שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
רעאליסטיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 256
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 20, 2025 10:35 am
x 364

Re: שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)

פאוסט דורך רעאליסטיש »

הופעת רבינו שליט"א
פיילס
IMG-20251204-WA0201.jpg
IMG-20251204-WA0201.jpg (177.55 KiB) געזען געווארן 3189 מאל
IMG-20251204-WA0197.jpg
IMG-20251204-WA0197.jpg (186.75 KiB) געזען געווארן 3189 מאל
IMG-20251204-WA0200.jpg
IMG-20251204-WA0200.jpg (159.27 KiB) געזען געווארן 3189 מאל
אוועיטער
א חסיד פון רב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 208
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:22 pm
x 416

Re: שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)

פאוסט דורך א חסיד פון רב »

גויל אילו רקיעי קני כל חורשתא, דיו אילו ימי וכל מי כנישותא, דירי ארעא ספרי ורשמי רשותא, הדרא דלא אפשר למפרט בשפותא.

עס איז נישט צום באשרייבן די געהויבענע נאכט ליל החתונה פארגאנגענעם דאנערשטאג וואס איז אריבער אויף אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר.

ווער ס'איז דארט געװען האט זיך געהויבן בקדושה של מעלה, און ווער ס'האט נישט זוכה געווען לא ראה שמחה מימיו.

אנגעהויבן ביים התעוררות'דיגן תפילת מנחה און די בענטשן תיכף דערנאך וואס האט געמוזט אפגעשטעלט ווערן צוליב די אויסטערלישע געדרענג סכנת נפשות ממש, אבער יעדער וואס האט זיך דארט געפונען האט געשפירט אז ער ווערט געבענטשט דורך רבינו שליט"א בברכות עליונות.

די בכיות און ווארימקייט ביים מעמד קבלת פנים, די חרוזים וואס האבן ערוועקט סטרונעס, דעם רבינ'ס דברות קודש וואס האט אויפגעוועקט געפילן, די ניגוני התעוררות ביים געהויבענעם מעמד החופה וואו טויזנטער אידן זענען געשטאנען איש אל אחיו און נתעורר געווארן.

די סעודת החתונה דורכ'ן רב שליט"א אין ביהמ"ד הגדול וועלכע איז געווען פול מן הקצה אל הקצה, די געדרענג האט זיך ספעציעל דערקענט ביי אלע טירן וואו ס'איז ממש געווען א בחינה פון אין יוצא ואין בא און מיט שוועריגקייט האבן די עסקנים פרובירט צו מאכן סדר אויפ'ן פלאץ.

די געהויבענע טענץ ביים רב'ס ערשיינונג, לא יאומן כי יסופר, און די זכיה צו וואונטשן מזל טוב פאר'ן רב שליט"א ווען דער רב האט געמאכט דעם וועג ארום דעם גאנצן זאל דער ציבור זאל האבן די געלעגנהייט.

ממדריגה למדריגה איז מען אריבער אין דעם גיגאנטישן גרינהאוז קאמפלעקס וואו עס האבן זיך פארזאמלט אלפי אלפים ורבי רבבות אין א קורצע זמן, און מיט די צייט איז דער גרויסער זאל געווען איבערגעפולט עד אפס מקום.

די ריקודין של מצוה ווען דער רבי איז אריינגעקומען איז געווען עד אין לשער, די געהויבענע טענץ מיט'ן חתן און מיט די מחותנים, באזונדער דעם הערליכן ריקוד באש קודש מיט בנו דער רב שליט"א וואו אב ובנו האבן זיך צוזאמען געפרייט בשמחת כלולת בניהם.

מה נאמר ומה נדבר, נישט דא פון וואו אנצוהייבן צו רעדן פון די געהויבענע מצוה טאנץ פון הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, די התעוררות'דיגע חרוזים האבן זיך פארצויגן פאר א לענגערע צייט בשעת דער עולם שטייט באימה עילאה הערנדיג די טיפקייט און התבוננות פון האלטן ביי א "פערטן" דור און האלט מיט װי דער רבי שטיקט זיך פאר געוויין ברגש דקדושה.

ואילו פינו מלא שירה כים ולשונינו רנה כהמון גליו ושפתותינו שבח כמרחבי רקיע, אין אנחנו מספיקים להודות לך ה' אלקינו ואלקי אבותינו, מה אשיב לה' כל תגמולוהי עלי.

פון איין מינוט אויפ'ן צווייטן זענען די געפילן געטוישט געווארן פון יום כיפור צו שמחת תורה ווען דער רבי האט מקיים געווען דעם כיצד מרקדין לפני הכלה מיט די גאנצע פרישקייט אנהייבנדיג שפינען דעם קייט פונעם נייעם דור.

