פופציגער’ס ברילן: א’ סליחות תשפ”ג
פופציגער’ס ברילן: א’ סליחות תשפ”ג
האמיר דא אפאר מינוט אפצוקלאפן אביסל אבזערוואציעס פון מיין א’ סליחות ביים רבי’ן שליט”א אין ביהמ”ד הגדול אין קרית יואל.
יעדע יאר א' סליחות האב איך די זעלבע מוטשעניש.
שבת נאכמיטאג הייבט זיך עס שוין אן ווען איך שלאף נישט רואיג, אמער היינט נאכט וועל איך דארפן גיין שלאפן פרי צו קענען אויפשטיין צו סליחות. דאס מיינט נישט אז איך שלאף נישט, אבער אויף ווי צעפראסקעט א שבת נאכמיטאג דרימל קען זיין איז עס דאן פי כמה.
מוצאי שבת הייבט זיך אן די ערנסטערע מערכות... יא גיין שלאפן? אדער בלייבן אויף ביז סליחות?
אויב גייט מען שלאפן מיינט עס אז ארום 3:45 דארף מען שוין אויפשטיין, גיין כאפן א מקוה, און זיין אין ביהמ"ד אפאר מינוט איידער מ'הייבט אן סליחות כדי נישט אריינצופאלן אינעם סליחות ווי א סארדינס פישל אין קאטשעניו.
אלזא, קיין סאך צייט איז דאך נישט דא צו שלאפן סייוויי. אבער פון די אנדערע זייט, אויב וועל איך נישט שלאפן ביינאכט וועל איך באלד פארשלאפן דעם גאנצן טאג און די גאנצע וואך גייט כאדאראם מיט א פארדרייטן סיסטעם.
איז וואס טוט מען?
די נאכט הייבט זיך אן מיט אזא "זאל זיין" שטימונג. וויאזוי ס'וועט זיך פירן אזוי וועט מען טון...
וואס פאסירט געווענליך איז אז בערך 1:30 באשלוס איך צו גיין כאפן א דרימל. 3:45 ווען איך שטיי אויף שפיר איך פארשטויסן פון אלע קוגלען. איך האב חרטה פאר'ן נישט שלאפן ביז 1:30 און באזונדער האב איך חרטה פאר'ן יא שלאפן פון 1:30... יעצט בין איך נישט מיד און נישט אויסגערוט. עפעס אזא הר ההר פילינג.
היי יאר האב איך אבער באשלאסן שטייף אז איך גיי זיך נישט לייגן. פארטיג.
ביז ארום 2:00 האט מען געפראוועט מלוה מלכה, און דאן האב איך זיך געזעצט ביים לעפטאפ ענדיגן אפאר זאכן וואס דארפן ווערן מסודר (אייגענטליך, וואס האבן געדארפט ווערן מסודר פאריגע וואך).
גאנץ געשמאק געווען, איך בין געווען זייער צופרידן זיך צו זען ווי עס רוקט זיך דער זייגער און אט אט גייט מען שוין זיך גרייטן צו סליחות מיט א רואיגקייט, און אויסמיידן דעם געיעג פון אויפשטיין צו די לעצטע מינוט און כאפן סליחות מיט די נשמה אין די הענט.
פרעג מיך נישט פארוואס, כ'בין דאך אויפגעווען די גאנצע נאכט, אבער למעשה האב איך זיך געזען הערשט 4:00 אראפציען די ווייסע זאקן און זיך אנטון וואכנדיג, און אן קיין הסבר דערצו טרעף איך זיך ווידער אז איך יאג מיך צו סליחות.
געשיקטערהייט וועק איך אויף דעם קאר, און איך שיק אים די סיגנאלן ער זאל מיר צופירן דא צום לאקאלן שוהל צו גיין אין מקוה. פארקינג איז שוין געווען שווער צו טרעפן, און א שנעלע איינס-מיט-איינס קאלקיולאציע זאגט מיר אז מיט פארקינג אין מקוה איז נישט צופיל לייכטער.
