ווייל סיי אמעריקא און סיי גואטעמאלא לייגן יעצט לכאורה איין וועלטן אז 'אלע' קינדער מוזן זאפארט צוריק קומען (און נאך אפאר חברה אריין אין חד גדיא אין די מין ווהייל)
ווייל סיי לויט אמעריקא און סיי לויט גואטעמאלא טארן די מאמע'ס לעגאל נישט האבן די קינדער מיט זיך און אוודאי נישט אנטלויפן מיט זיי און אוודאי נישט צו אן אנדערע לאנד
און סיי אמעריקא און סיי גואטעמאלא האבן גאר שטארקע פארבינדונגען מיט די רעגירונג פון דעם נייעם ארץ המקלט וואס רופט זיך 'האנדוראס'
און זיי קאפערירן לכאורה שטארק מיט מיט זיי ביידע
מקשין העולם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 4:27 pm
סטעישאן וועעגן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 4:10 pm
מענין לענין
הער איך אז ס'דא א נייע פרויען קולט אין בלומינגראוו?
ס'סאונד זייער שרעקעדיג..
אפשר איינער מיט מער דיטעילס זאל עפענען א אשכול דא, ולמצווה גדולה אז מענער זאלן וויסן פון פאראויס זיך צו היטן פון דעם.
איך האב געשריבן דערפון עטליכע טעג צוריק צו באקומען א ענטפער צו ס'איז דא א פשוט'ע עצה, דערווייל זעהט נישט אויס, נאר מיט די מהלך וואס די עסקנים האבן דא גענומען, נו ווער איז גרייט צו טוהן דערצו עס צו צוברעכן, אריינגערעכנט אריינשליידערן אפאר חברה אין חד גדיא.
קוק דיך צו, וויפיל חיזוק באקומען די ראשי העסקנים ביי אונזער פרשה????.... ווען די צייטונגען וואלטן זיי באזינגען וואלטן זיך נאך אידן צוגעכאפט צו אזעלכע שווערע מצוות.
די נאכשלעפערס זענען טאקע בעיקר נשים שדעתן קלות, אבער די מענער ליידן ליידער געפערליך.
עס הייסט כנפי נשרים. ס'איז דא א טעלפוין ליין וואס א אשה דבר'ט. די קינדער לערנען נישט אין קיין מוסדות, די פרומסטע מוסדות האבן זיי פארשיקט. די פירערס ליידער פון היימישע משפחות וואס מיר דארפן אכט געבן אויף זייער כבוד. אבער די פירערס מעגן וויסן אז יבוא יומם....
און אויף דעם וואס דו שרייבסט מענער זאלן וויסן פאראויס, איז דערווייל כדאי צו וויסן אזויפיל אז מענער זאלן וויסן נישט צו לאזן זייערע פרויען הערן האטליינס פון שיעורים וואס איז אקעגן די מעין סטריעם, בין בענינים הנוגעים לנשמה ובין בענינים הנוגעים לגוף. מ'דארף זאגן פאר די נשים צדקניות: יא די מעין סטריעם איז אין עולם השקר מיט קארופציע, און מיט דעם אלעם הערט מען נישט די אויפקלערערס. אונז לעב מיר אין א עולם השקר וואס מענטשן מיט געלט און מאכט האבן דאס ווארט, און דאס איז נאך אלס בעסער פון די וואס ווילן זיין די וועלטס פארזארגער אונז צו ראטעווען פון דעם שרעקליכן עולם השקר. לערן און דאווען און האדעווע דיינע קינדער, זוך דיר נישט צו שפירן אז דו לאזט זיך נישט נארן, און דיין האטליין זאגט אויס דעם אמת.
כנפי נשרים איז א קליפה וואס האט נישט דוקא לאקאל מיט בלומינגראוו, נאר פארשפרייט די פינסטערע פליגלען איבער די גאנצע וועלט, און מאכט חרוב אידישע שטיבער אונטערן שלייער פון ערליכקייט, צניעות און פרומקייט, וידע הציבור להזהר!

די שאלה איז, פארוואס איז יענע אשכול פארמאכט געווארן......
