קינד הונגערן? און פון די אנדערע זייט, די געלט גייט דאך העכסט ווארשיינליך נישט צו שטילן זייער הונגער!
אויף דעם איז די תירוץ הפשוט, אז מען זאל זיי געבן עסן און נישט געלט. מיט עסן קען מען שטילן הונגער, אבער נישט באצאלן פאר א לויער. דאס איז וואס יעדער וואס פארשטייט אביסל צו לב טהור טוט שוין יארן לאנג, און וואס די עסקנים שרייען די לעצטע יאר צייט ווען די וועלט בכלליות איז געווארן מער עוועיר צו די אידן פון לב טהור. כ'געדענק אז בערך אכט יאר צוריק איז לב טהור געקומען צו כ"ק אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א פאר פסח מיט א געוויין (וואס איז ווארשיינליך געווען אמת) אז אין לב טהור איז נאכנישט דא גארנישט פאר פסח ווייל זיי האבן נישט קיין געלט (די חלק איז נישט אמת... די הנהלה האט פיין געהאט), און מהרי"י האט זיי טאקע ארויסגעהאלפן מיט'ן אפשיקן טויזנטער פונט מצות און אנדערע פראדוקטן קיין גואטעמאלא, אבער געלט האט ער בשום אופן נישט געלאזט שיקן.
דאס איז בכלליות, צו דיין גרויסע תמיה וויאזוי וויינען פאר הילף קען גענוצט ווערן אלס וואפן. יעצט ספעציפיש צו @משה יוסף מנחם העלבראנץ שליט"א, איז ווייטער די זעלבע זאך. קיינער איז אים נישט חושד אין אנפירן די כת אדער פייניגן אנדערע אידן, ווי די עסקנים האבן שוין קלארגעשטעלט. די שאלה איז צו ער דארף טאקע געלט אדער די וואס קאנטראלירן אים האבן אים געהייסן בעטן. און ניין, ער האט נישט געשריבן אז ער דארף דאס געלט צו קויפן עסן פאר זיינע קינדער, דאס האט איר (אדער א צווייטער) אויפגעמאכט. אבער אפילו ווען ער זאגט עס יא איז לאו דוקא אז ער דארף עס טאקע פאר דעם, און אפילו ווען ער דארף עס יא פאר דעם מיינט עס נישט אז עס וועט טאקע אנקומען צום בעיבי. און אפילו ס'איז נאר 200 דאלער, א קען מטרנה קאסט נאר 40 דאלער אבער אז מען בעט פון 10,000 מענטשן געלט פאר איין קען האלט מען ביי $400,000.
גראדע מיין דעת איז נוטה אז מען זאל מעגן געבן צוליב כמה סיבות (אריינגערעכנט אז ער בעט נאר אן הלוואה), אבער עכ"ז וואלט איך נישט געגעבן אן קיין בפירוש'ע הוראה פון די עסקנים אז מען מעג טאקע געבן.
שטייטלעך. ערשטנס יישר כח פאר'ן קאמפלימענט.
לאמיר אנהייבן וואס איר האט געזאגט וועגן נאאיוו: איך, צוזאמען מיט די עסקנים (וואס האבן אים נישט אנגעקלאגט) + @שמואל פוקס זענען פשוט נאאיוו. און איר מיט א פאר פון די פריעדיגע ניקס זענען די ריכטיגע מבינים אויף לב טהור.
יעדער ווייסט וואס לב טהור איז. יעדער ווייסט זיי האבן abused, יעדער ווייסט אז זיי האבן גע'גנב'ט און קיינער פראבירט נישט צו זאגן אז זיי האבן נישט.
דא האט עס גארנישט מיט'ן כת. דא איז עס א איד איז אין א צרה און נאכמער אן קליין קינד איז אין א סכנה. איר זאגט אז מען האט עס גענוצט צו שאטן פאר די קינדער. וויפיל שאנסעס געבט איר אז ער וועט ניצן די געלט פאר שוואילטאג? אפילו נישט 1 (אפשר איר יא ווייל איר זענט די ריכטיגע מבין!
איר זאגט אז מען קען נישט וויסן צו ער דארף עס?
לאמיר געבן א קוק אויף די פשוט'ע פאקטן. האט ער א קליין קינד? יא!
האט ער געלט? ניין! וואס פראבירט איר צו לייקענען?
זיינע חברים פון לב טהור זאגן אז מען קען אים גלייבן, וועט איר זאגן אז זיי זענען די זעלבע ליגענערס, ר' שמואל פוקס זאגט, און זאגט גאר שטארק אז מען מוז אים העלפן, ניין ער איז נאאיוו.
