עס איז געווען נאכן נעילת החג טיש יו"ט סוכות, איך שטיי אזוי אינדרויסן ווארטענדיג אז די רבי זאל ארויס קומען ווינטשען די ברכת הקודש, און איך טראכט אזוי צו מיר ווען גיי איך זיין מיט רבין קומעדיגע מאל, אפשר פסח, שבועות, אפשר וועל איך גאר דארפן ווארטן ביז תשרי קומעדיגע יאר, ווי וועל איך עס אויסהאלטן, ווען אינמיטן הייבט די מוזיק אן שפילן, שבת תולדות אין מירון… א סקרוך איז מיר אדורך אין די ביינער, ווער ווייסט אפשר וועל איך נאך דארט זיין.
- - - -
ביי פאספארט קאנטראל אריין קומענדיג אין ענגלאנד, זאגט מיר דער אויפזעהר, דו ווייסט אז דיין פאספארט לויפט אפ אין זעקס חדשים, איך וואלט דיר גע'עצה'ט עס שוין צו באנייען, טאקע אפאר טעג שפעטער, האב איך אויסגעפילט א אפלקאציע און עס אפגעשיקט צו די אמעריקאנער אמבאסאדע.
דריי וואכן איז אריבער, מען האלט שוין פרשת חיי שרה, און די ליפט אין ביהמ"ד איז געווארן מער און מער אנגעהיצט, יעדן טאג האט מען געהערט פון נאך אידן וואס פארן, מען רעדט דאך דא פון לאנדאן, יעדער ווייסט וואס טוט זיך ביי יעדן…
איינער פארט מיט די סיסטעם א צווייטער גייט שלאפן און בר יוחאי, אבער הצד השוה אז דער עולם פארט.
איך האבן געטראפן עטליכע אידן וואס האבן מיר געזאגט מיט א זיכערקייט אז זיי פארן נישט וויבאלד זיי זענען געווען צווייטע טעג סוכות ביים רבין, און מען קען דאך נישט פארן יעדע פינעף וואכן..
כ'האב פורבירט רופן די אמבעסי זעהן ווען מיין פאספארט וועט אנקומען, אבער זיי האבן גע'טענה'ט אז זיי קענען עס נישט נאכגיין, נישט וויסענדיג אויב איך זאל פארן אדער נישט, האב איך באשלאסן אז מיין פאספארט וועט זיין דער מחליט, אויב קומט עס אן, וועל איך פארן.
פרייטאג חיי שרה האלב צוועלף, רופט מען מיר אריין פון שטוב אז מיין פאספארט איז אנגעקומען, פארשטייט זיך אליינס אז איך האב גלייך באשטעלט טיקעט'ס און זיך איין געשריבן מיט צו האלטן די שבת לעגאלערהייט…
זונטאג קום איך אין ביהמ"ד און איך הער אז נאך א שיינע מספר אידן האבן זיך איינגעשריבן, טאקע די וואס האבן געזאגט פאר א וואך צוויי צוריק מיט א זיכערקייט אז זיי פארן נישט, די זענען שוין אויך געבוקט.
א יעדע טאג האב מען געהערט פון נאך אידן וואס האבן זיך איינגעשריבן, ביז דארנשטאג אינדערפרי ווען איך האב מיר דעזעהן שטיין ביי בארדינג פון מיין פליגער, צווישן א ריזן עולם היימישע אידן א טייל פון אמעריקא וואס האבן קענעקטעט דא און א חלק פון לאנדאן, ביי די געיט האבן זיי געזאגט אז ווער עס איז מסכים קען איינטשעקן א רענצל בחינם, וויבאלד ס'איז דא א גרויסן עולם מיט ווייניג פלאץ פאר פעקלעך, איך האב טאקע איינגעטשעקט מיין רענצל מיט מיין שטריימל באקס, אזוי בין איך ארויף אויפן פליגער ווי א מלך, די לעצטע פאר אידן וואס זענען ארויף האבן שוין טאקע נישט געהאט ווי צו לייגן זייער שטריימל באקס, און איך האב אפילו געזעהן איין אמעריקאנע איד זאגן אז די וועג איז נאר פינעף שעה סא ער לייגט זיין זאטשקע אינטער די סיט אין פראנט פון אים, און די שטריימל באקס וועט ער שוין האלטן, מען פארט דאך צום רבין און צו ר' שמעון, מען פארט נישט צו זיין באקוועם, נא וועט מען האלטן די שטריימל באקס אויפן וועג.
