כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1526
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15216

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

ממעמקים האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 05, 2025 12:54 am
ממעמקים האט געשריבן: מוצש"ק אקטאבער 04, 2025 11:01 pm ווער האלט די לעקטער אפן אין בבל? ווער ספאנסערט עסן, וואסער אא״וו פאר די מענטשן וואס זענען נאך דארט?
ווער זארגט עסן און וואסער? סדא נאך אפאר מנינים משפחות, פרויען, קינדער.
איך האב געמיינט די פלאץ שפארט זיך צו נאך א וואך…
רוב עולם וואוינט אין די סיטי אין דירה'לעך און שאפן זיך אליין דעי 2-3 הונדרעט דאלער א חודש
עס איז נישט אזוי שווער צו שאפן, ספעציעל ווען די גאנצע טאג איז פריי נאר פאר דעם
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
קרני פרה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 293
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 1:06 am
x 1789

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך קרני פרה »

שטילער ניק האט געשריבן: מוצש"ק אקטאבער 04, 2025 11:47 pm
קרני פרה האט געשריבן: מוצש"ק אקטאבער 04, 2025 11:09 pm
ממעמקים האט געשריבן: מוצש"ק אקטאבער 04, 2025 11:01 pm ווער האלט די לעקטער אפן אין בבל? ווער ספאנסערט עסן, וואסער אא״וו פאר די מענטשן וואס זענען נאך דארט?
זיי שנארען ליידער נאך אלץ אין די היימישע וועלט אויף א קליינע פארנעם מיט פארשידענע ספינערייען

אזוי אויך ביי די גוים
איך האב געמיינט אז אלע זייערע עסקנים האבן געטוישט זייטן, ווער שנארט געלט פאר זיי?
אזוי ווי ביי חמאס , עס וואקסען ארויס נייע ….
יעצט איז שוין דא עסקניות אויך…
אבער נישט געזארגט…
פזר
פרישער באניצער
פאוסטס: 29
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 04, 2025 3:59 am
x 55

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פזר »

Not A Problem האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 05, 2025 1:01 am מאמענט ארטיקל איז א באמבע, אינמיטן די אינטערוויו ווערן זיי ביידע געפרעגט אויב זיי האבן זיך שוין אנבלאקד די נאמבערס זייט די זוממער, און זיי ביידע זאגן אז יא, רעדט ער פין ווען מהאט גאנץ אנהייב שלום געמאכט אדער עס איז געווען א פרישע פאנטשער שוין נאכן שלום?
האב מיר אויך געהאט די זעלבע שאלה ביים ליינען.
אפשר זאל מען מאכן א עקסטרע שו"ת אויף אלע שאלות פון די מאמענט ארטיקל...
פזר
פרישער באניצער
פאוסטס: 29
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 04, 2025 3:59 am
x 55

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פזר »

ChatGPT האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 03, 2025 2:04 pm דאס איז די פאלשע בריוו וואס מ'איז דא דן?

viewtopic.php?p=146870#p146870
יא
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3320
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3743

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אנדערער »

מענדי קעניג האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 03, 2025 5:12 am
על פי תורה האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 03, 2025 1:07 am
יעקב דוד האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2025 10:56 pm

גוט יו"ט.
@מענדי קעניג איז דא א מעגליכקייט אז נישט איעדער האט געוואוסט פון די סם פלאן נאר עטליכע פירער?
כמיין אז סאיז אויכט געוועהן א בריוו אדער א הגדות עדות שוין פאריאר פון א מאסן זעלבסטמארד פלאן (קען אויכט זיין פאלש).
די בריוו איז ווארשיינלעך געווען פאלש.
וואס מען ווייסט יא היינט איז אז מענטשן וועלעכע זענען נאך ליידער געווען פארכאפט אינעם קולט זענען געווען גרייט צו לאזן זייערע קינדער פארכאפט ביי שמוציגע גוים ביז זיי ווערן 18 (ביי געוויסע קינדער האט דאס געמיינט וויילן 17 יאר פון זייער לעבן אין שעלטער), אלעס וויבאלד די קולט לידער האט אזוי געהייסן. דאס איז גענוג און נאך ביטער, אזש א זעלבסטמארד בריוו איז גענצליך איבריג.

איך זוך נישט צו בארעדן ח''ו, נאך וואס עס איז שוין ב''ה א פארגאנגענהייט, אבער ס'איז געווען די שמועס וועגן די בריוו האב איך אריינגעהאקט.
לאמיר עס קלאר מאכן.
נחמן האט אנגעהויבן און יעקב נחום האט ממשיך נאך מער מיט זייער אפטע דרשות/ברענוואשינג פארן עולם בעיקר פארן פרויען פונעם גידאנק פון הרגנען די קינדער אויף קידוש השם און די גרויסקייט און מצווה דערפון. (איך רעדט פון פארן ווערן ארעסטירט).

עס איז דא 1 עדות וואס יעקב נחום האט עהם אמאל זייער גיטראסט אז ער האט גיהערט/מיטגיהאלטן יעקב נחום און יואל מאכן בירורים וועגן סם.

לגבי די בריוו, עס איז דא אסאך זאכן וואס מאכן טראכטן אז סאיז פאלש און סנישט דא קיין שום פראוו אז סאיז אמת.

נאך די וויינגארטןס זענען ארעסטירט גיווארן זענען די דרשות איבער דעם נושא אויפגיהערט גיווארן. וואס מרעדט שוין פון 4 יאר צוריק.

אויב איינער זיכט צו בארעדן לב טהור עס פעלט נישט קיין אמתע זאכן פון וואס צו רעדן אנשטאט צו אויף זיכן אלטע מעשיות וואס האבן נישט קיין פראוו. איך גלייב נישט אז חידא ווייס האט גימאכט החלטות לויט דעם.
אה, btw, איך ווייס נישט צו @מסתמא האט אמאל גירעדט צו חידא ווייס וועגן די לב טהור נושא אבער איך יא און ממש נישט א יעדן ריר ווערט געטוהן דוירך זיין הסכמה
זאגסט אליינס אז זיי האבן געארבעט אויף סם. אפשר האבן זיי טאקע אנגעגרייט נאר נישט פארציילט
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
שוין געגאנגען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 313
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 9:09 pm
Location: Ny
x 608

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שוין געגאנגען »

נאך א בשרייבנג
פיילס
17596705407247117886013732841221.jpg
17596705407247117886013732841221.jpg (342.24 KiB) געזען געווארן 1960 מאל
אוועיטער
גארנישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 368
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
Location: קרית בבל החריבה
x 1729

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גארנישט »

