כת לב טהור אין גוואטעמאלע
-
שמייכל תמיד
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 10
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 8:06 pm
- x 6
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
מהרי"י?
-
יצחק טייכמאן
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 46
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 13, 2025 1:45 am
- Location: New York
- x 390
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
וויכטיג געזוכט א וועג פון לעיקוואד קיין וויליאמסבורג ביפאר יו''ט פאר א חשוב'ע יוצא לב טהור
ביטע טעקסטן 929-486-9205
ולמצוה גדולה יחשב
ביטע טעקסטן 929-486-9205
ולמצוה גדולה יחשב
-
שעפעריש
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 117
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 1:01 am
- Location: Monsey
- x 995
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
סתם פאר אינטערעסאנטקייט, מיט וועלכע ווערטער זענט איר נישט צופרידן?שמואל פוקס האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 05, 2025 8:08 pm איך וויל מוסר מודעה זיין, אז די ווערטער אויף די לינקע זייט פון צעטיל, איבער די נושאים וואס מען גייט רעדן, איז נישט געווארן דורכגעשמועסט מיט מיר.
אויף די קומענדיגע צעטיל, וואס וועט הענגען אין גרויס אויפן וואנט פון בית-המדרש, וועט שטיין דארט אנדערע זאכן.
נ.ב. וויבאלד מיינע ווערטער זענען געקומען, שוין נאך וואס די פאוסטער איז שוין טיילווייז מפורסם געווארן (זיי האבן מיר גראדע יא געשיקט דעם פאוסטער אויף טעקסט, אבער וויבאלד איך האב נישט קיין טעקסט, האב איך עס נישט געקענט זען), דעריבער האט די הנהלת הקהילה איינגעוויליגט אז איך זאל ארויסשטעלן מיינע ווערטער, אלס א קלארשטעלונג.
-
ממעמקים
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 146
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 9:13 pm
- Location: ברוקלין
- x 641
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
??וואס דען האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 05, 2025 12:51 pmדי אמת'ע לעבן איז דאך נישט ווייט פון דעם ...שמואל פוקס האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 28, 2025 3:35 pm
ערגעץ אינמיטן קעמפ, האט מען געמאכט א ריזיגע קאלעוואר. דאס איז געווען בשעת מען האט געמאלדן פאר די גאנצע קעמפ, אז מען גייט זיך ארויסלאזן אין וועג, און פארן צו די אמת'ע בבל (קורדיסטאן). מען האט גענומען באסעס פאר די גאנצע עולם..
די קאלעוואר איז נישט געגאנגען איינס צוויי דריי, עס האט גענומען עטליכע יאר, בשעת מען האט ארומגעפירט דעם עולם אהער און אהין, איינרעדנדיג פאר יעדן אז מען איז אויף די וועג צו די עכטע "בבל". נאך א יאר און א האלב, האט מען אויסגעשריגן פארן גאנצן קעמפ, "קאלערוואר" - מען פארט צוריק אין קעמפ... ס'איז אלעס געווען א דזשאוק!
צוועלעף יאר האט גענומען די קעמפ, ביז די וואקאציע איז געקומען צו אן ענדע. מען האט געמאלדן דעם גאנצן עולם, אז מען פארט צוריק אהיים פון קעמפ.
מענטשן ווייסן אפילו נישט אלעס. עס איז געווען געפלאנט דארט אייגענע געלט, ווי א "מנה, זוז" וכו', און זאגאר אן אייגענע באנק. עס איז נישט אויסגעפירט געווארן לידי מעשה.
דעי גאנצע לעבן איז דאך ווי א שפיל ... מ'דרייט זיך ממאכט דזשאוקס ... יעדער איז ביזי מיט זיין חלום "בבל" אדער ווי ער רופט דאס..
מדרייט זיך אהער און אהין ...
אין א געוויסע שלב ערגעץ אינמיטן\סוף רופט מען דעם מענטש צוריק אויבן אין הימל ... צום אמת'ע וועלט, עולם *האמת* ...
מ'רופט חברה קדישא ... יעדעם איינעם עקסטער באזונדער.. שוין געגאנגען..
מענטשן ווייסן אפילו נישט אלעס.. עס איז געווען געפלאנט וכו' וכו'
לכבוד סוכות.. קומט מחשבות בסגנון *קהלת'דיג...
איינער פארשטייט די רמזים אין די לעצטע 3 שורות דא?
און עפעס מיט דעם ניק א שייכות?
- גארנישט
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 368
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
- Location: קרית בבל החריבה
- x 1729
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
יא, דער ניק איז אויכעט איינער וואס גייט איין טאג גיין אויף יענע וועלט, און אהיימגיין פון קעמפממעמקים האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 05, 2025 9:01 pm??וואס דען האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 05, 2025 12:51 pmדי אמת'ע לעבן איז דאך נישט ווייט פון דעם ...שמואל פוקס האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 28, 2025 3:35 pm
ערגעץ אינמיטן קעמפ, האט מען געמאכט א ריזיגע קאלעוואר. דאס איז געווען בשעת מען האט געמאלדן פאר די גאנצע קעמפ, אז מען גייט זיך ארויסלאזן אין וועג, און פארן צו די אמת'ע בבל (קורדיסטאן). מען האט גענומען באסעס פאר די גאנצע עולם..