די מקוה קוקט אויס זייער געשפאנט. בחור'ליך רייסן אריין האלב פארשלאפן און האלב פארטיפט אין די געדאנקען. אן ערנסטקייט שפירט זיך, קיינער רעדט נישט, אלעס יאגט זיך, עס שפירט זיך די נארוואס אנגעהויבענע ימי הסליחות אין די לופט.
אינטערסאנט וואס כהאב אויפגעפאסט אז שטייענדיג אונטער'ן וואסער שטראם אין שויער האט זיך מיר עפעס צוגעדאכט אז אויך דער שויער יאגט זיך און רינט שנעלער ווי געווענליך. איך ווייס נישט פארוואס, אבער אלעס האט אויסגעקוקט ווי אנגעשטעלט אויף פעסט מאושען. די וואסער פון שויער יאגט אראפ און טרייבט אראפ די שעמפו פון קאפ. געגאנגען!
א שארף פארקערט בילד אנטפלעקט זיך אבער אין בור. דארט שפירט זיך ווי דאס וואסער שלאפט... זיצן אין בור און ווייקן זיך אפאר האלב אויפגעשטאנענע אידן, און האפן אז דאס וואסער זאל זיי אויפפרישן, אבער ס'קוקט נישט אויס ווי דאס וואסער האלט יעצט ביים ארבעטן פאר זיי, אין מיינע אויגן זע איך פארשלאפענע וואסער גלעטן פארשלאפענע מענטשן, און איך זע זיך אין א גרידלאק אויפ'ן וועג אריין אין בור.
אקעי, יעדער איז יעצט ערנסט און קיינער גייט נישט זאגן קיין ווארט. מ'שטייט און מ'ווארט די חברה זאלן אליינס כאפן אז מענטשן שטייען דא אין די ליין אריינצוגיין אין בור.
ביז עפעס א פרישקייט פון א אינגערמאן האט זיך אנגערוקט, אזא איינער וואס איז אלעמאל דער עסקן במקום שאין איש, און אפילו במקום שיש איש איז ער טאקע אט דער איש, און מיט א בערישע שטימע רופט ער אויס "די בור איז נישט קיין פלאץ זיך אפצורוען היינט!", און סוואאאאוששש.... אין אן אויגן בליק איז דער בור ליידיג געווארן.
אלעס לויפט ווייטער שנעל, ס'שוין 4:25, איך טו זיך שנעל אן און איך לויף ארויס מאכן מיינע פאות אינדרויסן.
אינדרויסן האב איך זיך ווידער געטראפן מיט'ן געיאגט סיטואציע, וואס אין אזאנס איז נישט פאסיג זיך אראפצושטעלן דרייען די פאות און קניפן דעם בארד. זעמיר ארויס אין גאס און דארט מסדר געווען ס'סיטואציע.
שטייענדיג דארט זע איך אונזער באליבטער שמש מיט זיין שטענדיגע שמייכל און גוטמוטיגקייט אנקומען מיט א שאל וואס כאפט ארום זיין האלז ווי אז עס זאל נישט אנטלויפן פון צווישן זיין קאפ און זיינע פלייצעס. ער טענה'ט אז פרינציפ איז זייער וויכטיג אין זיין אויפגאבע, און אין די פראטאקאלן שטייט אז צו סליחות קומט מען מיט א שאל! זכה לו.
איך זעץ מיך צוריק אריין אין קאר, און מגעבט געז... געגאנגען! איי, וואו יאג איך זיך? נאך דא 20 מינוט צו די אפיציעלע זמן אמירת סליחות, און פארקינג איז שוין עניוועי נישט דא ביים ביהמ"ד. אבער ווייסטעך... יעצט יאגט מען זיך!
אויפ'ן וועג שטעל איך זיך אפ געבן א היטש פאר א בחור'ל, און דער בחור געבט מיר אזא מורמל אריין מיט א זייטיגן שמייכל אז ער שטייט דא שטייגערליך פאר היטשעס, און נישט אלעמאל טרעפט מען גרינג. אבער דאס געדענקט ער פון פאריאר אז אויפ'ן וועג צו סליחות דארף מען נישט שטיין מער ווי א מינוט, ווייל דער ציבור איז אין אזא זכותים צום יום הדין מוד...
