כת לב טהור אין גוואטעמאלע

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
גארנישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 368
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
Location: קרית בבל החריבה
x 1729

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גארנישט »

יאנטשי האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 07, 2025 1:04 pm
ים התלמוד האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 07, 2025 12:18 pm
חיים אייזיק שווארטץ האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 07, 2025 11:42 am א גוט יאר.

איך בין געווען אין גואטאמאלע אויף דעם היסטארישן טאג. איך בין געווען אין בבל צוויי שעה איידער די חברי הנהלה האבן זיך ארויסגעלאזט זיך טרעפן מיט די עסקנים (מיר האבן זיי געטראגן מיט אונזער קאר).

איך קען אזויפיל מעיד זיין, די חברה זענען צעבראכענע שארבנס. זיי זענען אסאך אריבער, און לאמיר נישט פארגעסן, מען רעדט פון אזעלכע וואס זענען אויפגעצויגן געווארן אין לב טהור, און האבן עכט געמיינט אז דאס איז אידישקייט.

אצינד זענען זיי פול מיט צעמישעניש, שולד געפילן, און האפענונג אויף א לעכטיגן עתיד אין וועלכע כלל ישראל וועט פארגעסן פון וואס איז געווען און זיי ענטפאנגען מיט אפענע ארעמעס.
און פליז שרייבסט נישט קיין נאוועלס דערוועגן. פאר ווער עס איז אינטרעסירט קען ער נישטערן אין די הונדרעטער בלעטער דא, און אויסהערן די אינטערוויוס, אבער לכה"פ ס'זאל נישט פאראייביגט ווערן אין אן אפיציעלן בוך. לאזט מענטשן פארגעסן דערפון. מענשטן האבן א קורצערן זיכרון ווי אסאך מענטשן מיינען.
יע יע, ווער עס וויל קען שנעל אוועקלייגן פראזעווירן דעם אשכול, געב עס א שטיק צייט און עס וועט ווערן אריינגעפירט אין גניזה.
מען דארף נאר טרעפן א מהלך וויאזוי
שטיין און סעיוון איבער 400 בלעטער איז נישט קיין פיקניק
אבער אפשר לוינט עס זיך, פילייכט אפאר יאר ארום וועט זיך עס פארקויפן פאר שיין געלט
ששש... איך האב גארנישט געזאגט
חלא בר חמרא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 196
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 10, 2025 3:03 pm
Location: ירושלים עיר הקודש והמלוכה
x 820

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חלא בר חמרא »

גרינטליך האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 07, 2025 1:46 pm
חלא בר חמרא האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 07, 2025 1:45 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 07, 2025 2:34 am אי"ה מארגן האפן מיר צו פובליצירן א לענגערע ארטיקל מיט א ברייטע כראנאלאגישע איבערזיכט איבער די פארלאפענע דאנערשטאג מיט אירע היסטארישע פאסירונגען.
עם כל הכבוד, כ'האב נישט קיין טענות, אבער איר זענט אביסל שפעט...
על זה נאמר מאמר העולם:
ס'שפעט ס'גאר שפעט אבער נישט צי שפעט
מ'זאגט נאך אויף צדיקים, אז זיי האבן געהאט דריי זייגערס. איינס, וועלכע האט אייביג געוויזען שפעט. צוויי, וועלכע האט אייביג געוויזען פרי. און דער דריטער, האט געוויזען די ריכטיגע צייט.
באשטעטיגטע דורך ראשי המערכה: @קרני פרה @מתא מחסיא @ברוך אברהם @לעבער אייער @העלפן א איד @עסקן נמרץ
חלא בר חמרא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 196
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 10, 2025 3:03 pm
Location: ירושלים עיר הקודש והמלוכה
x 820

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חלא בר חמרא »

גארנישט האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 07, 2025 1:48 pm
יאנטשי האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 07, 2025 1:04 pm
ים התלמוד האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 07, 2025 12:18 pm

