בס"ד
ווער איז אננא באוער, און וואס האט זי מיט לינדזי העליגאן? וואס האט זי געטעקסט? און ווי אזוי איז זי אריינגעפאלן אין די פרשה?
אלעס האט זיך אנגעהויבן א שבת נאכמיטאג אין אקטאבער. אננא איז געזעצן געלאסן אין איר הויז, און געקלעטערט אויף נעטפליקס. ס'געווען א זעלטענער שטילער טאג. מיטאמאל, האט איר טעלעפאן געזשומעט. און צו איר וואונדער, איז עס נישט געווען קיין ספעם רוף, אדער איר רעדאקטאר, אדער איר Doordash באשטעלונג. ס'איז געווען לינדזי העליגען, די העכסטע פעדעראלע פראקוראר אינעם "איסטערן דיסטריקט" פון ווירדזשיניע, און די פערזאן וואס טוט פערזענליך אנקלאגן איינע פון דעם פרעזידענט'ס געשוואוירענע פאליטישע שונאים, ניו יארקער אטוירני דזשענעראל לעטישע דזשעימס. און לינדזי האט איר טאקע געטעקסט פונקט איבער דעם קעיס.
אזוי האט זיך אנגעהויבן איר צוויי-טאגיקער טעקסט-מאראטאן מיט די מערסט באקאנטע פראקוראר אין לאנד. במשך די קומענדיגע 33 שעה. אבער איידער מיר גייען ווייטער, לאמיר אביסל צוריקדרייען דעם זייגער, ווייל די מעשה האט א שטיקל הינטערגרונט וואס הייבט זיך אן עטליכע וואכן איידער העליגען האט איר בכלל געטעקסט.
די מעשה הייבט זיך אן מיט עריק סייבערט, וועלכער איז ביז לעצטן חודש געווען דער אמעריקאנער אטוירני אינעם "איסטערן דיסטריקט" פון ווירדזשיניע. סייבערט האט, ווי געווען באריכטעט, אויפגעברענגט ספיקות צי ס'איז בכלל דא גענוג באווייזן צו קענען שטעלן קרימינאלע קלאגעס קעגן צוויי פון פרעזידענט טראמפ'ס גרעסטע שונאים וואס ער רייסט כסדר ארונטער. דער ערשטער איז די ניו יארקער אטוירני דזשענעראל לעטישע דזשעימס, וועלכע האט געוואונען א 450 מיליאן דאלארדיגע ציווילע שווינדל אורטייל קעגן די טראמפ ארגאניזאציע, און דער צווייטער איז דער געוועזענער עף-בי-איי דירעקטאר דזשעימס קאומי, דער מענטש וועם טראמפ באשולדיגט אין אנפאנגען די "רוסלאנד-געיט" אויספארשונג.
יארן לאנג האט טראמפ פובליק געזאגט אז קאומי און דזשעימס דארפן באשטראפט ווערן פאר עפעס. ביי איין ראלי דורכאויס זיין לעצטן קאמפיין האט טראמפ געזאגט: "העי, וואס איז מיט קאומי? זעט איר אים ביי די אינטערוויוס? קאומי איז א ליגנער און א ליעקער." אבער סייבערט האט נישט געהאלטן אז ס'איז דא גענוג באווייזן אז דזשעימס און קאומי האבן געטון עפעס קרימינאל, ממילא האט ער נישט געוואלט ברענגען קלאגעס. אין סעפטעמבער האט נייעס באריכטעט, אז מען ערווארט אז טראמפ זאל אפזאגן סייבערט'ן. סעפטעמבער 19 האט טראמפ אין א רעדע פונעם "אוועל אפיס" גערופן מען זאל אים אפזאגן פון אמט. שעה'ן דערויף, האט סייבערט רעזיגנירט. טראמפ האט זיך אפילו געאייסערט אז ער האט סייבערט'ן שוין אפגעזאגט, נאך איידער דער האט געקענט רעזיגנירן.
