כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
שעפעריש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 117
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 05, 2025 1:01 am
Location: Monsey
x 995

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שעפעריש »

וואס וואלט איר געזאגט אויב אין א שטיק צייט ארום וועט זיך ליינען א פאוסט ווי פאלגענד:
ליידער ליידער קומט אריין שווערע באריכטן איבער א גרופע פון יוצאי לב טהור וואס האבן זיך צוזאמענגענומען און זענען אויפ'ן וועג צו איינע פון די פארשטיפטע געגענטער אין אפריקע מיטן ציל צו גרינדן פון פריש די טמא'נע לב טהור קולט, דאס קומט ליידער טראץ די איבעמידליכע כוחות צייט געלט עגמת נפש וואס די עסקנים און גאנץ כלל ישראל האט אריינגעלייגט צו צוברעכן די קולט, מוזן מיר ליידער מודיע זיין אז מעשה שטן הצליח, און ליידער ווערט די קולט פון פריש געגרינדעט, דאס ווערט אנגעפירט דורך איינצעלע מענטשן פון די געוועזענע זקנים, און זיי שלעפן מיט מיט זיך אנדערע יוצאים וואס זענען שוין געווען ביים שוועל פון איינהייבן א נייע לעבן, אבער ליידער מיט זייער קאנטראל און טעראר האבן זיי צוגענומען פון זיי די בחירה פון איבערמישן די בלעטל

גארנישט ב'טעם'ט הא?
יעצט איז די צייט זיכער צומאכן אז דאס זאל חלילה נישט זיין קיין ווירקליכקייט בעז''ה
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2184
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 7590

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

שעפעריש האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2025 12:36 pm וואס וואלט איר געזאגט אויב אין א שטיק צייט ארום וועט זיך ליינען א פאוסט ווי פאלגענד:
ליידער ליידער קומט אריין שווערע באריכטן איבער א גרופע פון יוצאי לב טהור וואס האבן זיך צוזאמענגענומען און זענען אויפ'ן וועג צו איינע פון די פארשטיפטע געגענטער אין אפריקע מיטן ציל צו גרינדן פון פריש די טמא'נע לב טהור קולט, דאס קומט ליידער טראץ די איבעמידליכע כוחות צייט געלט עגמת נפש וואס די עסקנים און גאנץ כלל ישראל האט אריינגעלייגט צו צוברעכן די קולט, מוזן מיר ליידער מודיע זיין אז מעשה שטן הצליח, און ליידער ווערט די קולט פון פריש געגרינדעט, דאס ווערט אנגעפירט דורך איינצעלע מענטשן פון די געוועזענע זקנים, און זיי שלעפן מיט מיט זיך אנדערע יוצאים וואס זענען שוין געווען ביים שוועל פון איינהייבן א נייע לעבן, אבער ליידער מיט זייער קאנטראל און טעראר האבן זיי צוגענומען פון זיי די בחירה פון איבערמישן די בלעטל

גארנישט ב'טעם'ט הא?
יעצט איז די צייט זיכער צומאכן אז דאס זאל חלילה נישט זיין קיין ווירקליכקייט בעז''ה
אט אזוי!!! קיינער גייט נישט שטיין גלייכגילטיג ווייל עס איז שוין סייווי פארביי... מען גייט שטיין על המושמר בכל החומר אז דאס בלייבט טאקע א פארגאנגענהייט. ברוך שנתן עולמו לשומרים.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
חוקר ודורש
פרישער באניצער
פאוסטס: 28
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2025 10:01 am
x 97

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חוקר ודורש »

מיט נישט לאנג צוריק האט איינער ארויס געשיקט בילדער ווי דער בית מדרש אין בבל איז געווארן אויסגעליידיקט, און אפילו דער ארון קודש האבען זיי ארויס גענומען.

איינער ווייסט אוואו זיי דאווענען יעצט?

און וואס איז געווארן מיט די פלאן צו פארמאכען בבל (און פארקויפען) און אריין לייגען דער פארבליבענער אידין אין כנישתא חדא?
שמואל פוקס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 305
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
Location: מאנסי
x 3358

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמואל פוקס »

מען דאווענט יעצט אויף די העכערע שטאק, וואו די חדר איז געווען.

ווען איך בין דארט געווען, איז די צוויי גרויסע ליכט פאר די רבי זצ"ל, געווען אין א זייטיגע צימער אויף א טיש, שיין מסודר.
חוקר ודורש
פרישער באניצער
פאוסטס: 28
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2025 10:01 am
x 97

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חוקר ודורש »

שמואל פוקס האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2025 1:04 pm מען דאווענט יעצט אויף די העכערע שטאק, וואו די חדר איז געווען.

ווען איך בין דארט געווען, איז די צוויי גרויסע ליכט פאר די רבי זצ"ל, געווען אין א זייטיגע צימער אויף א טיש, שיין מסודר.
אויב מיר וואוינט און דאווענט נאך דארט, וואס איז געווען די מטרה פון ארויס ליידיקען א מסודרדיק'ע בית מדרש?
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 510
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5722

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

מתא מחסיא האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2025 4:15 am ר' א"י איז א יוד וואס איז אן אמת'ע עהרליכע יוד, מיינט אמת'דיג צו דינען דעם אויבערשטן און איז באמת מחשיב יעדן יוד דא, ער איז זייער פארווייטאגט אויף דעם וואס מען איז אים מבזה צוליב זיין גלויבן אין זיין רבי'ן., יעדער יוד וואס גלויבט אין סיי וועלכע רבי וואס ער האט מקבל געווען תורה ועבודה פון אים און געשפירט אמת'דיגע דערהויבנקייט וואלט געווען זייער שווער צו אקצעפטירן אז דער רבי איז באמת געווען א שפל און געטאן מעשים אשר לא יעשו בזדון ובשאט נפש, אונז סאטמארער יודן היינט פארשטייען נישט וואס מיינט האבן א רבי'ן און האב פילע ביטול, די רעקארדינג איז געזאגט געווארן צו א פריוואטע יחיד ווי ער גיבט אויס זיין הארץ אויף אפאר יחידים וואס האבן אים מצער געווען, אין אדם נתפס על צערו און ס'איז נישט ריכטיג דאס צו פארשפרייטן