Not A Problem האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 05, 2025 1:01 am מאמענט ארטיקל איז א באמבע, אינמיטן די אינטערוויו ווערן זיי ביידע געפרעגט אויב זיי האבן זיך שוין אנבלאקד די נאמבערס זייט די זוממער, און זיי ביידע זאגן אז יא, רעדט ער פין ווען מהאט גאנץ אנהייב שלום געמאכט אדער עס איז געווען א פרישע פאנטשער שוין נאכן שלום?
עס זענען געווען מערערע אנטוויקלונגען במשך דעם זוממער,
אגב, איך האב געפרעגט חיים צבי אויב זיי זענען נישט צוריק אויף בלאק ליסט זינט ר''ה...
ששש... איך האב גארנישט געזאגט
אוועיטער
גארנישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 368
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
Location: קרית בבל החריבה
x 1729

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גארנישט »

קרני פרה האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 05, 2025 3:17 am
שטילער ניק האט געשריבן: מוצש"ק אקטאבער 04, 2025 11:47 pm
קרני פרה האט געשריבן: מוצש"ק אקטאבער 04, 2025 11:09 pm

זיי שנארען ליידער נאך אלץ אין די היימישע וועלט אויף א קליינע פארנעם מיט פארשידענע ספינערייען

אזוי אויך ביי די גוים
איך האב געמיינט אז אלע זייערע עסקנים האבן געטוישט זייטן, ווער שנארט געלט פאר זיי?
אזוי ווי ביי חמאס , עס וואקסען ארויס נייע ….
יעצט איז שוין דא עסקניות אויך…
אבער נישט געזארגט…
יואל'יש ראזנער האט א גרויסע טייל אין די זאכן אויכעט
ששש... איך האב גארנישט געזאגט
פעסטער
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 28, 2025 11:00 am
Location: new york
x 5

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך פעסטער »

אין כל חדש האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2025 5:26 pm
פעסטער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2025 4:33 pm וואס גייען די יוצאים טון אויף צו קענען געהעריג אנגיין אין לעבן אן קיין guilty פילינגס און אן קיין פילינג פון אראפגעקלאפטקייט??
איך זע אז די ביסט נישט מקושר מיט קיין יוצאים פרעג איינער וואס איז נאנט מקושר מיט יוצאים, הודו לשם זיי זעהן איין זייער שנעל וואס עס מיינט עכטע זיסע עבדות השם, די טייטש פון כי הם חיינו וכו', בנוגע אראפגעקלאקייט ווי וואס ווען, פרעג מלמדים, טיטשערס, שכנים, ארבייטגעבערס זיי זענען א ברכה צו מאכן ב"ה.
איך האב הנאה פון וואס דו שרייבסט.
איך וויל אבער פרעגן, ווען איינער קאנטראלט ווען מיך וואלט איך מיר געפילט זייער געקלאפט פון דעם, דעריבער איז מיין שאלה, איז דא גענוג העלפ אויפגעסעט?
וואס דען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 101
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 27, 2025 9:07 am
x 202

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך וואס דען »

שמואל פוקס האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 28, 2025 3:35 pm
ערגעץ אינמיטן קעמפ, האט מען געמאכט א ריזיגע קאלעוואר. דאס איז געווען בשעת מען האט געמאלדן פאר די גאנצע קעמפ, אז מען גייט זיך ארויסלאזן אין וועג, און פארן צו די אמת'ע בבל (קורדיסטאן). מען האט גענומען באסעס פאר די גאנצע עולם..

די קאלעוואר איז נישט געגאנגען איינס צוויי דריי, עס האט גענומען עטליכע יאר, בשעת מען האט ארומגעפירט דעם עולם אהער און אהין, איינרעדנדיג פאר יעדן אז מען איז אויף די וועג צו די עכטע "בבל". נאך א יאר און א האלב, האט מען אויסגעשריגן פארן גאנצן קעמפ, "קאלערוואר" - מען פארט צוריק אין קעמפ... ס'איז אלעס געווען א דזשאוק!

צוועלעף יאר האט גענומען די קעמפ, ביז די וואקאציע איז געקומען צו אן ענדע. מען האט געמאלדן דעם גאנצן עולם, אז מען פארט צוריק אהיים פון קעמפ.

מענטשן ווייסן אפילו נישט אלעס. עס איז געווען געפלאנט דארט אייגענע געלט, ווי א "מנה, זוז" וכו', און זאגאר אן אייגענע באנק. עס איז נישט אויסגעפירט געווארן לידי מעשה.
די אמת'ע לעבן איז דאך נישט ווייט פון דעם ...
דעי גאנצע לעבן איז דאך ווי א שפיל ... מ'דרייט זיך ממאכט דזשאוקס ... יעדער איז ביזי מיט זיין חלום "בבל" אדער ווי ער רופט דאס..
מדרייט זיך אהער און אהין ...
אין א געוויסע שלב ערגעץ אינמיטן\סוף רופט מען דעם מענטש צוריק אויבן אין הימל ... צום אמת'ע וועלט, עולם *האמת* ...
מ'רופט חברה קדישא ... יעדעם איינעם עקסטער באזונדער.. שוין געגאנגען..
מענטשן ווייסן אפילו נישט אלעס.. עס איז געווען געפלאנט וכו' וכו'

לכבוד סוכות.. קומט מחשבות בסגנון *קהלת'דיג...
נישט אינטערעסירט
פרישער באניצער
פאוסטס: 80
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 3:25 pm
Location: קאפ ליגט אין גואטאמאלא
x 369

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך נישט אינטערעסירט »

שוין געגאנגען האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 05, 2025 9:23 am נאך א בשרייבנג
א הערליכע באשרייבונג דורך ב. י. לאפפלער (@מנחם גאלד ) און די באלעבאסטע מאגאזין.

און דער ארטיקל אינעם מאמענט איז א באמבע! פיעל מיט אינפארמאציע און אינטערעסאנטע דעטאלן.

איך וואלט געוואלט בעטן ר' @משה חיים צבי מלכא זאל ארויס קומען אויף א "לייוו אינטערוויו".
רצונינו לראות את מלכא!!

געטס א לייק אלץ פעטיציע...
שוין איינמאל אינטערעסירט...
שווערמער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 318
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 6:44 pm
x 571

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שווערמער »

וואס דען האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 05, 2025 12:51 pm
שמואל פוקס האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 28, 2025 3:35 pm
ערגעץ אינמיטן קעמפ, האט מען געמאכט א ריזיגע קאלעוואר. דאס איז געווען בשעת מען האט געמאלדן פאר די גאנצע קעמפ, אז מען גייט זיך ארויסלאזן אין וועג, און פארן צו די אמת'ע בבל (קורדיסטאן). מען האט גענומען באסעס פאר די גאנצע עולם..

די קאלעוואר איז נישט געגאנגען איינס צוויי דריי, עס האט גענומען עטליכע יאר, בשעת מען האט ארומגעפירט דעם עולם אהער און אהין, איינרעדנדיג פאר יעדן אז מען איז אויף די וועג צו די עכטע "בבל". נאך א יאר און א האלב, האט מען אויסגעשריגן פארן גאנצן קעמפ, "קאלערוואר" - מען פארט צוריק אין קעמפ... ס'איז אלעס געווען א דזשאוק!

