כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
שוין געגאנגען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 313
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 9:09 pm
Location: Ny
x 608

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שוין געגאנגען »

גארנישט האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 05, 2025 6:34 pm
מענדי קעניג האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 05, 2025 6:26 pm
העלאו בעלאו האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 05, 2025 5:27 pm מענדי מענדי מענדי (בניגון מיכאל) איך ווער משוגע פאר דיין שפראך עס דערקענט זיך א לויטערע אמת'דיקייט אן קיין אגענדעס.

הלוואי קען מען הערן פון דיר מער איבער די גאנצע נושה פון לב טהור, וואס איז באמת געווען וואס טרייבט מען איבער, וואס איז געווען די ברעקינג פוינט? איז דא אמת'ע נקודות דארטן? וכו' וכו' וכו'.

איך און אנדערע זענען זייער צומישט איבער אסאך זאכן הלואי קענסטו שרייבן מער ווייל ס'איז ניכרן דברי אמת , פארשטייט זיך דו קומסט נישט גארנישט פאר קיינעם , אבער זדשאסט פאר די היסטאריע ביכער און ווי אויך אז די אלע וואס זענען סקעפטיש זאלן קענען הערן די אמת און איך גלייב אז מען וועט דיר גלייבן ווי געזאגט ניכרן דברי אמת פון א פיור לויטערע מענטש, וואס קען שרייבן קריטיק אויף לב טהור און אויף די עסקנים אן קיין העיט נאר בלויז דברים כהוויתן. (פארשטייט זיך נישט שרייבן קריטיק אויף נעמען)
פארשטייט זיך די עסקנים האבן געמיינט די בעסטע און ווי אויך רוב לב טהור אבער צו הערן פון א אינעווייניג/דרויסענדיגע בליק וועלן זאכן ווערן ליכטיג.
ייש"כ פאר די גוטע ווערטער.
כוועל זיין אמתדיג כהאב שוין א שיינע פאר מאל געזיצן און געשריבן פאר איבער א האלבע שעה און די מערכת האט עס גימעקט אונטער 5 מיניט נאכן פאוסטן.
מיט די צייט לערן איך וואסערע זאכן צו שרייבן און וואס נישט. בכלליות קומט מיך אויס צו שרייבן נאר ווען איינער שרייבט עפעס און איך אריין מיט די צווייטע זייט/חלק פון די מעשה.
נישט אייביג לאזט מען מיך שרייבן דברים כהווייתן...
די מערכת האט נישט קיין שום פראבלעם אז דו זאלסט מאכן א ווידיאו אינטערוויו און מפרסם זיין אויף גוגל דרייוו
אמת אבער די דארף פארשטיין אז די וועג איז זייער שווערע פאר א יוצא לב טהור צו טון עס איז גרינגע פאר זיי צו שרייבן אבער אזוי מעק מען אויס וואס ער שרייבט
מענדי קעניג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 165
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:23 pm
Location: NY
x 2403

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מענדי קעניג »

א דרשה פון די חכם א טאג פאר זיין sentencing
ווער פאקט זיך פעק???
פיילס
AUD-20251104-WA0033.mp3
(952.42 KiB) דאונלאודעד 980 מאל
חאצקיל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 135
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:19 pm
Location: Brooklyn
x 285

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חאצקיל »

מענדי קעניג האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 05, 2025 7:50 pm א דרשה פון די חכם א טאג פאר זיין sentencing
ווער פאקט זיך פעק???
נאכנישט דורך קיין 30 טעג.
העלאו בעלאו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 170
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 11:35 pm
Location: Brooklyn
x 325

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך העלאו בעלאו »

מענדי קעניג האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 05, 2025 7:50 pm א דרשה פון די חכם א טאג פאר זיין sentencing
ווער פאקט זיך פעק???
ווייטע בליק אויף מאמדאני?.....
בני יואל
פרישער באניצער
פאוסטס: 95
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 10:35 pm
x 177

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בני יואל »

מענדי קעניג האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 05, 2025 7:50 pm א דרשה פון די חכם א טאג פאר זיין sentencing
ווער פאקט זיך פעק???
ער האט אינסייד אינפארמעישאן………
מענדי קעניג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 165
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:23 pm
Location: NY
x 2403

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מענדי קעניג »

ראש השנה תשע"ט.

