א ביליגע 'קאסטקאו' סטיל סופערמארקעט קומט קיין וויליאמסבורג

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1299
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1822

Re: א ביליגע 'קאסטקאו' סטיל סופערמארקעט קומט קיין וויליאמסבורג

פאוסט דורך יאנטשי »

פשוט און גראד האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 9:54 pm גאלדען ביי דבש

דבש האט אפגעקויפט די וויזויהייסטעס
אויב אמת, קען דבש מאכן א עד "אונזער עד אין אייער פרידש" מיט א בילד פון א גאלדען פלאו מילך אין פרידש..
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2215
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 6939

Re: א ביליגע 'קאסטקאו' סטיל סופערמארקעט קומט קיין וויליאמסבורג

פאוסט דורך נקודות טובות »

יאנטשי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 11:46 pm
נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 4:54 pm
פון די אנדערע זייט זענען אבער דא קאמפעניס וואס "רייטן" אויף אידישקייט. למשל ווען עס איז ארויסגעקומען די אזוי גערופענע "כשר'ע" קינדער MOTRIN, און איבערנאכט געגעבן א הייב די פרייז מיט 30-40 פראצענט. דאס איז אן עון בל יכופר! דאס מיינט "געריטן אויף כלל ישראל"! ע"פ הלכה איז נישט דא קיין שום חילוק צווישן ביידע סארט, די אלגעמיינע MOTRIN איז הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן ע"פ הלכה. איז געקומען איינער און אנגעדרייט דראמע ביי כלל ישראל ווי כאילו מען קען דא נכשל ווערן מיט נבילה דאורייתא, און האט זיך אזוי פארזיכערט מיט א גוטן ביזנעס. יעדע דאלער וואס מען פארדינט אויף אזא אופן, איז גזל! נישטא קיין שום היתר בעולם פאר אזא פארברעך.
קענסט אויסברייטערן? וואס טענהן זיי איז די חשש פון די אלגעמיינע מאטרין און צו זענען זיי גערעכט?
איך האב עכט נישט קיין נערווען אריינצוגיין אין דיטאלן יעצט. אבער בקיצור, אזוי ווי @שמח זאגט. רעדט מען פון די glycerin, וואס אין אמעריקע קומט דאס בדרך כלל פון געוואוקסען, אבער קען אויך קומען פון בעלי חיים, אדער האבן אין זיך א געמיש פון בעלי חיים גליסערן אדער בליעות וכדו'.

די אנגענומענע מיינונג ביי רוב רבנים און כשרות עקספערטן, איז געווען אז עס איז נישטא קיין שום חשש ביי motrin. מען איז דאס נאכגעגאנגען כמה פעמים, און כסדר געהאלטן אויף דעם אן אויג. רוב רבנים אריינגערעכענט אין דעם התאחדות הרבנים האבן געזאגט אז מען מעג דאס ניצן לכתחילה.

למעשה אבער האט דאס נישט געהאט קיין אפציעלע "השגחה". הגם מען האט טאקע געוויסט בידיעה ברורה אז עס האט נישט קיין שום חשש, עכ"ז איז אלעמאל דא פלאץ צו גיין נאך בעסער און דאס מאכן אונטער אן השגחה. איז געגאנגען איינער צו איינס פון די ביליגערע ברענדס, און האט באוויזן דאס אהערצושטעלן אונטער די השגחה פון די OU.

אזוי ווי עס איז אים געלונגען איז ער ארום געגאנגען צו רבנים פארציילן איבער זיין גרויסע אויפטוה, און פארשטייט זיך אז כולם פה אחד אמרו אז דאס איז א געוואלדיגע אויפטוה. וואס קען זיין בעסער פון אויפהייבן די כשרות שטאפל מיט נאך א דרגה?... און ער האט טאקע באקומען שיינע חתימות פון רבנים איבער די געוואלדיגע אויפטוה, און ער האט דאס שטארק פארשפרייט און באהאנגען.

וואס די רבנים האבן אבער נישט געוויסט, איז אז דער גייט דא ארויפשרויפן די פרייז מיט גאנצע 30-40 פראצענט מער ווי די MOTRIN ברענד, וואס דאס איז די טאפ אף די מארקעט. און דאפעלט די פרייז פון די ביליגערע ברענדס. ס'איז א שיינע חומרא, מהיכי תיתי... אבער צו דען האבן די רבנים גע'חתמ'עט על דעת אז דאס וועט קאסטען דאפעלט? רעדט מען דען דא פון אן "הלכה" שאלה, אויף וואס עס איז פארשטענדליך זיך צו לאזן קאסטן נאך אפאר דאלער כדי צו זיין מער אויסגעהאלטן? מען רעדט בסך הכל פון א שיינע גדר וסייג, ס'איז א גלייכע זאך אז מען ווייסט אז מען נעמט נישט אין מויל עפעס וואס האט נישט די סטעמפל פון אן ערליכן רב. וזה הוא. וואס איז דאס גערייטעכטס אויפן כלל?

מאנכע האבן דעמאלטס גע'טענה'ט, אז ניטאמאל האט זיך יענער צוגעשטעלט צו די קלייענטעל וואס זוכט דאס. ער האט נישט גענומען קיין חסידישע השגחה, ער האט בסך הכל געלייגט אן OU! פון וועמען האסטו ליצנות געמאכט דא? דו נעמסט אידן וואס ווילן מדקדק זיין בכשרות, און דו פארקויפסט אים פאר טייער געלט אן אייטעם מיט אן השגחה וואס ער נעמט נישט אין מויל?

אבער מיר האט דעמאלטס געבאדערט דאס וואס דער תמימות'דיגע המון גייט זיך איינרעדן אז כאילו ביז היינט האט מען רחמנא ליצלן זיך געהיילט מיט נבילות וטריפות וחלב של בהמות טמאות מיט פארשידענע היתרים, און יעצט איז ב"ה דא די לעזונג. ניין שעפעלע! זאלסט וויסן קלאר! רוב רוב רוב רבנים האבן געזאגט און געשריבן ברבים אז די MOTRIN ברענד האט נישט קיין שום חשש פון מאכלות אסורות! די אלע חתימות וואס דו זעהסט אויף די וואנט פון דיין ביהמ"ד און אין די צייטונגען איז אך ורק ליתר שאת, ס'איז זייער א גלייכע חומרא. אבער ע"פ הלכה זענען ביידע אויף די זעלבע סטאנדארט כשרות, ביידע זענען אויסגעהאלטן, און מאך דיר דיין חשבון אויב דו ביסט טאקע גרייט צו צאלן כסף מלא פאר דעם.

אני הקטן זעלבסט האב דעמאלטס גערעדט מיט עטליכע כשרות באערדע, איך האב געהאלטן אז מען דארף ארויסקומען פאראייניגט אז דער המון זאל וויסן אז מען קען ווייטער ניצן די ביז איצטיגע. און ווער עס ווייסט די פאקטן, און וויל נאכאלץ שפענדן די איבריגע פאר דאלער פאר דעם, תבא עליו ברכה. נאר וואס, איך בין נישט מקרח ועדתו, און נישט איך מאך געלט אויף דעם, האב איך זיך גאנץ שנעל אפגעשאקעלט דערפון...
!!!Make yidtish great again

רבי געלט האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 1:37 am איך האב דיר געאפערט געלט פאר א blind test , אבער פאר א סיבה גייסטו אין וואנט , עניוועי נעקסט פליז
You proved my point like a genius
איך גיי נישט ענטפערן אלע דיינע פאוסטס, ווייל @הדסים האט שוין מער ווייניגער גענטפערט למחצה לשליש ולרביע וואס איך וואלט גענטפערט. אבער וואס איך וויל פון דיר יעצט איז אז איך בין יעצט גרייט פאר א בליינד טעסט.