צוועלעף יאר האט גענומען די קעמפ, ביז די וואקאציע איז געקומען צו אן ענדע. מען האט געמאלדן דעם גאנצן עולם, אז מען פארט צוריק אהיים פון קעמפ.

מענטשן ווייסן אפילו נישט אלעס. עס איז געווען געפלאנט דארט אייגענע געלט, ווי א "מנה, זוז" וכו', און זאגאר אן אייגענע באנק. עס איז נישט אויסגעפירט געווארן לידי מעשה.
די אמת'ע לעבן איז דאך נישט ווייט פון דעם ...
דעי גאנצע לעבן איז דאך ווי א שפיל ... מ'דרייט זיך ממאכט דזשאוקס ... יעדער איז ביזי מיט זיין חלום "בבל" אדער ווי ער רופט דאס..
מדרייט זיך אהער און אהין ...
אין א געוויסע שלב ערגעץ אינמיטן\סוף רופט מען דעם מענטש צוריק אויבן אין הימל ... צום אמת'ע וועלט, עולם *האמת* ...
מ'רופט חברה קדישא ... יעדן איינעם עקסטער באזונדער..

לכבוד סוכות.. קומט מחשבות בסגנון *קהלת'דיג...
שטארק!
זייער שטארק!
נישט אינטערעסירט
פרישער באניצער
פאוסטס: 80
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 3:25 pm
Location: קאפ ליגט אין גואטאמאלא
x 369

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך נישט אינטערעסירט »

אינטערסאנטע דעטאל שווימט ארויף אינעם אינטערוויו מיט ר' חיים צבי.

ווי ער פארציילט בין הדברים פלעגט די יונגע הנהלה פירער אפטמאל האבן חילוקי דעות מיט די זקנים נאכדעם וואס די זקנים פלעגן גיין גאר עקסטרעם, נישט שכל'דיג, און מיטן קאפ אין וואנט. די אלע אום מענטשליכע און אום שכל'דיגע החלטות האבן עווענטועל אינטערגעברענגט לב טהור. ווי ס'איז באקאנט דעם סלאגאן "ווער האט אינטערגעברענגט לב טהור? לב טהור אליינס!"

איז נישט גערעכט דאס וואס געוויסע האבן אינעם עבר זיך אויסגעדריקט אז "בנין נערים סתירה" כלומר אז דאס אז די הנהלה האט זיך געפירט אין די הענט פון אינגע חברה, האט צוגעברענגט צו דער אוממענטשליכע שטייגער און וואס מען האט דארט געלעבט.
ניין, די אינגערלייט זענען דוקא פעיאיגע אינגערלייט, נאר צוליב די ווילדע אומ'אחריות'דיגע החלטות פון די "זקנים וכסילים" האט לב טהור אויסגעקוקט ווי זי האט אויסגעקוקט.

א דוגמא ברענגט ער דארטן אז גלייך נאכן פארכאפן די קינדער האט ער אנגעהויבן וועבן פלענער וויאזוי ארויסצוכאפן די קינדער און אנטלויפן צו אן אנדערע לאנד.
אבער דער חכם האט געזאגט אז מען זאל נישט ווארטן אויף גארנישט נאר דוקא ביום כ"א כסלו (צוויי טעג נאך די אנהייב פון די איבערפאל) זאל מען ארויס ראטעווען די קינדער.
שוין, מיט א חכם טענה'ט מען זיך נישט, און דאס האט געפירט צו א געיאגטע אומגעלונגענע אקציע, און עווענטועל האבן אלע קינדער צוריק געברענגט געווארן צו שעלטער.

עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן נאך דוגמאות. אפשר אויף די לייוו אינטערוויו...
שוין איינמאל אינטערעסירט...
שמואל פוקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 305
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
Location: מאנסי
x 3356

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמואל פוקס »

ווער עס וויל מיטקומען מיט מיר, אויף א נסיעה קיין גואטאמאלא, א טאג נאך יום-טוב, זאל זיך ווענדן צו מיר אין אישי.
אוועיטער
אוטובאס
פרישער באניצער
פאוסטס: 79
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 28, 2025 6:15 pm
Location: גיב מיר א מינוט
x 122

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אוטובאס »

שוין געגאנגען האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 05, 2025 9:23 am נאך א בשרייבנג
Screenshot 2025-10-05 170525.png
Screenshot 2025-10-05 170525.png (1.03 MiB) געזען געווארן 1213 מאל
וועלכע אויסגאבע איז דאס?
יעקב גרין
ניי צום טיש
פאוסטס: 9
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 03, 2025 3:52 pm
Location: monsey
x 13

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יעקב גרין »

https://publuu.com/flip-book/462925/2162109
די פילע באשרייבונג פון מנחם גאלד אין 'באלעבאסטע'
מקשין העולם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:43 pm
Location: monroe
x 554

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מקשין העולם »

