נייעס און פעולות פון 'נטרונא'

נייעס אין אונזער קווארטאל
פארטריבן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 711
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:17 pm
x 596

Re: נייעס און פעולות פון 'נטרונא'

פאוסט דורך פארטריבן »

פון נטרונא נאטיצן אימעילס - א' נצבים\סליחות תשפ"ה לפ"ק

מִי יִתֵּן רֹאשִׁי מַיִם וְעֵינִי מְקוֹר דִּמְעָה וְאֶבְכֶּה יוֹמָם וָלַיְלָה אֵת חַלְלֵי בַת עַמִּי


unnamed(4).png
unnamed(4).png (85.69 KiB) געזען געווארן 675 מאל
Screenshot 2025-09-15 at 14-31-21.png
Screenshot 2025-09-15 at 14-31-21.png (447.36 KiB) געזען געווארן 675 מאל
Screenshot 2025-09-15 at 14-31-47.png
Screenshot 2025-09-15 at 14-31-47.png (109.55 KiB) געזען געווארן 675 מאל
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3740
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4650

Re: נייעס און פעולות פון 'נטרונא'

פאוסט דורך אנדערער »

אוטובאס האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 2:22 pm נטרונא'ס איבערגעפרישטע וועבסייט
וואס מיינט Lorem ipsum dolor sit amet, consectetur adipiscing elit.
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
אוועיטער
אוטובאס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 157
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:15 pm
Location: גיב מיר א מינוט
x 731

Re: נייעס און פעולות פון 'נטרונא'

פאוסט דורך אוטובאס »

111.png
111.png (664.5 KiB) געזען געווארן 570 מאל
Breaking news! Anti-Semitism in Israel against Orthodox Jews

Boy with Down syndrome arrested and jailed for “evading army draft”

Inmate with a mental disorder denied access to medicine or a doctor

When: Thursday, Sep. 18, 2025 at 12 PM

Where: Appeals Court, Mahane Rabin (HaKirya), Tel Aviv, Israel

Amidst the latest efforts by the Israeli government to draft religious Jewish boys into the IDF, two egregious cases of prisoner neglect have provoked a storm of protest.

Aryeh R. was arrested for draft evasion, and held in a military prison for over 50 days. Despite his clearly displaying signs of severe OCD, and despite his two attempted suicides while in prison, the Military Prosecutor's Office and the prison administration refuse to allow him access to a psychiatrist, or to the regular pills he takes to control his disorder.

Nachman Brand, a Down syndrome child recognized as such by Bituach Leumi (the national health insurance), was arrested yesterday at Ben Gurion Airport for draft evasion. (It’s unclear why the IDF would want to draft a Down syndrome child in the first place.) The Military Prosecutor denies the child access to a doctor, insisting on discussing the case only in court.

Activists in the Orthodox community have decried this abuse as a violation of the United Nations' Standard Minimum Rules for the Treatment of Prisoners.

Update: Trial for Aryeh R. was rescheduled for Sunday 9/21 at 2 at the above location in Tel Aviv. Unbelievably, In response to the prisoner's attempted suicides, the authorities chained up his hands and feet, but still refuse him access to his medication or to a doctor!

Members of the media should contact the IDF spokesperson for permission to attend the trial.
תם ולא נשלם!
שבח ושירה לאל בורא עולם!
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5694
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 20340

Re: נייעס און פעולות פון 'נטרונא'

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

שמות האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 8:14 pm דער עולם דא איז אזוי מסכים צו די סטעיטמענט אז טאקער קארלסאן איז ס"ה נאר אנטי מדינת ישראל???
כ'מיין אז יעצט איז שוין גאנץ קלאר אז ער איז א ריכטיגער אנטיסעמיט, ווי די אין דער אלטער היים, און א גרויס חלק דערפון קומט פון זיין הייסע פארגלייבטקייט אין קריסטענטום.

