► Show Spoiler
שמואל פוקס האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 23, 2025 4:55 pm איך וויל זאגן פארן עולם, אז דער מצב איז אסאך ערגער ווי מען מיינט!
קלאמביע איז נישט גואטאמאלא. אנדערש ווי מענטשן מיינען, ארבעט דארט נישט קיין שוחד, אזוי ווי עס ארבעט אין גואטאמאלא. קלאמביע איז זייער שטרענג, בפרט אין אזא מצב וואו זיי געפינען זיך יעצט. אין אנדערע ווערטער; איך האף אז איך בין נישט גערעכט, אבער זיי האבן זיך אצינד פארפלאנטערט אין ציפקע צרות רח"ל. ווי אזוי זאגט נאר "על פי תורה"? - מיין מודים וועט נעמען צוויי מינוט לענגער מארגן, אויב וועל איך זען אז איך בין נישט גערעכט געווען, ווייל דאס וואס די חברה דארט גיייען ליידן, איז גארנישט אזוי פשוט און מען דארף רחמי שמים. איך מיין אז דער עולם באגרייפט גארנישט וואס דא גייט זיך אפטון אין די קומענדיגע תקופה.
איך בין נישט זיכער, אבער איך מיין אז ס'איז א שטיקל טעות וואס מענטשן מאכן (כולל עטליכע פון די עסקנים זעלבסט), אז קלאמביע ארבעט נישט מיט אמעריקע. דוכט זיך אז ווען עס קומט צו אזעלכע זאכן, ארבעט מען פיין מיט, בפרט אז עס האט צו טון מיט אינטראפאל.
וואס ס'גייט יעצט געשען איז.
די ערשטע זאך וועט די גווערמענט אריבערברענגען א דאקטער, א פסיכילאג, מיט א סאשעל ווארקער, אויף אביוז, אויף אונטערוואגיגקייט, צי זיי עסן גענוג, צי זיי זענען ברעינוואשט, צי זיי האבן מורא צו רעדן וכו' וכו'... גאנץ זיכער אז אויף א חלק פון די זאכן, וועט זיין שרעקליכע רעזולטאטן. לכאורה וועט מען צוטיילן די קינדער פון די עלטערן אויף א שיינע פאר טאג, געבנדיג מינימאלע רשות פאר די עלטערן צו טרעפן די קינדער, בלויז מיט באגלייטונג פון די ארטיגע אינסטאנצן. מען וועט אויך נאכקוקן צי די עלטערן אדער די קינדער זענען שוין אמאל אנטלאפן פונעם געזעץ צו א צווייטע מדינה (א זאך וואס איז לכאורה פארגעקומען) און דאס וועט פארשווערן די מצב רח"ל. מען וועט אויך באקוקן און פארהערן די קינדער, צי זיי האבן געלערנט און צי זיי זענען אפ-טו-דעיט מיט די לימודים (א זאך וואס זיי זענען נישט), צי זיי קענען ליינען און שרייבן אין די ארטיגע שפראך, צי זיי זענען וואקסאנירט, ועל כולם צי האבן זיי אמאל באלאנגט צו א קולט.
איר קענט זיך אליין פארשטעלן וואס די אויסגאנג פון די חקירות וועט ברענגען, רחמנא ליצלן. די מצב איז אסאך ערגער ווי מען שטעלט זיך פאר, און איך האלט אז דער עולם (כולל די עסקנים) כאפן אפילו נישט אין וואס מיר גייען דא אריין אצינד.
קיין ספק נישט, אז זיי וועלן פראבירן צו נעמען א לויער, אבער לדבאונינו וועט א לויער דא נישט צופיל העלפן. בפרט, אויב איז פארהאן אפילו איין קינד וואס איז אן אמעריקאנער בירגער, וועט די אמעריקאנער סטעט דערפארטמענט אריינקומען אין בילד, און דאס וועט זיין ביטער פאר זיי רח"ל.
וואס עס קען געשען איז, דריי אפציעס:
1. די קינדער ווערן תיכף צוריקגעשיקט קיין אמעריקע, קאנאדע אדער וואו זיי האבן בירגער-רעכט און די ארטיגע אינסטאנצן וועלן זיך ספראווען מיט זיי. דאס וועט נישט געשען גלייך אבער עס קען נעמען עטליכע וואכן. די אפציע איז די מערסטע מסתבר אז עס זאל פאסירן, הגם, עס מוז נישט געשען.
2. מען האלט דערווייל די קינדער, און א שופט דארף באשלוסן וואס מען טוט דא אצינד ווייטער. דאס איז אויך א הויכע פראצענט אז דאס זאל פאסירן, און דאס איז גאר א ווייטאגליכע און שטייטע פראצודור.
3. די קינדער וועלן צוריקגעקערט ווערן צו זייערע עלטערן, מיט געוויסע תנאים. די עלטערן וועלן דארפן פארזיכערן אז זיי פארמאגן גארנישט מיט לב-טהור און נישט מיט קייין שום קולט, מען וועט זיך דארפן צוריקטוישן די קליידער וכו' וכו' - אזוי ווי מיר האבן געזען אן גואטאמאלא. עס איז פארהאן זייער קליינע שאנסן אז דאס זאל פארקומען. (אויב דאס וועט פארקומען, וועט די מודים אויך זיין צוויי מינוט לענגער - דאס איז די שענסטע בדרך הטבע, וואס מיר קענען ערווארטן).
4. אז די עלטערן פארלירן די קינדער אויף שטענדיג, און גרויסע משפטים וועלן פארקומען אויף די סטאטוס פון די עלטערן, מיט א הויכע ריזיקע פון טורמע אורטיילן אויף די עלטערן. עס איז אויך פארהאן קליינע שאנסן אז דאס זאל פארקומען, אבער עס קען געשען בדרך הטבע היל"ת.
אויב וועלן זיי חלילה אויסקלויבן אפציע נומער 2. וועט עס זיין זייער א שווערע דורכגאנג. זיי וועלן אנהויבן נאכגיין און זען: צי זענען די קינדער אונטער די השפעה פון א קולט און צי נעמען זיי ארדערס פון לב-טהור, צי זענען זיי אין א סכנה פון אנטלויפן פון געזעץ, צי ס'איז פארהאן צווישן זיי וואס האבן חתונה געמאכט יונג (און די תשובה איז אז 'יא'). אין אזא מצב איז מסתבר אז מען וועט ארעסטירן די עלטערן פאר געזעץ פארלעצונגען און די אויסגאנג קען זיין זייער נישט גוט.
איך האף אז איך בין נישט גערעכט, והכל על מקומו יבוא בשלום.
איך נעם זיך אונטער א צוויי מינוט'דיגע מודים, אין קעיס אז זיי דרייען זיך ארויס דערפון שנעל און גראד.