מקשין העולם האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2025 11:11 pm בס"ד
המשך מיין שמועס מיט ר' פייש אוריאל יוסף נ"י, אלס הכנה צום יום הקדוש.
עס דרייט זיך ארום שמועות אז איר [זאגט אז איר] ווייסט נישט פון זייער אסאך מעשיות וואס ווערט פארציילט אויף די חבורה בכלליות ובפרטיות, און ווען מען האלט אייך פאר אויף געוויסע מעשיות וואס איר ווייסט יא האט איר אויף יעדע זאך א תירוץ אז די מעשה איז געווען פונקט פארקערט, דהיינו לויט [ווי איר זאגט] אייער ידיעה איז דער נרדף גאר דער רודף, דער [וואס זאגט אז ער איז דער] געשלאגער איז גאר דער שלעגער, דער [וואס דערציילט אז ער איז געווען א] נרצח איז גאר דער רוצח, בקיצור די יוצאים [נושרים?] זענען געטריבן צו אויפמאכן מעשיות שקרים וכזבים דברים שלא היו מעולם, כדי אויסצופירן זייער אגענדעס צו צוברעכן, חרוב מאכן, רודפ'ן די [געוועזענע] חבורה. ריכטיג? יא.
יעצט איז אזוי, קומט דאך אויס אז איר זענט [לויט אייערע ווערטער] אינגאנצן אומשולדיג און איר ווייסט נישט וואס מ'וויל פון אייער לעבן האבן, מיר פארשטיין עס [לפי דבריכם].
איי איז די קשיא, אז א איד וואס דרייט זיך שוין אזויפיל יאר אויף א פלאץ זאל נישט וויסן פון די אלע מעשיות, ובפרט אז מ'איז געווען אזוי נאענט און געטריי צום פירער [דער רבי זי"ע בלע"ז], און ווייטער געווען נאמן צו די ממשיכי דרכו פונעם פירער [רבי זי"ע בלע"ז], איז וויאזוי קען דאס געמאלט זיין אז מען זאל נישט האבן קיין מינדעסטע ידיעה פון אלע רשעות, אכזריות, פיינונגען, עבירות, וואס עס ווערט דערציילט, מוז דאך על כרחך זיין [לפי הצד שהמעשיות אמתיים] אז איר זענט דארט געווען אויסגעטוהן פון די וועלט, אדער זענט איר "פונקט" נישט דארט געווען בשעת מעשה, דהיינו איר האט נישט געלייענט קיין צעטליך אין ביהמ"ד [כנהוג גם אצלינו אצל הרבה עובדי ה' שאינם קוראים למודעות], און וועט מ'האט געריסן און געשמיסן [אומ]שולדיגע אידן, האט איר געהאלטן "פונקט" אינמיטן שמונה עשרה בהתפשטות הגשמיות [כמו אצלינו שיש עובדי ה' שנוהגים כן], און ווען מ'האט צוגעכאפט און ווייבער פון מענער, זענט איר "פונקט" יענע טעג און חדשים געווען פארנומען מיט התבוננות בשמות הקדושים בלי היסח הדעת כרגע ממש, און וואס עס איז פארגעגאנגן ביים פירער [רבי זי"ע בלע"ז] האט איר בכלל נישט געכאפט אז עפעס טויג נישט דא, מעגליך אז דער פירער [רבי בלע"ז] האט בכוחו הגדול צוגענומען אייער כח הדעת צו באגרייפן את פעולותיו, בקיצור איר האט נישט צוגעזעהן עפעס א סיסטעם פון שלעכטס, רע, נאר געזעהן גוטס, טוב. ס'איז אויך ידוע אז איר זענט יא מודה במקצת אז ס'זענען געווען טעותים, אבער אזוי גייט עס און מ'ברויך טאקע פאררעכטן טעותים. עד כן לפי הנשמע את דעתכם ואם טעיתי ה' יכפר.
ועכשיו, די וועלט אידנטום וואס ציילט זיך אין אלפי אלפים רבי רבבות ובתוכם זענען דא א גרויסע מספר פון קלוגע אידן וואס פארשטיין גוט אן עסק, עס זענען דא מנהיגי הקהלות שבעולם בארץ ובגולה וואס ציילט זיך אין די צענדליגער און זייערע טויזענטער אנהענגערס און חסידים האבן א נאמנות אין זייערס א ווארט, כלומר זיי האבן אסאך עקספיריענס מיט שקרנים וזייפנים און זיי זענען נישט קיין נערנים וואס קויפן אפ אלעס וואס די גאס דערציילט, עס זענען דא אלפי אלפים געריבענע כולל יונגעלייט וואס דראשן אויס די שמועות און זענען בוחן מיט חשד צו די זאכן שטימען צו נישט, עס איז דא א וועלט פון תלמידי חכמים און בעלי בתים וואס האנדלען מיט מענטשן און האבן שוין אין זייער לעבן באגעגנט פאפערס און שווינדלערס. איז וואס גייט דא פאר אז פון איין זייט גלייבט די וועלט אידנטום דעם הרב יושע העשיל בלום וסייעתו, און טאקע ווייל די וועלט אידנטום איז א עם חכם ונבון גלייבט נישט 'יעדער' 'אלעס', רק כל אחד כפי תמימותו חסידותו וחכמתו, אבער הצד השוה שבהם אז עפעס האט פאסירט דא מיט חבורת לב טהור אז מ'גלייבט אז זאכן האבן פאסירט, און זאכן האבן געקענט פאסירן אפילו ס'האט למעשה נישט פאסירט, מאי טעמא?, יא אמת ברית כרותה ללשון הרע שיתקבל [המקור הוא באלשיך וזל"ק בפ' וישב 'ברית כרותה ללשון הרע שיקובל שמץ מנהו', ובקהלת ז: כנודע מאמר רז"ל כי ברית כרותה ללשון הרע שיתקבל, ובאגרת התניא: אם אינו מקבל כולו מקבל מקצתו], אבער דאס מיינט נאך נישט אז די לשון הרע איז נישט אמת, און עס מיינט נאכנישט אז ווען ס'איז דא צענדליגע עדות און מספרים אז יעדער האט פלוצלינג פארלוירן די נאמנות, און לאמיר שוין זאגן אז איר וועט ניצן דעם מאמר אין אונזער פאל, איז די קשיא אזוי: פון איין זייט שטייט א איד און וויינט אז ער גלייבט נישט די אלע מעשיות וואס מען דערציילט, און פון די צווייטע זייט שטייען טויזענטער טויזענטער אידן און וויינען אז זיי גלייבן יא וואס מען דערציילט, איז וועמען זאל מען ענדערש גלייבן, איך מיין אז מ'גייט נאך רוב, איר האלט נישט אזוי?.
[אגב, דארט האט מען געגלייבט עפעס א לשון הרע'לע אויף איינעם?, איך מיין אז איר זאגט ביי אייער דרשה אין לב טהור אז די פרויען זאלן קומען דערציילן פארן ריש מתיבתא לשון הרע אויפן מאן, פארוואס האט איר געהאלטן אז דער ריש מתיבתא וועט איר גלייבן, אמער ברית כרותה?, ועוד קשה, היתכן איר האט מקבל געווען לשון הרע אויף אונז די וועלט אידנטום??. וגם יש לומר אז איך גלייב נישט בכלל אז די עסקנים האבן עפעס געטוהן בכלל, מאן יימר? קיינער האט אייך קיינמאל נישט געצאפט די בלוט, די בריוו איז שקר, אלעס איז שקר, אפשר די גאנצע מעשה אז ס'איז בכלל געווען א חבורה איז שקר, און אפשר שטייט נאך בבל מיט טויזענטער מתפללים, מ'פארקויפט אונז דא נאר שקר, ס'הייבט זיך גארנישט אן, מפטירין כדאתמול, אפשר זענט איר דא געקומען נאר אויף א וויזיט באזוך קיין ניו יארק, אדער אפשר גאר זענט איר בכלל נישט ר' אוריאל יוסף פון וועם מ'רעדט, און אפשר לייענט איר יעצט בכלל נישט די בריוו, סך הכל אונז לעב מיר דא אלע בעולם הדמיון, דמיון ממש, לא אירע כלום, כלום]
תמצית הדברים, צוריק צום ענין, אונז זעמיר נישט אינגאנצן משוגע, נאר איין זאך אז איר זאגט אז "איר" גלייבט נישט די אלע מעשיות, ממילא איז די עצה פאר אייך, שטעלט אייך אין די זייט, אבער ממש אין די זייט, ביים ווינקל, און גיבט רשות פאר די שליחי הכלל פון די וועלט אידנטום וואס גלייבן יא צו טהון וואס ס'איז א מצוה רבה ופיקוח נפשות והצלת הדורות מבטל צו זיין די רע פון די וועלט, מ'קען אייך טאקע נישט צווינגן צו זאגן אויף אזאך וואס איר האט נישט געזעהן אז איר האט עס יא געזעהן, סוף כל סוף איז דא נישט קומוניזם [אויך נישט קומיניזם דקדושה], אבער מה נעשה אז די רבנים פון די וועלט גלייבן יא, די משפחות פון די פארכאפטע און געפאנגענע גלייבן יא, און די יוצאים וואס האבן געכאפט און זענען געפייניגט געווארן גלייבן פערצופאל יא, און איר זענט דאך אויך מודה אז אויב וואלטן די שוידערליכע מעשיות געווען עטוואס אמת וואלט מען געדארפט מבטל זיין די חבורה, איז לאז די זאך פאר די קלוגערע מענטשן וואס האבן יא שכל און פארשטיין יא די טובה פון די בריאה. איר זענט פטור!.
ר' אוריאל, קיינער פון אונז באשולדיגט אייך נישט פערזענליך, מען פארשטייט אז איר זענט א תלמיד פון א רבי [זי"ע בלע"ז] און איר ווילט נישט בועט זיין ברבו שלמדו תורה ואמונה, ובפרט כידוע לידידיך הנאמנים אז ער האט אייך מקרב געווען צום אור האמת מיטן ספר הקדוש ויואל משה, אזוי אז איר זענט א אומשילדיגע שעפעלע וואס זיכט צו טוהן א נחת רוח פארן בורא כל עולמים בכל רגע ורגע מימי חייך עד זיבולא בתרייתא לאורך ימים ושנים טובים, נאר איר מוזט פארשטיין אז כלל ישראל האט שוין במשך הדורות מיטגעמאכט גענוג און איר קענט רואיג טראסטן אז כלל ישראל האמיתי האט א שטיקל השגה אין "אמת'ע אידישקייט", און איר וועט עס אי"ה אנערקענען אין די ליכטיגע עתיד וואס ווארט אויף אייך, און דערווייל ווילאנג איר זענט אויף צרות צרורות גיבט איבער אייער נאמנות אין די חכמי התורה והוראה, וואס זענען געבוירן געווארן נאך פאר די נשמה פון די רבי איז אראפגעקומען אויף דעם עולם, טראסטס די חכמי הדור, טראסטס דעם כלל ישראל וואס האבן מיטגעהאלטן די אנטוויקלונגען פון די חבורה.
עס איז שוין די העכסטע צייט תשובה צו טוהן, און מער נישט אנגיין מיט די אויפגעריסענע גאוה פון זיין פרומער פון די פרומע, נאר צו זיין אנדערש פון כלליות ישראל, מיט מאכלים, מיט משקאות, מיט מלבושים, אביסל ענוה אביסל הכנעה אביסל מדות טובות אביסל אהבת ישראל אביסל רחמנות אויף אייגענע בלוט און פלייש, לאמיר שוין ענדיגן די בלוט פארגיסינג וואס גייט שוין אן [לפי דעת הרוב וכנ"ל אלפי אלפים ורבי רבבות דעות נגד דעת יחידאי] צענדליגע יארן. לייגט אראפ די געווער, און זייט אייך מקדש ב"מותר" לו, און לאמיר צוזאמען באהבה אחוה שלום ורעות אנפאנגן א נייעם קאפיטל אין היסטאריע.
מאכטס א מסירות נפש פארן אייבערשטען!!! דער רבוש"ע וועט אייך דאנקבאר זיין.
איך ווייס און איך גלייב אז איר טראכט אז ווער זענען מיר צו רעדן, מיר זענען דאך די אפגעפרעגטע, ערב רב וכל שום וחניכא דאית לן, אבער מיר קענען נאר טוהן וואס מיר קענען, און די איבעריגע לאזן מיר פארן רבוש"ע, און מיר זענען מאמין באמונה שלימה אז אזוי ווי איר זענט א מבקש האמת וועט איר אי"ה אנקומען דערצו בכח פון אונזער הייליגע צדיקים און רבי'ס זי"ע.
ר' פייש אוריאל יוסף נ"י: פועלט'ס אויס אלעס גוטס, א גמר חתימה טובה, א "גרינגער" תענית יום הקדוש [ס'מעג עפעס אנקומען אויך גרינג], און אייערע תפלות זאלן נתקבל ווערן לרחמים ולרצון.
און נאכאמאל פארגעס נישט: אונז געב מיר "נישט" אויף אויף אייך און אייער דורות, קיינמאל וועלן מיר נישט אויפגעבן אויף אייך, איר וועט בקרוב שוין ממש ממש זיין מיט אונז צוזאמען, און מיר וועלן צוזאמען שמייכלען מיט א געשמאק, יא יא "מיט אזא שמייכל, מיט אזא געשמאק". רבי אוריאל יוסף עס קומט גוטע צייטן בעזהי"ת!.
מקשין העולם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:43 pm
Location: monroe
x 554