ביי די מעמאריעל פון טשארלי קירק האט ער אנגעוויזן אז טשארלי'ס טראגישע ענדע ציט שטריכן צו די געשיכטע ווען דער אותו האיש ימ"ש איז גע'הרג'עט געווארן "פאר זאגן דעם אמת" עפרא לפומיה. א ריכטיגער העצער ווי די הארלאזע גלחים אין תיפלה.
אוועיטער
דעת קדשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1776
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 4354

Re: נייעס און פעולות פון 'נטרונא'

פאוסט דורך דעת קדשי »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 25, 2025 2:16 pm
שמות האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 8:14 pm דער עולם דא איז אזוי מסכים צו די סטעיטמענט אז טאקער קארלסאן איז ס"ה נאר אנטי מדינת ישראל???
כ'מיין אז יעצט איז שוין גאנץ קלאר אז ער איז א ריכטיגער אנטיסעמיט, ווי די אין דער אלטער היים, און א גרויס חלק דערפון קומט פון זיין הייסע פארגלייבטקייט אין קריסטענטום.

ביי די מעמאריעל פון טשארלי קירק האט ער אנגעוויזן אז טשארלי'ס טראגישע ענדע ציט שטריכן צו די געשיכטע ווען דער אותו האיש ימ"ש איז גע'הרג'עט געווארן "פאר זאגן דעם אמת" עפרא לפומיה. א ריכטיגער העצער ווי די הארלאזע גלחים אין תיפלה.
אמת
די חידוש איז נאר אז די קריסטן האבן צורקגעצויגן און זיי זאגן אז די אידן האבן אים נישט געהרגעט
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
שמות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 478
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
Location: Brooklyn
x 376

Re: נייעס און פעולות פון 'נטרונא'

פאוסט דורך שמות »

דעת קדשי האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 25, 2025 2:18 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 25, 2025 2:16 pm
שמות האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2025 8:14 pm דער עולם דא איז אזוי מסכים צו די סטעיטמענט אז טאקער קארלסאן איז ס"ה נאר אנטי מדינת ישראל???
כ'מיין אז יעצט איז שוין גאנץ קלאר אז ער איז א ריכטיגער אנטיסעמיט, ווי די אין דער אלטער היים, און א גרויס חלק דערפון קומט פון זיין הייסע פארגלייבטקייט אין קריסטענטום.

ביי די מעמאריעל פון טשארלי קירק האט ער אנגעוויזן אז טשארלי'ס טראגישע ענדע ציט שטריכן צו די געשיכטע ווען דער אותו האיש ימ"ש איז גע'הרג'עט געווארן "פאר זאגן דעם אמת" עפרא לפומיה. א ריכטיגער העצער ווי די הארלאזע גלחים אין תיפלה.
אמת
די חידוש איז נאר אז די קריסטן האבן צורקגעצויגן און זיי זאגן אז די אידן האבן אים נישט געהרגעט
וועלכע קריסטן האבן צורקגעצויגן?

1. די בייבל ימ"ש זאגן זיי אז די רוימישע גאווערנאר
(Pontius pilate)
האט אים געהרגעט אויף די פארלאנג פון די אידן,
בשעת די בייבל באוואסערט די רוימישע אז סאיז נישט זייער שולד און ער וואשט זיך אפ זיין הענט פון די בלוט פון יאשקע און די אידן נעמען זיין בלוט אויף זיך.
2. יאשקע אליינס איז געווען א איד...
3. יאשקע בשעת מהרגעט אים זאגט באשעפער פארגעב זיי וויבאלד זיי ווייסן נישט וואס זיי טוהן.
4. א זוהן קען נישט שטארבן פאר די זינד פון א טאטע לויט די תורה וואס די בייבל אפיציעל גלייבט.
5. אויב ער וואלט נישט געהרגעט געווארן וואלטן די קריסטן דאך נישט געהאט א רעליגיע ווייל לויט זיי איז ער דאך אראפגעקומען פאר דעם איין ציל געהרגעט צו ווערן און כדי זיי זאלן קענען גלייבן אז ער איז געהרגעט געווארן פאר זייער זונד, איז דארפן זיי דאך אונז דאנקען פאר דעם.
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2778
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 6820

Re: נייעס און פעולות פון 'נטרונא'

פאוסט דורך הדסים »

שמות האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 25, 2025 9:02 pm
דעת קדשי האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 25, 2025 2:18 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 25, 2025 2:16 pm

כ'מיין אז יעצט איז שוין גאנץ קלאר אז ער איז א ריכטיגער אנטיסעמיט, ווי די אין דער אלטער היים, און א גרויס חלק דערפון קומט פון זיין הייסע פארגלייבטקייט אין קריסטענטום.

