אלעס ארום חינוך מיוחד און מלמדים פרטיים

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
יענץ מבין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 192
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
Location: brooklyn
x 1043

אלעס ארום חינוך מיוחד און מלמדים פרטיים

פאוסט דורך יענץ מבין »

היות איך זעה אז די טעמע איז נאכנישט ארויפגעברענגט געווארן דא אויפן טישל, האב איך זיך מכבד געוועהן מיט פתיחה.

דא וועלן מיר זיך צונויף שמועסן, איבער חינוך מיוחד והמסתעף - דהיינו, סיי די טעכנישע חלקים א שטייגער ווי, סערטיפיקעישאן, רעגירונגס פראגראמען, און בילינג.

אזוי אויך די חינוך חלק - דהיינו, מהלכי הלימוד (ר' שאול קליין, ר' ישעי וועבער, וכו'), אייגענע עקספיריענס אא"וו.
ווילט איר עפענען א LLC אדער CORPORATION?
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
אוועיטער
יענץ מבין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 192
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
Location: brooklyn
x 1043

Re: אלעס ארום חינוך מיוחד און מלמדים פרטיים

פאוסט דורך יענץ מבין »

נוצבארע אינפערמאציע פאר P3 פראוויידערס וואס ווילן ביל"ן דירעקט פונעם סיטי

געווען איז דאס מיט א בערך א צוויי וואכן צירוק - ווען איך האב באקומען א קאלל פון די ICA אפיס, ווי איך האב באקומען מיין סערטיפיקעישאן [דרך אגב, וואלט איך זיי ממליץ געוועהן פאר סיי ווער עס זיכט צו באקומען סערטיפיקעישאן, זיי זענען באמת דא ארויס צוהעלפן א יעדע תלמיד, באשר הוא שם. און ניין, איך בין נישט איינגעשטעלט דארט].

דער פונעם אפיס - פרעגט מיר, אז היות ער ווייסט אז איך בילל שוין פונעם סיטי דירעקטלי א שטיק צייט, איז אפשר וואלט שייך געוועהן איהם ארויס צוהעלפן מיטן צוזאמשטעלן א PDF, מיט אינסטראקציעס פאר זייערע תלמידים ווי אזוי זיך צו באגיין מיט די ביללינג פראסעסס.

אומר ועושה, [נאכן אפשמועסן א פרייז, שטייטזעך], זענען מיר אראפ געקומען צו זייערע [פריש איבערגעבויטע] אפיס, זיך באקוועם געמאכט מיט א פיינע קאווע און לייכטע איבערבייס, און זיך גענומען צום ארבעט.

אפאר שעה שפעטער האב איך זיך אויפגעשטעלט גרייט צו גיין, איבער לאזנדיג דארטן א פארטיגען Word file - מיט אלע פארלאנגטע אינפערמאציע (און דא איז טאקע די פלאץ ארויס צוגעבן מיין טיפען דאנק פאר @gemini און copilot, פאר זייערע מיטארבעט און כסדרדיגע הילף, פאר די פריעקט), פון דארט איז עס געפארן צו זייערע דיזיינער, און אפאר טעג צירוק איז עס אנגעקומען צו מיין אינבאקס.

איך לייג עס דא צו לתועלת הציבור.
Billing Instructions (2).pdf
(720.16 KiB) דאונלאודעד 41 מאל
ווילט איר עפענען א LLC אדער CORPORATION?
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
אוועיטער
יענץ מבין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 192
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
Location: brooklyn
x 1043

Re: אלעס ארום חינוך מיוחד און מלמדים פרטיים

פאוסט דורך יענץ מבין »

להשואלים באישי,

איך וועל פרובירן צו שרייבן די עיקור נקודות ווי אזוי די פראססעס צו ווערן א P3 פראוויידער ארבעט.

אויב איר האט סיי וועלעכע אנדערע שאלה - פרעגט ווייטער.

קודם דארף מען האבן א דעגרי, די מהלך דערפאר איז אזוי:

1. דארף מען האבן א BA, אויב האט איר געלערענט אין כולל וואס האט קאלעדזש פראגרעמס, זענט איר שוין לכאורה מסודר מיט די חלק, אויב נישט, איז דא אופנים...