עס איז גיווען א דראמאטישע תקופה פון שרקליכע בירורים מהאט גיזעהן בחוש ווי די אייבערשטער שאקעלט די שטריק אזוי שטארק פאר די גאולה און מענטשן פאלן אוועק פון די קדושה ווי פליגן.

די רבי שליט"א / חכם האט שוין אנגיזאגט מיט רוח הקודש תשעה באב אז ימים נוראים צייט וועט זיין שטארקע בירורים. וכך הווא 2 וואכן פאר ראש השנה איז נתברר גיווארן אז די פיש פלייש אייער מילך זענען טריפה ליידער און אסור בתכלית האיסור.
גלייך נאכדעם זענען די 2 לעווי'ס אוועק גיפאלן פון די קדושה אזוי אויך מרת טעלער וואס האט ווייטער גיגעסן פיש האט גיפלויגן פון די חבורה גלייך נאך יום הקדוש. אפילו די רב שליט"א האט גיהאט שווערע ניסיונות דעמאלטס וואס די אנהייב האט ער נישט ביי גישטאנען און די רבי האט עהם געמוזט מרחק זיין אבער ב"ה ערב שבת תשובה האט ער זיך גיכאפט און מקבל גיווען אלע תיקוני תשובה און זוכה געווען צוריק אריין צו קומען אינעם הייליגן שטעטל.

מוצאי ראש השנה האט די חכם באקומען א רוח הקודש אז סדא גרים וואס האבן ווייטער גיגעסן די טריפה'נע פיש, אבער די רוח הקודש האט נישט גיזאגט די נעמען וועלכע, ממילא האט די רבי בעצת הגאון יעקב נחום וויינגארטן מחליט גיווען צו שיקן עזרא מנחם מיט א פעקל קענדיס מיט די טמא'נע הכשר פון בד"ץ צו איינרעדן די גרים עסן דערפון (והא קשיא אויב סאיז טריפה ווי מעג מען זיין א מסית ומדיח און מחטיא תמימותדיגע גרים???
האסט קשיות אויף די רוח הקודש? ביסטו אליינס א ערב רב. ארויס פון בבל!)
בקיצור ערב שבת תשובה נאכמיטאג אין די זעלבע מיניטן וואס די רב האט זוכה גיווען צו תשובה טוהן איז יעקב נחום ארום גיגאנגען פון הויז צו הויז פון אלע גרים וואס האבן זיך מטמא גיווען מיט די קענדיס פון עזרא מנחם און זיי גיגעבן צייט ביז די שקיעה צו זיין אינדרויסן פון שטעטל הם נשיהם ובניהם ובנותיהם וכל אשר להם א סך הכל פון 9 משפחות מיט קליינע קינדער.
אלעס וואס בלייבט איבער איז גיווארן הפקר.
די ווייטאגליכע חלק איז גיווען אז 3 משפחות פון זיי האבן אריין גיפאקט זייער גאנצע פארמעגן אין 1 טראק וואס זיי האבן עס גמיזט איבער לאזן אין א דערנעביגע דארף וועגן סאיז גיווארן שקיעה און נאך שבת זענען זיי געקומען ואיננו, זייער גאנצע פארמעגן איז גי'גנב'ט גיווארן אזוי האבן זיי גידארפט פראווענען יום הקדוש און סוכות בעירום וחוסר כול.

אין יענע תקופה פלעגט די רבי זיצן גאנצע נעכט אין בית מדרש און ווען זיין רוח הקודש האט גירוהט אויף עהם פלעגט ער אפטן כאפן א בחור און לערנען מיט עהם די גאנצע נאכט און עהם געבן לויטרע תיקוני תשובה און דערנאך ריפן די גבאי מזאל שטעלן לחיים ווייל דעיע בחור ווערט א חתן... אזוי איז גיווארן פיל מיט הערליכע שידוכים אין שטעטל.
אזוי אויך פלעגט די רבי כאפן סתם יונגעלייט און זיי אויסטיילן א גאנצע ליסט מיט תיקונים ווי למשל 3 יאר תענית דיבור, 2 יאר שלאפן אויפן ערד, א יאר גלות פון דערהיים, און במשך די גאנצע צייט פאסטן יעדן ערב שבת און באקומען מלקות פון מכאל יהודה.
מאיז געקומען צו א מצב ווי די נייע חתנים האבן געוויסט אז זיי האבן חתונה צו זעהן זייער ווייב איין מאל א חודש.

