כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
מקשין העולם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:43 pm
Location: monroe
x 554

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מקשין העולם »

בית הכנסת האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 15, 2025 1:22 am
הורקנוס האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 8:37 pm @מענדי קעניג פארוואס דארפסטו ווארטן ביז ער רעדט שטותים אויף צו פארציילן זיינע רשעות,
באלד ווען א צווייטער גייט זיך צוכליפען גייט מען הערן יענעמ'ס חלק און די האלאקאוסט,
מען דארף יעצט פארציילן אלעס למען ידעו און די גרופע סימפאטיקער מיט זיי זאל אויפהערן וואקסן
אין מיין מיינונג קומט נישט די סימפאטיע פון אומוויסנקייט, סא איך גלייב נישט אז דערציילן וועט טוישן זייער קרומע מיינונג.
לפי ידיעתי איז נאך דא געוויסע צווישן היימישן ציבור וואס האלטן נאך אלץ אז ס'איז אלעס שקר וואס מ'דערציילט. זיי גלייבן די מכחישים, אפשר טאקע ווייל ס'איז א בחינה פון "לא יאומן כי יסופר". ממילא ביי מיר פערזענליך איז חשוב יעדעס איינציגע ווארט וואס מענדי קעניג שרייבט, ווייל עס איז קלארע עדות פון איינעם וואס זיין נאמען פיגורירט און ער שטייט אונטער יעדעס ווארט וואס ער שרייבט, אזוי אז אפילו מ'קען עס נישט איבערצייגן פאר די מכחישים, און ס'פעלט בכלל נישט אויס זיי איבערצוצייגן, איז עס אבער גענוג פאר זיך אליינס זיך צו האלטן קלאר און זיך נישט צוטוהן מאכן פון די וואס האבן טענות ומענות אויף די עסקנים.

צו ס'וועט טוישן די וואס האבן אנדערע מיינונגן און מהלכים, לכאורה [זיכער] נישט. ווייל קיינער פון די היימישע ציבור זוכט נישט צו סימפאטיזירן מיט לב טהור בגלוי, ס'איז נישט עטיש. מ'קען נאר זאגן אז מ'האט געדארפט און אז מ'דארף צוגיין אנדערש. און דאס טוישט זיך נישט. ווייל איינער וואס פאררופט זיך אלס עסקן און האט שוין מודיע געווען זיין מהלך וועט שווער צוריקציען פון זיין שיטה, ובפרט ווען מ'קען נישט איבערצייגן אז 'זיין' וועג האט נישט געארבעט, אמער מען האט דאך נישט פראבירט אויף 'זיין' וועג, אזוי אז ס'בלייבט אלעמאל איבער פאר אים צו שרייען אז ווען מ'וואלט מיר געפאלגט וואלט בעסער געווען, וכידוע פאר יעדן וואס האט שוין אמאל געטוהן אין עסקנות.

און בכל הכבוד צו יעדן וואס פאררופט זיך עסקן און סימפאטיזירט, זייער מיינונג איז נישט קרום, ס'איז גראד, ס'איז פארשטענדליך, די פראגע איז נאר צו ס'ארבעט, תיק"ו.
מעלבער
פרישער באניצער
פאוסטס: 17
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 2:12 pm
x 139

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מעלבער »

דער חידוש פון די וויינען איז עפעס אויסערגעווענליך. מ׳קען עס אויסהערן צענדליגע מאל און נישט זאט ווערן.

קראקאדייל טרערן איז שוין אן אלטער מושג, אבער ממש וויינען שרעקליך שרעקליך, נישט קענען קומען צום ווארט, ״דוקא״ אויף עפעס וואס דער בוכה זעלבסט איז פון די גרעסטע פושעים און אכזריים אויף דעם ענין אליינס, איז שוין עפעס נעקסט לעוועל.

ווען עס קומט ארויס א זאך דארף מען זיך אראפלערנען וואס דער כח פון לב טהור איז אייביג געווען. אלע אזאלכע דרשות גייען מיט׳ן זעלבן אקצענט, אזוי נאטירליך, געפיליש, אומשולדיג, מיט אסאך קעקעצערייען אינדערמיט. ווי ער וואלט געזאגט אין איין ווארט: וואס ווילן מיר דען? אלעס איז אזוי פשוט און גראד, ס׳נישטא קיין וועג צו טראכטן אנדערש. און דאס לאזט מען אונז אויך נישט?