אביסל האב איך געבלאשט. איך טרעף זיך ווייניג געבן היטשעס, און לכאורה איז דאס טאקע דער סיבה פארוואס יעצט האב איך זיך יא אפגעשטעלט. איי געס דער בחור האט גוט ארויס מיינע שוואכקייטן.
גראדע טריי איך צו אוועקמאכן דעם געדאנק מיט'ן אויסרייד אז נע, יעצט גייט פשוט יעדער צום זעלבן פלאץ סא שטעלט מען זיך גערן אפ. אבער דעם מוסר שמועס האב איך עניוועי פארדינט.
די זייגער קלאפט 4:45 און איך רוק זיך אריין אויף אוהעל און דאן צו ביוקענען. דער בחור טענה'ט אז כ'גיי זיכער נישט האבן קיין פארקינג, אבער מיין מזל האט עפעס יא געשפילט, און פונקט איין פארקינג ספאט איז געווען ליידיג פאר מיר!
גיימיר אריין אין ביהמ"ד, דער הוהא איז עפעס מורא'דיג און איך בין זיך מחי' מיט'ן שטראם פון מענטשן. ס'טוט זיך א מצב פון פרישקייט און פאלשע פרישקייט געמישט. מענטשן וואס זענען איבערגעמידעט נאכ'ן נישט שלאפן ביינאכט און מענטשן וואס האלטן אינמיטן אויפשטיין און פרובירן זיין פריש, אלעס מישט זיך אויס און געבט ארויס א קאמבינאציע וואס נאר א סליחות פרימארגן קען אהערשטעלן.
האלאו האלאו... הער אויף שרייען דארט... כ'ווייס אז כולל געלט פאר ירושלים'ער כולל. אקעי, טעיק איט איזי. א צוואנציגער פאר'ן כולל.
אינעם קארידאר פאלן מיינע אויגן אויף ר' אברהם שמואל פרידלענדער וואס שטייט ביי א שטענדערל און זאגט תהלים הויך מיט א קרעדיט קארד מאשינקע אין די האנט. דאס איז ממש ווי געגאסן פאר אים, א איד וואס כולו אומר חסד, ער דארף גארנישט רעדן, מזעט ר' אברהם שמואל זאמלט געלט און מ'גייט צו סווייפן א נדבה. איך ווייס ניטאמאל צי ער גייט דא נאכגעלט פאר די קאווע, חברה קנין ספרים, תומכי שבת, ביקור חולים, אדער פאר חברת תהלים שבת צופרי, אדער פאר אידן אין תפיסות, אדער פאר ווער ווייסט וואס נאך דער איין מענטש טוט אלץ פאר אידן. דאס איז אבער זיכער אז ס'גייט פאר א גוטע צוועק.
האמיר בא'גוט מארגן'ט אפאר באקאנטע, און מ'גיימיר ארויף כאפן א פלאץ.
פון ערפארונג ווייס איך אז אין די ברייטע דורכגענג איז נישט גוט צו שטיין, דארט איז ממש א געדרענג, ווידעראום אין די שמאלע דורכגענג קומען נישט צו קיין סאך מענטשן ווייל די עקן פון די דורכגענג ווערן שנעל אנגעפולט און מענטשן זוכן נישט זיך אריינצושטופן אהין. דער מח זאגט אז דארט איז דאך א שמאלע דורכגאנג און איז מסתם נישט דא קיין פלאץ.
דאס ברענגט מיר זיך צו שטעלן אינעם שמעלערן דורכגאנג, און בערך 5:15 ווערט דאס ביהמ"ד שטיל ווען דער רבי שליט"א קומט אריין און הייבט אן דעם אשרי יושבי ביתך מיט א קול חוצב להבות אש, מיטשלעפנדיג דעם גאנצן ביהמ"ד אינעם ערשטן טריט אריין אין די ימים נוראים.
רעדנדיג וועגן די דורכגענג, מוז איך באטאנען אז דאס ארומגיין נאכגעלט בשעת סליחות איז נישט קיין עטישע זאך אין מיינע אויגן. איך האלט נישט אז ס'גערעכט אז יעדע פאר מינוט זאל איך זיך דארפן איינקנייטשן העכערן טיש נעבן מיר ווייל א געלט גייער האלט אינמיטן פארהאנדלען מיט'ן זיידע הינטער מיר איף א דאלער וואס יענער דארף טשעינדזש 71 צענט.