און פליז שרייבסט נישט קיין נאוועלס דערוועגן. פאר ווער עס איז אינטרעסירט קען ער נישטערן אין די הונדרעטער בלעטער דא, און אויסהערן די אינטערוויוס, אבער לכה"פ ס'זאל נישט פאראייביגט ווערן אין אן אפיציעלן בוך. לאזט מענטשן פארגעסן דערפון. מענשטן האבן א קורצערן זיכרון ווי אסאך מענטשן מיינען.
יע יע, ווער עס וויל קען שנעל אוועקלייגן פראזעווירן דעם אשכול, געב עס א שטיק צייט און עס וועט ווערן אריינגעפירט אין גניזה.
מען דארף נאר טרעפן א מהלך וויאזוי
שטיין און סעיוון איבער 400 בלעטער איז נישט קיין פיקניק
אבער אפשר לוינט עס זיך, פילייכט אפאר יאר ארום וועט זיך עס פארקויפן פאר שיין געלט
כ'מאך נישט אוועק, שיינע באריכטן, אמאל נעגאטיווע און אמאל פאזעטיווע. אבער דא איז נישט דא קיין גרויסע מציאות'ער... אפשר אין אישי קעסטלעך קענסטו טרעפן זאכליכע סחורה.
באשטעטיגטע דורך ראשי המערכה: @קרני פרה @מתא מחסיא @ברוך אברהם @לעבער אייער @העלפן א איד @עסקן נמרץ
אוועיטער
גארנישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 368
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 5:42 pm
Location: קרית בבל החריבה
x 1729

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גארנישט »

חלא בר חמרא האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 07, 2025 1:50 pm
גארנישט האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 07, 2025 1:48 pm
יאנטשי האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 07, 2025 1:04 pm

יע יע, ווער עס וויל קען שנעל אוועקלייגן פראזעווירן דעם אשכול, געב עס א שטיק צייט און עס וועט ווערן אריינגעפירט אין גניזה.
מען דארף נאר טרעפן א מהלך וויאזוי
שטיין און סעיוון איבער 400 בלעטער איז נישט קיין פיקניק
אבער אפשר לוינט עס זיך, פילייכט אפאר יאר ארום וועט זיך עס פארקויפן פאר שיין געלט
כ'מאך נישט אוועק, שיינע באריכטן, אמאל נעגאטיווע און אמאל פאזעטיווע. אבער דא איז נישט דא קיין גרויסע מציאות'ער... אפשר אין אישי קעסטלעך קענסטו טרעפן זאכליכע סחורה.
די דעת הקהל פון ריעל טיים וועט זיין גאר גאר אינטערעסאנט פאר די דורות וואס וועלן אונז ווארשיינליך נישט גלייבן אויף די גאנצע פאסירונג...
ששש... איך האב גארנישט געזאגט
חלא בר חמרא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 196
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 10, 2025 3:03 pm
Location: ירושלים עיר הקודש והמלוכה
x 820

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך חלא בר חמרא »

כ'הער, דעת הקהל איז פארהאן דאהי. ריכטיג.
באשטעטיגטע דורך ראשי המערכה: @קרני פרה @מתא מחסיא @ברוך אברהם @לעבער אייער @העלפן א איד @עסקן נמרץ
שוין געגאנגען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 313
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 25, 2025 9:09 pm
Location: Ny
x 608

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שוין געגאנגען »

חאצקיל האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 07, 2025 9:26 am אפשר קען מען אפדעיטן די ליסטע - אב תשפ״ה

מענטשן פון לב טהור וועלכע געפונען זיך כעת אין גואטעמאלא נישט אין תפיסה/שעלטער:

פאָרפעלקער:
אברהם יוסף יודא טעללער (רב) וב"ב
פסח אברהם יואל גאלדמאן וב"ב
אברהם חנה דוד קמחי וב"ב
אלטר ניסים גאלדמאן וב"ב
עובדיה גוזמאן וב"ב
יושע חיים זיסל לאַווער וב"ב
מנחם מענדל אלטער וב"ב
משה יוסף מנחם העלבראַנץ וב"ב
ידידיה העלבראנץ וב"ב
אלימלך חיים יעקב ראָזנער וב"ב
שמואל נחום גאסנבויער וב"ב
שמעיה שמאי מנחם מענדל גאלדמאן וב"ב
חיים ישראל יואל דיבא וב"ב
מענער:
משה יוסף ראזנער (ריש מתיבתא)
אברהם דינקל
אברהם יודא ליבוש מלכא
מאיר יואל מלכא
משה חיים צבי מלכא