איך האב דא צוויי גלעזלעך מילך, איינס דבש און איינס גאלדען פלאו, איך ווייס נישט וועלכע איז וועלכע. געב מיר איין רגע...

ברוך אתה ד' אלקנו' מלך העולם שהכל נהיה בדברו...

אן קיין ספק די רעכטע איז דבש! ס'האט א טעם ווי פארדארבענע הירינג! פוי! פעך! ס'דערמאנט מיך פון די ביה"כ נעבן די לאנטש רום אין אינגעל קעמפ...!! פוי!

יעצט געב שוין אהער די הונדערטער! אבער שוין!

אה, דארפסט מיין קוויק פעי אדרעסס? שיק עס פאר @הדסים, ווי נישט ווי האט ער זיך דא אנגענומען פאר מיר, עפעס שכר טירחא קום איך אים...
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2158
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 4004

Re: א ביליגע 'קאסטקאו' סטיל סופערמארקעט קומט קיין וויליאמסבורג

פאוסט דורך הדסים »

ש'כח @נקודות טובות זייער א גלייכע זאך

@רבי געלט איך נעם נאר קעש, שיק מיר עס אין אימעיל. hadasimyidtish@gmail.com

למעשה מיין איך אז ס'האט זיך דיר שוין נישט געלוינט צו קויפן אלע יארן דבש. איין הונדערטער און דו האסט אלעס דערלייגט..
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
יעקב דוד
פרישער באניצער
פאוסטס: 65
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 11:20 pm
x 241

Re: א ביליגע 'קאסטקאו' סטיל סופערמארקעט קומט קיין וויליאמסבורג

פאוסט דורך יעקב דוד »

רבי געלט האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 1:37 am
נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 4:59 pm
תורה ויראה האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 4:35 pm

זאג נישט אויס פאר קיינעם, מאכט היינט צוטאגס גאלדען פלאו און דבש מילך ביי די זעלבע פלאץ
אינטערעסאנט וואס דו זאגסט. איך וועל אי"ה קויפן א באטעל דבש מילך, און איך וועל עס פראבירן. איך האב עס שוין יארן נישט געקויפט. איך האב עס געטרייט ווען די קאמפעני איז געווען ניי, אבער איך האב געאיבעלט דערפון. און ניטאמאל איז מיר בייגעפאלן עס צו פראבירן נאכאמאל.

ווער מאכט ביי וועם? דבש ביי גאלדן פלאו, אדער גאלדן פלאו ביי דבש?
איך האב דיר געאפערט געלט פאר א blind test , אבער פאר א סיבה גייסטו אין וואנט , עניוועי נעקסט פליז
You proved my point like a genius
איך האב יעצט געמאכט א בליינד טעסט 3 מאל און אלע 3 מאל געשפירט דעהם חילוק.
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1299
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1822

Re: א ביליגע 'קאסטקאו' סטיל סופערמארקעט קומט קיין וויליאמסבורג

פאוסט דורך יאנטשי »

נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 18, 2025 10:57 pm
מאנכע האבן דעמאלטס גע'טענה'ט, אז ניטאמאל האט זיך יענער צוגעשטעלט צו די קלייענטעל וואס זוכט דאס. ער האט נישט גענומען קיין חסידישע השגחה, ער האט בסך הכל געלייגט אן OU! פון וועמען האסטו ליצנות געמאכט דא? דו נעמסט אידן וואס ווילן מדקדק זיין בכשרות, און דו פארקויפסט אים פאר טייער געלט אן אייטעם מיט אן השגחה וואס ער נעמט נישט אין מויל?

דאס האב איך שוין נישט געוויסט, דאס איז סתם לצנות געמאכט פון אונז ווען די OU געבט א השגחה אויף גליצערן פיל גרינגער ווי די היימישע השגחות...

אגב, אויב וואלט ער גענומען א היימישן הכשר וואלטן לכאורה די היימישע השגחות יא געשריבן אז מדקדקים בכשרות זאלן מהדר זיין צו נוצן מיט א הכשר..
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1487
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4778

Re: א ביליגע 'קאסטקאו' סטיל סופערמארקעט קומט קיין וויליאמסבורג

פאוסט דורך Think and Thank »

רבי געלט האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 4:53 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 3:19 pm
הדסים האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 6:49 pm

דאס איז די כח פון פרי מארקעט, איך האלט נישט אז מהדרין איז א חיה ווייל ער מעג מאכן געלט און איך האב נישט רחמנות אויף אים ווייל בינגא מעג אויך.
די אידישע קאנסומער האבן א דיס-עדווענטעדזש אין א פרי מארקעט, זינט דאס דארף צו העלפן קאנקורענץ, וואס ברענגט ענד-רעזולטאטן פאר די קאנסומער, אבער אין די אידישע מארקעט אין דא שוואכע קאנקורענץ.
כהיום איז דא פיינע קאמפיטאשען אין יעדע אידישע מאכל בגדול , אויסער גרעיפ זשוס .
וואס דען ? די האלטסט נישט ביים קויפן די קאמפיטאשען,אפילו סאיז ביליגער, אדער די זעלבע פרייז.
סאיז נישט נאר דיר , נאר א נחלת הכלל ,
אונז פרוביר מיר צו קויפן ביים שבת ארדער נאר די ביליגערע קאמפיטאשענס , אדער בכלל די קאמפיטאשענס פון די גרויסע קאמפאניס

האסט שוין געהערט פון קעי-קאו? ווער געוואויר וויפיל פראצענט כשר'ע פראדוקטן ווערן דיסטריביוטעד עקסלוסיוולי דורך משפחת ה. המעטירה, און נאכדעם קום צוריק וועגן קאמפאטישען און פרי מארקעט. זיי שפילן נישט בלויז מיט די פרייזן נאר אויך מיט די מוחות, סיי צו געבן די איינרעדעניש אז ס'דא קאמפעטישאן, און סיי צו ארויסצווינגען קלענערע פירמעס פון די מארקעט.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1487
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4778

Re: א ביליגע 'קאסטקאו' סטיל סופערמארקעט קומט קיין וויליאמסבורג

פאוסט דורך Think and Thank »

נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 10:13 pm
פשוט פשט האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 1:51 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 1:34 am .
איז דאס א געווינס פארן יחיד אדער נישט?
געזעהן א באשרייבונג וואס דעבעטירט דאס אז נישט אלעמאל איז דאס די לעזונג... די לעזונג איז מער אז אונזערע לאקאלע געשעפטן (וואס מיר דארפן שטיצן) זאלן אויפהערן רייטן אויפן ציבור...
דו זוכסט א לעזונג? ווער זוכט א לעזונג? איך זוך צו קענען קויפן כשר'ע מאכלים למהדרין פאר נארמאלע פרייזן!

דו ביסט דא צו פיקסן די וועלט? פיין איז דאס א געווינס! טויזענטער יחידים שפארן זיך שוין יעצט אין בארא פארק, מאנסי, און לעיקוואד שווערע מיליאנען דאלער א יאר פון גראסערי קאסטן! דו ווילסט צופיקסען דעם אינוועסטער וואס עפענט די שענסטע גראסעריס אין די יונייטעד סטעיטס? וואס גייט דיר אן וואס יענער טוט? לאז יענעם מאכן זיין געלט, און דו טו וואס דו האסט צו טוהן! אז ס'זענען דא אידן וואס קענען זיך ערלויבן (און אנדערע אידן וואס ווילן דו זאלסט מיינען אז זיי קענען זיך ערלויבן) איז עס נישט דיין פראבלעם!

