פארשלאגן פאר די הנהלה און מערכת

אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4993
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6968

Re: פארשלאגן פאר די הנהלה און מערכת

פאוסט דורך שמח »

ז'וריקער האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 1:36 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 21, 2025 10:52 am צ/ק
כ'וואלט פארגעשלאגן פאר די הנהלה אז אן אשכול וואס האט נישט קיין פורפעס, און בלויז איינער שרייבט דארט זיינע פריוואטע באגריסונגען צו די זייגער ווייזערלעך, זאל אראפגיין פון די מאפע.

ס'נערווירט מיר פשוט אז יענע פארום בלייבט רויט צוליב יענע אשכול און איך קעניש וויסן אויב עפעס אינטערסאנט איז צוגעקומען.

viewtopic.php?t=1784
וואס מיינט אז ביי מיר קומט ארויף אז איך בין נישט אויטאריזירט צו ליינען אין דעם פארום?

(איך פרעג ווייל איך ווייס נישט)
אז ס'איז ארויסגעפירט געווארן און מ'קען עס מער נישט ליינען.


זארג נישט, פארפאסט נישט עפעס אינטערסאנט...
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2355
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 4914

Re: פארשלאגן פאר די הנהלה און מערכת

פאוסט דורך הדסים »

ז'וריקער האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 1:36 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 21, 2025 10:52 am צ/ק
כ'וואלט פארגעשלאגן פאר די הנהלה אז אן אשכול וואס האט נישט קיין פורפעס, און בלויז איינער שרייבט דארט זיינע פריוואטע באגריסונגען צו די זייגער ווייזערלעך, זאל אראפגיין פון די מאפע.

ס'נערווירט מיר פשוט אז יענע פארום בלייבט רויט צוליב יענע אשכול און איך קעניש וויסן אויב עפעס אינטערסאנט איז צוגעקומען.

viewtopic.php?t=1784
וואס מיינט אז ביי מיר קומט ארויף אז איך בין נישט אויטאריזירט צו ליינען אין דעם פארום?

(איך פרעג ווייל איך ווייס נישט)
לכאורה אז די הנהלה האט נאכגעגעבן זיין בקשה
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2247
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 7264

Re: פארשלאגן פאר די הנהלה און מערכת

פאוסט דורך נקודות טובות »

צייטווייליג האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2025 11:51 am
לעכטיג האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 9:51 pm
דעת קדשי האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2025 8:11 pm די מנהלים און אחראים שמועסן נישט צוזאמען מיטן עולם מיט די מנהל/אחראי ניק מ'קומט נאר אריין געבן א מעק אן אזהרה און געגאנגען ווייטער.
סאו וואס איז די פארשלאג?
גא"מ.

לאמיר מיך פרובירן מסביר זיין מיין צד, איך האב פיינט ווען יענער רעדט צו מיר מיט א ברעקל מער ריספעקט ווי צו א צווייטן, חוץ ווען עס איז נוגע אידטיש באשלוסן כמובן

ווילסט אז אין יעדע שמועס זאלסטו זעהן א גרינע עיליען רעדן מיט דיר? איך שפיר אז די גאנצע חברותא'שאפט פאלט אזוי אוועק
לאמיר פראבירן מסביר זיין די אנדערע צד.

ווען איינער שרייבט עפעס שלא כדבעי און א מנהל איז אים מעורר באישי, אויב זאל ער זיך קענען מיט די מנהל פון שמועסן על דא ועל הא וועט ער נעמען די מוסר אסאך בעסער ווי ווען דער מנהל איז עפעס אן עיליען...

לדוגמה: איך שרייב שוין דא גאנץ לאנג, און איך האב א שטיקל רילעישענשיפ מיט געוויסע פון די הנהלה. נישט רילעישנשיפ ממש, נאר ווען מען שרייבט צוזאמען אויף איין פארום פאר אזוי לאנג, קען מען זיך אויף א ווירטואלע אופן... יעצט ווען איך שרייב עפעס שלא כהוגן, און א מנהל מיט וועמען איך בין באקאנט קומט מיר מעורר זיין דערויף, וואלט איך אים באדאנקט פארן מעורר זיין, אפילו אין א פאל וואס איך בין נישט איינשטימיג מיט אים, און איך וואלט פראבירט נישט צו טוהן די נעקסטע מאל אזא זאך.