פרויען:
מרת רומפלער (אשת הריש סידרא)
מרת העלבראנץ (אשת החכם)
מרת גאלדמאן (אשת פייש אוריאל יוסף)
מרת לאַווער (אשת הלל שמעון מלכא)
מרת שטארק
מרת איש-הוצל (עליאס)
מרת אלטער (אשת ר' שלום)
מרת אלטער (אשת יואל)
מרת אלטער (אשת משה יודא לייב)
מרת גאלדמאן (אשת שמואל מיכאל ארי')
מרת גאסנבויער (אשת שאול נח)
מרת וויינגארטן (אשת יואל)
מרת מארקוס
מרת קמחי (אשת אהרן)

ס"ה:
פאָרפעלקער 13
מענער 5
פרויען 14
ס"ה 32 נפשות
מענטשן וואס זענען נאך און גוטמאלה. משפחת מיט קינדער
פסח אברהם יואל גאלדמאן מיט זיין ווייב און 3 קינדער
אברהם חנה דוד קמחי מיט זיין ווייב און 4 קינדער
עובדיה גוזמאן א גוטמאלה בירגער מיט זייענע 3 קינדער
יושע חיים זיסל לאַווער מיט זיין ווייב מיט 2 קינדער
מנחם מענדל אלטער מיט זיין ווייב און 3 קינדער
משה יוסף מנחם העלבראַנץ. מיט זיין ווייב מיט זיין קינד
יואל ראזנר מיט זיי ווייב מיט 1 קינדער
אלימלך חיים יעקב ראָזנער מיט זיין ווייב מיט זיין 4 קינדער
שמואל נחום גאסנבויער מיט זיין ווייב מיט קינד
ניסן מלכה מיט זיין ווייב מיט 2 קינדער
מאיר יואל מלכא מיט זיין ווייב מיט   7 קינדער
שאול בויער מיט זיין ווייב

אברהם יהודה טעללער מיט זיין ווייב

די ווייב פון יואל ווינגטרטן מיט 7 קינדער

די ווייב פון די חכם מיט 2 קינדער

די ווייב פון יוסף הארביץ מיט 1 קינד

די ווייב פון חיים יואל דיבא מיט 1 קינד

די ווייב פון מיכאל גאלדמאן מיט 1 קינד
די ווייב פון אלטער ניסים גאלדמאן
משה בן מאיר יששכר

משה יוסף ראזנר

אברהם יהודה לייביש מלכה
שמעון חיון
חיים צבי מלכה

אברהם דינקל

מרת אישהצל
מרת  גאלדמאן אשת  אלטר ניסים 
מרת אהרן קמחי

מרת ראמפלר
שווערמער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 318
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 6:44 pm
x 571

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שווערמער »

חאצקיל האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 07, 2025 9:26 am אפשר קען מען אפדעיטן די ליסטע - אב תשפ״ה

מענטשן פון לב טהור וועלכע געפונען זיך כעת אין גואטעמאלא נישט אין תפיסה/שעלטער:

פאָרפעלקער:
אברהם יוסף יודא טעללער (רב) וב"ב
פסח אברהם יואל גאלדמאן וב"ב
אברהם חנה דוד קמחי וב"ב
אלטר ניסים גאלדמאן וב"ב
עובדיה גוזמאן וב"ב
יושע חיים זיסל לאַווער וב"ב
מנחם מענדל אלטער וב"ב
משה יוסף מנחם העלבראַנץ וב"ב
ידידיה העלבראנץ וב"ב
אלימלך חיים יעקב ראָזנער וב"ב
שמואל נחום גאסנבויער וב"ב
שמעיה שמאי מנחם מענדל גאלדמאן וב"ב
חיים ישראל יואל דיבא וב"ב
מענער:
משה יוסף ראזנער (ריש מתיבתא)
אברהם דינקל
אברהם יודא ליבוש מלכא
מאיר יואל מלכא
משה חיים צבי מלכא

