שלום עליכם כל ה'ניקס.
אז איך האב שוין די מייק וועל איך.... יא? כ'האב עס טאקע? עניוועי טא די פוינט.
מ'ברויכט דורך פליען ס'גאנצע יאר געוואָר צו ווערן אז דאס פאלק כלל ישראל איז מלא קריעטיוו און קומט אויף מיט אבנארמאלע איידיעס שונות אשר לא כתוב בתורה, יעצט אין די תשרי קאלענדער ווי די המון עם ברויכט פארמאגן די אַבדשעקט הנקרא סוכה, די חילוק איז נאר ביי יעדעם צו ס'איז דא מער סוכה ווי פאטענטן, צו מער פאטענטן ווי סוכה.
איך אלץ באס רבי קומט זייער אסאך אויס זיך צו געפינען אין מיין לאקאלע האום דיפאוט און ארום מארשירן ארום אלע פאליצעס, און ס'איז מיר אייביג שווער דעם מיליאן דאלער'דיגע קשיא, פארוואס זיי פארקויפן אלע מינע קלאפער געצייגן מחוט ועד שרוך הנעל א'חוץ דאס וויכטיגסטע אייטעם וואס איז נישט בנמצא פאר קיין געלט אין ס'גאנצע סטאר וואס דאס איז די כל בו טאָל הנקרא מנחה מעריב גארטל.
און איך שטיי און איך שטוין מיט וואונדער, איפה יאסעלע?!
יעדעס מאל מיינע קישקעס געפינען זיך פריש אינעם האום דיפאוט לויף איך נאכאמאל ארום אלע איילס און איך נישטער און נישטער און אפשר דאך ליגט דאס פארשטיפט צווישן די סילי פאָטי מיט די פלאנדזשערס, ס'מאכט פשוט נישט קיין קאווע סענס אז פון די וויכטיגסטע באשטיינדל האט מען פארגעסן.
א'חוץ וואס די גארטל דינט אייביג לעזור את ה'באמפער פון די קאר אז נישט גאנץ מאנסי והגלילות זאל מיטהאלטן אז ער רייזעט יעצט דורך זייער שאסיי צוליב זיין פראָנט באמפער האט ווידער געשפעניגט אין אים און באשלאסן צו אנהייבן קישן דעם ערד פלאך להלכה ולא למעשה, און ער האט שטייצעך תיקף אפירגענומען דעם גארטל און שטייף צוגעטשעפעט דעם באמפער צום קאר אזש די שטן דאזן חלום אז זיין קאר מיט די זאך וואס הייסט צובראכן האבן זיך אמאל צוזאם געטראפן.
צומאל זעה איך מיין חבר וואס פירט א קליינע רויטע ברוינפן קאפ קאר שטיין דארט ביי די באַצאלער מיט די אָרענדשע כתונת פסים וואס שטייט אויף דעם די האום דיפאוט לאוזינגען, און ער שלעפט א וואגאן מיט זיבעצן פלייוואד'ס כנגד די זיבעצן מענטשן וואס מ'האט ארעסטירט פאר די מארד פון ר' טשארלי קירק, און איך קוק אים אזוי אן מיט מיין גראבע אויפגעשוואלטע אויגעלעך און איך פרעג אים, דו האסט שוין א נייע קאר?
(און איך הייב שוין אן צו באקריגן א שטיקל קפידא, ווייסט דאך, איך טי דאך לעיטלי אָנאינפישל ליסינג צו קענען שטעלן עטוואס פיטער אויפן טיש פאר מיין חשובע רעביצין וואס ארבעט אזוי שווער א גאנצע טאג און האָדעוועט אויף אלע מיינע קינדער על פי דרך התורה והישר און ס'קומט זיך איר ערליך איר פארציע פיטער מיט סמייטע, במילא האב איך נישט געטראכט קיין ניינדערע ברירה נאר צו זיך אריין לייגן אין ליסינג. יא, כ'האב געוויסט אז ס'איז שוין דא אסאך קאנקורענטן אין דעם פעלד, אבער ווי נישט ווי קען איך ברוך השם גוט מאטמאטיקס דערנאך וואס כ'האב געהאט א אויסטערלישע גוטע טיטשער בשנים כדמוניות נישט מער געדאכט, און כ'האב גלייך געמאכט דעם חשבון אז פערצן מיט ניינצן איז ...ציג. און אויב אפילו א פערטל פון די מענטשן וואס האבן מיר געשיקט זייער לינק פון זייער פעידש פון זייער קאמפיין גייען קומען צו מיר ביים נעמען א נייע קאר, בין איך רייך ווי קרח ועדתו, און כ'האב שוין געזעהן אין מיין מח די נייע חדר בילדינג וואס גייט שטיין מיט גרויסע קידוש לבנה אויתיות, בנין ........