2. זיך איינשרייבן אין א קאלעדזש. איך בין געגאנגען מיט ICA, איך מיין זיי זענען די גרעסטע היינט צוטאגס, און זיי זענען זייער גוט, [דהיינו, גרינג, בויגזאם, און באמת דא צו ארויסהעלפן], אבער עס איז דא נאך, אויפן געדאנק טומט ארויף 'שרה שנירר', אבער יתכן אז עס ריז אויך דא אמדערע.

די קאלעדזש קאסט בערך 25,000 - וואס די רעגירונג געט די גאנצע דורך א 'סטודענט לאון', וואס שפעטער דארף מען צירוק צאלן, געוואנדן אין די אינקאם [און אויב עס איז א דעמעקראט אדער רעפובליקאנער אינעם ווייסן הויז].

די קאלעדזש דויערט בערך 2 יאר, בדרך כלל איז עס צוויי מאל א וואך ביינאכט, פאר 2 שעה, אויפן קאמפיוטער.

מצדך, די גאנצע וואס די דארפסט טוהן איז זיין אריין געלאגט אין די קלאס, וזהו.

מען דארף אויך טוהן assignments, דההינו שרייבן מאמרים, ענטפערן שאלות וכדו' הכל כראות עיני הפראפעססער, פרעגט אייך נאך ווען עס קומט למעשה...

3. נאך בערך ניין חדשים אריין אין די קורס קען מען אנהייבן צו ארבעטן.

4. ווען מען ענדיגט די קורס דארף מען אליינס מאכן 5 גאווערנמענט טעסטס, פרעגט אייך נאך ווען עס קומט למעשה...

פעימענט:

די פרייז היינט צוטאגס לויפט בערך - צווישן 70 און 80 א שעה [די שטאט צאלט 85.96 א שעה, אבער אויב די ארבעטסט אין א מוסד, וועלן זיי אראפ ציפן אביסל].
מען קען ארבעטן בערך 45 - 50 שעה א וואך און די פראגראם לויפט אפיציעל פאר 36 וואכן [איך שרייב אפיציעל, וויבאלד היי יאר באט מען געקענט ביללין פאר די גאנצע חדר יאר, וואס קומט אויס מער צו 38-39 וואכן, אבער איך קען נישט נעמן אחריות אויף להבא].
ווילט איר עפענען א LLC אדער CORPORATION?
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
ראובן
פרישער באניצער
פאוסטס: 43
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 07, 2025 2:27 am
x 83

Re: אלעס ארום חינוך מיוחד און מלמדים פרטיים

פאוסט דורך ראובן »

@יענץ מבין א יישר כח פארן עפענען דעם אשכול. האסט עקספיריענס מיט bilingual course אויך?
אוועיטער
יענץ מבין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 192
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
Location: brooklyn
x 1043

Re: אלעס ארום חינוך מיוחד און מלמדים פרטיים

פאוסט דורך יענץ מבין »

ראובן האט געשריבן: דינסטאג יולי 29, 2025 9:27 pm @יענץ מבין א יישר כח פארן עפענען דעם אשכול. האסט עקספיריענס מיט bilingual course אויך?
אין bilingual, איז דא צוויי מהלכים,

מען קען נעמען א bilingual course ווי איר שרייבט, [אין די קאלעדזש וועלט הייסט עס א bilingual extension]. יעצט מיט דעם האב איך נישט קיין עקספיריענס.

די צווייטע מהלך איז צו נעמען א bilingual test - BEA - וואס דאס האב איך געטוהן - דאס איז גאנץ א גרינגע טעסט (אויב איר קענט יודיש :lol:), מען נעמט דאס ביי pearson (דאכטצעך אז ICA אין בארא פארק שטעלט דאס אויך צו). די איינציגע זאך מיט דעם איז אז זיי געבן דאס נאר געוויסע צייטן אין יאר, און ווי זאגט מען.. 'די פלעצער זענען באגרעניצט - וכל הקודם זכה', מילא דארף מען זיך איינשרייבן אפאר חדשים פריער.