טאמער אבער זאל אריינקומען א מנהל וואס שרייבט נישט מיט זיין מנהל ניק, און איך ווייס אויך נישט זיין וואס זיין בלויע ניק איז, דאן וואלט איך אים אנגעקוקט מער מיט אזא "ווער האט דיר געפרעגט? דו קענסט אראפקריכן פון מיר? איך האב נישט קיין השגה ווער דו ביסט, גיי פון דא! איך בין נישט נייגעריג וואס דו האסט צו זאגן"... דו כאפסט וואס איך מיין?

אין פאקט האב איך שוין געהאט בעבר אזאנס. דא האב איך געשריבן א פאוסט ווי פאלגענד.
איינער דא איז שוין געפארן מיט ארקיע פון נוי יארק קיין ישראל? איינער ווייסט צו עס איז א גוטע עירליין?
איך האב נישט געהאט קיין שום שלעכטע כוונות, איך האב פלעין געפרעגט א תמימותדיגע פראגע. די נעקסטע טאג באקום איך א מעסעדזש פון עפעס א גרינעם אורח, מיט אזא בייזע מינע אויפן געזיכט, און זיין אישי ליינט זיך ווי פאלגענד. "וואסע פשט?"

איך האב נישט געהאט קיין השגה וואס דער נודניק וויל פון מיר האבן, און איך ברוב תמימותי האב איך אים גענטפערט בזה הלשון.
וואס איז די פראגע? ס'איז זייער סימפל. ס'איז דא אן איזרעילי עירליין וואס רופט זיך ארקיע, זיי פלעגן נאר פליען לאקאל. לעצטענס האבן זיי אנגעהויבן צושטעלן פלי רייזעס צווישן נוי יארק און תל אביב, פאר היבש ביליגער ווי אנדערע עירליינס. פרעג איך אויב איינער איז שוין אמאל געפארן מיט זיי, און וואס איז געווען די עקספיריענס. ס'איז שוין אבער נישט נוגע, איך האב שוין גערעדט נעכטן מיט איינער וואס איז געפארן און יענער זאגט מיך אז עס איז פיין געווען. עני טינג עלס איי קען העלפ יו וויט?
און דא איז עס געקומען. שרייבט ער מיר צוריק, "אין קעיס דו האסט טאקע נישט געכאפט, שרייבן ישראל אויף ארץ ישראל קען ווערן קאנסידירט א פראוואקאציע".

איך האב געמיינט איך שיס אויף! זאג נאר דו ביסט משוגע געווארן? דו ביסט אינגאנצן צודרייט? דו האלטסט איך בין אזא בהמה? איך בין דא צו מאכן פראוואקאציעס? און אויב יא, אויף אזא סטופיד קינדערישע אופן? דו ביסט עפעס אזא מין ילד רך וקטן? איז דיין מח טאקע אזוי ליידיג? איך האב אים געוואלט אזאנס צוריק ענטפערן באישי אז דער זאל נישט וויסן וואו ער געפינט זיך.... איך וואלט אים אויסגעהאקט אלע ווירטואלע ציין...

