על דא ועל הא

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
וויענער חסיד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 210
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 1:14 pm
Location: boro park
x 535

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך וויענער חסיד »

סאיז א מורהדיגע לשיטתו די וואס האלטן מען דארף פאלגען די עסקנים אהן מען טאר זיך נישט וואגען צו פרעגן קשיות אזויווי און רוסלאנד ביי די קאמוניסטן האלטן אז מען דארף וואוטען פארן קאמעניסט מאמדאני
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 548
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1168

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

וויענער חסיד האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 8:02 pm מען טאר זיך נישט וואגען צו פרעגן קשיות
ווער האלט אזוי?
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2220
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 7678

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך מסתמא »

@נאסע שמאטעס איך כאפ נישט דיינע נקודות,

1 אויב גייסטו מיר זאגן אז די פריזאן רעפארם ביל וואלט עניוועי געשעהן מיט קראנטע פראףף וואלט איך עס געקויפט. למעשה האט ר’ משה געספענד די צייט און געלט און קאנעקשאנס דערפאר. אן קיין וואוטס אינוואלווד גראדע. איך כאפ נישט ווי עס קומט אהער דא.

2 די חינוך ביל אין גרויס טייל איז צו פארדאנקען די זעלדין רעיס. יא!

3 עגעין, די עסקנים ביי קאוויד זענען געווען ברובם ווערטלאז, קלייניקייטן דא דארט איז נישט פון וואס מען רעדט דא. מען רעדט פון די גרויסארטיגע רדיפות, שפיטעלער, חדרים וכו’ דארטן וואו מען האט באמת געדארפט אונזערע קאנעקשאנס איז עס גארנישט ווערט געווען. וכן ביי די ניו יארק טיימס אטאקעס. די ליסטע איז ריזיג.

בקיצור טחינת מים
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
ויצא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 255
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2024 7:07 pm
x 301

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך ויצא »

נאסע שמאטעס האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:29 pm
קיין איין היציגער מיינונג זאגער אדער סתם אידיאלאגישער מבין א שטייגער ווי מיין שכן דא הרב @מסתמא האט נאכנישט באוויזן אז זיינע סברות זאלן העלפן אידן אויף הלכה למעשה. העמיר עס לאזן פאר די וואס טוען יא למעשה.
און אויך האבען זיי אונז נישט אנגעברענגט דיבלאזיאו וואס האט געמאכט פון די סיטי א מעסס...אויך עפעס ווערט
וויענער חסיד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 210
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 1:14 pm
Location: boro park
x 535

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך וויענער חסיד »

ווער האלט אז מען טאר נישט פרעגן קשיות אויף עסקנים א ידיד מיינער וואס רופט זיך נאסע שמאטעס
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 548
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1168

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

@מסתמא
1. עפענען די שפיטעלער וואלט נישט געשען פון זיך אליינס. די נורסעס יוניאן'ס האט געקעמפט אקעגן, און ס'וואלט געקענט אנהאלטן עטליעסט אזוי לאנג ווי די מאסק'ס האבן אנגעהאלטן, אדער אפילו פאר אייביג. ממילא קענסטו נישט אוועקנעמען קרעדיט פון אידן וואס האבן געשוויצט טעג און נעכט ביז ס'האט פאסירט.

2. די חינוך ביל איז וואס? ווען סאטמאר וואלט געוואוט פאר זעלדין וואלט געווען א חינוך ביל? יא צו ניין.

3. משה מארגערעיטן איז אויך געווען ווערטלאז ביי רובאשקין. און ביי סאמעט. כ'מיין, ס'פארא פשראך איז דאס? זיי זענען עסקנים וואס דעליווערן. אלעס? ניין נישט אלעס. דו דעליווערסט אלעס ביי דיר אין שטוב?
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2220
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 7678

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך מסתמא »

נאסע שמאטעס האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 8:21 pm @מסתמא
1. עפענען די שפיטעלער וואלט נישט געשען פון זיך אליינס. די נורסעס יוניאן'ס האט געקעמפט אקעגן, און ס'וואלט געקענט אנהאלטן עטליעסט אזוי לאנג ווי די מאסק'ס האבן אנגעהאלטן, אדער אפילו פאר אייביג. ממילא קענסטו נישט אוועקנעמען קרעדיט פון אידן וואס האבן געשוויצט טעג און נעכט ביז ס'האט פאסירט.