אבער דאן האט זיך אפגעשפילט א מאדנע ערשיינונג וואס האט געהויבן ברעמען. א טאג דערויף, סעפטעמבער 20, האט טראמפ געשריבן א דירעקטן מעסעדזש צו זיין אטוירני דזשענעראל, פאם באנדי, אויסדריקענדיג פרוסטראציע אז גארנישט ווערט געטון קעגן זיינע קעגנער. אויסרעכענענדיג קאומי, אדם "שיפטי" (נישט אונזער שעפטי) שיף און לעטישע. פארלאנגענדיג פון פאם 'יוסטיץ' אבער שוין יעצט. אבער איראניש, האט טראמפ געדרוקט 'פאוסט' אנשטאט 'סענד', און ארויסגעשאסן דעם מעסעדזש צו אלע 9 מיליאן נאכפאלגער אויף טרוט סאושעל אנשטאט פריוואט צו פאם באנדי.
https://truthsocial.com/@realDonaldTrum ... 4548033727
צוויי טאג דערנאך האט טראמפ אריינגעשטעלט א נייעם הויפט פראקוראר אינעם "איסטערן דיסטריקט", לינדזי העליגען, זיין געוועזענע פערזענליכע אדוואקאט, וועלכע האט קיינמאל אין לעבן נישט געברענגט א קלאגע (אלס פראקוראר). און טראץ איר מאנגל אין פראקורארישע ערפארונג, האט העליגען אויסגעפירט טראמפ'ס פארלאנגען אנצוקלאגן זיינע קעגנער. אין די ערשטע פאר טעג פון איר איינשווערונג, האט זי געברענגט אן אנקלאגע קעגן קאומי. און דערנאך, צוויי וואכן שפעטער, האט זי איבערצייגט א באזונדערע גרענד דזשורי אנצוקלאגן טיש דזשעימס פאר מארגעדזש שווינדל.
דאס איז בערך די צייט ווען מיר קומען אריין אינעם בילד צו יענעם שבת, דעם 11'טן אקטאבער. אננא באוער האט פארברענגט א גרויסן טייל פונעם פארמיטאג לייענענדיג נייעס באריכטן איבער דעם קעיס וואס העליגען האט געברענגט קעגן דזשעימס, וואס איז הערשט ארויסגעקומען געציילטע טעג פריער. די אנקלאגע באשולדיגט די ניו יארקער אטוירני דזשענעראל אין ליגנט זאגן ווי אזוי זי האט געפלאנט צו נוצן א הויז אייגנטום אין נארפאלק, ווירדזשיניע, ווען זי האט איינגעגעבן פאר א הלוואה עס צו קויפן צוריק אין 2020. די פראקורארן טענה'ן אז דזשעימס האט געזאגט פאר די באנק אז די אייגנטום וועט גענוצט ווערן אלס א צווייטע היים, ווען למעשה האט זי לויט זיי עס גענוצט אלס א דירה פאר רענטל אינוועסטמענט, און עס פארדינגען צו א פאמיליע פון דריי. די קלאגע טענה'ט ווייטער אז דזשעימס האט דאס געטון כדי צו באקומען בעסערע מארגעדזש ראטעס.
טראמפ'ס אנקלאגע קעגן לעטישע דזשעימס
Re: טראמפ'ס אנקלאגע קעגן לעטישע דזשעימס
חלק ב'
ווען די דזשעימס אנקלאגע איז ארויסגעקומען, איז אננא געווען צווישן די סקעפטיקער. נישט נאר צוליב דעם נקמה'דיגן נאטור פון די קלאגעס, נאר אויך ווייל ס'איז פשוט נישט געווען קלאר אויב די פאקטן וואס דער פראקוראר טענה'ט זענען אפילו בכלל א פארברעכן. כדי צו פארשטיין פארוואס, לאמיר קוקן אויפ'ן מארטגעדזש אפמאך וואס דזשעימס האט אונטערגעשריבן.
