רופא חולים: שבת א' סליחות / רחמים שאלי קאמפיין ג' ד' סליחות

שמועסן ארום דעם טישל אויף א לייכטערן אופן
אוועיטער
אלף טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 151
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:44 pm
x 369

רופא חולים: שבת א' סליחות / רחמים שאלי קאמפיין ג' ד' סליחות

פאוסט דורך אלף טויב »

האלט מיט לעבידיג
https://www.c-live.co.il/archives/45719
הדלקה דורך ר' אלימלך בידערמאן יעצט
אוועיטער
Spa 42
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 1327
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:56 pm
Location: 42Maple Ave Monroe NY 10950
x 5306

Re: רופא חולים, שבת 'אלף' סליחות.

פאוסט דורך Spa 42 »

עד.
פיילס
שדגכ.jpg
שדגכ.jpg (175.2 KiB) געזען געווארן 1194 מאל
אוועיטער
רעגענדיגע זונטאג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 716
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:17 pm
x 1390

Re: רופא חולים, שבת 'אלף' סליחות.

פאוסט דורך רעגענדיגע זונטאג »

אלף טויב האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 4:57 pm האלט מיט לעבעדיג
https://www.c-live.co.il/archives/45719
הדלקה דורך הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א יעצט
ווידיאו נישט שארף קלאר.

יעקב דאסקאל און יואלי קליין זינגען.

געלע וועסטלעך מיט די הוטן, אן סין...
אוועיטער
אלף טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 151
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:44 pm
x 369

Re: רפא חולים, שבת 'אלף' סליחות.

פאוסט דורך אלף טויב »

מ'מער א קריספאדרנט דארט???

מיר קוקט עס עפעס אויס ווי אונטער 400 אידן דארט, איינער מיט מיר?
אוועיטער
אלף טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 151
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 12:44 pm
x 369

Re: רפא חולים, שבת 'אלף' סליחות.

פאוסט דורך אלף טויב »

ר' אלימלך איז יעצט אנגעקומען.
מען זינגט נגוני הודאה.
אוועיטער
אלכסנדר נחמן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 193
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:52 pm
x 126

Re: רפא חולים, שבת 'אלף' סליחות.

פאוסט דורך אלכסנדר נחמן »

אלף טויב האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 4:57 pm האלט מיט לעבידיג
https://www.c-live.co.il/archives/45719
הדלקה דורך ר' אלימלך בידערמאן יעצט
שכח פארן ברענגען
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20250

Re: רפא חולים, שבת 'אלף' סליחות.

פאוסט דורך דער תהלים איד »

איש בשורה אנכי... איך בין בע"ה אויפן פליגער צום שבת מיט רבי אלימלך.

אויב וועט מיר זיין א מעגליכקייט וועל איך ברענגען עפעס באריכטן אויפ'ן וועג אהיים.

ביזדערווייל קען יעדער אליינס שרייבן דער באריכט וואס וועט אי"ה זיין אין אלע צייטונגען. אויסצוג פון די פארגעשריבענע: "דיו אילו ימי וואלט מען נישט געקענט באשרייבן, נישטא קיין ווערטער, די דערהויבנקייט האט זיך געטאפט אין די לופט וואס איז געווען שטיקיג פון שווייס וואס האט זיך געגאסן פון אלעמענס הערצער" וכו' וגו'...

זאל דער אויבערשטער העלפן מ'זאל פועל'ן אלעס גוטס.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20250

Re: רפא חולים, שבת 'אלף' סליחות.

פאוסט דורך דער תהלים איד »

א גוטע וואך.

מען האלט דא נאך א 5 שעה'יגע שלש סעודות, איך האב נישט די צייט מאריך צו זיין ווייל מען גייט שוין אט צו סליחות (אפיציעל 1:30, העמיר זען..), און איך וויל נאך צוריקגיין אין די מערה ווייטער תהלים זאגן.

אבער אויפ'ן שפיץ גאפל: איך בין סורפרייזט פונעם דערהויבנקייט פונעם שבק קודש ביי רבי שמעון מיט'ן רבי ר' אלימלך...

פארוואס סורפרייזט? ווייל איך בין שוין מערערע מאל געווען ביי די שבת שקלים אין מירון מיט רהי אלימלך, מיט סאטמארע אידן פון ניו יארק. דא האבן עטליכע מיר אנגעזאגט, אז איך זאל נישט ערווארטן אפילו עפעס ענליך אין די געהויבנקייט וויבאלד ס'איז מער א באלבאטישער עולם, ס'ריז נגידים פון איבעראל, פון ניו יארק און פון טאראנטא צוגלייך, פון קרית יואל און פון לעיקוואד אייניג... וכו'.