ענדליך אינז לאנדען שוין, און דער עולם יאגט זיך אראפ פון פליגער אדורך צו גיין פאספארט קאנטראל, אויפן וועג זעה איך אפאר מאשינען ליגן ביי די זייט, און עטליכע מענטשן שטיין דארט ביי די זייט, איך שטעל מיר אפ קוקן וואס גייט דא פאר, זעה איך אז אפציעל דארף יעדער סקענען דא די פאספארט און פרינטן א צעטל, אבער קיינער ווייסט נישט דערפון יעדער גייט ווייטער.. איך פורביר צו סקענען מיין פאספארט קומט ארויף אז איך דארף זעהן א איינגעשטעלטער, איך האב שוין מורא געהאט אז ס'איז ווי באלד מיין זיידע איז געבוירן אין ארץ ישראל און אויף זיין פאספארט שטייט אז ער איז געבורין אין אונגארן…
גיי איך צו די שורה ווי ס'שטייט אז חוץ לארצ'דיגע דארפן גיין, און איך האלט אזוי מיין פאספארט אין מיין האנט, ווען פליצלינג קומט איינער צו מיר און געט א כאפ ארויס מיין פאספארט פון מיין האנט און אנטלויפט פון שטח, אן טראכטן צוויי האב איך מיר גענומען נאך לויפן דער פארשוין אויס מורא אז דא איז די ענדע צו מיין נייע פאספארט.. איך זעה ווי דער יעניגער לויפט אריין אין א צומער און קומט ארויס אן מיין פאספארט, כאטש ווייס איך ווי יענער האט עס באהאלטן, גיי איך אויך אריין אינעם צומער, אבער דער אויפזעהר וואס זיצט דארט נעמט זיך שעלטן אז איך זאל ארויסגיין, גיי איך צום גנב וואס האט צו גענומען מיין פאספארט און איך פרעג וואס איז די פלאן, וועל איך נאך צוריק זעהן מיין פאספארט? יענער ענטפערט מיר מיט א בלעכענע פנים, ווארט דא. גייט אריבער נאך א האלבע מינוט און דער יעניגער גייט צוריק אריין אינעם צומער און ברענגט ארויס מיין פאספארט מיט א גרינע קארטל אין דעם, און ער הייסט מיר צוריק גיין אין בעק פון די שורה.. איך טראכט צו מיר, צוריק גייט דאך א קאזע…
איך געב א קוק אין פארענט פון מיר, זעה איך א שילד אז מענטשן מיט א גרינע קארטל קענען דא גיין, גיי איך אהין זעה איך א גרופע אידן שטייען ביי א מענטש וואס קוקט איבער אלע פאספארט'ן, פרעג איך איינער פון די אידן דארט, איך דארף דא ווארטן אדער איך קען ווייטער גיין? זאגט מיר יענער אז ווילאנג קיינער שטעלט דיר נישט אפ קענסטע ווייטער גיין…
בין איך ווייטער געגאנגען ביזן טיר, דארט האט מיר איינער אפגעשטעלט און צוגענומען די גרינע קארטל און געלאזט ווייטער גיין… די גאנצע מעשה האט גענומען אינטער פינעף מינוט…
איך בין שוין געווען אין רומעניע און אין אוקריינע ווי מען קען אריינלייגן געלט אין די פאספארט…
און איך האב נאך נישט געזען אזא צוריק געשטאנענע לאנד ווי ארץ ישראל. ווען ס'וואלט געווען אזא זאך ווי א פערדער און פיפטער וועלט לאנד וואלטן זיי לכאורה געווען א פיפטע וועלט לאנד…
אריבער פאספארט קאנטראל, גיי מיר אפנעמען די רענצלעך, און דערנאך בין איך אריבער קאסטעמעס, נאטינג טאו דיקלער.. א חבר זאגט מיר אז איינמאל איז ער אריבער ביי דיקלער ווייל ער האט געקויפט עטליכע קארטענס ציגרעטלעך… די טעקס איז געווען מער ווי די קרן…
איך קום ארויס אינדרויסן קומט צו א אינגערמאן צו מיר און געט מיר שלום, און ער ווייזט אן צו גיין רעכטס ביזן סוף, איך קום אן דארט, טרעפ איך א געהעריגע ביהמ"ד מיט מנינים מעריב, קאווע און מזונות, אפילו ווי צו וואשן די הענט איז געווען.
נאכן דאווענען בין איך ארויס אידרויסן, גלייך קומען צו מיר צוויי בחורים, און נעמען איבער מיין רענצל, אריינצולייגן אינעם טראנק פונעם באס, און איך שפאציר ארויף אויפן באס ווי א מלך.