2. די חינוך ביל איז וואס? ווען סאטמאר וואלט געוואוט פאר זעלדין וואלט געווען א חינוך ביל? יא צו ניין.

3. משה מארגערעיטן איז אויך געווען ווערטלאז ביי רובאשקין. און ביי סאמעט. כ'מיין, ס'פארא פשראך איז דאס? זיי זענען עסקנים וואס דעליווערן. אלעס? ניין נישט אלעס. דו דעליווערסט אלעס ביי דיר אין שטוב?
1 מהאט שוין אדרעסירט די שפיטעלער נושא, מאקסימום האט עס צוריקגעריקט די זאך מיט עטליכע וואכן אדער חדשים. עס וואלט זיך סייווי געעפנט.

2 יא. הערסט גוט.

3 איך רעד פון וואוטס וואו מען וואוט אריין נציגים צו פארטרעטן די וויילער און זייערע געברויכן. דו רעדסט פון אן עסקן וואס טוט עסקנות. עס זענען צוויי באזונדערע נושאים וואס האט קיין שייכות איינס צום צווייטן.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 548
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1168

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

1. און איך האב דיר געענטפערט. מיט פאקטן, נישט דמיונות.

2. אהא... איך שטיי גוט

3. לאז מיר וויסן וואסערע געברויך די רעדע איז יעצט פאר דיר פערזענליך
אוועיטער
מהודר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 323
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 10:22 pm
x 737

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך מהודר »

יוסי געשטעטנער קומט זיך די קרעדיט פארן עפענען די שפיטעלער
דעת קדשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1567
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 3554

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך דעת קדשי »

מהודר האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 8:45 pm יוסי געשטעטנער קומט זיך די קרעדיט פארן עפענען די שפיטעלער
און העשי טישלער די פארקס....
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
שוהם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 309
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 11:27 pm
x 518

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך שוהם »

נאסע שמאטעס האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 7:16 pm
שוהם האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 7:08 pm דו האסט מעגליך פארזען אז איך האב שוין געפרעגט אויף דעם סברא אויך און האסט איגנארירט עטליכע אנדערע קשיות.
קען זיין. אויב יא צייג אן און כ'וועל ענטפערן. אדער טוישן מיינונג...
צוויי שאלות און אן ענטפער אויף דיין פריערדיגן תירוץ

viewtopic.php?p=210474#p210474

______
כ'האב שוין פריער דערמאנט די צוויי מיינונגען אין פאליטיק אבער פון דיין שאק ווען איינער זאגט אז די זעלדין רעיס קומט קרעדיט פארן דורכפירן דעם חינוך ביל קוקט אויס אז האסט עס נישט געכאפט איז כ'פרוביר נאך איינמאל.

איך - און אזוי אויך אסאך אנדערע אידן - האלטן אז א פאליטיקאנט טוט גארנישט פאר יענעם ער טוט אלצדינג פאר זיך; ד.ה. פאר זיין בענקל, און דאס וואס ער טוט טובות פאר אנדערע איז אויך נאר פאר זיך כדי זיי זאלן וואוטן פאר אים 'בעתיד'. אויפן עבר אנעם עתיד איז גארנישט פארהאן ווייל ווי געזאגט ער מיינט נאר זיך. (א שטיקל דוגמא לדבר איז קאומא וואס ווען ער איז געווארן גאר גרויס - ער האט זיך זאגאר איינגערעדט אז ער לויפט פאר פרעזידענט - האט ער געדראפט אלע קשרים. הגם דארט איז עס געווען עקסטרעם).