איינע פון די דראמאטישע מעשיות יענע תקופה איז פארגעגאנגען מיט א יונגערמאן וואס די רבי האט גיזעהן גיפערליכע פלעקן אויף זיין נשמה נאך פון פאריגע גלגול און עהם געמיזט געבן גאר שווערע תיקונים פון:
1- זיין אין גלות פון דערהיים פאר 3 יאר אויכעט נישט אהיים 1 מאל א חודש.
2- תענית דיבור און שלאפן אויפן ערד אפילו אן א קישן פאר 3 יאר .
3- טוהן ביזיון'דיגע ארבעט פון צוזאם שלעפן די גארביטש פון גאנץ בבל און נישט טוישן די שמוציגע קליידער נאר פאר דאווענען.
4- נישט טארן האבן קיין שום שייכות מיט זיינע קינדערלעך אפילו שבת אין בית מדרש טאר ער נישט רעדן צו זיי במשך די 3 גלות יארן ווייל ער איז מטמא בהבל פיו.

ערב ראש השנה צופרי האט די חכם באקומען א רוח הקודש אז דעיע יונגערמאן איז נישט מקיים בשלימות די תיקונים, די חכם האט עהם גלייך גערופן און עהם גיזאגט אז ביסט מרוחק לעולם ועד, דיין נשמה האט קיינמאל קיין תיקון מער.
דער יונגערמאן וואס האט באמת יא גיוואלט תשובה טוהן איז גיפאלן צו די חכם'ס פיס און זיך גענימען בעטן פאר רחמנות אבער סאיז גיפאלן אויף טויבע אויערן ביז די גבאי איז געצווינגען גיווארן עהם ארויס צו שלעפן אינדרויסן אבער די יונגערמאן האט זיך נישט גילאזט ער איז געבליבן שטיין אינדרויסן פון די חכם'ס קאנטעינער פאר איבער 30 שעה ביז די צווייטע נאכט ראש השנה וואס דעמאלטס האט די חכם זיך דערבארעמט אויף עהם און עהם איבער גיגעבן אז אויב ער וויל באמת תשובה טוהן דארף ער מארגן פאר תקיעת שופר מקבל זיין ברבים א נדר אינפראנט די ספר תורה און בי"ד צו געבן א גט פאר זיין ווייב אין 30 טעג.

המשך יבוא....
העלאו בעלאו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 170
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 11:35 pm
Location: Brooklyn
x 325

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך העלאו בעלאו »

אין מילים!!
א נאוועל בוך פון היינטיגע צייטן, וואלט געווען א בעסט סעלער..
(דערמאנט שטארק פון שמואל פוקס שפראך, ווי דו רייסט גארנישט אראפ נאר דו פארציילסט בלויז ווי געזאגט אויבן דברים כהוויתן)
און ענדיגסט נאך מיט דיין לעצטע שורה..
קעעענט וועיט!
ממעמקים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 116
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 9:13 pm
Location: ברוקלין
x 514

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ממעמקים »

איך בין blank!!!!!,
אין מילים!!!!!!
און נאכדערצו ווען איך קוק אויף די קעפל און איך זעה אז דאס האט נישט געשריבן א מאמענט שרייבער אינטער די איינפלוס און אנווייזונגען פון געוויסע עסקנים, דאס איז נישט ווערטער פון א פראפעסיאנאלע מארקעטער….
נאר לויטער מענדי,
“No filters”
א שרעק צו ליינען און זיך איבערצייגן אז די מעשיות וואס מען האט פארציילט זענען פשוט יעצט קאנפירמד ביי מענדי!!
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1852
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3278

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הדסים »

א פחד. כ'בין געווארן דערציטערט אנהויב ליינעדיג ד ר י י י א ר (!) תענית דיבור. ס'האט נישט גענומען לאנג און כ'האב געזען אז דריי איז ווייניגער ווי האלב פון זיבן רח"ל

ש'כח מענדי. אין מילים
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
שוין געגאנגען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 313
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 9:09 pm
Location: Ny
x 608

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שוין געגאנגען »

מענדי קעניג האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 1:40 am ראש השנה תשע"ט.