איך פארשטיי אבער אז די אידן זענען געוויס אין א שטארק געענגטן מצב און איך בין זיי נישט דן. וואס האט מיר יא אריינגעלייגט אין א נסיון צו ווערן גערעגט אין סאמע אמירות סליחות, איז דער בחור וואס האט מיר אריינגעמורמלט אז ער גייט נאכגעלט פאר זיין טיקעט קיין אומאן... צדיק, ווילסט א ציפ???
א שילדערונג איבער סליחות זעלבסט גלייב איך נישט איינער וויל פון מיר. פאר מיר פערזענליך איז עס געווען גאר געהויבן, און מלא התעוררות, און זאל מען טאקע האבן אויסגעבעטן און ווייטער אויסבעטן א גוט געבענטשט יאר.
די פראגע יעצט איז, זיך גיין אראפלייגן אביסל? אדער שוין אויף בלייבן ביז היינט נאכט?
לאמיר אפציילן די טייפאו'ס אין דעם ארטיקל און לויט דעם באשליסן.

נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
- באשיינפערליך
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 202
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:55 pm
- x 278
Re: פופציגער’ס ברילן: א’ סליחות תשפ”ב
פאר וויפיל פארדינגסטו דיינע ברילן פאר א שעה?..
נ״ב לייג דיר צו, מ׳ארבעט דאך נישט היינט!

כל מעשיך יהיו לשם שמים - אויך דער לשם שמים זאל זיין לשם שמים.
Re: פופציגער’ס ברילן: א’ סליחות תשפ”ב
Re: פופציגער’ס ברילן: א’ סליחות תשפ”ב
זייער שיין געשריבן
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
Re: פופציגער’ס ברילן: א’ סליחות תשפ”ג
זייער שיין געשריבן, בין איך נייגעריג צו נאכן שלאפן קענט איר אויך אזוי פיין שרייבן, אדער מברויך זיין overtiered פאר דעם
אויב קומט אויס א געלעגנהייט ברייטער אויסצושמועסן דאס קניפן דעם בארד וואלט מיר הנאה געהאט
אויב קומט אויס א געלעגנהייט ברייטער אויסצושמועסן דאס קניפן דעם בארד וואלט מיר הנאה געהאט
Re: פופציגער’ס ברילן: א’ סליחות תשפ”ג
האסט ניטאמאל געדארפט אויספירן. איך האב קבלה פון א גוטע איד אז ווען מען גיבט א היטש איז בטוח צו טרעפן א פארקינג. בדוק ומנוסה.פופציגער האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 8:25 am אויפ'ן וועג שטעל איך זיך אפ געבן א היטש פאר א בחור'ל, און דער בחור געבט מיר אזא מורמל אריין מיט א זייטיגן שמייכל אז ער שטייט דא שטייגערליך פאר היטשעס, און נישט אלעמאל טרעפט מען גרינג. אבער דאס געדענקט ער פון פאריאר אז אויפ'ן וועג צו סליחות דארף מען נישט שטיין מער ווי א מינוט, ווייל דער ציבור איז אין אזא זכותים צום יום הדין מוד...
אביסל האב איך געבלאשט. איך טרעף זיך ווייניג געבן היטשעס, און לכאורה איז דאס טאקע דער סיבה פארוואס יעצט האב איך זיך יא אפגעשטעלט. איי געס דער בחור האט גוט ארויס מיינע שוואכקייטן.
גראדע טריי איך צו אוועקמאכן דעם געדאנק מיט'ן אויסרייד אז נע, יעצט גייט פשוט יעדער צום זעלבן פלאץ סא שטעלט מען זיך גערן אפ. אבער דעם מוסר שמועס האב איך עניוועי פארדינט.
די זייגער קלאפט 4:45 און איך רוק זיך אריין אויף אוהעל און דאן צו ביוקענען. דער בחור טענה'ט אז כ'גיי זיכער נישט האבן קיין פארקינג, אבער מיין מזל האט עפעס יא געשפילט, און פונקט איין פארקינג ספאט איז געווען ליידיג פאר מיר!
