זייער פיין געזאגט!בערל דער פייפער האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 19, 2025 1:28 pmבמחילת כבודך אלץ איינער וואס האט שוין טיקעטס קיין מירון, נישט יעדער וואס שרייבט עפעס איבער די נסיעה מיינט אז ער האט חשבונות, אידן זענען דא צו שמועסן איבער נושאים און דאס איז איינע פון די און מען מעג אויסשמועסן די מציאות הדברים,צדיק נסתר האט געשריבן: ↑מוצש"ק אקטאבער 18, 2025 11:10 pm נעבעך, עס איז נישט קיין סוד אז עס דרייען זיך דא א קליקע וואס קוקן ארויס מיט האפענונג אז די נסיעה זאל דורכפאלן, ווייל זיי האבן א פראבלעם און עפעס א חשבון מיט איינע פון די עסקנים פון די נסיעה
וויל איך זיי איינמעלדן מיט גרויס מיטלייד אז עס איז א שאד ענקערע צייט ווייל די נסיעה איז סייווי אי"ה א פאקט און וועט אי"ה געקרוינט ווערן מיט גרויס הצלחה
און אויב ענקער גאנצע דאגות איז דאס איידערן פארן אויף א שבת מיטן רבין ביים הייליגען רבי שמעון, מיין איך אז עס איז א שאד די שפעיזן פון ענקער נסיעה
יעצט לעצם העניין עס האבן זיך איינגעשריבן בערך 800/1000 אידן, קען זיין יעצט האלט עס שוין אביסל העכער, זייענדיג נאנט מיט אפאר אישי הציבור האבן זיי געזאגט אז מען האט געמאכט זיכער אז אלע VIP זאלן זיך איינשרייבן מיט די קינדער וכד’ אז מען זאל זיי קענען מסדר זיין געהעריג, דאס מיינט אז רוב פון די וואס האבן זיך איינגעשריבן זענען פון די וואס מען האט געבעטן
”די ציבור” האבן מער ווייניגער זיך נאך נישט איינגעשריבן, סיבות קען זיין אסאך אבער פון וואס מען הערט איז $3000 נעמט זיך נישט אזא א נעם ארויס פון טאש, (נישט אז איך האלט אז איז נישטגערעכט די פרייז),
די ארבעטס מענטשן וואס דעקן זיך משבת לשבת, האבן נישט געקענט הערן פאר תשרי פון נאך א הוצאה פון העכער 3 אלפים, יעצט נאך יו"ט דארפן אנהייבן קומען די פרישע השפעות, וועט מען זען כולי האי ואולי
לענ"ד פארשטיי איך באמת נישט די פראפאגאנדע, פארן גאנצן ציבור איז נישטא קיין פלאץ, פאר וויפיל פלאץ מ'האט גענומען גייט זיין פיל אן פ. ר. אויך
וואס וויל מען? מ'זאל קענען שרייבן אז 400 אידן זענען געשלאפן אונטערן פרייען הימל מחמת חוסר מקום? איז דאס טאקע די תאוה דא?