איך וויל ברבים איבערבעטן מיין ידיד ר' אוריאל יוסף אז אזא רעקארדינג איז בכלל פובליק און איך האף אז ער וועט מיר מוחל זיין בלב שלום

איך וויל זייער בעטן דא ברבים אז יעדע דערמאנונג פון די רעקארדינג זאל מען ביטע ביטע אראפנעמען
איר דארפט אים נישט איבערבעטן, די רעקארדירונג איז געשיקט געווארן פאר נאך מענטשן אויסער אייך, און ס'קומט פון א צווייטן.
ממעמקים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 146
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 9:13 pm
Location: ברוקלין
x 641

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ממעמקים »

שמואל פוקס האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2025 1:04 pm מען דאווענט יעצט אויף די העכערע שטאק, וואו די חדר איז געווען.

ווען איך בין דארט געווען, איז די צוויי גרויסע ליכט פאר די רבי זצ"ל, געווען אין א זייטיגע צימער אויף א טיש, שיין מסודר.
איר רעדט פון די קרעטשניף רבי זצ״ל??
אוועיטער
גארנישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 368
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
Location: קרית בבל החריבה
x 1729

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גארנישט »

א''כ הרב ר' אי”ג, און סיי ווער עס קוקט זיך צו צו די מאורעות און האבן פארשידענע טענות, זה בכה וזה בכה.
איך וויל אויסקלארן אפאר נקודות:

א.
עס איז דא א באקאנטע סלאגאן אז יושר איז שוין לאנג געשטארבן, דאס ווערט גענוצט באופן וואס מחמת איזה צורך דארף געטוען ווערן א אומ'יושר'דיגע זאך, און מען טענה'עט אז עס איז שלא ביושר, איז דער תי' אז יושר לעבט שוין נישט, נעמליך מען קען נישט פארלאנגען צו גיין ביושר ווען יושר לעבט שוין נישט, וואלט ווען געווען א יושר'דיגע וועלט, יעדע פעולה פון איינעם צום צווייטן וואלט ווען געווען יושר'דיג וואלט מען ווען טאקע געדארפט מעסטן יעדע זאך מיט א יושר'דיגע מעסטער, אבער אין א וועלט ווי יושר טוט נישט דאמענירען און עוולות ווערן געטוען פון אלע זייטן, מוז אמאל געטוען ווערן א עוולה, ווייל אנדערש קען מען נישט, מען קען נישט צוגיין צו א אומ'יושר'דיגען מענטש אויף א יושר'דיגע שטייגער, מען קען נישט בלייבן דער איינציגסטער יושר'דיגער אויף דער וועלט, ווייל דאן ליידט מען אלע עוולות פון יעדן.

כלפי מה דברים אמורים, עס איז קיינעמס נישט כבוד אריין צו גיין אין פרטים פון יושר דאהי אין דעם געשיכטע, בכל אופן האט איר טענות אז מען באהאנדעלט אייך נישט יושר'דיג, וועל איך אייך ענפערן לשיטתכם, דא איז געווען א מקום וואס האט זיך גערופן ''לב טהור'' די פלאץ איז געווען ווייט פון יושר כרחוק מזרח ממערב, דארט זענען געטוען געווארן עוולות קעגן יעדן יחיד נישט איינמאל און נישט צוויי מאל, דארט האט מען מבזה געווען מענטשן אויף א רוטינע פארנעם אויף אלע מינע אופנים, דורך דרשות (מיר האבן געהערט אייערע דרשות קעגן די מורדים מיט נעמען און מיט שיינע טיטלען און מיט חשדות אשר אין בהם אמת א שטייגער ווי הר''ר ח' ע' א' שיחי' האט גע'הרג'עט דעם רבי'ן ז''ל, ווי אויכעט האבן מיר געהערט אייערע רעדעס אויף היברו (זאג נישט אויס פאר קיינעם אבער איך קען די שפראך און איך בין נישט קיין יחיד אין דעם... פארפאלן...), אנטשולדיגט פארן הערן... איר ווילט אפשר א לינק? איך האב... און לאמיר שוין נישט רעדן פון די מלחמה אין ניו יארק מיט 6 מיליאן מענטשן) דורך צעטליך, דורך פאקטישע בזיונות א שטייגער ווי הייסן יעדן אדורכגיין שפייען, וכו' וכו', איך פארשטיי אז איך שרייב ליגענט און עס איז נישט קיין יושר, אבער יושר איז שוין לאנג געשטארבן.

דאס איז מוסכם ביי כלל ישראל אז די דאזיגע פלאץ האט געדארפט פארמאכט ווערן 'בכל מחיר', יעצט וואלט ווען געווען א יושר'דיגע אופריכטיגע פלאץ וואס וואלט ווען געדארפט פארמאכט ווערן וואלט מען דאס ווען געטוען מיט יושר, עס וואלטן נאר באשמיצט געווארן די וועלכע עס קומט זיך זיי, עס וואלטן נאר געלייגט געווארן קלאגעס אויף די וואס זענען זיך ווערד דאס געלט, און גראדע אויפריכטיגערהייט וואלטן זיי ווען איינגעזען אז עס איז נישט דא קיין וועג ארויס, און זיי וואלטן געווען אויפריכטיג מיט'ן ציבור און הויעך אויסגערופן 'אין לי' איך קען אייך נישט העלפן, זאל יעדער טוען וואס ער פארשטייט, וואלט ווען אזוי געווען וואלט די פלאץ געווען פארמאכט שוין יארן צוריק ביים אנקומען קיין בבל און זען אז מען קען נישט צושטעלן קיין נארמאלע'ן לעבנ'ס שטייגער פאר'ן עולם וואס דאס איז די גרעסטע עוולה קעגן דעם ציבור ברוחניות ובגשמיות אז מען האט נישט אויפגעגעבן אין אזאלעכע אומשטענדן, און אפי' שפעטער לכה''פ נאך די איבערפאל וואלט מען - אנשטאט איינרעדן דעם עולם אז אלעס וועט זיין גוט - געזאגט אז עס איז נישט דא קיין וועג ארויס און יעדער זאל טוען ווי ער פארשטייט, וואלט מען ווען נישט געלייגט קיין קלאגעס אויף קיינעם, וואלט ווען נישט געווען קיין דרשות חוה''מ, נישט קיין בראשורן און נישט קיין אידטיש, אזוי וואלט ווען אויסגעזעהן א יושר'דיגע וועלט.