די באס האט זיך גאנץ שנעל אנגעפילט און ויסעו, מיר פארן קיין מירון, נאך א צוויי שעה פארן איז מען אנגעקומען הויך אויפן בארג, די באס איז שוין געפארן גאנץ שטאט, און דער עולם האט זיך שוין אינטערגעזינגען בר יוחאי…
ענדליך האט זיך די באס אפגעשטעלט, און דער עולם איז זיך געגאנגען איינשרייבן, איך האב באקומען דריי קארטלעך, א שלאפן קארטל, א סעודה קארטל, און א טיש קארטל, פלאס א מאפע פון גאנץ מירון. (ס'וואלט נישט גע'שאדט ווען מען געט ווען אויך א דאווענען קארטל…)
מיין אכסניה איז געווען אויף רחוב דברי יואל, איך בין געגאנגען אראפלייגן די פעקלעך, און באטראכטן די דירה, איך קום אריין אין איין צומער זעה איך ווי א איד שלאפט דארט, קוק איך איבער זעה איך אז איך האב נישט גוט אפגעליינט די קארטל..
איך גיי צו די נעקסטע צומער, איך קום אריין אין א שיינע גרויסע דירה מיט אסאך צומערן, און אין די דורכגאנג צו אלע צומערן איז דא עטליכע בעטן, וואס איך קען אויסוועלן איינס פון זיי, איך לייג אראפ מיין געפעק אין א ווינקל און איך גיי צוריק צום שאטער, עסן נאכטמאל, די עסן איז געווען זייער גוט צוגעשטעלט, א געהעריג ליל שישי..
איך זעץ מיר עסן ווען יעדע מינוט קומט נאך א חבר זיך באגריסן, חברים פון אמעריקא, ארץ ישראל, און יוראפ, יעדער איז דא, נאכן עסן און פארברענגן פאר א שטיק צייט בין איך צוריק צו מיין דירה זיך צולייגן אביסל, איך קום אריין, איז די לעקטער שוין געווען אויסגעלאשן ווי באלד א חלק עולם איז שוין געשלאפן, איך האב מיר אראפגעלייגט פאר א שעה צוויי.
האלב פינעף בין איך שוין אויף געשטאנען, געגאנגען אין די קליינע מקוה, וואס איז ביי די סוף פון די דברי יואל גאס, די מקוה איז געווען פול מיט אידן, א טובל און ארויס, מען האט געקענט דארט מאכן א קאווע, האב איך געמאכט איינס, איך כאפ מיר יעצט שרייבענדיג אז איך ווייס נישט אויב ס'איז שוין געווען זעקס גאנצע שעה פון נאכטמאל, והוא רחום יכפר.
אויפן וועג ארויף צום מערה האב איך באגעגענט א גרופע בחורים, און איינע פון די בחורים קומט צו מיר און פרעגט מיר אויב איך הייס צוקער אויף די לעצטע נאמען, זאג איך אים יא, פון ווי ווייסטו? אה איך בין דיין קאזין זאגט מיר די בחור, ער לערנט אין ארץ ישראל, איך האב ניטאמאל געוויסט אז מיין פעטער האט נאך א בחור און ער האט געוויסט ווי אזוי איך קוק אויס…
איך פרעג אים ווי שלאפסטו, ענטפערט ער מיר אז ער האט אמונה, און האפט צו האבן א בעט פאר שבת, אקעי האב איך אים געזאגט אויב איך וועל עפעס האבן וועל איך צוריק קומען צו דיר.
אנקומענדיג צום מערה, (די ערשטע מאל אין מיין לעבן) טרעפ איך מיר אין א גרויסע חצר, ביי איין זייט שטייען מענטשן און וואשען די הענט, דערנעבן איז דא א קאווע צימער, די עולם שטייט און מאכט קאווע'ס ווי גלייך עס איז דא פלאץ ווי צו טרינקן… ביי די אנדערע זייט שטייען אידן און דאווענען שחרית, אנדערע זאגן תהלים, אבער איך שטופ מיר אדורך אלע מענטשן איך דארף אנקומען אין די מערה, זיך אריינצושטיפן אין די מערה האט גענומען אפאר מינוט, ענדליך בין איך אנגעקומען אינעווייניג, האב איך אנגעפאנגען זאגן תהלים, אבער די געדרענג איז געווען דארט אזוי שטארק, אז ביי קאפיטל ה' האב איך געשפירט אז אויב בלייב איך דא וועל איך ווערן א קדוש..
