מעג מען שבת אפוואשן מיט קאלטע וואסער הייסע אייער?

אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 715
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2174

פאוסט דורך מירון »

אסאך אידישע שטיבער פירן זיך אריינצולייגן אייער אינעם טשאלענט [נישט מטעם מנהג ישראל, נאר ווייל ס'האט א גוטן טעם, אדער ס'איז סתם אזוי באקוועמער]. ווען מ'נעמט ארויס די אייער פונעם טשאלענט איז עס זייער הייס. כדי עס אפצוקילן לייגט מען די אייער אונטערן שטרום פון קאלט וואסער און נאך א מינוט צוויי האט מען שוין מעגליכקייט עס אפצושיילן. אנדערע זענען מקפיד עס אריינצולייגן אין א קאלטן שיסל מיט וואסער.

מעג מען שבת אפוואשן מיט קאלטע וואסער הייסע אייער?

צו וואס דען נישט? הערט זיך זיכער צוריק א שאלה פון א איד. א איד ענטפערט דאך אייביג צוריק מיט א שאלה.

דער מגן אברהם אין הלכות שבת סימן שי"ח שרייבט אז מטאר נישט לייגן א הייס שטיקל פלייש אין אין א קאלטן שיסל מיט אסאך קאלט וואסער ווייל ס'איז מבשל (קאכט) אפ דאס וואסער כדי קליפה (דאס וואסער ארום דעם פלייש). קען זיין אז לויטן מגן אברהם אז מ'לייגט די אייער אונטערן שטרום פון קאלט וואסער, קאכט עס אפ די וואסער [עכ"פ כדי קליפה] ווען די אייער איז נאך גאר הייס.
Programming
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 237
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 1:26 am
x 319

Re: מעג מען שבת אפוואשן מיט קאלטע וואסער הייסע אייער?

פאוסט דורך Programming »

שטארקע נקודה

אפשר איז אנדערש ווען די וואסער רינט אראפ און גייט לאיבוד הייסט דאס נישט א מלאכת מחשבות, אבער א שאלה איז עס זיכער
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 715
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2174

Re: מעג מען שבת אפוואשן מיט קאלטע וואסער הייסע אייער?

פאוסט דורך מירון »

Programming האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 11:37 am שטארקע נקודה

אפשר איז אנדערש ווען די וואסער רינט אראפ און גייט לאיבוד הייסט דאס נישט א מלאכת מחשבות, אבער א שאלה איז עס זיכער
אפשר איז עס א פסיק רישא?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5238
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9630

Re: מעג מען שבת אפוואשן מיט קאלטע וואסער הייסע אייער?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

מלאכת מחשבת האט נישט מיט פסיק רישא
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 715
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2174

Re: מעג מען שבת אפוואשן מיט קאלטע וואסער הייסע אייער?

פאוסט דורך מירון »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 4:02 pm מלאכת מחשבת האט נישט מיט פסיק רישא
אפשר קענט איר מסביר זיין וועלעכע זאכן זענען כולל אין מלאכת מחשבת און וועלעכע נישט.

צו "דבר שאינו מתכוון" האט עפעס מיט מלאכת מחשבת אדער נישט.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5238
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9630

Re: מעג מען שבת אפוואשן מיט קאלטע וואסער הייסע אייער?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

מלאכת מחשבת נוצט מען געווענליך אויף א "מתעסק". דאס מיינט אז די זאך געשעט בטעות אומגעטראכט בכלל. (לכאורה נכלל בזה איינער וואס לעשט אויס א סוויטש פון א לעקטער נישט כדי צו אויסלעשן נאר ווייל ער איז געוואוינט אזוי צו טון ביים אדורכגיין).

ביי דיין שאלה מיט די אייער איז לכאורה נישט שייך בכלל מלאכת מחשבת, ווייל די עצם מעשה איז געטון בכוונה. ס'קען אבער זיין א דבר שאין מתכוון, ווייל דיין כוונה איז נישט אויפ'ן בישול, אבער דא זאגסטו גוט אז ס'איז א פסיק רישא.

היות ביי אונז פירט מען זיך נישט אזוי האב איך קיינמאל נישט געהערט רעדן איבער די שאלה. לכאורה א דבר גוש בלייבט ווי א כלי ראשון און ס'איז טאקע א פראבלעם ווילאנג ס'איז יד סולדת.
בן חיים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 110
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:35 pm
x 164

Re: מעג מען שבת אפוואשן מיט קאלטע וואסער הייסע אייער?