דער אקצענט איז א הערליכע פעקעדזש פאר די גרעסטע מאס אכזריות קעגן אידן זייט די צווייטע וועלט מלחמה.

דעם וואך ביי א חתונה פון הרב יואל גוטמאן האט מען געזען פילע בחור׳לעך און יוצאים פון לב טהור (אריינגערעכנט אסאך פון דא), די אלע האבן א שטיק צייט צוריק געטראגן אויף זייער פנים די זעלבע ״אומשולדיגקייט״ וואס מען האט דארט איינגעווארצלט, זיי זענען ארויס פון דארט און נישט געקענט עפענען דאס מויל. דא האט מען זיי געזען טאנצן און שפרינגען, רעדן און שמייכלען, אלעס איז געווען גוטמוטיג, רעדעוודיג, פריינטליך, געשמאק. וינועו אמת הסיפים! די פאלשע איידלקייט און קראקאדייל טרערן מיט וואס מ׳האט געטון די גרעסטע מאס אכזריות האט געדויערט צייט אראפצונעמען, און עס אנטפלעקט זיך הערליכע בילדער!!!!

יואל וויינגארטן מנעי קולך מבכי.... ס׳שוין נישטא פאר וועם צו וויינען חוץ פאר דיר אליינס. אלעס לאכט און שיינט!
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1308
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1849

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יאנטשי »

כהער ידידי ר' יואל וויינגארטן זאגט אז מיר וועלן זיך טרעפן בקרוב מיט גאנץ כלל ישראל ווען משיח וועט קומען.

מיינט דאס אז אונז קענען מיט יא ווארטן אויף משיח אפילו מיר זענען נישט אין לב טהור? וואס טוט זיך מיט די יוצאים, האבן זיי עפעס פון ווארטן אויף משיח אפילו זיי זענען נישט אין קאלאמביע?
ברוך אברהם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 106
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 25, 2025 1:08 pm
x 431

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ברוך אברהם »

► Show Spoiler
די חידוש פון @עסקן נמרץ איז, ער כאפט אויס אנדערע מיטן געבן קרעדיט, אזוי מ'זאל נישט וויסן וויפל צייט ער האט געלייגט/לייגט יעצט אריין אז אונזער צדיק זאל קומען אל המנוחה ואל הנחלה (דאָס וועט זייַן בביאת הגואל, אבער ביזן קרעטשמע...).

למעשה, @עסקן נמרץ האט זיך יעצט אונטערגענומען אן שווערע עסקנות מיט אסאך הוצאות אינוואלוד.

אויב איינער קען א גוטע יוד מיט הארץ וואס קען זיך אונטערנעמען שכר לימוד (סגולה נפלאה כמובא הזוהר הקודש), זאל זיך מעלדן אין אישי.
אוועיטער
טרוימט
פרישער באניצער
פאוסטס: 34
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק מערץ 22, 2025 9:28 pm
x 114

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך טרוימט »

קבל את האמת ממי שאמרה, האמת והשלום אהבו.
שקיעה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 106
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 2:45 pm
Location: Monsey
x 171

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שקיעה »

איך האב פונקט געטראכט אז א גרויסע חלק פון די יוצאים בעיקר די קינדער האבן קיינמאל נישט געזעהן קיין שניי אין לכאורה האבן זיי יעצט צום ערשטע מאל געזעהן אזאנס
אין גוואטעמאלע שנייעט קיינמאל נישט ממילא נאכן ארויסקומען קיין אמעריקא אין די זומער פארלאפענע יאר האבן זיי זיך אין דעם ווינטער זיך באגעגענט מיט שניי
לעבער אייער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 294
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
Location: בארא פארק
x 1330

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לעבער אייער »

שקיעה האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 15, 2025 4:11 pm איך האב פונקט געטראכט אז א גרויסע חלק פון די יוצאים בעיקר די קינדער האבן קיינמאל נישט געזעהן קיין שניי אין לכאורה האבן זיי יעצט צום ערשטע מאל געזעהן אזאנס
אין גוואטעמאלע שנייעט קיינמאל נישט ממילא נאכן ארויסקומען קיין אמעריקא אין די זומער פארלאפענע יאר האבן זיי זיך אין דעם ווינטער זיך באגעגענט מיט שניי
און אויך איז עס די ערשטע מאל וואס די קינדערלעך דארפן אנטון ווינטער מאנטלען
און איינער דארף עס קויפן און באצאלן.
קטןודל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 438
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 8:48 am
x 737

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קטןודל »

טרוימט האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 15, 2025 3:05 pm https://abcharity.org/YoelMarkus
רבותי! רופט אייך אן ווארעם. שיק ווייטער דעם לינק פאר אייערע נאנטע און באקאנטע.

