סענס אף יומער האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 03, 2025 1:14 am
כלל ישראל בכלל, און יוצאי לב טהור בפרט, טוען וואונטשן א הערצליכן ברכת מזל טוב פאר העסקן הנמרץ למען הצלת ילדי לב טהור, הרה''ג ר' יואל יהושע העשיל בלום שליט''א לרגל אירוסי בנו למזל טוב!
דער אייבערשטער זאל העלפן אז אין דעם זמן שמחה זאל אים אנטקעגן קומען די אומגעהויערע זכותים פון די אויסטערלישע מסירות נפש ארויסצוראטעווען הונדערטער אידישע נפשות מאפילה לאור גדול, און דער אייבערשטער זאל אים ווייטער שענקען סייעתא דשמיא און די כוחות ווייטער אנצוגיין מיט די הייליגע פעולות און העלפן אוועקשטעלן די אלע יוצאים עצהיו"ט, און די שמחה זאל ברענגען נאך שמחות און משפיע זיין א שפע פון ישועות ורפואות פאר אלע אידישע קינדער, אמן.
מזל טוב מזל טוב
א פרעזענליכע מזל טוב בשם די צענדליגע יצאי לב טהור וואס פרייען זיך מיט מיטן שמחה בבית ר' יואל יושע העשיל שליט''א
דער אויבערשטער זאל העלפן ס'זאל מקיום ווערן דעם כל היום חונן ומלוה וזרעו לברכה, די אומגעהויערע זכותים פון הצלת נפשות זאל אים שטענדיג באגלייטן ער זאל נאר זעהן תענוג ונחת פון אלע קינדער געזונטערהייט מיט הרחות הדעת
מזל טוב ידידי וידיד כל בית ישראל העסקן הדגול הרב משה חיים צבי מלכא שליט''א
נולד בן זכר נתרפא כל המשפחה
זאל דער אייבישטער העלפן זאלסט זען אסאך תענוג ונחת דקדושה פון די קינד און פון דיין שלמה'לע און פון אלע קינדערלעך בעז''ה
זאלסט זוכה זיין בקרוב ממש ארויסצוגיין מעבדות לחירות
און אויפשטעלן א לעכטיגע יודישע שטוב, בניך כשתולי זתים סביב לשלחנך
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור,
און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון גדולי הרבנים שליט''א וביניהם הגה''צ דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א ועוד.
בשם ה' נעשה ונצליח!
כלל ישראל בכלל, און יוצאי לב טהור בפרט, טוען וואונטשן א הערצליכן ברכת מזל טוב פאר העסקן הנמרץ למען הצלת ילדי לב טהור, הרה''צ ר' משה חיים צבי מלכה שליט''א לרגל הולדת בנו למזל טוב!
דער אייבערשטער זאל העלפן אז אין דעם זמן שמחה זאל אים אנטקעגן קומען די אומגעהויערע זכותים פון די אויסטערלישע מסירות נפש ארויסצוראטעווען הונדערטער אידישע נפשות מאפילה לאור גדול, און דער אייבערשטער זאל אים ווייטער שענקען סייעתא דשמיא און די כוחות ווייטער אנצוגיין מיט די הייליגע פעולות און העלפן אוועקשטעלן די אלע יוצאים עצהיו"ט, און די שמחה זאל ברענגען נאך שמחות און משפיע זיין א שפע פון ישועות ורפואות פאר אלע אידישע קינדער, אמן.
ארויסצוהעלפן די לב טהור יוצאים מיט ווארימע סכומים, ווארפט אריין אייער הארציגע נדבה.
פרישע יוצאים'לעך ווערן געזען אין די לאקאלע בתי מדרשים
די קינדער זענען בני יעקב נחום וויינגארטן וועלעכע שטייען איין ביי העסקן הר''ר יואל יושע העשיל בלום שליט''א
ווי האט הגה''צ ר' עזרא משה כאירה שליט''א געזאגט נעכטן ביי זיין רירנדע דרשה ביים ברית? ''מען שלאגט זיך מיט א טמא'נע קליפה, און יעדע יודיש נפש ארויסצוראטעווען פון דעם קליפה איז א מורא'דיגע זכיה''.
