צניעות פאלט אדער פארקערט?
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 224
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 8:33 pm
- x 282
Re: צניעות פאלט אדער פארקערט?
לע"ד זענען ביידע אמת.
מ'קען טרעפן פרויען וואס זענען געגאנגען מיט שייטלעך און האבן געטוישט צו שפיצלעך. און פון די אנדערע זייט קען מען טרעפן פרויען וואס זענען געפאלן.
ס'נישט אז ס'פאלט אדער שטייגט. ונתנו גייט אהין און צוריק...

אז מ'טויגט טויגט מען...
Re: צניעות פאלט אדער פארקערט?
ס'קלאר געוועהן אמאל לעכער אין די צניעות, אבער בתורת פירצה, און מ'האט עס מיט די צייט פארראכטן.
אבער היינט גייט די סיסטעם בארג אראפ, די ״סטאנדארט״ ווערט קאלט אין די נושא פון צניעות.
און אזויווי @דער תהלים איד האט ארויסגעברענגט, אז עס איז נישט קיין צוגלייך א פענסי (יש אומרים: בעלהבאטיש) חסידישע משפחה צו א פשוטע ליטווישע משפחה, די אונגארישע וואס טוען סאו קאללד ליטווישע סטאנדארט זענען קאלט אין צניעות, און די ליטווישער וואס האט די סטאנדארט טוט עס מיט אן איידעלקייט.

מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 69
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:19 pm
- x 25
Re: צניעות פאלט אדער פארקערט?
אמת ויציב ,שוין געהערט פון אסאך בארא פארקע אז בארא פארק ווערט צו פארחאניאקט, סא דאס איז נאך א שווערע קשיא וויאזוי בארא פארק ווערט אכשר דרא, אני כשלעצמי האלט אז וויליאמסבורג האט עס מיט די השפעה פון די יאפיס, השם ישמרינו וואס מען זעט זיך אן , אן קיין גילטי פילינגס, וועגן ביי די מיידלעך רעדט מען נישט פון שמירת עינים, מען קען זען ווי קליינע קינדער קוקן זיך צו כסדר צו וואס זיי זעהן זיך אן אין די גאס אין וויליאמסבורג, שטייען פארקלאצט אויף זיי, השם ישמור, אויך די פיער פרעשור ווערט נאר ערגער און דער עולם גייט קאפ אין וואנט בלינדערהייט, העלפט נישט קין פודינו ומצילינו אויף גארנישט, נישט צניעות און נישט שפארן אויף חתונה עקספענסעס וכדומהקשאנובער האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 4:39 pm א שוואגער מיינע האט מיר לעצטענס פארציילט אז ב"פ די לעצטע פאר יאר איז געווען זייער עקסטרעם אין ביידע זייטן. פרויען וואס זענען ממש ערליכע איידעלע צניעותדיגע פרויען און פון די אנדערע זייט זענען געווען די פרויען וואס זענען געגאנגן מיט לאנגע שייטלעך קליידער וואס פאסט ניטאמאל פאר פלעטבוש אפילו די סקירטס וכו'.
אבער ער זאגט מיר אז אויף זיין גאס האט ער געהאט אזא פאר שטיק פון די חברה און איבער די לעצטע פאר יאר זענען 5 געלאפן קיין מאנסי 3 קיין טאמס ריווער נאך אפאר צו לעיקוואוד און די גאס איז געווארן אסאך ריינער.. געב עס אפאר יאר און ב"פ איז א פרום חסידישע שטאט
תמצית הדברים
ב"פ צניעות שטייגט.
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 69
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:19 pm
- x 25
Re: צניעות פאלט אדער פארקערט?
די וואס טוישן קען זיין טאקע יא ביזט גערעכט,אבער זייערע קינדער גייען שוין מיט א שפיצעל ווי א יניפארם און עס מיינט נישט גארנישט ... מילד גערעדט;טובי' שרייבער האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 4:45 pm לע"ד זענען ביידע אמת.
מ'קען טרעפן פרויען וואס זענען געגאנגען מיט שייטלעך און האבן געטוישט צו שפיצלעך. און פון די אנדערע זייט קען מען טרעפן פרויען וואס זענען געפאלן.