ביי די מעמאריעל פון טשארלי קירק האט ער אנגעוויזן אז טשארלי'ס טראגישע ענדע ציט שטריכן צו די געשיכטע ווען דער אותו האיש ימ"ש איז גע'הרג'עט געווארן "פאר זאגן דעם אמת" עפרא לפומיה. א ריכטיגער העצער ווי די הארלאזע גלחים אין תיפלה.
אמת
די חידוש איז נאר אז די קריסטן האבן צורקגעצויגן און זיי זאגן אז די אידן האבן אים נישט געהרגעט
וועלכע קריסטן האבן צורקגעצויגן?

1. די בייבל ימ"ש זאגן זיי אז די רוימישע גאווערנאר
(Pontius pilate)
האט אים געהרגעט אויף די פארלאנג פון די אידן,
בשעת די בייבל באוואסערט די רוימישע אז סאיז נישט זייער שולד און ער וואשט זיך אפ זיין הענט פון די בלוט פון יאשקע און די אידן נעמען זיין בלוט אויף זיך.
2. יאשקע אליינס איז געווען א איד...
3. יאשקע בשעת מהרגעט אים זאגט באשעפער פארגעב זיי וויבאלד זיי ווייסן נישט וואס זיי טוהן.
4. א זוהן קען נישט שטארבן פאר די זינד פון א טאטע לויט די תורה וואס די בייבל אפיציעל גלייבט.
5. אויב ער וואלט נישט געהרגעט געווארן וואלטן די קריסטן דאך נישט געהאט א רעליגיע ווייל לויט זיי איז ער דאך אראפגעקומען פאר דעם איין ציל געהרגעט צו ווערן און כדי זיי זאלן קענען גלייבן אז ער איז געהרגעט געווארן פאר זייער זונד, איז דארפן זיי דאך אונז דאנקען פאר דעם.
אית יאשקע ואית יאשקע... כ'בין נישט פונקטליך באקאנט אבער לויט די תקופה וואס מ'האט גע'הרג'עט זייער יאשקע האט שוין בי"ד נישט דן געווען דיני נפשות.

________
הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 8:59 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 2:34 pm פריש פון טאקער קארליסאן, ביטקוין איז געגרינדעט געווארן דורך די סי איי עי צו שפיאנירן אויף קרימינאלן
דער איז דאך אזוי מין טויט צעדרייט אז נאר, לעצטנס האט אלעקס זשאונס מסביר געווען אויף טאקער'ס פאדקעסט אז די נעאו-קאנס זענען עפ"י רוב געווען אידן און אז מ'קוקט גוט וועגן 9/11 זעט מען אז אלע שטריכן צייגן אויף מדינת ישראל, טאקער האט צוגעשאקלט מיטן קאפ און צוגעלייגט אז ער האט עס שוין אויך געזאגט לעצטנס.

וואס נאך?.. אה די טראצקיאיסטן האבן זיך אריינגעשמוגלט קיין אמעריקע און זיך דערקלערט נעאוקאנס זיי האבן זיך נאר געמאכט ווי זיי דארפן פרייהייט... וועלטס ארדענונג... זיי הרג'ענען יעדן וואס שטייט זיי אין וועג..

אבער אבי מ'קען שוין האקן אויך אויף ביטקוין די ליבלינג פון די רעכטע און ליבערטעריענס, זאל ער צוריקגיין צום קרעדיט קארד; דארט האט די גאווערמענט נישט קיין שום קאנטראל...

פארפאלן, אז מ'איז אויפריכטיג איז מען אויפריכטיג...


@שאינו יודע לשאול קענסט שוין מודה זיין...
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
שמות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 478
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:24 pm
Location: Brooklyn
x 376

Re: נייעס און פעולות פון 'נטרונא'

פאוסט דורך שמות »

@הדסים
ס'איז קלאר אז בי"ד האט שוין נישט דן געווען דיני נפשות דעמאלטס ולכן די מעשה זייערע זאל שטימען און אויך קענען באשולדיגן די אידן, שרייבן זיי אז די רוימישע גאווערנאר האט עס געטוהן אויפן פארלאנג פון די אידן בו בזמן זיי פראבירן צו פארוואסערן פּאנטיעס פּיילעט וואס האט אים טאקע געהרגעט.
די אטאקעס קעגן אידן איז פיל אין זייער בּייבל, וויבאלד אידן האבען אים צוריק געוויזן און נישט געגלייבט אין אים.
יאשקע אליינס באשולדיגט די אידן אלס די טייוועל שלענג און אלע בייזע רוחות, ימח שמו וזכרו.
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 714
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1777

Re: נייעס און פעולות פון 'נטרונא'

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

צו די קעפל.