דער אפמאך האט גענוצט טיפישע "Fannie Mae" שפראך, און עס האט פארלאנגט פון דזשעימס צו באהאנדלען די הויז אייגנטום אלס א צווייטע היים. דאס מיינט אז זי האט געדארפט האלטן די הויז, "גרייט פאר פערזענליכן באנוץ". אבער, און דאס איז א וויכטיגע נקודה, די קאנטראקט ערלויבט פאר דזשעימס צו פארדינגען די הויז נאך איין יאר פון אייגנטימערשאפט. און, עס האט ערלויבט צו פארדינגען אויף צייטווייליג דורכאויס דעם ערשטן יאר. דאס איז זייער א וויכטיגע נקודה, ווייל איינע פון די הויפט טענות וואס די פראקוראר שרייבט אין די אנקלאגע איז אז דזשעימס האט דערקלערט "טויזנטער דאלארן אין רענט" אויף אירע "שטייער בויגנס". אבער די דעטאלן זענען זייער וואקלענדיג און אומקלאר. וואס זענען געווען די אומשטענדן פון דעם כלומרשט'ן רענטל אפמאך? ווען פונקטליך האט דזשעימס געזאלט האבן פארדינגען די הויז און פאר ווי לאנג? וויפיל רענט געלט האט זי איינקאסירט? אן צו וויסן די אלע פרטים, איז זייער שווער צו באשליסן צי לעטישע דזשעימס האט אפילו עובר געווען אויפ'ן מארגעדזש קאנטראקט בכלל, כל שכן צי זי איז באגאנגען סיי וואסערע מארטגעדזש שווינדל.
דאס איז פארוואס יענעם שבת נאכמיטאג, האט אננא געהאט א ספעציעלן אינטערעס אין א ניו יארק טיימס ארטיקל איבער די ווירדזשיניע הויז וואס איז אינעם צענטער פון די טיש דזשעימס קעיס. לויט'ן באריכט, ווערט די הויז באוואוינט דורך דזשעימס'ס ניכטע, א פרוי מיטן נאמען ניקיא טאמפסאן, וועלכע וואוינט דארט מיט אירע קינדער זינט דזשעימס האט געקויפט די הויז צוריק אין 2020. דער באריכט גייט ווייטער און ברענגט ארויס דריי וויכטיגע שטיקלעך אינפארמאציע. ערשטנס, אז טאמפסאן האט זיך באוויזן פאר א גרענד דזשורי אין נארפאלק, נישט אין אלעקסאנדריע, וואו דזשעימס איז אנגעקלאגט געווארן. צווייטנס, אז טאמפסאן האט עדות געזאגט אז "זי האט געוואוינט אין די הויז יארן לאנג און אז זי האט נישט באצאלט קיין רענט." און דריטנס, טאמפסאן איז נישט געבעטן געווארן נאכאמאל עדות צו זאגן. דאס אלעס מיינט אז ס'איז נישט קלאר אויב די גרענד דזשורי אין אלעקסאנדריע, די וואס האט אנגעקלאגט טיש דזשעימס, האט בכלל געהערט יענע עדות'שאפט. אע"כ, אויב דו ווייסט אז די אנגעבליכער טענענט זאגט אז זי צאלט נישט קיין רענט, דארפסטו ווארשיינליך דאס זאגן פאר די גרענד דזשורי מיטגלידער. אבער האט העליגען דאס געטון? מיר ווייסן נישט, וויבאלד גרענד דזשורי פראצעדורן זענען געהיים. אויב די ניו יארק טיימס באריכט איז אמת, קוקט אויס אז טאמפסאנ'ס עדות'שאפט פאר די גרענד דזשורי אונטערמיניווערט די טעאריע פון די פראקוראר אז דזשעימס האט גענוצט די הויז אלס א דירה פאר רענטל אינוועסטמענט. און אין אננא'ס מיינונג, צייגן די באווייזן ריינציוואשן פון די קלאגע, מיט דעם וואס עס צייגט אז דזשעימס האט נישט גענוצט די אייגנטום בעיקר אלס א אינוועסטמענט צו איינקאסירן רענט.