ס'נישט אז ס'פאלט אדער שטייגט. ונתנו גייט אהין און צוריק...
קאפ צודעק און שטרימפ מיינט היינט גארנישט בנוגע צניעות ליידער
Re: צניעות פאלט אדער פארקערט?
אפילו ווייסע זאקן מיינט גארנישט
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 21
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:21 pm
- x 51
Re: צניעות פאלט אדער פארקערט?
אויב צניעות מיינט א געוויסע סטייל שייטל, קאמפעני טייטס, ספעציפישע תקנות מיט אינטשעס אד״ג. איז ב״ה היינט אכשר דרא.
ווידער אויב צניעות מיינט באשיידן, איידל, נישט אויפגעריסן. דעמאלטס איז אכשר פרה.
לענ״ד איז די גאנצע צניעות שמועס געווארען צו טעכניש מיט ווייניג געפיל
(זוי מיינעך)
ווידער אויב צניעות מיינט באשיידן, איידל, נישט אויפגעריסן. דעמאלטס איז אכשר פרה.
לענ״ד איז די גאנצע צניעות שמועס געווארען צו טעכניש מיט ווייניג געפיל
(זוי מיינעך)
Re: צניעות פאלט אדער פארקערט?
דעס מיינט נישט אז מ'שטייגט, דעס מיינט אז די שוואכע טרעפן זיך אנדערע פלעצער צו וואוינען.קשאנובער האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 4:39 pm אבער ער זאגט מיר אז אויף זיין גאס האט ער געהאט אזא פאר שטיק פון די חברה און איבער די לעצטע פאר יאר זענען 5 געלאפן קיין מאנסי 3 קיין טאמס ריווער נאך אפאר צו לעיקוואוד און די גאס איז געווארן אסאך ריינער.. געב עס אפאר יאר און ב"פ איז א פרום חסידישע שטאט
תמצית הדברים
ב"פ צניעות שטייגט.
אירמאוינט נעבן מאנסי איז געוועהן אמאהל א קליינע פראצענט, היינט איז דא דארט א ריזן ציבור.
דיסקלעימער, אין אירמאוינט זענען דא גאר אסאך ערליכע איידעלע משפחות
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 20
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 1:45 pm
- Location: Montreal
- x 11
Re: צניעות פאלט אדער פארקערט?
איך זעה דער עולם רעדט דא וועגן די פרויען, זענען אבער די מענער בעסער אין דעם עניין פון לבוש?
נישט גיין מיט א היט און רעקל
טי שירט מיט קורצע ארבל (נישט נאר ביים ארבעט וואס געוויסע דארפן עס)
קליינע קאפלעך
שטייפע פאות
געשטיצטע בערד
טייטע הויזן
געפערליכע שפיציגע שיך
נישט גיין מיט א היט און רעקל
טי שירט מיט קורצע ארבל (נישט נאר ביים ארבעט וואס געוויסע דארפן עס)
קליינע קאפלעך
שטייפע פאות
געשטיצטע בערד
טייטע הויזן
געפערליכע שפיציגע שיך
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1911
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 5285
Re: צניעות פאלט אדער פארקערט?
דאס מציאות איז אז בארא פארק שטייט היינט אסאך בעסער ווי וויליאמסבורג, אפילו ביי די בית יעקב מיידלעך. סיי אין לבוש (אמת דארט גייט מען נישט קיין העט'ס, אבער דו ווייסט וואס איך מיין) און אודאי אין מהות. וואס ווי באקאנט איז די חוצפה יסגא ביי די בארא פארקע פרויען אסאך שוואכער ווי וויליאמסבורג'ע.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 3:27 pm ס'איז יא דוקא. וויפיל איך ווייס.
אין גור האט מען אויך פרובירט, אבער כמדומה אז אין בארא פארק האט זיך גארנישט איינגעגעבן דערווייל.
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 69
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:19 pm
- x 25
Re: צניעות פאלט אדער פארקערט?