די מאסן ציבור וואס זענען געבליבן מיטהאלטן דעם רב'ס מצוה טאנץ וועלכע האט געהויבן דעם ציבור לאלפים עד אין לשער ואין לתאר, אהללה ה' בחיי אזמרה לאלקי בעודי.

אשרי עין ראתה קהל עדתינו רוגשים.
אלעס ארום די היסטארישער חתונה פונעם עלטסטן אור אייניקל ביי כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א עלטסטע אייניקל ביי בנו הגדול הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א

https://chat.whatsapp.com/FGO3KLNgqc82X9GBwK5TfT

https://t.me/Satmar_Chasuna
שליוואוויץ
ניי צום טיש
פאוסטס: 7
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 21, 2025 3:35 pm
Location: Monsey
x 21

Re: שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)

פאוסט דורך שליוואוויץ »

וואס איז פשט פון די גיגאנטישע שטריימלך סיי אויפן רבין און אויפן רב ס׳איז שרעקעדיג וואס די סוחרים טוען דא מיט אינז
בן בית
פרישער באניצער
פאוסטס: 25
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 6:01 pm
Location: USA
x 116

Re: שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)

פאוסט דורך בן בית »

שליוואוויץ האט געשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 06, 2025 10:11 pm וואס איז פשט פון די גיגאנטישע שטריימלך סיי אויפן רבין און אויפן רב ס׳איז שרעקעדיג וואס די סוחרים טוען דא מיט אינז
כפי השמועה האט רבינו די נייע ישועה סארט שטריימעל וואס ינגן אסאך ווייניגער.
סאיז ווייט נישט אזוי לעבעדיג אווי א געהעריגע, מאכן עס די סוחרים באמבאסטיש אנשטאט.
רעאליסטיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 256
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 20, 2025 10:35 am
x 364

Re: שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)

פאוסט דורך רעאליסטיש »

שליוואוויץ האט געשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 06, 2025 10:11 pm וואס איז פשט פון די גיגאנטישע שטריימלך סיי אויפן רבין און אויפן רב ס׳איז שרעקעדיג וואס די סוחרים טוען דא מיט אינז
קומט עכט נישט אין די אשכול אבער די שטריימלעך זענען ארויס פון די גבולים, איך האב געזען די שבת א מחותן קומט אריין צום שבת באווארפן מיט א שטריימל פונעם נאז ביזן דאך... מ'דארף עפעס טאן דא
רעאליסטיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 256
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 20, 2025 10:35 am
x 364

Re: שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)

פאוסט דורך רעאליסטיש »

רבינו שליט"א ביי הבדלה נאכן שבת של שמחה במקהלות אלפי אנ"ש אין וויליאמסבורג
פיילס
IMG-20251207-WA0030.jpg
IMG-20251207-WA0030.jpg (231.08 KiB) געזען געווארן 2510 מאל
IMG-20251207-WA0196.jpg
IMG-20251207-WA0196.jpg (235.71 KiB) געזען געווארן 2510 מאל
IMG-20251207-WA0195.jpg
IMG-20251207-WA0195.jpg (298.49 KiB) געזען געווארן 2510 מאל
רעאליסטיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 256
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 20, 2025 10:35 am
x 364

Re: שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)

פאוסט דורך רעאליסטיש »

ביי שלש סעודות
פיילס
IMG-20251207-WA0024.jpg
IMG-20251207-WA0024.jpg (216.54 KiB) געזען געווארן 2503 מאל
IMG-20251207-WA0025.jpg
IMG-20251207-WA0025.jpg (217.09 KiB) געזען געווארן 2503 מאל
IMG-20251207-WA0021.jpg
IMG-20251207-WA0021.jpg (237.01 KiB) געזען געווארן 2503 מאל
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3000
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 6647

Re: שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)

פאוסט דורך פשוט און גראד »

בין איך נייגעריג צו די סיבה פון אזא אנלויפעניש פונעם עולם, איז וועגן ס‘איז אזא בחינת מוצאי מירון אדער סתם..
דער אויבערהאר
פרישער באניצער
פאוסטס: 98
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 09, 2024 11:17 pm
Location: קר''י
x 210

Re: שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)

פאוסט דורך דער אויבערהאר »

פשוט און גראד האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 11:50 am בין איך נייגעריג צו די סיבה פאר אזא אנלויפעניש פון אזא עולם איז וועגן ס‘איז בבחינת מוצאי מירון אדער סתם..
פשוט זיך צו ווארעמען ביים לעכטיגן אור
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4806
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6473

Re: שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)

פאוסט דורך שמח »

נאך פון די פייערדיגע מצוה טאנץ ברשפי אש קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים חתונה הגדולה פון הכלה נכדתו דור רביעי הבכירה, בת לנכדו הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, במקהלות אלופי אלפי אנ''ש אינעם גיגאנטישער גרינהאוז קאמפלעקס, ברוקלין נעווי יארד.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
https://chat.whatsapp.com/IpFlOyC5SJ30eoFk1ggspC