פאוסט דורך בן חיים »

הגה"צ ר' משה מנחם טירנויער זצ"ל האט מיר געזאגט אז מען מעג אריינלייגן הייסע אייער און א שיסל וואסער
דאכט זיך מיר אז ער האט עס געבויעט טאקע אויף די מג"א וועגן פלייש
בן חיים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 110
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:35 pm
x 164

Re: מעג מען שבת אפוואשן מיט קאלטע וואסער הייסע אייער?

פאוסט דורך בן חיים »

אגב איז דא א שטיקל חילוק פון א שיסל וואסער אדער אינטער א שטראם וואסער
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5238
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9630

Re: מעג מען שבת אפוואשן מיט קאלטע וואסער הייסע אייער?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

לייגן די אייער אין די וואסער איז לכאורה גרינגער אלס תתאה גבר.

אבער היות כהאב דאס נישט געלערנט לעצטנס וויל איך נישט רעדן איבריג, מ'עט נאך זען וואס אן ע"ה איך בין.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1127
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2982

Re: מעג מען שבת אפוואשן מיט קאלטע וואסער הייסע אייער?

פאוסט דורך מסתמא »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 4:02 pm מלאכת מחשבת האט נישט מיט פסיק רישא
אין פאל וואס איר ווילט נישט די בישול אבער סוועט ודאי פאסירן איז עס בפשטות נישט קיין דאורייתא אבער אסור צו טון מדרבנן. אויב איז עס נישט קיין פסיק רישא אויכעט נישט דאן איז עס מותר לכתחילה.

אזוי ליגט מיר אין זכרון, יתכן אז כבין מיך טועה.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5238
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9630

Re: מעג מען שבת אפוואשן מיט קאלטע וואסער הייסע אייער?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

א דרבנן איז עס אלס מלאכה שאין צריכה לגופה.

דא איז דער פראבלעם אז ס'איז א פסיק רישא ממילא איז עס נישט מותר אלס דבר שא"מ.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1127
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2982

Re: מעג מען שבת אפוואשן מיט קאלטע וואסער הייסע אייער?

פאוסט דורך מסתמא »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 7:02 pm א דרבנן איז עס אלס מלאכה שאין צריכה לגופה.
זענט איר זיכער אז א מלאכה שאין צריכה לגופה איז במקורו אן אנדערע זאך ווי מלאכת מחשבת אסרה תורה און דאס איז נישט קיין מלאכת מחשבת? כפרעג ווייל כגעדענק נישט
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5238
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9630

Re: מעג מען שבת אפוואשן מיט קאלטע וואסער הייסע אייער?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אין מלאכת מחשבת איז דא מתעסק, ווי דערמאנט אויבן, וואס איז נישטא דא. עקסטער איז דא מלאכה שאינה צריכה לגופה וואס איז פטור אבל אסור.
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 715
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2174

Re: מעג מען שבת אפוואשן מיט קאלטע וואסער הייסע אייער?

פאוסט דורך מירון »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 5:18 pm מלאכת מחשבת נוצט מען געווענליך אויף א "מתעסק". דאס מיינט אז די זאך געשעט בטעות אומגעטראכט בכלל. (לכאורה נכלל בזה איינער וואס לעשט אויס א סוויטש פון א לעקטער נישט כדי צו אויסלעשן נאר ווייל ער איז געוואוינט אזוי צו טון ביים אדורכגיין).

ביי דיין שאלה מיט די אייער איז לכאורה נישט שייך בכלל מלאכת מחשבת, ווייל די עצם מעשה איז געטון בכוונה. ס'קען אבער זיין א דבר שאין מתכוון, ווייל דיין כוונה איז נישט אויפ'ן בישול, אבער דא זאגסטו גוט אז ס'איז א פסיק רישא.
מפני חוסר זמן וועל איך ענטפערן בקיצור.

בעצם זענט איר גערעכט אז בעיקר מיינט מלאכת מחשבת א "מתעסק", אבער באמת וואלט א "דבר שאין מתכוון" אויך געדארפט זיין אין די קאטעגאריע פון "מלאכת מחשבת", ווייל "מחשבת" מיינט כוונה צו טוען די מלאכה און אז ער איז א "אינו מתכוון" איז שוין נישט "מלאכת מחשבת צו טוען די מלאכה".

אבער וויבאלד "דבר שאין מתכוון" איז מותר (לויט די מתירים) אין כל התורה כולי, נישט נאר שבת וועגן דעם טוט די גמרא נישט רופן א "דבר שאין מתכוון" - "מלאכת מחשבת". ווידעראום אין דו פוסקים נוצן זיין יא דעם לשון "מלאכת מחשבת" פאר א "דבר שאין מתכוון" (לכאורה וועגן צחצוח הלשון).

