חזק חזק ונתחזק! ענקזייעטי.

געזונטע שמועסן און ידיעות
הלכות דעות
ניי צום טיש
פאוסטס: 1
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 15, 2024 7:31 pm
x 2

Re: חזק חזק ונתחזק! ענקזייעטי.

פאוסט דורך הלכות דעות »

נשמה פלאם האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 24, 2025 3:35 am הודו לו ברכו שמו כי טוב ה' לעולם חסדו!!

נאך 2 יאר יסורי הגוף והנפש, ביטערע צייטן וואס די וועלט איז מיר צוזאמגעפאלן פאר די אויגן, בין איך ברוך השם, ברוב חסדו פונעם הייליגן באשעפער צוריק, איך לעב און לאך, איך האב צוריק באקומען מיין לעבן, מיין ווייב האט צוריק באקומען איר מאן און מיינע קינדער זייער טאטע.

איך האב באקומען א מורא'דיגע פעשען צי העלפן מענטשן מיט ענקזייעטי, ניין כבין נישט קיין פראפעשנעל אבער איך האב - ליידער - אסאך עקספיריענס.

מיין אישי איז אפן פאר סיי ווער עס דארף הילף אין די נושא.
איך בין אויכעט געווען אין דיינע שיך, ביז ביז ביז, כהאב אנגעהויבן נעמען מעדיצין פאר ענקזייעטי און נאך קארגע עטליכע טעג איז עס זיך געגאנגען צו אלע בייזע רוחות

פארוואס שרייב עס אויף דיין פאוסט? ווייל עס איז א ביטערע שאד די 2 געהארגעטע יאר, א נערישע פיל נעמט ארויס פון די מצב 1 2 און נאך עטליכע חדשים קען מען עס ציביסלעך אויפהערן. ב”ה איך דארף מער נישט קיין שום מעדיצין. ווען עס כאפט מיר די נערוו הייב איך תיכף נאכאמאל אן צו נעמען די מעדיצין פאר עטליכע וואכן און עס אנטלויפט כאילו לא היה.

א בשר ודם איז זייער א שוואכע זאך, דו דארפסט עסן, שלאפן, וכו’ וכו’, נו דארף איך אויכעט עסן נאך א קליינע פיל, די נערישע עקשנות פון מענטשן נישט צו נעמען מעדיצין הארגעט אוועק לעבנס און לעכטיגע יארן
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 7853
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 18841

Re: חזק חזק ונתחזק! ענקזייעטי.

פאוסט דורך דער תהלים איד »

הלכות דעות האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 11:46 am
נשמה פלאם האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 24, 2025 3:35 am הודו לו ברכו שמו כי טוב ה' לעולם חסדו!!

נאך 2 יאר יסורי הגוף והנפש, ביטערע צייטן וואס די וועלט איז מיר צוזאמגעפאלן פאר די אויגן, בין איך ברוך השם, ברוב חסדו פונעם הייליגן באשעפער צוריק, איך לעב און לאך, איך האב צוריק באקומען מיין לעבן, מיין ווייב האט צוריק באקומען איר מאן און מיינע קינדער זייער טאטע.

איך האב באקומען א מורא'דיגע פעשען צי העלפן מענטשן מיט ענקזייעטי, ניין כבין נישט קיין פראפעשנעל אבער איך האב - ליידער - אסאך עקספיריענס.

מיין אישי איז אפן פאר סיי ווער עס דארף הילף אין די נושא.
איך בין אויכעט געווען אין דיינע שיך, ביז ביז ביז, כהאב אנגעהויבן נעמען מעדיצין פאר ענקזייעטי און נאך קארגע עטליכע טעג איז עס זיך געגאנגען צו אלע בייזע רוחות

פארוואס שרייב עס אויף דיין פאוסט? ווייל עס איז א ביטערע שאד די 2 געהארגעטע יאר, א נערישע פיל נעמט ארויס פון די מצב 1 2 און נאך עטליכע חדשים קען מען עס ציביסלעך אויפהערן. ב”ה איך דארף מער נישט קיין שום מעדיצין. ווען עס כאפט מיר די נערוו הייב איך תיכף נאכאמאל אן צו נעמען די מעדיצין פאר עטליכע וואכן און עס אנטלויפט כאילו לא היה.

א בשר ודם איז זייער א שוואכע זאך, דו דארפסט עסן, שלאפן, וכו’ וכו’, נו דארף איך אויכעט עסן נאך א קליינע פיל, די נערישע עקשנות פון מענטשן נישט צו נעמען מעדיצין הארגעט אוועק לעבנס און לעכטיגע יארן
וואס פעלט עס אויס? מ'קען דאך נעמען א רייע פון נאטורליכע היילונגען וואס זענען בדוק ומנוסה און האבן נישט די שרעקליכע סייד אפעקטס?