וואס טוט נטרונא?
מחפש שלווה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 269
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק אקטאבער 18, 2025 7:47 pm
Location: ארצינו הקדושה בעיר הקדוש י''ם
x 931

Re: נייעס און פעולות פון 'נטרונא'

פאוסט דורך מחפש שלווה »

נאסע שמאטעס האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 26, 2025 2:00 pm צו די קעפל.

וואס טוט נטרונא?
עס איז א פליגל פון די מער פרא עסטעבלעזמענט אנשי נטורי קרתא ..
ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין
אוועיטער
אוטובאס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 157
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:15 pm
Location: גיב מיר א מינוט
x 731

Re: נייעס און פעולות פון 'נטרונא'

פאוסט דורך אוטובאס »

unnamed.png
unnamed.png (85.69 KiB) געזען געווארן 33 מאל
די נייע תקופה אין ניו יארק סיטי און דער ציוניסטישער דורכפאל: מעיאר קאנדידאט מאמדאני באווייזט דעם קלארן חילוק צווישן אידישקייט און ציוניזם

unnamed (1).png
unnamed (1).png (151.74 KiB) געזען געווארן 33 מאל
ס'איז פאר יעדן גוט באקאנט אז אונזער מעיאר מאמדאני שטאמט פון א מוסולמענישן אפשטאם, און דורכאויס זיין גאנצן קאמפיין האבן די ציונים געטוהן כל טצדקי שבעולם קעגן אים כדי ער זאל פארלירן. זיי האבן אריינגעגאסן א הון תועפות אינעם געוועזענעם גאווערנאר קאומא; מ'האט אים מוחל געווען אויף אלע זיינע עבירות ביי קאוויד און משקיע געווען דמים תרתי משמע אין זיין קאמפיין, אלעס נאר כדי צו קענען ארויסטראסקענען מאמדאני'ן.

לדאבון לבם פון די ציונים האט ער געווינען, און נישט סתם געווינען, נאר א מאסיוון זיג; ער האט קלאר געוויזן אז ס'הייבט זיך אן א נייע תקופה דא אין אמעריקע. ער האט גארנישט באהאלטן זיין אידענטיטעט אלס א מוסולמענער און זיין סימפאטיע פאר זיינע ברידער. ער האט נישט פארדאמט די וואס די ציונים האבן פארלאנגט פון אים, און ער איז קלאר געלאפן אויף א פלאטפארמע וואס שטימט בכלל נישט מיט די ציוניסטישע אידעאלאגיע און זייער גאנצע שטרעבונג צו מאנעוורירן דעם דעת הקהל אין אמעריקע.

זיין געווינס האט שטארק איבערגעראשט און ארויסגעוויזן אז עס איז געווארן א דראסטישער שינוי אויף די אמעריקאנער גאס, וואס האט שוין מער נישט קיין שום מיטגעפיל צו די ישראלים, צו זייער פאליטיק, און צו זייערע געשרייען איבער אנטיסעמיטיזם.

בעזהשי"ת, מיט די גרויסע רחמים וחסדים פונעם רבונו של עולם, האט מען מצליח געווען – סיי דורך רעדן צו אים און סיי דורך אנדערע וועגן – ער זאל גוט פארשטיין אז מדינת ישראל און אירע אלע אקציעס רעפרעזענטירן נישט דאס אידישע פאלק. דאס אידישע פאלק איז א זאך פאר זיך, און די פאליטיק פון די מדינה איז א זאך פאר זיך.