היוצא לנו מזה אז וואוטן פאר א פאליטיקאנט ווייל ער גייט האבן הכרת הטוב איז א פאלשע חשבון, חוץ אויב דער פאליטיקאנט ווייסט אז פארן איגנארירן פארלירט ער קומענדיגעס מאל מיין שטימע, אויב ווייסט ער אז איך וועל ממילא וואוטן פאר אים/געווינער/נוקם ונוטר/פארטיי אדער סיי וועלכע זאך אויסער מעשים וועט ער נישט ארויסגיין פון וועג פאר אונז ווייל נישט אין דעם איז אנגעהאנגען זיין בענקל.
אין איין ווארט; 'שטימען ברויך זיין אנגעהאנגען אין מעשים כדי צו באקומען מעשים אין אויסויש פון שטימען'.

ממילא פארשטיי ווען איינער זאגט אז וויבאלד א חלק ניכר פון כלל ישראל האט געשטימט קעגן האקול האט זי געכאפט דעם מעסעדזש אז אויב וועט זי נישט ארויסגיין פון וועג פאר אונז וועט זי נישט האבן אונזערע שטימען אפגעזען וויפיל פראגרעמס און פאנדינג די מוסדות האבן, און טאקע דאס האט איר געצווינגען צו גיין קעגן איר אייגענע פארטיי און נעמען אסאך היץ דערויף, וואלט זי געזוכט תירוצים - אפילו גערעכטע - גלייב איך אז זי וואלט זיי געטראפן. וויבאלד זי האט געדארפט וואוטס האט זי געארבעט. מוזסט נישט האלטן אזוי אבער עטליעסט הער עס.
שמח האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 10:35 pm אויב האסטו נישט וואס צו ענטפערן קען דאס זעלבסט זיין דער ענטפער.
פארטראכט
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 27, 2025 1:09 am
x 53

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך פארטראכט »

יאך בין נישט משיג וויאזוי מען ערלויבט צו בארעדן א יחיד אויף א פובליק פלאטפארמע. מוחה מוחה.

און ווי איינער שרייבט, האבן א מיינונג אין יעדע נושא איז פראבלאמאטיש, ספעציעל ווען סאיז עקסטרעם צו איין זייט און קומט מיט ווילדע רעטאריק, ערלויבן נישט קיין ברעקל פלאץ פאר אן ארגומענט, עס נידערט די credentials פון די יעניגע שרייבערס.
פארטראכט
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 27, 2025 1:09 am
x 53

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך פארטראכט »

חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 13, 2025 3:45 pm
פארטראכט האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 13, 2025 3:28 pm
וויענער חסיד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 13, 2025 11:14 am די חידוש איז די טאלאנט פון יעדער מאל צו טרעפן די מערסטע פארפיינטסטע קאנדידאט ביים ציבור און איהם אינדארסירן און יעדער וואס דיסעגריט רייסט אונטער עסקנים האט אייגענע נגיעות וכולהו
גענוי.

סאיז א היסטארישע פאסירונג, מאמדאני איז געווען אפגעפרעגט ביז ממש לעצטענס ביי יעדן וואס האט א מח בקדקדו, סיי צוליב זיינע צודרייטע פאליסיס, און סיי צוליב זיינע עקסטרעמע אנשויאונגען אנבאלאנגט מדינת ישראל, א ראיאן וואס ער האט קיינמאל באזוכט און ווייסט נישט קיין סאך איבער עס.

נישט פארגעסן ער איז א גוי, היסטארי האט געוויזן אז אסאך געגנער צו די מדינה זענען אויך וויסטע אנטיסעמיטן, נאר אידן קענען באמת מבחין זיין צווישן ציונות און אידישקייט.

סקען מעגליך זיין די ריכטיגע מאוו מצד העסקנים, אויב געווינט ער סייווי, כלל ישראל איז אבער בארעכטיגט צו הויבן ברעמען, און עס צולייגן אין די לענג און אין די ברייט, און ביטע פליפ נישט די קוין ווי גלייך מיר זענען די משוגעים פארן נישט גלייך ענטפערן קדוש אויף די אינדארסירונג.
דאך בינעך נישט נייגעריג צו הערן פון אפאר איזראעליס אזעלכע האלאקאוסט פארלייקענונג סטעיטמענטס ווי גלייך מען רעדט דא פון היטלער
יא, אבער מטאר נישט פארקירעווען די פאקוס צו אייניגע איזריילים וואס האבן סך הכל געטוויטעט צו זיייער פאלאוינג, ווילאנג זיי פלאנען נישט צו אנעקסירן מיין היימעלע און זיך דערקרוינען מעיאר, איי דאנט ריעלי קעיר.
הבוחר בתורה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 155
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 10:04 am
Location: קרית באבוב45
x 237

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך הבוחר בתורה »

איינער האט שוין געקויפט די פאלגענדע שיעורים? איך וואלט געוואלט הערן מער איבערדעם.