פרויען:
מרת רומפלער (אשת הריש סידרא)
מרת העלבראנץ (אשת החכם)
מרת גאלדמאן (אשת פייש אוריאל יוסף)
מרת לאַווער (אשת הלל שמעון מלכא)
מרת שטארק
מרת איש-הוצל (עליאס)
מרת אלטער (אשת ר' שלום)
מרת אלטער (אשת יואל)
מרת אלטער (אשת משה יודא לייב)
מרת גאלדמאן (אשת שמואל מיכאל ארי')
מרת גאסנבויער (אשת שאול נח)
מרת וויינגארטן (אשת יואל)
מרת מארקוס
מרת קמחי (אשת אהרן)

ס"ה:
פאָרפעלקער 13
מענער 5
פרויען 14
ס"ה 45 נפשות (+43 קינדער = 88 נפשות)
שמועות טובות
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 407
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2024 2:23 pm
x 1302

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך שמועות טובות »

אויב איינער וויל מאכן געלט זאל ער אפקויפן דעם שטח און עפענען דארט א "לב טהור מוזעאם" א שטייגער ווי די "אוישוויץ מוזעאם" וואס ציעט צו זיך מיליאנען פון איבער די וועלט טעגליך.
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 810
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3281

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

סענס אף יומער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 07, 2025 2:34 am אי"ה מארגן האפן מיר צו פובליצירן א לענגערע ארטיקל מיט א ברייטע כראנאלאגישע איבערזיכט איבער די פארלאפענע דאנערשטאג מיט אירע היסטארישע פאסירונגען.
כבר אתא בוקר.

געבט'ס א לייק אלץ פעטיציא.
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
סוחריש
פרישער באניצער
פאוסטס: 40
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 11, 2025 5:43 pm
Location: וויליאמסבורג
x 131

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סוחריש »

מענדי קעניג האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2025 1:11 pm
גרינטליך האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2025 12:34 pm
מענדי קעניג האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2025 2:48 am גיכאפט א שמיס מיט מיין טאטע, נאכן נישט זיין בקשר איבער 3 יאר
מזל טוב, ס'סאל דיר נאר זיין לעכטיג שטענדיג!!!
מיר ווערן שטענדיג מער און מער נתפעל פון דיין אויסגעארבעטקייט די ביסט א אמת'ע בן עליה
@מענדי קעניג
אויב ס'טינקל אינדערויסן ווי אזוי גייט דארט איינער תפילין
ייש"כ פאר דו גוטע ווערטער.
סאיז געווען בערך 5 מיניט נאך ר"ת ווען יואל רוזנער האט דעמאלטס אויסגעטוהן זיין תפילין.
מענדעלע
איך בענק זיך שטארק נאך דיר
דאן איידעלקייעט און גוטער מידות טובות איז נאך זיס פון אלטע צייטען
יעדער זאל וויסען מען האט גערוידעפט מענדעלע נאר ווייל ער איז געווען א וואיעלע צדיקיל וואס האט נישט ווי געטוען א פליג
ווען ער וואלט געווען נאר אביסעלע קרים האט עם קיין איינער קיינמאהל נישט גערוידעפט
ער איז געוועהן אלעמאהל גראדט און וואויעל
אזוי איז ער היינט אויכעט
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2179
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 7566

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

עטליכע פון די יונגעלייט וועלכע זענען דארטן געווען דעם לעצטן וואך אין גואטאמאלע זענען מיינע חברים, איך האב מיטגעהאלטן ערשטהאנטיג און געזעהן ריקארדירונגען. זיי האבן פארברענגט מיט חיים צבי און ניסן יהושע יהודה ווי מיט אלטע חברים פון ישיבה, בלי גוזמא. די שרעק אז מבלייבט אויסגעשפיגן איז באמת נישט די מציאות - יעדער פארשטייט די אלע לב טהור יוצאים, ובפרט פארשטייט מען די נייע יונגערע דור.

