היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
מצילי אש ד'ראקלענד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 247
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:31 pm
Location: Rockland County
x 2006

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך מצילי אש ד'ראקלענד »

הקדמה: די דיספעטשערס פון מצילי אש לעשן אויס די סקענער אום שבת, און וועלן געווענליך נישט הערן און נישט וויסן פון קיין FD קאלס,

אין דעם פאל האט א גוי אריינגערופן צו מצילי אש, זאגן אז ער זעהט רויעך און פייער ביי די נעקסטע הויז נעבן אים,
די דיספעטשער האט יעצט גענומען אין באטראכט די פאקט אז אידן וואוינען אין יענע געגנט, אזוי אויך די פאקט אז ער האט אונז גערופן איז מעגליך אז א איד האט אים געבעטן צו רופן, (ליידער איז דא אידן וואס האלטן זיך אפ פון רופן שבת אליינס).

כ'ווייס נישט וואס די הלכה און פראטאקאל איז (איך בין נישט קיין דיספעטשער) אויב מ'ווייסט קלאר אז ס'איז א גוי און א געגנט פון גוים
אונזער אימערדזענסי נומבער איז 845.426.9111
דיסקלעימער, כ'בין נישט קיין אפעציעל געשטעלטע ווארטזאגער פון מצילי אש.
אוועיטער
מצילי אש ד'ראקלענד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 247
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:31 pm
Location: Rockland County
x 2006

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך מצילי אש ד'ראקלענד »

אגב, מצילי אש וועט שוין היינט צוטאגס כמעט נישט באפען און דיספעטשן א FD קאלל, ס'מאכט זיך זייער זעלטן.
אונזער אימערדזענסי נומבער איז 845.426.9111
דיסקלעימער, כ'בין נישט קיין אפעציעל געשטעלטע ווארטזאגער פון מצילי אש.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4037
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 6879

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וואוילער »

א מאנסי איד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 15, 2025 3:28 am וויפיל איך האב געהערט גייט די מעשה אז מצילי אש האט געבאפט די קאל און די ערשטע מעמבער איז אנגעקומען סעקונדעס פאר די טשיף ער האט אויסגעשאסן א פענסטער און פרובירט צו שפריצן מיט א water can אבער צוליב די שטארקע קעלט איז עס געווען פארפרוירן וואס דאס מיינט איז אז די איינציגסטע זאך וואס מהאט אויפגעטוהן איז אז די פייער האט באקומען מער oxygen, מיין שאלה איז האט איינער בכלל גערופן מצילי אש? וואס בפשטות איז דעי תירוץ אז ניין! וויבאלד סאיז ניטאמאל געווען א אידיש הויז (כהאב געהערט דעי תורה אז די גוי האט גsearcherd פאר די פייער דעפ נאמבער און סאיז ארויפגעקומען די נאמבער פון מצילי אש יעדע בר דעת פארשטייט איז דעיס איז הוילע ליגנט וויבאלד יעדע גוי רופט 911 פאר אן עמערדשענסי ואכמ״ל) קומט אויס אז מצילי אש האט געבאפט די קאל וויל איך וויסן (ליין תושבי מאנסי ) אויף וועמענס אחריות רעספאנד מען צו 44 calls אום שבת צו א נישט איד און ווען מען קען ניטאמאל העלפן????
טשעק דיינע סורסעס... עפעס איז שטימפיג ביי זיי.

נישט פארפרוירן, נישט אויסגעשאסן.
איין זאך האסטו אויסגעלאזט, אז די ס"וו טשיף האט גענומען די water can.

מסתבר אז די הויז געהערט פאר א איד, און די בעה"ב האט געגעבן די נומבער צו רופן אין פאל פון emergency.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4037
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 6879

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וואוילער »

איך הער אז די ברוער סטראטאגיסט וואס איז אויף זייער פעיראלל איז זייער צוהיצט, ער קען נישט פארנעמען קיין אבק חילול שבת...

