כת לב טהור אין גוואטעמאלע
-
חוקר ודורש
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 28
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2025 10:01 am
- x 111
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איך האלט מיט דעם טעמע שוין א שיינע פאר חדשים, נאר כ'האב קיינמאל נישט געשריבען.
א פאר ראנדעם שאלות אויב איינער וויסט:
- איינער ווייסט ביי וועמען ר' אברהם דינקל איז אן איידים?
- און ביי וועמען איז ר' משה מנחם מנדל העלבראנץ אן איידים?
- ווואס פאר א קיטעל גייען דער עולם אין לב טהור אויף ימים נוראים? א ווייסע קאפטען אזוי ווי דער זקנים גייען יעדער שבת און יו"ט?
- איינער ווייסט פארוואס די געבליבענע עולם אין גוואטעמאלע האבען נישט לאנג צוריק געטוישט דער ברוינע סודרא פאר א גרויע סודרא?

פעסטער
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 3
- זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 28, 2025 11:00 am
- Location: new york
- x 5
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
וואס גייען די יוצאים טון אויף צו קענען געהעריג אנגיין אין לעבן אן קיין guilty פילינגס און אן קיין פילינג פון אראפגעקלאפטקייט??
-
להגדיל הטראסק
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2877
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 8885
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אזוי ווי איך און דו!
זיך אנגארטלען מיט טראציגע חוצפה און זאגן אזוי האט דער אייבערשטער געוואלט, איך וועל טון תיקוני תשובה לויט אונזערע היינטיגע רבנים און חסידישע ספרים, אבער בכלליות איז דאס א זאך וואס האט געמוזט פאסירן, והא ראי' עס האט אזוי פאסירט.
אויף ווייטער בין איך א נייער מענטש! דער קדושת לוי זאגט אז דער באשעפער איז המחדש בכל יום תמיד, יעדע רגע איז א פרישע חיות און דער יעצטיגער מענטש האט נישט קיין שייכות מיטן פריערדיגן מענטש! עס איז א פרישע ברי' וואס האט נישט צו ליידן גייסטיש פון זיין אומבאקוועמען עבר!
איי ווי אזוי גייען די צוויי זאכן צוזאמען? מיין מח איז צו פיצי צו פארשטיין, אבער אזוי וויל סאמהאו דער באשעפער אז זיינע אידעלעך זאלן לעבן און איך בין דא פאר אים אפילו אן פארשטיין, און איך פריי מיך אז ער געבט מיר פרישע געלעגנהייטן זיך צו באנייען יעדע סעקונדע וואס איך לעב!!!
-
בוכהאלטער
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 45
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 14, 2025 3:13 pm
- Location: Monroe
- x 82
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
הייליג גערעכט. אבער ווי זאגט די וועלט: עס זאגט זיך גרינגער ווי געטוען. און דאס איז פאר גאנץ כלל ישראל אייניג. פונקט גוט פאר די יעצטיגע ימים נוראים צו וויסן אז תשובה העלפט.להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 29, 2025 4:46 pmאזוי ווי איך און דו!
זיך אנגארטלען מיט טראציגע חוצפה און זאגן אזוי האט דער אייבערשטער געוואלט, איך וועל טון תיקוני תשובה לויט אונזערע היינטיגע רבנים און חסידישע ספרים, אבער בכלליות איז דאס א זאך וואס האט געמוזט פאסירן, והא ראי' עס האט אזוי פאסירט.
אויף ווייטער בין איך א נייער מענטש! דער קדושת לוי זאגט אז דער באשעפער איז המחדש בכל יום תמיד, יעדע רגע איז א פרישע חיות און דער יעצטיגער מענטש האט נישט קיין שייכות מיטן פריערדיגן מענטש! עס איז א פרישע ברי' וואס האט נישט צו ליידן גייסטיש פון זיין אומבאקוועמען עבר!
איי ווי אזוי גייען די צוויי זאכן צוזאמען? מיין מח איז צו פיצי צו פארשטיין, אבער אזוי וויל סאמהאו דער באשעפער אז זיינע אידעלעך זאלן לעבן און איך בין דא פאר אים אפילו אן פארשטיין, און איך פריי מיך אז ער געבט מיר פרישע געלעגנהייטן זיך צו באנייען יעדע סעקונדע וואס איך לעב!!!
-
אין כל חדש
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 105
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 10, 2025 12:12 am
- Location: blooming groove
- x 1059
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איך זע אז די ביסט נישט מקושר מיט קיין יוצאים פרעג איינער וואס איז נאנט מקושר מיט יוצאים, הודו לשם זיי זעהן איין זייער שנעל וואס עס מיינט עכטע זיסע עבדות השם, די טייטש פון כי הם חיינו וכו', בנוגע אראפגעקלאקייט ווי וואס ווען, פרעג מלמדים, טיטשערס, שכנים, ארבייטגעבערס זיי זענען א ברכה צו מאכן ב"ה.
-
שמואל פוקס
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 307
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:07 pm
- Location: מאנסי
- x 3401
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
כבוד הרב ר' אי"ג היקר.
איך ווייס אז איר גייט ליינען דא מיינע שורות, וויל איך אייך דעריבער שרייבן עטליכע ווערטער. הגם איך קום נישט צו לקרסולי רגליכם אין יראת-שמים, ערליכקייט און ערנסטקייט ומידות טובות, וויל אייך אבער פארט שרייבן, וקבל את האמת ממי שאמרו.