נאר וואס, למעשה ווייס איך טאקע נישט ווער יענער מנהל איז. קען זיין אז מיט זיין בלויע ניק קום איך מיך פיין א דורך, און נאר דא אלץ מנהל איז ער אורחיש. האב איך אים נישט גענטפערט באישי נאר געשריבן ווי פאלגענד.
פארוואס דרייסטו מיר א קאפ? קודם כל, ס'איז א פליטת הקולמוס, אבער עס זעהט דיר אויס ווי איינער איז געווארן געטריגערט? נעקסט טיים קענסטו עס עדיטן ווי א מענטש, און מאך א שוואג. עס קוקט דיר אויס ווי איך זוך פראוואקאציעס? טאמער זוך איך האב איך אסאך בעסערע, און דו ווייסט עס. מאך נישט קיין עסק פון יעדן שטות. און ניין, איך האב נישט געכאפט מעיקרא וואס דו ווילסט, מיין קאפ איז נישט געווייערט צו טראכטן יעדע רגע אין טאג פון דעם.
וואלט דאס אבער געווען א מנהל מיט וועמען איך קען מיך, וואלט די גאנצע זאך פארמיטן געווארן. איך וואלט עס טאקע אנגעקוקט אביסעל פאני אז איינער קלערט אז איך פראביר צו פראוואקירן... אבער איך וואלט מיר געווישט די נאז און געגאנגען ווייטער. איך וואלט נישט געמאכט קיין עסק דערפון. אבער וויבאלד דאס איז א מנהל וואס איך קען נישט, איז ער געבליבן ביי מיר געסטעמפלט אלץ אורח פאר גאאד. ווען איך זעה א תגובה פון אים טראכט איך "אה, וואס זאגט דער יקל"...

@צייטווייליג האסט מסביר געווען דיין צד, בין איך מסביר די אנדערע. איך ווייס אויך אז אויף למעשה איז דאס ווי אזוי עס איז די מערסטע פראקטיש.
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
ChatGPT
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 360
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 12:07 pm
Location: סאן אנטאניע
x 810

Re: פארשלאגן פאר די הנהלה און מערכת

פאוסט דורך ChatGPT »

אין וואל-סטריט איז דא א מעכאניזם אז אויב א געוויסע סטאק מאכט אומגעווענליכע ווילדע מאווס קען מען אפשטעלן טרעידינג אויף יענעם סטאק פאר א קורצע צייט כדי די היץ זאך זיך בארואיגן. עס רופט זיך די LULD Mechanism.

כמיין מזא' עס איינפירן דא אויך. לדוגמא די ברסלב טעמע איז איבערגעהיצט און האלט ביים קראכן. מ'דארף אויסלעשן די ברעיקערס פאר א האלבע שעה בערך...
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2355
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 4914

Re: פארשלאגן פאר דער הנהלה און מערכת

פאוסט דורך הדסים »

אויף אוצר החכמה איז דא אן אויסוואל פון הוסף נודניק, קען מען מאכן די זעלבע געדאנק פאר טעמעס אויך?
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4072
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 7019

Re: פארשלאגן פאר די הנהלה און מערכת

פאוסט דורך וואוילער »

נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 9:49 pm
► Show Spoiler
ס'טעך יעצט דערמאנט?
ביסט אויך אזוי אינטערשטעליג דא ווי מיר?
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2247
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 7264

Re: פארשלאגן פאר די הנהלה און מערכת

פאוסט דורך נקודות טובות »

וואוילער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 4:22 pm
נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 9:49 pm
► Show Spoiler
ס'טעך יעצט דערמאנט?
ביסט אויך אזוי אינטערשטעליג דא ווי מיר?
דא? צענליגע אדער מער אומגעליינטע טעמעס איבערן טישל! איינער דארף אויפקומען מיט עפעס א סארט איי עי וואס זאל אלעס אפליינען, און מיר געבן א סך הכל פון אלעס וואס ער האלט איז מיר אינטערסאנט, און ווי אויך די סארט פאוסט וואס איך ציטיר געווענליך.

פון מיין קליינע שטילע אידטיש איז מיר ארויסגעוואקסן עפעס א רבישע פארום מיט הונדערטער פאוסטס פער טאג. ס'מיר נישט מעגליך צו נאכקומען אליינס. איך דארף נאך ליינען דאס וואס איך האב פארפאסט די שטיק צייט וואס איך בין נישט דא געווען.

אפשר ווילסטו ווערן מיין סעקראטאר?
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
שרייב פאוסט