דיין פראבלעם ביז היינט איז געווען אז דו האסט געצאלט טייער פאר גראסערי, פון היינט און ווייטער איז די פראבלעם געסאלווט ווייל בינגא גייט פארקויפן פאר א שיינע פראצענט ביליגער. וואס גייט דיר אן אז עס זענען דא אידן וואס רייטן אויפן ציבור? מאך זיכער אז ער רייט נישט אויף דיר, און אלעס איז מסודר. איי ער שרייט אז דו מוזט אים שטיצען? פייף אים אן! שטיץ אים נישט!

עס גייט מיר נישט אין קאפ אריין פארוואס מען מוז צופיקסען מיסטער גפן, אדער מיסטער foodoo.

איך פערזענליך שפאר זיך שווערע הונדערטער דאלארן יעדן חודש דורך איינקויפן אין בינגא און אזוי סאלוו איך מיין פערזענליכע בודזשעט. אבער ווען עס איז דא פירמע וואס מאנעוורירט פאר אכציג יאר צו באקומען די עקסקלוסיוו מאנאפאל אויף די כשר'ע מארקעט און 70-80 פראצענט כשר'ע עסנווארג מוזן דורכגיין זייערע הענט און זיי שפילן מיט די פרייזן כחומר ביד היוצר און אזוי מאכן זיי זיכער אונטערצוברעגען יעדער וואס וואגט זיך צו קאמפיטן מיט זיי, איז העכסט צייט זיי מסדר צו זיין סיי מצד מענטשליכקייט און דינא דמלכותא און סיי מצד הלכות מייקרי שער.

פאר'ן יחיד? זיכער יא. די שאלה איז צו ס'איז א לעזונג פאר'ן רבים.
רבי געלט
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 5:53 pm
x 87

Re: א ביליגע 'קאסטקאו' סטיל סופערמארקעט קומט קיין וויליאמסבורג

פאוסט דורך רבי געלט »

Think and Thank האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 2:19 am
רבי געלט האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 4:53 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 3:19 pm

די אידישע קאנסומער האבן א דיס-עדווענטעדזש אין א פרי מארקעט, זינט דאס דארף צו העלפן קאנקורענץ, וואס ברענגט ענד-רעזולטאטן פאר די קאנסומער, אבער אין די אידישע מארקעט אין דא שוואכע קאנקורענץ.
כהיום איז דא פיינע קאמפיטאשען אין יעדע אידישע מאכל בגדול , אויסער גרעיפ זשוס .
וואס דען ? די האלטסט נישט ביים קויפן די קאמפיטאשען,אפילו סאיז ביליגער, אדער די זעלבע פרייז.
סאיז נישט נאר דיר , נאר א נחלת הכלל ,
אונז פרוביר מיר צו קויפן ביים שבת ארדער נאר די ביליגערע קאמפיטאשענס , אדער בכלל די קאמפיטאשענס פון די גרויסע קאמפאניס

האסט שוין געהערט פון קעי-קאו? ווער געוואויר וויפיל פראצענט כשר'ע פראדוקטן ווערן דיסטריביוטעד עקסלוסיוולי דורך משפחת ה. המעטירה, און נאכדעם קום צוריק וועגן קאמפאטישען און פרי מארקעט. זיי שפילן נישט בלויז מיט די פרייזן נאר אויך מיט די מוחות, סיי צו געבן די איינרעדעניש אז ס'דא קאמפעטישאן, און סיי צו ארויסצווינגען קלענערע פירמעס פון די מארקעט.
שפאציר אריין אין געשעפט און פרעג די מענעזשער וועלכע עסן איז נישט קעי-קא , וועסט זיין סופרייזט אז כמעט יעדע מאכל ממש איז דא עטליכע קאמפיטאשענס וואס האט גארנישט מיט קעי-קא
We report ,You decide
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1487
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4778

Re: א ביליגע 'קאסטקאו' סטיל סופערמארקעט קומט קיין וויליאמסבורג

פאוסט דורך Think and Thank »

רבי געלט האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 12:11 pm
Think and Thank האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 2:19 am
רבי געלט האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 4:53 pm
כהיום איז דא פיינע קאמפיטאשען אין יעדע אידישע מאכל בגדול , אויסער גרעיפ זשוס .
וואס דען ? די האלטסט נישט ביים קויפן די קאמפיטאשען,אפילו סאיז ביליגער, אדער די זעלבע פרייז.
סאיז נישט נאר דיר , נאר א נחלת הכלל ,
אונז פרוביר מיר צו קויפן ביים שבת ארדער נאר די ביליגערע קאמפיטאשענס , אדער בכלל די קאמפיטאשענס פון די גרויסע קאמפאניס

האסט שוין געהערט פון קעי-קאו? ווער געוואויר וויפיל פראצענט כשר'ע פראדוקטן ווערן דיסטריביוטעד עקסלוסיוולי דורך משפחת ה. המעטירה, און נאכדעם קום צוריק וועגן קאמפאטישען און פרי מארקעט. זיי שפילן נישט בלויז מיט די פרייזן נאר אויך מיט די מוחות, סיי צו געבן די איינרעדעניש אז ס'דא קאמפעטישאן, און סיי צו ארויסצווינגען קלענערע פירמעס פון די מארקעט.
שפאציר אריין אין געשעפט און פרעג די מענעזשער וועלכע עסן איז נישט קעי-קא , וועסט זיין סופרייזט אז כמעט יעדע מאכל ממש איז דא עטליכע קאמפיטאשענס וואס האט גארנישט מיט קעי-קא

קוק פלעין איבער די ליסטע פון ברענדס אויף די קעיקאו וועבסייט, וועסטו זעהן אז דאס איז רחוק פון די מציאות כרחוק מזרח ממערב.
רבי געלט
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 5:53 pm
x 87

Re: א ביליגע 'קאסטקאו' סטיל סופערמארקעט קומט קיין וויליאמסבורג

פאוסט דורך רבי געלט »

Think and Thank האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 1:26 pm
רבי געלט האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 12:11 pm
Think and Thank האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 2:19 am

האסט שוין געהערט פון קעי-קאו? ווער געוואויר וויפיל פראצענט כשר'ע פראדוקטן ווערן דיסטריביוטעד עקסלוסיוולי דורך משפחת ה. המעטירה, און נאכדעם קום צוריק וועגן קאמפאטישען און פרי מארקעט. זיי שפילן נישט בלויז מיט די פרייזן נאר אויך מיט די מוחות, סיי צו געבן די איינרעדעניש אז ס'דא קאמפעטישאן, און סיי צו ארויסצווינגען קלענערע פירמעס פון די מארקעט.
שפאציר אריין אין געשעפט און פרעג די מענעזשער וועלכע עסן איז נישט קעי-קא , וועסט זיין סופרייזט אז כמעט יעדע מאכל ממש איז דא עטליכע קאמפיטאשענס וואס האט גארנישט מיט קעי-קא

קוק פלעין איבער די ליסטע פון ברענדס אויף די קעיקאו וועבסייט, וועסטו זעהן אז דאס איז רחוק פון די מציאות כרחוק מזרח ממערב.
איך האלט שוין נאכדעם, איך ג'יי אין גראסערי און פרוביר צו נעמען די אייטעם וואס האט נישט מיט קעי-קא קיין שייכות, למשל Schwartz,liebers,paskesz האט נישט קיין שייכות מיט קעי-קא, און זיי האבן א גרויסע פארצענט בעסיק עסן וואס א שטוב נוצט, בקיצור פרוביר עס אויס וועסטו זען, קענסט ליינען די לעיבעלס און זען די אדרעס
We report ,You decide
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1487
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 4778