די קאלעוואר איז נישט געגאנגען איינס צוויי דריי, עס האט גענומען עטליכע יאר, בשעת מען האט ארומגעפירט דעם עולם אהער און אהין, איינרעדנדיג פאר יעדן אז מען איז אויף די וועג צו די עכטע "בבל". נאך א יאר און א האלב, האט מען אויסגעשריגן פארן גאנצן קעמפ, "קאלערוואר" - מען פארט צוריק אין קעמפ... ס'איז אלעס געווען א דזשאוק!
צוועלעף יאר האט גענומען די קעמפ, ביז די וואקאציע איז געקומען צו אן ענדע. מען האט געמאלדן דעם גאנצן עולם, אז מען פארט צוריק אהיים פון קעמפ.
מענטשן ווייסן אפילו נישט אלעס. עס איז געווען געפלאנט דארט אייגענע געלט, ווי א "מנה, זוז" וכו', און זאגאר אן אייגענע באנק. עס איז נישט אויסגעפירט געווארן לידי מעשה.
דעי גאנצע לעבן איז דאך ווי א שפיל ... מ'דרייט זיך ממאכט דזשאוקס ... יעדער איז ביזי מיט זיין חלום "בבל" אדער ווי ער רופט דאס..
מדרייט זיך אהער און אהין ...
אין א געוויסע שלב ערגעץ אינמיטן\סוף רופט מען דעם מענטש צוריק אויבן אין הימל ... צום אמת'ע וועלט, עולם *האמת* ...
מ'רופט חברה קדישא ... יעדעם איינעם עקסטער באזונדער.. שוין געגאנגען..
מענטשן ווייסן אפילו נישט אלעס.. עס איז געווען געפלאנט וכו' וכו'
לכבוד סוכות.. קומט מחשבות בסגנון *קהלת'דיג...
איינער פארשטייט די רמזים אין די לעצטע 3 שורות דא?
און עפעס מיט דעם ניק א שייכות?
ששש... איך האב גארנישט געזאגט
-
וויענער חסיד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 210
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 1:14 pm
- Location: boro park
- x 536
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
עס איז אינטערסאנט וואס הרב בלום זאגט און מאמענט אז די גאנצע פסח בעהוץ אינטערוויו איז געווען צו שיקען א מעסעדזש ח.צ.מלכה און די גאנצע קינדער רעדן איז געווען מען זאל עס וואטשען
-
שמואל פוקס
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 307
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
- Location: מאנסי
- x 3385
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איך וויל צוריקגיין צו א נושא, וואס איך האב שוין געשריבן אין די פארגאנגענהייט דערפון, און מעגליך אז איך דארף אביסל אויסקלארן וואס איך האב געשריבן, וויבאלד געוויסע מענטשן האבן געהאט טענות דערויף.
איבער די נושא פון 'כליא עורב', וואס עס איז פארהאן דארט א תורה שלימה איבער ספרים וואס זענען פארגרייזט געווארן, און איך האב געברענגט געוויסע נקודות וואס איך האב געהערט פון דארט. מאיזה סיבה זענען געווען מענטשן וואס האבן אנגענומען, אז איך בין דא מיט א מטרה צו ברענגען זייערע שיטות פארן ברייטן ציבור, וויל איך דעריבער קלארשטעלן דעם ענין.
עס איז קלאר פארהאן חילוקי גרסאות אין חז"ל, ווי מיר געפינען הגהות און תיקונים אין גמרות. מיר געפינען אויך אמאל געוויסע שטיקלעך אין רש"י אדער אין אנדערע פלעצער, וואו מאנכע האבן שוין עדות געזאגט דערויף, אז דאס האט אריינגעשטעלט א תלמיד-טועה. אבער דאס וואס זיי האבן געטון, איז אן אומבאגרינדעטע זאך וואס איז נאך קיינמאל נישט געטון געווארן, און די גרעסטע משכילים און מחריבי עם-ישראל, האבן זיך נישט דערוואגט צו גיין אזוי ווייט און שרייבן אזעלכע זאכן. צו טון דאס וואס זיי האבן געטון, דארף מען האבן באמת ברייטע פלייצעס, פון אמת'ע גדולי ישראל און צדיקים, און דאס איז א זאך וואס זיי האבן זיכער נישט.
די לשון וואס זיי שרייבן דערויף איז: "וזייפו בספרי קודש, במשך תקופה של כמאה וארבעים וארבע שנים לערך, דהיינו משנת תק"ל עד תרע"ד, בכל ספר ממש שנדפס באותה תקופה באייראפע בלי שום יוצא מן הכלל, פעמים מעט ופעמים הרבה, אבל גם המעט דמעט רב הוא באיכותו להרע רח"ל..."
דאס זענען זייער עקסטרעמע ווערטער, און דאס רעכנט אריין אויך ספרי הש"ס והקדמונים וואס זענען געדרוקט געווארן באותו תקופה. דערמיט ווארפן זיי אריין א פלאקן אין די גאנצע תורה, אזוי אז א מענטש קען שוין גארנישט גלויבן וואס מען לערנט. נאר בלויז וואס זיי גיבן די הסכמה דערויף, דאס איז די ריכטיגע זאך וואס מען דארף אננעמען.
