געדאנקן פאר חנוכה שפילן

שמועסן ארום דעם טישל אויף א לייכטערן אופן
אוועיטער
שטאטסמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 143
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 3:13 pm
x 187

געדאנקן פאר חנוכה שפילן

פאוסט דורך שטאטסמאן »

ס'קומט שוין באלד חנוכה אפשר קען די עולם ברענגן געדאנקן וואס מ'קען שפילן מיט די משפחה הן די עזרת נשים און אויך זאכן מיט תוכן וואס די עזרת אנשים קען שפילן
זאכן וואס איך שרייב איז ''מיין'' מיינוג און קיינער מיז נישט אזוי האלטן!!
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2207
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 6864

Re: געדאנקן פאר חנוכה שפילן

פאוסט דורך נקודות טובות »

צ"ק.

איינער קען מיר מסביר זיין די פאני מנהג פון שפילן א געים חנוכה? @פופציגער איך בין זיכער דו האסט א גאנצע לאגיק אויף דעם, און זאגאר אן ארטיקל.

סעריעסלי! מען ברעכט זיך קאפ וואכן פאר די פארטי וועלכע געים צו שפילן. פארוואס ביי מלוה מלכה איז יעדער פירפעקטלי פיין מיט'ן זיצן און פארברענגן, און ביי א חנוכה פארטי מוז מען שפיעלן א געים?...

איך מיין אז פון היינט און ווייטער, יעדע מאל איינער אין די משפחה מאכט חתונה, וועל איך אנהויבן ברענגן קאגעלעך.... ביי די ברעיק גייען זיך אלע טאטעס צוזאמען נעמען און שפיעלן קאגעלעך... אדער אפשר ביי די שעה הפסקה פון נאך די פלייש ביז חתן כלה קומען אריין...
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2957
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 6503

Re: געדאנקן פאר חנוכה שפילן

פאוסט דורך פשוט און גראד »

נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 4:34 pm צ"ק.

איינער קען מיר מסביר זיין די פאני מנהג פון שפילן א געים חנוכה? @פופציגער איך בין זיכער דו האסט א גאנצע לאגיק אויף דעם, און זאגאר אן ארטיקל.

סעריעסלי! מען ברעכט זיך קאפ וואכן פאר די פארטי וועלכע געים צו שפילן. פארוואס ביי מלוה מלכה איז יעדער פירפעקטלי פיין מיט'ן זיצן און פארברענגן, און ביי א חנוכה פארטי מוז מען שפיעלן א געים?...

איך מיין אז פון היינט און ווייטער, יעדע מאל איינער אין די משפחה מאכט חתונה, וועל איך אנהויבן ברענגן קאגעלעך.... ביי די ברעיק גייען זיך אלע טאטעס צוזאמען נעמען און שפיעלן קאגעלעך... אדער אפשר ביי די שעה הפסקה פון נאך די פלייש ביז חתן כלה קומען אריין...
:lol: :lol:
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2200
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2682

Re: געדאנקן פאר חנוכה שפילן

פאוסט דורך שבת קודש »

נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 4:34 pm
איך מיין אז פון היינט און ווייטער, יעדע מאל איינער אין די משפחה מאכט חתונה, וועל איך אנהויבן ברענגן קאגעלעך.... ביי די ברעיק גייען זיך אלע טאטעס צוזאמען נעמען און שפיעלן קאגעלעך...
דו עסט נישט קיין אייזקרים?
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2207
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 6864

Re: געדאנקן פאר חנוכה שפילן

פאוסט דורך נקודות טובות »

שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 4:47 pm

אייזקרים עס איך יא, אבער שטייענדיג עס איך נישט... ווען האסטו די לעצטע מאל געהאט א בענקל ביי די ברעיק?...

@פופציגער האט זיכער אן ארטיקל איבער די ברעיק אויך... עפעס א מין דיזעסטער די גאנצע ברעיק. מיט די משפחה האט מען שוין אפגעשמועסט, געוואקט עוד ישמע און ישיש עליך און זיך באגריסט מיט די פעטערס האט מען שוין אויך. מען שטייט אזוי בין תנור לכירים, מען טרעפט אלע דריטע קאזענס וואס מען האט שוין נישט געטראפן פאר 3 יאר, און מען באגריסט זיך אזוי שיין... און דערנאך פארמירט זיך אזא געשמאקע שמועס ווי, וואס מאכסטו? שוין לאנג נישט געזעהן? ווען מאכסטו טאקע חתונה?.... בד"וו א גריס פון דיין זוהן, איך זעה ער ארבעט היינט ביי....