א שיין חלק סאטמאר'ע אין בארא פארק זענען פי כמה שוואכער ווי וויליאמסבורג דאס איז זיכער, די ווייסט ווי ריזיג סאטמאר איז אין בארא פארק? איך רעדט פון וואס שיקן אפיציעל אין סאטמאר מוסדות,, נישט סאטמאר איז א אנדערע מסכת, אבער בכלליות הערשט א אכשר דרא אין צניעות אין בארא פארק וואס איז קיינמאל געווען אין בארא פארק היסטאריע, פאר ווער עס קען אביסעל בארא פארק היסטאריענקודת טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 12:31 amדאס מציאות איז אז בארא פארק שטייט היינט אסאך בעסער ווי וויליאמסבורג, אפילו ביי די בית יעקב מיידלעך. סיי אין לבוש (אמת דארט גייט מען נישט קיין העט'ס, אבער דו ווייסט וואס איך מיין) און אודאי אין מהות. וואס ווי באקאנט איז די חוצפה יסגא ביי די בארא פארקע פרויען אסאך שוואכער ווי וויליאמסבורג'ע.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 3:27 pm ס'איז יא דוקא. וויפיל איך ווייס.
אין גור האט מען אויך פרובירט, אבער כמדומה אז אין בארא פארק האט זיך גארנישט איינגעגעבן דערווייל.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1911
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 5285
Re: צניעות פאלט אדער פארקערט?
שטייפע פאות און געשטיצטע בערד איז אפשר א פראבלעם, אבער צניעות רעדט מען פון יסודות הדתכשר ישר האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 12:18 am איך זעה דער עולם רעדט דא וועגן די פרויען, זענען אבער די מענער בעסער אין דעם עניין פון לבוש?
נישט גיין מיט א היט און רעקל
טי שירט מיט קורצע ארבל (נישט נאר ביים ארבעט וואס געוויסע דארפן עס)
קליינע קאפלעך
שטייפע פאות
געשטיצטע בערד
טייטע הויזן
געפערליכע שפיציגע שיך
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
Re: צניעות פאלט אדער פארקערט?
טייטע הויזן קען אריינגיין אין גדר פון צניעות.נקודת טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 12:39 amשטייפע פאות און געשטיצטע בערד איז אפשר א פראבלעם, אבער צניעות רעדט מען פון יסודות הדתכשר ישר האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 12:18 am איך זעה דער עולם רעדט דא וועגן די פרויען, זענען אבער די מענער בעסער אין דעם עניין פון לבוש?
נישט גיין מיט א היט און רעקל
טי שירט מיט קורצע ארבל (נישט נאר ביים ארבעט וואס געוויסע דארפן עס)
קליינע קאפלעך
שטייפע פאות
געשטיצטע בערד
טייטע הויזן
געפערליכע שפיציגע שיך
פעך!!
די קשאנובער האט געלערנט 25 שעה א טאג! איי סנאר דא 24 שעה, ער איז אויפגעשטאנען א שעה פרי!
Re: צניעות פאלט אדער פארקערט?
בית יעקב מיידלעך זענען דירעקט צניעות'דיג אין מהותנקודת טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 12:31 amדאס מציאות איז אז בארא פארק שטייט היינט אסאך בעסער ווי וויליאמסבורג, אפילו ביי די בית יעקב מיידלעך. סיי אין לבוש (אמת דארט גייט מען נישט קיין העט'ס, אבער דו ווייסט וואס איך מיין) און אודאי אין מהות. וואס ווי באקאנט איז די חוצפה יסגא ביי די בארא פארקע פרויען אסאך שוואכער ווי וויליאמסבורג'ע.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 3:27 pm ס'איז יא דוקא. וויפיל איך ווייס.
אין גור האט מען אויך פרובירט, אבער כמדומה אז אין בארא פארק האט זיך גארנישט איינגעגעבן דערווייל.
Re: צניעות פאלט אדער פארקערט?
דאס וועלן די פרויען דיסקאסטירן אויף זייערע טישלעך...כשר ישר האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 12:18 am איך זעה דער עולם רעדט דא וועגן די פרויען, זענען אבער די מענער בעסער אין דעם עניין פון לבוש?
