אידישע ווערטער פאר אפט גענוצט לשה''ק ווערטער

אלעס ארום שרייבעריי און אויסגאבעס
אוועיטער
כאטש טראץ אפי'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 2:29 pm
x 517

אידישע ווערטער פאר אפט גענוצט לשה''ק ווערטער

פאוסט דורך כאטש טראץ אפי' »

איך וועל פרובירן צו מאכן א ליסטע פון אפט גענוצטע ווערטער אין לשה''ק (הייליג שפראך) וועלכע ווערן אפט גענוצט און א גרויסע טייל פון זיי האבן געשמאקע אידישע אלטערנאטיוון וואס קען צומאל צוניץ קומען ווען מען וויל בארייכערן דאס געשריבענע ווארט מען בעט אלע גוטע שרייבער אריינצוקומען קלאר
ממש - באשיינפערליך
פשוט - איינפאך
לכאורה - ווארשיינליך
אפשר - מעגליך
בערך - אומגעפער
מסתמא - פילייכט
ביהמ''ד - שול
אמת - וואר\הייט
קול - שטימע - קלאנג - גערודער
הרג'נען - טויטן - קוילן - מארדן
ס'דא נאך א וועלט כ'קום באלד צוריק👇👇👇
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2105
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3779

Re: אידישע ווערטער פאר אפט גענוצט לשה''ק ווערטער

פאוסט דורך הדסים »

כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 6:40 pm איך וועל פרובירן צו מאכן א ליסטע פון אפט גענוצטע ווערטער אין לשה''ק (הייליג שפראך) וועלכע ווערן אפט גענוצט און א גרויסע טייל פון זיי האבן געשמאקע אידישע אלטערנאטיוון וואס קען צומאל צוניץ קומען ווען מען וויל בארייכערן דאס געשריבענע ווארט מען בעט אלע גוטע שרייבער אריינצוקומען קלאר
ממש - באשיינפערליך
פשוט - איינפאך
לכאורה - ווארשיינליך
אפשר - מעגליך
בערך - אומגעפער
מסתמא - פילייכט
ביהמ''ד - שול
אמת - וואר\הייט
קול - שטימע - קלאנג - גערודער
הרג'נען - טויטן - קוילן - מארדן
ס'דא נאך א וועלט כ'קום באלד צוריק👇👇👇
ש'כח פארן גיין פתיחה, עטליכע הערות

באשיינפערליך איז מער 'קלאר' ווי ממש, לדוגמא מ'האט באשיינפערליך געזען דעם יד ה'.

פילייכט איז מער אפשר ווי מסתמא.
____
אלטע שרייבער פלעגן ניצן 'מער' אנשטאט 'ים' כ'בין נייגעריג צי איינער ווייסט מער (נד"י..) דערוועגן.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אוועיטער
כאטש טראץ אפי'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 2:29 pm
x 517

Re: אידישע ווערטער פאר אפט גענוצט לשה''ק ווערטער

פאוסט דורך כאטש טראץ אפי' »

הדסים האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 7:32 pm
כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 6:40 pm איך וועל פרובירן צו מאכן א ליסטע פון אפט גענוצטע ווערטער אין לשה''ק (הייליג שפראך) וועלכע ווערן אפט גענוצט און א גרויסע טייל פון זיי האבן געשמאקע אידישע אלטערנאטיוון וואס קען צומאל צוניץ קומען ווען מען וויל בארייכערן דאס געשריבענע ווארט מען בעט אלע גוטע שרייבער אריינצוקומען קלאר
ממש - באשיינפערליך
פשוט - איינפאך
לכאורה - ווארשיינליך
אפשר - מעגליך
בערך - אומגעפער
מסתמא - פילייכט
ביהמ''ד - שול
אמת - וואר\הייט
קול - שטימע - קלאנג - גערודער
הרג'נען - טויטן - קוילן - מארדן
ס'דא נאך א וועלט כ'קום באלד צוריק👇👇👇
ש'כח א דאנק פארן גיין פתיחה עפענען, עטליכע הערות קאמענטארן

באשיינפערליך איז מער 'קלאר' ווי ממש, לדוגמא צום ביי שפיל מ'האט באשיינפערליך געזען דעם יד ה' גאט'ס האנט.

