אט אזוי! נישט געקענט בעסער זאגן.דעתי האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 3:30 pm רבותי Cult איז א ווארט פאר גוים, אונז אידן האבן א תורה (שבכתב ובעל פה ומסורה) פונם אייבערשטער מיט פינקלעכע אינסטראקשענז פאר אונזערע יארן אויף דער וועלט, פינטל.
עס אוז דא א כלל אז ווען מען האט א ספק אויף א פירונג קוקט מען אויף די תוצאות, ווייל עבירה גוררת עבירה. דא ביי ל"ט האט מען גאר גיט געזען ל"ע די גוררת עבירה,די זעלבע דארף מען קוקן אויף א אלע גרופעס וואס מען האט נאך א ספק.
קולט איז נישט א כישוף-ווארט וואס איז מתיר אלעס, עס איז א גוטע ווארט פאר די לעקסיקאן צו פארשטיין וואס ס׳גייט פאר, אבער ווען עס קומט צו טון מעשים פירט מען זיך וויאזוי מען דארף זיך פירן.
סאטמאר האט קיינמאל נישט (עכ״פ אפעציעל...) געחלומט פון גיין צו אלע ציונים און אוועקנעמען קינדער פון דארט... הלמאי, ממש עבודה זרה! די תורה האט געהייסן בטל מאכן עבודה זרה... (איך רעד נישט פון פרשת יוסעלע שוכמאכער וואס דארט זענען געווען צוויי צדדים אין א משפחה פייט). זייט מיר זענען אין גלות איז דער חיוב מחיית עמלק נישט קיין פיזישער חיוב...
עס קומט דא שטארק אריין דעם פשוט׳ן חיוב וואס גוים פארשטייען אויך, פון ראטעווען מענטשן וואס דערטרינקען זיך. דאס איז פשוט ישוב העולם וויאזוי דער אויבערשטער האט באשאפן זיין וועלטל, אז מענטשן זאלן זיך מוזן העלפן.
אבער אפשר האב איך נישט גענוג ארויסגעברענגט, אז מיר אידן האבן דאך א ספעציעלע חיוב פון מציל זיין א נפש מישראל פון רוצחים. און דאס איז וואס מען דארף טון בכל חומר הדין.