למעשה מה אומר מה אדבר. בכלל נישט ווי געראכטן... יא יא די באלעבאטישע אידן האבן זיך אויסגעוואשן באהבה וביראה! א מורא'דיגער מורא'דיגער שבת געווען.

אויב וועט מיר שייך זיין אויפ'ן פליגער צו שרייבן אביסל מער בפרטיות, וועל איך פרובירן בע"ה. אזויפיל וועלעך יא צולייגן אז די דרשה שבת מיטאג ביי די סעודה (די סעודה האט זיך אנגעהויבן ארום 4 אזייגער...) פון הרה"ג ר' זלמן לייב הורוויץ שליט"א מספינקא, חבר ועד רופא חולים, האט מיר זייער זייער צונומען. אפשר וועל איך מארגן שרייבן מער. און אויך דערנאך א קורצע דרשה פון א בחור פון ירושלים (מיט א קאלפיק, נישט זיכער וועלכע חסידות) וואס האלט יעצט אינמיטן אדורכגיין טריעטמענטס ל"ע מיט די הילף פון רופא חולים. ס'האט באמת גערירט ווען ער האט גערעדט מיט אזא שטארקייט אבער צום סוף מזכיר געווען שמו ושם אמו און געבעטן מזאל מתפלל זיין פאר אים. זאלן אלע חולי ישראל שוין האבן א גאנצע רפואה!

יה"ר מזאל האבן געפועלט אלעס גוטס, און ווייטער פועלן פאר יעדן א ישועה ברוחניות צו זיין ערליכע אפגעהיטענע אידן, און א ישועה בגשמיות מזאל שוין נישט הערן אזויפיל יסורים ומכאובים ביי אידישע קינדער.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20250

Re: רופא חולים, שבת 'אלף' סליחות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

לאמיר פרובירן אביסל אראפצוגעבן טרוקענע קרישקעלעך און אויסצוגן פונען גרויסן שבת.


אנקומען קיין מירון

זעמיר אנגעקומען פרייטאג מיטאג, דער עסקן פון RCCS ר' אליעזר געלב האט אונז אנגעוויזן צוצופארן צום "בית העם" וואו ס'זענען געזיצן די ארגאניזירער און געטיילט די "רויטע בענדלעך" וואס נאר דערמיט האט מען געקענט אריינגיין צו אלע מעמדים.

דארט האט זיך אנגעזען א פולווער פון הכנות, ווען איבער אלעם זעט מען ווי איינער "שוויצט אן קיין שווייס", דאס איז דער אלעמען באקאנטער "אלי פר"מ", ר' אליעזר מיט זיין רואיגקייט לויפט פון איין איד צום צווייטן גוי און מאכט זיכער אז יעדער טוט זיין ארבעט. און אודאי זעט מען דארט דער לעגענדארער עווענט מענעדזשער און רופא חולים קאארדינעיטאר ר' יצחק מייזעלס, וואס מיט זיין רואיגע געניטקייט שטייט ער איבער אלעם און באגלייט אלעס פון אן טאפ. אונזער דירה איז געווען שיין צוגערישט און גאנץ הר מירון האט אויסגעזען ווי "קרית רופא חולים", אויף יעדע צווייטע דירה און ביי יעדע דריטע ראוד איז געווען גרויסע שילדן און אנווייזונגען פאר די רופא חולים געסט.

די מקוה האט מען צוגעשטעלט אינעם אבוחצירא שול, וואו יעדער האט געקריגן א נעגל שניידער, שוך פיץ, און וואס נישט... שפעטער איז געווען א טועמי' כיד המלך אין א גרויסן שאטער וואס שטייט ביים אונטן פון הר מירון, וואו ס'איז נעכטן פארגעקומען די מעמדים הגדולים "רחמים שאלי", וואס אייגנטליך, כווייס נישט צו דער עולם ווייסט, אז בעפאר די גרויסע מעמד וואס דער עולם האט געקענט מיטהאלטן מיט די לייוו הוקאפס, איז געוועו א פארמאכטע מעמד נאר מיט די געסט, וואו ס'איז ערשינען דער גרויסער משפיע כ"ק רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, און אויך אויפגעטרעטן מיט מוראדיגע דיבורים איבער די וואס העלפן די חולי ישראל, און מ'האט מעורר געווען אינאיינעם רחמי שמים על החולים שיתרפאו ועל הבריאים שלא יחלו.