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מקשין העולם »

מקשין העולם האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2025 11:11 pm בס"ד
המשך מיין שמועס מיט ר' פייש אוריאל יוסף נ"י, אלס הכנה צום יום הקדוש.
עס דרייט זיך ארום שמועות אז איר [זאגט אז איר] ווייסט נישט פון זייער אסאך מעשיות וואס ווערט פארציילט אויף די חבורה בכלליות ובפרטיות, און ווען מען האלט אייך פאר אויף געוויסע מעשיות וואס איר ווייסט יא האט איר אויף יעדע זאך א תירוץ אז די מעשה איז געווען פונקט פארקערט, דהיינו לויט [ווי איר זאגט] אייער ידיעה איז דער נרדף גאר דער רודף, דער [וואס זאגט אז ער איז דער] געשלאגענער איז גאר דער שלעגער, דער [וואס דערציילט אז ער איז געווען א] נרצח איז גאר דער רוצח, בקיצור די יוצאים [נושרים?] זענען געטריבן צו אויפמאכן מעשיות שקרים וכזבים דברים שלא היו מעולם, כדי אויסצופירן זייער אגענדעס צו צוברעכן, חרוב מאכן, רודפ'ן די [געוועזענע] חבורה. ריכטיג? יא.
יעצט איז אזוי, קומט דאך אויס אז איר זענט [לויט אייערע ווערטער] אינגאנצן אומשולדיג און איר ווייסט נישט וואס מ'וויל פון אייער לעבן האבן, מיר פארשטיין עס [לפי דבריכם].
איי איז די קשיא, אז א איד וואס דרייט זיך שוין אזויפיל יאר אויף א פלאץ זאל נישט וויסן פון די אלע מעשיות, ובפרט אז מ'איז געווען אזוי נאענט און געטריי צום פירער [דער רבי זי"ע בלע"ז], און ווייטער געווען נאמן צו די ממשיכי דרכו פונעם פירער [רבי זי"ע בלע"ז], איז וויאזוי קען דאס געמאלט זיין אז מען זאל נישט האבן קיין מינדעסטע ידיעה פון אלע רשעות, אכזריות, פיינונגען, עבירות, וואס עס ווערט דערציילט, מוז דאך על כרחך זיין [לפי הצד שהמעשיות אמתיים] אז איר זענט דארט געווען אויסגעטוהן פון די וועלט, אדער זענט איר "פונקט" נישט דארט געווען בשעת מעשה, דהיינו איר האט נישט געלייענט קיין צעטליך אין ביהמ"ד [כנהוג גם אצלינו אצל הרבה עובדי ה' שאינם קוראים למודעות], און וועט מ'האט געריסן און געשמיסן [אומ]שולדיגע אידן, האט איר געהאלטן "פונקט" אינמיטן שמונה עשרה בהתפשטות הגשמיות [כמו אצלינו שיש עובדי ה' שנוהגים כן], און ווען מ'האט צוגעכאפט און ווייבער פון מענער, זענט איר "פונקט" יענע טעג און חדשים געווען פארנומען מיט התבוננות בשמות הקדושים בלי היסח הדעת כרגע ממש, און וואס עס איז פארגעגאנגן ביים פירער [רבי זי"ע בלע"ז] האט איר בכלל נישט געכאפט אז עפעס טויג נישט דא, מעגליך אז דער פירער [רבי בלע"ז] האט בכוחו הגדול צוגענומען אייער כח הדעת צו באגרייפן את פעולותיו, בקיצור איר האט נישט צוגעזעהן עפעס א סיסטעם פון שלעכטס, רע, נאר געזעהן גוטס, טוב.
ס'איז אויך ידוע אז איר זענט יא מודה במקצת אז ס'זענען געווען טעותים, אבער אזוי גייט עס און מ'ברויך טאקע פאררעכטן טעותים. עד כן לפי הנשמע את דעתכם ואם טעיתי ה' יכפר.
ועכשיו, די וועלט אידנטום וואס ציילט זיך אין אלפי אלפים רבי רבבות ובתוכם זענען דא א גרויסע מספר פון קלוגע אידן וואס פארשטיין גוט אן עסק, עס זענען דא מנהיגי הקהלות שבעולם בארץ ובגולה וואס ציילט זיך אין די צענדליגער און זייערע טויזענטער אנהענגערס און חסידים האבן א נאמנות אין זייערס א ווארט, כלומר זיי האבן אסאך עקספיריענס מיט שקרנים וזייפנים און זיי זענען נישט קיין נערנים וואס קויפן אפ אלעס וואס די גאס דערציילט, עס זענען דא אלפי אלפים געריבענע כולל יונגעלייט וואס דראשן אויס די שמועות און זענען בוחן מיט חשד צו די זאכן שטימען צו נישט, עס איז דא א וועלט פון תלמידי חכמים און בעלי בתים וואס האנדלען מיט מענטשן און האבן שוין אין זייער לעבן באגעגנט פאפערס און שווינדלערס. איז וואס גייט דא פאר אז פון איין זייט גלייבט די וועלט אידנטום דעם הרב יושע העשיל בלום וסייעתו, און טאקע ווייל די וועלט אידנטום איז א עם חכם ונבון גלייבט נישט 'יעדער' 'אלעס', רק כל אחד כפי תמימותו חסידותו וחכמתו, אבער הצד השוה שבהם אז עפעס האט פאסירט דא מיט חבורת לב טהור אז מ'גלייבט אז זאכן האבן פאסירט, און זאכן האבן געקענט פאסירן אפילו ס'האט למעשה נישט פאסירט, מאי טעמא?.
יא אמת ברית כרותה ללשון הרע שיתקבל [המקור הוא באלשיך וזל"ק בפ' וישב 'ברית כרותה ללשון הרע שיקובל שמץ מנהו', ובקהלת ז: כנודע מאמר רז"ל כי ברית כרותה ללשון הרע שיתקבל, ובאגרת התניא: אם אינו מקבל כולו מקבל מקצתו], אבער דאס מיינט נאך נישט אז די לשון הרע איז נישט אמת, און עס מיינט נאכנישט אז ווען ס'איז דא צענדליגע עדות און מספרים אז יעדער האט פלוצלינג פארלוירן די נאמנות, און לאמיר שוין זאגן אז איר וועט ניצן דעם מאמר אין אונזער פאל, איז די קשיא אזוי: פון איין זייט שטייט א איד און וויינט אז ער גלייבט נישט די אלע מעשיות וואס מען דערציילט, און פון די צווייטע זייט שטייען טויזענטער טויזענטער אידן און וויינען אז זיי גלייבן יא וואס מען דערציילט, איז וועמען זאל מען ענדערש גלייבן, איך מיין אז מ'גייט נאך רוב, איר האלט נישט אזוי?.