און ווער רעדט נאך ווען איין זעקס פיסיגע טאטע טרעפט זיך שטיין צווישן הויפענעס קינדער וואס ווארטן מיט אויסגעשטרעקטע טעלער פאר אייזקרים.... מוחל טובות די גאנצע אייזקרים...

בקיצור, פון היינט און ווייטער גייט מען שפיעלן קאגעלעך ביי די ברעיק!
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
שטאטסמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 143
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 3:13 pm
x 187

Re: געדאנקן פאר חנוכה שפילן

פאוסט דורך שטאטסמאן »

נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 4:34 pm

און ווער רעדט נאך ווען איין זעקס פיסיגע טאטע טרעפט זיך שטיין צווישן הויפענעס קינדער וואס ווארטן מיט אויסגעשטרעקטע טעלער פאר אייזקרים.... מוחל טובות די גאנצע אייזקרים...

:lol: :lol: :lol:
זאכן וואס איך שרייב איז ''מיין'' מיינוג און קיינער מיז נישט אזוי האלטן!!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3386
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 10769

Re: געדאנקן פאר חנוכה שפילן

פאוסט דורך פופציגער »

נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 4:58 pm
שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 4:47 pm
נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 4:34 pm
איך מיין אז פון היינט און ווייטער, יעדע מאל איינער אין די משפחה מאכט חתונה, וועל איך אנהויבן ברענגן קאגעלעך.... ביי די ברעיק גייען זיך אלע טאטעס צוזאמען נעמען און שפיעלן קאגעלעך...
דו עסט נישט קיין אייזקרים?
אייזקרים עס איך יא, אבער שטייענדיג עס איך נישט... ווען האסטו די לעצטע מאל געהאט א בענקל ביי די ברעיק?...

@פופציגער האט זיכער אן ארטיקל איבער די ברעיק אויך... עפעס א מין דיזעסטער די גאנצע ברעיק. מיט די משפחה האט מען שוין אפגעשמועסט, געוואקט עוד ישמע און ישיש עליך און זיך באגריסט מיט די פעטערס האט מען שוין אויך. מען שטייט אזוי בין תנור לכירים, מען טרעפט אלע דריטע קאזענס וואס מען האט שוין נישט געטראפן פאר 3 יאר, און מען באגריסט זיך אזוי שיין... און דערנאך פארמירט זיך אזא געשמאקע שמועס ווי, וואס מאכסטו? שוין לאנג נישט געזעהן? ווען מאכסטו טאקע חתונה?.... בד"וו א גריס פון דיין זוהן, איך זעה ער ארבעט היינט ביי....

און ווער רעדט נאך ווען איין זעקס פיסיגע טאטע טרעפט זיך שטיין צווישן הויפענעס קינדער וואס ווארטן מיט אויסגעשטרעקטע טעלער פאר אייזקרים.... מוחל טובות די גאנצע אייזקרים...

בקיצור, פון היינט און ווייטער גייט מען שפיעלן קאגעלעך ביי די ברעיק!
אקעי... איך הייב אן טראכטן אז ביסט גאר מיין שוואגער אדער עפעס א נאנטער קרוב...

יעפ, מהאמיר געהאט א חתונה פאריגע וואך, און כהאב זאפאסן פון ארטיקלען געדאנקען צו שרייבן. זאל מיר דער אויבערשטער שענקען צייט און כח מתוך השפעות טובות.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
בודקע
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2189
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
x 6737

Re: געדאנקן פאר חנוכה שפילן

פאוסט דורך בודקע »

האב איך אמאל געמיינט אז @פופציגער איז א 1 מען בענד צו פארעכטן אונזער וועלטל, יעצט זעה איך אז @נקודות שטייט פולי צו די האנט...😉
א געזונטן ווינטער לכל הקהל הקודש!!❄️
הכל ריוח האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm א גרויסע עולם ליינט!

רבותי, פידבעק איז וויכטיג
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2200
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2682

Re: געדאנקן פאר חנוכה שפילן

פאוסט דורך שבת קודש »

נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 4:34 pm צ"ק.

