קיינער האט נישט קיין פראבלעם מיט די עצם מעורר זיין איבער די פראבלעם פון מסירה און ווארשיינליך וועט קיינער פון די היגע שרייבערס חלילה נישט גיין מסר'ן א צווייטע איד. די רעאקציע קומט פשוט ווען די מעורר איז פערצופאל איינער וואס האט זיך כסדר אנגענומען און זיך געפריידט מיט די שפיצל וואס איז געטון געווארן און פלוצלינג ווערט ער זייער הייליג איבער די נושא פון מסירה.Think and Thank האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 28, 2025 3:14 pmבערל דער פייפער האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 28, 2025 3:12 pmער שרייבט אז מען דארף א דעת תורה.פינק פייער האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 28, 2025 2:38 pm
די ביזט זייער פארנומען פון שפילן רחמנות א בחינה ווי די לב טהור חברה, וויין נישט יעצט און שפיל נישט יעצט א וויקטעם נרדף געים, די לעגאלע קאנסקווענצען האט מען געדארפט טראכטען ביפאר
וואס איז שלעכט? יעדע תורה געטרייער איד דארף א דעת תורה פאר זיינע שריט.
אז דו ווילסט דוקא וויסן, איך האב שוין אמאל געטון עפעס וואס איז בגדר מסירה (כאטש נישט מסירה ממש), אבער ווי יעדער שומר תורה ומצוות האב איך פאר'ן טון עפעס וואס קען זיין אסור אנגעפרעגט א שאלה ביי א דיין און ער האט מיר גע'פסק'נט את המעשה אשר יעשון. איך באגרייף נישט געהעריג די ווילדקייט וואס מאנכע האבן קעגן דאס פרעגן א שאלה פאר מען טוט עפעס וואס איז מעגליך מותר מעגליך אן איסור חמור מאוד.
פארשטייסט אז ווען א שווינדלער וועט ווארענען זיין קרבן איבער די הארבקייט פון מסר'ן וועט אים יענער צוריקשיסן 'קום מיך נישט זאגן וואס איך מעג יא אדער נישט טון, דו ביזט די לעצטע מענטש וואס זאל מיך מעורר זיין. אז דו האסט מורא פון מסירה דאן טו נישט די עוולה אין פירסט פלעיס, איך וועל טון אלעס וואס איך מעג'.