דאס גייט אינאיינעם מיט זייער יסוד, איבער שכחת התורה, עתידה תורה שתשתכח מישראל וכו'. אין אנדערע ווערטער; "קיינער קען נישט די עכטע תורה, נאר אונז קענען עס און בלויז מיר ווייסן דאס". דאס זענען זייער מסוכנ'דיגע ווערטער צו הערן, און עס איז א הירוס הדת.
איך נעם נישט קיין שטעלונג אין די נושא, און איך בין בכלל נישט אין די פאזיציע צו נעמען דא א שטעלונג. איך זאג בסך-הכל, אז מען דארף האבן גאר גאר ברייטע פלייצעס צו טון אזא זאך, און ווער זענען דען זייערע פלייצעס אויף וועמען זיי פארלאזן זיך דא?
...
איך בין אויפגעפאדערט געווארן צו שרייבן אצינד די ווערטער. און הגם, איך פארשטיי בכלל נישט וואס מיינע ווערטער דארפן דא מוסיף זיין אדער גורע זיין. ווער בין איך בכלל צו זאגן א מיינונג און צי איז מיין מיינונג בכלל קובע?! - פארט האבן מענטשן געשפירט אז איך גיב בארעכטיגונג אויף זייערע השקפות, א זאך וואס איך האב עס נישט אנגעקוקט אזוי. דעריבער וויל איך אויסקלארן, אז איך בין בכלל נישט אין די פאזיציע צו זאגן מיינונגען בנוגע זייערע השקפות לכאן או לכאן. בלויז אויף אזויפיל, וואס עס איז קלאר פאר יעדן איינעם, אז השקפות נעמען מיר פון אמת'ע ערליכע אידן, וואס האבן געהאט א מסורה מדור דור און האבן מקבל געווען פון צדיקי אמת, און נאר פון זיי דארף מען הערן און נאר פון זיי דארף מען מקבל זיין, ומכלל הן אתה שומע לאו.

די פעטיציע גייט ווערן למעשה?נישט אינטערעסירט האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 05, 2025 12:54 pm
איך וואלט געוואלט בעטן ר' @משה חיים צבי מלכא זאל ארויס קומען אויף א "לייוו אינטערוויו".
רצונינו לראות את מלכא!!
געטס א לייק אלץ פעטיציע...
עס איז דא דערווייל 35 לייקס
- גארנישט
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 368
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
- Location: קרית בבל החריבה
- x 1729
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
@משה חיים צבי יענע אינטערוויו וואס איז למעשה נישט ארויס, קען דא אויכעט נישט ארויפגיין?
ששש... איך האב גארנישט געזאגט
-
משה חיים צבי
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 16
- זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 07, 2025 1:21 am
- Location: גוואטעמאלע סיטי
- x 635
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
@משה חיים צבי
שטארק הנאה געהאט פון דיין אינטערוויו אוין מאמענט א ריזיגן שכוח
אויב ממעג פרעגן וואס איז די מעשה מיט די נאמבער בלאקעריי אינמיטן זומער?
שטארק הנאה געהאט פון דיין אינטערוויו אוין מאמענט א ריזיגן שכוח
אויב ממעג פרעגן וואס איז די מעשה מיט די נאמבער בלאקעריי אינמיטן זומער?
- גארנישט
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 368
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
- Location: קרית בבל החריבה
- x 1729
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
וואס האסט געגעבן ערב ר''ה
וואס האט נישט געקענט נתפרסם ווערן לויט די ארגינעלע פלאן
ששש... איך האב גארנישט געזאגט
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אין עמי ליווינג איז אויך דא א ארטיקל, א שמועס מיט א פרוי יוצאת לב טהור
-
אין כל חדש
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 101
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 12:12 am
- Location: blooming groove
- x 1001
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
די טאג פון די געריכט פון משה בן שכנא מאיר יששכר ראזנער, איז ווי שוין געמאלדן דא האט רב בלום געקאלט פארן געריכט צו חיים צבי' אז עס שטייען ביי די געריכט 3 ערלים וואס זענען געקומען נעמען "קאסטעדי" אויף משה ראזנער ער זאל קענען בלייבן און גוטעמאלא (און נישט דארפן גיין צו די טמא'נע אמעריקאנע אידן), און אויף געפאדערט פון חיים צבי' אז ער זאל זיכער מאכן אז דאס גייט נישט פאסירן, (עס איז נישט נוגע יעצט דא צו דיבעטען צו עס איז געווען בידו דאס אפצושטעלן כבר דשו בו רבים), למעשה נאכן געריכט ווען משה ראזנער איז געבליבן און גוטעמאלא ביי א גוי, האט רב בלום דעמאלטס געבלאקט חיים צבי'ס פאון נאמבער.
-
אין כל חדש
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 101
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 12:12 am
- Location: blooming groove
- x 1001
-
מקשין העולם
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 111
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:43 pm
- Location: monroe
- x 554
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
שמואל פוקס האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 06, 2025 1:01 am במחילת כבודו היקר והחביב של ספרא רבא הרב שמואל פוקס שליט"א ערלויב איך מיך מעיר צו זיין אויף זיין מעסעדש:
התיקונים שלי הוא בצבע אדום, וז"ל:
איך וויל צוריקגיין צו א נושא, וואס איך האב שוין געשריבן אין די פארגאנגענהייט דערפון, און מעגליך אז איך דארף אביסל אויסקלארן וואס איך האב געשריבן, וויבאלד געוויסע מענטשן האבן געהאט טענות דערויף.