נישט גיין מיט א היט און רעקל
טי שירט מיט קורצע ארבל (נישט נאר ביים ארבעט וואס געוויסע דארפן עס)
קליינע קאפלעך
שטייפע פאות
געשטיצטע בערד
טייטע הויזן
געפערליכע שפיציגע שיך
אייביג גרינגער צו רעדן פון יענעם...
Re: צניעות פאלט אדער פארקערט?
געשטיצטע בערד איז מיסודי חסידותנקודת טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 12:39 amשטייפע פאות און געשטיצטע בערד איז אפשר א פראבלעם, אבער צניעות רעדט מען פון יסודות הדתכשר ישר האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 12:18 am איך זעה דער עולם רעדט דא וועגן די פרויען, זענען אבער די מענער בעסער אין דעם עניין פון לבוש?
נישט גיין מיט א היט און רעקל
טי שירט מיט קורצע ארבל (נישט נאר ביים ארבעט וואס געוויסע דארפן עס)
קליינע קאפלעך
שטייפע פאות
געשטיצטע בערד
טייטע הויזן
געפערליכע שפיציגע שיך
טייטע הויזן איז יסודי הדת (צניעות)
טי-שירט איז א לאו דאורייתא (לא תלך בחוקת הגוי)
שטייפע פיאות, שפיציגע שיך, וכדו', קען אריינגיין אין לא תלבש...
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1911
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 5285
Re: צניעות פאלט אדער פארקערט?
געשטיצע בערד איז מיסודי חסידות גאר? וואו פונקטלעך? (איך ווייס אויך פון דעם אר''י הק', אבער א יסוד?)טראפקעלע האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 2:15 amגעשטיצטע בערד איז מיסודי חסידותנקודת טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 12:39 amשטייפע פאות און געשטיצטע בערד איז אפשר א פראבלעם, אבער צניעות רעדט מען פון יסודות הדתכשר ישר האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 12:18 am איך זעה דער עולם רעדט דא וועגן די פרויען, זענען אבער די מענער בעסער אין דעם עניין פון לבוש?
נישט גיין מיט א היט און רעקל
טי שירט מיט קורצע ארבל (נישט נאר ביים ארבעט וואס געוויסע דארפן עס)
קליינע קאפלעך
שטייפע פאות
געשטיצטע בערד
טייטע הויזן
געפערליכע שפיציגע שיך
טייטע הויזן איז יסודי הדת (צניעות)
טי-שירט איז א לאו דאורייתא (לא תלך בחוקת הגוי)
שטייפע פיאות, שפיציגע שיך, וכדו', קען אריינגיין אין לא תלבש...
טייטע הויזן איז אסור ע''פ הלכה, אבער גארנישט מיט קיין צניעות. @קשאנובער
טי-שירט, פארוואס פונקטלעך איז דאס בכלל חוקת הגוי? קוק אריין אין רמב''ם ושלחן ערוך. אזא מין זאך קען נישט אריין גיין אין כלל חוקת הגוי, אפי' אויב מען וויל.
שטייפע פיאות זיכער לא ילבש, אלע מאדערענע פרויען לייגן דזשעל אויף די פיאות.
(אגב, פון וואו שטאמט די אויסדריק לא תלבש?)
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 20
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 1:45 pm
- Location: Montreal
- x 11
Re: צניעות פאלט אדער פארקערט?
די אויסדרוק "לא תלבש" שטאמט פון א פסוק אין פרשת כי תצא ווי עס שטייט "לא ילבש גבר שמלת אישה"
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1911
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 5285
Re: צניעות פאלט אדער פארקערט?
דאס פרעג איך, ווער האט פארטוישט?
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6510
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 14958
Re: צניעות פאלט אדער פארקערט?
ערשטנס, מיסודי החסידות איז צו פארשטיין אז יעדע מנהג האט אין זיך טיפערס, אפילו עס שטייט נישט אין הלכה. און שערן די בארד איז פון די גרויסע מעמבערס אין דעם קאטאגאריע.נקודת טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 8:41 am געשטיצע בערד איז מיסודי חסידות גאר? וואו פונקטלעך? (איך ווייס אויך פון דעם אר''י הק', אבער א יסוד?)