פונקט אזויווי א גוי קען נישט פארשטיין וויאזוי די יהדות החרדית דרייט זיך איבער וועגן לב טהור אפילו סאיז די אנדערע עק וועלט. א גוי פארשטייט נישט וואס דאס מיינט א איד. א גוי פארשטייט נישט וואס דאס מיינט אז מיר ווילן פאר אלע פרייזן נישט אנקלאגן א צווייטע איד, מיר אנטלויפן דערפון וויפיל מען קען. עס קאסט אונז פיזישע יסורים צו וויי טון א צווייטע איד. פונקט אזוי זענען מיר מקבל אלע געוועזענע לב טהור אידן ווי אלטע חברים, אריינגערעכנט די געוועזענע הנהלה.

מיר הערן אז די נסיעה פריערדיגע וואך איז געווען צו אויסרייסן לב טהור, און סאיז אמת. אבער וואס אסאך ווייסן נישט איז אז די נסיעה איז טעכניש געווען א נסיעת חיזוק פאר חיים צבי און ניסן יהושע יהודה, מען האט געשתדלט פאר זיי און סתם אזוי פארברענגט מיט זיי ווי מיט אלטע ידידים.

פארוואס זאג איך עס? ווייל דאס איז פון די זאכן וואס א גוי גייט קיינמאל קיינמאל קיינמאל נישט קענען פארשטיין, און סאיז אונז גוט אזוי. די מציאות פון א איד איז א העכערע מציאות, עס איז גוט אז מיר זאלן עס חזרן און זיך אליינס קוקן אין שפיגל. נישטא אזא פאלק ווי אונזער פאלק!
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
הלבלר בקולמסו
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 839
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 1354

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

איינער קען ברענגען די ווידאוס פון די פרעס רעליסעס אין גואטאמאלע?
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1526
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15216

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

יעצט דעליווערט געווארן לבית ר' אברהם גרינהוט הי''ו
פארט היינט נאכט ארויס קיין גוואטאמאלא
פיילס
attachment.jpg
attachment.jpg (413.15 KiB) געזען געווארן 3643 מאל
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 810
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3281

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

ווער זענען די 2 ארום גערינגעלטע?
פיילס
Screenshot 2025-09-07 174641.png
Screenshot 2025-09-07 174641.png (1.54 MiB) געזען געווארן 3462 מאל
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
אוועיטער
לאקאלער רב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 356
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
x 656

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך לאקאלער רב »

על פי תורה האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 07, 2025 5:12 pm יעצט דעליווערט געווארן לבית ר' אברהם גרינהוט הי''ו
פארט היינט נאכט ארויס קיין גוואטאמאלא
פאר וועמען? פארן ריש מתיבתא?
געטטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 144
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:48 pm
x 394

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך געטטער »

גרינטליך האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 07, 2025 5:51 pm ווער זענען די 2 ארום גערינגעלטע?
One is mendy Kenig and the other i think is Mendy pelin
גרינטליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 810
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 3:24 pm
x 3281

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך גרינטליך »

געטטער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 07, 2025 5:57 pm
גרינטליך האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 07, 2025 5:51 pm ווער זענען די 2 ארום גערינגעלטע?
One is mendy Kenig and the other i think is Mendy pelin
ווער זענען די 2 ארום גערינגעלטע?
מיר ווייסן אלע ווער איז מענדי קעניג, און ווער איז זיין טאטע, און ווער יואליש ראזנער מיט די תפילין איז.
ווער איז דער מיט די ווייסע העמיד מיט די קאמערע?
און ווער איז דער אנדערע וואס דאווענעט דארט.
סתם רעדען איז גארנישט, לאמיר טוהן צי די זאך!
https://toirem.org/31069
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 510
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5722

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

פאלגענד איז א שטיקל כראנאלאגישע איבערזיכט אויף די שטורמישע אנטוויקלונגען וואס זענען פארגעקומען אינערהאלב די געוועזענע קהילת לב טהור, די פארלאפענע דאנערשטאג כי תצא.