איבער די נושא פון 'כליא עורב', וואס עס איז פארהאן דארט א תורהא שלימה איבער ספרים וואס זענען פארגרייזט געווארן, און איך האב געברענגט געוויסע נקודות וואס איך האב געהערט פון די בעלי דמיונות פוןדארט. מאיזה סיבה זענען געווען מענטשן וואס האבן אנגענומען, אז איך בין דא מיט א מטרה צו ברענגען זייערע צורידערטעשיטות פארן ברייטן ציבור, וויל איך דעריבער קלארשטעלן דעם ענין.
עס איז קלאר פארהאן חילוקי גרסאות אין חז"ל, ווי מיר געפינען הגהות און תיקונים אין גמרות. מיר געפינען אויך אמאל געוויסע שטיקלעך אין רש"י אדער אין אנדערע פלעצער, וואו מאנכע מחברי ספרים גדולי ישראלהאבן שוין עדות געזאגט דערויף, אז דאס האט אריינגעשטעלט א תלמיד-טועה א תלמיד חכם וגאון אדיר. אבער דאס וואס זיי די מטורפים האבן געטון, איז אן אומבאגרינדעטע זאך וואס איז נאך קיינמאל נישט געטון געווארן, און די גרעסטע משכילים און מחריבי עם-ישראל, האבן זיך נישט דערוואגט געהאט אזויפיל טפשות צו גיין אזוי ווייט און שרייבן אזעלכע זאכן דברי טירוף. צו טון דאס וואס זיי האבן געטון, דארף מען האבן באמת ברייטע צודרייטע פלייצעס, פון אמת'ע שיכורים גדולי ישראל און צדיקים, און דאס איז א זאך וואס זיי האבן זיכער נישט.
די לשון וואס זיי די משוגעים שרייבן דערויף איז: "וזייפו בספרי קודש, במשך תקופה של כמאה וארבעים וארבע שנים לערך, דהיינו משנת תק"ל עד תרע"ד, בכל ספר ממש שנדפס באותה תקופה באייראפע בלי שום יוצא מן הכלל, פעמים מעט ופעמים הרבה, אבל גם המעט דמעט רב הוא באיכותו להרע רח"ל..."
דאס זענען זייער עקסטרעמע נארישע ווערטער, און דאס רעכנט אריין אויך ספרי הש"ס והקדמונים וואס זענען געדרוקט געווארן באותו תקופה. דערמיט ווארפן זיי אריין א פלאקן כפירה אין די גאנצע תורה, אזוי אז א מענטש בהמה קען שוין גארנישט גלויבן וואס מען לערנט. נאר בלויז וואס זיי אפאר עמעראצים גיבן די הסכמה דערויף, דאס איז די ריכטיגע זאך וואס מען דארף אננעמען.
דאס גייט אינאיינעם מיט זייער אומ'מסורה'דיגע אומנארמאלע משוגענע יסוד, איבער זייער במזיד'דיגע פשטים אין שכחת התורה, עתידה תורה שתשתכח מישראל וכו'. אין אנדערע ווערטער; "קיינער קען נישט די עכטע תורה, נאר אונז קענען עס און בלויז מיר ווייסן דאס". דאס זענען זייער מסוכנ'דיגע טפשות'דיגע ווערטער צו הערן, און עס איז א הירוס הדת הירוס הדעת, צו האלטן די נאאיווע מענטשן אין זייער קולט, זיי אפצוטיילן פון די אמת'ע תורה און כלל ישראל.
איך נעם נישט קיין שטעלונג אין די נושא, און איך בין בכלל נישט אין די פאזיציע צו נעמען דא א שטעלונג. איך זאג בסך-הכל, אז מען דארף האבן גאר גאר ברייטע צודרייטע פלייצעס פלאטשיגקייט צו טון אזא זאך, און ווער זענען דען זייערע פלייצעס צופלאטשקייט אויף וועמען זיי פארלאזן זיך דא?
...
איך בין אויפגעפאדערט געווארן צו שרייבן אצינד די ווערטער. און הגם, איך פארשטיי בכלל נישט וואס מיינע ווערטער דארפן דא מוסיף זיין אדער גורע זיין. ווער בין איך בכלל??? צו זאגן א מיינונג און צי איז מיין מיינונג בכלל קובע?!
הרב שמואל, עס איז גענוג אייערע ווערטער אויף קובע זיין אז איר קלערט איין רגע אז די פארשוינען האבן בכלל עפעס דעת, און אייערע ווערטער איז פונקט גענוג אויף 'אריינציווארפן א פלאקן' אז מען רעדט פון אזעלכע וואס גייען בכלל אריין אין גדר פון ספק ספקא חוקרים, בעת מען רעדט פון טאטאלע פאררוקטע חברה, לכל הפחות אין דעם ענין, ווי איר אליין ווייסט דאס בבירור גמור.