פילייכט איז מער אפשר ווי מסתמא.
____
אלטע שרייבער פלעגן ניצן מער אנשטאט ים כ'בין נייגעריג צי איינער ווייסט מער (נד"י..) דערוועגן.
מ'האט ממש געזען דעם יד ה'
איה''נ (ריכטיג), פילייכט איז נענטער צו אפשר, אין ענגליש perhaps
פילייכט ווילט איר אויסקלארן וואס איר מיינט מיט די לעצטע זאץ? איך האב נישט פארשטאנען

גורם זיין - צוברענגען
סיבה - אורזאך
מרידה - ווידערשפעניגונג
מעמד - צערעמאניע
הגם - טראץ
פרט - איינצילהייט
למשל - א שטייגער ווי
עכ''פ - כאטש
יסוד - גרונד
עיקר - הויפט
כלל - פרינציפ
שכל - זינען
שיטה - מיינונג
אות - בוכשטאב
מהלך - צוגאנג
כמובן - פארשטענדליך
טאגבוך
ניי צום טיש
פאוסטס: 9
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 25, 2025 2:35 pm
x 27

Re: אידישע ווערטער פאר אפט גענוצט לשה''ק ווערטער

פאוסט דורך טאגבוך »

כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 6:40 pmהרג'נען - טויטן - קוילן - מארדן
מארדן איז אפשר לשון קודש אויך
בבא מציעא לז בורח מחמת מרדין
רש''י דארט זאגט אז עס קומט פון פרסיש
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5651
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19973

Re: אידישע ווערטער פאר אפט גענוצט לשה''ק ווערטער

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

הרג'נען איז אומברענגען. פרט קען זיין דעטאל. מרידה - אויפשטאנד, רעוואלוציע.

נישט יעדע מעמד איז א צערעמאניע...

גאט'ס האנט קומט נישט אריין אנשטאט יד השם. יד השם איז לשבר את האוזן, נישט בוכשטעבליך, אלזא קומט עס נישט איבערגעטייטשט נאר ווי ס'ווערט גענוצט בפי ההמון [אין די מויל פון די מאסן?..].
אוועיטער
כאטש טראץ אפי'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 2:29 pm
x 517

Re: אידישע ווערטער פאר אפט גענוצט לשה''ק ווערטער

פאוסט דורך כאטש טראץ אפי' »

טאגבוך האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 10:56 pm
כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 6:40 pmהרג'נען - טויטן - קוילן - מארדן
מארדן איז אפשר לשון קודש אויך
בבא מציעא לז בורח מחמת מרדין
רש''י דארט זאגט אז עס קומט פון פרסיש
גאר אסאך ווערטער פון אידיש קומען קלאר פון לשה''ק אזוי אויך אסאך שפראכן ווי ענגליש ווערטער וואס קומען פון לשה''ק ואכמ''ל
אוועיטער
כאטש טראץ אפי'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 2:29 pm
x 517

Re: אידישע ווערטער פאר אפט גענוצט לשה''ק ווערטער

פאוסט דורך כאטש טראץ אפי' »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 11:23 pm הרג'נען איז אומברענגען. פרט קען זיין דעטאל. מרידה - אויפשטאנד, רעוואלוציע.

נישט יעדע מעמד איז א צערעמאניע...

גאט'ס האנט קומט נישט אריין אנשטאט יד השם. יד השם איז לשבר את האוזן צו ערקלערן פארן אויער, נישט בוכשטעבליך, אלזא קומט עס נישט איבערגעטייטשט נאר ווי ס'ווערט גענוצט בפי ההמון [אין די מויל פון די מאסן?..].
ריכטיג, אומברענגען אויכעט, כאטש אומקומען איז אויך אויף "מת" אזוי ווי טויטן
דעטאל איז נייער ווי איינצלהייט וועלכע איז נישט גלייך צו קיין ווארט אין ענגליש ווי detail
ווידערשפעניגונג איז אויך אן קיין אויפשטאנד (און זיכער רעוואלוציע וועלכע איז אין לשה''ק מהפיכה) יעדער וואס פאלגט נישט איז א מורד אפי' ער ווארפט נישט אום קיינעם
עס איז דא מציאות'ן פאלן ווי צערעמאניע וועט אריינקומען און זיך הערן גוט
אה, יד ה', עס איז געווען א ווערטל, ס'דא אידישע אויסשפרעכן ווי גאט'ס שטארקע האנט וכו'
אוועיטער
כאטש טראץ אפי'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 2:29 pm
x 517