אסאך דעטאלן פון די פאלגענדע באשרייבונג זענען שוין באקאנט פארן ציבור דא, אבער מיר וועלן פרובירן ארומצונעמען די גאנצע געשיכטע פון אן אייגנארטיגע פערספעקטיוו אויף א כראנאלאגישן סדר.

די דעטאלן אונטער די הכנות צו דעם שטורמישן טאג איז נישט יעצט די צייט אריינצוגיין דערין, דעריבער לאמיר גראד צוגיין צום ענין.

מיטוואך נאכט זענען די צוויי ראשי העסקנים ר' יואל יהושע העשיל בלום און ר' אברהם גרינהוט ארויסגעפארן קיין גואטעמאלא, ווען מיט זיי איז מיטגעקומען דער טייערער עסקן ואיש החסד הר''ר יצחק טייכמאן הי''ו.

אויף דעם זעלבן פליגער האבן זיך געפינען דריי יונגעלייט וואס זענען אראפגעפארן מטעם די 'מאמענט' אויסגאבע, (וואס זיי זענען געווען די נחשונים ארויסצוקומען אויף די גאס בשער בת רבים מודיע זיין פאר כלל ישראל די אמת וואס האט זיך אפגעשפילט אין לב טהור), ווי אויך זענען געווען אויפן פליגער די צוויי ברודער ר' שמעון און ר' יואל טעללער, וועלכע זענען געקומען באזוכן זייער פאטער ר' אהרן ארי', נאך די בקשה פון זייער טאטן אז זיי זאלן קומען אפשטאטן א באזוך. בסך הכל זענען געווען אכט אידן אויפן פליגער.

די פליגער האט געלאנדעט אין גואטעמאלא בערך 7:30 צופרי, דארט איז מען אפגעווארט געווארן דורך ר' ניסן יושע יודא מלכא ני"ו, ר' משה חיים צבי מלכא ני"ו, און ר' מענדי קעניג ני"ו.

מען האט זיך געשטעלט דאווענען שחרית מיט מנין, און שטארק מתפלל געווען היה נא עם פיפיות שלוחי עמך בית ישראל פאר די בעפארשטייענדע קריטישע שעות. אלס בעל תפילה האט געדינט העסקן ר' אברהם גרינהוט הי''ו.

תיכף נאך שחרית איז מען צוגעפארן צו די פעמילי קאורט, וואו די עסקנים האבן אלס הכרת הטוב פאר די געריכט מנדב געווען שווערע טויזענטער דאלארן ווערד פון סופליי וואס זיי דארפן האבן פאר די קינדער וואס קומען אראפ אין קאורט. ווי עסן, קערידזשעס, וויעלטשערס, טויס, געימס, פאפיר, דייפערס, ווייפס, בעבי פארמולע, קאוטשעס, טייערע בענקלעך וכו'. אויפן ארט זענען ארויסגעקומען די איינגעשטעלטע פון די קאורט סיסטעם, וואו מען האט זיי שטארק באדאנקט אויף זייער ארבעט, און זיי האבן זיך באדאנקט פאר די עסקנים פאר די אנגענעמע איבערראשונג.
מען דארף דא ספעציעל באדאנקן ר' ניסן יושע יודא מלכא וואס פאר דריי גאנצע מעת לעת'ן איז ער ארומגעלאפן איינקויפן אלעס, און זיכער געמאכט אז אלעס איז מסודר עצהי''ט.

פון די קאורט איז מען צוגעפארן צו די בנין פון די PGN טשיילד פראטעקשן אגענטור, וואו די ראשי העסקנים האבן געגעבן א פרעיס רעליעס פארנט פונעם בנין פאר די גרעסטע מידיא נעצן אין גואטעמאלא, זיך צו באדאנקען פאר די ארטיגע רעגירונג פאר אלע זייערע ארבעט און כוחות וואס זיי האבן אריינגעלייגט ארויסצוהעלפן מיטן ארויסראטעווען אלע קינדער פון די ביטערע מקום, און אפילו ווען מען האט זיי אראפגעריסן און באשמוצט אז זיי טוען דאס נאר צוליב אנטיסעמיטיזם, און אז אלע מעשיות וואס מען רעדט אויף לב טהור איז שקר, האבן זיי זיך געהאלטן פעסט אז זיי טוען דאס ריכטיגע, און זיך נישט געלאזט בייגן פאר דרוק.