Re: א ביליגע 'קאסטקאו' סטיל סופערמארקעט קומט קיין וויליאמסבורג

פאוסט דורך Think and Thank »

רבי געלט האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 11:31 pm
Think and Thank האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 1:26 pm
רבי געלט האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 12:11 pm
שפאציר אריין אין געשעפט און פרעג די מענעזשער וועלכע עסן איז נישט קעי-קא , וועסט זיין סופרייזט אז כמעט יעדע מאכל ממש איז דא עטליכע קאמפיטאשענס וואס האט גארנישט מיט קעי-קא

קוק פלעין איבער די ליסטע פון ברענדס אויף די קעיקאו וועבסייט, וועסטו זעהן אז דאס איז רחוק פון די מציאות כרחוק מזרח ממערב.
איך האלט שוין נאכדעם, איך ג'יי אין גראסערי און פרוביר צו נעמען די אייטעם וואס האט נישט מיט קעי-קא קיין שייכות, למשל Schwartz,liebers,paskesz האט נישט קיין שייכות מיט קעי-קא, און זיי האבן א גרויסע פארצענט בעסיק עסן וואס א שטוב נוצט, בקיצור פרוביר עס אויס וועסטו זען, קענסט ליינען די לעיבעלס און זען די אדרעס
מיר גייט עכט נישט אן צו קויפן קעיקאו פראדוקטן, איך קויף וועלכע ס'איז די ביליגסטע... פון די דריי וואס דו האסט אויסגערעכנט האט ליבערס לכאורה די מערסטע דעי טו דעי האוזהאולד פראדוקטן, אבער איך גלייך איך נישט אזוי שטארק זייער (און פאשקעס'ס) השגחה, ממילא וועל איך בדרך כלל ענדערש נעמען א צווייטע פירמע אפילו ס'איז טייערער. שווארץ האט התאחדות, און כ'קויף טאקע אסאך פון זייערע פראדוקטן, אבער זיי האבן נישט זייער אסאך בעיסיקס.
רבי געלט
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 5:53 pm
x 87

Re: א ביליגע 'קאסטקאו' סטיל סופערמארקעט קומט קיין וויליאמסבורג

פאוסט דורך רבי געלט »

Think and Thank האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2025 1:30 am

בקיצור ,כמעט יעדע פראדוקט פון קעי-קא איז דא א קאמפיטאשען כהיום
We report ,You decide
פזר
פרישער באניצער
פאוסטס: 29
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 04, 2025 3:59 am
x 55

Re: א ביליגע 'קאסטקאו' סטיל סופערמארקעט קומט קיין וויליאמסבורג

פאוסט דורך פזר »

נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 18, 2025 10:57 pm
יאנטשי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 11:46 pm
נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 4:54 pm
פון די אנדערע זייט זענען אבער דא קאמפעניס וואס "רייטן" אויף אידישקייט. למשל ווען עס איז ארויסגעקומען די אזוי גערופענע "כשר'ע" קינדער MOTRIN, און איבערנאכט געגעבן א הייב די פרייז מיט 30-40 פראצענט. דאס איז אן עון בל יכופר! דאס מיינט "געריטן אויף כלל ישראל"! ע"פ הלכה איז נישט דא קיין שום חילוק צווישן ביידע סארט, די אלגעמיינע MOTRIN איז הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן ע"פ הלכה. איז געקומען איינער און אנגעדרייט דראמע ביי כלל ישראל ווי כאילו מען קען דא נכשל ווערן מיט נבילה דאורייתא, און האט זיך אזוי פארזיכערט מיט א גוטן ביזנעס. יעדע דאלער וואס מען פארדינט אויף אזא אופן, איז גזל! נישטא קיין שום היתר בעולם פאר אזא פארברעך.
קענסט אויסברייטערן? וואס טענהן זיי איז די חשש פון די אלגעמיינע מאטרין און צו זענען זיי גערעכט?
איך האב עכט נישט קיין נערווען אריינצוגיין אין דיטאלן יעצט. אבער בקיצור, אזוי ווי @שמח זאגט. רעדט מען פון די glycerin, וואס אין אמעריקע קומט דאס בדרך כלל פון געוואוקסען, אבער קען אויך קומען פון בעלי חיים, אדער האבן אין זיך א געמיש פון בעלי חיים גליסערן אדער בליעות וכדו'.

די אנגענומענע מיינונג ביי רוב רבנים און כשרות עקספערטן, איז געווען אז עס איז נישטא קיין שום חשש ביי motrin. מען איז דאס נאכגעגאנגען כמה פעמים, און כסדר געהאלטן אויף דעם אן אויג. רוב רבנים אריינגערעכענט אין דעם התאחדות הרבנים האבן געזאגט אז מען מעג דאס ניצן לכתחילה.

למעשה אבער האט דאס נישט געהאט קיין אפציעלע "השגחה". הגם מען האט טאקע געוויסט בידיעה ברורה אז עס האט נישט קיין שום חשש, עכ"ז איז אלעמאל דא פלאץ צו גיין נאך בעסער און דאס מאכן אונטער אן השגחה. איז געגאנגען איינער צו איינס פון די ביליגערע ברענדס, און האט באוויזן דאס אהערצושטעלן אונטער די השגחה פון די OU.

אזוי ווי עס איז אים געלונגען איז ער ארום געגאנגען צו רבנים פארציילן איבער זיין גרויסע אויפטוה, און פארשטייט זיך אז כולם פה אחד אמרו אז דאס איז א געוואלדיגע אויפטוה. וואס קען זיין בעסער פון אויפהייבן די כשרות שטאפל מיט נאך א דרגה?... און ער האט טאקע באקומען שיינע חתימות פון רבנים איבער די געוואלדיגע אויפטוה, און ער האט דאס שטארק פארשפרייט און באהאנגען.

וואס די רבנים האבן אבער נישט געוויסט, איז אז דער גייט דא ארויפשרויפן די פרייז מיט גאנצע 30-40 פראצענט מער ווי די MOTRIN ברענד, וואס דאס איז די טאפ אף די מארקעט. און דאפעלט די פרייז פון די ביליגערע ברענדס. ס'איז א שיינע חומרא, מהיכי תיתי... אבער צו דען האבן די רבנים גע'חתמ'עט על דעת אז דאס וועט קאסטען דאפעלט? רעדט מען דען דא פון אן "הלכה" שאלה, אויף וואס עס איז פארשטענדליך זיך צו לאזן קאסטן נאך אפאר דאלער כדי צו זיין מער אויסגעהאלטן? מען רעדט בסך הכל פון א שיינע גדר וסייג, ס'איז א גלייכע זאך אז מען ווייסט אז מען נעמט נישט אין מויל עפעס וואס האט נישט די סטעמפל פון אן ערליכן רב. וזה הוא. וואס איז דאס גערייטעכטס אויפן כלל?

מאנכע האבן דעמאלטס גע'טענה'ט, אז ניטאמאל האט זיך יענער צוגעשטעלט צו די קלייענטעל וואס זוכט דאס. ער האט נישט גענומען קיין חסידישע השגחה, ער האט בסך הכל געלייגט אן OU! פון וועמען האסטו ליצנות געמאכט דא? דו נעמסט אידן וואס ווילן מדקדק זיין בכשרות, און דו פארקויפסט אים פאר טייער געלט אן אייטעם מיט אן השגחה וואס ער נעמט נישט אין מויל?