עס איז גיווען א דראמאטישע תקופה פון שרקליכע בירורים מהאט גיזעהן בחוש ווי די אייבערשטער שאקעלט די שטריק אזוי שטארק פאר די גאולה און מענטשן פאלן אוועק פון די קדושה ווי פליגן.

די רבי שליט"א / חכם האט שוין אנגיזאגט מיט רוח הקודש תשעה באב אז ימים נוראים צייט וועט זיין שטארקע בירורים. וכך הווא 2 וואכן פאר ראש השנה איז נתברר גיווארן אז די פיש פלייש אייער מילך זענען טריפה ליידער און אסור בתכלית האיסור.
גלייך נאכדעם זענען די 2 לעווי'ס אוועק גיפאלן פון די קדושה אזוי אויך מרת טעלער וואס האט ווייטער גיגעסן פיש האט גיפלויגן פון די חבורה גלייך נאך יום הקדוש. אפילו די רב שליט"א האט גיהאט שווערע ניסיונות דעמאלטס וואס די אנהייב האט ער נישט ביי גישטאנען און די רבי האט עהם געמוזט מרחק זיין אבער ב"ה ערב שבת תשובה האט ער זיך גיכאפט און מקבל גיווען אלע תיקוני תשובה און זוכה געווען צוריק אריין צו קומען אינעם הייליגן שטעטל.

מוצאי ראש השנה האט די חכם באקומען א רוח הקודש אז סדא גרים וואס האבן ווייטער גיגעסן די טריפה'נע פיש, אבער די רוח הקודש האט נישט גיזאגט די נעמען וועלכע, ממילא האט די רבי בעצת הגאון יעקב נחום וויינגארטן מחליט גיווען צו שיקן עזרא מנחם מיט א פעקל קענדיס מיט די טמא'נע הכשר פון בד"ץ צו איינרעדן די גרים עסן דערפון (והא קשיא אויב סאיז טריפה ווי מעג מען זיין א מסית ומדיח און מחטיא תמימותדיגע גרים???
האסט קשיות אויף די רוח הקודש? ביסטו אליינס א ערב רב. ארויס פון בבל!)
בקיצור ערב שבת תשובה נאכמיטאג אין די זעלבע מיניטן וואס די רב האט זוכה גיווען צו תשובה טוהן איז יעקב נחום ארום גיגאנגען פון הויז צו הויז פון אלע גרים וואס האבן זיך מטמא גיווען מיט די קענדיס פון עזרא מנחם און זיי גיגעבן צייט ביז די שקיעה צו זיין אינדרויסן פון שטעטל הם נשיהם ובניהם ובנותיהם וכל אשר להם א סך הכל פון 9 משפחות מיט קליינע קינדער.
אלעס וואס בלייבט איבער איז גיווארן הפקר.
די ווייטאגליכע חלק איז גיווען אז 3 משפחות פון זיי האבן אריין גיפאקט זייער גאנצע פארמעגן אין 1 טראק וואס זיי האבן עס גמיזט איבער לאזן אין א דערנעביגע דארף וועגן סאיז גיווארן שקיעה און נאך שבת זענען זיי געקומען ואיננו, זייער גאנצע פארמעגן איז גי'גנב'ט גיווארן אזוי האבן זיי גידארפט פראווענען יום הקדוש און סוכות בעירום וחוסר כול.

אין יענע תקופה פלעגט די רבי זיצן גאנצע נעכט אין בית מדרש און ווען זיין רוח הקודש האט גירוהט אויף עהם פלעגט ער אפטן כאפן א בחור און לערנען מיט עהם די גאנצע נאכט און עהם געבן לויטרע תיקוני תשובה און דערנאך ריפן די גבאי מזאל שטעלן לחיים ווייל דעיע בחור ווערט א חתן... אזוי איז גיווארן פיל מיט הערליכע שידוכים אין שטעטל.
אזוי אויך פלעגט די רבי כאפן סתם יונגעלייט און זיי אויסטיילן א גאנצע ליסט מיט תיקונים ווי למשל 3 יאר תענית דיבור, 2 יאר שלאפן אויפן ערד, א יאר גלות פון דערהיים, און במשך די גאנצע צייט פאסטן יעדן ערב שבת און באקומען מלקות פון מכאל יהודה.
מאיז געקומען צו א מצב ווי די נייע חתנים האבן געוויסט אז זיי האבן חתונה צו זעהן זייער ווייב איין מאל א חודש.