פיילס
Capture.PNG (1.54 MiB) געזען געווארן 1664 מאל
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור,
און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון גדולי הרבנים שליט''א וביניהם הגה''צ דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א ועוד.
בשם ה' נעשה ונצליח!
ברוך אברהם האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 03, 2025 9:02 am
מזל טוב פאר ידידנו @משה חיים צבי מלכא לרגל הולדת בנו למזל טוב.
אסאך נחת געזונטערהייט.
מזל טוב ידידינו הנעלה, איש האשכולות וברוך הכשרון @משה חיים צבי
רב ברכות יעטה מורה, להכניסו בבריתו של אאע"ה בעיתו ובזמנו בשעה טובה בלי שו"מ ח"ו, לגדלו לתורה ולחופה ולמעשים טובים. נחת, עונג וגם שמחה יהיו מנת חלקך כל הימים.
יתברכו ראשי המשפחות, ה"ה אביו הרה"ח ר' ארי' מלכא שליט"א וחותנו הרה"ח ר' מיכאל יודא גאלדמאן שליט"א - במדינת ארגענטינא.
רבותי מען דארף העלפן ארימע יוצאים מיט וואס מקען נאר.
ווער רופט זיך אן ווארעם, מיט א נדבה.
חודש כסלו איז א ספעציעלע חודש מסוגל פאר צדקה.
מיר אלע האבען דאך דעם כלל דבר שהצטער בו אותו צדיק אל יכשל בו זרעו.
ווער זענען גרעסערע עניים ווי די ארימע יוצאים וואס פארמאגן גארנישט?
לאמיר אלע אריינשמירן א $100 א חודש פאר הצלחה דעם וואך צו האבן א געלאנגענע וואך ביי די ארבעט און געשעפטן (תורה איז אויכעט א געשעפט כי טוב סחרה מכל סחורה).
אזוי ווי מען האט געוויסט אז די קינדער וואס בלייבן אין גוטאמאלא מיט די גלח'ס קאסטאדי גייען נישט קענען בלייבן וכך הוה. אזוי ווי מען האט געוויסט אז די הנהלה גייט האבן הארבע קלאגעס אדער זיך ברעכן וכך הוה. אזוי ווי מען האט געוויסט אז קיינער גייט נישט בלייבן אין קאלאמביע וכך הוה. און לייג אריין אלע וכך הוה'ס וואס איך האב פארפעהלט.
איך גלייך נישט די נארישע פראפאגאנדע פון די "קלוגע אויפגעקלערטע" לב טהור סימפאטיקער.

גראדע איז דא א מספר פון קינדער אונטער די קאסטעדי פון דעם גלח (אויך מיר א גלח.... אבער שוין).
איין נשמה איז שוין געווארן אכצן, אבער די איבעריגע זענען נאכאלץ אונטער זיין ריסורס/קאסטעדי (וכל שם וחניכא דאית ליה).
נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 03, 2025 7:14 pm
א מספר יא, אבער רוב זענען בטל געווארן אזוי ווי די עסקנים האבן פאראויס געזאגט. די מספר איז לכאורה פאר געוויסע סיבות.
ברוך אברהם האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 03, 2025 7:17 pm
נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 03, 2025 7:14 pm
א מספר יא, אבער רוב זענען בטל געווארן אזוי ווי די עסקנים האבן פאראויס געזאגט. די מספר איז לכאורה פאר געוויסע סיבות.
קיינער דערווייל איז נאכנישט בטל געווארן.....
איך האב געשריבן א מספר, ווייל ס'איז קיינמאל געווען א גרויסע מספר.
געוויסע משפחות האבן צירוק באקומען די קינדער דורך איין געוויסע שופט וואס האט צירוק געגעבן די קינדער, אהן פרעמדע קאסטעדי.