שבת קודש!

דער שבת האט זיך אנגעהויבן מיט א מנחה אין גרויסן שאטער אויפן שטח תוא"י, וואו עס שטייט אגאנץ יאר דער ריזיגער "היכל התורה אור הרשב"י" געבויט נאכדעם וואס די ציונים אויפן פלאץ האבן אראפגעווארפן דער פריערדיגער בנין אראפציר פונעם בארג. דער היכל התורה איז א קידוש השם פאר זיך, פרעכטיג צוגעשטעלט 24 שעה מיט אלע געברויכן, לעקטער און פיינע עירקאנדישן (די איינציגסטע בנין אין מירון וואו די עיר קאנדישן קען ווערן אנגערופן עיר קאנדישן...), מיט קאווע, וואסער, ספרי קודש מיט טויזנטער בענקלעך אנגעגרייט אין די צייט על כל שמחה שתבא, יעדער זאל קענען זיצן.

דאס אז איך האב שוין נישט געהאט קיין קאווע זייט כבין ארויסגעפארן, און איך זיך דא ענדליך א זאפטיגע קאאוע, ביז איינער דערמאנט מיר אז כהאב נארוואס געגעסן א פליישיגן טועמי'? דאס איז שוין מין פריוואטע דורכפאל...

בעפאר מנחה איז אריינגעקומען הרה"צ דער רבי ר' אלימלך שליט"א, וואס האט פערזענליך שוין געהאט געדאוונט אין חצר המערה, בשעת איך האב דארט געזאגט אביסל תהלים אינאיינעם מיט נאך הנדערטער @דער תהלים אידן...

רבי אלימלך האט געזאגט אפאר גאר קורצע אבער שניידנדיגע ווערטער איבערן כח פון תפילת מנחה, זאגנדיג א כלי יקר אז דערפאר איז "אליהו לא נענה אלא בתפילת מנחה", לכאורה, שחרית וואס אברהם אבינו האט מתקן געווען איז עפעס א קלייניקייט? און מעריב פון יעקב אבינו? נאר ביי מנחה זעט מען "ויצא יצחק לשוח בשדה", ער האט מתפלל געווען אז ס'זאל אנקומען די ריכטיגע זיווג, און? רבקה איז אנגעקומען אזוי תוך כדי דיבור! ממילא תפילת מנחה האט דעם כח אז עס העלפט גלייך אויפ'ן פלאץ! און אז אליהו האט געדארפט א שנעלע ישועה אויפן פלאץ איז עס געווען דורך א תפילת מנחה!

ער האט דערציילט א סיפור נורא פון הייליגן חזון איש ז"ל וויאזוי ער האט געגעבן זיין הוראה פאר א פרוי צו מאכן אן אפעראציע כאטש ס'וועט איר נישט ערמעגליכן מער צו ברענגען נאך קינדער, אבער סאיז געווען פיקוח נפש. אבער נאך מנחה האט ער צוריקגעצויגן און געזאגט מזאל נישט מאכן! שפעטער האט זיך ארויסגעשטעלט אז זי האט געקענט איבערלעבן אן די אפעראציע, ולא עוד, נאר ס'האט זיך געמאכט א ינפעקשן וואס אויב וואלט זי געהאט אן אפעראציע, וואלט זי נישט איבערגעלעבט אזא אינפעקציע! און למעשה האט זי ב"ה זיך ערהוילט און נאך שפעטער געהאט נאך 9 קידנער, און געלעבט ביז העכער די 80!

דער איד האט געפרעגט דעם חזון איש וואס ס'האט געמאכט דעם טויש, ער האט דאך צוערשט יא געהאט געזאגט מזאל אפערירן? האט ער געענטפערט: "נאך מנחה איז א צווייטע מעשה!", א מנחה קען אלעס טוישן.

ר' אלימלך האט צוגעלייגט בשם ספה"ק אז ביי מנחה זעט מען אז מ'קען אויך בעטן פאר 2 זאכן, כאטש געווענליך ביי א תפילה קען מען נאר בעטן איין בקשה אויפאמאל, אבער דא איז דאך אליהו נענה געווארן סיי מיט אש משמים און סיי נישט אנצונעמען די קרבן פון די עובדי הבעל.