איינע פון די דראמאטישע מעשיות יענע תקופה איז פארגעגאנגען מיט א יונגערמאן וואס די רבי האט גיזעהן גיפערליכע פלעקן אויף זיין נשמה נאך פון פאריגע גלגול און עהם געמיזט געבן גאר שווערע תיקונים פון:
1- זיין אין גלות פון דערהיים פאר 3 יאר אויכעט נישט אהיים 1 מאל א חודש.
2- תענית דיבור און שלאפן אויפן ערד אפילו אן א קישן פאר 3 יאר .
3- טוהן ביזיון'דיגע ארבעט פון צוזאם שלעפן די גארביטש פון גאנץ בבל און נישט טוישן די שמוציגע קליידער נאר פאר דאווענען.
4- נישט טארן האבן קיין שום שייכות מיט זיינע קינדערלעך אפילו שבת אין בית מדרש טאר ער נישט רעדן צו זיי במשך די 3 גלות יארן ווייל ער איז מטמא בהבל פיו.

ערב ראש השנה צופרי האט די חכם באקומען א רוח הקודש אז דעיע יונגערמאן איז נישט מקיים בשלימות די תיקונים, די חכם האט עהם גלייך גערופן און עהם גיזאגט אז ביסט מרוחק לעולם ועד, דיין נשמה האט קיינמאל קיין תיקון מער.
דער יונגערמאן וואס האט באמת יא גיוואלט תשובה טוהן איז גיפאלן צו די חכם'ס פיס און זיך גענימען בעטן פאר רחמנות אבער סאיז גיפאלן אויף טויבע אויערן ביז די גבאי איז געצווינגען גיווארן עהם ארויס צו שלעפן אינדרויסן אבער די יונגערמאן האט זיך נישט גילאזט ער איז געבליבן שטיין אינדרויסן פון די חכם'ס קאנטעינער פאר איבער 30 שעה ביז די צווייטע נאכט ראש השנה וואס דעמאלטס האט די חכם זיך דערבארעמט אויף עהם און עהם איבער גיגעבן אז אויב ער וויל באמת תשובה טוהן דארף ער מארגן פאר תקיעת שופר מקבל זיין ברבים א נדר אינפראנט די ספר תורה און בי"ד צו געבן א גט פאר זיין ווייב אין 30 טעג.

המשך יבוא....
א גוט מארגן טייער יידן יעצט נאכן לייענען און הערן א ביסל פון די צער א את שכח פאר אונזער חבר פארן שרייבן לאמיר ארויס העלפן זיי משפחה דא איז די לינק,

https://toirem.org/31069

דער וואס האט שוין געגעבן קען מקיים זיין נתן תתן אפילו מאה פעמים
קטןודל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 422
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 8:48 am
x 642

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קטןודל »

מענדי קעניג האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 05, 2025 7:50 pm א דרשה פון די חכם א טאג פאר זיין sentencing
ווער פאקט זיך פעק???
א סקרוך לויפט דורך אין די ביינער צו הערן קולו בקודש פון מרנא ורבנא הזקן החכם שליט"א, כי נכסוף נכספנו זיך אנצוזאפן מיט די ציכטיג לויטערע שטימע וואס שפרודלט מיט קדושה, ועל כולם כשמו כן הוא גיסט זיך מעיינות של חכמה פון יעדעס ווארט, הכי קרא שמו חכם כי חכם הוא, בפרט ווען מען האט זיך איבערצייגט אז דבר אחד מדבריו לא נפל ארצה, אמעריקע איז צופאלן, צושטיקלט, צופיצלט, גפרה ומלח שרפה כל הארץ, די עירוב רב איז א פארגאנגענהייט, און בלויז די שרידים אשר ה' קורא וואס זענען בעוד מועד אנטלאפן קיין מאנגאליע, זימבאבווע און מוזאמביק, האבן זוכה געווען איבערצולעבן און פארמירן דעם ווייטערדיגן המשך פון כלל ישראל צו וועלכע דער גואל צדק וועט בקרוב קומען.