- פארט האבן מענטשן געשפירט אז איך גיב בארעכטיגונג אויף זייערע השקפות, א זאך וואס איך האב עס נישט אנגעקוקט אזוי. דעריבער וויל איך אויסקלארן, אז איך בין בכלל נישט אין די פאזיציע צו זאגן מיינונגען בנוגע זייערע השקפות לכאן או לכאן. בלויז אויף אזויפיל, וואס עס איז קלאר פאר יעדן איינעם, אז השקפות נעמען מיר פון אמת'ע ערליכע אידן, וואס האבן געהאט א מסורה מדור דור און האבן מקבל געווען פון צדיקי אמת, און נאר פון זיי דארף מען הערן און נאר פון זיי דארף מען מקבל זיין, ומכלל הן אתה שומע לאו. און עס איז פשוט אז זייערע טפשות האט נישט קיין שום מקום אין עולם החוקרים און עס איז נישט ווערט זיך מטפל צו זיין דערמיט, אויסער פאר אונטערהאלטונג, וואס פאר דעם איז דאס אויך אסור בתכלית
עורבא פרח ופרח ופרח........
פירוש הדברים אין מיינע הערות אויף די ווערטער פון ידידינו הרב שמואל שליט"א:
א סכנה איז, ווען אויסגערופענע חוקרים זענען מוכיח מיט ראיות והוכחות המתקבלים על הלב אז אין אונזער מסורה איז דא עפעס א פקפוק, און ס'שטייט נישט ממש אזוי ווי אונזערע רבי'ס האבן געזאגט, ווייל מ'האט געטראפן אנדערע גירסאות, נא, דאס האט מען שוין געהערט, און מען דערשרעקט זיך נישט דערפאר, ווייל אז ס'שטייט נישט דארט, שטייט עס אבער על לוח לבם פון אונזערע מרנן ורבנן וואס זיי אליינס זענען ווערט איבערצוגעבן די אמת'ע תורה, על אף עס איז דא אן אנדער גירסא. און ווי דער חזון איש ברענגט שוין ארויס אז ס'איז געווען מן השמים אז מ'האט פארהוילן פונעם בית יוסף די אלע כתבי ידות וואס איז שוין היינט געדרוקט, ווייל ס'האט געדארפט נקבע ווערן די הלכה אזוי אין שולחן ערוך.
אבער עס איז קיין סכנה ניט פארהאנדן בכלל, אז אפאר ליידיג-גייערס, אדער מענטשן באיצטלא דבבלאי טפשאי, וואס פאר זייערע אגענדעס האבן אפגעמאכט אז דא און דארט און דארט און דא איז מזוייף ווייל ס'שטימט נישט מיט זייערע אידיאלאגיע אדער אנדערע סיבות משונות.
ממילא, אנשטאט מ'זאל שרייבן אז עס בכלל נישט כדאי זיך מטפל צו זיין מיט זייערע לאקשן און פערפל, קומט א חוקר ווי הרב שמואל און מאכט א 'מציאות' דערפון, כאילו ס'איז יש דברים ב'גוי', אטע דאס איז די סכנה, וד"ל.
ואתכם הסליחה
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
לגנאי פון לב טהור, עס איז אינטערסאנט ווייל די ערשטע מאל וואס מ' הערט פון עזרת נשיםאין כל חדש האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 06, 2025 2:46 pmדי פרוי שרייבט לגנאי אדער לשבח? עס איז אינטערעסאנט צו ליינען? עפעס חדשות דארט?
איר מאמע איז נאך דארט און וויל נישט אוועקגיין
- סענס אף יומער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 510
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
- x 5722
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ערב סוכות תשפ"ו לפ"ק.
צום אלעם ערשטן דארף מען אפגעבן א שבח והודאה פארן רבש"ע, אז מיר האבן געהאט דעם זכיה און געקענט זיין א חלק, מיט די הילף פון כלל ישראל, אין די פעולות און השתדלות אפצוראטעווען די קינדערלעך יוצאי לב טהור, וואס אצינד דארף מען שוין נישט מאריך זיין בכלל אין וואספארא שרעקליכע מקום און אומשטענדן זיי האבן זיך געפינען ברוחניות ובגשמיות, און געלויבט דעם אייבערשטן אז מען האט געזען דעם יד השם און אפענע סייעתא דשמיא אויף יעדן טריט און שריט, און דער רבש"ע זאל טאקע העלפן אז זיי אלע זאלן אויסוואקסן אמת'ע ערליכע תורה טרייע אידן לשם ולתפארת.
אזוי ווי א גרויס חלק פון כלל ישראל זענען דאך שותפים לדבר מצוה, און טוען זיך זארגן פאר די וואוילזיין פון די טייערע קינדער אויף א אויסטערלישע פארנעם, פראבירן מיר עסקנים צו זיין די מערסטע אפן מיטן ציבור, און מיטטיילן די מערסטע דעטאלן וויפיל ס'איז שייך איבער די פארשריט אויף א יעדע פראנט. (עס איז דא אסאך פרטים װאס מ'קען כעת נישט מיטטיילן, כדי נישט צו שטערן די וואוקס און הצלחה פון די טייערע קינדערלעך שיחיו, און, בעז"ה ביים סעודת הודאה וועט מען קענען אסאך מער פארציילן, אבער אסאך דעטאלן וועט שטענדיג דארפן בלייבן פארהוילן צוליב די סענסיטיווקייט פונעם פרשה).