דא האט ר' אלימלך גערעדט וועגן די "הודו" וואס מ'גייט יעצט זאגן, זייענדיג מרמז אויף זיין אומפאל פון לעצטע וואך, זאגנדיג "ס'דא אמאל וואס מזעט אליינס די נסים, אז מ'איז ארויס אזוי בחסד (ווייזנדיג אויף זיינע פיס), אבער דאס איז ויבוננו חסדי ה', אידן האבם חסדים אלעמאל".

איבריג צו זאגן אז דאס איז געווען דער ריכטיגער געז אנצוצינדן א לעבעדיגע מנחה.

פריוואט גערעדט האב איך געהאט א שטיקל מחשבה אנצוהייבן דאווענען מנחה אין א זמן קבוע, נישט 15 מינוט בעפאר מעריב ווען ס'ווערט געווענליך אזוי 10-5 מינוט וכו'....

-----------

אז דער אויבערשטער וועט געבן כח העמיר באלד ממשיך זיין
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 670
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 943

Re: רופא חולים, שבת 'אלף' סליחות

פאוסט דורך מאטאווירט »

יישר כח פאר די באריכטן
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
אוועיטער
Yankel
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 750
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:17 pm
x 1087

Re: רופא חולים, שבת 'אלף' סליחות

פאוסט דורך Yankel »

וואסאפשט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 785
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:57 pm
x 536

Re: רופא חולים, שבת 'אלף' סליחות

פאוסט דורך וואסאפשט »

אז עפעס איז שווער פרעגט מען וואסאפשט.............
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20250

Re: רופא חולים, שבת 'אלף' סליחות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

וואסאפשט האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 5:27 pm https://www.dropbox.com/scl/fi/9n4gw7pu ... fdybo&dl=0
רירנד ביז גאר.

היות כבין נישט אנגעקומען אויפן פליגער צו גיין ווייטער מיט מיין באריכט, און יעצט איז שוין טירדת הפרסנה על צוארי, אבער העווי, העמיר מוז מאכן די באריכט קורץ און שארף, מיט ווייניגער תוכן הדרשות וכו'.

איך האף שפעטער אי"ה.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4758
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6365

Re: רופא חולים, שבת 'אלף' סליחות

פאוסט דורך שמח »

Yankel האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 5:00 pm https://ahblicklive.com/post.php?u_id=e ... uvrv9LS4vk
האט מיר זייער שטארק באנימען.
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 737
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2366

Re: רופא חולים, שבת 'אלף' סליחות

פאוסט דורך מירון »

מאטאווירט האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 3:12 pm יישר כח פאר די באריכטן
שיין באשריבן, איר מעגט ממשיך זיין ווען איר האט יא אפאר עקסטערע מינוט.
בן מלך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 343
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:56 am
x 516

Re: רופא חולים, שבת 'אלף' סליחות

פאוסט דורך בן מלך »

זייער שיין באשריבן.

זעמיר ב״ה אויך דארט געווען. עס איז געווען א הערליכע און דערהויבענע שבת.

יעצט דארף איך אפצאלן די פארלוירענע שלאף…
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20250

Re: רופא חולים, שבת 'אלף' סליחות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

22 (2).jpg
22 (2).jpg (369.28 KiB) געזען געווארן 739 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20250

Re: רופא חולים, שבת 'אלף' סליחות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

1.gif
1.gif (382.43 KiB) געזען געווארן 738 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20250

Re: רופא חולים, שבת 'אלף' סליחות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

איך האף שפעטער ממשיך צו זיין.

ביזדערווייל קען יעדער נעמען א חלק, און העלפן ר' הערשל קאהן ווישן טרערן פון טויזנטער חולי ישראל:

https://www.dryveup.com/rcy/?utm_source=YITISH
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20250

Re: רופא חולים, שבת 'אלף' סליחות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

טרעף איך דא א באקאנטע צורה!!

דאס איז דער בחור וואס האט אויפגעטרעטן ביים שבת נאכמיטאג סעודה.

ער האט מיר צושטורעמט דאס הארץ, עפעס נישט פשוט.

Screenshot 2023-09-13 153829.jpg
Screenshot 2023-09-13 153829.jpg (249.45 KiB) געזען געווארן 712 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20250

Re: רופא חולים, שבת 'אלף' סליחות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

קבלת שבת

צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען דער בעל תפילה וואס איז געווארן ארויסגערופן ספעציעל, הר"ר יואלי ב"ר מרדכי פריעד פון וומסב"ג, זייער זייער געשמאק געדאוונט!