אמר"ש איינער ווייסט שוין פארוואס יענע בחור פון ברוער איז אנגעקומען דארט?
.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1498
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4817

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך Think and Thank »

א מאנסי איד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 15, 2025 3:28 am כהאב געהערט דעי תורה אז די גוי האט גsearcherd פאר די פייער דעפ נאמבער און סאיז ארויפגעקומען די נאמבער פון מצילי אש יעדע בר דעת פארשטייט איז דעיס איז הוילע ליגנט וויבאלד יעדע גוי רופט 911 פאר אן עמערדשענסי ואכמ״ל)

לאמיר דוקא יא מאריך זיין א מינוט. האט נישט א געוויסע אפיציעלע פייער דעפארטמענט אין די אומגעגנט לעצטנס שטארק קאמפיינט אז אין פאל פון א פייער זאל מען דוקא נישט רופן 911 נאר זייער פריוואטע נומער, וואס איז גראדע איין דידזשיט אפגערוקט פון די נומער פון מצילי אש?
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1740
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 2851

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך נפתלי »

וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2025 5:21 pm אה, ענדליך, עפעס א רמז שרייבן זיי שוין וועגן האבן די ריכטיגע נומבער.
כ'הער יעדן טאג פון מענטשן וואס האבן בטעות גערופן 425 און אריינגעפאלן אין ברוער'ס סקעם.
ממש א ווינדער זיי זארגן זיך אזוי אז מען זאל נישט אויסמישן נומבער, פארוואס דעמאלטס האבן זיי געמאכט אזא ענדליכע נומבער צו מצילי אש? א פלא.
א מאנסי איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 2:05 am
x 252

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך א מאנסי איד »

Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 15, 2025 1:34 pm
א מאנסי איד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 15, 2025 3:28 am כהאב געהערט דעי תורה אז די גוי האט גsearcherd פאר די פייער דעפ נאמבער און סאיז ארויפגעקומען די נאמבער פון מצילי אש יעדע בר דעת פארשטייט איז דעיס איז הוילע ליגנט וויבאלד יעדע גוי רופט 911 פאר אן עמערדשענסי ואכמ״ל)

לאמיר דוקא יא מאריך זיין א מינוט. האט נישט א געוויסע אפיציעלע פייער דעפארטמענט אין די אומגעגנט לעצטנס שטארק קאמפיינט אז אין פאל פון א פייער זאל מען דוקא נישט רופן 911 נאר זייער פריוואטע נומער, וואס איז גראדע איין דידזשיט אפגערוקט פון די נומער פון מצילי אש?
זייער פריוואטע נאמבער איז 8454259300 ניטאמאל ענדליך צו מצילי אש
א מאנסי איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 2:05 am
x 252

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך א מאנסי איד »

יאנטשי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 15, 2025 1:44 pm
Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 15, 2025 1:34 pm
א מאנסי איד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 15, 2025 3:28 am כהאב געהערט דעי תורה אז די גוי האט גsearcherd פאר די פייער דעפ נאמבער און סאיז ארויפגעקומען די נאמבער פון מצילי אש יעדע בר דעת פארשטייט איז דעיס איז הוילע ליגנט וויבאלד יעדע גוי רופט 911 פאר אן עמערדשענסי ואכמ״ל)

לאמיר דוקא יא מאריך זיין א מינוט. האט נישט א געוויסע אפיציעלע פייער דעפארטמענט אין די אומגעגנט לעצטנס שטארק קאמפיינט אז אין פאל פון א פייער זאל מען דוקא נישט רופן 911 נאר זייער פריוואטע נומער, וואס איז גראדע איין דידזשיט אפגערוקט פון די נומער פון מצילי אש?
אפשר גאר האט דער גוי געוואלט רופן די פייער דעפארטמענט און זיך פארמישט מיט איין נומער?... קען נישט זיין?
נאכאמאל די גוי האט געוואלט רופן די פייער דעפ אויף 8454259300 איז זיך פארמישט מיט איין נאמבער ???
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1307
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1829

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך יאנטשי »

א מאנסי איד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 15, 2025 4:51 pm
יאנטשי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 15, 2025 1:44 pm
Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 15, 2025 1:34 pm