צווייטנס, ס'איז גראדע יא געווען פון די יסודות ביי אונזערע רבי'ס ולמעלה בקודש.
ריכטיג.נקודת טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 8:41 am טייטע הויזן איז אסור ע''פ הלכה, אבער גארנישט מיט קיין צניעות. @קשאנובער
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6510
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 14958
Re: צניעות פאלט אדער פארקערט?
כזע טאקע נישט די חוקת הגוי, ענדערשט איז דאס פשוט א שינוי אין לבוש אויף וואס אונ זערע עלטערן האבן געהאט מסי"נ.נקודת טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 8:41 am טי-שירט, פארוואס פונקטלעך איז דאס בכלל חוקת הגוי? קוק אריין אין רמב''ם ושלחן ערוך. אזא מין זאך קען נישט אריין גיין אין כלל חוקת הגוי, אפי' אויב מען וויל.
נקודת טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 8:41 am שטייפע פיאות זיכער לא ילבש, אלע מאדערענע פרויען לייגן דזשעל אויף די פיאות.

אבער באמת, לא תלבש עפ"י שו"ע איז אויך א שפיגל, עס האט נישט דוקא מיט לבוש. ממילא האט @טראפקעלע אפשר רעכט מיט'ן אויסדרוק.
Re: צניעות פאלט אדער פארקערט?
(געוויסע פון) אונזערע עלטערען האבן געהאט מסירת נפש אויף דעם בשעת גזירהדער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 9:30 amכזע טאקע נישט די חוקת הגוי, ענדערשט איז דאס פשוט א שינוי אין לבוש אויף וואס אונ זערע עלטערן האבן געהאט מסי"נ.נקודת טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 8:41 am טי-שירט, פארוואס פונקטלעך איז דאס בכלל חוקת הגוי? קוק אריין אין רמב''ם ושלחן ערוך. אזא מין זאך קען נישט אריין גיין אין כלל חוקת הגוי, אפי' אויב מען וויל.
נקודת טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 8:41 am שטייפע פיאות זיכער לא ילבש, אלע מאדערענע פרויען לייגן דזשעל אויף די פיאות.קומסט מיר פאר ווי דער מנהל וואס האט גע'אסר'ט די "גויאישע תפילין בייטלעך".
אבער באמת, לא תלבש עפ"י שו"ע איז אויך א שפיגל, עס האט נישט דוקא מיט לבוש. ממילא האט @טראפקעלע אפשר רעכט מיט'ן אויסדרוק.
יחי ההבדל
Re: צניעות פאלט אדער פארקערט?
ווען מען רעדט פון פרויען שרייבט מען לא תלבש
עס איז די לשון פונעם טור (יו"ד קפב) קען זיין נאך פריער
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6510
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 14958
Re: צניעות פאלט אדער פארקערט?
ריכטיג, כהאב דאס געמיינט.
בכלליות אבער, ס'איז דא א שיינער שמועס פון ר' בערל טויבער וואו ער ווייזט אויף אז מ'האט קיינמאל נישט געטוישט לבוש נאר במקום הכרח.
https://drive.google.com/drive/folders/ ... drive_link
Re: צניעות פאלט אדער פארקערט?
פשוט אז נישט קיין חילוק די סיבה וויאזוי עס איז געווארן דער אידישע לבוש דארף מען אזוי גיין און עס איז הייליג,דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 11:07 amריכטיג, כהאב דאס געמיינט.
בכלליות אבער, ס'איז דא א שיינער שמועס פון ר' בערל טויבער וואו ער ווייזט אויף אז מ'האט קיינמאל נישט געטוישט לבוש נאר במקום הכרח.
https://drive.google.com/drive/folders/ ... drive_link
אבער מסירת נפש קומט נישט אריין.
(אפשר היינטיגע מסירת נפש, אזויווי ר' לייביש לייזער האט געזאגט, אמאל נאך מסירת נפש איז געווען א לויה. ודפח"ח)
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6510
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 14958