משה חיים צבי האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 22, 2025 4:14 am
א גוטן מיינע חשוב'ע חברים
איך וויל ב"ה אביסל מוסיף זיין הסבר אויף מיין פאריגע תגובה,
אזוי ווי איך הער פון אסאך גוטע פריינד וואס וואונדערן זיך און פרעגן וואס איז די פשט אז איך דריי זיך אין בבל אויף יום טוב, און איך בין נאך גאר געבליבן אויף שבת בראשית אויך, וויל איך עס ב"ה אויסקלארן.
אזוי ווי באריכטעט דא האב איך געדארפט האבן א משפט ערב ראש השנה, אונז האבן אלע געהאפט און מתפלל געווען אז עס זאל געלונגען, און די פלאן איז געווען אז אויף סוכות זאל אונז שוין זיין אין ניו יארק און פראווענען א שיינע יום טוב בשבת אחים גם יחד.
דער רצון ה׳ איז אבער געווען אנדערש און עס איז דורכגעפאלן, דער שופט איז צום גוטן מזל נישט אנגעקומען, אין מיין משפט איז געווארן אפגעשטופט מיט אפאר חדשים און ווער ווייסט ווי לאנג וועט געדויערן ביז איך וועל קענען ארויס גיין פון גוואטעמאלא, די עסקנים טוען כל מה שביכולתם צו פארשנעלערן די קאורט, אבער אלעס איז ביד השם.
עס איז מיר בכלל נישט גרינג צו וואוינען אליינס, פארשימלט ווערן אין גוואטעמאלא סיטי צווישן גויים, און ווער ווייסט ווי לאנג עס וועט זיך נאך אזוי ציען, איך שפיר אז איך וועל דאס נישט קענען דורכמאכן אזוי אליינס.
דערפאר האב איך אדורך גערעדט מיט מיינע גוטע פריינד און געמאכט די החלטה אז איך וועל אי״ה אהינגיין שבת אדער יום טוב לויט די מעגלעכקייט, און איך וועל זיך אביסל טרעפן מיט מיין טאטע און די פאהר געציילטע פארבליבענע אלטע פריינד וואס זענען נאך דארט געבליבן.
יעצט אז איך קום אהין גיי איך נישט זיין כחתן בין האבלים…. עס איז פונקט אזוי אומבאקוועם צו גיין דארט מיט חסיד'ישע בגדים ווי צו גיין מיט לב טהור קליידער אין ניו יארק,
ועוד איך קום זיך נישט רייצן און שלאגן מיט קיינעם, עס איז נישט מיין זאך דא.
איך האף אז יעדער פארשטייט מיר, קאנספעראציעס און חשדות זענען הוילע דמיונות.
דער באשעפער זאל אונז באגליקן מיט מנוחה ושמחה אור ליהודים אכי"ר.