לאמיר דוקא יא מאריך זיין א מינוט. האט נישט א געוויסע אפיציעלע פייער דעפארטמענט אין די אומגעגנט לעצטנס שטארק קאמפיינט אז אין פאל פון א פייער זאל מען דוקא נישט רופן 911 נאר זייער פריוואטע נומער, וואס איז גראדע איין דידזשיט אפגערוקט פון די נומער פון מצילי אש?
אפשר גאר האט דער גוי געוואלט רופן די פייער דעפארטמענט און זיך פארמישט מיט איין נומער?... קען נישט זיין?
נאכאמאל די גוי האט געוואלט רופן די פייער דעפ אויף 8454259300 איז זיך פארמישט מיט איין נאמבער ???
געמיינט אז די 425 נומער איז אפיציעל פון ברוער, סארי פאר מיין מיסטעיק.
בהר ובבקעה
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 8:09 pm
x 4

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך בהר ובבקעה »

שטעלט זיך אז עס זענען באמת דא חברה וואס האלטן אז מצילי אש האט נאך קיין שום עוולה אין זייער היסטאריע נישט געטוען
און די פייער דיפארטמענט האט נאך קיינמאל נישט געטון עפעס ריכטיג

איז אויב אזוי נעמטס דעם ערשטן געלן באס צו אייער לאקאלן נירסערי
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4037
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 6879

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וואוילער »

זעהט אויס איינער דא איז זיך טועה מיט דעטאלן, און א צווייטער כאפט זיך ארויף אויף דעם ווי הייסע לאקשן.

איז אזוי, נאך וואס מצילי אש האט זיך געעפנט און איינע פון די אויפטוען איז געוועהן די דירעקט נומבער, האט ברוער אויף געמאכט א דירעקט נומבער.
אויסער דעם האבן זיי אויך אפגעקויפט א נומבער פון א פריוואטע מענטש, וואס יענע נומבער איז ענליך צו מ"א נומבער, און מיט דעם געווינען זיי נאך קאלס פון מענטשן וואס ווילן רופן מ"א און פאךן אריין ביי זיי.

יעדע שטיק צייט פלעגן זיי טוישן מהלך, אנפאנג האבן זיי געזאגט ליגנט (ווען מ'האט געקאלט די נומבער) אז זיי זענען מצילי אש, שפעטער האבן זיי נישט געהעריג געענטפערט, אנדערע מאל געזאגט קלאר אז נישט.
אנפאנג האבן זיי געלאזט ווארטן, ווי כאילו מצילי אש קומט נישט, שפעטער געשיקט ברוער.

נאך וואס ר' יחזקאל ווייס האט דאס געזאגט ברבים אין סאטמאר הופפער, האבן זיי אויסגעלאשן די נומבער פאר א שטיק צייט (אויך סתם אזוי פלעגט עס זיין On & Off).

קלאר?
.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4037
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 6879

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וואוילער »

בהר ובבקעה האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 15, 2025 5:10 pm שטעלט זיך אז עס זענען באמת דא חברה וואס האלטן אז מצילי אש האט נאך קיין שום עוולה אין זייער היסטאריע נישט געטוען
און די פייער דיפארטמענט האט נאך קיינמאל נישט געטון עפעס ריכטיג

איז אויב אזוי נעמטס דעם ערשטן געלן באס צו אייער לאקאלן נירסערי
העלאו, וואס טוט זיך?

לאמיר הערן, וואס האלטסטו?
בהר ובבקעה
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 8:09 pm
x 4

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך בהר ובבקעה »

וואוילער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 15, 2025 5:16 pm
בהר ובבקעה האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 15, 2025 5:10 pm שטעלט זיך אז עס זענען באמת דא חברה וואס האלטן אז מצילי אש האט נאך קיין שום עוולה אין זייער היסטאריע נישט געטוען
און די פייער דיפארטמענט האט נאך קיינמאל נישט געטון עפעס ריכטיג

איז אויב אזוי נעמטס דעם ערשטן געלן באס צו אייער לאקאלן נירסערי
העלאו, וואס טוט זיך?

לאמיר הערן, וואס האלטסטו?
ווער זאגט אז איך האלט
איך קוק מיך צו און איך האלט מיך אינטער עכ"פ אויף דערווייל
א מאנסי איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 2:05 am
x 252

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך א מאנסי איד »

וואוילער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 15, 2025 5:14 pm זעהט אויס איינער דא איז זיך טועה מיט דעטאלן, און א צווייטער כאפט זיך ארויף אויף דעם ווי הייסע לאקשן.