אבער מיר האט דעמאלטס געבאדערט דאס וואס דער תמימות'דיגע המון גייט זיך איינרעדן אז כאילו ביז היינט האט מען רחמנא ליצלן זיך געהיילט מיט נבילות וטריפות וחלב של בהמות טמאות מיט פארשידענע היתרים, און יעצט איז ב"ה דא די לעזונג. ניין שעפעלע! זאלסט וויסן קלאר! רוב רוב רוב רבנים האבן געזאגט און געשריבן ברבים אז די MOTRIN ברענד האט נישט קיין שום חשש פון מאכלות אסורות! די אלע חתימות וואס דו זעהסט אויף די וואנט פון דיין ביהמ"ד און אין די צייטונגען איז אך ורק ליתר שאת, ס'איז זייער א גלייכע חומרא. אבער ע"פ הלכה זענען ביידע אויף די זעלבע סטאנדארט כשרות, ביידע זענען אויסגעהאלטן, און מאך דיר דיין חשבון אויב דו ביסט טאקע גרייט צו צאלן כסף מלא פאר דעם.

אני הקטן זעלבסט האב דעמאלטס גערעדט מיט עטליכע כשרות באערדע, איך האב געהאלטן אז מען דארף ארויסקומען פאראייניגט אז דער המון זאל וויסן אז מען קען ווייטער ניצן די ביז איצטיגע. און ווער עס ווייסט די פאקטן, און וויל נאכאלץ שפענדן די איבריגע פאר דאלער פאר דעם, תבא עליו ברכה. נאר וואס, איך בין נישט מקרח ועדתו, און נישט איך מאך געלט אויף דעם, האב איך זיך גאנץ שנעל אפגעשאקעלט דערפון...
ס'הערשט א שטיקל צומישעניש, דוקא די ארגינעלע MOTRIN איז געווען מוחזק אז ס'איז כשר משא"כ די נאכגעמאכטע קאמפעני'ס, און אזוי אויך TYLNOL איז אויך נישט געווען מוחזק אלס כשר.
יעצט, נישט יעדער האט געוויסט אז ס'איז דא א חילוק וועלכע קאמפעני מען קויפט, ממילא האט עס א שטיקל אויפטו...

נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 18, 2025 11:07 pm
רבי געלט האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 17, 2025 1:37 am איך האב דיר געאפערט געלט פאר א blind test , אבער פאר א סיבה גייסטו אין וואנט , עניוועי נעקסט פליז
You proved my point like a genius
איך גיי נישט ענטפערן אלע דיינע פאוסטס, ווייל @הדסים האט שוין מער ווייניגער גענטפערט למחצה לשליש ולרביע וואס איך וואלט גענטפערט. אבער וואס איך וויל פון דיר יעצט איז אז איך בין יעצט גרייט פאר א בליינד טעסט.

איך האב דא צוויי גלעזלעך מילך, איינס דבש און איינס גאלדען פלאו, איך ווייס נישט וועלכע איז וועלכע. געב מיר איין רגע...

ברוך אתה ד' אלקנו' מלך העולם שהכל נהיה בדברו...

אן קיין ספק די רעכטע איז דבש! ס'האט א טעם ווי פארדארבענע הירינג! פוי! פעך! ס'דערמאנט מיך פון די ביה"כ נעבן די לאנטש רום אין אינגעל קעמפ...!! פוי!

יעצט געב שוין אהער די הונדערטער! אבער שוין!

אה, דארפסט מיין קוויק פעי אדרעסס? שיק עס פאר @הדסים, ווי נישט ווי האט ער זיך דא אנגענומען פאר מיר, עפעס שכר טירחא קום איך אים...
סאי'ז ממש א שאד אז סמארט מילך איז נישט פארשפרייט, די טעם איז ווי גאלדען פלוי און די פרייז איז היבש ביליגער
רבי געלט
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 5:53 pm
x 87

Re: א ביליגע 'קאסטקאו' סטיל סופערמארקעט קומט קיין וויליאמסבורג

פאוסט דורך רבי געלט »

פזר האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 2:16 am

ליין די לעצטע עטליכע בלעטער וועסטו האבן דיין תירוץ , יעדער וויל וואס יענער וויל , היינו מיט דירות, חתונה תקנות,מילך און וואס נישט ,עס רופט זיך peer pressure
We report ,You decide
רבי געלט
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 5:53 pm
x 87

Re: א ביליגע 'קאסטקאו' סטיל סופערמארקעט קומט קיין וויליאמסבורג

פאוסט דורך רבי געלט »

ווייסט איינער קראנט אז באלעבאסטע פראדוקטען איז אינטער קעי-קא ? אזוי שמועסט אין די גאס
We report ,You decide
רבי געלט
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 5:53 pm
x 87

Re: א ביליגע 'קאסטקאו' סטיל סופערמארקעט קומט קיין וויליאמסבורג

פאוסט דורך רבי געלט »

Think and Thank האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 1:26 pm
רבי געלט האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 12:11 pm
Think and Thank האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 2:19 am

האסט שוין געהערט פון קעי-קאו? ווער געוואויר וויפיל פראצענט כשר'ע פראדוקטן ווערן דיסטריביוטעד עקסלוסיוולי דורך משפחת ה. המעטירה, און נאכדעם קום צוריק וועגן קאמפאטישען און פרי מארקעט. זיי שפילן נישט בלויז מיט די פרייזן נאר אויך מיט די מוחות, סיי צו געבן די איינרעדעניש אז ס'דא קאמפעטישאן, און סיי צו ארויסצווינגען קלענערע פירמעס פון די מארקעט.
שפאציר אריין אין געשעפט און פרעג די מענעזשער וועלכע עסן איז נישט קעי-קא , וועסט זיין סופרייזט אז כמעט יעדע מאכל ממש איז דא עטליכע קאמפיטאשענס וואס האט גארנישט מיט קעי-קא

קוק פלעין איבער די ליסטע פון ברענדס אויף די קעיקאו וועבסייט, וועסטו זעהן אז דאס איז רחוק פון די מציאות כרחוק מזרח ממערב.
בלי נדר אי"ה וועל מיר שיקן א ווידיא פון א איבערגעפילטע וועגעלע ארדער אין גראסערי ,פון אלע פראדוקטען וואס זענען ביליגער און נישט פון קעי-קא, פארשטייט זיך פרובירן צו נוצן מיר פון די קלענערע קאמפאניס און מקיים זיין עזוב תעזוב עמו און אויך זיך העלפן פון שפארן געלט אין די לאנג ראן
We report ,You decide
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1299
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1822

Re: א ביליגע 'קאסטקאו' סטיל סופערמארקעט קומט קיין וויליאמסבורג

פאוסט דורך יאנטשי »

רבי געלט האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 2:50 am ווייסט איינער קראנט אז באלעבאסטע פראדוקטען איז אינטער קעי-קא ? אזוי שמועסט אין די גאס
א נייע זאך? פלעגט זיכער נישט זיין.
רבי געלט
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 29, 2025 5:53 pm
x 87

Re: א ביליגע 'קאסטקאו' סטיל סופערמארקעט קומט קיין וויליאמסבורג

פאוסט דורך רבי געלט »

יאנטשי האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 3:24 am
רבי געלט האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 2:50 am ווייסט איינער קראנט אז באלעבאסטע פראדוקטען איז אינטער קעי-קא ? אזוי שמועסט אין די גאס
א נייע זאך? פלעגט זיכער נישט זיין.
נאר ווער דען? עקשטיין פירט נישט די קאמפאני
We report ,You decide
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2215
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 6939

Re: א ביליגע 'קאסטקאו' סטיל סופערמארקעט קומט קיין וויליאמסבורג

פאוסט דורך נקודות טובות »

פזר האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 23, 2025 2:15 am
נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 18, 2025 10:57 pm
יאנטשי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 11:46 pm

קענסט אויסברייטערן? וואס טענהן זיי איז די חשש פון די אלגעמיינע מאטרין און צו זענען זיי גערעכט?
איך האב עכט נישט קיין נערווען אריינצוגיין אין דיטאלן יעצט. אבער בקיצור, אזוי ווי @שמח זאגט. רעדט מען פון די glycerin, וואס אין אמעריקע קומט דאס בדרך כלל פון געוואוקסען, אבער קען אויך קומען פון בעלי חיים, אדער האבן אין זיך א געמיש פון בעלי חיים גליסערן אדער בליעות וכדו'.