איינער קען מיר מסביר זיין די פאני מנהג פון שפילן א געים חנוכה? @פופציגער איך בין זיכער דו האסט א גאנצע לאגיק אויף דעם, און זאגאר אן ארטיקל.

סעריעסלי! מען ברעכט זיך קאפ וואכן פאר די פארטי וועלכע געים צו שפילן. פארוואס ביי מלוה מלכה איז יעדער פירפעקטלי פיין מיט'ן זיצן און פארברענגן, און ביי א חנוכה פארטי מוז מען שפיעלן א געים?...
א דורכשניטליכע משפחה מלוה מלכה נעמט אונטער א שעה
מען עסט אביסל מ'זינגט די לאנגע מוצ''ש זמירות אביסל סיפורי צדיקים און מען שמועסט אביסל וויאזוי די שבת איז געווען

משא''כ א חנוכה פארטי ציעט זיך פאר לאנגע שעות קיין גרויסע זמירות איז נישט דא נישט יעדער האט א שיינע תירוץ אויפן בית יוסף'ס קשיא
וואס דארף מען טועהן אויסער בארעדן א האלבע שטאט?
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2207
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 6864

Re: געדאנקן פאר חנוכה שפילן

פאוסט דורך נקודות טובות »

שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 03, 2025 2:11 pm
נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 02, 2025 4:34 pm צ"ק.

איינער קען מיר מסביר זיין די פאני מנהג פון שפילן א געים חנוכה? @פופציגער איך בין זיכער דו האסט א גאנצע לאגיק אויף דעם, און זאגאר אן ארטיקל.

סעריעסלי! מען ברעכט זיך קאפ וואכן פאר די פארטי וועלכע געים צו שפילן. פארוואס ביי מלוה מלכה איז יעדער פירפעקטלי פיין מיט'ן זיצן און פארברענגן, און ביי א חנוכה פארטי מוז מען שפיעלן א געים?...
א דורכשניטליכע משפחה מלוה מלכה נעמט אונטער א שעה
מען עסט אביסל מ'זינגט די לאנגע מוצ''ש זמירות אביסל סיפורי צדיקים און מען שמועסט אביסל וויאזוי די שבת איז געווען

משא''כ א חנוכה פארטי ציעט זיך פאר לאנגע שעות קיין גרויסע זמירות איז נישט דא נישט יעדער האט א שיינע תירוץ אויפן בית יוסף'ס קשיא
וואס דארף מען טועהן אויסער בארעדן א האלבע שטאט?
איך הער, ווענדט זיך ווי א משפחה. ביי ענק נעמט מלוה מלכה א שעה, ביי אנדערע נעמט עס 2-3 שעה.

איך מיין ס'איז מער די חלק אז א חנוכה פארטי איז אן אפציעלע זאך. ס'ווערט זייער פארמאל. ס'איז נישט נאטורליך. א מלוה מלכה ווייסט מען נישט ביז נאך הבדלה אויב מען גייט, נישטא קיין פלאן וואס מען גייט עסן, ביז מען קומט נישט אן ווייסט מען נישט ווער נאך עס קומט... דערנאך גייט איינער אין גראסערי קויפן אפאר בעיגלס מיט קרים טשיז, דער צווייטער איז פירפעקט מיט די איבריגע געפילטע פיש פון שבת, דער דריטער איז סתם אזוי זאט, דער פערטער האקט טאמעיטע דיפ מיט א פרישקייט... ס'איז מער היימיש, לייכט, משפחה'דיג.

משא"כ א חנוכה פארטי רעזערווירט מען שוין דעם דאטום דריי חדשים פריער. מען מאכט א גאנצע מצב דערפון. מען קומט אפציעל צו זיצן ביז אין די נאכט אריין. די קינדער גרייטן זיך אן תירוצים אויפן בית יוסף'ס קשיא. ס'איז א גאנצע "אפציעלע" געשעהניש. ובפרט ווען מען זיצט נאכט נאך נאכט אויף פארטיס, וואס מאכט עס שפירן כאילו ס'איז עפעס א כווייסנישטוואס... ערגעץ צווישן א בר מצוה, מיט א סעודה אחרון של פסח... ס'פארלירט אביסעל די היימישקייט, משפחה'שאפט. ס'איז נישט נאטורליך.
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
שרייב פאוסט