על ההדס ועל ורד שקורין ראזען ועל הלבונה וכיוצא בהם, מברכין בורא עצי בשמים.
Re: פופציגער’ס ברילן: א’ סליחות תשפ”ג
אוי זאגסטו גיט...פופציגער האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 8:25 am
אינטערסאנט וואס כהאב אויפגעפאסט אז שטייענדיג אונטער'ן וואסער שטראם אין שויער האט זיך מיר עפעס צוגעדאכט אז אויך דער שויער יאגט זיך און רינט שנעלער ווי געווענליך. איך ווייס נישט פארוואס, אבער אלעס האט אויסגעקוקט ווי אנגעשטעלט אויף פעסט מאושען. די וואסער פון שויער יאגט אראפ און טרייבט אראפ די שעמפו פון קאפ. געגאנגען!
געמיינט נאר מיינס...
Re: פופציגער’ס ברילן: א’ סליחות תשפ”ג
געווענליך אין אזא צייט איז פארקערט, מען יאגט זיך און מען פילט ווי אלעס גייט שטאט.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס

-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 257
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 2:19 pm
- x 290
Re: פופציגער’ס ברילן: א’ סליחות תשפ”ג
אה, שכח פאר די היטשפופציגער האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 8:25 am האמיר דא אפאר מינוט אפצוקלאפן אביסל אבזערוואציעס פון מיין א’ סליחות ביים רבי’ן שליט”א אין ביהמ”ד הגדול אין קרית יואל.
יעדע יאר א' סליחות האב איך די זעלבע מוטשעניש.
שבת נאכמיטאג הייבט זיך עס שוין אן ווען איך שלאף נישט רואיג, אמער היינט נאכט וועל איך דארפן גיין שלאפן פרי צו קענען אויפשטיין צו סליחות. דאס מיינט נישט אז איך שלאף נישט, אבער אויף ווי צעפראסקעט א שבת נאכמיטאג דרימל קען זיין איז עס דאן פי כמה.
מוצאי שבת הייבט זיך אן די ערנסטערע מערכות... יא גיין שלאפן? אדער בלייבן אויף ביז סליחות?
אויב גייט מען שלאפן מיינט עס אז ארום 3:45 דארף מען שוין אויפשטיין, גיין כאפן א מקוה, און זיין אין ביהמ"ד אפאר מינוט איידער מ'הייבט אן סליחות כדי נישט אריינצופאלן אינעם סליחות ווי א סארדינס פישל אין קאטשעניו.
אלזא, קיין סאך צייט איז דאך נישט דא צו שלאפן סייוויי. אבער פון די אנדערע זייט, אויב וועל איך נישט שלאפן ביינאכט וועל איך באלד פארשלאפן דעם גאנצן טאג און די גאנצע וואך גייט כאדאראם מיט א פארדרייטן סיסטעם.
איז וואס טוט מען?
די נאכט הייבט זיך אן מיט אזא "זאל זיין" שטימונג. וויאזוי ס'וועט זיך פירן אזוי וועט מען טון...
וואס פאסירט געווענליך איז אז בערך 1:30 באשלוס איך צו גיין כאפן א דרימל. 3:45 ווען איך שטיי אויף שפיר איך פארשטויסן פון אלע קוגלען. איך האב חרטה פאר'ן נישט שלאפן ביז 1:30 און באזונדער האב איך חרטה פאר'ן יא שלאפן פון 1:30... יעצט בין איך נישט מיד און נישט אויסגערוט. עפעס אזא הר ההר פילינג.
היי יאר האב איך אבער באשלאסן שטייף אז איך גיי זיך נישט לייגן. פארטיג.
ביז ארום 2:00 האט מען געפראוועט מלוה מלכה, און דאן האב איך זיך געזעצט ביים לעפטאפ ענדיגן אפאר זאכן וואס דארפן ווערן מסודר (אייגענטליך, וואס האבן געדארפט ווערן מסודר פאריגע וואך).