אשרינו שזכינו.
אוועיטער
שעפעריש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 108
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 1:01 am
Location: Monsey
x 925

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שעפעריש »

ש'כח @מענדי א פחד צו ליינען, ס'רייסט ביים הארץ,
וויפיל מ'הערט קען מען נאכאלץ נישט באגרייפן וויפיל רשעות ס'קען ליגן אין איין מענטש,
זאל די אויבערשטער שוין פריילעך מאַכן די אומשולדיגע אויסגעלייטערטע מ'תיקון'דיגע אידעלעך😥😥😥
יעקב דוד
פרישער באניצער
פאוסטס: 52
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 11:20 pm
x 201

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יעקב דוד »

ממעג זאגן דא א נאמען? ווער איז די אינגערמאן וואס אזוי נעבעך מיטגכמאכט?
שוין געגאנגען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 313
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 9:09 pm
Location: Ny
x 608

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שוין געגאנגען »

יעקב דוד האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 9:15 am ממעג זאגן דא א נאמען? ווער איז די אינגערמאן וואס אזוי נעבעך מיטגכמאכט?
בעסער אז נישט רוב יוצאים וויל נישט מען זאל שרייבן זייער נאמען
שמייכל תמיד
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 8:06 pm
x 6

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמייכל תמיד »

שוין געגאנגען האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 9:30 am
יעקב דוד האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 9:15 am ממעג זאגן דא א נאמען? ווער איז די אינגערמאן וואס אזוי נעבעך מיטגכמאכט?
בעסער אז נישט רוב יוצאים וויל נישט מען זאל שרייבן זייער נאמען
האט נישט די אינגערמאן עס פארציילט אויף א אינטערוויו?
Eric Trump
פרישער באניצער
פאוסטס: 18
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 04, 2025 3:58 pm
x 35

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך Eric Trump »

יעקב דוד האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 9:15 am ממעג זאגן דא א נאמען? ווער איז די אינגערמאן וואס אזוי נעבעך מיטגכמאכט?
ער האט עס אליינס פארציילט אויף א בליק לייו עיין שם
געצל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 206
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:54 am
x 141

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך געצל »

שמייכל תמיד האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 9:38 am
שוין געגאנגען האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 9:30 am
יעקב דוד האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 9:15 am ממעג זאגן דא א נאמען? ווער איז די אינגערמאן וואס אזוי נעבעך מיטגכמאכט?
בעסער אז נישט רוב יוצאים וויל נישט מען זאל שרייבן זייער נאמען
האט נישט די אינגערמאן עס פארציילט אויף א אינטערוויו?

אויב פארשטיי איך פון וועמען מען רעדט, יא
אוועיטער
ז'וריקער
פרישער באניצער
פאוסטס: 45
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 07, 2025 4:14 pm
Location: אין גלות
x 325

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ז'וריקער »

דאס איז נאר א חלק פון די שטורעמישע מעשה פון ר' יואליש מארקוס וואס האט עס אליינס דערציילט אויף אן אינטערוויא וואס איז געווען ארויפגעלייגט דא ממילא זעה איך נישט די פראבלעם פון שרייבן א נאמען
...Thank you for your attention to this matter
ברוך כבוד
פרישער באניצער
פאוסטס: 99
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 12:32 pm
Location: קעטסקילס
x 354

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ברוך כבוד »

מענדי קעניג האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 1:40 am ראש השנה תשע"ט.
► Show Spoiler
המשך יבוא....
טרערן רינען... אן אויסמיש פון לאכן און וויינען... אומגלויבליך שכך עלתה בימינו... ממש אין גלות צווישן יודן איז די ערגסטע פון אלע... :roll: :roll: :roll:

יש"כ @מענדי קעניג
WE WANT MORE!!!!
ים התלמוד
פרישער באניצער
פאוסטס: 66
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 3:58 pm
x 130

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ים התלמוד »

מענדי קעניג האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 1:40 am וכך הווא 2 וואכן פאר ראש השנה איז נתברר גיווארן אז די פיש פלייש אייער מילך זענען טריפה ליידער און אסור בתכלית האיסור.
פאר דעע איסור וואס האט מען געמעגט עסן? וואס זענען געוועהן די הלכות און פון וואו האט מען באקומען די פלייש פיש און מילך וכו'?
קטןודל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 422
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 8:48 am
x 642

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קטןודל »

יש"כ @מענדי קעניג א שרעק צו ליינען דיינע ווערטער, און נאך שרעקליכער ווען מען איז זיך מתבונן אז דאס האט זיך ליידער אפגעשפילט אין די ווירקליכקייט אויף אומשולדיגע אידיש נפשות על לא עוול בכפם.