איז אזוי, נאך וואס מצילי אש האט זיך געעפנט און איינע פון די אויפטוען איז געוועהן די דירעקט נומבער, האט ברוער אויף געמאכט א דירעקט נומבער.
אויסער דעם האבן זיי אויך אפגעקויפט א נומבער פון א פריוואטע מענטש, וואס יענע נומבער איז ענליך צו מ"א נומבער, און מיט דעם געווינען זיי נאך קאלס פון מענטשן וואס ווילן רופן מ"א און פאךן אריין ביי זיי.

יעדע שטיק צייט פלעגן זיי טוישן מהלך, אנפאנג האבן זיי געזאגט ליגנט (ווען מ'האט געקאלט די נומבער) אז זיי זענען מצילי אש, שפעטער האבן זיי נישט געהעריג געענטפערט, אנדערע מאל געזאגט קלאר אז נישט.
אנפאנג האבן זיי געלאזט ווארטן, ווי כאילו מצילי אש קומט נישט, שפעטער געשיקט ברוער.

נאך וואס ר' יחזקאל ווייס האט דאס געזאגט ברבים אין סאטמאר הופפער, האבן זיי אויסגעלאשן די נומבער פאר א שטיק צייט (אויך סתם אזוי פלעגט עס זיין On & Off).

קלאר?
אבער דאס איז קלאר אז די אפציעלע פייער דעפ נאמבער און די אפציעלע מצילי אש נאמבער זענען נישט ענדליך קומט אויס אז די טענה אז די גוי האט זיך פארמישט איז אירעלאווענט
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1307
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1829

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך יאנטשי »

ריכטיג, נישט געווען קיין 'טענה' וואס מען קען אפפרעגן, איך האב פשוט פראבירט צו מאכן א ווערטל וואס האט זיך אויסגעלאזט אין דורכפאל. נעם עס אן ווי קיינער האט גארנישט געזאגט.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1498
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4817

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך Think and Thank »

א מאנסי איד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 15, 2025 5:19 pm
וואוילער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 15, 2025 5:14 pm זעהט אויס איינער דא איז זיך טועה מיט דעטאלן, און א צווייטער כאפט זיך ארויף אויף דעם ווי הייסע לאקשן.

איז אזוי, נאך וואס מצילי אש האט זיך געעפנט און איינע פון די אויפטוען איז געוועהן די דירעקט נומבער, האט ברוער אויף געמאכט א דירעקט נומבער.
אויסער דעם האבן זיי אויך אפגעקויפט א נומבער פון א פריוואטע מענטש, וואס יענע נומבער איז ענליך צו מ"א נומבער, און מיט דעם געווינען זיי נאך קאלס פון מענטשן וואס ווילן רופן מ"א און פאךן אריין ביי זיי.

יעדע שטיק צייט פלעגן זיי טוישן מהלך, אנפאנג האבן זיי געזאגט ליגנט (ווען מ'האט געקאלט די נומבער) אז זיי זענען מצילי אש, שפעטער האבן זיי נישט געהעריג געענטפערט, אנדערע מאל געזאגט קלאר אז נישט.
אנפאנג האבן זיי געלאזט ווארטן, ווי כאילו מצילי אש קומט נישט, שפעטער געשיקט ברוער.

נאך וואס ר' יחזקאל ווייס האט דאס געזאגט ברבים אין סאטמאר הופפער, האבן זיי אויסגעלאשן די נומבער פאר א שטיק צייט (אויך סתם אזוי פלעגט עס זיין On & Off).

קלאר?
אבער דאס איז קלאר אז די אפציעלע פייער דעפ נאמבער און די אפציעלע מצילי אש נאמבער זענען נישט ענדליך קומט אויס אז די טענה אז די גוי האט זיך פארמישט איז אירעלאווענט

נאכאמאל, דו האסט געשריבן אז יש אומרים אז דער גוי האט געסיערטשט פאר די פייער דעפארטמענט נומער און עס איז ארויפגעקומען די נומער פון מצילי אש, און האסט עס אפגעפרעגט מיט די לומד'ישע טענה אז פארוואס אין די וועלט זאל א גוי גוגלען די נומער פון די פייער דעפארטמענט אנשטאט רופן 911?
אויף דעם האב איך אנגעוויזן אז אויב די פייער דעפארטמענט פראפאגאנדירט אז מען זאל דוקא רופן זייער פריוואטע נומער, מאכט סענס אז ווען איינער זעהט א פייער זאל ער גוגלען די נומער.
פלאם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 350
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:18 pm
x 1873