פון הימל האט מען אינטער געשיקט א חשובע איד וואס זאל ווילן ארויסגיין, און יעדער האט געמאכט פלאץ פאר אים, בין איך געווארן זיין גבאי און אנגעקומען צוריק אינעם חצר, נאכן זאגן נאך אפאר קאפיטלאך האב איך געשפירט ווי דא איז אויך צו שטארק צושטיפט פאר מיר, בין איך ארויף אויבן העכער די חצר, און דאן האט די רבי אנגעפאנגען רעדן, די דברת קודש קען יעדער איבער הערן, אבער די בכיות וואס האט זיך געטון דארט דאס האט מען געדארפט מיטהאלטן, איינער איז צו געקומען צו מיר פרעגן איפה הרבי? האב איך אים גענטפערט במערה, האט ער מיר געפרעגט סא ווי אזוי קען מען אים הערן רעדן דא…
פאר די נעקסטער וואס האט געפרעגט איפה הרבי, האב איך שוין גענטפערט מלא כל הארץ כבודו… אין א פריוו אויסצומיידן די נעקסטע שאלה…
איך שטיי אזוי אויבן און איך זאג תהלים, ווען אינמיטן עפענט זיך א טיר און א בחור קומט ארויס מיט פארקלעבטע אויגן, און נישט געמאכטע פאות… נישט קיין שלעכטע פלאץ צו שלאפן דא אויבן…
די נעקסטע טיר עפענט זיך און א ספארדישע איד קומט ארויס מיט פינעף גרויסע פיטע מצות…
בשעת תהלים זענען געקומען אסאך אידן נאך געלט, פאר איינעם האב איך געגעבן א שקל און פאר א צווייטען א דאלער, אינמיטן איז צוגעקומען א לאנדענע בחור און איך געב אים א פונט דערביי זאגענדיג, דו ביסט דאך א לאנדענער…
זאגט מיר דער בחור אז ער האט נישט וואס צו טון מיט די פונט ווייל ער לערנט אין ארץ ישראל, פרעג איך אים ווי ער שלאפט שבת, זאגט ער מיר אז ער זיכט נאך אן אכסניה, די נאכט פארציילט ער מיר איז ער געשלאפן אין א ווינקל אויף די גראז, ווען אינמיטן נאכט זענען געקומען הינט אים אויפוועקן, האב איך שוין נאך א בחור וואס זיכט א בעט פאר שבת..
נאכן זאגן תהלים פאר א גוטע צוויי שעה האט מען געזינגן ווארמע ניגונים, און דערנאך איז די רבי אוועק געפארן פאר א האלבע שעה בערך, און דערנאך האט מען זיך געשטעלט שחרית אין די מערה, ביים דאווענען האט זיך געשפירט אביסל ווי שמחות תורה צופרי אין קרית יואל.. מנינים האבן זיך געשטעלט אין יעדע ווינקל, יעדע מינוט האב איך געטראפן נאך א באקאנטער ידיד, מען האט גע'דיכן'ט ביי שחרית.. אינטערעסאנט אז ביי די רבי'ס מנין אין די מערה האט מען גע'דיכן'ט נאר ביי מוסף, און די דיכענען ביים רבין'ס מנין האט גענומען שנעלער ווי רעגאלער ברכת כהנים אין אמעריקא.. בשעת דער כהן האט געזאגט איין ווארט האט שוין דער בעל תפילה געזאגט די נעקסטע ווארט…
נאכן דאווענען זעמיר געגאנגען עסן פרישטאג, שוין געווען א שעה נאך חצות.. און דער עולם האט אויסגעפאסט.. די עסן איז זייער גוט געווען, איך מיין, נאכן נישט שלאפן פאר צוויי נעכט געהעריג, און נישט עסן געהעריג, קענסטו מיר סערווירן סיי וואס…
נאכן עסן בין איך ארויס אינדרויסן, זעה איך ווי מען פארקויפט היימישע אויסגאבע'ס, האב איך מיר איינגעהאנדל'ט עטליכע, וואס אגב איך בין נישט אנגעקומען צו ליינען גארנישט, און ניטאמאל ווייס איך ווי אין די דירה איך האב עס איבער געלאזט… אבער איך בין זיכער אז איינער האט הנאה געהאט דערפון…
נאכן עסן זעמיר געגאנגען אין מקוה, דאס מאל אין די גרויסע מקוה, אבער נישט געזארגט ס'איז גענוי אזוי צושטיפט געווען ווי די קליינע…
דער נאך זעמיר געגאנגען עסן טועמיה… איי איך האב יעצט געגעסן פרישטאג, פרעג נישט קיין קשיא'ס…
די זייגער האט זיך געריקט און איך דערזעה מיר ביים זמן שבת קודש, און ס'איז נאך דא צוויי ליידיגע בעטן אין מיין צומער, אפשר וועל איך קענען מכניס אורח זיין די צוויי בחורים…
איך האב מיר אנגעטון די בגדי שבת און זיך ארויס געלאזט צום מערה, אנקומענדיג אויבן בין איך אריין אין די מערה אביסל מתפלל זיין, וואס איך האב אבער נישט געוויסט אז אין די צייט פילט זיך אן אלע פלעצער אין ביהמ"ד…
ארויסקומענדיג, האב איך קוים געטראפן א פלאץ, ווי א נאר בין איך אדורך געגאנגען די שאטער עטליכע מאל אהין און צוריק נישט כאפענדיג אז יעדע מאל ווערט ווייניגער און ווייניגער שטיי פלעצער..