סארי פאר מיין ווערטל. ס'איז לתועלת. :oops:

און א יישר כח אייך פאר'ן מיטטיילן. ענק זאלן נאר מיטטיילן גוטע בשורות!
נשמה פלאם
פרישער באניצער
פאוסטס: 15
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 12, 2024 11:01 am
Location: Brooklyn
x 52

Re: חזק חזק ונתחזק! ענקזייעטי.

פאוסט דורך נשמה פלאם »

אינטערסאנטע אויפפאסונג פון מיין עקספיריענס. כ'בין נייגעריג וואס די עולם זאגט.

איך מאך א הנחה: א מענטש האט בעצם נישט קיין פראבלעם און האט נישט מורא פון קיין שום זאך. עס איז נאר וויאזוי "ער פילט וועגן דעם".
אויב ער איז פרייליך, האט סיפוק, רואיג האט ער פארפאקט די וועלט אין לינקע זאק, די זעלבע מענטש, אויב ער איז אנגעצויגן, אומבאקוועם, דעפרעסט קען ער כאפן א פאניק אטאקע פון יעדע קלייניקייט.

כ'וועל עס טרייען צי מסביר זיין. מ'קען גיין טיף טיף, לאמיר פרובירן.
נשמה פלאם
פרישער באניצער
פאוסטס: 15
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 12, 2024 11:01 am
Location: Brooklyn
x 52

Re: חזק חזק ונתחזק! ענקזייעטי.

פאוסט דורך נשמה פלאם »

משל א'
ווען אברמי איז רואיג און פרייליך קען ער צוגיין צום עמוד נאו פראבלעם. ווען אברמי איז אנגעצויגן, אומבאקוועם קען ער כאפן א פאניק אטאקע ביים עולה זיין.
די קשיא איז, מענטשן ברענגן אים פחד אדער נישט? די תירוץ איז ניין! א מענטש האט נישט מורא בעצם פון גארנישט, ער האט נאר מורא "וויאזוי גיי איך פילן וועגן דעי זאך". אויב פילט ער גוט האט ער נישט קיין פראבלעם והיפך היפך.
קומט אויס, אברמי האט נישט קיין פראבלעם מיט עולה זיין און דאווענען פארן עמוד ער האט א פראבלעם "וויאזוי ער פילט דעמאלטס"
במילא איז פשוט פארוואס דעפרעשן פיטערט ענקייזעטי, און ווען א מענטש איז פרייליך איז ממש אומעגליך ער זאל האבן ענקזייעטי, ווייל ס'איז נישט די זאך, נאר וויאזוי מ'שפירט וועגן דעם.

ס'זיכער דא מענטשן וואס ס'איז נישט ממש אזוי אבער עכ"פ למחצה לשליש ולרביעי.
נשמה פלאם
פרישער באניצער
פאוסטס: 15
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 12, 2024 11:01 am
Location: Brooklyn
x 52

Re: חזק חזק ונתחזק! ענקזייעטי.

פאוסט דורך נשמה פלאם »

משל ב'
שלמה האט סאשעל ענקייזעטי, אין שול פאקט ער איין, רעדט נאר מיט זיינע פאר נאנטע חברים, די איבריגע טוישט ער נישט קיין ווארט, אפגערעדט פון בעלי בתים און VIP כאפט אים טרייסל נאר ווען ער וואקט זיי דורך אין די האלוועי.. וכו'
שלמה'ס שווער מאכט חתונה און שלמה איז זייער אפליפטעד, אלעס ארום און ארום איז געשמאק און שיין, די גאנצע שול קומט אריבער לכבוד די שווער און אין איינוועגס געבט מען שוין די האנט פאר שלמה.. שלמה נעמט יעדעם אויף בסבר פנים יפות געט א גוט ווארט און א לייכטע קלאפ אויפן פלייצע מיט קאנפידענס..

דאס מעשה שטימט?.. איא? שטעלט זיך די קשיא שלמה האט מורא פון מענטשן אדער נישט? מ'רעדט דאך פון די זעלבע מענטש..

די תירוץ איז ווייטער, שלמה האט נישט "בעצם" מורא פון מענטשן, ס'איז נישט דא אזא זאך.. שלמה "שפירט" נאר אומבאקוועם ווען ער דארף רעדן מיט מענטשן, במילא ביי די חתונה ווען זיין קאנפידענס און קאמפארט איז אויף זייער א הויכע לעוול "פילט" יא גוט מיט מענטשן.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3344
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 10475

Re: חזק חזק ונתחזק! ענקזייעטי.

פאוסט דורך פופציגער »

@נשמה פלאם קען זיין דאס איז נאר ביי סאושעל ענקזייעטי?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
נשמה פלאם
פרישער באניצער
פאוסטס: 15
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 12, 2024 11:01 am
Location: Brooklyn
x 52

Re: חזק חזק ונתחזק! ענקזייעטי.

פאוסט דורך נשמה פלאם »

דערווייל א השערה וואס די מערסטע בולט ביי סאשעל ענקייזעטי.
קען זיין מ'קען עס זאגן ביי אנדערע סארט אויך
שרייב פאוסט