די אנגענומענע מיינונג ביי רוב רבנים און כשרות עקספערטן, איז געווען אז עס איז נישטא קיין שום חשש ביי motrin. מען איז דאס נאכגעגאנגען כמה פעמים, און כסדר געהאלטן אויף דעם אן אויג. רוב רבנים אריינגערעכענט אין דעם התאחדות הרבנים האבן געזאגט אז מען מעג דאס ניצן לכתחילה.

למעשה אבער האט דאס נישט געהאט קיין אפציעלע "השגחה". הגם מען האט טאקע געוויסט בידיעה ברורה אז עס האט נישט קיין שום חשש, עכ"ז איז אלעמאל דא פלאץ צו גיין נאך בעסער און דאס מאכן אונטער אן השגחה. איז געגאנגען איינער צו איינס פון די ביליגערע ברענדס, און האט באוויזן דאס אהערצושטעלן אונטער די השגחה פון די OU.

אזוי ווי עס איז אים געלונגען איז ער ארום געגאנגען צו רבנים פארציילן איבער זיין גרויסע אויפטוה, און פארשטייט זיך אז כולם פה אחד אמרו אז דאס איז א געוואלדיגע אויפטוה. וואס קען זיין בעסער פון אויפהייבן די כשרות שטאפל מיט נאך א דרגה?... און ער האט טאקע באקומען שיינע חתימות פון רבנים איבער די געוואלדיגע אויפטוה, און ער האט דאס שטארק פארשפרייט און באהאנגען.

וואס די רבנים האבן אבער נישט געוויסט, איז אז דער גייט דא ארויפשרויפן די פרייז מיט גאנצע 30-40 פראצענט מער ווי די MOTRIN ברענד, וואס דאס איז די טאפ אף די מארקעט. און דאפעלט די פרייז פון די ביליגערע ברענדס. ס'איז א שיינע חומרא, מהיכי תיתי... אבער צו דען האבן די רבנים גע'חתמ'עט על דעת אז דאס וועט קאסטען דאפעלט? רעדט מען דען דא פון אן "הלכה" שאלה, אויף וואס עס איז פארשטענדליך זיך צו לאזן קאסטן נאך אפאר דאלער כדי צו זיין מער אויסגעהאלטן? מען רעדט בסך הכל פון א שיינע גדר וסייג, ס'איז א גלייכע זאך אז מען ווייסט אז מען נעמט נישט אין מויל עפעס וואס האט נישט די סטעמפל פון אן ערליכן רב. וזה הוא. וואס איז דאס גערייטעכטס אויפן כלל?

מאנכע האבן דעמאלטס גע'טענה'ט, אז ניטאמאל האט זיך יענער צוגעשטעלט צו די קלייענטעל וואס זוכט דאס. ער האט נישט גענומען קיין חסידישע השגחה, ער האט בסך הכל געלייגט אן OU! פון וועמען האסטו ליצנות געמאכט דא? דו נעמסט אידן וואס ווילן מדקדק זיין בכשרות, און דו פארקויפסט אים פאר טייער געלט אן אייטעם מיט אן השגחה וואס ער נעמט נישט אין מויל?

אבער מיר האט דעמאלטס געבאדערט דאס וואס דער תמימות'דיגע המון גייט זיך איינרעדן אז כאילו ביז היינט האט מען רחמנא ליצלן זיך געהיילט מיט נבילות וטריפות וחלב של בהמות טמאות מיט פארשידענע היתרים, און יעצט איז ב"ה דא די לעזונג. ניין שעפעלע! זאלסט וויסן קלאר! רוב רוב רוב רבנים האבן געזאגט און געשריבן ברבים אז די MOTRIN ברענד האט נישט קיין שום חשש פון מאכלות אסורות! די אלע חתימות וואס דו זעהסט אויף די וואנט פון דיין ביהמ"ד און אין די צייטונגען איז אך ורק ליתר שאת, ס'איז זייער א גלייכע חומרא. אבער ע"פ הלכה זענען ביידע אויף די זעלבע סטאנדארט כשרות, ביידע זענען אויסגעהאלטן, און מאך דיר דיין חשבון אויב דו ביסט טאקע גרייט צו צאלן כסף מלא פאר דעם.

אני הקטן זעלבסט האב דעמאלטס גערעדט מיט עטליכע כשרות באערדע, איך האב געהאלטן אז מען דארף ארויסקומען פאראייניגט אז דער המון זאל וויסן אז מען קען ווייטער ניצן די ביז איצטיגע. און ווער עס ווייסט די פאקטן, און וויל נאכאלץ שפענדן די איבריגע פאר דאלער פאר דעם, תבא עליו ברכה. נאר וואס, איך בין נישט מקרח ועדתו, און נישט איך מאך געלט אויף דעם, האב איך זיך גאנץ שנעל אפגעשאקעלט דערפון...
ס'הערשט א שטיקל צומישעניש, דוקא די ארגינעלע MOTRIN איז געווען מוחזק אז ס'איז כשר משא"כ די נאכגעמאכטע קאמפעני'ס, און אזוי אויך TYLNOL איז אויך נישט געווען מוחזק אלס כשר.
יעצט, נישט יעדער האט געוויסט אז ס'איז דא א חילוק וועלכע קאמפעני מען קויפט, ממילא האט עס א שטיקל אויפטו...
וואו הערשט די צעמישעניש? אין מיין פאוסט? איך שרייב דאך זייער קלאר אז איך רעד פון MOTRIN.

אגב, TYLENOL איז לויט התאחדות סטאר קעי און אנדערע גרויסע השגחה קערפערשאפטן יא מוחזק אלץ כשר. נישט קיין אנדערע ברענדס. אנדערע ברענדס זענען דא אזוי און דא אזוי. דוקא McNeil.
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2215
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 6939

Re: א ביליגע 'קאסטקאו' סטיל סופערמארקעט קומט קיין וויליאמסבורג

פאוסט דורך נקודות טובות »

Think and Thank האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 19, 2025 2:25 am
נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 11, 2025 10:13 pm
פשוט פשט האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 09, 2025 1:51 pm

איז דאס א געווינס פארן יחיד אדער נישט?
געזעהן א באשרייבונג וואס דעבעטירט דאס אז נישט אלעמאל איז דאס די לעזונג... די לעזונג איז מער אז אונזערע לאקאלע געשעפטן (וואס מיר דארפן שטיצן) זאלן אויפהערן רייטן אויפן ציבור...
דו זוכסט א לעזונג? ווער זוכט א לעזונג? איך זוך צו קענען קויפן כשר'ע מאכלים למהדרין פאר נארמאלע פרייזן!