ענדליך האב איך איינגעזעהן אז אויב וויל איך קענען זיין אינעם שאטער דארף איך מיר אפשטעלן ביי די נענצטע שטייעדיגע פלאץ…
צוביסלך איז פול געווארן אלע שטחים ארום און ארום, מענטשן זענען געשטאנען אויף די הייך פון אלע זייטן.
ענדליך איז די רבי אריינגעקומען, און מען האט אנגעהויבן דאווענען, אינמיטן מנחה האב איך מיר געגעבן א וועק אויף.. איך האב נישט באמערקט ווי איך בין איינגעשלאפן שטייעדיגערהייט… די בושות איז געווען גרויס..
איך האב אפגעיאגט פון שטח, און ארויף געגאנגען צו איינע פון די העכערע שטחים אויבן ווי ס'איז געווען מער ליפט צו אטעמען, איך האב נאר דעלייגט אז ביי בר יוחאי האב איך נישט געקענט זעהן די רבי וויבאלד די שטיפעניש אויבן איז געווען זייער גרויס.
נאכן דאווענען האט זיך דער עולם א לאז געטון אויף די גאסן צו די סעודות, ס'האט אויסגעקוקט ווי נאך א יו"ט דיגע דאווענען ביים רבין, ווען אלע גאסן זענען פול נאר מיט מענער..
אנקומענדיג צום שאטער הסעודות, האט זיך אנטפלעקט א שאטער וואס איז לענגער ווי די אויג קען זעהן.. שירה'ס שירה'ס טישן, איינער זאגט מיר אז ער האט געציילט איבער זעכציג שירה'ס… יעדע טיש אליין איז געווען אזוי לאנג אז ס'איז נישט געווען מעגליך צו טרעפן א חבר אינעם שאטער, מיט וועם ביסט אריינגעקומען, ביסטו געזיצן…
די עסן איז גאנץ גוט געווען, אויף די טיש ווי איך בין געזעצן האט זיך פארמירט א העווי שמועס איבער ציונות און שיטות, וואס איז געווען צו שווער פאר מיר…
ענדליך האב איך באמערקט א היימישע פנים, דער בחור וואס איך האב אנגעטראפן אינעם חצר המערה, איך פרעג אים אויב ער האט שוין א בעט זאגט ער מיר אז נישט, האב איך אים געגעבן אנווייזינגען ווי אזוי צוגיין צו מיין צומער, צולייגענדיג אז אויב ער טרעפט מיין קאזין קען ער אים געבן די צווייטע בעט, ווען איך בין אנגעקומען צו מיין דירה נאכן טיש איז ער שוין טאקע געשלאפן, אבער מיין קאזין האב איך נישט געקענט טרעפן צווישן אזא ריזיגע עולם.
בשעתן סערווירן די פלייש האב איך געהערט אז די היכל השולחנות איז שוין אפן, האב איך שנעל געגעבן א עס אויף, און געלאפן כאפן א גוטע פלאץ אויף די זיצעדיגע פארענטשעס, די מעלה דערפון איז געווען אז מען האט געקענט זיצן געהעריג ביז די רבי איז אריינגעקומען..
ענדליך נאך לאנגע מינוט האט מען געזעהן די רבי ארויסקומען פון די מערה צום טיש..