זיי ביטע ממשיך צו שרייבן, האסט א גוטן פעדער, כאטש וואס די נושא איז ווייטאגליך.
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 780
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3157

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

מענדי קעניג האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 05, 2025 6:26 pm
העלאו בעלאו האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 05, 2025 5:27 pm מענדי מענדי מענדי (בניגון מיכאל) איך ווער משוגע פאר דיין שפראך עס דערקענט זיך א לויטערע אמת'דיקייט אן קיין אגענדעס.

הלוואי קען מען הערן פון דיר מער איבער די גאנצע נושה פון לב טהור, וואס איז באמת געווען וואס טרייבט מען איבער, וואס איז געווען די ברעקינג פוינט? איז דא אמת'ע נקודות דארטן? וכו' וכו' וכו'.

איך און אנדערע זענען זייער צומישט איבער אסאך זאכן הלואי קענסטו שרייבן מער ווייל ס'איז ניכרן דברי אמת , פארשטייט זיך דו קומסט נישט גארנישט פאר קיינעם , אבער זדשאסט פאר די היסטאריע ביכער און ווי אויך אז די אלע וואס זענען סקעפטיש זאלן קענען הערן די אמת און איך גלייב אז מען וועט דיר גלייבן ווי געזאגט ניכרן דברי אמת פון א פיור לויטערע מענטש, וואס קען שרייבן קריטיק אויף לב טהור און אויף די עסקנים אן קיין העיט נאר בלויז דברים כהוויתן. (פארשטייט זיך נישט שרייבן קריטיק אויף נעמען)
פארשטייט זיך די עסקנים האבן געמיינט די בעסטע און ווי אויך רוב לב טהור אבער צו הערן פון א אינעווייניג/דרויסענדיגע בליק וועלן זאכן ווערן ליכטיג.
ייש"כ פאר די גוטע ווערטער.
כוועל זיין אמתדיג כהאב שוין א שיינע פאר מאל געזיצן און געשריבן פאר איבער א האלבע שעה און די מערכת האט עס גימעקט אונטער 5 מיניט נאכן פאוסטן.
מיט די צייט לערן איך וואסערע זאכן צו שרייבן און וואס נישט. בכלליות קומט מיך אויס צו שרייבן נאר ווען איינער שרייבט עפעס און איך אריין מיט די צווייטע זייט/חלק פון די מעשה.
נישט אייביג לאזט מען מיך שרייבן דברים כהווייתן...
@מענדי קעניג מאמע פארלירט זירע דירה, ווייל זי קען נישט צאלן פאר די קליין פארשטופט'ע לאך צו וואוינען.

ס'קאסט $1,400 פאר אירע רענט.

ווילט איר אפשר ספאנסערן א חודש רענט פאר מענדי'ס מאמע = $1,400 אדער א וואך= $350 ממש מחיה צו זיין א ציבראכענע עלטערע פרוי א יוצא פון ל"ט?

https://toirem.org/31069

די משפחה צורייסט זיך שרעקליך זיי האלטן יעצט אויס א מאמע מיט א פאר שוועסטערס מיט אלע אויף איינמאל, ווען זיי אליין זענען בסה"כ אליין יוצאים, וואס האבן נישט די גרויסע פארמעגליכקייטן.