ומעת חסרנו כל אלה... האט מען נישט אויפגעגעבן נאכן פארטריבען ווערן פון קאנאדע! נאכן אנקומען קיין גוואטאמאלא פון איין פלאץ צום צווייטען! נאכ'ן אנטלויפן פון איין עק וועלט צום צווייטען על לא דבר און צוריקקומען צו א פארקויפטע בבל! נאכן וואוינען אין א דרוקעריי אן די מינעמאלע פריוואטקייט וואס איז א סימבאל פון די עכטע אידן כאמור מפי בלעם! און נאכן צונעמען די קינדער חדשים לאנג ועדיין לא נושענו, פרובירט מען ווייטער צו אנהאלטן וואס מען קען שוין נאכ'ן איינזען בד''כ אז דא זענען באגאנגען געווארן טעותים וכו'! (ווי דער שר העסקנים הרב ריי''ה בלום שליט''א האט זיך אויסגעדרוקט אויף א אויסדריק אינעם בעפארשטייענדען מאמענט אינטערוויו וועלכער צייגט אן עטליכע טעותים וואס האבן גורם געווען דאס צוזאמפאל פונעם פלאץ, אז מען דארף צולייגן המשך יבוא... מען באגייט נאך טעותים וואס וועלן נאך טייער קאסטן), און מען ארבעט ווייטער אויף סמארטפונס פאר די קינדער אאו''ו! רבי לעבן, דאס איז נישט קיין אויפריכטיגע צוגאנג.

ממילא קומט נישט טענה'ען יושר, כל זמן איר טוט זיך אידענטעפעצירן מיט די דאזיגע אומ'יושר'דיגע פלאץ, יא עס איז דא א מלחמה! און א מלחמה קען נישט גיין לויט די מלחמה געזעצן ווען דער צד השני האלט עס נישט איין (ע''ע רוסלאנד אוקריינא, איזראייל כאמאס)...

ב.
איר דרייט זיך ארום מיט א טענה היתכן מען שווייגט ווען אייער בלוט ווערט פארגאסן, (און איר מיינט מיט דעם די אידן וואס האלטן אז מען טוט אן עוולה קעגן אייך), וואס האט איר געטוען ווען מען האט בא'עוול'ט אידן אין לב טהור על לא עוול בכפם, צוגענומען זייערע ווייבער און קינדער, און פארטריבן, האט איר עפעס געטוען אפצוהאלטן דאס ברוטאליטעט קעגן אייער איידעם הרה''ח ר' יואל מארקוס שיחי'? אדער זענט איר גאר מיטגעשטאנען מיט דעם, אים צו פארווארפן אויף א אופן וואס מען קען 'קיינמאל' נישט פאררעכטן, וואס האט איר געטוען דערצו? וואס? איך מיין אז עס פעלט נישט אויס צוצולייגן נאך איין ווארט.
ששש... איך האב גארנישט געזאגט
אוועיטער
גארנישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 368
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
Location: קרית בבל החריבה
x 1729

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גארנישט »

גארנישט האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2025 1:59 pm
► Show Spoiler
הרה''ח שליט''א: מיר שעצן אייך באמת אלס יחיד, באמת באמת! אבער אלס טייל פון דעם מקום זענט איר א טייל פון דעם מקום...
און האט'ס נישט קיין מורא, די רגע איר זענט נישט קיין חלק פון דעם מקום... די רויטע טעפיכער ליגן שוין גרייט... מען צאלט גרויס געלט פאר סטארידזש מען קען באשטיין עס שוין ארויסצוגעבן...
ששש... איך האב גארנישט געזאגט
ממעמקים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 146
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 9:13 pm
Location: ברוקלין
x 641

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך ממעמקים »

א מ׳רעדט פון יושר, וואו איז יושר נעמען צייט, געלט, שטאפיר, עסקנות ועוד ווען מען ווייסט אז עס איז נאר א צייטווייליגע שפיל און מ׳האלט נישט באמת דערביי?
לכאורה די אמתע אידן ווייסן אז מען מעג פאפן, גנבנען, אויסשפילן, (גניבת דעת ווען מען האט אזוי געארבעט שיין צו באטיטלען און מארקעטן די נאמען ביים זיך אריבערציען) ועוד פון די שרעקליכע ערב רב נעציס
פארוואס האט איר נישט געווען אויפריכטיג דעמאלץ?
אוועיטער
בני יואל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 147
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 10:35 pm
x 268

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בני יואל »

Boys האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2025 9:12 am IMG_20250930_052057_717.jpg
וועמענס קינדער איז דעס?
ביטע אינאכט נעמען: די לב טהור אשכול איז נישט געמאכט פאר פלעינע ניקס צו שרייבען, די נייעס דארט איז נאר צו שטופען א אדשענדע און סאיז נישט מוכרח אז וואס סשטייט דארט איז אמת
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1526
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15216

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

בני יואל האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2025 3:33 pm
Boys האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2025 9:12 am IMG_20250930_052057_717.jpg
וועמענס קינדער איז דעס?
ר' אברהם דינקל.
ער איז שוין ב''ה ארויס פון לב טהור.
די עסקנים זענען גרייט אים צוצושטעלן א לויער, אבער ער וויל זיך אליין מסדר זיין.
רצונו של אדם זה כבודו.
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
טבריה'ער
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אפריל 29, 2025 9:59 am
x 26

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך טבריה'ער »

ערב יום הקדוש, און איך פיל אז איך מוז ארויסגעבן מיינע געפיל'ן
איך האב קיינמאל גארנישט געשריב'ן דא, און היות וואס איך בין א תושב אה"ק בין איך נישט אזוי גוט מיט שרייבן אויף די אידישע שפראך, די הייליגע מאמע לשון.