Re: אידישע ווערטער פאר אפט גענוצט לשה''ק ווערטער

פאוסט דורך כאטש טראץ אפי' »

סובל - דולדן
מאכל - עסנווארג - שפייז
מעשה - געשעעניש
סיפור - ערציילונג
דומה - גלייך - ענליך
חודש - מאנאט
משפחה - פאמיליע
עולם - געמיינדע
ערב - אוונט
ראוי - פאסיג
מסביר - ערקלערן
אחריות - פאראנטווארטליכקייט
גוף - קערפער
נפש - זעל
רוח - גייסט
רגש - געפיל
מרגיש - שפירן
מ'בעט די עולם צו געבן זייערע ווערטער
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5651
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19973

Re: אידישע ווערטער פאר אפט גענוצט לשה''ק ווערטער

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 11:54 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 11:23 pm הרג'נען איז אומברענגען. פרט קען זיין דעטאל. מרידה - אויפשטאנד, רעוואלוציע.

נישט יעדע מעמד איז א צערעמאניע...

גאט'ס האנט קומט נישט אריין אנשטאט יד השם. יד השם איז לשבר את האוזן צו ערקלערן פארן אויער, נישט בוכשטעבליך, אלזא קומט עס נישט איבערגעטייטשט נאר ווי ס'ווערט גענוצט בפי ההמון [אין די מויל פון די מאסן?..].
אטע דאס איז מיין פונקט, נישט אלעמאל וועט עס זיין ווערט צו נוצן דאס אידישע ווארט, טיילמאל וועט א גוטער שרייבער דירעקט נוצן די שפריכווארט אין לשה"ק, ווען די אידישע אפטייטשט וועט זיך הערן ווי א ראבאטישע איבערזעצונג. לשבר את האוזן, יעדער פארשטייט וואס עס מיינט. צו ערקלערן פארן אויער? הממ...

אגב, נפש און רוח זע איך, נשמה האט נישט קיין טייטש? [אין ענגליש איז נשמה די סאול - זעל]
חנן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 238
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 2:11 pm
x 646

Re: אידישע ווערטער פאר אפט גענוצט לשה''ק ווערטער

פאוסט דורך חנן »

הדסים האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 7:32 pm
כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 6:40 pm איך וועל פרובירן צו מאכן א ליסטע פון אפט גענוצטע ווערטער אין לשה''ק (הייליג שפראך) וועלכע ווערן אפט גענוצט און א גרויסע טייל פון זיי האבן געשמאקע אידישע אלטערנאטיוון וואס קען צומאל צוניץ קומען ווען מען וויל בארייכערן דאס געשריבענע ווארט מען בעט אלע גוטע שרייבער אריינצוקומען קלאר
ממש - באשיינפערליך
פשוט - איינפאך
לכאורה - ווארשיינליך
אפשר - מעגליך
בערך - אומגעפער
מסתמא - פילייכט
ביהמ''ד - שול
אמת - וואר\הייט
קול - שטימע - קלאנג - גערודער
הרג'נען - טויטן - קוילן - מארדן
ס'דא נאך א וועלט כ'קום באלד צוריק👇👇👇
ש'כח פארן גיין פתיחה, עטליכע הערות

באשיינפערליך איז מער 'קלאר' ווי ממש, לדוגמא מ'האט באשיינפערליך געזען דעם יד ה'.

פילייכט איז מער אפשר ווי מסתמא.
____
אלטע שרייבער פלעגן ניצן מער אנשטאט ים כ'בין נייגעריג צי איינער ווייסט מער (נד"י..) דערוועגן.
"מער" (MEER) אויף דייטש טייטשט (דייטשט...) ים. (גוגל טרענסלעיט)
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2105
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3779

Re: אידישע ווערטער פאר אפט גענוצט לשה''ק ווערטער

פאוסט דורך הדסים »

כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 10:26 pm
הדסים האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 7:32 pm
כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 6:40 pm איך וועל פרובירן צו מאכן א ליסטע פון אפט גענוצטע ווערטער אין לשה''ק (הייליג שפראך) וועלכע ווערן אפט גענוצט און א גרויסע טייל פון זיי האבן געשמאקע אידישע אלטערנאטיוון וואס קען צומאל צוניץ קומען ווען מען וויל בארייכערן דאס געשריבענע ווארט מען בעט אלע גוטע שרייבער אריינצוקומען קלאר
ממש - באשיינפערליך
פשוט - איינפאך
לכאורה - ווארשיינליך
אפשר - מעגליך
בערך - אומגעפער
מסתמא - פילייכט
ביהמ''ד - שול
אמת - וואר\הייט
קול - שטימע - קלאנג - גערודער
הרג'נען - טויטן - קוילן - מארדן
ס'דא נאך א וועלט כ'קום באלד צוריק👇👇👇
ש'כח א דאנק פארן גיין פתיחה עפענען, עטליכע הערות קאמענטארן

באשיינפערליך איז מער 'קלאר' ווי ממש, לדוגמא צום ביי שפיל מ'האט באשיינפערליך געזען דעם יד ה' גאט'ס האנט.