פון איינע פון די גאר גאר פרומע רבנים אין לאנדאן: וואס רעד פון די קליפה ר"ל מיט אזא ווייטאג אין וואספארע סכנה דאס איז, ווען ביודעו ובמכירו האט דאס אוועק געלייגט אידישע שטובער! היו צריה לראש!.......... אזש ביז מאראקא!!!...... וכו' כנ"ל.......! איי! ווערטער זענען ארים!
ובלשונו: מיינע צרות וואס איך הער און בין פארנומען זענען ליידער ע"פ רוב פון די וואס זענען צו פרו"ם...................... (פאר דאם איז עס אין די אשכול ווייל מיטן באשעפער אין טאש!)
מקשין העולם האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 28, 2025 12:56 am
יא, גוט געפרעגט, דער תירוץ איז: די צניעות'דיגע שייטלעך איז בעסער פון די באדעקטע פענימער פון לב טהור. און דאס איז נאכן נוצן מיין שכל און אונזער עקספיריענס.
און לגבי די פריצות'דיגע שייטלעך פון ניו יארק אדער די באדעקטע פענימער פון לב טהור, וועלכע איז בעסער, איז דער תירוץ: "זו נבילה וזו טריפה", "אלו ואלו נשרפין בבית הדשן".
קוק @לויטערע הימל ווען מענטשן ווייסן נישט וויאזוי צו העלפן קענען זיי ווערן שארף למשל @מקשין העולם זאגט אז די לב טהור צוגעדעקטע פנימ'ער איז נשרפין בבית הדשן
אזוי אויך נאך, ס'דא געוויסע וואס קענען ווערן שארף און רעדן וועגן גיהנם פאר די לב טהור
זיי ווילן אבער עכט העלפן
ביטע איר האט אפגעטייטשט נישט ריכטיג, 'אלו ואלו נשרפין' גייט נישט ארויף חס חלילה אויף דער מענטש, נאר אויף די גע'אסר'טע בגדים, דהיינו מ'ברויך פארברענען סיי די פריצות'דיגע שייטלעך און סיי די טמא'נע פריצות'דיגע מלבושים.
(קוק נאך אין קב הישר פרק נב די מעשה פון וצדקתך. נישט יעדע זאך וואס מ'רעדט זיך איין אז ס'איז "בעסער" איז באמת "גוט", עס קען זען אז ס'איז "ערגער און שלעכט")
די מקור איז א רש"י, רש"י שרייבט אז די גוים וואס טוען זיך אן קלאמפירשט זייער צניעות'דיג אזש ביזן זיך פארדעקן די פנים'ער קומט פון זנות...
כ'געדענק נישט ווי די רש"י איז, כ'מיין ס'איז אין נביא
מנהיג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2025 4:58 pm
כל הקהל הקדוש מוזמן
א שיינע סעודת ברית פון איינער פון די חשוב יוצא לב טהור הרב ר יואל דוד אלטער ביי די האוז פון די סקווערער דיין און מונטריאול איז פאר גוקומען היינט. @עסקן נמרץ קום אריין מיט א באריכט
ווייל סיי אמעריקא און סיי גואטעמאלא לייגן יעצט לכאורה איין וועלטן אז 'אלע' קינדער מוזן זאפארט צוריק קומען (און נאך אפאר חברה אריין אין חד גדיא אין די מין ווהייל)
ווייל סיי לויט אמעריקא און סיי לויט גואטעמאלא טארן די מאמע'ס לעגאל נישט האבן די קינדער מיט זיך און אוודאי נישט אנטלויפן מיט זיי און אוודאי נישט צו אן אנדערע לאנד
און סיי אמעריקא און סיי גואטעמאלא האבן גאר שטארקע פארבינדונגען מיט די רעגירונג פון דעם נייעם ארץ המקלט וואס רופט זיך 'האנדוראס'
און זיי קאפערירן לכאורה שטארק מיט מיט זיי ביידע
חוץ ווען ס’איז דא א קלארע הוראה פון א רב אז פארקערט, מען דארף רעדן, א שטייגער ווי לב טהור וואו מ’האמיר געהאט א קלארע הוראה פון אן אנגעזעענער רב אז מ’דארף רודערן די וועלט, וואס דאן איז עס אקעי.
