אין כל חדש האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 11:05 pm
בס"ד
מיטהאלטנדיג די ווייטאגליכע שרייבעריי די לעצטע פאר טעג מכל הצדדים, און זייענדיג נאנט בקשר מיט איינע פון די ראשי העסקנים זע איך אז עס פעלט דא א שטארקע בירור בנוגע די ארבעט פון די ראשי העסקנים כלפי די אלגעמיינע עולם יוצאי לב טהור, און כלפי די געוועזענע הנהלה פון לב טהור, וואס ווען מען זאל דאס וויסען וועט דאס בע"ה שטארק לינדערן די הארץ ווייטאג וואס געוויסע האבן.
1) בנוגע די יוצאי לב טהור האבן די ראשי עסקנים געארבעט און גוטעמאלא צוצושטעלן עסן פאר די קינדער און די שעלטערס, וויזיטערס פאר שעלטערס ווען מען האט אריין געלאזט, און ווען איינער האט געהאלטן ביים ארויס גיין פון לאנד האט מען צוגעשטעלט בחנם לויערס, פאספארטס, מאלטא ווען מען האט געדארפט צאלן, טיקעטס, וואס דאס האט מען געהאלפן יעדעם צוגלייך אן אויסנאם, יעצט איינמאל א משפחה איז ארויס צו א צווייטע לאנד און זיי האבן געדארפט הילף זיך צושטעלן אויף די פיס, איז דאס שוין איבער גענומען געווארן דורך אנדערע, צומאל משפחה, אדער סתם גוט הארציגע אידן רחמנים בני רחמנים, ביי איעדע משפחה האט זיך אנדערשט אויסגעשטעלט ווי אזוי זיין הילף איז געקומען, און אויך וויפיל הילף זיי האבן בכלל באקומען, אויב האט זיך יא געמאכט אז די ראשי העסקנים זאלן זיין אינוואלווד מסדר צו זיין א משפחה שוין נאכן ארויסגיין איז דאס נישט געקומען מיט א חשבון אז מען וויל העלפן איינעם מער ווי די צווייטען ח"ו.
2) בנוגע די געוועזענע הנהלה, די ראשי העסקנים וואס האבן עפ"י "ציווי" פון רבנים אריין געלייגט גאר גרויסע כוחות צו צוברעכן די פלאץ, איז און דעם אויך נכלל געווען אריין צו געבן קלאגעס אנטקעגען די הנהלה וכו',
"די ציהל פון די ראשי העסקנים איז אויסדריקלעך נישט געווען צו טיילן עונשים אויף די מעשים וואס זענען געטון געווארן בעבר אדורך די הנהלה" די ציהל איז נאר געווען בס"ד אפצושטעלן די מעשים בהוה און בעתיד, און נאר אויף דעם האבן די עסקנים ביז יעצט, און זיי לייגן נאך אלטס אריין כוחות אפצושטעלן בס"ד די פלאץ לחלוטין, אויב איז דא איינער וואס איז א מיטגעמאכטער פון די שווערע ביטערע זמנים, און ער איז אנגעווייטאגט אויף געוויסע פון די געוועזענע הנהלה אדער סיי ווער פון די חבורה, און ער האט ארויס געקוקט אז דא גייט ער קענען זעהן א ביטערע סוף פאר דער וואס האט עם אזוי דערביטערט זיין לעבן, און פלוצלינג ווערט ער געוואר אז די עסקנים נעמען אראפ קלאגעס, מען העלפט עם, און עס טוט עם זייער וויי אויף דעם, וויל איך קלאר מאכן אז די עסקנים פארשטייען דיין ווייטאג, אבער דיין ווייטאג קומט ווייל די האסט געלעבט און א טעות בנוגע וואס די ציהל און פלאן פון די עסקנים זענען, ממילא ביסטו יעצט אזוי דיסאפוינטעט, יעצט אויב די האלטסט אז די עסקנים וואלטן געדארפט טון אנדערשט ווי דאס וואס זיי האבן געטון און זיי טוען נאך, ביטע פארשטיי אז אלעס ווערט איבער געגאנגען מיט עלטערע, ערליכע, רבנים, ודיינים פוסקי דורינו, "און נאר על פיהם ווערט אלעס געטון" און צו דעם וועלן זיך די עסקנים ווייטער האלטן בע"ה.
3) בנוגע די כבוד אדער הילף וואס די עסקנים שטעלן צו פאר די געוועזענע הנהלה, איז אזוי, די עסקנים פון זייער זייט טיילן נישט קיין כבוד, און נישט קיין בזיונות, און די זעלבע זאך מיט הילף פון דירות וכו' נאר אויב זיי האבן א חשבון וואס טראגט בס"ד צו די ענדגילטיגע ציהל פון אויסמעקן יעדע זכר פון די געוועזענע חבורה, די עסקנים קענען נישט ארויסקומען ברבים און מסביר זיין וואס האט צושטעלן א דירה וכו' אדער צו געבן א געוויסע רעספעקט פאר א געוויסע מענטש מיט צוברעכן די פלאץ, ווייל דאס וועט שטערן די תועלת צו וואס מען וויל צוקומען, אבער ביטע גלייבטס אז אויסער אראפ נעמען די קלאגעס עפ"י הוראות הרבנים, און צושטעלן די היימישע מלבושים פאר די הנהלה וואס לויזן איבער די חבורה, שטעלט מען זיי גארנישט צו עפעס מער ווי סיי וועם אנדערשט, "נאכאמאל אויסער אויב די עסקנים האבן אן מטרה מיט דעם צוצוברעכן די פלאץ".
איך הויף אז מיינע ווערטער וועלן גוט אויף גענומען ווערען, ביי איעדעם, און עס זאל שוין קומען די גאנצע פרשה צו א פרייליכע ענדע, און אלע יוצאים זאלן אויפגעראכטן ווערען בכל מילי דמיטב, אז זיי זאלן קענען פארגעסן פון די ביטערע הונגער יארן, און גאנץ כלל ישראל זאל זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר אמן.