איך זיץ 'מריחוק מקום' אבער ממש 'מקירוב הלבבות' - איך זע אז פשוטע אידן פון אמעריקע, גייען ארויס פון זיערע כלים ממש - און גיבן אוועק כוחות אסאך מער פון זייער יכולת, און געלט וואס זי פארמאגן נישט עפעס מער, און רייסן זיך אינגאנצן איבער, אויף צו געב'ן נאך א שטיקל העלפ פאר א צוויטער איד, וואס זיי קענען עם ניטאמאל.
ווער רעדט וועגן די גרויסע עסקנים, וואס איך בין זיכער אז זיירע מעשים דאס יאר, איז גוט אויף צו מליץ יושר זיין אף גאנץ כלל ישראל אף לאנגע גוטע יאר'ן.
פון מאל צו מאל דארף זאך אויכעט עוסק זיין אינעם 'שמאל דוחה' אבער מ'מאכט דאס כמי שכפאו שד, און נאך אסאך איבער טראכט'ן דעם עניין זאל זיין נאר לתועלת, נאכן פראביר'ן אלע אנדערע מיטלען. אלץ כדי צו קענען וואס מער העלפ'ן און וואס מער אויפטאן אן צו חלילה מצער זיין אפילו א ייד וואס לעבט בטעות, און ממוז אים נישט מצער זיין.
דער אמת, אז איך האב קרובים מיט ידידים וואס פאר'ן קיין אמעריקע אויף געלט, און שטענדיג דערציילן זיי, ווי שיין און ווי הייליג מ'נעמט זיי אויף, און וועלכע שיינע נתינעס זי באקומען דארט, באט כ'האב קיינמאל נישט געזען מיט מיינע אויג'ן.
איך קום דא אריין אין אשכול עשרת ימי תשובה, נאר צו זאך קענען מחזק זיין און זען ווי שיין איז די אידישע פאלק.
טייערע ברידער! איך בין זיכער אז דער הייליגער בארדיטשויבער קוקט אויף אוז און שעפט נחת..

זאל אוז אלע געבענטשט ווערן מיט א גמר חתימה טובה..
ווילט איר קויפן א הערליכע פיינע דירה אין טבריה פאר קליין געלט? ביטע קומט אריין אין אישי.
בן עמרם
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 1:14 am
x 1

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך בן עמרם »

מסתמא האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2025 11:58 am א געטרויבארע חשובער איד אן עסקן האט מיך היינט דערציילט אז ער האט פערזענליך גערעדט צו הגאון הרב חיד”ו שליט”א עטליכע חדשים צוריק און הרב חיד”ו האט אים פערזענליך געזאגט אז די לב טמא חברה האבן אנגעגרייט סם און אז ער ווייסט קלאר וואו די סם ליגט. זיי האבן אנגעגרייט סם אין פאל ווען זאכן גייען נישט ארבעטן און זיי גייען זעהן אז עס איז מער נישט פארהאנען קיין מעגליכקייט צו אנגיין ווייטער, גייט מען פאר’סם’ען דעם עולם... (!!!!)

סאו נאכאמאל, מרעדט דא פון רוצחים גמורים! סאיז נישט א קהילה, משוגעים, פארנאטישע, יא גערעכט/נישט גערעכט, דא רעדט מען פון רוצחים רודפים אויף אנדערע אידן!!!

און עמיצער וואס האלט אן א חלק פון דעם, נישט קיין נפק”מ וואס זיינע כוונות און שיטות זענען. איינער וואס האלט אן אזא זאך, דאס מיינט איינער וואס קאכט כדי אז מענטשן וואס ווילן אנהאלטן זייער טיפשות ורשעות זאלן נישט מוזן נאכגעבן, אזא איינער איז א סכנה, און האט א דין רוצח ורודף!

יא, עס זענען פארהאנען עטליכע יוצאים פעאיגע חברה שוין דאהי אין אמעריקע מיט די עירוב רב מלבושים וועלכע זענען בכח צו צוריקשטעלן דעם טמא’נעם סכנה’דיגן בייזע חלום ’לב טמא’ אדער ’לב חדש’ (אזוי ווילן זיי עס אנרופן, היה לא תיהא ווייל מען גייט ענק לייגן אינטער גראטעס). אין אנדערע ווערטער, לב טמא כמו שהיא איז צופאלן מיט די אויפלעזונג פון די הנהלה אבער מען דארף האלטן א נאנטע אויג אויף עטליכע פעאיגע פארביסענע יוצאים וועלכע קענען יעדן ליאדן טאג זיך אוועקשטעלן צוריק.

דעריבער ווען עמיצער בארעכטיגט בריש גלי שלמה העלבראנץ’נס מעשים תעתועים און שיקט געלט צו די פארבליבענע פארביסענע חברה דארטן אין גואטאמאלע (נישט די געטוישטע וועמען מיר אלע שטיצן פולשטענדיג) און ווערט צוריק טעטיג אוועקצושטעלן די זאך פון פריש, אזא זאך ברענגט אויף אז כלל ישראל זאל זיך פון פריש מאביליזירן און עס צושטערן עד חרמה בעוד מועד. און זייט וויסן אז יעדע ריר פון די מערכה היינט צוטאגס האט הרב חיד”ו’ס פערזענליכע הסכמה, איר קענט אים אנרופן.