עס זענען אריין געקומען גאר אסאך פראגן פונעם ציבור, בעיקר בנוגע וויאזוי מען גייט גיין פון דא און ווייטער אויפן נייעם יאר שנת תשפ"ו, און בנוגע אז די ראשי הכת זאלן אלע בעז"ה ווערן אומשעדליך אויפן עתיד, ווי אויך בנוגע די קינדער וואס זענען שוין ארויסגעקומען פון גואטעמאלא צו אנדערע לענדער אבער זייערע עלטערן האלטן זיך נאך שטארק מיט די לב טהור רשעות, און וואס ס'איז די פלאן מיט די קינדער וואס זענען מאיזה סיבה שהוא געבליבן מיט די עלטערן אין גואטעמאלא.
מיר וועלן פראבירן ווי ווייט מעגליך צו ענטפערן די שאלות די קלארסטע וואס מען קען מיטטיילן, ויותר ממה שקראתי לפניכם כתוב כאן.
די ערשטע זאך ווילן מיר קודם קלאר מאכן אז מיר עסקנים, וואס דער מסבב כל הסיבות האט אזוי געפירט אז עס איז צו אונז אנקומען דעם צעקת אחינו ילדי בני ישראל, וועלן בס"ד ובהוראות הרבנים נישט נאכלאזן און מיד ווערן, און מיר וועלן נישט מסיח דעת זיין און נישט אפטרעטן, ביז די חבורה וועט זיין אויסגעריסן אינגאנצן אן איבערלאזן נאך זיך די מינדעסטע איבערבלייבעניש, אפגעזעהן די צייט, געלט, כח, וואס וועט זיך פאדערן דאס צו דערגרייכן.
און אצינד לאמיר זיך באציען צו עטליכע וויכטיגע נקודות איבער די שאלות וואס ווערן כסדר געפרעגט פון די עסקנים.
1) בנוגע די אנפירערס וואס האבן זיך נישט נישט געטוישט און אפגעלאזט די חבורה, וועט זיך נאך יו"ט אננהייבן די קרימינאלע טרייעלס אויף די וואס האבן שוין קלאגעס, און עס גייט פארענדיגט ווערן די קלאגעס אויף אזעלכע וואס זענען נאך דערווייל נישט ארעסטירט. ליידער איז די סכום פון קלאגעס אין די שווערע צענדליגע. עס איז נישט יעצט די צייט אריין צו גיין דא אין אן אריכות וויאזוי די קרימינאלע סיסטעם אין גואטעמאלא ארבעט, אבער מיר ווילן קלאר מאכן, אז מען זאל קיינמאל נישט נעמען קיין שום ראיות פון אנדערע נייעס קוואלן אז איינער איז באפרייט ווילאנג מיר מעלדן דאס נישט, וויבאלד א מענטש וואס קען האבן אויף זיך פינף קלאגעס, און צומאל וועט מען אים משום סיבות שונות קודם אנקלאגן נאר אויף איין קלאגע, און ער גייט ארויס ריינגעוואשן פון די איין ספעציפישע קלאגע, מיינט דער אנגעקלאגטער אז ער קען שוין פאקן פעק און ארויספארן פריי פון לאנד, ער ווייסט גארנישט אז ער האט נאך מערערע קלאגעס וואס גייען נאך נאכקומען. (ווען מיר עסקנים ארבעטן בס"ד ריינצואוואשן איינעם פון זיינע קלאגעס, גייען מיר איבער אלע קלאגעס זיכער צו מאכן אז די מענטש ווערט באפרייט אינגאנצן, און נישט אז מען זאל יעדן טאג דארפן ארבעטן פונדאסניי). ווי אויך איז דא צומאל געוויסע סיבות פארוואס זיי ארעסטירן נישט איינעם וואס דארף ארעסטירט ווערן, וויבאלד די פראסעקיוטערס האבן א נוצן פון דעם אז יענער פערזאן זאל נאך זיין פריי, ואכמ"ל. (דאס ענין פון געבן שוחד פאר שופטים וכדומה וואס די ראשי הכת פלעגן, און טוען זיך נאך באנוצן דערמיט, קענען מיר נישט דא בארירן ברבים. צוליב די ערנסטע אינוועסטיגעישאנס וואס גייען אן דערוועגן, איז נישט לעגאל מיטצוטיילן סיי וועלכע דעטאלן דערוועגן, אבער אזויפיל קענען מיר זאגן, אז בס"ד מאכן מיר זיכער אז דאס זאל מער נישט קענען ארבעטן, און מ'וועט בעז"ה מפרסם זיין מער ווען מען וועט קענען לעגאל אדרעסירן דעם נושא).