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פלאם »

בהר ובבקעה האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 15, 2025 5:10 pm שטעלט זיך אז עס זענען באמת דא חברה וואס האלטן אז מצילי אש האט נאך קיין שום עוולה אין זייער היסטאריע נישט געטוען
און די פייער דיפארטמענט האט נאך קיינמאל נישט געטון עפעס ריכטיג

איז אויב אזוי נעמטס דעם ערשטן געלן באס צו אייער לאקאלן נירסערי
וכן להיפוך עס זענען באמת דא חברה וואס האלטן אז די פייער דיפארטמענט האט נאך קיין שום עוולה אין זייער היסטאריע נישט געטוען, און מצילי אש האט נאך קיינמאל נישט געטון עפעס ריכטיג.

דאס איז די סיבה פארוואס איך האב נישט רעאגירט צום ניק וואס איז ביזי מיט די קאל פון שבת, נאך די דין ודברים ביים דאמפסטער פייער האב איך באמערקט אז ניטאמאל די מציאות גייט אים אן, סך הכל ווער ס'קען פאוסטן בעסער וכו', און איך האב מחליט געווען אז איך וועל נישט ממשיך זיין לדבר אל העצים ואל האבנים.

אגב איך האב שטארק הנאה פון דיין געדאנק פון שיקן די עולם מיט א געלע באס צו א לאקאלע נורסערי, אבער מ'דארף זיכער מאכן אז ס'איז דא לכל הפחות פאראלעל, כאמור.
בהר ובבקעה
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 8:09 pm
x 4

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך בהר ובבקעה »

פארוואס איז פונקט יעצט {ווען א הויז אין מאנסי האט אפגעפלאקערט} אזוי שטיל דא ????
אוועיטער
ירושלמי
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:24 am
Location: ירושלים עיה"ק
x 16

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך ירושלמי »

בהר ובבקעה האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 1:09 am פארוואס איז פונקט יעצט {ווען א הויז אין מאנסי האט אפגעפלאקערט} אזוי שטיל דא ????
viewtopic.php?p=228698#p228698
אוועיטער
מצילי אש ד'ראקלענד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 247
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:31 pm
Location: Rockland County
x 2006

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך מצילי אש ד'ראקלענד »

אין די פארגאנגענע חנוכה טעג איז הרה"ג ר' יחזקאל שרגא ווייס שליט"א ארומגעגאנגען טיילן דאונאטס פאר די ערוועלטע באמטע און רעגירונג אינסטאנצן, אויסניצנדיג די יום טוב אלץ א צייט צו קענען ארויסווייזן הכרת הטוב פאר זייער אנגייענדע סופפארט און צו פארשטערקערן די קשרים.

די באזוכן האבן אריינגעגנומען העסקן מו"ה משה האפשטיין הי"ו ראקלענד קאונטי לעדזיסלעיטער, העסקן מו"ה אהרן בן ציון וויעדער הי"ו ניו יארק סטעיט אסמבלימען, מו"ה יוסף הערש גראס הי"ו ספרינג וואלי סראסטי, און מו"ה דוד ברייער הי"ו טאלמאן פייער קאמישאנער, ווי אויך העסקן מו"ה ראפי זילבערבערג הי"ו.
אזוי אויך איז מען געגאנגען צו די Tallman Fire Department, Hillcrest Fire Department, ראמאפא פאליס דעפארטמענט און ספרינג וועלי פאליס דעפארטמענט [וואו זיי האבן ספעציעל ארומגעוויזן די גאנצע אפאראציע פון די פאליס דעפארטמענט און אלע זייערע אפיסעס], ווי אויך צום קאונטי שעריף דעפארטמענט.

בנוסף לזה איז מען געגאנגען צו Town Supervisor Michael Specht, ער האט ספעציעל שיין אויפגענומען די דעליגאציע, און זיך עקסטער באדאנקט, ער האט געבעטן מ'זאל זיך שטעלן אויף א בילד, און האט ארויסגעוויזן א שטארקע דאנקבארקייט.