דורכאויס די גאנצע צייט וואס ער איז געלאפן פאר די עלעקשאנס, ווען מען האט געפרעגט אלע קאנדידאטן וואו דאס ערשטע פלאץ וועט זיין וואס זיי פלאנירן צו באזוכן אויב זיי געווינען די וואלן, האבן אלע געענטפערט "מדינת ישראל". אבער ער האט געענטפערט: "ניין, איך בלייב אין ניו יארק סיטי; איך וועל גיין באזוכן די אידן אין די שולן דא אין ניו יארק סיטי, און איך וועל זיכער מאכן אז זיי זענען סעיף וכדומה."

ועל של עתה באנו: ווי עס איז באקאנט פאר יעדן און מען זעט עס טאקע בחוש, האט זיך די שנאת ישראל מורא'דיג פארמערט אין די לעצטע תקופה אויף א מבהיל'דיגן אופן. עס איז נישט גענוג וואס די ציונים האבן אפגעטון אין עזה, קומט יעצט צו זייער מלחמה מיט איראן; א גרויסער חלק פון די אמעריקאנער גאס האלט אז דאס אלעס איז געקומען אונטער די השפעה פון די ציונים, און אלעס וואס מען ליידט דא אפ – סיי די הויכע געז פרייזן און סיי די גאנצע אומסטאביליטעט פון די אמעריקאנער פאליטיק – אלעס ווערט אנגעקוקט ווי ביבי מיט די ישראלים זענען די שולדיגע דערין.

רעאליטעט אין קעגנזאץ צו פראפאגאנדע: 25 מיליאן דאלאר פאר אידישער זיכערהייט

צוליב די שרעקליכע שנאת ישראל וואס בוזשעוועט ליידער לעצטנס אויף א טעגליכן פארנעם, האט דער מעיאר פריש געהעכערט דעם באדזשעט צו באקעמפן אנטיסעמיטיזם און צו פארשטארקערן די זיכערהייט פאר אידן, פון 5 מיליאן דאלאר ביז גאנצע 25 מיליאן דאלאר – א פינף-פאכיגע העכערונג – אלעס כדי זיכער צו מאכן אז די אידן אין ניו יארק סיטי זאלן קענען לעבן רואיג און פארזיכערט בשלום ובשלוה.

פון די אנדערע זייט, ווי געזאגט, איז ער פון א מוסלעמענישן אפשטאם; ווען ער האלט אז א זאך האט נישט קיין שייכות מיט די זיכערהייט פון אידן, נאר מען באקריוודעט סתם אזוי זיינע מוסלעמענישע ברידער, איז ער נישט מסכים דערצו. ער האלט עס פאר אן עוולה אז מען פארקויפט שטחים אין יהודה ושומרון אין בתי מדרשים, און ער האט דאס פארדאמט.

יעצט, ווען די אראבער צייכענען אפ די "נאקבא" — וואס דאס איז א טאג פון טרויער איבער דעם וואס די מדינה איז געגרינדעט געווארן און די אראבער האבן פארלוירן זייער האב און גוטס, וואס איז ביי זיי א טאג פון צער וואס זיי פארגעסן נישט — האט ער אויך ארויסגעשיקט א טוויט דאס אפצוצייכענען. עס איז נישט קיין נפקא מינה פאר אונז יעצט פונקטליך די היסטארישע פונקטן וואס עס האט זיך דעמאלס אפגעטון, אבער דאס איז געווען די מציאות.

בדרך כלל, ווען א מענטש נעמט אן אחריות פאר כלל ישראל און פאר די פילע אידן וואס וואוינען דא אין ניו יארק סיטי, דארף מען אים שטארק באדאנקען פארן ארויפשיסן דעם ביל פון בלויז פינף מיליאן דאלאר צו גאנצע פינף-און-צוואנציג מיליאן דאלאר. מען דארף נישט מאכן קיין גרויסן עסק פון דעם וואס ער טוט פאר זיינע מוסולמענישע ברידער, נאר מען דארף פרובירן מיט אלע כוחות מחזק צו זיין דעם געדאנק אז עס איז דא א קלארער חילוק צווישן די פאליטיק וואס קאכט זיך אפ אין ארץ ישראל מיט די פאלעסטינער, צום וואוילזיין פון אידן דא אין ניו יארק סיטי; עס איז דא א גרויסער חילוק צווישן ציונות און אידישקייט.