אלס א געזעץ-זשורנאליסט, האט אננא באשלאסן צו מיטטיילן דעם ניו יארק טיימס ארטיקל אויף טוויטער. קורצליך דערנאך האט אננא געפאסט א לינק צום טיימס ארטיקל און עס סך הכל'ט בערך אזוי: "ניו יארק טיימס באריכטעט אז לעטישע דזשעימס'ס ניכטע וואוינט אין די הויז וואס איז די נושא פון די אנקלאגע. די ניכטע האט ווי באריכטעט עדות געזאגט פאר אן אנדערע גרענד דזשורי, און זיי דערציילט אז זי וואוינט דארט שוין פילע יארן אן באצאלן רענט. דזשעימס קומט כסדר פאר באזוכן." עטליכע מינוט שפעטער, האט זי נאכגעפאלגט מיט א צווייטע באמערקונג איבער דעם ריינוואשן נאטור פון די באווייזן. "דאס זענען וויכטיגע באווייזן אויף צו ריינוואשן, ווייל די אנקלאגע באשולדיגט דזשעימס אין זוכן א 'צווייטע היים' מארגעדזש, ווען אין פאקט האט זי באמת געפלאנט עס צו נוצן אלס אן אינוועסטמענט דורך עס פארדינגען." אננא האט בשעת מעשה נישט געמאכט קיין גרויסן עסק פון די טוויטס. צו פארשפרייטן אנדערע זשורנאליסטן'ס באריכטן איז א רוטינע טייל פון ווי אזוי זי פרובירט צו האלטן מענטשן אינפארמירט איבער די קעיסעס וואס זי דעקט. אבער לינדזי העליגען, די פראקוראר וואס האט פערזענליך פרעזענטירט דזשעימס'ס קעיס פאר די גרויסע דזשורי, האט זעט אויס געזען אירע טוויטס גאר אנדערש.
איז ווען איר טעלעפאן האט געזשומעט, האט זי אראפגעקוקט און געזען אז זי האט א "פארבינדונג פארלאנג" אויף סיגנאל, וואס איז אן ענקריפטעט מעסעדזשינג סערוויס וואס פילע זשורנאליסטן נוצן צו קאמוניקירן מיט זייערע קוועלער.
המשך יבוא...

וואף! שרייבסט פיין
קיפ אן און שלום עליכם @אדנירם
קיפ אן און שלום עליכם @אדנירם
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
Re: טראמפ'ס אנקלאגע קעגן לעטישע דזשעימס
Wow
הערליך באשריבן
הערליך באשריבן
Re: טראמפ'ס אנקלאגע קעגן לעטישע דזשעימס
חלק ג'
דער ערשטער מעסעדזש האט געליינט, "אננא, לינדזי העליגען דא. דו באריכטעסט זאכן וואס זענען פשוט נישט אמת. איך וויל נאר אז דו זאלסט וויסן." ( "Anna, Lindsey Halligan here. You're reporting things that are simply not true. Thought you should have a heads up.” ) דער שיקער אויף די אנדערע זייט האט אויסגעקליבן אן אפציע אז אלע מעסעדזשעס אינעם טשעט זאלן פארשוואונדן ווערן נאך 8 שעה. האט זי, אלס א זשורנאליסט, נאטורליך אנגעהויבן צו כאפן סקרינשאטס. טראץ דעם, האט זי געמיינט אז דאס איז עפעס א מאדנע שפיל, אפשר א טראלל אדער א דיסאינפארמאציע קאמפיין, ווייל פארוואס זאל די מערסט נאכגעקוקטע פעדעראלע פראקוראר אין לאנד זיך ווענדן צו איר איבער א טוויט וואס האט סך הכל'ט אן אנדערער רעפארטער'ס דעקונג פון א גרענד דזשורי עדות'שאפט? ס'האט פשוט נישט געמאכט קיין סענס.
אבער, אננא האט געוואוסט אז ס'איז דא א גרינגע וועג פאר איר צו טעסטן אויב דאס קען טאקע זיין לינדזי העליגען, ווייל זי האט זיך שוין אמאל געטראפן מיט העליגען עטליכע יאר צוריק אין א רעסטאראנט אינעם "ברעיקערס" האטעל אין וועסט פאלם ביטש. דאס איז געווען אין די צייט וואס די יוסטיץ דעפארטמענט האט אויסגעפארשט טראמפ'ס באהאנדלונג פון קלאסיפיצירטע דאקומענטן און העליגען איז געווען איינע פון די אדוואקאטן. אננא האט זיך אנגעשטויסן אין איר און אן אנדערן טראמפ אדוואקאט, דזשעימס טראסטי. אננא האט נישט גערעדט מיט העליגען דריי יאר זינט יענעם טרעפן, אבער זי האט געטראכט אז די עכטע העליגען וואלט איר לכאורה געדענקט.