דאס איז וואס ליגט מיר יעצט אין קאפ, אדרבה, אויב איינער האט מער פרטים - קומט אריין לתועלת הרבים.
ווילט איר עפענען א LLC אדער CORPORATION?
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
מים און עפר
פרישער באניצער
פאוסטס: 40
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2025 9:22 am
x 64

Re: אלעס ארום חינוך מיוחד און מלמדים פרטיים

פאוסט דורך מים און עפר »

חינוך מיוחד איז א חכמה ומלאכה וואס עס זענען דא ביי דעם צוויי סארטן וועגן פון עס טון,
מען קען עס טון פשוט דורך דעם וואס מען קומט אריין יעדע טאג און מען זעצט זיך לערנען (שמועסן) פשוט ווי א חברותא וואס אויף דעם האט שוין ר' יודא יואל לעיווי געזאגט אז וויפיל מען זאל נאר צאלן פאר דעם וועט עס הייסן אונטערגעצאלט צוליב דעם וואס מען פילט נישט קיין סיפוק פון אזא סארט ארבעט, ממילא ווערט מען גאר שנעל אויסגעמאטערט פון דעם.
די צווייטע (איינציגסטע) מהלך איז אז מען לייגט זיך אריין ראשו ורובו אין די ארבעט, סיי מיטן הערן שיעורים אויף די נושא פון חינוך מיוחד, און זיי מיטן זיך פארקוקן מיט די ריכטיגע קלארקייט צו וויסן יעדע טאג פונקליך אויף וואס וויל איך ארבעטן מיט די קינד, וואו וויל איך אז ער זאל וואקסן, וכו' וכו'וכו'
אשר על כן וואלט איך שטארק הנאה געהאט אויב איינער קען אריינקומען מיט געדאנקן, עצות, עקספעריענס, אויף די נושא, און עס זאל זיך קענען מאכן א שטיקל פלאץ זיך צו קענען אויסשמועסן און העלפן איינע די אנדערע
אז איך וועל זעהן אז עס איז דא א מבוקש וועל איך אויך קענען ארויפלייגן געדאנקן פון שיעורים וכדו' (בחינם) פארן ציבור
אוועיטער
יענץ מבין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 192
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
Location: brooklyn
x 1043

Re: אלעס ארום חינוך מיוחד און מלמדים פרטיים

פאוסט דורך יענץ מבין »

מים און עפר האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2025 1:31 pm חינוך מיוחד איז א חכמה ומלאכה וואס עס זענען דא ביי דעם צוויי סארטן וועגן פון עס טון,

זייער קלאר ארויסגעברענגט!

איז לאמיר אנהייבן מיט אזא שאלה, פשוט צו עפענען די שמועס...

א קינד וואס פעלט איהם באמת גארנישט [דהיינו מצד זיין דעוועלאפמענט, אבער פארשטייט זיך אז פשוט מיטן נישט מיטהאלטן מיט די סיסטעם - ווערן אסאך וויכטיגע כשרונות נישט אויפגעבויעט], זיין איינציגע פראבלעם איז באמת נאר אין די ADHD חלק, איז שייך פאר א מלמד פרטי צו ארויסהעלפן [אויסער פון געבן א ברעיק פאר די רבי]? אויב יא וויאזוי?
ווילט איר עפענען א LLC אדער CORPORATION?
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
גראסערי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 539
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:22 pm
x 418

Re: אלעס ארום חינוך מיוחד און מלמדים פרטיים

פאוסט דורך גראסערי »

יענץ מבין האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 10:41 am

מען קען העלפן סיי אויפן פלאץ אים צו העלפן קענען, דורך לערנען 1 - 1 איז דא מער טעקניקס אז די קינד זאל נישט ארויספאלן פון די לימודים און זיך בויען די סקילס פינקט ווי יעדעם
און אויך אויף די גרויסע בילד, א גוטע אינגערמאן קען העלפן די קינד זיך אויסבויען א מהלך צו קענען ריכטיג אומגיין מיט זיין ADHD און טרעפן א מהלך צו לערנען אויף להבא
מים און עפר
פרישער באניצער
פאוסטס: 40
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2025 9:22 am
x 64

Re: אלעס ארום חינוך מיוחד און מלמדים פרטיים

פאוסט דורך מים און עפר »