ענק אלע זען @מענדי קעניג קווענקילט זיך שוין, פאר די ריכטיגע סומע וועט ער אפשר זיין גרייט אויף דעם אינטערוויו
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 780
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3157

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

מענדי קעניג האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 05, 2025 7:50 pm א דרשה פון די חכם א טאג פאר זיין sentencing
ווער פאקט זיך פעק???
וואס האט מען מסביר געווען אין ל"ט נאכדעם, אז וויבאלט מ'האט נישט געניג געדאווענט דערפאר איז אמעריקא נישט אפגעמעקט געווארען?


https://toirem.org/31069
דאס קען העלפן מענדי'ס משפחה מער ווי אלעס
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 780
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3157

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

שעפעריש האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 9:04 am ש'כח @מענדי א פחד צו ליינען, ס'רייסט ביים הארץ,
וויפיל מ'הערט קען מען נאכאלץ נישט באגרייפן וויפיל רשעות ס'קען ליגן אין איין מענטש,
זאל די אויבערשטער שוין פריילעך מאַכן די אומשולדיגע אויסגעלייטערטע מ'תיקון'דיגע אידעלעך😥😥😥
רשעות צו שגעון אדער פשוט'ע דמיונות אדער ALL OF THE ABOVE?

https://toirem.org/31069
דאס קען העלפן מענדי'ס משפחה מער ווי אלעס
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
שוין געגאנגען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 313
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 9:09 pm
Location: Ny
x 608

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שוין געגאנגען »

גרינטליך האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2025 11:34 am
מענדי קעניג האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 05, 2025 6:26 pm
העלאו בעלאו האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 05, 2025 5:27 pm מענדי מענדי מענדי (בניגון מיכאל) איך ווער משוגע פאר דיין שפראך עס דערקענט זיך א לויטערע אמת'דיקייט אן קיין אגענדעס.

הלוואי קען מען הערן פון דיר מער איבער די גאנצע נושה פון לב טהור, וואס איז באמת געווען וואס טרייבט מען איבער, וואס איז געווען די ברעקינג פוינט? איז דא אמת'ע נקודות דארטן? וכו' וכו' וכו'.

איך און אנדערע זענען זייער צומישט איבער אסאך זאכן הלואי קענסטו שרייבן מער ווייל ס'איז ניכרן דברי אמת , פארשטייט זיך דו קומסט נישט גארנישט פאר קיינעם , אבער זדשאסט פאר די היסטאריע ביכער און ווי אויך אז די אלע וואס זענען סקעפטיש זאלן קענען הערן די אמת און איך גלייב אז מען וועט דיר גלייבן ווי געזאגט ניכרן דברי אמת פון א פיור לויטערע מענטש, וואס קען שרייבן קריטיק אויף לב טהור און אויף די עסקנים אן קיין העיט נאר בלויז דברים כהוויתן. (פארשטייט זיך נישט שרייבן קריטיק אויף נעמען)
פארשטייט זיך די עסקנים האבן געמיינט די בעסטע און ווי אויך רוב לב טהור אבער צו הערן פון א אינעווייניג/דרויסענדיגע בליק וועלן זאכן ווערן ליכטיג.
ייש"כ פאר די גוטע ווערטער.
כוועל זיין אמתדיג כהאב שוין א שיינע פאר מאל געזיצן און געשריבן פאר איבער א האלבע שעה און די מערכת האט עס גימעקט אונטער 5 מיניט נאכן פאוסטן.
מיט די צייט לערן איך וואסערע זאכן צו שרייבן און וואס נישט. בכלליות קומט מיך אויס צו שרייבן נאר ווען איינער שרייבט עפעס און איך אריין מיט די צווייטע זייט/חלק פון די מעשה.
נישט אייביג לאזט מען מיך שרייבן דברים כהווייתן...
@מענדי קעניג מאמע פארלירט זירע דירה, ווייל זי קען נישט צאלן פאר די קליין פארשטופט'ע לאך צו וואוינען.

ס'קאסט $1,400 פאר אירע רענט.

וויל איינער ספאנסערן א חודש רענט פאר $1,400 אדער א וואך= $350 פאר א צעבראכענע פרוי א יוצא פון ל"ט?

https://toirem.org/31069

די משפחה צורייסט זיך שרעקליך זיי האלטן יעצט אויס א מאמע מיט א פאר שוועסטערס מיט אלע אויף איינמאל, ווען זיי אליין זענען בסה"כ אליין יוצאים, וואס האבן נישט די גרויסע פארמעגליכקייטן.

ענק אלע זען @מענדי קעניג קווענקילט זיך שוין, פאר די ריכטיגע סומע וועט ער אפשר זיין גרייט אויף דעם אינטערוויו
רבותי לאמיר אלע שרייען צו משפחה מלכה מיר כלל ישראל גייט ענק העלפן
שרייב פאוסט