אבער מה עשה הקדוש ברוך הוא?! כ'ווייס נישט, לכאורה נעמען שוין נישט מענטשן קיין ליס, נאר ליבערשט קויפט מען אלטע קארן. כ'זעה נישט קיין ניינדערע ריזען פארוואס קיינער פון מיינע קאמפיין מענטשן קומען נישט צו מיר בעת ליסינג. שוין געלט איז באשערט,
אבער דא טרעף איך איינעם רויט האנטיג, לאמיר הערן אפשר דאך האט ער עפעס א זאכליכע תירוץ הראו לעלות על שלחן מלכים) אבער צו מיין שאַק ענטפערט ער מיר אז ניין, כ'האב נאך די זעלבע קליינע רויטע קאר ווי ביז יעצט. האב איך גלייך אויפגעשפרינגען און גלייך געפרעגט די בעל שם טוב'ס קשיא אנה יכנס כל הפישתים הזה?!
דו שלעפסט דיר דא ארום מיט זיבעצן פלייוואד'ס, און ווי אזוי אינעם וויסטן שמיטה יאר גייט די גאנצע מחרישה אנקומען צו זיין דעסטינאציע?!
מיין חבר קוקט מיר אן פון די לבנה אראפ און נעמט זיך צו שמייכלען. מיין נייגער האט פולקאם געטריפעלט און איך פרעג אים וואס איז דיין פלאַן?!
און פליצלינג נעמט ער ארויס פון זיין טאַש אונזער באליבטן חפץ דעם מנחה מעריב גארטל און צייגט מיר אן, דו זעהסט דעם גארטל?! די עק טשעפעט מען צו צו איין זייט קאר, און די צווייטע זייט צום אנדערע זייט, און אויף דעם שליידערט מען ארויף דעם פלייוואד'ס און מען מאכט א שטייפע קניפ ניסוך קרעטשניף, והכל על מקומו יבא בשלום. טעכנעלאגיע.
ווי זענען אונזערע זיידעס געוועזן?!
די גוים מוטשענען זיך נעבעך. גיי לערנען מיט א גוי בארטענירא.
די עצם איידיע פון א שלאק איז א יודישע אויסטרעף, וועלכע גוי זאל בייפאלן אז ווען דו נייגסט א פאָלי אויף איין זייט בערך דריי טפחים אריין אינעם שלאק, און נאכדעם שלעפסטו דורך א שטריק, און דערנאך נאך א פאָלי און דערנאך ציהט מען דורך ס'גאנצע שלאק, און מען שלעפט דורך די בענדל התחתונה עד ה'פאָלי ה'עליונה בצד דרומית מזרחית עד כלות ה'פאָלי, ואחר כך נותנים ה'חבל של על ה'שלאק בתוך פאָלי התחתונה, ואומר ושותק ס'איז דא א שלאק. מ'ברויכט דאס קענען.