פילייכט איז מער אפשר ווי מסתמא.
____
אלטע שרייבער פלעגן ניצן מער אנשטאט ים כ'בין נייגעריג צי איינער ווייסט מער (נד"י..) דערוועגן.
מ'האט ממש געזען דעם יד ה'
איה''נ (ריכטיג), פילייכט איז נענטער צו אפשר, אין ענגליש perhaps
פילייכט ווילט איר אויסקלארן וואס איר מיינט מיט די לעצטע זאץ? איך האב נישט פארשטאנען
מ'קען טאקע שרייבן 'מ'האט ממש געזען' אבער נישט דאס מיינט באשיינפערליך..

מיין לעצטע זאץ איז שוין געווארן אויסגעקלארט דורך @חנן.
___
עולם איז געמיינדע? די געמיינדע איז נישט צופרידן?

למשל איז צום ביישפיל.

'הגם' מיין איך איז נישט פונקטליך 'טראץ', כ'טראכט די פונקטליכע ווארט, מסתמא ווארשיינליך איז עס 'כאטש'. (אויף ענגליש איז עס although).
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אוועיטער
כאטש טראץ אפי'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 2:29 pm
x 517

Re: אידישע ווערטער פאר אפט גענוצט לשה''ק ווערטער

פאוסט דורך כאטש טראץ אפי' »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 2:56 pm
כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 11:54 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 11:23 pm הרג'נען איז אומברענגען. פרט קען זיין דעטאל. מרידה - אויפשטאנד, רעוואלוציע.

נישט יעדע מעמד איז א צערעמאניע...

גאט'ס האנט קומט נישט אריין אנשטאט יד השם. יד השם איז לשבר את האוזן צו ערקלערן פארן אויער, נישט בוכשטעבליך, אלזא קומט עס נישט איבערגעטייטשט נאר ווי ס'ווערט גענוצט בפי ההמון [אין די מויל פון די מאסן?..].
אטע דאס איז מיין פונקט, נישט אלעמאל וועט עס זיין ווערט צו נוצן דאס אידישע ווארט, טיילמאל וועט א גוטער שרייבער דירעקט נוצן די שפריכווארט אין לשה"ק, ווען די אידישע אפטייטשט וועט זיך הערן ווי א ראבאטישע איבערזעצונג. לשבר את האוזן, יעדער פארשטייט וואס עס מיינט. צו ערקלערן פארן אויער? הממ...

אגב, נפש און רוח זע איך, נשמה האט נישט קיין טייטש? [אין ענגליש איז נשמה די סאול - זעל]
ריכטיג און וואר, עס איז קלאר פארהאן פעלער ווי מ'געברויך נוצן לשה''ק, די פונקט (נקודה) איז אז עס לוינט זיך צו האלטן אפן די ארגיניעלע אידישע ווערטער אין מח(נו? מעגליך זינען?) וועלכע קענען צומאל צוגעבן א דינאמיק און עס איז נישט דא אין דעם קיין כללים (פרינציפן)
אוועיטער
כאטש טראץ אפי'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 2:29 pm
x 517

Re: אידישע ווערטער פאר אפט גענוצט לשה''ק ווערטער

פאוסט דורך כאטש טראץ אפי' »

חנן האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 6:16 pm
הדסים האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 7:32 pm
כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 6:40 pm איך וועל פרובירן צו מאכן א ליסטע פון אפט גענוצטע ווערטער אין לשה''ק (הייליג שפראך) וועלכע ווערן אפט גענוצט און א גרויסע טייל פון זיי האבן געשמאקע אידישע אלטערנאטיוון וואס קען צומאל צוניץ קומען ווען מען וויל בארייכערן דאס געשריבענע ווארט מען בעט אלע גוטע שרייבער אריינצוקומען קלאר
ממש - באשיינפערליך
פשוט - איינפאך
לכאורה - ווארשיינליך
אפשר - מעגליך
בערך - אומגעפער
מסתמא - פילייכט
ביהמ''ד - שול
אמת - וואר\הייט
קול - שטימע - קלאנג - גערודער
הרג'נען - טויטן - קוילן - מארדן
ס'דא נאך א וועלט כ'קום באלד צוריק👇👇👇
ש'כח פארן גיין פתיחה, עטליכע הערות