גאנץ געשמאק געווען, איך בין געווען זייער צופרידן זיך צו זען ווי עס רוקט זיך דער זייגער און אט אט גייט מען שוין זיך גרייטן צו סליחות מיט א רואיגקייט, און אויסמיידן דעם געיעג פון אויפשטיין צו די לעצטע מינוט און כאפן סליחות מיט די נשמה אין די הענט.
פרעג מיך נישט פארוואס, כ'בין דאך אויפגעווען די גאנצע נאכט, אבער למעשה האב איך זיך געזען הערשט 4:00 אראפציען די ווייסע זאקן און זיך אנטון וואכנדיג, און אן קיין הסבר דערצו טרעף איך זיך ווידער אז איך יאג מיך צו סליחות.
געשיקטערהייט וועק איך אויף דעם קאר, און איך שיק אים די סיגנאלן ער זאל מיר צופירן דא צום לאקאלן שוהל צו גיין אין מקוה. פארקינג איז שוין געווען שווער צו טרעפן, און א שנעלע איינס-מיט-איינס קאלקיולאציע זאגט מיר אז מיט פארקינג אין מקוה איז נישט צופיל לייכטער.
די מקוה קוקט אויס זייער געשפאנט. בחור'ליך רייסן אריין האלב פארשלאפן און האלב פארטיפט אין די געדאנקען. אן ערנסטקייט שפירט זיך, קיינער רעדט נישט, אלעס יאגט זיך, עס שפירט זיך די נארוואס אנגעהויבענע ימי הסליחות אין די לופט.
אינטערסאנט וואס כהאב אויפגעפאסט אז שטייענדיג אונטער'ן וואסער שטראם אין שויער האט זיך מיר עפעס צוגעדאכט אז אויך דער שויער יאגט זיך און רינט שנעלער ווי געווענליך. איך ווייס נישט פארוואס, אבער אלעס האט אויסגעקוקט ווי אנגעשטעלט אויף פעסט מאושען. די וואסער פון שויער יאגט אראפ און טרייבט אראפ די שעמפו פון קאפ. געגאנגען!
א שארף פארקערט בילד אנטפלעקט זיך אבער אין בור. דארט שפירט זיך ווי דאס וואסער שלאפט... זיצן אין בור און ווייקן זיך אפאר האלב אויפגעשטאנענע אידן, און האפן אז דאס וואסער זאל זיי אויפפרישן, אבער ס'קוקט נישט אויס ווי דאס וואסער האלט יעצט ביים ארבעטן פאר זיי, אין מיינע אויגן זע איך פארשלאפענע וואסער גלעטן פארשלאפענע מענטשן, און איך זע זיך אין א גרידלאק אויפ'ן וועג אריין אין בור.
אקעי, יעדער איז יעצט ערנסט און קיינער גייט נישט זאגן קיין ווארט. מ'שטייט און מ'ווארט די חברה זאלן אליינס כאפן אז מענטשן שטייען דא אין די ליין אריינצוגיין אין בור.
ביז עפעס א פרישקייט פון א אינגערמאן האט זיך אנגערוקט, אזא איינער וואס איז אלעמאל דער עסקן במקום שאין איש, און אפילו במקום שיש איש איז ער טאקע אט דער איש, און מיט א בערישע שטימע רופט ער אויס "די בור איז נישט קיין פלאץ זיך אפצורוען היינט!", און סוואאאאוששש.... אין אן אויגן בליק איז דער בור ליידיג געווארן.
אלעס לויפט ווייטער שנעל, ס'שוין 4:25, איך טו זיך שנעל אן און איך לויף ארויס מאכן מיינע פאות אינדרויסן.
אינדרויסן האב איך זיך ווידער געטראפן מיט'ן געיאגט סיטואציע, וואס אין אזאנס איז נישט פאסיג זיך אראפצושטעלן דרייען די פאות און קניפן דעם בארד. זעמיר ארויס אין גאס און דארט מסדר געווען ס'סיטואציע.