די טיש איז געווען זייער דערהויבן, איך בין עטליכע מאל איינגעשלאפן אינדערמיט, נאכן נישט שלאפן פאר צוויי טעג… אבער יעדע מאל וואס איך בין איינגעשלאפן האט דער עולם אנגעהויבן טאנצן אזוי האב איך מיר געקענט אויפוועקן…
געווען דארט עטליכע שלום זכרים….
די ניגונים די ריקודין, די תורות וואס די רבי האט געזאגט, מען האט געזעהן א די רבי איז משפיע אויפן עולם אז ס'זאל זיין שבתי בבית השם כל ימי חייהם.
בערך צוועלף דרייסיג האט זיך די טיש גענדיגט, און דער עולם איז זיך צוגעגאנגען, איינער איז געגאנגען אין מערה לערנען און א צווייטער איז געגאנגען אויסזאגן תהלים, אני הקטן בין געגאנגען זיך צולייגן אביסל..
שבת אינדערפרי, בין איך אויף געשטאנען גאנץ פרי, וויפיל אזייגער ווייס איך נישט…
געגאנגען אין מקוה און ארויף צום מערה, דאס מאל בין איך יא געקומען גענוג פרי צו האבן א פלאץ אינעם שאטער,
ביים ליינען איז געווען א באווארפן, און נאכן דאווענען איז מען געגאנגען עסן די סעודה, די סעודה אינדערפרי איז אויך געווען זייער געשמאק, נאכן עסן בין איך זיך געגאנגען אביסל אראפלייגן וויסענדיג אז איך דארף האבן כח פאר שלש סעודות און די הדלקה,
נאכן שלאפן בערך א שעה בין איך אויף געשטאנען און ארויף צום מערה, געדאווענט מנחה האב איך אין חצר, און דערנאך בין איך אריין אינעם מערה לערנען די גמרא פון ר' שמעון, שבת לג.
נאכן לערנען אינעם מערה האב איך געזעהן אז ס'איז שוין זייער שפעט בין איך זיך געגאנגען וואשן אינעם חצר און טועם געווען אביסל פון די ספארדישע שלש סעודות…
שפעטער האב איך מיר ארויס געלאזט אויפן וועג צום היכל השולחנות, צו מיט האלטן די שלש סעודות, אויפן וועג האב איך געזען ווי א איד גייט מיטן טלית אויפן קאפ, און אקעגן איבער קומט א פרענק מיט א גרויסע כלב, דער איד מיטן טלית האט זיך איבער געדעקט די אויגן נישט צו זעהן די חילול שבת.
אנקומענדיג צום שאטער הסעודות האב איך געטראפן א ריזן עולם, אבער ווי ר' שמעון וואלט אוועק געלייגט א פלאץ פאר מיר, האב איך געטראפן אויף די פארענטשעס א ליידיגע פלאץ, מען דארף פארשטיין, אז אין קרית יואל איז נישט דא אזא זאך אז ס'איז נישט דא קיין פלאץ אויף די פארענטשעס, אבער דא וויבאלד עס איז געווען זיצן, האט מען געברויכט טרעפן א ליידיגע זיץ..
די רבי איז אריינגעקומען, און די שלש סעודות איז געווען לעילא ולעילא, מען האט געזינגען געטאנצן, און דאכצעך אז די רבי האט געזאגט תורה עטליכע מאל,
אינמיטן האט מען געזינגען י אכסוף, הער איך ווי איינער אינטער מיר זאגט פאר זיין שכן אז לכאורה זינגט מען עס יעצט, וויבאלד מען האט עס נישט געזינגן שבת באנאכט… איך האב מיר געוואלט אויסדרייען און זאגן פאר דער איד אז ער איז פיין געשלאפן שבת באנאכט….
די שלש סעודות האט זיך נישט געוואלט ענדינגן, דער עולם איז געשפרינגען, קיינער איז שוין נישט געשלאפן..
נאכן בענטשן איז די רבי ארויף אינעם חצר המערה(..) דאווענען מעריב, און נאך מעריב האט מען אויסגערופן אז די רבי וועט נישט מאכן הבדלה, נאר מען האט ממנה געווען א צווייטען, א שאד אז איך האב פארפאסט א הבדלה פון די רבי.
דערנאך האב איך מיר ארויס געלאזט אויפן וועג צו מיין דירה מיטן פלאן צו מאכן א קאווע, און זיך טוישן צו די וואכענדיג שיך, נעמען מיין טעלעפאון.. אבער אויפן וועג טרעף איך אן א אלץ ווייסער און ער זאגט מיר אז ער האט געהערט ערשט האנטיג, אז איינמאל ס'וועט זיין זעקס טויזענט אידן אויפן שטח הדלקה, גייט מען אפשפארן די גאנצע שטח..