ביטע, ביטע, חזר'ט נישט איבער די טעות וואס לב-טהור האט געמאכט אלע יארן, דעם ביטערן טעות וואס האט זיי פארפיינטעט איבער די גאנצע וועלט און ארויסגערופן בייז בלוט פון אלע אידן איבער די גאנצע וועלט קעגן לב-טהור. מאכט נישט אוועק גאנץ כלל-ישראל אלס רשעים, און זאגט נישט אז בלויז לב-טהור איז דער 'אתה בחרתנו' און דער מבחר הבריאה פון דעם אויבערשטן, בשעת די גאנצע וועלט זענען רשעים און דערווייטערט פונעם באשעפער.
איך געדענק נאך ווען איך בין געווען אין יריעות שלמה - בבל, און אפגעהאלטן א שמועס מיט אייך. עס איז געווען תיכף נאך דעם איבערפאל, און איר האט געשריגן מיט פאטאס, "וואו איז כלל-ישראל, וואו זענען אלע ערליכע אידן? - עס שטייט דא א קהילה און מען רייסט פון זיי שטיקער פלייש, עס ווערט דא אפגעטון כל מיני רשעות לעיני השמש, און יעדער איז שטיל? - קיינער זאגט גארנישט? - האיך דבר זה קיים עלי אדמות?"
איך האב אייך דעמאלס נישט געענטפערט, אבער איך האב אייך געוואלט זאגן דעמאלס: "כלל ישראל האט זיך נישט אפגעריסן פון אייך - איר האט זיך אפגעריסן פון כלל-ישראל!". שוין לאנגע יארן וואס מען פרעדיגט אין לב-טהור, אז די גאנצע וועלט איז ערב-רב, עס איז נישטא קיין ערליכע אידן אויף די וועלט, אלע זענען רשעים. דער באשעפער האט פארלוירן די גאנצע וועלט און עס איז איבערגעבליבן בלויז א הייפעלע אידן אין גואטמאלא, וואס זיי זענען די עם-הנבחר און צו זיי וועט משיח קומען. יעצט, כאפ מיר נישט אויפן ווארט; צי מען האט עס געזאגט אויף דעם אופן, אדער אויף יענעם אופן, א ווארט ארויף אדער א ווארט אראפ - די מהלך מחשבה און די סארט השקפה איז אריינגעגעבן געווארן בלבות צעירי הצאן און דאס האט מען געהאלטן אין איין ארומרעדן דארט.
מיר כלל-ישראל, האבן זיך קיינמאל נישט אפגעריסן פון אייך, אפילו יעצט אין אייערע שווערע אומשטענדן, בשעת מיר האלטן מלחמה מיט אייך, בעצם ימי המלחה, פירן מיר זיך אויף ברידערליך און מיט די אידישע סימבאל פון חסד ורחמים. פארקערט, איר האט זיך אפגעריסן פון אונז, איר זענט אוועקגעפארן פון אונז, און איר האט זיכער געמאכט אז מיר ווייסן דערפון: איר האט זיך געטוישט דעם לבוש, שטעלנדיג דערמיט א סטעימענט אז איר זענט נישט קיין חלק פון אונז, איר זענט אנדערש; איר האט ארויסגעגעבן אן איסור צו רעדן מיט מענטשן פונדרויסן, וויבאלד מיר זענען ערב-רב און נישט גוט, און טייל מאל האט איר אפילו דערקלערט, אז צווישן גוים איז ענדערש ווי צו זיין צווישן אונז (בפרט אין די לעצטע צייטן, אין די שעלטער וכו', און אויך פריער ווען מענטשן האבן זיך געדארפט געפינען דא אין אמעריקע, איז די הוראה געווען אז ענדערש זאל מען וואוינען אין א גוי'אישע געגנט, ווי אינאיינעם מיט אונז); גאנצע הלכות זענען געשריבן געווארן, אויב איינער מוז קומען מיט אונז אין בארירונג, פון וועמען מען דארף האבן רשות און פאר ווי לאנג דער רשות זיגל פארמאגט א תוקף, און וויפיל מען מעג יא רעדן אדער נישט... אמער, ס'איז דאך אן איסור פון "לא תחנם"... איר האט זיך דערמיט מתבדל געווען פון אונז, געבנדיג אונז צו שפירן אז מיר זענען גוים קעגן אייך, מיר זענען נישט גוט און איר ווילט נישט זיין אין איין סביבה מיט אונז.
אט די שנאה כבושה קעגן אידישע קינדער, ווערן אריינגעווארצלט בלבות בני ישראל, צעירי צאן קדשים, שוין יארן לאנג. דרשות ווערן געהאלטן אין חדר דערוועגן, א שטארקע אויפזוכט ווערט געלייגט דערויף. דעם גוי'אישן "מיגאל" איז שוין מער רעספעקטירט ביי אייך, ווי א היימישער איד פון "די גאס".
אבער יעצט ווען עס גייט אייך שווער, קומט איר וויינען צו אונז, אז "אחינו אתה" - נעמט אייך אן פאר מיר.