באשיינפערליך איז מער 'קלאר' ווי ממש, לדוגמא מ'האט באשיינפערליך געזען דעם יד ה'.

פילייכט איז מער אפשר ווי מסתמא.
____
אלטע שרייבער פלעגן ניצן מער אנשטאט ים כ'בין נייגעריג צי איינער ווייסט מער (נד"י..) דערוועגן.
"מער" (MEER) אויף דייטש טייטשט (דייטשט...) ים. (גוגל טרענסלעיט)
א דאנק פארן ארויסהעלפן
אוועיטער
כאטש טראץ אפי'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 2:29 pm
x 517

Re: אידישע ווערטער פאר אפט גענוצט לשה''ק ווערטער

פאוסט דורך כאטש טראץ אפי' »

בלויז קאמענטארן קען מען געבן? לאמיך זען וואס עטס האטס פארצושלאגן
אוועיטער
כאטש טראץ אפי'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 2:29 pm
x 517

Re: אידישע ווערטער פאר אפט גענוצט לשה''ק ווערטער

פאוסט דורך כאטש טראץ אפי' »

הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2025 6:58 pm
כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 10:26 pm
הדסים האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 7:32 pm

ש'כח א דאנק פארן גיין פתיחה עפענען, עטליכע הערות קאמענטארן

באשיינפערליך איז מער 'קלאר' ווי ממש, לדוגמא צום ביי שפיל מ'האט באשיינפערליך געזען דעם יד ה' גאט'ס האנט.

פילייכט איז מער אפשר ווי מסתמא.
____
אלטע שרייבער פלעגן ניצן מער אנשטאט ים כ'בין נייגעריג צי איינער ווייסט מער (נד"י..) דערוועגן.
מ'האט ממש געזען דעם יד ה'
איה''נ (ריכטיג), פילייכט איז נענטער צו אפשר, אין ענגליש perhaps
פילייכט ווילט איר אויסקלארן וואס איר מיינט מיט די לעצטע זאץ? איך האב נישט פארשטאנען
מ'קען טאקע שרייבן 'מ'האט ממש געזען' אבער נישט דאס מיינט באשיינפערליך..

מיין לעצטע זאץ איז שוין געווארן אויסגעקלארט דורך @חנן.
___
עולם איז געמיינדע? די געמיינדע איז נישט צופרידן?

למשל איז צום ביישפיל.

'הגם' מיין מיין איך איז נישט פונקטליך 'טראץ', כ'טראכט די פונקטליכע ווארט, מסתמא ווארשיינליך איז עס 'כאטש'. (אויף ענגליש איז עס although).
כאטש איז עס זיכער נישט "גיב מיך כאטש איין פלעשל"
כאטש איז על כל פנים at least יא מ'נוצט עס אויכעט אנשטאט טראץ
דאס און ווי אויך למשל גיי איך נישט אריין אין די אמת'ע "טייטש" (באדייט) איך גיי מער לויט וויאזוי עס ווערט געשריבן געווענליך און (אדרבא) פארקערט זאל דער געמיינדע דא צוזאמען זיך אויסשארפן
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2105
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3779

Re: אידישע ווערטער פאר אפט גענוצט לשה''ק ווערטער

פאוסט דורך הדסים »

כאטש טראץ אפי' האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 22, 2025 10:45 pm גורם זיין - צוברענגען
סיבה - אורזאך
מרידה - ווידערשפעניגונג
מעמד - צערעמאניע
הגם - טראץ
פרט - איינצילהייט
למשל - א שטייגער ווי
עכ''פ - כאטש
יסוד - גרונד
עיקר - הויפט
כלל - פרינציפ
שכל - זינען
שיטה - מיינונג
אות - בוכשטאב
מהלך - צוגאנג
כמובן - פארשטענדליך
גורם זיין - פאראורזאכן
כלל איז פרינציפ? א כלל אין לעבן איז א פרינציפ אין לעבן? מעגליך
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5651
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19973

Re: אידישע ווערטער פאר אפט גענוצט לשה''ק ווערטער

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

@הדסים ביישפיל איז א דוגמא - סעמפל. משל ווייסעך נישט וויאזוי עס וואלט זיך איבערגעטייטשט.