גראסערי האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 11:21 am

זייער גוט גענטפערט.
איינע פון די שטערקסטע אויפטוען פון חינוך מיוחד איז דאס אז עס איז 1 - 1 (פנים לפנים) וואס דאן קען מען סאך מער ארבעטן דירעקט לויט די תכונות פון די קינד, למשל א קינד מיט ADHD, אין קלאס איז זייער שווער פאר אזא קינד מיטצוהאלטן, ער דארף האבן כסדר'דיגע סטימאלאציע (stimulation) און די אויסשטעל פון א שיעור אין כיתה איז זייער שווער פאר אזא קינד, ממילא בויעט ער נישט אויף זיינע כשרונות, משא"כ ווען ער זיצט אין א צימער מיט זיין מלמד פרטי וואס דאן קען מען מאכן די אופן פון די שיעור אויף סאך מער אן אינטערעקטינ"ג וועג, איז אים סאך גרינגער צו קונה זיין די גמרא / סקילס צו קענען שטייגן ווייטער.
פארשטייט זיך אז מען קען אויך ארבעטן דירעקט אים צו געבן טיפ"ס וויאזוי זיך צו קענען אן עצה געבן אפי' אין קלאס מיט זיינע שוועריקייטן, אבער קען זיין אז די סארט ארבעט באלאנגט מער פאר א טעראפיס"ט / מענטאר.
אוועיטער
יענץ מבין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 192
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
Location: brooklyn
x 1043

Re: אלעס ארום חינוך מיוחד און מלמדים פרטיים

פאוסט דורך יענץ מבין »

פאר אפאר יאר צירוק, זייענדיג א מלמד פרטי, האב איך געלערנט מיט א צוועלף יעריגע יונגל, וואס האט זיך גאר שטארק געמוטשעט מיט לערנן גמרא.

די מעשה מיט די יונגל - לויט ווי די מלמד האט עס אראפגעלייגט – איז, אז דאס יונגל האלט ביי גארנישט, ער זיצט א גאנצע טאג אין קלאס און קלאצט (ער איז גראדע געוועהן גאנץ א וואוילער, און כמעט נישט געשטערט די קלאס), ער איז ממש אינגאנצן אויסגעלאשן ברוחניות און צו א געוויסע דעגרי אויך בגשמיות.
___

נאכן לערנן מיט די יונגל און פרובירן צו זעהן ווי עס ליגט זיינע שוועריקיייטן, האב איך געזעהן אז די יונגל מוטשעט זיך קודם כל, פשוט מיט פירוש המילות, ער איז זייער פרעמד אין די לשון הגמרא, אזוי אויך איז ער גאנץ שוואך אין הבנת הנקרא, ער קען נישט זעצן קיין ווערטער, האט נישט קיין מושג ווי א זאץ הייבט זיך אן און ווי עס ענדיגט זיך, [ער האט גראדע יא גענוצט געוויסע skills, א שטייגער ווי נוצן context צו מפענח זיין וואס ווערטער מיינען].

יעצט, ווען עס קומט צו הבנה און מושגים, איז פון איין זייט איז ער געווען גאנץ לימיטעד מיט זיינע ידיעות, מצד שני אבער, האט עס שטארק אויסגעזעהן אז א גרויס חלק דערפון קומט - מער פון זיין אזוי אויסגעלאשן און פשוט נישט אינטערסירט צו אויפבויען זיינע מושגים – און נישט אזוי ווייט פון א פראבלעם מיט זיין עצם הבנה.

איין פלאץ ווי איך האב יא באמערקט א שטיקל שטארקייט אז געוועהן יעדעס מאל וואס איך האב איהם געטריגגערט צו טראכטן, סיי אין לימוד און פארשטייט זיך נאכמער במילי דעלמא, וואו למשל ווען איך האב איהם געפרעגט אזעלעכע סארטן שאלות ווי: פארוואס איז דא אנדערש ווי דארט א.ד.ג. האט ער ממש אויפגעלעבט און אנגעהויבן צו נוצן זיין קאפ און טראכטן. צומאל איז ער אויפגעקומן מיט שטארקע געדאנקן און צומאל מיט שוואכערע אבער הצד השוה שבהן אז ער האט גענוצט זיין קאפ און געטראכט.
___

די שאלה איז געוועהן, ווי הייבט מען אן מיט אזא יונגל, וועלכע skill זאל מען ערשט אויפבויען און וועלכע צווייט, און נאך וויכטיגער ווי אזוי קען מען איהם מחבר זיין צום גמרא, און צירוק אויף בויען זיין טראסט אין זיך אליינס.