דאס לב טמא גייט אינטערגיין. ווער עס פארשטייט דאס נישט וועט עס פארשטיין מיט בריוון מיט פערזענליכע נעמען, מיט די CPS ביי זיין טיר, מיט א לעבנסלענגליכע טורמע טערמין, וואס אימער עס וועט מאכן יענעם פארשטיין אז די חתונה (חתונה? תשעה באב!) איז געענדיגט מיט דעם לב טמא/לב חדש שלמה העלבראנץ’נס בייזע חלום!

כלל ישראל שרייט אויס צו די מלאך המשחית הרף!!!

נו יעצט שטייט מען שוין נאך די עטליכע חדשים, נאך די צוזאם פאל ווי איז די סם? ווי זענען די רוצחים?
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 881
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 1943

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

מודעה נחוצה פאר אלע באליבטע חברים דאהי, און כלל ישראל.

עס איז בעפאר יוה"ק, אן ערנסטע צייט, און ווי געזאגט האבן מיר געשפירט זייער אומזיכער אויב דאס איז אויסגעהאלטן אז דער א"ג "פרייע פעסס" וואס דער דאזיגער אשכול האט געשאנקען פאר די חשוב'ע עסקנים צו גיין אריבער סיי וועלכע ליניע כדי צו צוברעכן דעם מקום הרשע און ראטעווען דורי דורות, איז נאך ווייטער אקטועל נאכדעם וואס דאס פלאץ איז שוין כנראה כמעט א בית החיים.

עם כל הכבוד צו די עסקנים מיט זייער אויסטערלישע מסי"נ די לעצטע כמעט גאנצע יאר צייט יומם ולילה, און די געניטשאפט וויאזוי זיי האבן ב"ה מצליח געווען אין זייער מיסיע ביז אהער העכער אלע ערווארטונגען טראץ יעדע סקעפטיציזם פון טייל מענטשן צו די-אדער-יענע מהלך, און, עם כל שמחת לבינו פון די גאנצע הנהלה אז אידטיש האט געקענט דינען אזא שליסל'דיגע ראלע אין די הייליגע עבודה קשה שבמקדש, וואס איז אונז באמת א זכי' אשר משמיא קא זכי לנו, מיט דעם אלעם האט יעדע זאך א סוף פסוק, און פארשטאנען האט יעדער אז איינמאל ס'איז נישטא קיין אקטיווע הנהלה, און ווער יא האט אויף זיך די הארבסטע קלאגעס, איז מער נישטא קיין סכנה פאר די איבריגע און מען גייט צוריק צום נארם, מיט א גוטע געפיל אויפ'ן עבר און בעסערע אויפ'ן עתיד, בס"ד.

יעצט אז די עסקנים האבן אונז קלארגעשטעלט אז ס'איז דא געציילטע יוצאים, וואס זייער יציאה איז נישט געווען קיין יציאה און זייערע אקטיוויטעטן דא זענען גארנישט ווייניגער ווי ווען זיי וואלטן נאך יעצט געווען אין גואטאמאלא מיט א סודר אויפן קאפ, ס'איז די זעלבע שעדליך אפגעזען זייער אדרעס און ס'איז די זעלבע אקטיווע סכנה אז "כת לב טהור" זאל בלייבן אקטיוו אויף א שטילער פארנעם ביז'ן איין טאג זיך רי-ארגאניזירן ערגעצוואו, האט זיך דאס פאר אונז זייער שווער מתקבל געווען אויפ'ן הארצן. ווידער גייט מען ממשיך זיין מיט דעם אויסנאמליכער מצוה וואס קיין שום איד האפט נישט צו דארפן טון?

האבן מיר זיך פארבינדן דירעקט, פערזענליך, מיט א דעת תורה וואס קען גוט דורכאויס און באגלייט פערזענליך די מערכה, כדי לברר את דעת תורתינו הקדושה כדת מה לעשות. מיר האבן גערעדט אליינס, אן קיינעם פון די עסקנים אויפ'ן ליין.

דער דעת תורה האט אונז געזאגט מיט ווערטער דלא משתמע לתרין אנפין:

דער איד, און יעדער איד, וואס איז מחפה אויף די עוולות און טומאות וואס זענען געווען אין די טמא'נע לב טהור, נישט ביי זיך אין הארץ נאר ער זאגט עס פאר אנדערע, און ער העלפט ווייטער די וואס ווילן ממשיך זיין יענעם שלעכטן וועג, איז נישט מותר אים צו מבזה זיין, נאר עס איז א מצוה רבה. אבער: ער זאל באקומען פון פריער אן אזהרה, ער זאל האבן די געלעגנהייט צו תשובה טון.


אצינד. מיר זענען נישט די וואס זענען עוסק אין די מצוה, עס זענען דא אנדערע וואס טוען דאס שוין במשך די צייט, מיר לאזן עס זיי טון ווייטער. אבער, אויף אונזער סייט וועלן די חשובע עסקנים עפ"י דעת תורה זיין ערלויבט צו גיין פאראויס, כל זמן יעדע שריט גייט ווייטער אין איינקלאנג מיט די הוראות פונעם דעת תורה.
מקשין העולם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:43 pm
Location: monroe
x 554

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מקשין העולם »