שעשני כרצונו שיעורים.
בהשגחת הרה'ג ר' שלמה יונגער שליט''א - דומ''ץ טאהש ק''י.

(איך ווייס אז ניק ****** און ניק ******* וועלן לכאורה האלטן אז עס אסור, און איך בין נישט אינטערעסירט אין זייער pre-existing condition)
ר' משה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 361
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 3:02 pm
x 331

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך ר' משה »

הבוחר בתורה האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 17, 2025 9:14 am איינער האט שוין געקויפט די פאלגענדע שיעורים? איך וואלט געוואלט הערן מער איבערדעם.

פלאי פלאים
הבוחר בתורה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 155
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 10:04 am
Location: קרית באבוב45
x 237

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך הבוחר בתורה »

ר' משה האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 17, 2025 9:22 am
הבוחר בתורה האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 17, 2025 9:14 am איינער האט שוין געקויפט די פאלגענדע שיעורים? איך וואלט געוואלט הערן מער איבערדעם.

שעשני כרצונו שיעורים.
בהשגחת הרה'ג ר' שלמה יונגער שליט''א - דומ''ץ טאהש ק''י.

(איך ווייס אז ניק ****** און ניק ******* וועלן לכאורה האלטן אז עס אסור, און איך בין נישט אינטערעסירט אין זייער pre-existing condition)
פלאי פלאים
ביי דיר האט מען עס שוין געהערט?
אוועיטער
בערל דער פייפער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1329
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 2066

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

הבוחר בתורה האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 17, 2025 9:14 am איינער האט שוין געקויפט די פאלגענדע שיעורים? איך וואלט געוואלט הערן מער איבערדעם.

שעשני כרצונו שיעורים.
בהשגחת הרה'ג ר' שלמה יונגער שליט''א - דומ''ץ טאהש ק''י.

(איך ווייס אז ניק ****** און ניק ******* וועלן לכאורה האלטן אז עס אסור, און איך בין נישט אינטערעסירט אין זייער pre-existing condition)
פאריגע וואך געהערט גאר גיטע גריסן פון דעם, איינס האב איך מיטגעהאלטן די שינוים לטובה
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
ר' משה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 361
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 3:02 pm
x 331

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך ר' משה »

הבוחר בתורה האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 17, 2025 9:25 am
ר' משה האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 17, 2025 9:22 am
הבוחר בתורה האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 17, 2025 9:14 am איינער האט שוין געקויפט די פאלגענדע שיעורים? איך וואלט געוואלט הערן מער איבערדעם.

שעשני כרצונו שיעורים.
בהשגחת הרה'ג ר' שלמה יונגער שליט''א - דומ''ץ טאהש ק''י.

(איך ווייס אז ניק ****** און ניק ******* וועלן לכאורה האלטן אז עס אסור, און איך בין נישט אינטערעסירט אין זייער pre-existing condition)
פלאי פלאים
ביי דיר האט מען עס שוין געהערט?
יא.
פאר מער פרטים פרעג אישי
Who knows
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 254
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 8:04 pm
x 388

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך Who knows »

הבוחר בתורה האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 17, 2025 9:14 am איינער האט שוין געקויפט די פאלגענדע שיעורים? איך וואלט געוואלט הערן מער איבערדעם.

שעשני כרצונו שיעורים.
בהשגחת הרה'ג ר' שלמה יונגער שליט''א - דומ''ץ טאהש ק''י.