מצוה טאנץ פונעם זיידן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א ביים חתונה הגדולה פון הכלה נכדת דור רביעי הבכירה פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, בת לנכדו הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א, במקהלות אלופי אלפי אנ''ש אינעם גיגאנטישער גרינהאוז קאמפלעקס, ברוקלין נעווי יארד.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
https://chat.whatsapp.com/IpFlOyC5SJ30eoFk1ggspC
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3000
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 6647

Re: שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)

פאוסט דורך פשוט און גראד »

איך טריי צו טראכטען וויאזוי ס‘איז שייך בעסער צו אויסארבעטען אזוינע מעמדים. פארזעה איך עפעס? מיט וואס איז קרית יואל בעסער? מער פעסיליטיס?
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4806
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6473

Re: שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)

פאוסט דורך שמח »

לענגערע ווידיאו צוזאמגענומען פון די ווידיאוס פון די סאטמערע נייעס פלאטפארמע פונעם היסטארישן חתונה הגדולה פון הכלה נכדת דור רביעי הבכירה פון כ''ק רבינו הגה''ק מסאטמאר שליט''א בת לנכדו הרה''ג ר' יואל גלאנץ שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק סאטמאר וומסב''ג שליט''א, במקהלות אלופי אלפי אנ''ש אנגעהויבן אין ביהמ''ד הגדול סאטמאר אין וומסב''ג דערנאך אינעם גיגאנטישער גרינהאוז קאמפלעקס, ברוקלין נעווי יארד.

גוגל דרייוו לינק
אמת ואמונה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 153
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 7:18 pm
x 136

Re: שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)

פאוסט דורך אמת ואמונה »

פשוט און גראד האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 11:50 am בין איך נייגעריג צו די סיבה פאר אזא אנלויפעניש פון אזא עולם איז וועגן ס‘איז בבחינת מוצאי מירון אדער סתם..
דאס איז צוליב די קשר וואס די וויליאמסבורגער אידן האבן מיטן רבי'ן שליט"א בכלל און מיטן רב שליט"א בפרט.
טייערער אידן, הייליגע אידן, האסט אמונה אין בורא כל עולמים וועט אייך גוט זיין!!
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3000
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 6647

Re: שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)

פאוסט דורך פשוט און גראד »

אמת ואמונה האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 3:07 pm

@דער אויבערהאר צו דיר אויך די שאלה, כ‘זעה האסט אויך גענטפערט פריער.

סאו די זעלבע עולם איז אייביג דא?
אמת ואמונה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 153
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 7:18 pm
x 136

Re: שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)

פאוסט דורך אמת ואמונה »

פשוט און גראד האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 4:26 pm

וואס הײסט אייביג?

אמת ואמונה האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 5:05 pm

אלע מאורעות
אמת ואמונה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 153
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 04, 2025 7:18 pm
x 136

Re: שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)

פאוסט דורך אמת ואמונה »

פשוט און גראד האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 5:05 pm
אמת ואמונה האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 5:05 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 4:26 pm

@דער אויבערהאר צו דיר אויך די שאלה, כ‘זעה האסט אויך גענטפערט פריער.

סאו די זעלבע עולם איז אייביג דא?
וואס הײסט אייביג?
אלע מאורעות
למשל ביי חנוכה ליכט?
ניין

כ"א כסלו יא
טייערער אידן, הייליגע אידן, האסט אמונה אין בורא כל עולמים וועט אייך גוט זיין!!
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3316
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3744

Re: שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)

פאוסט דורך אנדערער »

הערליכע חתונה געווען ברוך השם. א גרויסע דאנק פאר אלע וואס האבן עס געמאכט.

יעצט די נישט אזוי גוטע ..... די חופה מיט די קארס אויף הופער אז האלב עולם האט נישט געקענט זען. די שמאלע אריינגאנג און דורכגענג ביי די סעודה. די באסעס זענען געווען די דיזעסטער פונעם יאר הונדערט. די צאמלויפן ביי די רב מצוה טאנץ
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8470
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20651

Re: שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)

פאוסט דורך דער תהלים איד »

פארשטעלונג דורך די בדחנים ר' חיים הערש גלאנצער און ר' יואל ברוין, ביים שבע ברכות נעכטן זונטאג נאכט אין ביהמ"ד הגדול קרית יואל:

יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1299
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1820

Re: שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)

פאוסט דורך יאנטשי »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 10:03 am פארשטעלונג דורך די בדחנים ר' חיים הערש גלאנצער און ר' יואל ברוין, ביים שבע ברכות נעכטן זונטאג נאכט אין ביהמ"ד הגדול קרית יואל:

נאר אויסגעהערט ביז די גראמען, האט די פארשטעלונג עפעס א שייכות צו עזרא ויעיץ חוץ פון זאגן אז דא איז זייער אפיס?
עומד על תלת
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 231
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 5:15 pm
Location: Ny
x 372

Re: שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)

פאוסט דורך עומד על תלת »

אנדערער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 10:41 pm הערליכע חתונה געווען ברוך השם. א גרויסע דאנק פאר אלע וואס האבן עס געמאכט.