פאר כגוונא איז הרה"צ רבי אלימלך נאכאמאל אריינגעקומען און גערעדט א לענגערע מושעס איבער די גרויסקייט פון א לעצטע שבת אין יאר, גערעדט איבער עפענען די ימי הרחמים, די באדייט פון ימי הסליחות, כמובן אלעס באגלייט מיט ווארימע נגינה.

עס גיסט זיך פון רבי אלימלך אזוי פיל אז ס'נישט מעגליך דא עס אראפצוגעבן, נישטא די צייט און די זכרון, אבער כאטש עפעס: ער האט נאכגעזאגט א טעם פארוואס ווען איינער האט א פעלד אזוי ווי אן אריסות, מ'הייסט אים פלאנצן חטים, און ער פלאנצט עפעס אנדערש, און עס זעצט אן, איז די הלכה אז ער דארף באצאלן די שאדן. פארוואס? לכאורה, אפשר וואלט ביי חטים געווען די זעלבע שאדן? נאר וואס דען, דער בעה"ב קען זאגן "אויף חטים האב איך מתפלל געווען אז ס'זאל געלונגען! דאס וואלט זיכער געהאט א גוטע שאנס!". זעט מען אז אפילו ממש אין דיני חו"מ, איז פשוט אז א תפילה ווערט נענה!

אזוי איז געווען מורא'דיגע דיבורים איבער תפילה, מיט סיפורים פון ישועות וואס אידן האבן געזען ביי רבי שמעון.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20250

Re: רופא חולים, שבת 'אלף' סליחות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

סעודת ליל שבת קודש

די סעודה איז פארגעקומען אין א זאל נעבן "בית העם", א הערליכע גרויסע פלאץ ביים צווייטן עק מירון (לאמיר עס רופן די רעכטע זייט מירון, ווען די מערת רבי שמעון איז די לינקע זייט). וואס זאל איך זאגן? וואו זאל איך אנהייבן? כ'קען זאגן איין זאך: מ'האט געענדיגט די סעודה 4:00 פארטאגס, און קיינער האט נישט געכאפט ווי שפעט ס'איז! אן עונג רוחני פון הונדערטער בעלי בתים אינאיינעם מכל החוגים ווען יעדער הייבט זיך מיט א לעכטיגער "אונטערשטער שבת".

צוערשט אנהייב סעודה ביז נאך די זופ איז געווען בלויז זמירות אן רבי אלימלך וואס קומט הערשט אריין שפעטער, און דאן האט אביסל אונטערגעהאלטן דעם עולם דער משמח אלקים ואנשים ר' ישראל שטערן פון לאנדאן. דער האט עפעס א מין צינור פון גוטע ווערטער, אזש ס'גייט א רויעך. אן קיין צעטל, אלעס פון קאפ ארויס, איינס נאכן אנדערן. עפעס געוואלדיג... איך וועל זיך מוזן פרובירו צו דערמאנען אביסל און שרייבן אינעם בידוחתא אשכול.

הופעת רבי אלימלך

נאך די זופ איז דער משפיע פונעם שבת אריינגעקומען כדרכו בעפאר קידוש, און כדרכו ארויף אויפן טיש, און כדרכו אנגעהויבן מיט ווארימע ניגוני שבת מטובל מיט הייליגע ווערטער פון צדיקים.

אגב, ער האלט זיך אין איין אראפזעצן און אויפשטעלן. ביים ווינטער שבת איז אויסגעקומען אז ס'האט געכאפט א היטש מיט אונזער קאר א בני ברק'ער בחור'ל, און אינמיטן וועג האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער איז נאנט צום חצר פון רבי אלימלך, האמיר דארט געהערט געוואלדיגע חידושים, צווישן אנדערן אז רבי אלימלך ליידט בעצם יסורים ביים זיצן/שטיין פון עפעס כמו א בראך, אבער ער לאזט נישט דאס היילן מחמת עניני קדושה. דערפאר ווען ס'איז נישט שבת זיצט ער אויף א ווארימע טוב (וויאזוי הייסט עס נאר). דעמאלס האב איך געהערט נאך, יענער זאגט אז עס נעכטיגט נישט קיין געלט ביי אים, אויב גיט מען עס פאר אים און נישט פאר די גבאים... ס'פילט גראד פאר צדקה כל כולו.