נעמט נישט מיינע ווערטער אן שלעכט. עס איז נישט קיין סוד, אז איך האב א ווארעם הארץ פאר לב-טהור. איך האב א גרויסע הערצה פאר אלעס ארום לב-טהור, און איך קוק ארויף אויף די עבודת-השם חלק, דאס זוכן דעם אמת און וועלן דינען דעם אויבערשטן אזוי ווי אמאל... דאס איז נישטא צו געפינען היינט און איך קוק דערויף שטארק ארויס. בעבר, האב איך פראבירט צו העלפן ווען אימער איך האב געקענט און אפילו ווען איך האב נישט געקענט, און איך האב אפילו געכאפט מכות דערויף. גיבט א קוק בלויז עטליכע בלעטער צוריק, איז ארויפגעלייגט געווארן א קול קורא, וואו איך בין דערמאנט געווארן, נישט אזוי שטארק פאזעטיוו, נאר צוליב דעם חטא, ווייל איך בין נישט אזוי שטארק אויסגעשפראכן קעגן אייך. איך ברענג בלויז ארויס די נקודה, אז איר קענט נישט נוצן דעם "ברודער קארטל", און וויינען אז מען בא'עולה'ט אייגענע ברידער, בשעת איר האט זיך אפגעזאגט פון די דאזיגע ברודערשאפט.
אבער זאל עס טאקע פארשריבן ווערן אין די היסטאריע פון כלל-ישראל: איר האט זיך טאקע אפגעזאגט פון אונזער ברודערשאפט, אבער מיר האבן קיינמאל נישט אויפגעגעבן, מיר זענען שטענדיג געבליבן אייערע ברידער, און שטענדיג אייך געשטאנען צו די הילף, אפילו נאך וואס איר האט אונז אוועקגעשטויסן און אונז דערקלערט אלס "ערב רב".
יעצט הערט מיר אויס ווייטער, טייערער ר' א.:
דא, און טאקע דא ביי די 'ערב רב' אליין, האט זיך אנגעזען דאס שיינקייט פון כלל-ישראל!
איר טענה'ט "אכזריות"? - גיבט א קוק מיט וואספארא ווארעמקייט די כלל-ישראל (וועמען איר האט געשטויסן מיט א שנאה כבושה), ווי אזוי זיי האבן אייך אויפגענומען. יעדער יוצא לב-טהור, יהיה מי שלא יהיה, האט באקומען אלע זיינע געברויכן בגשמיות און ברוחניות. איינער מער און איינער ווייניגער, ביי איינעם האט עס גענומען שנעלער און ביי איינעם לענגער. יא, מענטשן האבן זיך דא געמוטשעט, אבער יעדער איינער בלי יוצא מן הכלל, האט געהאט ארום זיך ווארעמע אידן, וואס האבן פראבירט בכל נימי נפשיהם, זיי צו מאכן גרינגער אויף אלע סארט אופנים, און לינדערן זייער שווערע אריבערגאנג. אידן האבן זיך אויסגעטון דאס העמד פאר יוצאי לב-טהור (וועמען איר האט בידים געשטויסן), מען האט זיך געלאזט קאסטן עפרות זהב און אוועקגעגעבן טעג און נעכט פאר אייער וועגן.
יא, עס זענען געטון געווארן עוולות במשך די מערכה. דא און דארט זענען געווען עסקנים וואס האבן אמאל געקענט האנדלען אויף א וועג, וואס אנדערע וואלטן אנגעקוקט אלס "אומאויסגעהאלטן". אבער קוק אויפן ברייטן בילד. הישמע כזאת? - איז פארהאן אויף די וועלט איין אומה ולשון, וואס פארמאגט אזא זאך? - העלפן אידן וואס האבן זיך בידים אפגעפרעמדעט און אפגעזינדערט פון אונז מיט שנאה, און אצינד שטייען אידן, דלים ואביונים, און העלפן אידישע ברידער, וועמען זיי קענען אפילו נישט און ווייסן נישט ווער זיי זענען בכלל?
און איר אליין האט אויך פארמאגט די סארט הילף. אייערע אייגענע שונאים, וועמען איר האט בארעדט בפועל אויף יעדע מידיע סטאנציע (בצדק אדער שלא בצדק), האבן אייך געהאלפן מיט פארשידענע סארט אופנים. מען האט אייך ווארעם אויפגענומען אין בית-המדרש, און אפילו יעצט אין אייער שווערע מצב, נעמט מען אייך שיין אויף און מען באציט זיך צו אייך לפי כבודכם, מיט דרך ארץ און רעספעקט. מען הערט גריסן אז די אידן אין אייער בית-המדרש האבן אייך שטארק ליב, און האבן הנאה פון אייער אנוועזנהייט. סוף כל סוף זענט איר א איד וואס אנדערע קוקן ארויף אויף אייך.
דאס איז כלל-ישראל! - דאס איז דער פאלק, וואס איר האט אלעמאל ארומגערעדט - בעת שבת ומועד, בעת סעודות ומעמדי קודש - ווי שלעכט עס איז אויף די "וועלט", און וואסאפארא רשעים און אפגעפארענע מענטשן, די אידן פון די גאס זענען. יא, דאס איז אונזער פנים. מיר זענען דא פאר אייך! - מיט דעם זכות שטייען מיר פארן יום-הדין, דאס איז אונזער מליצה ישרה פאר אונזער טאטע'ן אין הימל, בעת עמדו על כסא דין ורחמים.