כלל איז לאו דווקא פרינציפ, וואס איז דאן א פרט?..

גורם ביסטו גערעכט, זינט דער גורם זעלבסט איז דער אורזאך. סיבה במקורו איז ער גערעכט [מסבב כל הסיבות] אבער מנוצט עס מער אלס אן ערקלערונג צו א געשעעניש.

אפשר איז מעגליך - maybe. פערהעפס\פילייכט איז לכאורה

@כאטש טראץ אפי' בעט מען זאל ברענגען נאך דוגמאות [ביישפילן], לאמיר פרובירן.

נושא - טעמע
בכלליות - אין אלגעמיין
מקור - קוואל? אריגינעל?
שיטה - שטאנד?
סברא - ערקלערונג
קשיא - שוועריגקייט
שאלה - פראגע
ספק? [כבין מסופק...]
תירוץ - ענטפער
ראיה - באווייז
אמת'דיג - אויפריכטיג [בעצם איז אמת מער ריכטיג ווי וואר, ואכ"מ]
פנים - געזיכט
הרגשה - געפיל, התרגשות'דיג - געפיליש
מגיד - רעדנער [א דרשה איז נישט קיין רעדע, מילא איז א בעל דרשן נישט קיין רעדנער, וואס יא?..]
חיוב - פליכט, מחויב - פארפליכטעט

איינער קען די חילוק [צווישנשייד] צווישן שיר און זמרה, הלל און שבח? כ'קען בערך [ביילייפיג?] די חילוק אין באדייט, אבער כ'קען עס נישט איבערטייטשן.
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2105
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 3779

Re: אידישע ווערטער פאר אפט גענוצט לשה''ק ווערטער

פאוסט דורך הדסים »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מוצש"ק אקטאבער 25, 2025 11:37 pm @הדסים ביישפיל איז א דוגמא - סעמפל. משל ווייסעך נישט וויאזוי עס וואלט זיך איבערגעטייטשט.
צום ביישפיל ווערט געניצט אנשטאט למשל, צומווייניגסנטס ביי די עלטערע שרייבער.
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מוצש"ק אקטאבער 25, 2025 11:37 pm כלל איז לאו דווקא פרינציפ, וואס איז דאן א פרט?..

גורם ביסטו גערעכט, זינט דער גורם זעלבסט איז דער אורזאך. סיבה במקורו איז ער גערעכט [מסבב כל הסיבות] אבער מנוצט עס מער אלס אן ערקלערונג צו א געשעעניש.
איך כאפ נישט די שורה, ס'איז א פירכה?
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מוצש"ק אקטאבער 25, 2025 11:37 pm אפשר איז מעגליך - maybe. פערהעפס\פילייכט איז לכאורה
פילייכט איז לכאורה? "לכאורה וואלט איר מיר געקענט ארויסהעלפן?"?
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מוצש"ק אקטאבער 25, 2025 11:37 pm @כאטש טראץ אפי' בעט מען זאל ברענגען נאך דוגמאות [ביישפילן], לאמיר פרובירן.

נושא - טעמע
בכלליות - אין אלגעמיין
מקור - קוואל? אריגינעל?
שיטה - שטאנד?
סברא - ערקלערונג מיינונג?
קשיא - שוועריגקייט קשיא איז לכאורה מער ווי שוועריגקייט, ס'איז אויך א פירכה אויף עפעס וואס יענער האט געזאגט
שאלה - פראגע
ספק? [כבין מסופק...] 'אומזיכערקייט', 'נישט זיכער' אבער דאס ריכטיגע ווארט איז ווארשיינליך 'צווייפל' (היינט נוצט מען עס מער אלס פארצווייפלט אבער אריגינעל איז עס באניצט געווארן אויך אלץ "איך צווייפל אין די ווארהייט פון זיינע רייד")
תירוץ - ענטפער
ראיה - באווייז
אמת'דיג - אויפריכטיג [בעצם איז אמת מער ריכטיג ווי וואר, ואכ"מ]
פנים - געזיכט
הרגשה - געפיל, התרגשות'דיג - געפיליש און נישט עמאציאנאל
מגיד - רעדנער [א דרשה איז נישט קיין רעדע, מילא איז א בעל דרשן נישט קיין רעדנער, וואס יא?..]
חיוב - פליכט, מחויב - פארפליכטעט