שטייענדיג דארט זע איך אונזער באליבטער שמש מיט זיין שטענדיגע שמייכל און גוטמוטיגקייט אנקומען מיט א שאל וואס כאפט ארום זיין האלז ווי אז עס זאל נישט אנטלויפן פון צווישן זיין קאפ און זיינע פלייצעס. ער טענה'ט אז פרינציפ איז זייער וויכטיג אין זיין אויפגאבע, און אין די פראטאקאלן שטייט אז צו סליחות קומט מען מיט א שאל! זכה לו.
איך זעץ מיך צוריק אריין אין קאר, און מגעבט געז... געגאנגען! איי, וואו יאג איך זיך? נאך דא 20 מינוט צו די אפיציעלע זמן אמירת סליחות, און פארקינג איז שוין עניוועי נישט דא ביים ביהמ"ד. אבער ווייסטעך... יעצט יאגט מען זיך!
אויפ'ן וועג שטעל איך זיך אפ געבן א היטש פאר א בחור'ל, און דער בחור געבט מיר אזא מורמל אריין מיט א זייטיגן שמייכל אז ער שטייט דא שטייגערליך פאר היטשעס, און נישט אלעמאל טרעפט מען גרינג. אבער דאס געדענקט ער פון פאריאר אז אויפ'ן וועג צו סליחות דארף מען נישט שטיין מער ווי א מינוט, ווייל דער ציבור איז אין אזא זכותים צום יום הדין מוד...
אביסל האב איך געבלאשט. איך טרעף זיך ווייניג געבן היטשעס, און לכאורה איז דאס טאקע דער סיבה פארוואס יעצט האב איך זיך יא אפגעשטעלט. איי געס דער בחור האט גוט ארויס מיינע שוואכקייטן.
גראדע טריי איך צו אוועקמאכן דעם געדאנק מיט'ן אויסרייד אז נע, יעצט גייט פשוט יעדער צום זעלבן פלאץ סא שטעלט מען זיך גערן אפ. אבער דעם מוסר שמועס האב איך עניוועי פארדינט.
די זייגער קלאפט 4:45 און איך רוק זיך אריין אויף אוהעל און דאן צו ביוקענען. דער בחור טענה'ט אז כ'גיי זיכער נישט האבן קיין פארקינג, אבער מיין מזל האט עפעס יא געשפילט, און פונקט איין פארקינג ספאט איז געווען ליידיג פאר מיר!
גיימיר אריין אין ביהמ"ד, דער הוהא איז עפעס מורא'דיג און איך בין זיך מחי' מיט'ן שטראם פון מענטשן. ס'טוט זיך א מצב פון פרישקייט און פאלשע פרישקייט געמישט. מענטשן וואס זענען איבערגעמידעט נאכ'ן נישט שלאפן ביינאכט און מענטשן וואס האלטן אינמיטן אויפשטיין און פרובירן זיין פריש, אלעס מישט זיך אויס און געבט ארויס א קאמבינאציע וואס נאר א סליחות פרימארגן קען אהערשטעלן.
האלאו האלאו... הער אויף שרייען דארט... כ'ווייס אז כולל געלט פאר ירושלים'ער כולל. אקעי, טעיק איט איזי. א צוואנציגער פאר'ן כולל.
אינעם קארידאר פאלן מיינע אויגן אויף ר' אברהם שמואל פרידלענדער וואס שטייט ביי א שטענדערל און זאגט תהלים הויך מיט א קרעדיט קארד מאשינקע אין די האנט. דאס איז ממש ווי געגאסן פאר אים, א איד וואס כולו אומר חסד, ער דארף גארנישט רעדן, מזעט ר' אברהם שמואל זאמלט געלט און מ'גייט צו סווייפן א נדבה. איך ווייס ניטאמאל צי ער גייט דא נאכגעלט פאר די קאווע, חברה קנין ספרים, תומכי שבת, ביקור חולים, אדער פאר חברת תהלים שבת צופרי, אדער פאר אידן אין תפיסות, אדער פאר ווער ווייסט וואס נאך דער איין מענטש טוט אלץ פאר אידן. דאס איז אבער זיכער אז ס'גייט פאר א גוטע צוועק.
האמיר בא'גוט מארגן'ט אפאר באקאנטע, און מ'גיימיר ארויף כאפן א פלאץ.