פארוואס שרייב איך דאס אלעס? - ווייל איך וויל אייך בעטן, אין אייער שווערע מצב, און איך ווענד זיך צו אייך בכל לשון של בקשה:
חזר'ט נישט איבער דעם טעות וואס לב-טהור האט געמאכט אלע יארן, וואס דערפאר זענען זיי ליידער אונטערגעגאנגען (און איך שרייב "ליידער" - די עסקנים קענען מיר שיסן...), זאגט נישט ברבים און שרייבט נישט אויף אונז, אז מיר זענען ערגער ווי די נאציס, און זאגט נישט אז דא איז פארהאן פאלשע אידישקייט. אפילו אויב דאס זאל זיין אמת, וועט דאס אייך נישט גרינגער מאכן אין אייער מצב, ובעת צר וועט דאס נישט ברענגען צו קיין איבעריגע אהבת ישראל, מצד ה'ערב רב' צו אייך, אדער צו לב-טהור.
נעמט אין באטראכט, אז אייערע ווערטער מאכן א בזיון נורא און א חילול כבוד הקהילה, איר זענט דערמיט מזיק פאר די גאנצע קהילה לב-טהור און פאר אלע יוצאים. איר ברענגט דערצו אז עסקנים אדער סתם עמך אידן, זאלן אויפנעמען אנדערע יוצאי לב-טהור מיט א געפערליכע שנאה און עקל פאר מענטשן וואס קומען פון גואטאמאלא. דאס ברענגט אז מענטשן זאלן טראכטן, "איך נעם אויף אידן, וואס קוקן אונז אן ערגער ווי נאציס, און זיי קוקן אויף אונז ווי אידן מיט פאלשע אידישקייט". טוט דאס נישט פאר אייערע אייגענע ברידער און שוועסטער, וואס קומען פון די זעלבע קהילה ווי אייך.
צום לעצט, לאמיר אייך דערציילן א שיינע מעשה, וואס איך האב אליין געהערט פון כ"ק מרן אדמו"ר מסלונים שליט"א פון ירושלים:
דער סלונימער רבי איז א זוהן פון הרה"ק בעל נתיבות שלום מסלונים זצוק"ל. שפעטער איז ער געווארן אן איידעם אין ויז'ניץ, ווערנדיג אן אייניקל פון הרה"ק בעל אמרי חיים מוויזשניץ זצוק"ל. איידער די חתונה, האט דער נתיבות שלום אריינגערופן זיין זוהן דער חתן, און אים געזאגט ווי פאלגענד:
"דו גייסט יעצט אריין אין א צווייטע חסידות, דו גייסט חתונה האבן ערגעץ אנדערש, וויל איך דעריבער אויסשמועסן א זאך, וואס דו זאלסט שטענדיג געדענקען. דו האסט אצינד צוויי וועגן פאר דיר, ווי אזוי דו קענסט אנקוקן די נייע חסידות, דארט וואו דו קומסט אן; דו קענסט קוקן אויף זיי מיט א נעגאטיווע אויג און זען זייערע חסרונות און זאכן וואס עס איז נישטא אין סלונים, און דו קענסט קוקן אויף זיי מיט א פאזעטיווע אויג און באמערקן זייערע מעלות און גוטע זייטן. וויל איך דיר דעריבער זאגן; אויב וועסטו קוקן אויף זיי מיט א נעגאטיווע אויג, וועסטו זיי פיינט האבן און זיי וועלן דיר פיינט האבן, אבער אויב וועסטו קוקן אויף זיי מיט א פאזעטיווע אויג, וועסטו זיי ליב האבן און זיי וועלן דיר ליב האבן". עכתודה"ק.
יעצט ר' א., ראה מה אתה בוחר לך?!
דער אויבערשטער איז עדות, אז איך האב געשריבן די ווערטער בלויז מחמת אהבה. איך האב נישט קיין שום ברעקל שנאה אדער קאלטקייט צו אייך, און איר קענט דאס אליין מעיד זיין, וד"ל.
ביטע טראכט אריין אין מיינע ווערטער מיט א "ביקש האמת", און זעט אולי, אפשר ליגט עפעס אמת אין וואס איך שרייב.
בכבוד והערצה
ידידך באמת
שמואל פוקס
(נ.ב. א חלק פון די בריוו, איז די קרעדיט פון ידידי היקר, די ניק "גארנישט", וועלכער האט ארויסגעברענגט נקודות און געגעבן געדאנקען, חומר למחשבה.)

הורקנוס
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 80
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג מערץ 07, 2025 1:18 am
- Location: Monsey
- x 268
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איך בין אביסל צומישט
האט מען נישט געהאלטן און איין זאגן אז מען גייט יעדן לאזן טראכטן וואס זיי ווילן ווילאנג זיי קאנטראלירן נישט אנדערע?
האט מען נישט געהאלטן און איין זאגן אז מען גייט יעדן לאזן טראכטן וואס זיי ווילן ווילאנג זיי קאנטראלירן נישט אנדערע?
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אלא מאי, מוז מען איינזעצן אז די עסקנים זעען אין דעם ספעציפישן פאל א געפאר.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ווילאנג זיי קאנטראלירן נישט אנדערע!!!
ארויסצוהעלפן די לב טהור יוצאים מיט ווארימע סכומים, ווארפט אריין אייער הארציגע נדבה.
https://toirem.org/23423
https://toirem.org/23423
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
1) ר׳ אברהם דינקל איז א איידים ביי ר׳ הלל שמעון מלכאחוקר ודורש האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 29, 2025 3:32 pm איך האלט מיט דעם טעמע שוין א שיינע פאר חדשים, נאר כ'האב קיינמאל נישט געשריבען.