(איך ווייס אז ניק ****** און ניק ******* וועלן לכאורה האלטן אז עס אסור, און איך בין נישט אינטערעסירט אין זייער pre-existing condition)
איך האב געהערט גאר גוטע גריסן דערויף (איך זעה נישט פארוואס ניק ???? זאל האבן א פראבלעם דערמיט)
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 5651
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 19996

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

@מסתמא, איך וויל וויסן אויב דו האלטסט באמת אז ווען קואמא האט ווען מורא אז ער גייט פארלירן אונזערע שטימען, וואלט ער געעפנט די שפיטעלער פריער, און צי דו האלטסט אז אונזער בלאק וואוט קען האבן א גרעסערע איינפלוס ווי די נורסעס און טיטשערס יוניאנ'ס.

און כדי צו אננעמען די ארגומענט אז די וואוטס פאר זעלדין האבן געמאכט האקול מיטארבעטן, דארף איך קודם אננעמען די הנחה דיינער אז האקול האט בעפאר די וואלן נישט מיטגעארבעט, וואס לויט די עסקנים וואס זענען געווען אינוואלווד אין די ענדגילטיגע געזעץ, איז נישט ריכטיג. די עסקנים וואס ווייסן נישט וועלכע עקזיט מ'דארף נעמען אנצוקומען קיין אלבאני, און זעען נישט קיין פאקטן ביז ס'גייט ענדגילטיג דורך אין די לעגיסלאטור, נאכן דורכפאלן מער ווי איינמאל - שוין נאכדעם וואס מהאט "געשיקט דאס מעסעדזש", וואלט איך נישט גענומען זייער ווארט דערויף.
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 548
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1168

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

שוהם האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 9:33 pm
נאסע שמאטעס האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 7:16 pm
שוהם האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 7:08 pm דו האסט מעגליך פארזען אז איך האב שוין געפרעגט אויף דעם סברא אויך און האסט איגנארירט עטליכע אנדערע קשיות.
קען זיין. אויב יא צייג אן און כ'וועל ענטפערן. אדער טוישן מיינונג...
צוויי שאלות און אן ענטפער אויף דיין פריערדיגן תירוץ

viewtopic.php?p=210474#p210474

______
כ'האב שוין פריער דערמאנט די צוויי מיינונגען אין פאליטיק אבער פון דיין שאק ווען איינער זאגט אז די זעלדין רעיס קומט קרעדיט פארן דורכפירן דעם חינוך ביל קוקט אויס אז האסט עס נישט געכאפט איז כ'פרוביר נאך איינמאל.

איך - און אזוי אויך אסאך אנדערע אידן - האלטן אז א פאליטיקאנט טוט גארנישט פאר יענעם ער טוט אלצדינג פאר זיך; ד.ה. פאר זיין בענקל, און דאס וואס ער טוט טובות פאר אנדערע איז אויך נאר פאר זיך כדי זיי זאלן וואוטן פאר אים 'בעתיד'. אויפן עבר אנעם עתיד איז גארנישט פארהאן ווייל ווי געזאגט ער מיינט נאר זיך. (א שטיקל דוגמא לדבר איז קאומא וואס ווען ער איז געווארן גאר גרויס - ער האט זיך זאגאר איינגערעדט אז ער לויפט פאר פרעזידענט - האט ער געדראפט אלע קשרים. הגם דארט איז עס געווען עקסטרעם).

היוצא לנו מזה אז וואוטן פאר א פאליטיקאנט ווייל ער גייט האבן הכרת הטוב איז א פאלשע חשבון, חוץ אויב דער פאליטיקאנט ווייסט אז פארן איגנארירן פארלירט ער קומענדיגעס מאל מיין שטימע, אויב ווייסט ער אז איך וועל ממילא וואוטן פאר אים/געווינער/נוקם ונוטר/פארטיי אדער סיי וועלכע זאך אויסער מעשים וועט ער נישט ארויסגיין פון וועג פאר אונז ווייל נישט אין דעם איז אנגעהאנגען זיין בענקל.
אין איין ווארט; 'שטימען ברויך זיין אנגעהאנגען אין מעשים כדי צו באקומען מעשים אין אויסויש פון שטימען'.