יעצט די נישט אזוי גוטע ..... די חופה מיט די קארס אויף הופער אז האלב עולם האט נישט געקענט זען. די שמאלע אריינגאנג און דורכגענג ביי די סעודה. די באסעס זענען געווען די דיזעסטער פונעם יאר הונדערט. די צאמלויפן ביי די רב מצוה טאנץ
די דיזעסטער ביי מצוה טאנץ האט אסאך צו טיהן מיט דעיס וואס מענטשן שטעלן זיך אויף אויף די בערי געטי'ס,
אין עס שטערט מענטשן פין די ברענטשעס פין קענען זעהן......
דעת קדשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1567
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 3554

Re: שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)

פאוסט דורך דעת קדשי »

חלק פון די פארשטעלונג דורך די בדחנים ר' חיים הערש גלאנצער און ר' יואל ברוין, ביים שבע ברכות נעכטן זונטאג נאכט אין ביהמ"ד הגדול קרית יואל
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
אוועיטער
פארשטענדליך אידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 107
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 6:01 pm
x 341

Re: שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)

פאוסט דורך פארשטענדליך אידל »

איינער זאגט מיר ביי די חתונה "דער עמרם האט זיך גוט ארויפגעארבעט! ער זינגט לעבעדיג! ער הייבט דעם עולם! גיב א קוק ער האט זיין געווענטליכע קווייער אָן קיין ספעשיל זינגער, ער זינגט קלאר און שארף, און דער עולם שפרינגט".
האב איך אים געזאגט אז דאס איז צו פארדאנקען די גוטע סאונד פון סטעלער.
נעכטן ביי די שבע ברכות זאגט ער וואס גייט דא פאר? ער זינגט דאך נישט צום זאך.
אבער נאך א מינוט כאפט ער זיך "אוי מיר האבן נישט סטעלער דא"
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 309
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 590

Re: שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)

פאוסט דורך totty »

פארשטענדליך אידל האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 9:12 pm איינער זאגט מיר ביי די חתונה "דער עמרם האט זיך גוט ארויפגעארבעט! ער זינגט לעבעדיג! ער הייבט דעם עולם! גיב א קוק ער האט זיין געווענטליכע קווייער אָן קיין ספעשיל זינגער, ער זינגט קלאר און שארף, און דער עולם שפרינגט".
האב איך אים געזאגט אז דאס איז צו פארדאנקען די גוטע סאונד פון סטעלער.
נעכטן ביי די שבע ברכות זאגט ער וואס גייט דא פאר? ער זינגט דאך נישט צום זאך.
אבער נאך א מינוט כאפט ער זיך "אוי מיר האבן נישט סטעלער דא"
אבי גערעט דער עולם איז געטאנצן נעכטן מער ווי ביים חתונה
אוועיטער
פארשטענדליך אידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 107
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 6:01 pm
x 341

Re: שמחת בית סאטמאר: חיתון דור רביעי ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א)

פאוסט דורך פארשטענדליך אידל »

totty האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 11:59 pm
פארשטענדליך אידל האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 9:12 pm איינער זאגט מיר ביי די חתונה "דער עמרם האט זיך גוט ארויפגעארבעט! ער זינגט לעבעדיג! ער הייבט דעם עולם! גיב א קוק ער האט זיין געווענטליכע קווייער אָן קיין ספעשיל זינגער, ער זינגט קלאר און שארף, און דער עולם שפרינגט".
האב איך אים געזאגט אז דאס איז צו פארדאנקען די גוטע סאונד פון סטעלער.
נעכטן ביי די שבע ברכות זאגט ער וואס גייט דא פאר? ער זינגט דאך נישט צום זאך.
אבער נאך א מינוט כאפט ער זיך "אוי מיר האבן נישט סטעלער דא"
אבי גערעט דער עולם איז געטאנצן נעכטן מער ווי ביים חתונה
שוין אז דו זאגסט "אבי גערעדט" מן הסתם ווייסטו דעם אמת.
אבער ליידער רוב משתתפים (וואס כ'האב גערעדט מיט זיי) זענען פון די סעקטע "אבי גערעדט" און שפירן אויך אז דער סטעלער האט דעליווערט א גוטער ארבעט ביי די חתונה און עמרם מיט זיין קווייער האבן זיך געהערט געוואלדיג פראפעסיאנעל.
שרייב פאוסט