דו ביסט דא צו פיקסן די וועלט? פיין איז דאס א געווינס! טויזענטער יחידים שפארן זיך שוין יעצט אין בארא פארק, מאנסי, און לעיקוואד שווערע מיליאנען דאלער א יאר פון גראסערי קאסטן! דו ווילסט צופיקסען דעם אינוועסטער וואס עפענט די שענסטע גראסעריס אין די יונייטעד סטעיטס? וואס גייט דיר אן וואס יענער טוט? לאז יענעם מאכן זיין געלט, און דו טו וואס דו האסט צו טוהן! אז ס'זענען דא אידן וואס קענען זיך ערלויבן (און אנדערע אידן וואס ווילן דו זאלסט מיינען אז זיי קענען זיך ערלויבן) איז עס נישט דיין פראבלעם!

דיין פראבלעם ביז היינט איז געווען אז דו האסט געצאלט טייער פאר גראסערי, פון היינט און ווייטער איז די פראבלעם געסאלווט ווייל בינגא גייט פארקויפן פאר א שיינע פראצענט ביליגער. וואס גייט דיר אן אז עס זענען דא אידן וואס רייטן אויפן ציבור? מאך זיכער אז ער רייט נישט אויף דיר, און אלעס איז מסודר. איי ער שרייט אז דו מוזט אים שטיצען? פייף אים אן! שטיץ אים נישט!

עס גייט מיר נישט אין קאפ אריין פארוואס מען מוז צופיקסען מיסטער גפן, אדער מיסטער foodoo.

איך פערזענליך שפאר זיך שווערע הונדערטער דאלארן יעדן חודש דורך איינקויפן אין בינגא און אזוי סאלוו איך מיין פערזענליכע בודזשעט. אבער ווען עס איז דא פירמע וואס מאנעוורירט פאר אכציג יאר צו באקומען די עקסקלוסיוו מאנאפאל אויף די כשר'ע מארקעט און 70-80 פראצענט כשר'ע עסנווארג מוזן דורכגיין זייערע הענט און זיי שפילן מיט די פרייזן כחומר ביד היוצר און אזוי מאכן זיי זיכער אונטערצוברעגען יעדער וואס וואגט זיך צו קאמפיטן מיט זיי, איז העכסט צייט זיי מסדר צו זיין סיי מצד מענטשליכקייט און דינא דמלכותא און סיי מצד הלכות מייקרי שער.
איך האף איר כאפט אויף וואס ארויף איך האב מיך מיך באצויגן.

@פשוט פשט האט געשריבן אז די פראבלעם איז די לאקאלע געשעפטן, וואס זיי רייטן אויף אונז, און זיי מוז מען מסדר זיין.

אויף דעם איז מיין פראגע, פארוואס מוז מען איינעם "מסדר זיין"? אונז זעמיר אין א פייט? וואס גייט דיך אן אז יענער רייט? דו לאז דיך נישט ווערן געריטן! דער וואס האט גענוג געלט, און איז זיך גרייט צו לאזן רייטן (צוליב די טובת הנאה וואס ער האט מיט'ן קויפן אין די היי ענד גראסערי'ס) תבא עליו ברכה. איך פארגין אים דאס גאנצע פרנסה, און איך פארגין אויך פארן גראסערי אייגענטומער זיין ריוח. און דער וואס האט נעבעך נישט גענוג געלט, און ער קויפט אין די לאקאלע געשעפטן, איז נעבעך א גרויסע רחמנות, אין רפואה למכתו...

די פרייטאג האט איינער אויף אייוועלט געפענט אן אשכול איבער די גרויסע פראבלעם פון רבי'ס וואס בויען זיך מולטי מיליאן דאלער'דיגע בתי מדרשים, און כדי צו דעקן די באנק זעצט מען זיך ארויף אויף אינגעלייט אז זיי זאלן זיך אונטער נעמען גרויסע סכומים.

יעצט איך גיי נישט אריין צו דאס איז בארעכטיגט אדער נישט, קען טאקע זיין אז מען דארף די רבי'ס איבערלייגן און אריינפראקן אין זיי ביז יציאת נשמה. אבער איך הויב נישט אן צו פארשטיין! נניח דיין רבי כאפט א תאווה זיך צו בויען א מולטי מיליאן דאלער'דיגע ביהמ"ד, צו וויבאלד ער איז מכוון לשם שמים, צו וויבאלד ער איז מכוון דעם אני ואפסי, נאך אביסעל עולם הזה נאך אביסעל עולם הזה, אזש ער ווייסט שוין נישט וואו זיך צו אהינטוהן פון זיין אנגעפראסענעם עולם הזה. אז דו ווילסט געבן געב, און אז נישט נישט. איינער רייט אופן ציבור? פיין, לאז אים אבער נישט רייטן אויף דיר! מאך זיכער אז ווען דער גזבר קומט צו דיר זאלסטו אים זאגן אומצוויידייטיג (גוט געספעלט?) איך נעם מיך נישט אונטער קיין איין דאלער, נישט היינט און נישט מארגען. הצלחה וברכה מיט די גאנצע פראיעקט, אבער אין מיינע אויגן איז דאס איבריג, און איך האלט מיך נישט ביים מחייב זיין.

אויב דער אינגערמאן לאזט זיך יא רייטן וויבאלד ער וויל עס טוהן פארן רבי'ן, איז עס זיין פראבלעם נישט די רבי'ס. אין מלך בלא עם. קען טאקע זיין אז דער רבי עסט אויף זיין גאנצע עולם הבא אויף די וועלט. און אויך קען זיין אז דער רבי איז אן עקעלהאפטיגער בעל מידות סרוחות, וויבאלד אין די צייט וואס זיינע חסידים הונגערן אויף א שטיקל ברויט און מיטשענען זיך חתונה צו מאכן, זיצט ער ווי א פריץ אויף וויקאציע און איז ביזי מיט זיין גרויסע "State of the art" ביהמ"ד. אבער אן אשכול אויף אייוועלט קומט נישט. וויין נישט ווי א ביבער און עפען אשכולות. און אויב זארגסטו זיך פאר א צווייטן, הער אויף זארגן. אז יענער זארגט נישט פאר זיך אליינס, זארג דו נישט פאר אים.

אבער ניין, ס'זענען דא מענטשן וואס בלייבן אלעמאל סטאק ביי די נקמה. יענער טוט עפעס, איך מוז אים ווייזן! אפילו אויב איך האב אן אויסוועג ווי אזוי איך קען מיך שפארן שווערע טויזענטער דאלער, וועל איך אבער נישט פילן רואיג ווי לאנג יענער גייט ווייטער אן. מען מוז יענעם לייגן אין דער ערד! נו נו. עקספעקט נישט קיין גינסטיגע רעזולטאטן.

בנוגע די השגחה. באמת דארף מען נישט רעדן פון דעם ברבים. אבער איינער וואס עסט נאר התאחדות און נישט הרב גרובער, זאל מוחל זיין זיך בעסער נאכפרעגן. ואיך שיהיה בין איך מיך מחייה מיט הרב ווייסמאנדעלס ליבערס אויך. איך האב בעסער וואס צו טוהן מיט מיין טאג ווי צו קוקן פרייזן, אבער אויף וויפיל איך האב געזעהן זענען זיי היבש ביליגער ווי GEFEN אפילו אין די לאקאלע געשעפטן.

