daikin האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 25, 2025 10:18 pm
נ'אפשר ביסטו מסביר על מה יצא הקצף? זייט ווען נעמט זיך ברוער אן פאר חברימ'ס כבוד?
אאוודאי ברוער מיט חברים האבן אלע יערן געארבעט האנט ביי האנט.
יעדע קאלל וואס ברוער איז געוועהן, האט חברים געברענגט פיצא, מיט אייסיס, און וואסער צו טרינקען.
זייט מען האט געמאכט אזעלכע מחלוקת אין שטאט!..
האט מען אינגעפירט אזא מידת סדום. אויב ביסטו אינוואלווד מיט אן אנדערע ארגענזשן, קענסטו נישט זיין אינוואלווד אין אן אנדערע ארגענזשן (כולל הצלה,חברים,מצילי אש,חביבים,ספרינג הילל, ברוער,….)גיי פארשטיי פשט דערפון???
האט ברוער בלית ברירה, געמוזט איינקויפן די RAC UNIT, צו קענען האבן אלע באדערפענישן פאר זייערע מעמבערס.
אבער באמת אשאד זאל ווען זיין שלום וואלט מען געקענט שפארן אזויפיל יודיש געלט, מען וואלט געקענט אויפטוהן אסאך מער מיט די געצוימטע טעקס בודשעט וואס ברוער האט.
מענטשן מיינען אז ברוער האט אנלימיטעד געלט בכלל נישט אמת.
גאווירמענט געלט דארף מען אפגעבן א דין וחשבון אויף יעדע פרוטה, און מען ווערט פארגעהאלטן אויף יעדע איבריגע הוצאה...
מען מיינט אז די קאמישענערס קענען סתם ארויףריקען טעקסעס אבי אין די וועלט, הלואי אונז קען מען דאס טוהן, מען וואלט שוין לאנג געהאלטן אסאך ווייטער...
יעדע טעקס אינקרוס קומט מיט א בודשעט, מיט וואוטס, ס׳האט א חשבון מען נעמט נאר די מינומום וואס מען קען.
און מענטשן האבן נאך די חוצפא אראפ צורייסן די עסקנים, וואס ארבעטן אזוי שוער פארן ציבור ״שלא על מנת לקבל פרס״ און נאך מיט אזעלכע שקרים, וואס יעדער ווייסט אז ס׳איז באמת פונקט פארקערט.
אדרבה גיי קוק ביי ….... ווי איז געגאנגען זייער געלט פרעג דיך נאך??….... איך וויל נישט רעדן פון מחלוקת/פאליטיק
א גוטע נאכט
[/quote]
נ
ו, פארוואס טאקע ריקן זיי ארויף די טעקסעס און פארשווענדען מיליאנע פון אונזער אויסגעהארוועטע געלט פאר שוואיל טאג, אויסגעלאסענע פארטיס, פילע קארס וואס אידן פארן ארום צו מחלל שבת זיין, און נאךשווערע געלטער פאר אומגעלונגענע פראפגאנדע, וואס ברענגט נישט קיין כבוד פאר קיינעם, מילד גערעדט?? פארוואס?
עס איז קלארע פובליק אינפארמאציע אז מען האט בראבעוועט מיליאנע דאלער טעקס געלט פון אונזער היימישע ברודער אין מאנסי פאר דברים האסורים וחמורים ביותר - ג' עבירות החמורות. חיללת וגם ירשת! היל"ת.