[אגב, דארט האט מען געגלייבט עפעס א לשון הרע'לע אויף איינעם?, איך מיין אז איר זאגט ביי אייער דרשה אין לב טהור אז די פרויען זאלן קומען דערציילן פארן ריש מתיבתא לשון הרע אויפן מאן, פארוואס האט איר געהאלטן אז דער ריש מתיבתא וועט איר גלייבן, אמער ברית כרותה?, ועוד קשה, היתכן איר האט מקבל געווען לשון הרע אויף אונז די וועלט אידנטום??. וגם יש לומר אז איך גלייב נישט בכלל אז די עסקנים האבן עפעס געטוהן בכלל, מאן יימר? קיינער האט אייך קיינמאל נישט געצאפט די בלוט, די בריוו איז שקר, אלעס איז שקר, אפשר די גאנצע מעשה אז ס'איז בכלל געווען א חבורה איז שקר, און אפשר שטייט נאך בבל מיט טויזענטער מתפללים, מ'פארקויפט אונז דא נאר שקר, ס'הייבט זיך גארנישט אן, מפטירין כדאתמול, אפשר זענט איר דא געקומען נאר אויף א וויזיט באזוך קיין ניו יארק, אדער אפשר גאר זענט איר בכלל נישט ר' אוריאל יוסף פון וועם מ'רעדט, און אפשר לייענט איר יעצט בכלל נישט די בריוו, סך הכל אונז לעב מיר דא אלע בעולם הדמיון, דמיון ממש, לא אירע כלום, כלום]
תמצית הדברים, צוריק צום ענין, אונז זעמיר נישט אינגאנצן משוגע, נאר איין זאך אז איר זאגט אז "איר" גלייבט נישט די אלע מעשיות, ממילא איז די עצה פאר אייך, שטעלט אייך אין די זייט, ביים ווינקל, און גיבט רשות פאר די שליחי הכלל פון די וועלט אידנטום וואס גלייבן יא צו טהון וואס ס'איז א מצוה רבה ופיקוח נפשות והצלת הדורות מבטל צו זיין די רע פון די וועלט, מ'קען אייך טאקע נישט צווינגן צו זאגן אויף אזאך וואס איר האט נישט געזעהן אז איר האט עס יא געזעהן, סוף כל סוף איז דא נישט קומוניזם [אויך נישט 'דקדושה'], אבער מה נעשה אז די רבנים פון די וועלט גלייבן יא, די משפחות פון די פארכאפטע און געפאנגענע גלייבן יא, און די יוצאים וואס האבן געכאפט און זענען געפייניגט געווארן גלייבן פערצופאל יא, און איר זענט דאך אויך מודה אז אויב וואלטן די שוידערליכע מעשיות געווען עטוואס אמת וואלט מען געדארפט מבטל זיין די חבורה, איז לאזט די זאך פאר די קלוגערע מענטשן וואס האבן יא שכל און פארשטיין יא די טובה פון די בריאה. איר זענט פטור!.
ר' אוריאל טייערער, קיינער פון אונז באשולדיגט אייך נישט פערזענליך, מען פארשטייט אז איר זענט א תלמיד פון א רבי [זי"ע בלע"ז] און איר ווילט נישט בועט זיין ברבו שלמדו תורה ואמונה, ובפרט כידוע לידידיך הנאמנים אז ער האט אייך מקרב געווען צום אור האמת מיטן ספר הקדוש ויואל משה, אזוי אז איר זענט א אומשולדיגע שעפעלע וואס זיכט צו טוהן א נחת רוח פארן בורא כל עולמים בכל רגע ורגע מימי חייך עד זיבולא בתרייתא לאורך ימים ושנים טובים, נאר איר מוזט פארשטיין אז כלל ישראל האט שוין במשך הדורות מיטגעמאכט גענוג און איר קענט רואיג טראסטן אז כלל ישראל האמיתי האט א שטיקל השגה אין "עכטע אידישקייט", און איר וועט עס אי"ה אנערקענען אין די ליכטיגע עתיד וואס ווארט אויף אייך, און דערווייל ווילאנג איר זענט אויף צרות צרורות גיבט איבער אייער נאמנות אין די חכמי התורה והוראה, וואס זענען געבוירן געווארן נאך פאר די נשמה פונעם רבי'ן איז אראפגעקומען אויף דעם עולם, טראסטס די חכמי הדור, טראסטס דעם כלל ישראל וואס האבן מיטגעהאלטן די אנטוויקלונגען פון די חבורה.
עס איז שוין די העכסטע צייט צו תשובה טוהן, און מער נישט אנגיין מיט די אויפגעריסענע גאוה פון זיין פרומער פון די פרומע, אלעס נאר כדי צו זיין אנדערש פון כלליות ישראל, מיט מאכלים, מיט משקאות, מיט מלבושים, עס פארלאנגט זיך אביסל ענוה אביסל הכנעה אביסל מדות טובות אביסל אהבת ישראל אביסל רחמנות אויף 'אייגענע' בלוט און פלייש, לאמיר שוין ענדיגן די בלוט פארגיסינג וואס גייט שוין אן [לפי דעת הרוב וכנ"ל אלפי אלפים ורבי רבבות דעות נגד דעת יחידאי] צענדליגער יארן. ביטע לייגט אראפ די געווער, און זייט אייך מקדש ב"מותר" לו, און לאמיר צוזאמען באהבה אחוה שלום ורעות אנפאנגן א נייעם קאפיטל אין היסטאריע.
מאכטס א מסירות נפש פארן אייבערשטען!!! דער רבוש"ע וועט אייך דאנקבאר זיין.
איך ווייס און איך גלייב אז איר טראכט אז ווער זענען מיר צו רעדן, מיר זענען דאך די אפגעפרעגטע, ערב רב וכל שום וחניכא דאית לן, אבער מיר קענען נאר טוהן וואס מיר קענען, און די איבעריגע לאזן מיר פארן רבוש"ע, און מיר זענען מאמין באמונה שלימה אז אזוי ווי איר זענט א מבקש האמת וועט איר אי"ה אנקומען דערצו בכח פון אונזער הייליגע צדיקים און רבי'ס זי"ע.
ר' פייש אוריאל יוסף נ"י: פועלט'ס אויס אלעס גוטס, א גמר חתימה טובה, א "גרינגער" תענית יום הקדוש [ס'מעג עפעס אנקומען אויך גרינג], און אייערע תפלות זאלן נתקבל ווערן לרחמים ולרצון.
און נאכאמאל פארגעס נישט: אונז געב מיר "נישט" אויף אויף אייך און אייער דורות, קיינמאל וועלן מיר נישט אויפגעבן אויף אייך, איר וועט בקרוב שוין ממש ממש זיין מיט אונז צוזאמען, און מיר וועלן צוזאמען שמייכלען מיט א געשמאק, יא יא "מיט אזא שמייכל, מיט אזא געשמאק". רבי אוריאל יוסף עס קומט גוטע צייטן בעזהי"ת!.
עסקן נמרץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 168
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 11:36 am
x 1012