אגב, בינגא'ס ברענד, איז אויך אונטער די GEFEN קערפערשאפט? זיי האבן אסאך מאל גוטע סעילס.
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 531
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 834

Re: א ביליגע 'קאסטקאו' סטיל סופערמארקעט קומט קיין וויליאמסבורג

פאוסט דורך תורה ויראה »

נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 18, 2025 10:57 pm
יאנטשי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 11:46 pm
נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 4:54 pm
פון די אנדערע זייט זענען אבער דא קאמפעניס וואס "רייטן" אויף אידישקייט. למשל ווען עס איז ארויסגעקומען די אזוי גערופענע "כשר'ע" קינדער MOTRIN, און איבערנאכט געגעבן א הייב די פרייז מיט 30-40 פראצענט. דאס איז אן עון בל יכופר! דאס מיינט "געריטן אויף כלל ישראל"! ע"פ הלכה איז נישט דא קיין שום חילוק צווישן ביידע סארט, די אלגעמיינע MOTRIN איז הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן ע"פ הלכה. איז געקומען איינער און אנגעדרייט דראמע ביי כלל ישראל ווי כאילו מען קען דא נכשל ווערן מיט נבילה דאורייתא, און האט זיך אזוי פארזיכערט מיט א גוטן ביזנעס. יעדע דאלער וואס מען פארדינט אויף אזא אופן, איז גזל! נישטא קיין שום היתר בעולם פאר אזא פארברעך.
קענסט אויסברייטערן? וואס טענהן זיי איז די חשש פון די אלגעמיינע מאטרין און צו זענען זיי גערעכט?
איך האב עכט נישט קיין נערווען אריינצוגיין אין דיטאלן יעצט. אבער בקיצור, אזוי ווי @שמח זאגט. רעדט מען פון די glycerin, וואס אין אמעריקע קומט דאס בדרך כלל פון געוואוקסען, אבער קען אויך קומען פון בעלי חיים, אדער האבן אין זיך א געמיש פון בעלי חיים גליסערן אדער בליעות וכדו'.

די אנגענומענע מיינונג ביי רוב רבנים און כשרות עקספערטן, איז געווען אז עס איז נישטא קיין שום חשש ביי motrin. מען איז דאס נאכגעגאנגען כמה פעמים, און כסדר געהאלטן אויף דעם אן אויג. רוב רבנים אריינגערעכענט אין דעם התאחדות הרבנים האבן געזאגט אז מען מעג דאס ניצן לכתחילה.

למעשה אבער האט דאס נישט געהאט קיין אפציעלע "השגחה". הגם מען האט טאקע געוויסט בידיעה ברורה אז עס האט נישט קיין שום חשש, עכ"ז איז אלעמאל דא פלאץ צו גיין נאך בעסער און דאס מאכן אונטער אן השגחה. איז געגאנגען איינער צו איינס פון די ביליגערע ברענדס, און האט באוויזן דאס אהערצושטעלן אונטער די השגחה פון די OU.

אזוי ווי עס איז אים געלונגען איז ער ארום געגאנגען צו רבנים פארציילן איבער זיין גרויסע אויפטוה, און פארשטייט זיך אז כולם פה אחד אמרו אז דאס איז א געוואלדיגע אויפטוה. וואס קען זיין בעסער פון אויפהייבן די כשרות שטאפל מיט נאך א דרגה?... און ער האט טאקע באקומען שיינע חתימות פון רבנים איבער די געוואלדיגע אויפטוה, און ער האט דאס שטארק פארשפרייט און באהאנגען.

וואס די רבנים האבן אבער נישט געוויסט, איז אז דער גייט דא ארויפשרויפן די פרייז מיט גאנצע 30-40 פראצענט מער ווי די MOTRIN ברענד, וואס דאס איז די טאפ אף די מארקעט. און דאפעלט די פרייז פון די ביליגערע ברענדס. ס'איז א שיינע חומרא, מהיכי תיתי... אבער צו דען האבן די רבנים גע'חתמ'עט על דעת אז דאס וועט קאסטען דאפעלט? רעדט מען דען דא פון אן "הלכה" שאלה, אויף וואס עס איז פארשטענדליך זיך צו לאזן קאסטן נאך אפאר דאלער כדי צו זיין מער אויסגעהאלטן? מען רעדט בסך הכל פון א שיינע גדר וסייג, ס'איז א גלייכע זאך אז מען ווייסט אז מען נעמט נישט אין מויל עפעס וואס האט נישט די סטעמפל פון אן ערליכן רב. וזה הוא. וואס איז דאס גערייטעכטס אויפן כלל?

מאנכע האבן דעמאלטס גע'טענה'ט, אז ניטאמאל האט זיך יענער צוגעשטעלט צו די קלייענטעל וואס זוכט דאס. ער האט נישט גענומען קיין חסידישע השגחה, ער האט בסך הכל געלייגט אן OU! פון וועמען האסטו ליצנות געמאכט דא? דו נעמסט אידן וואס ווילן מדקדק זיין בכשרות, און דו פארקויפסט אים פאר טייער געלט אן אייטעם מיט אן השגחה וואס ער נעמט נישט אין מויל?

אבער מיר האט דעמאלטס געבאדערט דאס וואס דער תמימות'דיגע המון גייט זיך איינרעדן אז כאילו ביז היינט האט מען רחמנא ליצלן זיך געהיילט מיט נבילות וטריפות וחלב של בהמות טמאות מיט פארשידענע היתרים, און יעצט איז ב"ה דא די לעזונג. ניין שעפעלע! זאלסט וויסן קלאר! רוב רוב רוב רבנים האבן געזאגט און געשריבן ברבים אז די MOTRIN ברענד האט נישט קיין שום חשש פון מאכלות אסורות! די אלע חתימות וואס דו זעהסט אויף די וואנט פון דיין ביהמ"ד און אין די צייטונגען איז אך ורק ליתר שאת, ס'איז זייער א גלייכע חומרא. אבער ע"פ הלכה זענען ביידע אויף די זעלבע סטאנדארט כשרות, ביידע זענען אויסגעהאלטן, און מאך דיר דיין חשבון אויב דו ביסט טאקע גרייט צו צאלן כסף מלא פאר דעם.

אני הקטן זעלבסט האב דעמאלטס גערעדט מיט עטליכע כשרות באערדע, איך האב געהאלטן אז מען דארף ארויסקומען פאראייניגט אז דער המון זאל וויסן אז מען קען ווייטער ניצן די ביז איצטיגע. און ווער עס ווייסט די פאקטן, און וויל נאכאלץ שפענדן די איבריגע פאר דאלער פאר דעם, תבא עליו ברכה. נאר וואס, איך בין נישט מקרח ועדתו, און נישט איך מאך געלט אויף דעם, האב איך זיך גאנץ שנעל אפגעשאקעלט דערפון...
סתם מוציא שם רע, ס'האט געהעריג מנחת חינוך הכשר
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2215
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 6939

Re: א ביליגע 'קאסטקאו' סטיל סופערמארקעט קומט קיין וויליאמסבורג

פאוסט דורך נקודות טובות »

תורה ויראה האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 26, 2025 8:18 pm
► Show Spoiler
א מוציא שם רע אז וואס? אז ווען ער איז ארויסגעקומען און מען האט עס פראפעגאנדירט און עדווערטייזט איבעראל אלץ די רעוועלוציע פונעם יאר הונדערט, האט ער נאר געהאט א OU? און וואס איז דיין ראיה? אז היינט האט עס מנחת חינוך? אתמהה!
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
שרייב פאוסט