הפנים, פון וואו ער נעמט די כוחות צו שטיין אזוי אפאר שעה און משפיע זיין, אן א לעק וואסער, שוין נאכ'ן רעדן פריער אין טענט צוויי מאל, שוין נאכן גיין לאנגע שטרעקעס פון איין זייט מירון צו די צווייטע, רעדן און זינגען און זיצן און שטיין און לויפן, הייבן בעלי בתים... דאס איז נישט אין מיין פארשטאנד.

איך וועל יעצט נישט שרייבן קיין ציטאטן, אבער ס'איז געווען מלא חיזוק, מלא התעוררות, מלא הדרכה לקראת הימים הקדושים.

איין זאך וועל איך יא בארירן, ער האט געזאגט אז ער איז אן אדוואקאט פאר איין סגולה... פשוט ווייל די סגולה זעט ער ממש אפענע זאכן יעדע איינציגע יאר. דאס איז צו אויסזאגן 2 מאל תהלים, ראש השנה ביינאכט.

עס האט זיך פשוט געגאסן איין סיפור נאכ'ן צווייטן, בכל פרטיה, פון די לעצטע געציילטע יאר, וויאזוי אידן האבן געזען ישועות חוץ לדרך הטבע. ער האט געזאגט אז ביי פארשידענע פון די מעשיות האבן זיך די מאן און פרוי צוטיילט מיט'ן תהלים, און מ'קען מסתמא איינטיילן מיט מערערע בני המשפחה, אבער דאס איז א סגולה וואס ארבעט, דער תהלים ראש השנה ביינאכט האט עפעס א מוראדיגער כח.

ארום האלב 4 האט ער קידוש געמאכט, נישט בעפאר ער זאגט נאך א לאנגע לשם יחוד, ווי א זאטער אנגעגעסענער ביי שלש סעודות...
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20250

Re: רופא חולים, שבת 'אלף' סליחות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

שחרית

שבת אינדערפרי האט מען געדאוונט אין די "אבוחצירא שול". מ'האט אויסגערופן "10 אזייגער נישט פונקטליך...", למעשה האט מען געזאגט הודו בערך 10:30. ס'האט געדאוונט פאר'ן עמוד דער בעל תפילה ר' יואליש. געשמאק און זיס.

ס'איז געווען היבש הייס, איך ווייס נישט פארוואס אין ארץ ישראל איז דא א מאנגל אין עיר קאנדישן! וואו מ'שטייט און גייט זעט מען 20 פענס וואס מאכן אסאך גערודער מיט אביסל לופט, מיט עפעס א קליינטשיקע עירקאנדישן וואס דעקט נישט די געברויך אסרו חג פסח, אודאי נישט אין די ברענעדיגע היצן וואס ס'איז יעצט געווען. שוין, ווער האט געקוקט דערויף. די וועש זענען מילא געווען נאס דעם שבת מבואו ועד צאתו..

קידוש

נאך שחרית איז געווען צוגעשטעלט א ריזיגער קידוש. פארוואס טאקע אזא ריזיגע? אה, ווייל די סעודה האט זיך אנגעהויבן הערשט 4:00! וועסט באלד הערן.

אויסגערופן האט מען אז די קידוש איז ביז 1:30 און דעמאלס וועט רבי אלימלך (ער דאוונט בעפאר זמן תפילה, אין די מערה) אריינקומען צו א מעמד תפילה ובקשה בעת פתיחת הארון.

למעשה איז ער אריינגעקומען בערך א שעה שפעט, לויט ווי מ'הערט איז דאס א רבי'שע כוונה אז ס'זאל נישט בלייבן צייט צו שלאפן נאכמיטאג... כ'ווייס נישט צו ס'איז טאקע ריכטיג אזוי.

המעמד הנורא

דא קומט דער מעמד וואס האט מיר איבערגענומען די נשמה. מען פארטיילט א זאגערל פון RCCS וואס האט תמניא אפי (על הסדר) און דער תפילת השל"ה. מען הייבט אן זינגען ווארימע ניגונים און רבי אלימלך קומט אינמיטן אריין. ער האט אנגעהויבן נאכזאגן מקורות אז ווען מ'עפנ דעם ארוה"ק עפענען זיך די טויערן פון הימל און רבי שמעון האט מגלה געווען אז דעמאלס קען מען מעורר רחמים זיין, און דא איז מען אריבער צו די בקשות אויף רוחניות און גשמיות, גוטע קינדער און א געזונטע שטוב, באגלייט מ יט מאמרים איבער דעם אז כל ברכאן דלעילא ותתא זענען תלוי אינעם שב"ק און יעצט עפנט מען די ימי הרחמים, און מ'קען אריינכאפן אזא הייסע תפילה, מיט א אפענע ארוה"ק, מיט א הייליגע תפילה פונעם של"ה, און אזוי האט מען ממשיך געווען מיט ניוגני התעוררות, רחמים רבים ניגון, דער וויזניצער חמול, ויהיו זרעי, דער אהבה רבה ניגון, מה אומר, ס'האט געשניטן שטיקער, דער ציבור האט מעורר רחמים געווען עפעס נישט פשוט, מ'האט זיכער געפועלט גרויסע זאכן אין הימל! כיה"ר. איך מיין אז קיינעמס אויג איז נישט געווען מחוסר דמעות.