א פאר ראנדעם שאלות אויב איינער וויסט:
- איינער ווייסט ביי וועמען ר' אברהם דינקל איז אן איידים?
- און ביי וועמען איז ר' משה מנחם מנדל העלבראנץ אן איידים?
- ווואס פאר א קיטעל גייען דער עולם אין לב טהור אויף ימים נוראים? א ווייסע קאפטען אזוי ווי דער זקנים גייען יעדער שבת און יו"ט?
- איינער ווייסט פארוואס די געבליבענע עולם אין גוואטעמאלע האבען נישט לאנג צוריק געטוישט דער ברוינע סודרא פאר א גרויע סודרא?
2) ר׳ משה יוסף מנחם איידים ביי ר׳ אוריאל גאלדמאן
3) אפעציעל איז אין פלאן געווען די ווייסע קאפטען, אבער למעשה איז מען נאכנישט אנגעקומען צו מאכען פארן גאנצען עולם די ווייסע , איז ביזדערווייל איז מען געגאנגען יום הקדוש מיט די גאלדענע שבת קאפטען פון א גאנץ יאר
4) פון די גאר לעצטיגע ברורים אין פארש ארבעט איז אויסגעקומען אז אברהם אבינו איז למעשה יא געגאנגען מיט א גרויע סודרא נישט מיט א ברוינע ווי מען האט פארדעם בטעות געמיינט
-
חוקר ודורש
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 28
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2025 10:01 am
- x 111
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
אפשר איינער קען מסביר זיין פאר'ן עולם וואס גייט פאר דא.
מצד אחד ס'איז משמע אז מיר האט פארלייגט אויף ר' א י שיחי' נאר צוליב דעם וואס ער האט נישט "אויפגעגעבען" דעם שיטות - וואס איז לכאורה שווער כפי וואס די עסקנים האבען אלעמאל גיזאגט, אז זיי גייען נישט צווינגען מענטשען צו טוישען ווי לאנג זיי פיינקען נישט קיין אנדערע.
אבער מצד שני זאגסט דו אז דא רעט מען פון א פאל וואס איינער קאנטראלירט אנדערע...
קען איינער (אפשר ר' שמואל פוקס גאר?) מסביר זיין מיט א קלארקייט?
מצד אחד ס'איז משמע אז מיר האט פארלייגט אויף ר' א י שיחי' נאר צוליב דעם וואס ער האט נישט "אויפגעגעבען" דעם שיטות - וואס איז לכאורה שווער כפי וואס די עסקנים האבען אלעמאל גיזאגט, אז זיי גייען נישט צווינגען מענטשען צו טוישען ווי לאנג זיי פיינקען נישט קיין אנדערע.
אבער מצד שני זאגסט דו אז דא רעט מען פון א פאל וואס איינער קאנטראלירט אנדערע...
קען איינער (אפשר ר' שמואל פוקס גאר?) מסביר זיין מיט א קלארקייט?
-
חוקר ודורש
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 28
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2025 10:01 am
- x 111
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
קרני פרה האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 29, 2025 8:57 pm1) ר׳ אברהם דינקל איז א איידים ביי ר׳ הלל שמעון מלכאחוקר ודורש האט געשריבן: ↑מאנטאג סעפטעמבער 29, 2025 3:32 pm איך האלט מיט דעם טעמע שוין א שיינע פאר חדשים, נאר כ'האב קיינמאל נישט געשריבען.
א פאר ראנדעם שאלות אויב איינער וויסט:
- איינער ווייסט ביי וועמען ר' אברהם דינקל איז אן איידים?
- און ביי וועמען איז ר' משה מנחם מנדל העלבראנץ אן איידים?
- ווואס פאר א קיטעל גייען דער עולם אין לב טהור אויף ימים נוראים? א ווייסע קאפטען אזוי ווי דער זקנים גייען יעדער שבת און יו"ט?
- איינער ווייסט פארוואס די געבליבענע עולם אין גוואטעמאלע האבען נישט לאנג צוריק געטוישט דער ברוינע סודרא פאר א גרויע סודרא?
2) ר׳ משה יוסף מנחם איידים ביי ר׳ אוריאל גאלדמאן
3) אפעציעל איז אין פלאן געווען די ווייסע קאפטען, אבער למעשה איז מען נאכנישט אנגעקומען צו מאכען פארן גאנצען עולם די ווייסע , איז ביזדערווייל איז מען געגאנגען יום הקדוש מיט די גאלדענע שבת קאפטען פון א גאנץ יאר
4) פון די גאר לעצטיגע ברורים אין פארש ארבעט איז אויסגעקומען אז אברהם אבינו איז למעשה יא געגאנגען מיט א גרויע סודרא נישט מיט א ברוינע ווי מען האט פארדעם בטעות געמיינט
יישר כח פאר'ן ענפערען.
4) - נאל אלע וויצען, וואס איז די עכטע סיבה פארוואס זיי האבען געטוישט? אפשר א סימן פאר די שארית הפליטה וואס זענען נאך מוסר נפש צו בלייבען אין גוואטעמאלע?