בס"ד
יום שלש עשרה מדות.
עס קומט מיר אויס פון ר' פייש אוריאל יוסף נ"י'ס ווערטער אזוי:
אז מ'וועט נעמען די אהבה, יראה, מסירות נפש, שויתי'ס, פון הונדערטער הונדערטער טויזענטער שומרי תורה ומצוות, אריינגערעכנט די אהבת ה' פון ר' צבי מאיר, ר' יעקב מאיר, די יראת ה' פון ר' טודרוס, ר' זלמן ליב פילאפף, די מסירות נפש פון ר' מרדכי שטיינער, ר' הערשל פיש, די שויתי ה' לנגדי תמיד פון ר' יצחק יוחנן, ר' לייבוש מפשעווארסק, די לערנען מיט מסירת נפש פון הונדערטער ש"ס יודן, טויזענטער בחורי חמד, אברכי כולל, בעלי בתים וואס האלטן זייער אויגן וואך ביים נאכט שיעור, קומט עס נישט צו צו א פינגער פון די אויסטערלישע אהבת ה', ציטערדיגע יראת שמים, ברענענדיגע מסירות נפש, פייערדיגע דביקות און שויתי ה' לנגדי תמיד פון זעירא דמן חבריא פון די חבורה.
אדרבה איבערצייגט אייך אליין. געפינט זיך דען איין תלמיד חכם צווישן אונז אידן וואס איז בקי בד' חלקי שולחן ערוך אדער ש"ס אזוי ווי דער שוואכסטער למדן פון די חבורה?
געפינט זיך דען איין בחור צווישן אונז וואס היט זיך די אויגן אזוי ווי די יושבים פון די חבורה? מ'זאל נעמען די שטערקסטע מחיצות פון אונזערע סווימינג פולס, קומט עס נישט צו צו די שטארקע פארמאכטע מחיצות צווישן די צימערן אין בבל ס'זאל זיך חלילה נישט קענען בטעות מאכן א שפאלט?
זעהט מען דען נישט אויף יעדן יוצא בלי שום יוצא מן הכלל די אויסטערלישע דביקות וואס דערמאנט דעם צאנזער רב'ס דביקות?
פארמאגן מיר דען איין בעל מקובל וואס קען אזוי גוט קבלה ווי דער ריש מתיבתא אדער אב"ד?
ביי אונז איז דא א מושג אז א דיין זאל פסק'נען מיט מסירות נפש, און א רב א עסקן זאל זיך מוסר נפש זיין כדי א יונגערמאן זאל איין טאג נישט זיין אן א ווייב, ווי קומט עס צו צו א פינגער פון מאכן מסירות נפש אפצוטיילן מענער פון זייערע ווייבער לקיים פרישות ולעמוד בנסיונות קשים ומרים מיט אזא שמחה והתרוממות.
וויאזוי קען משיח קומען צו אונז ווען עס איז דא א אויסדערוועלטע פלאץ אויף די וועלט וואס איז דורכגעווייקט פון דעם חטא וואס איז מעכב ביאת המשיח? אתמהה?
צניעות ביי אונז, ווי וואס ווען?, די איידעלע נשים צדקניות וואס גייען אויף די גאסן מיט ענוה ושפלות, קומט נישט צו צו קיין פינגער פון די שחצניות וגאוה פון די שווארצע געצעלטן פון די "וצדקתך'ס" (עיין קב הישר) פון די נשי החבורה?
רשעות? די אלע חסד ארגעניזאציעס און די מיליאנען דאללארן צדקה וחסד ביי אונז, דערגרייכט נישט אפס קצהו צו די צדקה וגמילות חסדים וביקור חולים והכנסת כלה וואס איז ארויסגעקומען פון די רחמנים בני רחמנים פון די אויסדערוועלטע כלל ישראל פון גואטעמאלע?
ר' פייש אוריאל יוסף ווינדערט זיך זיכער אוואו זענען די רבנים, וויאזוי לאזט מען צו אזא זאך אז עטליכע עסקנים זאלן טון בארבארישע שריט אנטקעגן אים, ביטע פארגעסט נישט, דאס זענען די זעלבע רבנים וואס האבן צוגעלאזט אז אונטער זייער זייגער איז צוגע'גזל'ט געווארן טייערע תכשיטים חשוב'ע קינדער פון זייערע עלטערן, אפגעריסן געווארן פון זייערע משפחות וואס האבן געבלוטיגט, פארגאסן טייכן טרערן, און אויסגעגאנגן פאר צער יארן לאנג, ולא היה פוצה פה ומצפצף, ווי זענען דאן געווען די רבנים?, איר ווילט אז יעצט זאלן זיי זיך אויפוועקן, פארוועמען?, און מיר פרעגן אייך: "ווי זענט "איר" דאן געווען?".
מיין טייערע ר' אוריאל, מיר האבן זיך נאך אויסצושמועסן, אבער מיר ברויכן זיך גרייטן צום יום הקדוש, ביי אונז דארף מען נאך האבן צייט איבערצובעטן ערב יום הקדוש אונזערע חברים שכנים קינדער אויב איז איינער געטשעפעט געווארן דורך אונז ח"ו, אדער מיר האבן געגעבן חלילה אן איבעריגע פאטש פאר א קינד, ביי אייך גייט מען אויך אזוי טוהן "מארגן ערב יום הקדוש", אדער ביי אייך איז בכלל נישט פארגעקומען אזא זאך אז מ'זאל איינעם בכלל מצער זיין אדער שלאגן אומזיסט?
א גמר חתימה טובה. לאמיר זיך איבערבעטן, איבערבעטן, אבינו שבשמים.
ר' אוריאל יוסף: לאמיר זיך איבערבעטן כלל ישראל צונעזאמען, עס איז שוין די העכסטע צייט.
טייערע ברידערלעך, הארציגע ברודערלעך, מיר ווילן זיך נאכאמאל און נאכאמאל זעהן.
מיר געבן נישט אויף אויף אייך. מיר דארפן אייך און אייערע דורות צוריק צווישן כלל ישראל.
געשריבן דורך המבקש האמת.
אוועיטער
גארנישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 368
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
Location: קרית בבל החריבה
x 1729

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גארנישט »

