שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 18, 2025 2:38 pmאלס בחור האב איך אמאל באגריסט א מגי"ש מיינער, א מדקדק, זאגנדיג "א גוט יאר", ער האט מיר פארגעהאלטן דערויף אז יעצט קען ער נישט ענטפערן א גרעסערע ברכה.הדסים האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 18, 2025 12:57 amפארהאן א מעשה אז (דאכט זיך) רי"ח זאנענפעלד האט געגריסט א איד בשבוע שחל בו ר"ה "א גוטע וואך" ווען יענער האט צוריקגעגריסט "גוט יאר" האט אים רי"ח געזאגט אז ער האט אים צוריק געגעבן א קלענערע ברכה...להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 17, 2025 10:06 pm
כ'האב געפונען דעם מקור אין מהרש"א מס' ברכות דף ו' עמוד ב' ד"ה יקדים לו שלום:
"ועוד שמעתי בזה דלפי שהדרך ארץ למשיב לכפול שלום וכיון דלא היו כופלים שלום לעכו"ם כדאמרינן התם היה רב חסדא מקדים לו שלום כדי שיכפול לו עכו"ם שלום ואלו היה העכו"ם מקדים לו שלום היה רב חסדא צריך לכפול לו שלום לפי הדרך ארץ ומפני דרכי שלום" עכדה"ק
כהאב אים געגעבן אן עצה ער זאל מיר ענטפערן "א בעסערן"..
מען דערציילט אויף - דאכצעך - מרן הגרי"צ דושינסקי אז איינער האט אים אמאל געגריסט ערב ראש השנה 'גוט מארגן' און ער האט צוריקגעגריסט 'גוט יאר', און נאך עטליכע סעקונדעס האט ער זיך אויסגעבעסערט 'גוטע יארן' היות די יאר ענדיגט זיך שוין בו ביום...