ממילא, כדי צו באשטעטיגן איר אידענטיטעט אויף סיגנאל, האט אננא געפרעגט העליגען וואו זיי האבן זיך צום ערשטן מאל געטראפן און מיט וועמען זי איז געווען. די פערזאן וואס האט זיך אנגעגעבן אלס לינדזי העליגען האט געענטפערט בלויז א מינוט שפעטער. "ברעיקערס; טראסטי. איך האב גענומען דיין נאמען פון דיין X אקאונט," האט זי געשריבן. דאס האט געטוישט די בילד. אננא האט קיינמאל נישט געהאט דערמאנט אין די עפענטליכקייט יענע באגעגעניש מיט העליגען און טראסטי. און ווי אומגלויבליך ס'האט אויסגעזען א מינוט פריער, האט אננא באשלאסן אז די עכטע לינדזי העליגען טעקסט איר ווארשיינליך טאקע.
די יוסטיץ דעפארטמענט האט שפעטער באשטעטיגט אז זי האט טאקע געטעקסט מיט העליגען. אבער בשעת מעשה, איז אננא געווען גאנץ זיכער מיט זיך אז ס'איז טאקע העליגען. האט זי געטון וואס יעדער רעפארטער וואלט געטון. זי האט אנגעהויבן פרעגן פראגעס.
"אקעי, איך הער," האט זי געזאגט נאכ'ן זיך באדאנקען פאר העליגען. "וואס האב איך שלעכט [געשריבן]?"
"באמת, אזויפיל." האט העליגען צוריקגעענטפערט. "איך קען דיר נישט אלעס דערציילן, אבער דיין באריכט בפרטיות איז פשוט גאר ווייט פון דער מציאות. איך האב דיר פשוט געוואלט מודיע זיין"
העליגען האט דאן געזאגט אז ס'איז איר קלאר אז אננא איז "געשפרונגען צו שלעכטע מסקנות" באזירט אויף וואס זי האט געלייענט, אנשטאט טאקע אריינצוקוקן אין די באווייזן. אננא האט זיך געשפירט זיכער אז העליגען איז מרמז איינע פון די טוויטס וואס זי האט געפאוסט פריער יענעם טאג. ווייל אחוץ די טוויטס, האט זי נישט פובליצירט עפעס אן ערענסטע זאך איבער דעם לעטישע דזשעימס קעיס. אבער צו באשטעטיגן, האט זי געשיקט פאר העליגען א לינק צו איר טוויט וואס האט צוזאמגענומען טאמפסאנ'ס עדות'שאפט פאר די גרענד דזשורי, לויט ווי עס איז באריכטעט געווארן אין די ניו יארק טיימס.
נו, האט אננא איר געפרעגט, "זאגסטו אז עפעס וואס איך האב געשריבן אין דעם פאוסט איז נישט אקוראט? און אויב יא, וואס?" האט 'העליגען' געענטפערט, "דו בוסט משער אז ס'דא ריינוואשן'דיגע ראיות אן וויסן פון וואס דו רעדסט. ס'איז מיר פשוט מאדנע."
"אויב האסטו עפעס שאלות איידער דו באריכטעסט, קענסטו דיך רואיג ווענדן צו מיר, אבער שפרינגען צו מסקנות טוט נישט גוט אויסקלאפן פאר דיין נאמנות."
אין אמת'ן אריין איז 'העליגענ'ס' אמת'ע פאראיבל געווען מיטן 'טיימס', נישט מיט אננא (ווייל זיי האבן געשריבן די באריכט), אבער זי האט אויך נישט געזאגט וואס ס'איז שלעכט מיט'ן 'טיימס' באריכט. אננא'ס פאוסט האט קלאר געגעבן קרעדיט פאר'ן 'טיימס' רעפורטאדזש, נישט איר אייגענעם באריכט. האט זי געפרעגט, "האבן זיי געמאכט עפעס א טעות?" "יא, זיי האבן, אבער דו ביזט מיטגעגאנגען דערמיט! אן אפילו נאכגיין די פאקטן!!!" האט העליגען געענטפערט.