@אסמכתא בעלמא כ'מיין מען זאל נעמען אן אנקעטע וויפיל עסקנים זענען געווארן אריינגעדרייט אין די ענין בלויז דורך אידטיש, און וויפיל געלט איז דא געשאפן געווארן.
און דאן וועט מען עס ארויפשיקן מיט אווער נייט פאסט אין הימל אויף יום הקדוש אויף אייער קאנטע
אשריכם גיבור חיל!
ששש... איך האב גארנישט געזאגט
אוועיטער
גארנישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 368
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
Location: קרית בבל החריבה
x 1729

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גארנישט »

מקשין העולם האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2025 6:21 pm
► Show Spoiler
כל מילה פנינה
שלו' עליכם, אנגעהויבן מיטען רעכטן פיס
ששש... איך האב גארנישט געזאגט
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2184
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 7590

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

בן עמרם האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2025 6:16 pm
מסתמא האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2025 11:58 am
► Show Spoiler

נו יעצט שטייט מען שוין נאך די עטליכע חדשים, נאך די צוזאם פאל ווי איז די סם? ווי זענען די רוצחים?
ערגעץ וואו איז די סם, איך ווייס נישט גענוי. זאלסטו וויסן אז די גאנצע מעשה אז מען האט זיך נישט אויסגעהארגעט איינער דעם צווייטן איז ניסים גילויים, די עלטערן האבן זיך געמיט פון אויבן פאר זייערע אייניקלעך פארכאפטע אין דעם קראנקהאפטיגן רשעות’דיגן קולט שלא תאבד שארית זרעם אז ביים איבערפאל האבן זיי נישט געהאט די מוחין און צייט צו אפטון דאס ערגסטע. דיין טענה איז קיין טענה
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
מקשין העולם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:43 pm
Location: monroe
x 554

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מקשין העולם »

נאך א קורצע בקשה פון ר' אוריאל יוסף נ"י אלס הכנה ליום הקדוש.
ווי געשמאק און גאר זיס איז צו הערן אייערע ווערטער: "ברוך ה' איך האב מיך אויסגעלערנט וואס מיינט עכטע אידישקייט", אזוי אויך זאגט איר: "יעצט ווייס איך וואס מיינט די עכטע יודישקייט, אשרינו מה טוב חלקינו, אשרינו שזכינו". וויל איך אייך אבער מודיע זיין, אז איר זינגט 'אשרינו' צו שנעל און צו פריה, כאפט'ס נישט קיין הייסע לאקשן, "עכטע אידישקייט" קען מען נישט קונה זיין אין צוויי חדשים, אונז זענען מיער אזוי מחונך פון קינדווייז אן דורך אונזערע מלמדים אין חדר וואס האבן זיך געדרייט ביי אונזערע צדיקים וקדושים, מיר האבן אלס בחור געהערט דברי הדרכה והשקפה פון די מגידי שיעורים און ראשי ישיבות, מיר זענען געזיצן ביי די דרשות פון אונזערע מנהיגים, אונזערע עלטערן האבן אריינגעפרעגלט אין אונז נישט משנה צו זיין גארנישט פון די וועגן פון זייערע עלטערן, מען האט אונז אויסגעלערנט אז עס איז דא בני עלי', בעלי מדריגה, צדיקים, פשוט'ע אידן, בעלי בתים, און נאך פארשידענע מדריגות, און יעדער האט זיין תפקיד, און אונזערע רבי'ס האבן גאר שטארק אכטונג געגעבן אז די בחורים ואברכים זאלן זיך נישט נארן אז מ'קען פליען אין די הימלען ווען מ'האלט נאכנישט דארט, מען האט אונז מחנך געווען נישט נתפעל צו ווערן פון קיינעם זאל ער זיין כגובה ארזים גובהו כארז בלבנון ישגה, אויב איז נישט זיכער אז ער פירט זיך בקדושה וטהרה מיט שמירת עינים, שמירת המחשבה, מען האט אונז אויסגעלערנט אז ש"ץ ימ"ש האט מחזיר בתשובה געווען אלפים בישראל און קוק האט געוויינט ביי שלש סעודות תורה מיט קבלה איז פסול, און מ'ברויך זיך צו היטן און אכטונג געבן נישט נתפעל צו ווערן [איך ווייס אז איר ווייסט אויך די אלע זאכן, נאר אונז האט מען אויסגעלערנט וואו און ביי וועמען מען ניצט עס, מען האט אונז איבערגעגעבן ווער עס איז די פון די ערב רב און מיר האבן מקבל געווען די סימנים צו וויסן ווער עס איז פון די צד הקדושה]. ממילא צו זאגן אז יעצט ווייסט איר שוין וואס מיינט עכטע יודישקייט, קאן נישט זיין, עס איז פשוט אוממעגליך אזוי שנעל צו כאפן און באגרייפן "עכטע אידישקייט".
כדי איר זאלט יא תופס זיין די "עכטע אידשקייט" ברויכט איר נאך האבן אסאך שימוש תלמידי חכמים, זיך ווייקן ביי תלמידים פון אונזערע הייליגע צדיקים, הוי שותה בצמא את דבריהם, זיך דרייען צווישן געהויבענע חסידים ואנשי מעשה, נאכפארשן ווער עס האט די חכמת ההנהגה און פארשטייט מכריע צו זיין אין ענינים העומדים על הפרק, אויפזיכן ווער עס דינט באמת דעם אייבערשטען און האט אויסגעהארעוועט זיין מדות, ווער עס ברעכט זיך זיינע טבעיות ריין ריין פארן אייבערשטען, זיך מדבק צו זיין צו אידן וואס האבן זיך אפגעהיטן פון יונגווייז אן בקדושה וטהרה, זיכט עס איר וועט עס געפונען, אויך ברויכט מען אסאך הארעווען אין די ספרים פון אונזערע רבי'ס צו שפירן און כאפן וואס דער רבוש"ע וויל פון אונז, און מה שנוגע לעיקבתא דמשיחא אין די ספרים פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, מאכט זיכער ס'זאל זיין אין באגלייטונג פון אנגענומענע ממשיכי דרכו, [לאפוקי יעדע מאן דהוא וואס פארקויפט אז ער פארשטייט וואס דער רבי זי"ע [פון סאטמאר] וואלט געזאגט], און דאס איז א שווערע גרויסע ארבעט, דאס גייט נישט אין איין רגע.
נאכאמאל: איר מיינט אוודאי אז איר האט שוין עטוואס א השגה דהשגה אין די עכטע יודישקייט. זאג איך אייך: ניין, ניין, מ'האלט נאכנישט דארט, איר האט עס נאכנישט געכאפט, נאר וואזשע דען? איר וועט דאס בעזרת השי"ת כאפן וויבאלד עס איז ידוע ליודעים אז איר זענט א מבקש האמת מיט א ביקוש אמיתי, און די "אמת" איז אז די "עכטע אידישקייט" קען נישט גיין סינאנים מיט די "פאלטשע אידישקייט" דאס איז פונקט קאפויער [להיפוך ממש, איר פארשטייט?].
יעצט עס איז וואר און אמת, אז אין לב טהור האט מען "גערעדט" פון יראה און אהבה און דינען דעם אייבערשטען מיט מסירת נפש לערנען מיט מסירות נפש שויתי ה' לנגדי תמיד, אבער וואס עס טוט אונז וויי איז אז דאס האט זיך נישט אויסגעארבעט בפועל רק בדיבור, די מעשים זענען סותרים את הדיבורים, לפי השמיעה והעדויות והמפורסמות לכל מבקש האמת באמת איז עס געבליבן ביים דיבור, בכח ולא בפועל, מעגליך אז דער בעל דבר האט אונז אלע אפגעלאזט און זיך פארלייגט נאר אויף לב טהור, מעגליך, אבער די מציאות פאטשט ליידער און פנים, און מיר [נישט יעדער, נאר די ראשי העסקנים ותומכיהם, איך בעט אייך איבער פארן ארויפברענגן בייז בלוט אויף די ראשי העסקנים, וד"ל, ביטע זייט מיר מוחל.] שפירן זיך מחויב אייך צו העלפן ניצול צו ווערן פונעם שרעקליכן בעל דבר, קוקט אויס אז כל הגדול מחברו יצרו גדול הימנו איז געזאגט געווארן אויף אייערע חבורה, אולי, יתכן. איז פארדעם זאלן מיר פארגעסן פון אייך און אייך לאזן זיך אזוי מוטשענען און פלאגן?
איר זאגט: "יעצט פארשטיי איך וואס איז די עכטע הכנה אויף ימים נוראים וואס איז די אלטע וועג ווי א איד דארף זיך צוגרייטן אויף יום הקדוש".
מיין טייערע ר' אוריאל, אמת, מען צאפט אייך דאס בלוט, מען איז אייך מצער אין די סאמע הייליגסטע טעג פון יאר, עשרת ימי תשובה. איר וואונדערט זיך אויף אונזער זייט כלל ישראל, וואס גייט דא פאר? וואס איז טאקע פשט?, איך קען אייך נישט ענטפערן אויף דעם, פארוואס? הערטס אויס און געדענקט דאס גוט: לאחר בקשתך את האמת וועט איר אלעס פארשטיין, פארפאלן, עס איז נישט מעגליך פאר אייערע יעצטיגע השגות אונז צו פארשטיין, ס'וועט אונז נישט העלפן מיליאנען תירוצים, ווען איר וועט פארשטיין די עכטע אידישקייט וועט דאס אויך פארענטפערט ווערן, איר וועט דאס בעזהי"ת "אליין" פארענטפערן!! ווען? ווען עס וועט אויפשיינען אויף אייך די לעכטיגע טעג! בקרוב במהרה ממש.
א גמר חתימה טובה!
מיר האפן זיך ארומצונעמען באהבה עזה און צוזאמשטעלן די קומה שלימה פון כלל ישראל.
געטטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 144
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:48 pm
x 394