איך שרייב דאס דא אראפ היות איך בין נייגעריג צו הערן פון די עולם דא ביים טיש, געדאנקן ווי אזוי ארויס צוהעלפן אזא סארט יונגל.
ווילט איר עפענען א LLC אדער CORPORATION?
קומט אין אישי, אדער שיקט אן אימעיל צו: info@keystonefilings.com
www.keystonefilings.com
שנעל און פארלעסליכע סערוויס!
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4997
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6982

Re: אלעס ארום חינוך מיוחד און מלמדים פרטיים

פאוסט דורך שמח »

יענץ מבין האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 24, 2026 1:40 pm
ס'דא שיעורים איבער די ענינים פון לערנען מיט קינדער און בחורים אויף פרדס שלמה, זייער זייער כדי צו הערן.
288 פון מעין מעניו.
מים און עפר
פרישער באניצער
פאוסטס: 40
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2025 9:22 am
x 64

Re: אלעס ארום חינוך מיוחד און מלמדים פרטיים

פאוסט דורך מים און עפר »

יענץ מבין האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 24, 2026 1:40 pm פאר אפאר יאר צירוק, זייענדיג א מלמד פרטי, האב איך געלערנט מיט א צוועלף יעריגע יונגל, וואס האט זיך גאר שטארק געמוטשעט מיט לערנן גמרא.

די מעשה מיט די יונגל - לויט ווי די מלמד האט עס אראפגעלייגט – איז, אז דאס יונגל האלט ביי גארנישט, ער זיצט א גאנצע טאג אין קלאס און קלאצט (ער איז גראדע געוועהן גאנץ א וואוילער, און כמעט נישט געשטערט די קלאס), ער איז ממש אינגאנצן אויסגעלאשן ברוחניות און צו א געוויסע דעגרי אויך בגשמיות.
___

נאכן לערנן מיט די יונגל און פרובירן צו זעהן ווי עס ליגט זיינע שוועריקיייטן, האב איך געזעהן אז די יונגל מוטשעט זיך קודם כל, פשוט מיט פירוש המילות, ער איז זייער פרעמד אין די לשון הגמרא, אזוי אויך איז ער גאנץ שוואך אין הבנת הנקרא, ער קען נישט זעצן קיין ווערטער, האט נישט קיין מושג ווי א זאץ הייבט זיך אן און ווי עס ענדיגט זיך, [ער האט גראדע יא גענוצט געוויסע skills, א שטייגער ווי נוצן context צו מפענח זיין וואס ווערטער מיינען]. וואס איז מיט זיין קריאה? ער קען ליינען ווערטער אבער האט נישט קיין הבנת הנקרא, פיסוק, וכו', אדער איז בכלל ליינען די ווארט אויך א שוועריקייט?

יעצט, ווען עס קומט צו הבנה און מושגים, איז פון איין זייט איז ער געווען גאנץ לימיטעד מיט זיינע ידיעות, מצד שני אבער, האט עס שטארק אויסגעזעהן אז א גרויס חלק דערפון קומט - מער פון זיין אזוי אויסגעלאשן און פשוט נישט אינטערסירט צו אויפבויען זיינע מושגים – און נישט אזוי ווייט פון א פראבלעם מיט זיין עצם הבנה. מיט חברים און במילי דעלמא איז ער אויך געוועהן אויסגעלאשן אדער נאר ביי לימוד גמרא?

איין פלאץ ווי איך האב יא באמערקט א שטיקל שטארקייט אז געוועהן יעדעס מאל וואס איך האב איהם געטריגגערט צו טראכטן, סיי אין לימוד און פארשטייט זיך נאכמער במילי דעלמא, וואו למשל ווען איך האב איהם געפרעגט אזעלעכע סארטן שאלות ווי: פארוואס איז דא אנדערש ווי דארט א.ד.ג. האט ער ממש אויפגעלעבט און אנגעהויבן צו נוצן זיין קאפ און טראכטן. צומאל איז ער אויפגעקומן מיט שטארקע געדאנקן און צומאל מיט שוואכערע אבער הצד השוה שבהן אז ער האט גענוצט זיין קאפ און געטראכט.
___

די שאלה איז געוועהן, ווי הייבט מען אן מיט אזא יונגל, וועלכע skill זאל מען ערשט אויפבויען און וועלכע צווייט, און נאך וויכטיגער ווי אזוי קען מען איהם מחבר זיין צום גמרא, און צירוק אויף בויען זיין טראסט אין זיך אליינס.