-
וויענער חסיד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 217
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 1:14 pm
- Location: boro park
- x 613
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ר א’ איך זאג דיר דעם אמת עס האט מיך געצופט דעם הארץ ווען איך האב געהערט די רעקארדונג נישט קיין חילוק גערעכט צו נישט קען מען הערן אז איר מיינט עס ערענסט און איר זענט אן שבר כלי איך נעם זיך אונטער אסאך מתפלל זיין פאר אייך יום הקדוש[א זייטיגע צוקוקער]
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ר' @שמואל פוקס איר זענט אייזן!
איר שרייבט שטענדיג צו די זאך אבער דאס מאל איז עס עפעס אויסנאם גוט!

- סענס אף יומער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 510
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
- x 5715
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
קלארשטעלונג מטעם די עסקנים:
ווי מען זעהט שוין היינט קלאר, איז די כת לב טהור שוין ב"ה א חלק פון די פארגאנגענהייט. אבער מיר עסקנים דארפן נאך האלטן אן עינא פקיחא אויף געוויסע מענטשן וואס זענען נאך מסוכנ'דיג, און זענען א פאטענציאלע געפאר צו פרובירן גרינדן א פרישע לב טהור חבורה פונדאסניי. דעריבער ווילן מיר מודיע זיין, אז ע"פ הוראת הרבנים שליט"א ליגט אויף אונז א פליכט, אז אויב מיר וועלן זעהן סיי וועלכע פאטענציאלע סכנה, וועלן מיר זיין געצווינגען צו נעמען יעדע סארט שריט וואס פעלט זיך אויס צו עלימינירן דעם געפאר, אריינגערעכנט דאס מפרסם זיין ברבים די נעמען פון די דאזיגע יחידים און זייערע מעשים.

ווען גייט ארויסקומען די שמועס/שו''ת מיט @משה חיים צבי ?
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
נפשי חולת אהבתך....
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
וואס טראכט די מענטש ביים זאגן אז אונז זענען ערגער ווי די נאציס???
פון וועלכע נאציס רעדט ער??
פון וועלכע נאציס רעדט ער??
- ז'וריקער
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 91
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 07, 2025 4:14 pm
- Location: אין גלות
- x 495
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
לכבוד ר' א. י. ג. שליט"א
איך האב ברוך השם די זכיה צו זיין איינער פון די מערסט אכזריות'דיגע נאציס בתוככי כלל ישראל זיצנדיג טאג טעגליך פאר 'שעות', יא איר האט גוט געהערט, שעות, יעדן איינציגן טאג, מיט לעכטיגע קינדערליך יוצאי כת הרשע המכונה לב טהור, און איך טוה דאס 'חנם אין כסף', יא איר האט גוט געהערט, איך ווער נישט באצאלט פאר דעם קיין איין פרוטה און איך זיץ מיט זיי קרוב צו 3 שעה א טאג שוין פאר אפאר וואכן!!!
פארוואס איך טוה דאס פרעגט איר?? אה דאס איז א דירעקטע תוצאה פון מיין איינגעגעסענע נאציזם...
וואס איך טוה מיט זיי אזוי לאנג פרעגט איר?? אה איך פרוביר זיי אויסצולערנען אביסעלע עברי, יא יא, קמץ אלף, גרויסע כמעט צען יעריגע קינדער, ווייל ביי די איינציגסטע הייפעלע ערליכע יודן האט מען זיי דאס נישט אנגעיאגט אויסצולערנען צווישן איין מלקות און די צווייטע אדער עכ"פ גאר גאר פארגרייזט.
אה, וואס פאר א איינציג פאלק דעי לב טהור!!
אה, וואס פאר א נאציס דעי כלל ישראל!!....
(אפילו ביי געוויסע וועט דאס זיין מיין גלוי אבער אז ס'טוט וויי שרייט מען...)

...Thank you for your attention to this matter
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
ר' א"י איז א יוד וואס איז אן אמת'ע עהרליכע יוד, מיינט אמת'דיג צו דינען דעם אויבערשטן און איז באמת מחשיב יעדן יוד דא, ער איז זייער פארווייטאגט אויף דעם וואס מען איז אים מבזה צוליב זיין גלויבן אין זיין רבי'ן., יעדער יוד וואס גלויבט אין סיי וועלכע רבי וואס ער האט מקבל געווען תורה ועבודה פון אים און געשפירט אמת'דיגע דערהויבנקייט וואלט געווען זייער שווער צו אקצעפטירן אז דער רבי איז באמת געווען א שפל און געטאן מעשים אשר לא יעשו בזדון ובשאט נפש, אונז סאטמארער יודן היינט פארשטייען נישט וואס מיינט האבן א רבי'ן און האב פילע ביטול, די רעקארדינג איז געזאגט געווארן צו א פריוואטע יחיד ווי ער גיבט אויס זיין הארץ אויף אפאר יחידים וואס האבן אים מצער געווען, אין אדם נתפס על צערו און ס'איז נישט ריכטיג דאס צו פארשפרייטן