איינער קען די חילוק [צווישנשייד] צווישן שיר און זמרה, הלל און שבח? כ'קען בערך [ביילייפיג?] די חילוק אין באדייט, אבער כ'קען עס נישט איבערטייטשן.
שיר איז א לויב אויפן באשעפער'ס גרויסקייט און הלל איז א לויב אויף זיינע חסדים. (גבורות ה')

____
אפילו - זאגאר

אנטשולדיגט אז איך האב כמעט נאר הערות, אייגענע חידושים איז זעט אויס שווערער...
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
עמוס
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 20, 2025 7:03 pm
Location: Rockland county
x 38

Re: אידישע ווערטער פאר אפט גענוצט לשה''ק ווערטער

פאוסט דורך עמוס »

וואס איז די אידישע טייטש פאר די גאר שטארק באנוצטע ווארט אפילו?
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4756
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6365

Re: אידישע ווערטער פאר אפט גענוצט לשה''ק ווערטער

פאוסט דורך שמח »

עמוס האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 26, 2025 10:15 am וואס איז די אידישע טייטש פאר די גאר שטארק באנוצטע ווארט אפילו?
טעמע: אידישע ווערטער פאר אפט גענוצט לשה''ק ווערטער
הדסים האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 26, 2025 2:53 am
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מוצש"ק אקטאבער 25, 2025 11:37 pm
אפילו - זאגאר
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5651
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19973

Re: אידישע ווערטער פאר אפט גענוצט לשה''ק ווערטער

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

הדסים האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 26, 2025 2:53 am
למשל ווערט באנוצט צומאל אומריכטיג, במקום לדוגמא. א משל איז נישט די זעלבע זאך נאר ענליך, משא"כ א דוגמא איז א סעמפל פון דאס פון וואס איך רעד.

סיבה און גורם האבן לכאורה די זעלבע באדייט במקורם, מ'נוצט [אין אידיש] גורם אלס דער אורזאך און סיבה אלס דער ערקלערונג דערצו.

פילייכט און לכאורה הערן זיך טאקע נישט גוט, אבער אפשר איז טייטש מעגליך - אי אפשר להתקיים... ווייסעך נישט וועגן פילייכט.

א קשיא איז עפעס וואס מאכט שווער דיין הנחה. ס'איז קשה צו פארשטיין וואס דו זאגט וויבאלד AB און C, אלזא ווילאנג דו האסט נישט קיין תירוץ ביסטו מופרך.

סבר - ער האט געקלערט, סברא - אן ערקלערונג. דו וואלטסט געטייטשט סבר - ער האט געמיינט... ביידע קענען זיין ריכטיג.

אפי' ווערט גענוצט במקום טראץ אויך, בעיקר אין אנהויב פון א פאראגראף וואו זאגאר קומט נישט אריין.
אוועיטער
כאטש טראץ אפי'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 2:29 pm
x 517

Re: אידישע ווערטער פאר אפט גענוצט לשה''ק ווערטער

פאוסט דורך כאטש טראץ אפי' »

@שאינו יודע לשאול און @הדסים קומען אריין קלאר
אוועיטער
כאטש טראץ אפי'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 2:29 pm
x 517

Re: אידישע ווערטער פאר אפט גענוצט לשה''ק ווערטער

פאוסט דורך כאטש טראץ אפי' »

ווערטער וואס האבן נישט (וואס איך ווייס)
יתום
שכן
זכות
נשמה
ים (מער)
אפילו
חידוש
אוצר
ועוד (און נאך) @שאינו יודע לשאול וואס זאגסטו?
אוועיטער
כאטש טראץ אפי'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 19, 2025 2:29 pm
x 517

Re: אידישע ווערטער פאר אפט גענוצט לשה''ק ווערטער

פאוסט דורך כאטש טראץ אפי' »

סעודה - מאלצייט
דגוש - געוויכט
ריח - גערוך
משנה - ענדערן
שלום - פרידן
משתתף - באטייליגן\אנטייל\
חלק - טייל
חצות - האלבע נאכט
בעיקר - איבערהויפט
כמעט - באלד
סדר - ארדענונג
חן - געפעלן
שרייב פאוסט