די משטרה האט ארעסטירט 2 באס דרייווערס, נאך די אטאקע אין ירושלים האט איין דרייווער געשריבן אויף א וואטסאפ גרופע אז די טעראריסט וואלט געדארפט שיסן נאך 50 הי"ר, און די צווייטע האט געפאוסט א בילד פון נאסאראלא ימ"ש.
שטייענדיג א טאג נאך די מדינת ישראל באמבארדירונג אין קאטאר הערשט ווייטער אן אומקלארקייט איבער די צושטאנד פון הויעך ראנגיקע כאמאס פירער, די מדינת ישראל אטאקע האט פארניכטעט א ווילא וואו עס איז פארגעקומען א זיצונג פון הויעך ראנגיקע כאמאס פיגורן, אבער כאמאס לייקענט אז זיי זאלן האבן אומגעקומען. די טעראר גרופע האט דערווייל נישט פארעפענטליכט קיין שום בילדער אדער אנדערע צייכענעס אז זיי לעבן, איבערלאזענדיג די וועלט מיט פראגן צו זיי האבן עס איבערגעלעבט אדער נישט.
מדינת ישראל באאמטע זענען לויט באריכטן געווארן היבש פעסעמיסטיש איבער די סוקסעס פון די אטאקע אויף כאמאס פירער אין קאטאר, לויט ווי מען הערט פון מדינת ישראל רעגירונג קוועלער זענען פארהאן מער און מער אנדייטונגן אז כמעט אלע אדער גאר אלע כאמאס פירער האבן עס איבערגעלעבט. כאמאס זעלבסט זאגט אז די אטאקע האט אומגעברענגט 5 מענטשען, אבער נישט די גרופע'ס פירער, נאר דריי לייב וועכטער, א זון פון חאליל על חיה און על חיה'ס הויפט פארהאנדלער.
מדינת ישראל ווארענט קאטאר אז אויב די כאמאס פירער ווערן נישט ארויס געווארפן אדער געשטעלט צו א פראצעס, דאן וועט מדינת ישראל נעמען שריט, די ווארענונג איז געקומען אין די זעלבע צייט וואס קאטאר'ס פרעמיער מיניסטער על טאני האט געמאלדן אז עס ווערן געוועבט פלענער פאר א רידזשענעל סאמיט צו דיסקסורין א רעאקציע צו מדינת ישראל'ס נעכטיגע אטאקע. על טאני זאגט אז קאטאר טוט יעצט איבערקלערן אלע אירע ראלעס, אריין גערעכענט די ראלע פון פארמיטלן צווישן מדינת ישראל מיט כאמאס.
פראנקרייך ווארענט אז די לאנד קען רעאגירן מיט ארויס ווארפן מדינת ישראל דיפלאמאטן אין פאל מען פארשליסט די פראנצוליזישע קאנסולאט אין ירושלים, פראנקרייך ווארענט אז די לאנד קען רעאגירן מיט ארויס ווארפן מדינת ישראל דיפלאמאטן אין פאל מדינת ישראל פירט אויס איר סטראשע צו פארשליסן די פראנצוליזישע קאנסולאט אין ירושלים אלץ פראטעסט אקעגן דעם וואס פראנקרייך גייט אנערקענען א פאלעסטינער לאנד. פראנצויזישע באאמטע זאגן אז די רעגירונג קען נעמען נאך שריט, אריין גערעכענט שניידן די צאל מוסד אגענטן וועלכע ארבייטן אפיציעל אין פראנקרייך. די פראנצויזישע קאנסולט, וועלכע איז אפן שוין זייט יאר 1843 למס', טוט סערווירן פאלעסטינער, און אזוי אויך ארום 25 טויזנט פראנצויזישע בירגער וועלכע וואוינען אין ירושלים.
א פרישע באריכט ערשינען געט אן אז צוויי הויעך ראנגיקע כאמאס באאמטע זענען פארוואונדעט געווארן אין מדינת ישראל'ס קאטאר אטאקע, די סאודישע באריכט לויטעט אז ביידע פון זיי געפונען זיך אין שפיטאל אינטער א גאר שטרענגע וואך, איינער פון זיי מיט ערענסטע וואונדן. לויט די באריכט האט די קאטאר אטאקע געשאפן גאר ערענסטע שאדענס פאר די אפיס פונ'ם כאמאס פירער חאליל על חיה, נאכ'ן אטאקירט ווערן מיט 4 באמבעס, אבער חיה מיט די אנדערע כאמאס פיגורן האבן זיך געפונען אין די אפיס פון די געוועזענע כאמאס פירער איסמאאיל האניע און דארט איז געפאלן בלויז איין באמבע.
האוטי באאמטע אין תימן זאגן אז 35 מענטשען זענען אומגעקומען און 130 זענען פארוואונדעט געווארן פון די מדינת ישראל באמבארדירונגן היינט מיטוואך, זיי זאגן אז א מערהייט אומגעקומענע זענען געווען אין די הויפטשטאט צענה, וואו מדינת ישראל האט אטאקירט א מיליטערישע הויפטקווארטיר און א ברענשטאף סטאנציע. די מדינת ישראל באמבארדירונגן אין תימן זענען געקומען נאך כוואליעס מיסעלס און דראונס וואס די רעבעלן האבן געשאסן אויף ארץ ישראל, צווישן דעם איינס וואס האט באטראפן דעם רמון לופטפעלד נעבן אילת.
אי-יו קאמישאן פרעזידענט וויל ארויף שטעלן סאנקציעס און א טיילווייזע האנדל סוספענדירונג אויף מדינת ישראל צוליב די מיליטערישע קאמפיין אין עזה, פרוי ליען זאגט אז איינס פון די שריט וואס זי פלאנט צו טון איז איינצופרירן שטיצע וואס קומט פון די פאראיין'ס עקזעקאטיוו פליגל, א שריט וואס וועט נישט דארפן באשטעטיגונג פון אלע אי-יו לענדער. אין פאל זי נעמט טאקע דעם ליניע קען עס האבן ווייטגרייכענדע קאנסעקווענצן פאר מדינת ישראל, וויבאלד די אי-יו איז מדינת ישראל'ס גרעסטע האנדל שותף.