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך געטטער »

דעת קדשי האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2025 11:30 pm ווען גייט ארויסקומען די שמועס/שו''ת מיט @משה חיים צבי ?
ס'הייסט און די מאמענט פון סוכות.
וויענער חסיד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 201
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 1:14 pm
Location: boro park
x 493

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך וויענער חסיד »

איז נישט געווען א בילד וואו די מדובר איז משפיע אויף יוצאים וואו די עסקנים האבען צאמגעשטעלט די מסיבה האק א קאפ א צווייטן מיט נאציס
משה חיים צבי
פרישער באניצער
פאוסטס: 16
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 07, 2025 1:21 am
Location: גוואטעמאלע סיטי
x 635

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך משה חיים צבי »

א בריוו צו אלע יוצאים ערב יו"כ
פיילס
א בריוו צו אלע יוצאים
א בריוו צו אלע יוצאים
IMG-20250930-WA0084.jpg (104.88 KiB) געזען געווארן 1597 מאל
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2184
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 7590

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

משה חיים צבי האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2025 9:53 pm א בריוו צו אלע יוצאים ערב יו"כ
איך בין שפראכלאז. דאס פארלאנגט אסאך שטארקייט! Wow

אזוי ברבים און דירעקט, דאס איז א קידוש השם, כהאב נישט קיין ווערטער.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אורך ימים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 121
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 17, 2025 12:40 am
Location: New York
x 555

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך אורך ימים »

משה חיים צבי האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2025 9:53 pm א בריוו צו אלע יוצאים ערב יו"כ
איך וויין!
וואו נעמט מען אזא שטארקייט?
טאטע אין הימל, געב מיר אויך די שטארקייט איבערצובעטן וועם איך דארף מיט אזא אפענקייט
שרייב פאוסט