אזוי אויך איז מען געגאנגען צו די County Executive Ed Day, דעי האט ארויסגעוויזן א גאר שטארקע צופרידנקייט אויף די צוזאמען ארבעט, און האט ארויסגעברענגט אז ער פערזענדליך זוכט צו האבן א שטארקע קשר מיט מצילי אש. דארט האט מען זיך אויך געשטעלט פאר א בילד.

ווי אויך איז מען געווען ביי די ראקלענד קאונטי הויפט פייער קארדינעטאר Chris Kear [העכסטע אויטאריטעט אין די ראקלענד קאונטי פייער סיסטעם], וואס האט אויפגענומען די רב שליט"א מיט א ווארימקייט, און זיך באדאנקט פאר די דאונאטס.

ווי אויך איז מען געווען ביים אפיס פון Bill Weber דער סטעיט סענעטאר, ביים אנקומען איז ער נישט געווען אין אפיס, און איז אויפגענומען געווארן דורך די אפיס שטאב.
שפעטער ביים אפיציעלע חנוכה לעכט צערעמאניע פון די טאון אוו ראמאפא, ווי מצילי אש איז אויך געלאדענט געווארן, האט זיך בילל וועבער עקסטער באדאנקט פארן רב שליט"א אויף די דאונאטס וואס ער האט ערהאלטן פון זיין אפיס.
אוועיטער
מצילי אש ד'ראקלענד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 247
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:31 pm
Location: Rockland County
x 2006

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך מצילי אש ד'ראקלענד »

מייקל ספעקט
מייקל ספעקט
1000000082.png (638.81 KiB) געזען געווארן 542 מאל
עד דעי
עד דעי
1000000080.jpeg (204.7 KiB) געזען געווארן 542 מאל
ספרינג וועלי פאליס
ספרינג וועלי פאליס
1000000081.jpeg (83.22 KiB) געזען געווארן 542 מאל
אונזער אימערדזענסי נומבער איז 845.426.9111
דיסקלעימער, כ'בין נישט קיין אפעציעל געשטעלטע ווארטזאגער פון מצילי אש.
ברוך אברהם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 106
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 25, 2025 1:08 pm
x 430

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך ברוך אברהם »

סא מצילי אש טיילט שוין דאונאטס פאר פאליטישנס....
יעצט איז עס שוין טאקע א פאלשטענדיגע חסד ארגענעזאציא כמנהג כלל ישראל בארצות הברית....😂😂😂😂
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 541
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1154

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

ברוך אברהם האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 23, 2025 4:13 pm סא מצילי אש טיילט שוין דאונאטס פאר פאליטישנס....

מצילי אש האט אמאל געטשעפעט לב טהור אדער מעליץ? וואס גייט פאר
לעבער אייער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 294
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 02, 2025 2:27 pm
Location: בארא פארק
x 1330

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך לעבער אייער »

נאסע שמאטעס האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 23, 2025 4:33 pm
ברוך אברהם האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 23, 2025 4:13 pm סא מצילי אש טיילט שוין דאונאטס פאר פאליטישנס....
יעצט איז עס שוין טאקע א פאלשטענדיגע חסד ארגענעזאציא כמנהג כלל ישראל בארצות הברית....😂😂😂😂
מצילי אש האט אמאל געטשעפעט לב טהור אדער מעליץ? וואס גייט פאר
דיינע שמאטעס זענען נישט נאס נאר דורכגעווייקט....
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 541
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1154

Re: היימישער פייער דעפארטמענט אין מאנסי, שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

לעבער אייער האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 23, 2025 7:25 pm
נאסע שמאטעס האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 23, 2025 4:33 pm
ברוך אברהם האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 23, 2025 4:13 pm סא מצילי אש טיילט שוין דאונאטס פאר פאליטישנס....
יעצט איז עס שוין טאקע א פאלשטענדיגע חסד ארגענעזאציא כמנהג כלל ישראל בארצות הברית....😂😂😂😂
מצילי אש האט אמאל געטשעפעט לב טהור אדער מעליץ? וואס גייט פאר
דיינע שמאטעס זענען נישט נאס נאר דורכגעווייקט....
אה, נאך איינס. איך פרעג ערנסט. מעליץ איז קעגן מצילי אש?
שרייב פאוסט