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך עסקן נמרץ »

שטייענדיג יעצט אין די פארנומענע טעג ווען אלעס קאסט זייער אסאך פאר יעדעם איינעם, און נאר אויסלייגן די געלט ביז די הוצאות שבת ויו"ט קומען צוריק איז אויך זייער אסאך, לאמיר נאר געבן א לויף איבער א טיפה מן הים וואס ס'מיינט פאר אונזערע חשובע ברודער אין שוועסטער יוצאי איראק ד'גואטעמאלא.

די ימים נוראים אליינס איז געווען פאר יעדעם איינעם, א קיטל אפאר מאות, א זיץ אין ביהמ"ד אפאר מאות, א מכובד'יגע סעט מחזורים פאר די מאן און ווייב א טויזענטער און ארויף, דאקטורים אפוינמענטס פאר ווער סאיז נאכנישט מסודר אפאר מאות ואכמ"ל, בעסיק יו"ט'דיגע קליידער פאר טאטע מאמע אין קינדער אפאר מאות לכה"פ, וועגן אנצוקומען פון איין פלאץ צום צווייטן אסאך געלט וכו' וכו'.

כמובן איז דאס אלעס חוץ די רעגולער הוצאות וואס ווערט מער ווייניגער געקאווערט מיט א קביעות, און פאר די פרישע ווינטער קליידער וואס גייט יעצט קומען.

היינט אליינס האב איך געקויפט איין ווינטער קאוט פאר א נישטיגע $366, נאך $282 פאר בעסיק דריי גוד, $600 פאר וועגן פאר איין קאפל, נאך $300 פאר א צווייטע קאפל.

די זעלבע קליידער דארף מען קויפן פאר די אנדערע קאפלס אבער מ'איז נאכנישט אנגעקומען

פארוואס זאג איך אייך עס? אז איר זאלט וויסן!