איר זענט נישט זיכער צו ער דארף עס? איך קען זאגן מיט א זיכערקייט אז ער דארף עס האבן און נישט ווייל איך שטעל מיך פאר נאר ווייל איך ווייס פינקטליך אז חוץ פון די formula דארף ער פאר נאך א גאר וויכטיגע זאך וואס ער האט מרמז געווען אין איינע פון זיינע פריעדיגע פאוסט'ס.
דא האט ער סך הכל געבעטן פאר די מינימום פאר זיין קינד.
איך האב פראבירט צאמצושטעלן די ליסטע פון וואס איר רעדט (צום סוף פון אייער פאוסט) און איך האב נאר געטראפן 9,000 מענטשן וואס האבן אים געגעבן $200 אין די לעצטע 2 טאג (זייט ער האט געבעטן), ווי קומט איר אן צו 10 טויזענט?
אויב גלייכט איר צו ר' משה צו די לב טהור פירער, פארוואס גלייבט איר אים אז ער גייט צוריק צאלן? וואלטן זיין צוריק געצאלט?
לאמיר זאגן אז פאר א געוויסע סיבה גלייבט איר אים יא, פארוואס האלט איר אז מען דארף אים עס בארגן? איך וואלט נישט געשטיצט טעראר אפילו אויף בארג?
אלא מאי? אז איר ווייסט אז סיי די שכל, סיי די פאקטן, און סיי די עדות זאגן קלאר אז ער איז פארלעסליך, אויב אזוי פארוואס דרייט איר א קאפ? איר זוכט צו מאכן גערודער? מאכט עס נישט אויפ'ן חשבון פון א צובראכענע טאטע און א הינגעריגע נשמה.
ערשטנס שלום וברכה און ברוכים הבאים צו די אשכול
איך פארשטיי אז עס אז באשטעטיגט 100% אז מען קען געבן געלט פאר משה
אבער נאכאלץ דיין צוגאנג און חשבונות דערמאנט ווי אנהייב די מערכה ווען עס זענען געווען אסאך וואס האבען געשריגען אז די קינדער און עלטערען פייניגען זיך און מען דארף זיי שטיצען און מען דארף געבן געלט וכדו'
דעמאלטס איז געקומען א בקשה מפורשת פון די עסקני קודש אז מען זאל בשופו"א נישט געבן קיין שום געלט בכל צורה שהוא וויבאלד פרוטה לפרוטה מצטרפת לסכום גדול און ליידער זענען געווען מענטשען אויבער חכמים וואס האבען יא געגעבען און בזכותם האט זיך די מערכה געצויגען נאך אפאר חדשים און די קינדער זענען געבליבען אין שעלטערס און שפעטער איז מען אנטלאפען צו קאלאמביע ועוד היד נטויה
דעריבער זענען די וואס האבען געווארט אויף א פולע הסכמה פון די עסקני "המערכה" 100% גערעכט בפרט וואס עס איז נאכאלס זייער מאדנע די "שתיקה הרועמת" פון על פי תורה@ אבער נאכאמאל
1- איך פארשטיי עס איז געקומען א הסכמה מפורשת פון די עסקני "המערכה"
2-מען טאר נישט געבן פאר קיין שום מענטש וואס האלט זיך היינט אין לב טהור אן א אישור פון די עסקנים
נישט אינזין געהאט צו פראווענען א שתיקה רועמת... פשוט כ'מיין אז יעדער איז שוין 100 פראצענט קלאר
די נושא איז שוין דורכגעקייט און דורכגעזיפט. נישטא וואס צו מוסיף זיין.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
איך וואלט געראטן די עולם צו איבערקוקן די לעצטע 2 pages.
פון איין זייט האט מען געהערט: "מען קען נישט"! "זיי גנב'נען"! זיי הרג'נען"! וכו' וכו' אזש ס'האט אויסגיין ווי איין פון די עשרת הדיברות צו לאזן א זעקל פלייש און בלוט נאר מיט די בלוט.
פון די 2טע צייט האט מען סך הכל געזאגט די אמת, געבויעט אויף פאקטן, לאגיק און עדות ווער ער איז און ווי די געלט קומט אן.
נישט איך, און נישט סיי ווער האט געטיילט דעות אדער "געהייסן" וואס צו טון. נאר געזאגט ווי חשוב און פארלעסליך עס איז.
שפתיים יושק
באשטעטיגטע דורך ראשי המערכה: @קרני פרה @מתא מחסיא @ברוך אברהם @לעבער אייער @העלפן א איד @עסקן נמרץ