דערנאך האט זי צוגעלייגט: "און זיי געבן ארויס 'גרענד דזשורי' אינפארמאציע, וואס איז אויך נישט קיין פולע בילד פון וואס ס'האט פאסירט. איך מיין, איך האב ערווארט פון זיי אז זיי זאלן דאס טון, אבער איך בין געווען איבערראשט אז דו ביזט מיטגעגאנגען דערמיט."
המשך יבא...

חלק ד'
יעצט, לאמיר קלאר מאכן א זאך, עס איז נישט קיין עוולה אז די 'ניו יארק טיימס' אנטפלעקט 'גרענד דזשורי' אינפארמאציע. די כללים פון 'גרענד דזשורי' סודות זענען אוועקגעשטעלט אין 'רול 6E' פון די 'פעדעראלע רולס פון קרימינאלע פראצעדור', און די רולס גייט נישט אן פאר די פרעסע, און זיי בינדן אויך נישט קיין פארטיידיגונגס אדוואקאטן אדער עדות. אשע"כ, אויב לאמיר זאגן, אז 'טאמפסאן' (דזשעימס' ניכטע) אדער אירע לויערס האבן אויסגעזאגט פאר'ן 'ניו יארק טיימס' וועגן איר עדות'שאפט און די 'טיימס' האט דאס באריכטעט, האט קיינער נישט עובר געווען אויף קיין פעדיראלע רול.
פון די אנדערע זייט, איז יא אן עוולה פאר פראקורארן ארויסצוגעבן זאכן וואס זענען פארגעקומען פאר א 'גרענד דזשורי'. 'רול 6E' טוט קלאר און דייטליך דעקן 'אן אדוואקאט פאר די רעגירונג' און עס פארבאט ספעציפיש פאר רעגירונג'ס אדוואקאטן ארויסצוגעבן א זאך וואס קומט פאר פאר'ן 'גרענד דזשורי'. אזוי אויך, אינערליכע 'דעפארטמענט אוו דזשאסטיס' פאליסיס שטעלן אויך אוועק שטארקע באגרעניצונגען אויף פראקורארישע אויפדעקונגען אנבאלאנגט זאכן פארנט פון די 'גרענד דזשורי'.
דעריבער איז דער שמועס מיט העליגען פארגעקומען זייער אומגעווענליך פאר אננא. די שטרענגע כללים ארום 'גרענד דזשורי' סודות זענען איינע פון די פילע סיבות פארוואס באאמטע פונעם DOJ זאגן געווענדליך "קיין קאמענטארן" ווען מען פרעגט זיי אן איבער אנגייענדע קעיסעס. ס'איז אן אנגענומע פראקטיק צו זאגן אנשטאט, 'מיר וועלן רעדן דורך אונזערע געריכט פיילונגען'. אבער דא, האט 'העליגען' זיך געווענדעט צו א רעפארטער זיך צו באקלאגן וועגן טוויטס בנוגע א צווייטנ'ס באריכט פון א 'גרענד דזשורי' עדות'שאפט. דאס אלעס האט אויסגעזען זייער נישט ווי א פעדעראלע פראקוראר.
אבער אננא האט דאך געוואלט וויסן וואס העליגען האט געהאלטן אז זי, אדער די טיימס האבן געמאכט א טעות. האט זי איר געשריבן אז זי וועט גערן צוריקציען אדער פאררעכטן אויב סיי וואס אין איר טוויט איז נישט אמת.
"קענסטו זיין מער ספעציפיש?" האט אננא געפרעגט. העליגען איר צורעק געשריבן "זאלסט ליינען די אנקלאגע". "ס'שטייט דארט אז זי האט באקומען טויזנטער דאלאר אין רענט." ווארשיינליך 'זי' מיינט דא 'לעטישע דזשעימס'. דערנאך האט העליגען צוגעלייגט, "איך קען דיר נישט זאגן 'גרענד דזשורי' זאכן."