וויסענדיג אז יעצט קומען איבער זעקס טויזענט אידן ארויס פון שלש סעודות, האב איך נישט געטראכט קיין צוויי, און זיך ארויף געיאגט אויפן בארג, אזוי האב איך געהאט א שעה אהאלב צו זינגען זמירות מוצאי שבת…
איך האב מיר געשטעלט אויף א פלאץ ווי איך וועל קענען זעהן ווי די רבי צינדט, אזוי האב איך אויך געקענט מיט האלטן די ווי איי פי סטעיטש… נישט קיין השגה וואס דארט איז פארגעגאנגען, קודם האט מען ארויף געלאזט אלע עשירים און שפעטער האט מען אראפ געשיקט רוב פון זיי..
יעדע פאר מינוט האט מען אויסגערופן אז דער עולם זאל גיי צו ר' עקיבא ר' יוחנן הסנדלר… קייינער האט נישט געוויסט פון וואס ער רעדט, איך ווייס ווי גארפילד און ווי פארעסט זענען… ווי די כולל און ווי די ביהמ"ד איז…
ענדליך איז די רבי אריינגעקומען און די ניגונים האבן זיך אנגעפאנגען, די התעוררות וואס דארט איז פארגעגאנגען איז אומבאשרייבליך, אידן האבן פארגאסן טייכן טרערן, איין איד וואס איז געשטאנען נעבן מיר פאר איבער א שעה צו האבן א גוטע פלאץ, האט זיך אינמיטן געגעבן א ריק אוועק און אויסגעבראכן און א געוויין, פארשטייט זיך אז איך האב אים צוריק געלאזט נאכדעם, אבער ס'האט נישט לאנג אנגעהאלטן, נאר יעדע עטליכע מינוט האט ער זיך אוועק געריקט וויינען, אזוי האט דער עולם צוזאם געבויכעט, און קיינער האט נישט געוואלט ס'זאל זיך ענדיגן,
נאך א שטיק צייט האט דער רבי גערעדט, און די בכיות האבן אנגעהאלטן, שפעטער איז די רבי אריבער צום סטעיטש פון די הדלקה און זיך געשטעלט אויסגעדרייט צום עולם, בשעת דער בעל מנגן האט געזינגן גלות גלות, די רבי האט זיך גענומען אזוי ביטערליך וויינען אז אפילו א שטיינערנע הארץ איז גערירט געווארן.
די רבי האט אזוי געוויינט פאר א לאנגע צייט, ביז די גבאי איז צוגעקומען צום רבין און געגעבן א ווייז אז דא איז דא א הדלקה אין די זייט און מען דארף עס אנצינדן..
די רבי האט זיך אויסגעדרייט און פריש גענומען וויינען, ביז מען האט אים איבערגעגעבן די פאקל אנצוצינדן די הדלקה, די אנצינדן אליינס האט גענומען גאנץ לאנג אבער איך האב הנאה געהאט אזוי קען מען נאך אביסל וויינען.
ענדליך האט די הדלקה זיך אנגעצינדן און דער עולם האט אנגעהויבן אזוי שפרינגען אז דער פאליציי אויפן סטעיטש האט עס נישט אויסגעהאלטן, און ער האט פורבירט ווייזען אז מען זאל טאנצן שוואכער…
איך האב פארלאזט מיין פלאץ און אריין אין א רינג טאנצן, אינמיטן האט מען אויסגעלאשן די מוזיק אבער ס'איז קיינעם נישט אנגעגאנגען, אינז טאנצן נישט פאר די מוזיק אינז טאנצן פאר ר' שמעון.
איינער האט אנגעפאנגען וכל קרני רשעים און דער עולם איז געטאנצן, שפעטער האבן זיי נאכאמאל אויסגעלאשן די מוזיק, אבער דאס מאל זענען זיי אויפגעקומען מיט א מורא'דיגע חכמה.. זיי גייען שייינען מיט א לעיזער פאוינטער אויף ווער ס'דארף אראפגיין..