עס קומט זיך פאר ידידינו ותיק וחסיד ר' יואל הי"ו אנצוהייבן א נייע רואיגע קאפיטל אין זיין לעבן!
שקיעה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 106
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 2:45 pm
Location: Monsey
x 171

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שקיעה »

אויב איינער קען אריינקומען מיט אביסל אינפארמאציע וועגן פאריאר חנוכה געציילטע טעג נאך די איבערפאל ווי האבן די קינדער/בחורים געצינדן חנוכה ליכט אין שעלטער פארשטייט זיך אבער האבן זיי געהאט מנורות מיט אויל וכו ? אין די גאנצע קהילות לב טהור האבן געצינדן ווי? אין די טענטס אויפן גאס ווי זיי זענען געווען נעבן די שעלטער?
כתונת יוסף
ניי צום טיש
פאוסטס: 4
זיך איינגעשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 12:49 pm
Location: ניו יארק
x 12

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כתונת יוסף »

דא האסטו אפאר בילדער פון חנוכה
פיילס
IMG-20241231-WA0098.jpg
IMG-20241231-WA0098.jpg (140 KiB) געזען געווארן 1474 מאל
IMG-20241231-WA0085.jpg
IMG-20241231-WA0085.jpg (209.59 KiB) געזען געווארן 1474 מאל
IMG-20241231-WA0096.jpg
IMG-20241231-WA0096.jpg (169.7 KiB) געזען געווארן 1474 מאל
עסקן נמרץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 168
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 11:36 am
x 1025

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך עסקן נמרץ »

ברוכים הבאים בשם ה' ברכנוכם מבית השם!

היינט האט יהדות קאנאדע געהאט די זכיה אויפצונעמען מיט ברייטע ארעמעס ידידינו הבחור החשוב ר' מנחם מענדל קעניג נ"י וואס איז ב"ה אנגעקומען אל המנוחה ואל הנחלה, צוריק צו עיר מולדתו, נאך א לאנגע דראמאטשע פארקניפטע קייט פון לאנגע יארן גולה בתוך גולה צוגעשטעלט בחינם דורך די אוהבי רשע אנשי שם.

מיט דעם איז די צאל יוצאים אין קאנאדע אנגעקומען צו פופצן טייערע נשמות, כולם אהובים כולם ברורים.

פאר די אלע אידן וואס האבן געהאט ספיקות אין קאפ וואס וועט זיין זייער עתיד איז די תשובה: עֲלֵה רֹאשׁ הַפִּסְגָּה וְשָׂא עֵינֶיךָ יָמָּה וְצָפֹנָה וְתֵימָנָה וּמִזְרָחָה וּרְאֵה בְעֵינֶיךָ, לאמיר אלע זעהן וואס איז געווארן מיט די יוצאים אין מאנטריאל-טאהש (און אין אנדערע פלעצער) וואס ווען מ'לייגט אריין כוחות פאלן זאכן אין פלאץ עצהי"ט.

ווי פארשטענדליך קאסט יעדע ריר אפ ימים פון געלט, אבער נעמענדיג אין באטראכט אז יעדע דאלער העלפט א איד זיך אוועקשטעלן אויף די אייגענע פיס און איז ממש א הצלת הדורות, איז עס ממש פרוטות אקעגן די געוואלדיגע זכותים וואס מ'קען איינקויפן.

זאל די באשעפער העלפן מ'זאל שוין בקרוב זכה זיין צו גיין אקעגן משיח צדקנו, ובאו האובדים בארץ אשור והנדחים מארץ מצרים והשחתוו לה' בהר הקודש בב"א.
ארויסצוהעלפן די לב טהור יוצאים מיט ווארימע סכומים, ווארפט אריין אייער הארציגע נדבה.

https://toirem.org/23423
כתונת יוסף
ניי צום טיש
פאוסטס: 4
זיך איינגעשריבן: מאנטאג נאוועמבער 03, 2025 12:49 pm
Location: ניו יארק
x 12

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כתונת יוסף »