איימאל די פוסקים באניצן זיך שוין מיט דעם לשון "מלאכת מחשבת" אויף א "דבר שאין מתכוון" איז יא שייך צוצישטעלן "פסיק רישא" דערצו.
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 715
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2174

Re: מעג מען שבת אפוואשן מיט קאלטע וואסער הייסע אייער?

פאוסט דורך מירון »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 7:10 pm אין מלאכת מחשבת איז דא מתעסק, ווי דערמאנט אויבן, וואס איז נישטא דא. עקסטער איז דא מלאכה שאינה צריכה לגופה וואס איז פטור אבל אסור.
מלאכה שאינה צריכה לגופה איז מחלוקת התנאים אויב ס'איז דאורייתא אדער א דרבנן - טור אבל אסור. אבער מיר האלטן דרבנן מאכט עס נישט קיין נפק"א לגבי די שאלה גופה.
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 715
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2174

Re: מעג מען שבת אפוואשן מיט קאלטע וואסער הייסע אייער?

פאוסט דורך מירון »

מסתמא האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 7:09 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 7:02 pm א דרבנן איז עס אלס מלאכה שאין צריכה לגופה.
זענט איר זיכער אז א מלאכה שאין צריכה לגופה איז במקורו אן אנדערע זאך ווי מלאכת מחשבת אסרה תורה און דאס איז נישט קיין מלאכת מחשבת? כפרעג ווייל כגעדענק נישט
ס'איז א מחלוקת רש"י און תוס' צו מלאכה שאין צריכה לגופה איז פטור וועגן "מלאכת מחשבת אסרה תורה". רש"י אז רבי שמעון פוטר וועגן ס'פעלט אין "מלאכת מחשבת". תוס' האלט ס'איז פשוט נישט געווען אזוי ווי מ'האט געטוען אין משכון.
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 715
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2174

Re: מעג מען שבת אפוואשן מיט קאלטע וואסער הייסע אייער?

פאוסט דורך מירון »

עניני דיומא:

די גמרא ברענגט אין מסכת יומא תניא א"ר יהודה עששיות של ברזל היו מחמין מערב יוה"כ ומטילין לתוך צונן כדי שתפיג צינתן. - מ'האט אריינגעווארפן א הייסע אייזן אינעם מקווה, ס'זאל נישט זיין אזוי קאלט.

פרעגט דער מנחת חינוך אויפן מגן אברהם, אויב א דבר גוש בלייבט כאילו ווי ס'איז א כלי ראשון, ווי אזוי האט מען געמעגט אריינגעווארפן א הייסע אייזן וואס איז אויך א דבר גוש אין א קאלטע מקווה?
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3285
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4655

Re: מעג מען שבת אפוואשן מיט קאלטע וואסער הייסע אייער?

פאוסט דורך וואוילער »

מירון האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 11:12 am עניני דיומא:

די גמרא ברענגט אין מסכת יומא תניא א"ר יהודה עששיות של ברזל היו מחמין מערב יוה"כ ומטילין לתוך צונן כדי שתפיג צינתן. - מ'האט אריינגעווארפן א הייסע אייזן אינעם מקווה, ס'זאל נישט זיין אזוי קאלט.

פרעגט דער מנחת חינוך אויפן מגן אברהם, אויב א דבר גוש בלייבט כאילו ווי ס'איז א כלי ראשון, ווי אזוי האט מען געמעגט אריינגעווארפן א הייסע אייזן וואס איז אויך א דבר גוש אין א קאלטע מקווה?
איז יוה״כ אין ביהמ״ק א פארגלייך? דארט האט מען דאך געמעגט טוהן געוויסע מלאכות לצורך די עבודה.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
בורר
פרישער באניצער
פאוסטס: 68
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 6:29 pm
x 45

Re: מעג מען שבת אפוואשן מיט קאלטע וואסער הייסע אייער?

פאוסט דורך בורר »

וואוילער האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:30 pm
מירון האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 11:12 am עניני דיומא:

די גמרא ברענגט אין מסכת יומא תניא א"ר יהודה עששיות של ברזל היו מחמין מערב יוה"כ ומטילין לתוך צונן כדי שתפיג צינתן. - מ'האט אריינגעווארפן א הייסע אייזן אינעם מקווה, ס'זאל נישט זיין אזוי קאלט.

