ספר עיר דוד

שמועסן איבער ספרים - אלטע און נייע צוגלייך
למען דעת
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 12, 2024 8:21 pm
Location: Brooklyn
x 25

ספר עיר דוד

פאוסט דורך למען דעת »

בספר בנין דוד לר' דוד דוב מייזלעש זצ"ל חתן הישמח משה זי"ע יש הרבה תורות שמביא מזקינו בעל "עיר דוד" . ווייסט איינער ווער אוז די בעל עיר דוד?
די למבין
פרישער באניצער
פאוסטס: 36
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 4:50 pm
x 34

Re: ספר עיר דוד

פאוסט דורך די למבין »

די בנין דוד איז נישט געווען קיין איידעם ביים ישמח משה.

ספר עיר דוד איז אן אלטע ספר ארויס געקומען אין תע"ט
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1080
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 3647

Re: ספר עיר דוד

פאוסט דורך Think and Thank »

דער בנין דוד איז געווען אן איידעם ביים אוהעלער רב ר' משה יוסף, בן הרה"ק בעל ייטב לב, בן הרה"ק ר' אלעזר ניסן, בן הרה"ק דער ישמח משה, זי"ע.

ווי די למבין שרייבט איז די ספר עיר דוד אן אלטער ספר וואס דער מחבר, ר' דוד לידא, איז געווען רב אין די אשכנזי'שע קהילה אין אמסטערדאם אין די ת' יארן. די ספר איז מלא וגדוש מיט לומד'ישע דרושים וועלכע זענען איינגעטיילט ווי א שטאט (צוטיילט אין בתים (הייזער), יעדע בית איז צוטיילט אין חדרים (צימערן)...), און איז צום ערשטן מאל געווארן געדרוקט אין יאר תע"ט דורכ'ן מחבר'ס זון. אין יאר תשמ"ד האט חק"ס דמתיבתא עץ חיים דבאבוב עס איבערגעדרוקט, און דאס איז די דרוק וואס מען זעהט אין די פלעצער וואו די ספר איז בנמצא (אריינגערעכנט אין מיין ספרים שאנק..). איך בין נישט באקאנט גענוי וויאזוי דער בנין דוד איז געווען זיין אייניקל אבער האבנדיג געלעבט ארום 200 יאר אפגערוקט איז עס מעגליך.
שרייב פאוסט