איך מאך נישט קיין קאמפיין יעצט דא אויף אידטיש, אבער טאמער וויל זיך איינער משתתף זיין און איינקויפן די זכות פון א קאפל אויף יו"ט קען ער אריינווארפן אפאר דאלער, וכל המוסיף מוסיפין לו.

https://toirem.org/23423

טאמער ווילט איר געבן דורך סיי וועלכע אנדערע וועג, אדער איר ווילט א ספעסיפיק רעסיט ביטע זיך פארבינדן אין פרייוועט.

אויב זענט איר אויסגעברענט און עס באדערט אייך מיין מעסידזש ביטע זיך איינהאלטן אדער קומען אין פרייוועט.

תזכו למצוות ושכרם כפול מן השמים!!!
ארויסצוהעלפן די לב טהור יוצאים מיט ווארימע סכומים, ווארפט אריין אייער הארציגע נדבה.

https://toirem.org/23423
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1526
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15216

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

עסקן נמרץ האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 05, 2025 6:35 pm שטייענדיג יעצט אין די פארנומענע טעג ווען אלעס קאסט זייער אסאך פאר יעדעם איינעם, און נאר אויסלייגן די געלט ביז די הוצאות שבת ויו"ט קומען צוריק איז אויך זייער אסאך, לאמיר נאר געבן א לויף איבער א טיפה מן הים וואס ס'מיינט פאר אונזערע חשובע ברודער אין שוועסטער יוצאי איראק ד'גואטעמאלא.

די ימים נוראים אליינס איז געווען פאר יעדעם איינעם, א קיטל אפאר מאות, א זיץ אין ביהמ"ד אפאר מאות, א מכובד'יגע סעט מחזורים פאר די מאן און ווייב א טויזענטער און ארויף, דאקטורים אפוינמענטס פאר ווער סאיז נאכנישט מסודר אפאר מאות ואכמ"ל, בעסיק יו"ט'דיגע קליידער פאר טאטע מאמע אין קינדער אפאר מאות לכה"פ, וועגן אנצוקומען פון איין פלאץ צום צווייטן אסאך געלט וכו' וכו'.

כמובן איז דאס אלעס חוץ די רעגולער הוצאות וואס ווערט מער ווייניגער געקאווערט מיט א קביעות, און פאר די פרישע ווינטער קליידער וואס גייט יעצט קומען.

היינט אליינס האב איך געקויפט איין ווינטער קאוט פאר א נישטיגע $366, נאך $282 פאר בעסיק דריי גוד, $600 פאר וועגן פאר איין קאפל, נאך $300 פאר א צווייטע קאפל.

די זעלבע קליידער דארף מען קויפן פאר די אנדערע קאפלס אבער מ'איז נאכנישט אנגעקומען

פארוואס זאג איך אייך עס? אז איר זאלט וויסן!

איך מאך נישט קיין קאמפיין יעצט דא אויף אידטיש, אבער טאמער וויל זיך איינער משתתף זיין און איינקויפן די זכות פון א קאפל אויף יו"ט קען ער אריינווארפן אפאר דאלער, וכל המוסיף מוסיפין לו.

https://toirem.org/23423

טאמער ווילט איר געבן דורך סיי וועלכע אנדערע וועג, אדער איר ווילט א ספעסיפיק רעסיט ביטע זיך פארבינדן אין פרייוועט.

אויב זענט איר אויסגעברענט און עס באדערט אייך מיין מעסידזש ביטע זיך איינהאלטן אדער קומען אין פרייוועט.

תזכו למצוות ושכרם כפול מן השמים!!!
קענענדיג פערזענליך @עסקן נמרץ וויל איך ארויסברענגן אז ער איז א חידוש פון א עסקן. עס זענען דא עסקנים וואס העלפן גאר אסאך, אבער געלט קענען זיי נישט שאפן, דערנאך איז דא מענטשן וואס שטעלן צאם געלט, אבער אין עסקנות ליגט נישט זייער שטארקייט. משא''כ @עסקן נמרץ איז א וואן מען בענד וואס טוט אלעס! ער עסקנ'ט אריין עד לב השמים, לייגט אויס שווערע געלטער, שאפט שווערע געלטער (און דאס קומט בכלל נישט אן גרינג, מילד גערעדט) א מין חידוש פון א עסקן וואס די וועלט האט נאכנישט געזען.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
שעפעריש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 117
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 1:01 am
Location: Monsey
x 995

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שעפעריש »

IMG_6629.jpeg
IMG_6629.jpeg (205.65 KiB) געזען געווארן 910 מאל
שמואל פוקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 305
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
Location: מאנסי
x 3356

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמואל פוקס »

איך וויל מוסר מודעה זיין, אז די ווערטער אויף די לינקע זייט פון צעטיל, איבער די נושאים וואס מען גייט רעדן, איז נישט געווארן דורכגעשמועסט מיט מיר.

אויף די קומענדיגע צעטיל, וואס וועט הענגען אין גרויס אויפן וואנט פון בית-המדרש, וועט שטיין דארט אנדערע זאכן.

נ.ב. וויבאלד מיינע ווערטער זענען געקומען, שוין נאך וואס די פאוסטער איז שוין טיילווייז מפורסם געווארן (זיי האבן מיר גראדע יא געשיקט דעם פאוסטער אויף טעקסט, אבער וויבאלד איך האב נישט קיין טעקסט, האב איך עס נישט געקענט זען), דעריבער האט די הנהלת הקהילה איינגעוויליגט אז איך זאל ארויסשטעלן מיינע ווערטער, אלס א קלארשטעלונג.
אוועיטער
בערל דער פייפער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1324
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 2054

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

וועלכע שטאט?
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
שוין געגאנגען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 313
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 9:09 pm
Location: Ny
x 608

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שוין געגאנגען »

בערל דער פייפער האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 05, 2025 8:32 pm וועלכע שטאט?
קרית יואל
שוין געגאנגען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 313
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 9:09 pm
Location: Ny
x 608

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שוין געגאנגען »

שמואל פוקס האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 05, 2025 8:08 pm איך וויל מוסר מודעה זיין, אז די ווערטער אויף די לינקע זייט פון צעטיל, איבער די נושאים וואס מען גייט רעדן, איז נישט געווארן דורכגעשמועסט מיט מיר.

אויף די קומענדיגע צעטיל, וואס וועט הענגען אין גרויס אויפן וואנט פון בית-המדרש, וועט שטיין דארט אנדערע זאכן.

נ.ב. וויבאלד מיינע ווערטער זענען געקומען, שוין נאך וואס די פאוסטער איז שוין טיילווייז מפורסם געווארן (זיי האבן מיר גראדע יא געשיקט דעם פאוסטער אויף טעקסט, אבער וויבאלד איך האב נישט קיין טעקסט, האב איך עס נישט געקענט זען), דעריבער האט די הנהלת הקהילה איינגעוויליגט אז איך זאל ארויסשטעלן מיינע ווערטער, אלס א קלארשטעלונג.
וואס איז די ציל פון די מעמד יעצט?
שרייב פאוסט