די פסקי הלכה פון לאקאלע קיפקעס אז יענעם איז א מצוה צו בארעדן אפלייען נישט צו אידטיש. ס’דארף זיין א הוראה פון א רב אז ס’איז דירעקט א חיוב יענעם צו בארעדן.
א גאר הערליכע שמחה האט אדורכגעריסן די קאנאדישע האריזאנט צווישן מאנטריאל און טאהש, לאמיר גיין אביסל על הסדר.
נעכטן נאכט איז פארגעקומען די שמחת הוואך נאכט אין טאהש קודש מיט די באטייליגונג פאר הונדערטע תושבים פון אלע עקן שטעטל, ווי די עולם האט זיך געשלענגלט אין לאנגע שורות איבערצוגעבן די ווארימע ברכות.
די וואך נאכט איז פארגעקומען אין שטוב פון האברך החשוב ר' אייזיק פרידמאן וואס האט בנדבת לבו הטוב צוגעשטעלט די גאנצע הויז מיט די צוגעהערן על צד היותר טוב.
א גאר רייכע סעודה איז צוגעשטעלט געווארן דורך האברך החשוב בנש"ק ר' משה לעבאוויטש וואס האט געהאט גאר א אינסטרומענטאלע חלק און ארויסהאלפן ר' יואל דוד'ן.
פייערליכע ריקודין האבן אויסגעבראכן פאר קרוב צו צווי שעה באגלייט דורך 'חברה זמרה', ווי יעדער האט אויסעגעבן זיינע הרגשים מיט ריקודין של מצוה בתופים ובמחולות.
אין א געשמאקע מינוט האט די בארימטע בדחן ר' שמעי' קליין גענומען די רשות הדיבור און משמח געווען דעם עולם בדברי חרוזים ובדחנות ביז אינמיטן די שפעטע נאכט שעות.
אזוי אויך האט זיך אנגעזעהן א פלאטע פון יוצאים מיט עסקנים וואס זענען געקומען באשיינען די שמחה, ועל כולם הר"ר יצחק יואל קאשאני-שטערן וואס האלט יעצט אפ א בליץ באזוך אין קאנאדא צו באזוכן זיינע יוגנט פריינד.
באזונדער מיז דערמאנט ווערן די צוויי ראשי עסקנים אין קרית טאהש ה"ה ר' בערל קליין און ר' שלום פינחס באנדא וואס שטייען גרייט סיי ווען אימער ארויסצוהעלפן ר' יואל דוד מיט אלע אנדערע יוצאים.
א עקסטערע דאנק קומט זיך פאר ר' שמואל הערש טעלער וואס שטייט גרייט סיי ווען אימער צו העלפן וואס מ'קען נאר.
פאר די בא'חנ'טקייט פון די מעמד קומט זיך די פולע קרעדיט פאר ר' מרדכי ארגעל וואס האט אריינגעלייגט גאר א שטארקע שמחה אין די לופט.
אינמיטן די נאכט איז אנגעקומען א גאר חשובע גאסט לכבוד די שמחה, ה"ה ידידינו וידיד כל בית ישראל ספרא רבה ר' @שמואל פוקס וואס האט זיך מטריח געווען בטירחא דגופא צו זיין א חלק פון די שמחה.
היינט צופרי אום 8:15 האט זיך געשטעלט די ברית מנין אין ביהמ"ד סקווירא אין מאנטריאל מיט צענדליגע תושבי עיר מאנטריאל וואס זענען זיך געקומען באטייליגן אין די גרויסע שמחה.
די קינד איז אריין לבריתו של אברהם אבינו על ברכיו פון הגאון הגדול בעל חיי הלוי שליט"א, די מוהל איז געווען הגה"צ אב"ד סאטמאר מאנטריאל שליט"א, מיט די ברכות אין קריאת השם איז מכובד געווארן די זיידע הרה"ח ר' שלום אלטער שליט"א, ויקרא שמו בישראל 'אברהם יצחק'.
דערנאך איז פארגעקומען א הערליכע סעודת ברית ווי די שמחה האט זיך שטארק דערקענט אויף אלע משתתפים.
ויהי"ר שמשמחה זו יושפע שפע רב לנו ולכל ישראל!!!
ארויסצוהעלפן די לב טהור יוצאים מיט ווארימע סכומים, ווארפט אריין אייער הארציגע נדבה.