און אויב ס'געפאלט א שלאקס רעגן באמצע יום טוב, און ווען די זין קומט שוין פיינעלי ארויס פונעם האלטער און מ'איז שוין רעדי צו מאכן א לישב, אבער דא קומט פאר העפטיגע קריגערייען צווישן אלע חלקים פונעם שלאק און יעדער שרייט עלי יניח טראָפעס את ראשו, ביז די אייבישטער מאכט אז ס'זאל ווערן איין גרויסע פאָדל אויפן שלאַק, און זיי מאכן שטייפע פראטעסטן און האלטן זיך נישט ביים זיך אפטשעפענען פונעם שלאַק, און דא קומען אונז יודן אריין אינעם בילד, מ'נעמט די זעלבע בעזים וואס מ'האט נעכטן גענוצט צו האַקן אויפן אויבערשטען'ס שכן'ס דאַך צוליב זייערע תינוקות האבן באשלאסן צו מאכן א חתונה ביי זיי אין דיינונג רום, ואני אני בא מצערו של גראַגערייען, און איך נעם מיין בעזים שטעקן און איך נעם מיר האַקן אויפן דאַך, אבער אזוי ווי ס'האט גאָרנישט געהאלפן האב איך מיר גענומען צושרייען אז ס'איז סויף חודש און מ'מאכט יעצט נישט קיין חתונות. אבער כ'האב מיר איינגעקויפט מפטיר יונה מיט מיינע געשרייאכץ, ווייל דער שכן פון אויבן איז מיין לענדלער, און איך הער ווי אזוי ער שרייט צוריק אראפ, זייער גוט דו דערמאנסט מיר אז ס'איז סויף חודש, האסט מיר טאקע פארשפראכן אז אויף סויף חודש וועסטו מיר שוין האבן דעם רענט פונעם פאריגע חודש. עניוועי נעמט מען דעם דאזיגן שטעקן און מ'נעמט זיך ארויף האקן אויפן שלאַק ביי די פלאטץ וואס די וואסער האט דיסייריט צו גיין במקום הנופש אויף וואקאציע, אזוי נאכן שטיין פאר עטליכע מינוט און זיך ארום אַמפערן מיט דעם נייעם קוואל צורייסט זיך די שלאק, און מ'לויפט שנעל ברענגן בינדן טעיפ און מ'טרייט צו פארשטאפן דעם פרישע לעכל, און וואונדער איבער וואונדער די לאך ווערט נאר גרעסער און גרעסער, אבער עפטער אלל ווערט דעם שלאַק געפיקסט.
שטעל דיר פאר די גוים באקומען די מצוה פון סוכה, און זיי דארפן מאכן די פאָלי'ס מיט די בענדלעך. זיי וואלטן זיך נאך יעצט געבראכן קאפ ווי אזוי אין די וועלט מ'באַשאַפט אזא אַבדשעקט.
באו וראה כמה פאטענטן איכא בשוקא.
פטענטן פטענטן צווישן יודן🎼
-
מושכל הראשון
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 2
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 4:43 am
- Location: מאנסי
- x 19
- שמעון דייטש
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 69
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2025 11:22 am
- x 164
Re: פטענטן פטענטן צווישן יודן🎼
ווי אזוי האסט געפאוסט די פאוסט? אויך מיט א גארטל?

- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5663
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 20060
-
אברהם העיברי
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 20
- זיך איינגעשריבן: מוצש"ק אקטאבער 21, 2023 10:56 pm
- x 20
Re: פטענטן פטענטן צווישן יודן🎼
וואף האביך געלאכט יעצט…. טרערן רינט מיר פון די אויגן. און די בויך טוט מיר שוין וויי. די גארטל איז געווען צי טייט אויך מיר. דארף מען א נייע….
-
מושכל הראשון
- ניי צום טיש
- פאוסטס: 2
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 11, 2025 4:43 am
- Location: מאנסי
- x 19
Re: פטענטן פטענטן צווישן יודן🎼
פארוואס טאקע הייסט עס נישט שחרית מנחה מעריב גארטל?!
מה חטא שחרית אז מ'האט אים אויסגעשלאסן פונעם גארטל?!
מה חטא שחרית אז מ'האט אים אויסגעשלאסן פונעם גארטל?!
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5663
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 20060
Re: פטענטן פטענטן צווישן יודן🎼
גראדע נוצט מען ענדערש די דיקערע שחרית גארטל, די וואס האבן.
Re: פטענטן פטענטן צווישן יודן🎼
דארף מען (דארף? וויל מען...) שוין לאנג פארשטיין, פארוואס פאר שחרית קומט זיך א דיקערע גארטל.שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2025 1:49 pm גראדע נוצט מען ענדערש די דיקערע שחרית גארטל, די וואס האבן.
.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5663
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 20060
Re: פטענטן פטענטן צווישן יודן🎼
same hereוואוילער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2025 2:29 pmדארף מען (דארף? וויל מען...) שוין לאנג פארשטיין, פארוואס פאר שחרית קומט זיך א דיקערע גארטל.שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2025 1:49 pm גראדע נוצט מען ענדערש די דיקערע שחרית גארטל, די וואס האבן.