איך שרייב דאס דא אראפ היות איך בין נייגעריג צו הערן פון די עולם דא ביים טיש, געדאנקן ווי אזוי ארויס צוהעלפן אזא סארט יונגל.

לויט וויאזוי די האסט אים דא אראפגעלייגט וואלט לכאורה געוועהן א געדאנק צו אנפאנגן מיט אים דורך זיין "צד החזק" דהיינו אים אריינברענגן אין די גמרא דירעקט מיט גוטע הבנה שאלות וואו ער זאל דארפן טראכטן און זאגן זיין מיינונג - וואס אזוי וועט ער אויפלעבן און ווערן מחובר צו די גמרא, און דערנאך אים אריינברענגן צו די גמ' אינעווענדיג און זעהן פון דארט וואס זאגט די גמרא אין אזא פאל (דאס איז נאר בקיצור גמור על רגל אחת ממש - ואכמ"ל)
אוועיטער
יענץ מבין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 192
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 05, 2025 11:00 pm
Location: brooklyn
x 1043

Re: אלעס ארום חינוך מיוחד און מלמדים פרטיים

פאוסט דורך יענץ מבין »

מים און עפר האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 24, 2026 10:54 pm
► Show Spoiler
לויט וויאזוי די האסט אים דא אראפגעלייגט וואלט לכאורה געוועהן א געדאנק צו אנפאנגן מיט אים דורך זיין "צד החזק" דהיינו אים אריינברענגן אין די גמרא דירעקט מיט גוטע הבנה שאלות וואו ער זאל דארפן טראכטן און זאגן זיין מיינונג - וואס אזוי וועט ער אויפלעבן און ווערן מחובר צו די גמרא, און דערנאך אים אריינברענגן צו די גמ' אינעווענדיג און זעהן פון דארט וואס זאגט די גמרא אין אזא פאל (דאס איז נאר בקיצור גמור על רגל אחת ממש - ואכמ"ל)
ער איז געוועהן אויסגעלאשן סיי אין לימוד און סיי מיט חברים, עס האט געהאלטן ביי א מצב ווי יעדער שני וחמישי האט ער געפעלט פון חדר.

איך האב למעשה געשיקט דאס קינד פאר אן evaluation ביי איינע פון די תלמידים פון ר' ישעי וועבער, וואס ער האט פארשטייט זיך געזאגט ווי איר האט געשריבן אז מען זאל אנהייבן מיט זיין צד החזק פון חשיבה, און מיט די צייט איהם צופירן דורך חשיבה צו אנקומען צו א שטערקערע הבנה, און אויפבויען זיינע מושגים.

[דאס איז א שמועס פאר זיך, ווי אזוי מען קען כמעט יעדע גמרא לערנן דורך איין געוויסע skill, צו דורך חשיבה, צו אויף אן אופן פון הבנה, אדער הבנת הנקרא, צו בעיקור דורך תפיסה. אז די צייט וועט ערלויבן וועלן מיר אפשר צירוק קומען דערצו.]

לגבי זיין אינערווענדיג איז געוועהן אנדערע נקודות וואס איך וויל נישט דא אויסשמועסן אלץ פריוואטקייט פון די תלמיד.

און וואונדער איבער וואונדער, ווי נאר איך האב אנגעהויבן לערנן מיט דעם תלמיד אויסדרוקליך נאר מיט חשיבה, איז ממש אנטפלעקט געווארן א נייע קינד אינגאנצן. איז ער געווארן א מצוין? פארשטייט זיך אז נישט. אבער ער האט באקומן א געשמאק אין גמרא, די נעקסטע יאר האט ער כמעט נישט געפעלט פון חדר, ער האט צירוק באקומן זיין חיות אויף אזוי ווייט אז ער האט אפילו געקענט אנהייבן מאכן אביסל טראבל אין קלאס!

שרייב פאוסט