פרעגט דער מנחת חינוך אויפן מגן אברהם, אויב א דבר גוש בלייבט כאילו ווי ס'איז א כלי ראשון, ווי אזוי האט מען געמעגט אריינגעווארפן א הייסע אייזן וואס איז אויך א דבר גוש אין א קאלטע מקווה?
איז יוה״כ אין ביהמ״ק א פארגלייך? דארט האט מען דאך געמעגט טוהן געוויסע מלאכות לצורך די עבודה.
עס איז נישט קיין עבודה.
א דבר גוש איז א דאורייתא איז נישט שייך "אין שבות במקדש",
אויב עס וואלט געווען א דרבנן איז תלוי אין די מח' רש"י און תוס' דארט.
אלעמאל
פרישער באניצער
פאוסטס: 26
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 11:42 pm
x 22

Re: מעג מען שבת אפוואשן מיט קאלטע וואסער הייסע אייער?

פאוסט דורך אלעמאל »

פסיק רישא דלא ניחא לי'ה קען קיין דאורייתא נישט זיין.
ואפילו מד"ס לא נאסר לכו"ע.

וואשען דאס איי, נאכן שיילן, קען זיין מער אסור ווי וואשען כדי צו קענען שיילן, און אפקילן.
אלס בורר.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1618
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3847

Re: מעג מען שבת אפוואשן מיט קאלטע וואסער הייסע אייער?

פאוסט דורך נקודות טובות »

איך וועל בלי נדר געבן מראה מקומות מארגען אי''ה
אבער קודם רוב אחרונים פסק'נען נישט ווי די מגן אברהם. פרי מגדים, בית מאיר, ועוד הרבה. און אפי'מען פסק'ענט יא, איז דא א חוות דעת אין יורה דעה וואס מאכט א חילוק.
און ווי אויך האט דא א דין ווי לח בלח, וויבאלד עס ווייקט זיך נישט צוזאמען.
לכאורה לכל הדעות מותר לכתחילה.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
בורר
פרישער באניצער
פאוסטס: 68
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 6:29 pm
x 45

Re: מעג מען שבת אפוואשן מיט קאלטע וואסער הייסע אייער?

פאוסט דורך בורר »

נקודת טובות האט געשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 9:48 pm איך וועל בלי נדר געבן מראה מקומות מארגען אי''ה

איך ווארט אויף די מראי מקומות,
איך קריג מיר אויף דיין פסק, אבער איך וויל נישט שרייבן פאר דו ברענגסט דיינע ראיות.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1618
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3847

Re: מעג מען שבת אפוואשן מיט קאלטע וואסער הייסע אייער?

פאוסט דורך נקודות טובות »

בורר האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 1:04 pm
נקודת טובות האט געשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 9:48 pm איך וועל בלי נדר געבן מראה מקומות מארגען אי''ה
אבער קודם רוב אחרונים פסק'נען נישט ווי די מגן אברהם. פרי מגדים, בית מאיר, ועוד הרבה. און אפי'מען פסק'ענט יא, איז דא א חוות דעת אין יורה דעה וואס מאכט א חילוק.
און ווי אויך האט דא א דין ווי לח בלח, וויבאלד עס ווייקט זיך נישט צוזאמען.
לכאורה לכל הדעות מותר לכתחילה.
איך ווארט אויף די מראי מקומות,
איך קריג מיר אויף דיין פסק, אבער איך וויל נישט שרייבן פאר דו ברענגסט דיינע ראיות.
קודם לאמיר אנהויבן אזוי. ווייל ווי איך זעה פעלט דא אביסעל פון די קלארקייט ביים עולם, וואס די שאלה איז בכלל.

די מגן אברהם סימן שי''ח ס''ק ל''ה שרייבט בזה הלשון. ונ''ל, דאסור ליתן חתיכת בשר רותח לתוך רוטב צונן. דכיון שאינו מתערב, מבשל כדי קליפה.

די מגן אברהם באציהט זיך אויף דעם וואס ער זאגט אז אזוי ווי מיר פסק'ענען לחומרא אז עירוי כלי ראשון איז מבשל ככלי ראשון, און ממילא טאר מען נישט ארויף גיסען הייסע וואסער פון קיין כלי ראשון, אויף תבלין. (און מהאי טעמא זענען מיר מחמיר ביי קאווע אויף כלי שלשי) טוט דער מגן אברהם אויף א חידוש, אז דאך מעג מען אריין גיסען הייסע וואסער פון א כלי ראשון, אריין אין קאלטע וואסער. וויבאלד די הייסע וואסער מישט זיך אויס מיט די קאלטע, און עס ווערט נישט געקאכט. (עיין מחצית השקל אריכות הדברים בדין תתאי גבר)
לייגט אויף דעם די מגן אברהם צו. אז אנדערש וועט זיין ביי א הייסע שטיקעל פלייש, וויבאלד פלייש מישט זיך נישט אויס. דארט וועט יא זיין אסור, וויבאלד אפי' מיר פסק'ענען תתאי גבר, דאך איז עס יא מבשל כדי קליפה.