דאן האט מען געליינט, ביי די עליות האבן נגידים בעם געשנאדערט גאר גרויסע סכומים פאר רופא חולים, איך דענק נישט די נעמען פון רוב ממילא העמיר בלייבן אנאנים, אבער 10,000 איז געווען דער קלענסטער סכום כמדומה.

ר' אליעזר געלב מיט ר' יצחק מייזעלס זענען אזוי ארומגעגאנגען צווישן עולם און באארבעט וועמען צו געבן אן עלי'... און יעדער נותן האט דערנאך באקומען א ברכה פון רבי אלימלך, און פון רבי הערשל קאהן דער מייסד RCCS.

כהאב פארגעסן צו זאגן אז אויף שבת איז אויך געווען אנוועזנד ר' נחום ארענשטיין, שותף פון ר' שלמה זלמן שפיצער וואס זיי פירן אן די קאמפיין וואס גייט יעצט אן, און מ'האמיר ווארעם באגריסט ר' נחום'ען וועמען אונז געדענקען נאך ווען ער האט געארבעט דא אין קרית יואל טאקע אונטער ר' יצחק מייזעלס.

נאכ'ן ליינען איז שוין געווען גאר שפעט, אבער... רבי אלימלך האט דאך איבריגע כוחות... ער איז נישט הונגעריג קיינמאל... און ער האט נאר געוואלט מזאל נאך זינגען דער לאנגדער בעלזער "לכל קהלה קדישא". כנראה מיט די זעלבע ציל וואס מ'האמיר אויבן געשריבן... דערנאך איז געווען מוסף און מנחה, ביז 4:00 איז מען געגאנגען עסן דעם סעודת שב"ק.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20250

Re: רופא חולים, שבת 'אלף' סליחות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

סעודה שבת אינדערפרי / פארנאכטס...


די סעודה איז געווען גאר אנגענעם, רייך און געשמאק.

ס'האט אויפגעטרעטן דער יושב ראש פונעם שבת... ר' ישראל שטערן. ס'געווען ווידעראמאל א נחת אים צו הערן... יעדעס ווארט זיס ווי צוקער.

צווישן אנדערן: פארוואס היינטיגע בדחנים זאגן נישט קיין ווערטלעך, נאר זאגאר "הספדים"?? איז אזוי. די בחור'לעך ביי די חתונה גייען דאך היינט צוטאג מיט אזעלכע 'טייט' הויזן. פארוואס טאקע? לכאורה ווייל תורה מתשת כוחו של אדם און די בחורים האבן מורא פאר זייער גוף, ממילא מאכן זיי עס Vaccum packed.... הפנים, מיט אזא הויזן אז מען טאנצט, איז לא ימלט אז ס'זאל פארקומען אפאר קריעה רייסן. נו, נאכ'ן רייסן קריעה קומט אוודאי א שיינער הספד.

דא האט ער אויפגערופן הרה"צ ר' שלמן לייב הורוויץ שליט"א מספינקא וואס איז פון די בארד פון RCCS און האט ארויסצורעדן פון הארץ און דערציילן אביסל אמת'ע פרטים איבער רופא חולים ירושלים.

עס האט זיך געגעבן א שטעל צו צום עמוד דער וויזניצער רבי שליט"א פון ירושלים, וואס איז געווען אנוועזנד אגאנץ שבת אלס אקטיווער עוסק למען חולי ישראל במסירת נפש כידוע, און דער וויזניצער רבי האט געוואלט צולייגן אביסל שבחים אויף רבי זלמן לייב, אבער רז"ל האט אים אוועקגעשטיפט ער זאל נישט זאגן.