פון דעם האט אננא פארשטאנען אז העליגען וויל איר אפשר איבערגעבן אפאר זאכן. ערשטנ'ס, אז אמת די 'ניו יארק טיימס' טוט טאקע אנטפלעקן 'גרענד דזשורי' אינפארמאציע, אבער אז זי האלט אז א געוויסער חלק פונעם באריכט איז נישט אקוראט אדער פארפאסט עפעס פון די גרויסע בילד. די צווייטע נקודה, אז העליגען האט אויסגעזען צו זיין פארנומען מיט'ן באריכט פונעם צייטונג איבער 'טאמפסאנ'ס' עדות'שאפט. אננא האט פארשטאנען העליגען אז באציעט זיך אויף די תוכן פון יענע עדות'שאפט – ספעציפיש, אז 'דזשעימס'ס' ניכטע האט נישט באצאלט קיין רענט – מיטן אנווייזן אויפ'ן אנקלאגע, וואס האט גע'טענה'ט אז 'דזשעימס' האט יא באריכטעט טויזנטער דאלאר אין רענט איינקונפט אויף אירע שטייער בויגנס.
די פראבלעם איז אבער, אז די אנקלאגע אליינס איז נישט דווקא א סתירה אין קעגנזאץ צו 'טאמפסאנ'ס' עדות'שאפט. סך הכל האט די 'טיימס' געוואוסט צו זאגן אז 'טאמפסאן' צאלט יעצט נישט קיין רענט, און אז זי האט יארן לאנג נישט געצאלט קיין רענט. נישט אז זי האט קיינמאל נישט באצאלט קיין רענט. דערווייל, די ווערטער אינעם אנקלאגע אליין איז גאנץ אומקלאר. ווי געשריבן אויבן, ס'שטייט נישט ווען אדער וויפיל געלט פון רענט איינקונפט 'לעטישע דזשעימס' האט באריכטעט אויף אירע שטייער בויגנס.
און, אמת טאקע אז די שטייער בויגנס וואס ווערן דערמאנט אינעם אנקלאגע זענען נישט פובליק. אבער 'לעטישע דזשעימס' סטעיט עטיקס דיסקלאוזשערס זענען יא פובליק. און אויב קוקט מען אויף יענע פאפירן, ווייזן זיי אז 'לעטישע דזשעימס' האט באריכטעט רענט איינקונפט אויף די 'נארפאלק' פראפערטי סך הכל נאר איין מאל, און דאס איז געווען צוריק אין 2020, פאר א גאנץ קליינע סומע, צווישן 1,000 און 5,000 דאלאר.
במילא, די טענה אז 'דזשעימס' האט אפשר איינקאסירט א קליינע סומע געלט פון רענט איינמאל מיט א האלבן יארצענדלינג צוריק, איז נישט עכט קיין סתירה צום געדאנק אז טאמפסאן וואוינט דארט שוין יארן אן צאלן רענט. אזויי אויך, ווייזט עס נישט אז 'דזשעימס' האט עובר געווען אויף איר מארגעדזש אפמאך, וויבאלד דער קאנטראקט האט ערלויבט יא צו פארדינגען אמאל אמאל, אפילו אינעם ערשטן יאר. עס איז אוודאי מעגליך אז די ראיות ביים געריכט וועלן אויפווייזן אנדערש. אבער מען דארף נעמן אין באטראכט אז העליגען האט זיך געוואנדן צו אננא צו טענה'ן אז זי האט געמאכט עפעס א טעות, און די חלק אינעם אנקלאגע אויף וואס זי האט זיך באצויגן האט פשוט, אויבנאויף, נישט סותר געווען די עדות'שאפט וואס אננא האט סך הכל געשריבן אין איר טוויט.
אננא איז נאך אלץ געווען אומזיכער וואס העליגען פרובירט איר דא צו זאגן. וויל זי מרמז זיין אז 'טאמפסאן' האט ליגנט געזאגט פאר'ן 'גרענד דזשורי', אדער אז די 'טיימס' האט שלעכט אראפגעמאלן 'טאמפסאנ'ס' עדות'שאפט, אדער עפעס גאר אינגאנצן אנדערש?
המשך חבא...

@אדנירם וואו ביסטו ווען מ'דארף דיר?..
די היינטיגע אפדעיט האט עפעס מיט דעם?
די היינטיגע אפדעיט האט עפעס מיט דעם?
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
-
פשוט און גראד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2761
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
- Location: וומס
- x 6035