נאך איינס
פיילס
IMG-20241231-WA0095.jpg
IMG-20241231-WA0095.jpg (156.52 KiB) געזען געווארן 1456 מאל
מטות מסעי
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 2:55 pm
x 230

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מטות מסעי »

חנוכה אין שעלטער
מנורה איז אינמיטן
מטות מסעי
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 2:55 pm
x 230

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מטות מסעי »

הכנות צו צינדן אין שעלטער
מטות מסעי
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 2:55 pm
x 230

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מטות מסעי »

ווער עס קען מיר ארויסהעלפן מיט פארדעקן עפעס פריצות פון נאך א ווידיאו ווי די קינדער'לעך טאנצן ביים צינדן זאל ביטע קומען אין אישי
שקיעה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 106
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 2:45 pm
Location: Monsey
x 171

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שקיעה »

ווי אזוי זענען דא עלטערע מענטשן אין שעלטער? מען זעהט אויף די ווידיאו׳ס עלטערע אידן?
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1528
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15260

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

כתונת יוסף האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 15, 2025 7:54 pm נאך איינס
דאס איז דער נייער מאנטריאלער גאסט
נאך מיט די בגדי רשע
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
משה יוסף מנחם העלבראנץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 135
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 2:31 am
Location: Guatemala
x 461

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך משה יוסף מנחם העלבראנץ »

א גוטע חנוכה
משה יוסף מנחם העלבראנץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 135
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 2:31 am
Location: Guatemala
x 461

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך משה יוסף מנחם העלבראנץ »

לכל בית ישראל
שמואל פוקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 307
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
Location: מאנסי
x 3391

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמואל פוקס »

משה יוסף מנחם העלבראנץ האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 16, 2025 12:10 am א גוטע חנוכה
א גוטן חנוכה פאר דיר.
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2269
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 7253

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בודקע »

משה יוסף מנחם העלבראנץ האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 16, 2025 12:10 am א גוטע חנוכה
שלום עליכם! שוין לאנג נישט געהערט פון דיך
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
הורקנוס
פרישער באניצער
פאוסטס: 80
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 07, 2025 1:18 am
Location: Monsey
x 268

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הורקנוס »

משה יוסף מנחם העלבראנץ האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 16, 2025 12:10 am א גוטע חנוכה
א פרייליכן חנוכה
עפעס א גוט ווארט, האסט א שיינע תירוץ אויף די בית יוסף'ס קשיא?
בית הכנסת
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 06, 2025 11:16 am
x 291

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בית הכנסת »

משה יוסף מנחם העלבראנץ האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 16, 2025 12:10 am א גוטע חנוכה
א לעכטיגע חנוכה!
עמק השדים
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: דינסטאג נאוועמבער 04, 2025 2:41 pm
Location: דאהי
x 77

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך עמק השדים »

הורקנוס האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 16, 2025 1:09 am
משה יוסף מנחם העלבראנץ האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 16, 2025 12:10 am א גוטע חנוכה
א פרייליכן חנוכה
עפעס א גוט ווארט, האסט א שיינע תירוץ אויף די בית יוסף'ס קשיא?
אין יענע עק וועלט, איז מען דען עוסק אויף חנוכה אינ'ם 'בית יוסף'ס קשיא?
אדער ממשיך זיין נהורין עילאין פון נה"י דא"ק?
אמונה אינה רק מפני שאינו יודע מאמין, רק מפני שאור ד׳ וקדושתו נמצאת בקרב איש הישראלי והיא הרואה את קדושת הארתו ית׳ נאחזת וקשורה בו, והיא האמונה, ואור קדושה זו נמצאת בנו מהאבות.
צווייטער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 792
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 1494

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך צווייטער »

עמק השדים האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 16, 2025 5:56 am
הורקנוס האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 16, 2025 1:09 am
משה יוסף מנחם העלבראנץ האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 16, 2025 12:10 am א גוטע חנוכה
א פרייליכן חנוכה
עפעס א גוט ווארט, האסט א שיינע תירוץ אויף די בית יוסף'ס קשיא?
אין יענע עק וועלט, איז מען דען עוסק אויף חנוכה אינ'ם 'בית יוסף'ס קשיא?
אדער ממשיך זיין נהורין עילאין פון נה"י דא"ק?
רש''ש האט מען זיכער נישט געלערענט דארטן
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
שרייב פאוסט