"וויזניץ און ספינקא האבן שוין אינדערהיים זיך נישט פארטראגן!!" - האט רבי ישראל שטערן אויסגערופן...

רבי זלמן לייב האט גענומען דאס ווארט און טראץ זיין נישט-הויכע קול האט געהערשט אזא שטילקייט אין זאל אז יעדער האט געהערט יעדעס ווארט. ווייל זיין הארץ האט גערעדט. ער האט פארציילט פשוטע פאקטישע נומערן וויפיל קעיסעס ס'זענען אריינגעקומען אינם לעצטן יאר, אינעם לעצטן חודש, און עס צוטיילט, וויפיל טאטעס, וויפיל מאמעס, וויפיל קינדער, וויפיל סטעידזש 1, וויפיל סטעידזש 4, לא עלינו, די נומערן זענען שאקירנד. איך קען נישט נאכשרייבן ווייל איך געדענק נישט אבער ווען ס'שטייט איינער וואס איז נאמן, ער רעדט פון פאקטן און דערציילט דאס, ס'הא א מוראדיגער רושם, אויף מיר זיכער.

דא האט ער געגעבן די נומערן פון ארץ ישראל. אויב דענק איך גוט האט ער געזאגט אז די אמעריקאנע אפיס קאסט היינט ארום 25 מיליאן א יאר, מיט די מעדיקעל ריסערטש טיעמס אא"וו, און דאס דעקט זיך שווער, און דא קומט אריין עקסטערע 6 (אדער 7) מיליאן פאר די ארץ ישראל אפיס.

ער האט דערציילט אז ס'איז געווען איין קעיס פון ירושלים וואס ר' הערשל קאהן האט עס מיטגעהאלטן, און ער האט געפרעגט איינע פון די קינדער צו זיי האבן שוין געהאט נאכטמאל, האט די קינד געענטפערט אז מ'גייט יעצט איינקויפן. וואס גייט מען איינקויפן? א ווארימע זופ. דאס גייט זיין די נאכמטאל, מער ווי דעם ווער קען זיך ערלויבן ווען די טאטע ארבעט נישט ליגנדיג אין בעט און די מאמע איז ביזי מיט'ן שפיטאל און קען נישט קאכן? עסט מען איין טעלער זופ פאר נאכטמאל.

דא האט ר' הערשל באשלאסן אז אין ארץ ישראל איז נישט גענוג אז מען גיט זיך אפ מיט'ן חולה! מ'מוז אויך פיטערן די קינדערלעך פשוןט אויף נישט צו הונגערן! און ער האט אנגעהויבן א עקסטערע פראיעקט פון שיקן עסן פאר יעדע אזא משפחה, וואס ס'איז ליידער דא הונדערטער אזעלכע.

איך גיי נישט אלעס נאכשרייבן, און ניטאמאל דענק איך אלעס, נאר אזויפיל, ס'האט מיר באנומען. און נאך מיט די הארציגקייט און אפנקייט וויאזוי ער האט גערעדט, אלס איינער וואס טוט עס אליינס. ער האט אויסגערימט די אלע ארבייטער וואס ארבעטן פאר'ן קאמפיין, כהאב שוין אלע דערמאנט אויסער דעם אינגערמאן דרומער (פארגעסן ערשטע נאמען) וואס איז לעצטנס אריינגעקומען אינעם אפיס און ארבעט מיט א אויסטערלישע פלייס. "ר' הערשל מיט די אלע אידן גייען שוין ארום וואכן לאנג, פון אנהייב זומער, צו קענען צושטאנד ברענגען די נדיבים וואס מ'זעט דא".

"נישט יעדער האט געעפנט די טיר! קלאר אז נישט! אזא ארבעט איז זייער זייער שווער... וואויל איז ענק אלע אז ענק זענען גליקליך צו האבן געעפנט דעם טיר פאר חולי ישראל!"

נאך זיין הארץ שטורעמנדע דרשה האט גערעדט דער וואס מ'זעט דא אויפ'ן מאמענט דעקל, וואס כהאב שוין געזאגט אז זיין פעסטקייט פון איין זייט און זיין זיך מזכיר זיין פון די צווייטע זייט, און זיין מעיד זיין וויאזוי רופא חולים באגלייט אים, האט זייער זייער זייער עושה רושם געווען.

זאלן אלע חולי ישראל אויפגעראכטן ווערן! מיט א רפואה גמורה!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20250

Re: רופא חולים, שבת 'אלף' סליחות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

המשך האפנטליך מארגן.
שרייב פאוסט