האב איך מיט געהאלטן ווי א גאנצע גרופע אינגעלייט וואס זענען געשטאנען אויף בענקלעך זענען געווארן באשיינט…. און פארשטייט זיך אז זיי זענען אראפ…
ס'איז געווען ממש סכנות נפשות… זאל דער פאליס מאן קומען איינמאל אין גרויסן ביהמ"ד ביי די זעקסטע הקפה… זיינע אויגן גייען ארויספאלן פונעם לאך…
דער אייבערשטער געט אבאכט אויף אינז. נישט דער נארישער פאליס וואס קען נישט זעהן אידן טאנצן אביסל…
די קומעדיגע מאל וואס דער פאלציי האט באמערקט אידן אין די הייך האט ער אריבער געשיקט צוויי חברה מיט שטעקענעס… אבער אנקומענדיג האבן זיי געזעהן אז בסך הכל שטייען אפאר אידן אויף בענקלעך…
אזוי איז מען געטאנצן און געטאנצן אינג און אלט, ר' שמעון ר' שמעון מען געזעגענט זיך נישט…
די רבי איז ארויס און דער עולם איז ווייטער געטאנצן, איך בין אריין אין חצר המערה זעה איך ווי מען טאנצט ווייטער.
המשפיע ר' מענדל ווייס האט געזאגט א גוט ווארט, די יצר הרע איז אזוי ווי די איזרעילי פאליציי, יעדע מאל ער זעהט ווי א איד נעמט זיך אין די הענט אריין און הייבט אן לערנען, קומט ער און שטערט מיט אנדערע שטותים, ענדליך מען לאזט אים אפ, און מען לערנט ווייטער קומט ער נאך אמאל, אזוי ווי די פאלציי יעדע מאל וואס דער עולם האט געטאנצן מיט אלע כוחות, האבן זיי פורבירט צו שטערן, ענדליך מען טאנצט שוין ווייטער, שטערן זיי ווייטער..
נאכן ענדיגן אויבן בין איך אראפ צו מלוה מלכה, דער עולם איז געווען גוט אויפגעלייגט, יעדע פעני האט זיך געלוינט צו קומען, האט דער עולם געזאגט אין די טרייבלעך פאר די ווייבער…
נאכן עסן מלוה מלכא, בין איך זיך געגאנגען אראפלייגן פאר א שעה, דער נאך בין איך ארויף אין מערה דאווענען שחרית ביי ותיקין, איך האב נאך געטראפן אסאך אידן דארט מיט די בגדי שבת..
די דאווענען איז געווען ווי די טשערי אן טאפ,
נאכן דאווענען בין איך געגאנגען עסן פרישטאג אינעם שאטער, און זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג צום ערעפארט מיט א צוזאג אי"ה צו פארן קומעדיגע ל"ג בעומר קיין קרית יואל, איך וויל נאכאמאל מיט האלטן א הדלקה מיט די רבי.
געשריבן (מיין) אין די קעפל אז קיינער זאל נישט פארהאלטן אויב איך האב עפעס אויסגעלאזט
(מיין) שבת תולדות אין מירון...
- קאווע_אן_צוקער
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 6
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 26, 2025 2:19 pm
- x 71
Re: (מיין) שבת תולדות אין מירון...
דיין שפראך איז @צוקער זיס.
- Think and Thank
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1588
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 5219
Re: (מיין) שבת תולדות אין מירון...
קאווע_אן_צוקער האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 26, 2025 12:55 pm נאכן זאגן תהלים פאר א גוטע צוויי שעה האט מען געזינגן ווארמע ניגונים, און דערנאך איז די רבי אוועק געפארן פאר א האלבע שעה בערך, און דערנאך האט מען זיך געשטעלט שחרית אין די מערה, ביים דאווענען האט זיך געשפירט אביסל ווי שמחות תורה צופרי אין קרית יואל.. מנינים האבן זיך געשטעלט אין יעדע ווינקל, יעדע מינוט האב איך געטראפן נאך א באקאנטער ידיד, מען האט גע'דיכן'ט ביי שחרית.. אינטערעסאנט אז ביי די רבי'ס מנין אין די מערה האט מען גע'דיכן'ט נאר ביי מוסף, און די דיכענען ביים רבין'ס מנין האט גענומען שנעלער ווי רעגאלער ברכת כהנים אין אמעריקא.. בשעת דער כהן האט געזאגט איין ווארט האט שוין דער בעל תפילה געזאגט די נעקסטע ווארט…
מנהג גליל איז אז מען דוכנ'ט נאר ביום שיש בו מוסף, אנדערש ווי די איבריגע א"י וואו מען דוכנ'ט יעדן טאג. און אפילו אין גליל איז דא א חילוק אין מנהג אשכנז און מנהג חסידים צו ביום שיש בו מוסף דוכנ'ט מען אויך ביי שחרית, אדער מען דוכנ'ט נאר ביי מוסף.
Re: (מיין) שבת תולדות אין מירון...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל