כת לב טהור אין גוואטעמאלע

תקנות פון דעם פארום
מודעה משמחת.
אויפ'ן פארלאנג פון מערערע אקטיווע מיטגלידער, האבן מיר געעפנט איין נייע פארום וואו יעדער וועט קענען שרייבן, אבער יעדע תגובה וועט ערשיינען נאר נאכ'ן באשטעטיגן ווערן דורך א מנהל אדער אחראי.
יעדע נארמאלע שאלה אדער אינפארמאציע, איז וועלקאם און וועט ווערן אפראווד בס"ד אין די ערשטע מעגליכקייט.
אוועיטער
כאטש טראץ אפי'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 2:29 pm
x 518

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כאטש טראץ אפי' »

לויטערע הימל האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 11:03 pm די אמת איז קיינער האט נישט געוואלט אנטלויפן קיין קאלאמביה אבער וואס קען מען טוהן אז מסטראשעט אז מגייט אוועק כאפן אינזערע קינדער מען האט נישט געגאנגען קיין קאלאמביה צי לעקן האניג פשוט נאר מענטשען האבן געהאלטען ביים איין סטראשענען אז נאך סוכות גייט מען אוועק כאפן אינזערע קינדער פארוואס אוועק כאפן ??? פארוואס נישט ווען מזעט א קאטשקע בייסט א אנדרע קאטשקע דאמאלטץ קימען אלע קאטשקעס צי איר ביסן כידוע איר ווייסט דאך אז סע שטייט דאך והאלקום יבקש את נרדף אפילו צדיק רודף רשע וועק אויף דיין הארץ צי העלפן יעדע איד נישט נאר יוצאי לב טהור אפילו איינער וואס איז און לב טהור דארף מען העלפן וועגן איינער איז א חלק פון לב טהור דארף ער נישט עסן ( ווייל מטאר זיי נישט שוין אזוי זאגט מען בשם די שטן ) ביטע שום לב ?????
הונדערט פראצענט!!!
וויאזוי קען מען דיר העלפן @לויטערע הימל ? דו ביזט א איד פונקט ווי אלע יוצאים, מיר ווילן דיר באמת העלפן!! זאג אונז נאר וויאזוי,
געדענק כלל ישראל האט דיך באמת ליב, פארגעס נישט פון דעם!
אוועיטער
כאטש טראץ אפי'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 2:29 pm
x 518

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כאטש טראץ אפי' »

בן תורה האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 11:06 pm אויף קרעטשמע איז דא א שטיקל אפדעיט וואס יענער זאגט אז די גרופע איז אנגעקומען אויף האנדורע הושענה רבה נאכמיטאג נאכן שקיעה, דאס מיינט שוין נאכן זמן פון שמיני עצרת. און איין משפחה איז נאכגעקומען אביסל שפעטער און יענע משפחה איז יא געפארן שמיני עצרת געהעריג
@לויטערע הימל האט מברר געווען אז סע ליגנט, דו גלייבסט מער קרעטשמע?
תלמיד חכם
ניי צום טיש
פאוסטס: 5
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2025 10:44 pm
x 19

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך תלמיד חכם »

צדיק'ל אונז זעמיר אלע אויף ב"ה אויף אין ווער נישט זאל דער אייבישטער אויף וועקען בקרוב,
רעב איד סאיז קיינמאל נישט צי שפעט צאי לך בעקבי הצאן חינוך הבנים והבנות עד דרך התורה והמסורה
ווי האט דער הייליגע צאנזע רב געזאגט משיח וועט קימען פין אמעריקא

לאמיר זיין באחדות זיך ארויס העלפען אינער דעם צווייטען אין מקבל זיין פני משיח צדקנו בקרוב בימנו

[צי זיין קלאר דעת תורה איז נישט צי שטיצען מענטשען נאך אין די קולט ואיתכם הסליחה]
אוועיטער
כאטש טראץ אפי'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 2:29 pm
x 518

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כאטש טראץ אפי' »

תלמיד חכם האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 11:11 pm צדיק'ל אונז זעמיר אלע אויף ב"ה אויף אין ווער נישט זאל דער אייבישטער אויף וועקען בקרוב,
רעב איד סאיז קיינמאל נישט צי שפעט צאי לך בעקבי הצאן חינוך הבנים והבנות עד דרך התורה והמסורה
ווי האט דער הייליגע צאנזע רב געזאגט משיח וועט קימען פין אמעריקא

לאמיר זיין באחדות זיך ארויס העלפען אינער דעם צווייטען אין מקבל זיין פני משיח צדקנו בקרוב בימנו

[צי זיין קלאר דעת תורה איז נישט צי שטיצען מענטשען נאך אין די קולט ואיתכם הסליחה]
אבער סע זיכער דא א וועג צו העלפן @לויטערע הימל אויף א וועג אז דעת תורה זאל לאזן
רבותי מיר מוזן אים העלפן! ער איז א איד פונקט ווי אונז אלע! אונז האבן אלע איין טאטע, און זענען אלע ברודערס און שוועסטערס!
וועקטס ענק אויף :idea:
לויטערע הימל
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 05, 2025 2:46 am
x 240

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לויטערע הימל »

א גרויסע יישר כח אויף אלעס וואס איר נעמט זיך אן אויף אינז הנרדפים
די אייברשטער וועט אייך צירוק באצאלן בכפלי כפליים
עסקן נמרץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 192
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 11:36 am
x 1140

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך עסקן נמרץ »

לכבוד ידידי @לויטערע הימל

לאמיר עס מאכן זייער בקיצור

מיר פארשטייען זייער דיין פחד אז מ'גייט אוועק נעמען דיינע קינדער, און צוליב דעם האט איר שנעל געמוזט כאפן די ערשטע פליגער און אנטלויפן.

עס גייט אי"ה אדורכגיין אפאר וואכן און איר גייט פארשטיין אז ס'איז נישט געווען די קליגסטע שריט אבער מחמת המצור והמצוק האט מען עס געטון.

איר גייט וועלן צוריקקומען און זיך צוריק איינגלידערן דא, אבער עס גייט זיין זייער שווער.

ווייניגער מענטשן גייען זיין גרייט צו העלפן, און ווייניגער מוסדות גייען זיין גרייט אנצונעמען די קינדער בבוא היום.

אבער, און נאכאמאל אבער, ווי נאר מיר גייען זעהן אז איר מיינט עס ערנסט גיימיר אי"ה פראבירן אייך צו העלפן נאכאמאל זיך מסדר זיין דא אפילו עס גייט זיין זייער זייער שווער.

לאמרי האפן אז ביז דעמאלטס גייט שוין זיין א גרעסערע אויסוואל פון כשר'ע מאכלים, איך ווייס נישט אויב די לעקוואוד קיה גייט נאך זיין עוועלעבל אבער עס גייט לכאורה זיין אנדערע קיען וכדו'.

לאמיר האפן אז איר גייט נישט דארפן דורכגיין צופיל פארן אנקומען צו די לעצטע תיקון, און אז פאר משיח וועט קומען וועט איר זוכה זיין זיך מדבק צו זיין אין די חבורה פון כלל ישראל וואס גייט קבל זיין פני משיח בקרוב.

לאמיר צוזאמען חזר'ו יעדע תתק"ס די ביטול רצון אור שעשועים יחוד תכלית, לאמיר זוכה זיין צו זיין א מרכבה לשכינה און דינען די חבורה מיט אהבה און יראה, מיר זאלן נישט נאכגעשלעפט ווערן נאך די כת הציונים וואס זענען מעכב די גאולה, עס איז טאקע שווער צו זיין פון די וסר מרע משתולל חבורה אבער עס איז נאך שווערער צו פארפאסן די געלעגענהייט לדעת את ה', איך האב ליב דיין אמונה חביבות און תמימות אבער לאמיר זוכה זיין זיך צו מוסר נפש זיין אויף די ג' עבירות חמורות, די באשעפער זאל העלפן מיר זאלן נישט נכשל ווערן אין קיין טריפות ווייל די תורה לאזט נישט, און מיר זאלן האבן די ריכטיגע ביטול צו די גדולי הדור.

נ.ב. איך האב דיר ליב ווייל דו ביזט א איד, אפילו איך האלט אז דו האסט געטון טעותים, ושלום שלום לרחוק ולקרוב אמר ה' ורפאתיו...
ארויסצוהעלפן די לב טהור יוצאים מיט ווארימע סכומים, ווארפט אריין אייער הארציגע נדבה.

https://toirem.org/23423

דיסקלעימער: אידטיש איז א פריוואטע אייגענטום, דעריבער אויב בין איך נישט אויף איין זייט מיט די הנהלה גייסטו נישט קענען ליינען מיין מעסידזש
צופראסקעט
פרישער באניצער
פאוסטס: 66
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 10, 2025 6:03 pm
Location: בבל
x 243

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך צופראסקעט »

Who knows האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 10:00 pm
לויטערע הימל האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 9:59 pm איך ווייס נישט פרטים אבער איך האב מברר געווען אז קיינער האט נישט מחלל יוט געווען אנטשלדונג
אויב דו ווייסט נישט קיין פרטים האסטו נישט מברר געווען
האסט מברר געווען פארקערט
לויטערע הימל
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 05, 2025 2:46 am
x 240

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לויטערע הימל »

איך זיך נישט צי שפעטן פון קיינעם נאר אביסל צי אויפוועקן א אידישע הארץ און רעדן שכלדיג צו רחמנות האבן בשעת ווען אידיש בלוט גיסט זיך ווי וואסער די לעצטע יאר.
איך האב רחמנות אויף יעדע איד אפילו איינער איז נישט פון לב טהור און אפילו אויף איינער וואס רודפט אינז (ווייל מסתמא מיינט ער לשם שמים) מיין הארץ גייט אויס פאר יעדע איד ער זאל האבן אלעס וואס ער דארף ברוחנית ובגשמיות, און אז יעדע איד זאל זוכה זיין אין די וועלט צי אלעס פארעכטן וואס ער דארף, הכנס עצמך בפרוזדור כדי שתיכנס לפרקטלין די עיקר איז צי דינען אינזערע היילגע טאטע אבינו שבשמים
מען דארף רחמנות האבן אויף א איד ווייל ער איז א אידיש קינד חלק אלוקה ממעל אפילו אויב ער איז לב טהור, אינז האבן אלע געשטאנען אויף הר סיני און מקבל געווען די הייליגע תורה בקולות וברקים, אויב איינער איז געווארן באליידיגט פון מיך בעט איך שטארק איבער, די אייבירשטער גייט העלפן אז אלע אידישע קינדער זאלן זוכה זיין צו ושבת עד ה' אלוקיך ושמעת בקולו און סע זאל בטל ווערן די מלכות הרשעה פון די וועלט די ציונים בראש כולם און אויך אלע רשעים וואס ווילן עוקר זיין די תורה פון כלל ישראל און סע זאל זיין בקרוב ובכן תן פחדך ה אלוקינו על כל מעשיך ואימתך על כל מה שבראת
א גוטע נאכט פאר אלע אידישע קינדער
מכבי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 198
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 11:45 am
x 373

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מכבי »

לויטערע הימל האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 10:10 pm דאס ווייס איך מליון פארצענט אז קיינער איז נישט געפארן און יוט קען זיין און הושענא רבא יא דאס ווייס איך נישט צדיק אויך אז מען לייגט קינדער און פריזערס ביי לב טהור איז אפשר אויך אמת ניץ דיין שכל ביטע
מיר ניצן אונזער שכל ברוך השם און אויך אונזערע אויערן און מיר האבן אלע געהערט פון ישראל האראוויטץ און ר' יואל מארקוס די שוידערליכע מעשים וואס פלעגט פארגיין אין לב טהור און קיינער וועט נישט האלטן אז איך בין משוגע אויב גלייב איך אז מען האט געלייגט קינדער אין פריזער
מקשין העולם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:43 pm
Location: monroe
x 554

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מקשין העולם »

לויטערע הימל שליט"א
אז די הימל איז נישט פארוואלקנט קען איך דיר טאקע פרעגן, דארפסט עסן? איך שיק דיר אפ א פולע ארדער בשר ודגים וכל מטעמים מיט השגחת התאחדות הרבנים ועדה החרדית, דארפסט עס? זאג מיר דיין אדרעס.
אונז זעמיר ערב רב אדער נישט, ענטפער יא אדער ניין.
אוועיטער
כאטש טראץ אפי'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 2:29 pm
x 518

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כאטש טראץ אפי' »

לויטערע הימל האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 11:42 pm איך זיך נישט צי שפעטן פון קיינעם נאר אביסל צי אויפוועקן א אידישע הארץ און רעדן שכל דיג צו רחמנות האבן בשעת ווען אידיש בלוט גיסט זיך מער ווי וואסער די לעצטע יאר בעיקר איך האב רחמנות אויף יעדע איד אפילו איינער איז נישט פון לב טהור און אפילו אויף איינער וואס רודפט אינז ( ווייל מסתמא מיינט ער לשם שמים) מיין גייט אויס פאר יעדע איד ער זאל האבן אלעס וואס ער דארף ברוחנית ובגשמיות און יעדע איד זאל זוכה זיין בעולם הזה צי אלעס פארעכטן וואס ער דארף, הכנס עצמך בפרוזדור כדי שתיכנס לפרקטלין די עיקר איז צי דינען אינזערע היילגע טאטע אבינו שבשמים
מען דארף רחמנות האבן אויף א איד ווייל ער איז א אידוש קינד חלק אלוקה ממעל אינז האבן אלע געשטאנען אויף הר סיני און מקבל געווען די היילגע תורה בקולות וברקים אויב איינער געווארן באליידיגט פון מיך בעט איך שטארק איבער און אלע אידישע קינדער זאלן זוכה זיין צו ושבת עד ה' אלוקיך ושמעת בקולו און סע זאל בטל ווערן די מלכות הרשעה פון די וועלט די ציונים בראש כולם און אלע רשעים וואס ווילן עוקר זיין די תורה פון כלל ישראל און סע זיין בקרוב ובכן תן פחדך ה אלוקינו על כל מעשיך ואימתך על כל מה שבראת א גוטע נאכט פאר אלע אידושע קינדער
רבותי עטס זעטס וואס @לויטערע הימל שרייבט דא? עס איז דאך מבהיל על הרעיון!
ער האט רחמנות אפי' אויף איינער וואס רודפט זיי און מאכט ממש רציחה ווייל מסתמא מיינט ער עס לשם שמים!!
עס איז דאך ממש פערל ווערטער!!! יא די עיקר צו זיין באחדות און דינען דעם אויבערשטן און אלעס פאררעכטן
און געדענק @לויטערע הימל יא "אם יהי' נדחך בקצה השמים משם יקבצך ה' אלהיך ומשם יקחך" דו קענסט דינען אינזערע היילגע טאטע אבינו שבשמים אפי' אין אלע פארשטויסענע פארווארפענע פלעצער! דער באשעפער איז איבעראל אפי' אין קלמביה
האב א גוטע נאכט דערשרעק זיך נישט פון קיינעם, זיי מיינען אז מיט זיין א רודף טוען זיי א טובה פאר ענק, זיי מיינען לשם שמים אבער באמת האט מען דיך ליב מיר ווילן באמת וויסן וויאזוי דיר צו העלפן

ס'גייט זיין לעכטיג
מקשין העולם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:43 pm
Location: monroe
x 554

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מקשין העולם »

לויטערע הימל:
ווער זענען די רשעים וואס ווילן עוקר זיין די תורה פון כלל ישראל?... וועמען מיינסטו פונקטליך?
האסט נאכנישט געענטפערט צו אונז זעמיר די ערב רב.
אגב דער ריש מתיבתא זאגט בתוך דבריו הק' אז רוב וועלט די גאנצע וועלט איז ערב רב. מאך אפ, רוב אדער די גאנצע?
וועגן לייגן די קינדער אין פריזער?. איז אזוי, אויב מ'נוצט די שכל, און מ'איז מדמה מילתא למילתא, לאזט זיך עס גלייבן אפילו ס'האט באמת נישט פאסירט.
מחפש שלווה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 101
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק אקטאבער 18, 2025 7:47 pm
Location: ארצינו הקדושה בעיר הקדוש י''ם סמוך ונראה להציון הקדוש
x 220

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מחפש שלווה »

מכבי האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 11:43 pm
לויטערע הימל האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 10:10 pm דאס ווייס איך מליון פארצענט אז קיינער איז נישט געפארן און יוט קען זיין און הושענא רבא יא דאס ווייס איך נישט צדיק אויך אז מען לייגט קינדער און פריזערס ביי לב טהור איז אפשר אויך אמת ניץ דיין שכל ביטע
מיר ניצן אונזער שכל ברוך השם און אויך אונזערע אויערן און מיר האבן אלע געהערט פון ישראל האראוויטץ און ר' יואל מארקוס די שוידערליכע מעשים וואס פלעגט פארגיין אין לב טהור און קיינער וועט נישט האלטן אז איך בין משוגע אויב גלייב איך אז מען האט געלייגט קינדער אין פריזער
סתם אגב פאר ישראל קומט זיך אויך א ר' ער איז שוין חתונה געהאט
ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין
הורקנוס
פרישער באניצער
פאוסטס: 80
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 07, 2025 1:18 am
Location: Monsey
x 268

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הורקנוס »

געווען דא אביסל שטיל איינער האט מחליט געווען צו נעמען די עולם אויף א רייד ...
לאזט מיר וויסן ווען ער איז דאן און איך עפן א ניק צו מאכן אביסל לעבעדיג
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 510
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5709

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

לויטערע הימל האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 10:03 pm איך ווייס נישט פרטים אבער איך האב מברר געווען אז קיינער האט נישט מחלל יוט געווען אנטשלדונג אויך אז אלטער ניסים גאלדמאן איז א גנב איז אויך א טעות ער איז א איש חסד ואיש אמת כידוע ווער קען אהים מענטשען און אמעריקא וויסן דעס
כדי שלא יאמרו מדשתקי שמה מינה דניחא להו, דארף מען קלארשטעלן אז במציאות רעדט מען דא פון א מייסטער ארכי שווינדלער, וואס האט שוין בא'גנב'ט צענדליגע טויזנטער דאלארן פון היימישע אידן מיט זיין געשליפן צינגל, דורכן פארקויפן גליונות איבער אלמנות/יתומים/רפואה וכדו', און אזוי געהאלפן פינאנצירן די פארברעכערישע אקטיוויטעטן פון די רעשטעלעך לב טהור עקשנים וואס ווילן נישט אויפגעבן אויף די רעכטן אויסצופייניגן זייערע קינדער און פארזיגלען זייער עתיד.

מ'דארף זיין געווארנט און אכטונג געבן נישט צו געבן קיין רויטן גרייצער, נישט פאר אים, און נישט פאר קיינעם וואס איז נאך אנגעבינדן אין דעם קליקע.
ממעמקים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 146
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 9:13 pm
Location: ברוקלין
x 642

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ממעמקים »

סענס אף יומער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 12:13 am
לויטערע הימל האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 10:03 pm איך ווייס נישט פרטים אבער איך האב מברר געווען אז קיינער האט נישט מחלל יוט געווען אנטשלדונג אויך אז אלטער ניסים גאלדמאן איז א גנב איז אויך א טעות ער איז א איש חסד ואיש אמת כידוע ווער קען אהים מענטשען און אמעריקא וויסן דעס
כדי שלא יאמרו מדשתקי שמה מינה דניחא להו, דארף מען קלארשטעלן אז במציאות רעדט מען דא פון א מייסטער ארכי שווינדלער, וואס האט שוין בא'גנב'ט צענדליגע טויזנטער דאלארן פון היימישע אידן מיט זיין געשליפן צינגל, דורכן פארקויפן גליונות איבער אלמנות/יתומים/רפואה וכדו', און אזוי געהאלפן פינאנצירן די פארברעכערישע אקטיוויטעטן פון די רעשטעלעך לב טהור עקשנים וואס ווילן נישט אויפגעבן אויף די רעכטן אויסצופייניגן זייערע קינדער און פארזיגלען זייער עתיד.

מ'דארף זיין געווארנט און אכטונג געבן נישט צו געבן קיין רויטן גרייצער, נישט פאר אים, און נישט פאר קיינעם וואס איז נאך אנגעבינדן אין דעם קליקע.
ביטע נישט באצייכענען די ניק אלץ ״אים״
עס גרעניצט זיך מיט גילוי
אוועיטער
כאטש טראץ אפי'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 2:29 pm
x 518

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כאטש טראץ אפי' »

און בעיקר @לויטערע הימל האב אונז אלע אינזין דו האסט זיכער א גרויסע כח צו מתפלל זיין אין הימל וואס דו טרייסט צו דינען די אייבעשטער לויט דיין וועג און דו ביסט א נרדף, און דו גייסט אזוי סאך דורך, דער באשעפער איז זיכער נאנט צו דיר און הערט דיינע תפילות.
אסאך אידן דארפן גרויסע ישועות ברוחניות צו זיך קענען מתקן זיין, און נאך זאכן, ווי אויך בגשמיות מאכן אסאך פון אונזערער ברודער מיט ה''י פרנסה, בריאות בגוף ובנפש, זש''ק, לאסורים דרור, נחת, הצלחה אין אלע ענינים, און בעיקר די גאולה שלימה, אוי! ווי לאנג וועט דאס נאך נעמען?
רייס איין פאר אונז!!! האב אונז אלע אינזין, סיי די וואס העלפן דיר און סיי די וואס (דערווייל) זענען זיי א רודף, עס זאל שוין זיין נאר גוט פאר'ן באשעפערס פאלק
מתא מחסיא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 101
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק מאי 03, 2025 11:46 pm
x 662

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מתא מחסיא »

לויטערע הימל האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 9:18 pm אפילו ער האט נישט גענומען הילף פון די עסקנים מעג מען נאך אלץ נישט אהים באשמיצן ער איז זייער א וואילע אינגערמאן א איש אמת ידידי העלבראנץ
זיכער א וואוילע יונגערמאן און זיכער טאר מען אים נישט באשמוצן, אבער דו פרעגסט ווי זענען די עסקנים, האב עך דיר געענטפערט אז ער וויל נישט קיין הילף פון עסקנים, ער וויל הילף פון פעטער ראפי...
מתא מחסיא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 101
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק מאי 03, 2025 11:46 pm
x 662

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מתא מחסיא »

לויטערע הימל האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 10:05 pm איך בין א איד איך דארף נישט עפנען אגאנצע צייט אידטיש און דארף דאוונען און לערנען די היילגע תורה הרחבה מני ים
לערן פלייסיג, אונז קען מיר מאכן א חברותא? איך ווארט אויף דיין קאל נאך...
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 510
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5709

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

ממעמקים האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 12:21 am
סענס אף יומער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 12:13 am
לויטערע הימל האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 10:03 pm איך ווייס נישט פרטים אבער איך האב מברר געווען אז קיינער האט נישט מחלל יוט געווען אנטשלדונג אויך אז אלטער ניסים גאלדמאן איז א גנב איז אויך א טעות ער איז א איש חסד ואיש אמת כידוע ווער קען אהים מענטשען און אמעריקא וויסן דעס
כדי שלא יאמרו מדשתקי שמה מינה דניחא להו, דארף מען קלארשטעלן אז במציאות רעדט מען דא פון א מייסטער ארכי שווינדלער, וואס האט שוין בא'גנב'ט צענדליגע טויזנטער דאלארן פון היימישע אידן מיט זיין געשליפן צינגל, דורכן פארקויפן גליונות איבער אלמנות/יתומים/רפואה וכדו', און אזוי געהאלפן פינאנצירן די פארברעכערישע אקטיוויטעטן פון די רעשטעלעך לב טהור עקשנים וואס ווילן נישט אויפגעבן אויף די רעכטן אויסצופייניגן זייערע קינדער און פארזיגלען זייער עתיד.

מ'דארף זיין געווארנט און אכטונג געבן נישט צו געבן קיין רויטן גרייצער, נישט פאר אים, און נישט פאר קיינעם וואס איז נאך אנגעבינדן אין דעם קליקע.
ביטע נישט באצייכענען די ניק אלץ ״אים״
עס גרעניצט זיך מיט גילוי
'אים' מיין איך גאלדמאן.
מרדכי היהודי
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 29, 2025 5:40 am
x 32

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מרדכי היהודי »

לויטערע הימל האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 10:53 pm וואס האט מען קען געקענט טוהן אז סע איז געווען מענטשען וואס האבן געסטראשעט אז נאך סוכות גייט מען צי כאפן אינזערע לעכטיגגע קינדער וואס ווילסטי מזאל בלייבן דארט כצאן לטבח,
אויב גייסטי זאגן וועגן די קליידער רודפט מען וואס איז יעדער גייט ווי אזוי ער פארשטייט צדיקל וואס איז בעסער די צניעות דיגע שייטלעך און ני יורק אדער די באדעקטע פענמער פון לב טהור ניץ דיין שכל צדיקל מען באקומט נישט קיין געלט און כבוד פארדעם נאר למען שמו
למען שמו? וועמענס נאמען? שלמה העבראנס? ווי און תורה שטייט אז מען דארף זיך פארדעקן די פנים?
לויטערע הימל
פרישער באניצער
פאוסטס: 46
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 05, 2025 2:46 am
x 240

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לויטערע הימל »

מענטשן זאגן אז אלטער נסים גאלדמאן האט געשאפט די געלט פאר פארן צו קאלומביע, אדער מענטשן האבן געזאגט אפשר א צווייטע מענטש',
איך גיי זאגן די אמת איז אז עס איז געווען עפעס א מענטש נאך וואס ער האט געזען אז מען האט געכאפט די קינדער פון ידידיה אין ראש השנה און ער האט געהערט אז מען וויל נאך סוכות כאפן נאך קינדער אזוי ווי מען האט דא מפרסם געווען האט ער געזאגט ער איז גרייט צו צאלן אלע הוצאות צו ארויס פון אמעריקע ווער וויל, דיימענטש האט נאך קיינמאל קיינמאל נישט געהאלפן לב טהור אבער יענע אכזריות האט אים דאס געמאכט אז ער זאל געבן די געלד, איז קומענדיקע מאל פאר מען זאגט יענער יענער סתם חושד זיין דארף מען מברר זיין, עס איז נישט א שפיל סתם צו זאגן אויף א מענטש פאלשע זאכן
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 510
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5709

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

לויטערע הימל האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 12:49 am מענטשן זאגן אז אלטער נסים גאלדמאן האט געשאפט די געלט פאר פארן צו קאלומביע, אדער מענטשן האבן געזאגט אפשר א צווייטע מענטש',
איך גיי זאגן די אמת איז אז עס איז געווען עפעס א מענטש נאך וואס ער האט געזען אז מען האט געכאפט די קינדער פון ידידיה אין ראש השנה און ער האט געהערט אז מען וויל נאך סוכות כאפן נאך קינדער אזוי ווי מען האט דא מפרסם געווען האט ער געזאגט ער איז גרייט צו צאלן אלע הוצאות צו ארויס פון אמעריקע ווער וויל, דיימענטש האט נאך קיינמאל קיינמאל נישט געהאלפן לב טהור אבער יענע אכזריות האט אים דאס געמאכט אז ער זאל געבן די געלד, איז קומענדיקע מאל פאר מען זאגט יענער יענער סתם חושד זיין דארף מען מברר זיין, עס איז נישט א שפיל סתם צו זאגן אויף א מענטש פאלשע זאכן
זיינע גניבות האבן זיך נישט אנגעהויבן מיט קאלאמביע, איך ווייס פון אומצאליגע מענטשן וועמען דער גזלן האט באראבעוועט מיט נישט געשטויגענע געשיכטעס.
אוועיטער
כאטש טראץ אפי'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 2:29 pm
x 518

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך כאטש טראץ אפי' »

לויטערע הימל האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 28, 2025 12:49 am מענטשן זאגן אז אלטער נסים גאלדמאן האט געשאפט די געלט פאר פארן צו קאלומביע, אדער מענטשן האבן געזאגט אפשר א צווייטע מענטש',
איך גיי זאגן די אמת איז אז עס איז געווען עפעס א מענטש נאך וואס ער האט געזען אז מען האט געכאפט די קינדער פון ידידיה אין ראש השנה און ער האט געהערט אז מען וויל נאך סוכות כאפן נאך קינדער אזוי ווי מען האט דא מפרסם געווען האט ער געזאגט ער איז גרייט צו צאלן אלע הוצאות צו ארויס פון אמעריקע ווער וויל, דיימענטש האט נאך קיינמאל קיינמאל נישט געהאלפן לב טהור אבער יענע אכזריות האט אים דאס געמאכט אז ער זאל געבן די געלד, איז קומענדיקע מאל פאר מען זאגט יענער יענער סתם חושד זיין דארף מען מברר זיין, עס איז נישט א שפיל סתם צו זאגן אויף א מענטש פאלשע זאכן
א פלעינע דן לכף זכות מעשה! וואוו!
נאך א מזל @לויטערע הימל שטעלט קלאר די פאקטן וואס געוויסע פראבירן אונז צו פארנארן
וואס נאך ווייסן אונז נישט ריכטיג @לויטערע הימל ?
מקשין העולם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:43 pm
Location: monroe
x 554

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מקשין העולם »

לויטערע הימל האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 27, 2025 10:45 pm וואס האט מען קען געקענט טוהן אז סע איז געווען מענטשען וואס האבן געסטראשעט אז נאך סוכות גייט מען צי כאפן אינזערע לעכטיגגע קינדער וואס ווילסטי מזאל בלייבן דארט כצאן לטבח, אויב גייסטי זאגן וועגן די קליידער רודפט מען, וואס איז יעדער גייט ווי אזוי ער פארשטייט, צדיקל וואס איז בעסער די צניעות דיגע שייטלעך און ני יורק אדער די באדעקטע פענמער פון לב טהור ניץ דיין שכל צדיקל
יא, גוט געפרעגט, דער תירוץ איז: די צניעות'דיגע שייטלעך איז בעסער פון די באדעקטע פענימער פון לב טהור. און דאס איז נאכן נוצן מיין שכל און אונזער עקספיריענס.
און לגבי די פריצות'דיגע שייטלעך פון ניו יארק אדער די באדעקטע פענימער פון לב טהור, וועלכע איז בעסער, איז דער תירוץ: "זו נבילה וזו טריפה", "אלו ואלו נשרפין בבית הדשן".
שרייב פאוסט