יעצט איז די שאלה אזוי. וואס איז די חשש פונעם מגן אברהם, דאס אז דער שטיקעל פלייש קאכט אפ כדי קליפה די וואסער ארום זיך. אדער די וואסער ווערט נבלע אין די פלייש, און די וואסער ווערט אפגעקאכט?

אויב איז דער חשש פונעם מגן אברהם די ערשטע וועג וואס מיר האבן געזאגט. איז ווער אויף דעם וואס שטייט אין מחבר איין סעיף נאכדעם. מיחם שפינה ממנו מים חמין, מותר ליתן לתוכו מים צונן כדי להפשירן. וואס פון דעם זעהען מיר קלאר אז עס איז נישט קיין פראבלעם פון בישול כדי קליפה די וואסער ארום זיך. און אזוי פרעגט טאקע דער חיי אדם.

מצד אחר, אויב איז דער חשש פונעם מגן אברהם די צווייטע וועג וואס מיר האבן גערעדט. דהיינו אז די פלייש נעמט אריין אין זיך וואסער, און מיט דעם איז עס אנדערש ווי א מיחם. און ממילא איז גארנישט שווער אויפן מגן אברהם (אזוי לערנט די חוות דעת אין יו''ד סימן צ''א) איז אויב אזוי בנידן דידן ביי אייער. איז אויך נישט קיין פראבלעם, וויבאלד עס איז נישט בולע.

און ווי אויך איז פשוט לחלק צווישען די מעשה פונעם מגן אברהם, ביז נידן דידן. וויבאלד דארט עכ''פ ווייקט זיך עס, קענסטו מיר זאגן אז עס איז מבשל כדי קליפה. אבער דא ווען די וואסער איז נאר אויף די איי, פאר ממש א רגע. איז לכאורה נישט אפי' שייך מבשל כדי קליפה. אזוי ווי מיר זעהן אז אריין גיסען קאלטע וואסער, אין א כלי ראשון הייסע וואסער, איז נישט קיין פראבלעם אויב איז עס בשפיכה אחת. (וויבאלד יעדער פארשטייט אז עכ''פ בישול דארף עפעס א שיעור)

ועוד צד להתיר, איז וויבאלד די גאנצע זאך אז א דבר גוש בלייבט מיטן דין פון א כלי ראשון אפילו אין א כלי שני. איז אויך א חומרא וואס הרבה פוסקים קריגען אויף דעם.
דאס איז אלעס נאר לשיטת המג''א. אבער אויף למעשה זענען דא אסאך פוסקים וואס וואונדערן זיך זייער אויפן מגן אברהם, א שטייגער ווי, פרי מגדים, תורת שבת, חוות דעת, בית מאיר, חיי אדם, מנחת חינוך.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
בורר
פרישער באניצער
פאוסטס: 68
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 6:29 pm
x 45

Re: מעג מען שבת אפוואשן מיט קאלטע וואסער הייסע אייער?

פאוסט דורך בורר »

נקודת טובות האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 3:01 pm

ביזט גערעכט אז עס איז דא חולקים אין יו"ד,
אבער דער תניא (רנ"ג קו"א יא) נעמט אן אז עס איז מבשל כדי קליפה, ורב תנא ופליג, אזוי אויך דער פמ"ג (מ"ז ס"ס שי"ח) אויף לכתחילה,
(פאר די ליטאים בתוכינו, דער מ"ב פסק'ענט אזויווי דער פמ"ג,)

דיין צווייטע היתר איז זייער גוט, אבער עס העלפט נישט אויב מען לייגט עס אריין אין א שיסל קאלטע וואסער, און אזוי אויך דארף די וואסער זיין אסאך אויפאמאל,
און צו דעם קען מען מצדד זיין די באקאנטע מנח"י וועגן א נאסע גלעזל,
מהצד השני, דארף מען וויסן צו מען קען דא זיך סומך זיין אז די לעפל מיט וואס מען נעמט ארויס די איי הייסט א כלי שני,
veltsman
פרישער באניצער
פאוסטס: 15
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:25 am
x 13

Re: מעג מען שבת אפוואשן מיט קאלטע וואסער הייסע אייער?

פאוסט דורך veltsman »

מירון האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 10:35 amנאך א מינוט צוויי האט מען שוין מעגליכקייט עס אפצושיילן.
ביי מיר לייגט מען עס אריין אפגעשיילט אין טאפ ערב שבת
שרייב פאוסט