איך וויל ברבים איבערבעטן מיין ידיד ר' א"י אז אזא רעקארדינג איז בכלל פובליק און איך האף אז ער וועט מיר מוחל זיין בלב שלום
איך וויל זייער בעטן דא ברבים אז יעדע דערמאנונג פון די רעקארדינג זאל מען ביטע ביטע אראפנעמען
איך וויל ברבים איבערבעטן מיין ידיד ר' א"י אז אזא רעקארדינג איז בכלל פובליק און איך האף אז ער וועט מיר מוחל זיין בלב שלום
איך וויל זייער בעטן דא ברבים אז יעדע דערמאנונג פון די רעקארדינג זאל מען ביטע ביטע אראפנעמען
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
איך מיין אז כל זמן די עסקנים שפירן אז ער איז א סכנה פאר אנדערע (וואס טוהט מיר זייער וויי ווייל ער זעהט אויס ממש א דערהויבענער איד) דארף מען לאזען אלע רעקארדירונגען אז מענטשען זאלען וויסען אז מען דארף אכט נעמען פון אים
אויף די קשיא אז די עסקנים לאזען יעדער טראכטען ווי ער וויל מיין איך אז מען האט קלארגעשטעלט אז ער האט געשיקט זיינע קינדער צו מחזק זיין די "לב טהור" מענטשען זיך האלטען פעסט
דער אייבישטער זאל העלפען מען זאל זוכה זיין צו תשובה שלימה (אויך די ערב רב האט אויף וואס צו תשובה טאהן)

א געטרויבארע חשובער איד אן עסקן האט מיך היינט דערציילט אז ער האט פערזענליך גערעדט צו הגאון הרב חיד”ו שליט”א עטליכע חדשים צוריק און הרב חיד”ו האט אים פערזענליך געזאגט אז די לב טמא חברה האבן אנגעגרייט סם און אז ער ווייסט קלאר וואו די סם ליגט. זיי האבן אנגעגרייט סם אין פאל ווען זאכן גייען נישט ארבעטן און זיי גייען זעהן אז עס איז מער נישט פארהאנען קיין מעגליכקייט צו אנגיין ווייטער, גייט מען פאר’סם’ען דעם עולם... (!!!!)
סאו נאכאמאל, מרעדט דא פון רוצחים גמורים! סאיז נישט א קהילה, משוגעים, פארנאטישע, יא גערעכט/נישט גערעכט, דא רעדט מען פון רוצחים רודפים אויף אנדערע אידן!!!
און עמיצער וואס האלט אן א חלק פון דעם, נישט קיין נפק”מ וואס זיינע כוונות און שיטות זענען. איינער וואס האלט אן אזא זאך, דאס מיינט איינער וואס קאכט כדי אז מענטשן וואס ווילן אנהאלטן זייער טיפשות ורשעות זאלן נישט מוזן נאכגעבן, אזא איינער איז א סכנה, און האט א דין רוצח ורודף!
יא, עס זענען פארהאנען עטליכע יוצאים פעאיגע חברה שוין דאהי אין אמעריקע מיט די עירוב רב מלבושים וועלכע זענען בכח צו צוריקשטעלן דעם טמא’נעם סכנה’דיגן בייזע חלום ’לב טמא’ אדער ’לב חדש’ (אזוי ווילן זיי עס אנרופן, היה לא תיהא ווייל מען גייט ענק לייגן אינטער גראטעס). אין אנדערע ווערטער, לב טמא כמו שהיא איז צופאלן מיט די אויפלעזונג פון די הנהלה אבער מען דארף האלטן א נאנטע אויג אויף עטליכע פעאיגע פארביסענע יוצאים וועלכע קענען יעדן ליאדן טאג זיך אוועקשטעלן צוריק.
דעריבער ווען עמיצער בארעכטיגט בריש גלי שלמה העלבראנץ’נס מעשים תעתועים און שיקט געלט צו די פארבליבענע פארביסענע חברה דארטן אין גואטאמאלע (נישט די געטוישטע וועמען מיר אלע שטיצן פולשטענדיג) און ווערט צוריק טעטיג אוועקצושטעלן די זאך פון פריש, אזא זאך ברענגט אויף אז כלל ישראל זאל זיך פון פריש מאביליזירן און עס צושטערן עד חרמה בעוד מועד. און זייט וויסן אז יעדע ריר פון די מערכה היינט צוטאגס האט הרב חיד”ו’ס פערזענליכע הסכמה, איר קענט אים אנרופן.
דאס לב טמא גייט אינטערגיין. ווער עס פארשטייט דאס נישט וועט עס פארשטיין מיט בריוון מיט פערזענליכע נעמען, מיט די CPS ביי זיין טיר, מיט א לעבנסלענגליכע טורמע טערמין, וואס אימער עס וועט מאכן יענעם פארשטיין אז די חתונה (חתונה? תשעה באב!) איז געענדיגט מיט דעם לב טמא/לב חדש שלמה העלבראנץ’נס בייזע חלום!
כלל ישראל שרייט אויס צו די מלאך המשחית הרף!!!

קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע
שטייענדיג יעצט ביום שלש עשרה מדות לאמיר נעמען די פאר מינוט און שרייבן אפאר ווערטער לכבוד די נייע יאר.
קודם פאר די לעכטיגע בא'חנ'טע יוצאים [יושבים לשעבר] וואס זענען ארויסגעקומען במשך די יאר, איר זאלט אלע האבן א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר, איר זאלט זוכה זיין זיך צו באקווען מאכן אין די נייע ישוב, יעדער בכל מקום שהוא, טרעפן גוטע חברים און חברותות, גוטע פרנסות, גוטע מוסדות פאר די קינדער, און איר זאלט אייביג נאר זיין גליקלעך און צופרידן.