2) בנוגע די משפחות וואס זענען שוין ארויסגעקומען און זיי האלטן זיך נאך מיט די רשעות'דיגע סארט לעבנסשטייגער, ווילן מיר מודיע זיין, אז מיר פארמאגן די נויטיגע קשרים צו געבן לעגאלע הילף פאר די אלע משפחות וואס זייערע משפחה מיטגלידער זענען פון די וואס ווילן זיך נישט טוישן. נאר אין די לעצטע צוויי וואכן אליינס האבן געריכטן דא אין אמעריקע אוועקגענומען די רעכטן פון עטליכע לב טהור עלטערן אויף זייערע קינדער, און איבערגעגעבן זייערע קינדער פאר אנדערע משפחה מיטגלידער. איין משפחה פון ניו דזשערסי, און איין משפחה פון מישיגן. (אין ניו יארק איז שוין געווען אזא פרשה א שטיק צייט צוריק). און לויט ווי עס קוקט יעצט אויס, וועט מען נאך די ימים טובים דארפן העלפן נאך געציילטע משפחות אוועק צו נעמען די קינדער פון די עלטערן זיי צו ראטעווען, אויסער אויב עס וועט פאסירן א טויש ביי זיי ביז נאך יום טוב. (איראניש איז, ווי יעקב נחום וויינגארטן, דער א.גַ גרויסער עקספערט און פארשטייער אין געזעץ, האט גע'פסק'נט פאר די לב טהור משפחות זיך נישט צו טוישן, און אז זיי זאלן גיין וואוינען אין ניו דזשערסי, ווייל דארטן וועט מען נישט קענען אוועק נעמען קינדער דורך די געריכט אפילו אויב מען פייניגט די קינדער מיט אלע אלטע לב טהור דרכים).
3) בנוגע די משפחות מיט קינדער וואס געפינען זיך נאך אין גואטעמאלא, גרייט מען זיך בס"ד נאך יו"ט צו פיילן קלאגעס אנטקעגן די עלטערן וואס ווילן נישט ארויספארן פון גואטעמאלא, וואס זיי זענען באגאנגען אסאך אומלעגאלע אקטיוויטעטן. עס זענען אויך דא דארט צוויי משפחות וואס די טאטעס זענען נישט דארט מיט די מאמע און די קינדער, און אין אזעלכע פעלער וועלן די קלאגעס דארפן גיין אויף די מאמעס. מען ארבעט אויס אז די קלאגעס זאל זיין אויף אזעלכע סארט פארברעכנס וואס מען געבט אונטער פינף יאר תפיסה, וואס אין אזא פאל קען מען אויסקויפן די תפיסה מיט געלט, אבער אזא מענטש ווערט ארויסגעווארפן פון לאנד, וואס דאס איז די הויפט ציל בסייעתא דשמיא. ווי אויך גייען מיר ארבעטן מיט די אימיגראציע אויטאריטעטן ארויס צו ווארפן אלע אנדערע פארבליבענע מיטגלידער פון לאנד. בעז"ה וועלן מיר נישט רוען ביז אלע קינדער גייען ארויס פון דארט און זענען מסודר אין אנדערע לענדער צווישן דעם היימישן ציבור.
4) אויב איז דא איינער וואס האט א משפחה מיטגליד אדער א ידיד וואס איז נאך אין גואטעמאלא מיט קינדער, און יענער וויל באמת ארויס קומען, נאר ער דארף סיי וועלכע הילף ארויס צו גיין פון לאנד ווי פאספארטס, גרין קארדס וכדו', זאל מען זיך פארבינדן מיט די עסקנים ביז אסרו חג, כדי מען זאל חלילה נישט לייגן קיין קלאגעס אויף אומשולדיגע משפחות.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז אלע משפחות זאלן שוין אויפגעראכטן ווערן, און זוכה זיין מגדל צו זיין זייערע קינדער על דרך ישראל סבא במנוחה, און מיר זאלן אלע זוכה זיין צו גיין אנטקעגן משיח צדקינו בב"א.
החותמים:
ראשי העסקנים להצלת ילדי לב טהור

שטילער ניק
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 21
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 17, 2025 2:24 pm
- x 47
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
א גוטן מועד
די ארטיקל אין די מאמענט איז גאר אינטערעסאנט איבערהויפט די שמועס מיט חיים צבי פון זיין קוק ווינקל אלץ הנהלה
@משה חיים צבי שרייבט דארט וועגן מוחל זיין יעדן אחרי המערכה אויב מ'העלפט אים ארויסקומען אן קיין שאדן...
@משה חיים צבי יעדער איינער פארשטייט שוין היינט צוטאגס אז די האסט געהאט מס'"נ פאר די קינדער און די שעלטערס אין שווער געארבעט זיי ארויסצונעמען, די עסקנים גיבן אסאך קרעדיט פאר דיר ! וואס די האסט געטאן אלץ הנהלה איז פשוט געקומען מיינענדיג אז דאס איז די רצון השם און קיינער איז דיך נישט דן.
(איך בין נישט די בעסטע שרייבער אבער שוין)

איך מיין און וואס איז דער "חכם" נישט קיין קליינער טאטער ?נישט אינטערעסירט האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 05, 2025 1:15 pm אינטערסאנטע דעטאל שווימט ארויף אינעם אינטערוויו מיט ר' חיים צבי.
ווי ער פארציילט בין הדברים פלעגט די יונגע הנהלה פירער אפטמאל האבן חילוקי דעות מיט די זקנים נאכדעם וואס די זקנים פלעגן גיין גאר עקסטרעם, נישט שכל'דיג, און מיטן קאפ אין וואנט. די אלע אום מענטשליכע און אום שכל'דיגע החלטות האבן עווענטועל אינטערגעברענגט לב טהור. ווי ס'איז באקאנט דעם סלאגאן "ווער האט אינטערגעברענגט לב טהור? לב טהור אליינס!"