פון ערפארונג ווייס איך אז אין די ברייטע דורכגענג איז נישט גוט צו שטיין, דארט איז ממש א געדרענג, ווידעראום אין די שמאלע דורכגענג קומען נישט צו קיין סאך מענטשן ווייל די עקן פון די דורכגענג ווערן שנעל אנגעפולט און מענטשן זוכן נישט זיך אריינצושטופן אהין. דער מח זאגט אז דארט איז דאך א שמאלע דורכגאנג און איז מסתם נישט דא קיין פלאץ.
דאס ברענגט מיר זיך צו שטעלן אינעם שמעלערן דורכגאנג, און בערך 5:15 ווערט דאס ביהמ"ד שטיל ווען דער רבי שליט"א קומט אריין און הייבט אן דעם אשרי יושבי ביתך מיט א קול חוצב להבות אש, מיטשלעפנדיג דעם גאנצן ביהמ"ד אינעם ערשטן טריט אריין אין די ימים נוראים.
רעדנדיג וועגן די דורכגענג, מוז איך באטאנען אז דאס ארומגיין נאכגעלט בשעת סליחות איז נישט קיין עטישע זאך אין מיינע אויגן. איך האלט נישט אז ס'גערעכט אז יעדע פאר מינוט זאל איך זיך דארפן איינקנייטשן העכערן טיש נעבן מיר ווייל א געלט גייער האלט אינמיטן פארהאנדלען מיט'ן זיידע הינטער מיר איף א דאלער וואס יענער דארף טשעינדזש 71 צענט.
איך פארשטיי אבער אז די אידן זענען געוויס אין א שטארק געענגטן מצב און איך בין זיי נישט דן. וואס האט מיר יא אריינגעלייגט אין א נסיון צו ווערן גערעגט אין סאמע אמירות סליחות, איז דער בחור וואס האט מיר אריינגעמורמלט אז ער גייט נאכגעלט פאר זיין טיקעט קיין אומאן... צדיק, ווילסט א ציפ???
א שילדערונג איבער סליחות זעלבסט גלייב איך נישט איינער וויל פון מיר. פאר מיר פערזענליך איז עס געווען גאר געהויבן, און מלא התעוררות, און זאל מען טאקע האבן אויסגעבעטן און ווייטער אויסבעטן א גוט געבענטשט יאר.
די פראגע יעצט איז, זיך גיין אראפלייגן אביסל? אדער שוין אויף בלייבן ביז היינט נאכט?
לאמיר אפציילן די טייפאו'ס אין דעם ארטיקל און לויט דעם באשליסן.
ווען איך ווייס ווען אז געסט נישט קיינמאל קיין היטשעס און די גייסט יעצט זיין קונה עולמו בשעה אחת, וואלט איך מיך נישט אריינגעזעצט
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 735
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2330
Re: פופציגער’ס ברילן: א’ סליחות תשפ”ג
פופציגער, האסטעס אזוי גוט ארויס, אזש אינמיטן האב איך געמיינט אז איך שרייב דאס, אבער כ'האב מיר דערמאנט אז איך האב נישט אזא גוטע פעדער.
Re: פופציגער’ס ברילן: א’ סליחות תשפ”ג
ניינע פייעס
- פייל און בויגן
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 539
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 5:00 pm
- x 957
- לאקאלער רב
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 227
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
- x 415
Re: פופציגער’ס ברילן: א’ סליחות תשפ”ג
@פופציגער, עפעס ברילן אויף ראש השנה?
Re: פופציגער’ס ברילן: א’ סליחות תשפ”ג
זענען דא אידן וואס גייען נישט קיין ברילן שבת
Re: פופציגער’ס ברילן: א’ סליחות תשפ”ג
מה זה?פופציגער האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 8:25 am וואס פאסירט געווענליך איז אז בערך 1:30 באשלוס איך צו גיין כאפן א דרימל. 3:45 ווען איך שטיי אויף שפיר איך פארשטויסן פון אלע קוגלען. איך האב חרטה פאר'ן נישט שלאפן ביז 1:30 און באזונדער האב איך חרטה פאר'ן יא שלאפן פון 1:30... יעצט בין איך נישט מיד און נישט אויסגערוט. עפעס אזא הר ההר פילינג