לאמיר נישט פארגעסן אז די פארלאפענע יאר האט מען ענק אנגעשריבן די אלע פאסירונגען וואס איז געווען במשכ'ן יאר הן לטב און הן למוטב, אבער וואס עס זאל פאסירן די קומענדיגע יאר האלט מען נאך אינמיטן דן זיין, אלזא לאמיר נישט פארפאסן די געלעגענהייט, לאמיר צוזאמען איינרייסן אויף א שנת גאולה וישועה בביאת בן דוד.
יעצט א ווארט צו מיינע חברים וואס ווארטן ארויסצוקומען פון איראק ד'גואטעמאלא.
חזקו ואמצו אל תיראו ואל תערצו, איר האט געטוהן די ריכטיגע שריט מיטן זיך אפלאזן פון די עבר, לאמיר נישט פארגעסן אז ישועת ה' כהרף עין, די באשעפער איז א כל יכול יש מאין, עס איז זיכער אז וואס ער טוט איז גוט נאר מיר ווארטן צו זעהן און פארשטיין די גוט'ס, ואחכה לו בכל יום ענק צו טרעפן דא געזונט און פריילעך בקרוב ממש.
ההכרח לא יגונה לאמיר דערמאנען די געציילטע אידן וואס ארבעטן ליידער אז זייערע קינדער זאלן בלייבן ארומגעבינדן מיט די שטריק פון טפשות, ובפרט פאר דעי וואס פארלאנגען די קינדער זאלן קויפן טריפה'נע כלים צו קענען מיטהאלטן לעבעדיג די...
אונזער 'תלמוד בבלי' זאגט גאר הארבע זאכן אויף א חוטא, אבער נאך אסאך ערגער איז איינער וואס איז מחטיא.
הערה ולא ממשות און עדות ולא מציאות גייט ענק נישט קענען מסביר זיין וואס פאר א חורבן עטס מאכטס אן פאר ענקערע לעכטיגע דורות, ידי נשים רחמניות בשלו ילדיהם וואלט געווען די פאסיגע ווארט.
ביטע ביטע: אויב איר ווילט נישט העלפן זענט איר פטור, אויב ווילט איר דרייען א קאפ פאר די לשם שמים עסקנים בכבוד גדול, אבער אל תחטאו בילד.
און לאמיר נישט פארגעסן, ווי נאר אייערע קינדער גייען זיין אינגאנצן מסודר, גייען זיי גענצליך אפלאזן זייערע עלטערן ווי היסטאריע האט געוויזן, נאכן כאפן וואס מ'האט געטוהן מיט זיי.
יעצט א נקודה פאר די זקנים, פון ד חכם ביז די ריש כלה מיט אלע אינדערמיטן.
ניין! ניין! ניין!
קיינער קויפט שוין נישט אפ אייערע לגיונות, קיינער דארף נישט ענקער בירור אויף די קוה אין לעקוואוד, קיינער דארף נישט קיין צומאלטע ATLANTICO DEL ABEDEJO פיש, קיינער זיכט נישט מער קיין בענדלעך אויף די העמד, און קיינער גייט שוין נישט אריינרופן הערן די געהויבענע של"ס תורה.
עבירות שבין אדם לחבירו אין יוה"כ מכפר עד שירצה את חבירו, לאזט אפ אייערע שמוציגע הענט פון די אומשולדיגע קינדערלעך, אויב די באשעפער געבט אונז א בחירה קומט זיך פאר זיי זיכער די זכות הבחירה אפצומאכן אויב זיי ווילן זיי א חלק פון כלל ישראל אדער א חלק פון פאחא-פיטא.
נאך א קליידע ווארט פאר די צוויי פארבליבענע פרויען אין שעלטער, כלל ישראל ווארט אייך צו מקבל זיי, מיר קוקן ארויס אויף יעדע אידיש נפש, מיר זענען מתפלל אחינו כל בית ישאל הנתונים בצרה ובשהי' המקום ירחם עליהם, איר גייט נישט דארפן שרייבן קיין מעמד ומצב רוחני, איר גייט נישט דארפן זיין קיין שפחות ביי אנדערע אינדערהיים, עס ווארט אייך אפ דא א פרייליך גליקלעך לעבן בעז"ה.
יעצט צו די געטרייע עסקנים בכל מקומות שהם: קיינער קען נישט פארשטיין די ארבעט וואס איר לייגט אריין, קיינער כאפט נישט אז פאר יעדע דאלער וואס קומט אריין אויף אידטיש האבן די עסקנים באצאלט טויזנטע אנדערע דאלערס (א גרויס חלק פון די אייגענע טאש), ווער קען גלייבן אז צענדליגע אידן האבן אינגאנצן באזייטיגט זייערע עסקים און פרנסות לטובת היוצאים, ווער ווייסט וויפיל נעכט די עסקנים געבן אוועק לטובת אונזערע ברודער, וויפיל מאל רופט א יושב אינמיטן די נאכט מיט עמערדזשענסי'ס, וויפיל עגמת נשפ מיט בזיונות קומט אריין דא.
נאר די באשעפער ווייסט אלעס און נאר ער וועט עס באצאלן.
לאמיר מסיים זיין מעין הפתיחה
די באשעפער זאל אונז שוין שיקן א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר, א שנה טובה ומבורכת און א שנת גאולה וישועה, בקרוב במהרה.

******

------