איז נישט גערעכט דאס וואס געוויסע האבן אינעם עבר זיך אויסגעדריקט אז "בנין נערים סתירה" כלומר אז דאס אז די הנהלה האט זיך געפירט אין די הענט פון אינגע חברה, האט צוגעברענגט צו דער אוממענטשליכע שטייגער און וואס מען האט דארט געלעבט.
ניין, די אינגערלייט זענען דוקא פעיאיגע אינגערלייט, נאר צוליב די ווילדע אומ'אחריות'דיגע החלטות פון די "זקנים וכסילים" האט לב טהור אויסגעקוקט ווי זי האט אויסגעקוקט.
א דוגמא ברענגט ער דארטן אז גלייך נאכן פארכאפן די קינדער האט ער אנגעהויבן וועבן פלענער וויאזוי ארויסצוכאפן די קינדער און אנטלויפן צו אן אנדערע לאנד.
אבער דער חכם האט געזאגט אז מען זאל נישט ווארטן אויף גארנישט נאר דוקא ביום כ"א כסלו (צוויי טעג נאך די אנהייב פון די איבערפאל) זאל מען ארויס ראטעווען די קינדער.
שוין, מיט א חכם טענה'ט מען זיך נישט, און דאס האט געפירט צו א געיאגטע אומגעלונגענע אקציע, און עווענטועל האבן אלע קינדער צוריק געברענגט געווארן צו שעלטער.
עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן נאך דוגמאות. אפשר אויף די לייוו אינטערוויו...
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
נקודת הדברים איז וואס ער האט נישט געטון און מ'האט ארויפגעלייגט אויף זיין קאפ לטובת המערכה כמבואר בארטיקל הנ"ל.שטילער ניק האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 08, 2025 10:29 pm א גוטן מועד
די ארטיקל אין די מאמענט איז גאר אינטערעסאנט איבערהויפט די שמועס מיט חיים צבי פון זיין קוק ווינקל אלץ הנהלה
@משה חיים צבי שרייבט דארט וועגן מוחל זיין יעדן אחרי המערכה אויב מ'העלפט אים ארויסקומען אן קיין שאדן...
@משה חיים צבי יעדער איינער פארשטייט שוין היינט צוטאגס אז די האסט געהאט מס'"נ פאר די קינדער און די שעלטערס אין שווער געארבעט זיי ארויסצונעמען, די עסקנים גיבן אסאך קרעדיט פאר דיר ! וואס די האסט געטאן אלץ הנהלה איז פשוט געקומען מיינענדיג אז דאס איז די רצון השם און קיינער איז דיך נישט דן.
(איך בין נישט די בעסטע שרייבער אבער שוין)
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
43-42 יאר אלט, לעומת די לעצטע חברי הנהלה, אין די יונגע 20'ערדעת תורה האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 08, 2025 11:11 pmאיך מיין און וואס איז דער "חכם" נישט קיין קליינער טאטער ?נישט אינטערעסירט האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 05, 2025 1:15 pm אינטערסאנטע דעטאל שווימט ארויף אינעם אינטערוויו מיט ר' חיים צבי.
ווי ער פארציילט בין הדברים פלעגט די יונגע הנהלה פירער אפטמאל האבן חילוקי דעות מיט די זקנים נאכדעם וואס די זקנים פלעגן גיין גאר עקסטרעם, נישט שכל'דיג, און מיטן קאפ אין וואנט. די אלע אום מענטשליכע און אום שכל'דיגע החלטות האבן עווענטועל אינטערגעברענגט לב טהור. ווי ס'איז באקאנט דעם סלאגאן "ווער האט אינטערגעברענגט לב טהור? לב טהור אליינס!"
איז נישט גערעכט דאס וואס געוויסע האבן אינעם עבר זיך אויסגעדריקט אז "בנין נערים סתירה" כלומר אז דאס אז די הנהלה האט זיך געפירט אין די הענט פון אינגע חברה, האט צוגעברענגט צו דער אוממענטשליכע שטייגער און וואס מען האט דארט געלעבט.
ניין, די אינגערלייט זענען דוקא פעיאיגע אינגערלייט, נאר צוליב די ווילדע אומ'אחריות'דיגע החלטות פון די "זקנים וכסילים" האט לב טהור אויסגעקוקט ווי זי האט אויסגעקוקט.
א דוגמא ברענגט ער דארטן אז גלייך נאכן פארכאפן די קינדער האט ער אנגעהויבן וועבן פלענער וויאזוי ארויסצוכאפן די קינדער און אנטלויפן צו אן אנדערע לאנד.
אבער דער חכם האט געזאגט אז מען זאל נישט ווארטן אויף גארנישט נאר דוקא ביום כ"א כסלו (צוויי טעג נאך די אנהייב פון די איבערפאל) זאל מען ארויס ראטעווען די קינדער.
שוין, מיט א חכם טענה'ט מען זיך נישט, און דאס האט געפירט צו א געיאגטע אומגעלונגענע אקציע, און עווענטועל האבן אלע קינדער צוריק געברענגט געווארן צו שעלטער.
עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן נאך דוגמאות. אפשר אויף די לייוו אינטערוויו...
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
https://toirem.org/31069