אויף דעם אופן וועט מען קענען בארואיגן דאס פייער. ווען עס קומט צו א זאך וואס רירט אן אידן, זעט מען טאקע ווי ער פארדאמט עס גאר שארף; למשל, די האקנקרייצן וואס מען האט געטראפן האט ער גאר שטארק אראפגעריסן, און אזוי אויך ביי ענליכע פעלער.

אבער למעשה, ביי די ציונים זעט מען פונקט דאס פארקערטע: דאס וואס ער האט געהעכערט דעם ביל פון פינף מיליאן צו גאנצע פינף-און-צוואנציג מיליאן, דאס וויל מען פארשוויגן און מען מאכט זיך נישט וויסנדיג דערפון. נאך מער, אויב איינער וואגט זיך אים צו באדאנקען דערויף, ווערט ער אראפגעריסן עד הסוף, לא יזכר ולא יפקד.

אבער דאס וואס דער מוסולמענער אפשטאמיגער וויל נישט אנטיילנעמען אינעם ציוניסטישן פאראד, וואס צייכנט אפ דעם חורבן פון זיין אייגן פאלק, דאס ווערט ביי זיי באטראכט אלס עפעס אומדערהערט; און דערצו האט ער נאך די חוצפה אפצוצייכענען זייער "נאקבא". דאס איז שוין ביי די ציונים אריבער אלע גרעניצן, א ריכטיגער אנטיסעמיט! א שונא ישראל! מען דארף טון אלעס וואס מען קען אים צו פארשרייען. איי, וואס טוט מען אויף? ער האט דאך געווינען אן זייער שטיצע. אבער וואס עס איז זיכער איז זיכער, אפשר וועט מען אים טאקע מצליח זיין צו מאכן פאר א ריכטיגן אנטיסעמיט, און דעמאלטס האבן די ציונים אלעס פארדינט.

עס קען גאר זיין, אז די ציונים באדערט נאך מער דאס וואס ער גייט אפהיטן און האט געהעכערט די פאנדס פון פינף מיליאן צו פינף און צוואנציג מיליאן דאלאר, כדי אידן זאלן קענען לעבן בשלום ובשלוה בארצות הגולה,דאס באדערט זיי נאך מער ווי זיין "נאקבא" טוויט און דאס וואס ער גייט נישט אנטיילנעמען אינעם ישראלישן פאראד. דאס איז ווייל עס גייט קעגן זייער אידעאלאגיע; עס שטערט זיי זייער אז אידן אין די גלות לענדער זאלן האבן אביסל מנוחה.

נטרונא שטייט אויף דער וואך קעגן דעם ציוניסטישן 'גלית'

נטרונא פון זייער זייט שטייט כסדר אויף דער וואך און טוט כל מיני פעולות און תחבולות אז דער מעסעדזש זאל טאקע דערהערט ווערן, כדי מען זאל קלאר פארשטיין דעם גרויסן חילוק צווישן ערליכע אידן און ציונים, צווישן אמת'ע אידישקייט און ציוניזם, און צווישן די אמעריקאנער אידן דא אין אמעריקע און די רעגירונג אין ארץ ישראל. אבער דאס איז נאך אלץ ווייט פון גענוג; אינעם היינטיגן מצב פאדערט זיך צו טוהן פי כמה און פארשטערקערן דעם קול מחאה במידה גדושה, כדי זיכער צו מאכן אז דאס פייער זאל חלילה נישט אריבערכאפן אהער צו די לאקאלע אידישע געמיינדעס דא אין ניו יארק סיטי.

מיר בעטן אלע אונזערע חשוב'ע צוהערער, יעדער איינער זאל זיך ביטע אנשטרענגען כפי ידו משגת; ווער עס קען זאל מנדב זיין א סכום פון פינף הונדערט דאלער, וואס דאס וועט אונז העלפן אנצוקומען צו נאך א מיליאן וויאורס (views). וכל המוסיף מוסיפין לו מן השמים. די נומער צו געבן די נדבה איז: 718-304-5328. תזכו למצוות.
תם ולא נשלם!
שבח ושירה לאל בורא עולם!
אוועיטער
אוטובאס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 157
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:15 pm
Location: גיב מיר א מינוט
x 731

Re: נייעס און פעולות פון 'נטרונא'

פאוסט דורך אוטובאס »

ניוז ביטס דינסטאג נשא

תם ולא נשלם!
שבח ושירה לאל בורא עולם!
שרייב פאוסט