ממילא פארשטיי ווען איינער זאגט אז וויבאלד א חלק ניכר פון כלל ישראל האט געשטימט קעגן האקול האט זי געכאפט דעם מעסעדזש אז אויב וועט זי נישט ארויסגיין פון וועג פאר אונז וועט זי נישט האבן אונזערע שטימען אפגעזען וויפיל פראגרעמס און פאנדינג די מוסדות האבן, און טאקע דאס האט איר געצווינגען צו גיין קעגן איר אייגענע פארטיי און נעמען אסאך היץ דערויף, וואלט זי געזוכט תירוצים - אפילו גערעכטע - גלייב איך אז זי וואלט זיי געטראפן. וויבאלד זי האט געדארפט וואוטס האט זי געארבעט. מוזסט נישט האלטן אזוי אבער עטליעסט הער עס.
האסט פארטוישט וואס ער און איך האבן גערעדט.

מיין שאלה איז "נישט" געווען אויב די זעלדין ווינט האט געהאלפן חינוך. קען זיין אז יא, ס'איז א געססינג געים.

מיין שאלה איז געווען "אויב סאטמאר וואלט געשטימט פאר זעלדין" צו עס וואלט יעצט געווען א חינוך ביל. ווער עס זאגט אז יא, איז נישט דאהי בכלל. ס'איז נישט מעגליך מסביר צו זיין ווי פארקערט דער מציאות איז. נישטא די ווערטער... מען מוז מיטהאלטן א הלוך ילך צו פארשטיין אז דאס איז ממש דמיונות וואס קענען קיין מציאות נישט ווערן. פאליטישע נגיעות איז א לימוד זכות.
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 548
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1168

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

הבוחר בתורה האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 17, 2025 9:14 am איינער האט שוין געקויפט די פאלגענדע שיעורים? איך וואלט געוואלט הערן מער איבערדעם.

שעשני כרצונו שיעורים.
בהשגחת הרה'ג ר' שלמה יונגער שליט''א - דומ''ץ טאהש ק''י.

(איך ווייס אז ניק ****** און ניק ******* וועלן לכאורה האלטן אז עס אסור, און איך בין נישט אינטערעסירט אין זייער pre-existing condition)
רבי שלמה יונגער איז א אויסטערלישער ירא השם, און גאר ערנסטער דיין מיט א שכל הישר מאוד.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3389
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 10794

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך פופציגער »

וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 7:05 pm און אט... א פלא, פונקט דאס וואס דער פארשטייער פון מיין קהילה האט געטראכט, פארשטיי איך אלס ריכטיג. פלאי פלאים.
ממש פארקערט.

איך בין מבטל מיין פארשטאנד צו די עסקנים.
איך פארשטיי אזויפיל אז איך פאלג זיי
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
שוהם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 309
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 18, 2025 11:27 pm
x 518

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך שוהם »

פופציגער האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 17, 2025 2:42 pm
וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 7:05 pm און אט... א פלא, פונקט דאס וואס דער פארשטייער פון מיין קהילה האט געטראכט, פארשטיי איך אלס ריכטיג. פלאי פלאים.
ממש פארקערט.

איך בין מבטל מיין פארשטאנד צו די עסקנים.
איך פארשטיי אזויפיל אז איך פאלג זיי
מ'רעדט דאך נישט פון פאלגן מ'רעדט סך הכל צי מסברא זענען זיי גערעכט
שמח האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 10:35 pm אויב האסטו נישט וואס צו ענטפערן קען דאס זעלבסט זיין דער ענטפער.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3389
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 10794

Re: על דא ועל הא

פאוסט דורך פופציגער »

שוהם האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 17, 2025 6:01 pm
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 17, 2025 2:42 pm
וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 7:05 pm און אט... א פלא, פונקט דאס וואס דער פארשטייער פון מיין קהילה האט געטראכט, פארשטיי איך אלס ריכטיג. פלאי פלאים.
ממש פארקערט.

איך בין מבטל מיין פארשטאנד צו די עסקנים.
איך פארשטיי אזויפיל אז איך פאלג זיי
מ'רעדט דאך נישט פון פאלגן מ'רעדט סך הכל צי מסברא זענען זיי גערעכט
וויאזוי קען איך אפילו האבן א מיינונג דא?

די לברה טוען עס פול-טיים, און יעדער ווייסט אז א מערהייט פון זייער ארבעט זענען שטילע, און אפילו סודות’פולע.

סא וואס?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
שרייב פאוסט