פון דארט זענען די עסקנים אריין געגאנגען פאר א באזוך צו די העכסטע עקזעקיוטיווע פירער פון די PGN, וואס ער איז די צווייט מאכטפולסטע פירער אין לאנד נאך די פרעזידענט, און די עסקנים האבן זיך ווידער שטארק באדאנקט פאר די געוואלדיגע ארבעט וואס די אגענטור האט אריינגעלייגט אין דעם קעיס. גאר א שטארקע איינדרוק האט איבערגעלאזט ווען ר' ניסן יושע יודא און ר' חיים צבי האבן זיך ביידע טיף אנטשולדיגט און איבערגעבעטן פארן שטעלן א ווידערשטאנד אין אנהייב, און האבן זיך שטארק באדאנקט יעצט נאכן איינזעהן אז דאס איז געווען זייער גרעסטע טובה.

פון דארט איז מען אריבערגעגאנגען פאר אן אסיפה צו די פראסעקיוטערס וואס ארבעטן אויף די קעיס. דארט האט מען קיינעם נישט אריין געלאזט צוליב די סענסיטיווקייט פון די אנגייענדע אינוועסטיגעישנס, נאר די צוויי ראשי העסקנים זענען אריינגעגאנגען אינעווייניג, וואו מען איז איבערגעגאנגען די דעטאלן איבער קרימינאלע קעיסעס, סיי בנוגע די קלאגעס וואס מען ארבעט בס"ד צו ארויסווארפן, און ווי אויך ליידער די קלאגעס איבער די וואס זענען נאך עומדים במרדם.

לויטן ארגינעלן פלאן, איז געווען אויפן סדר היום זיך צו טרעפן מיט נאך צוויי אפטיילונגען פון די רעגירונג, אבער צוליב מאנגל אין צייט האט מען דאס אפגעשטופט אויף א אנדערע געלעגענהייט.

פון דארט האט מען זיך ארויס געלאזט אויפן וועג צו כנישתא חדא, זיך צו טרעפן מיט ר' פסח אברהם יואל גאלדמאן ני"ו, ר' משה יודא לייב אלתר ני''ו, און ר' אברהם דינקל ני"ו, נאכדעם וואס זיי האבן זיך פארבינדן מיט די ראשי עסקנים און געבעטן זיך צו טרעפן מיט זיי. ווען מען איז אנגעקומען דארט, איז די גאנצער עולם אריין אין ביהמ"ד, און די ראשי העסקנים זענען אריינגעגאנגען אין א באזונדערע צימער זיך צו טרעפן מיט די דריי אויבנדערמאנטע. זיי זענען געזעצן דארט אינעווייניג פאר בערך א האלבע שעה, נאך די האלבע שעה האבן די עסקנים פארלאזט דעם צימער און איבערגעלאזט די דריי זיך איבערשמועסן צווישן זיך. נאך בערך פופצן מינוט האבן זיי געבעטן אז מען זאל צוריק אריינקומען צו זיי אין צימער, וואו זיי האבן אלע פה אחד פראקלאמירט אז זיי לאזן זיך גענצליך אפ פון די חבורה, און זיי זענען גרייט נאכצוקומען אלע פארלאנגען פון די עסקנים. מען האט תיכף ומיד אפירגענומען און אויסגעטיילט פרישע אייגעקויפטע וועש פון די ערב רב... און אלע דריי האבן זיך געטוישט די קליידער און אנגעטוהן א הוט און רעקל. מען קען נישט מיט ווערטער אראפשרייבן די הרגשים וואס האט זיך געשפירט אין די לופט, ווען זיי זענען ארויסגעקומען אנגעטון מיט די הייליגע מסורה'דיגע ערליכע בגדים. ווער עס האט דאס נישט מיטגעהאלטן וועט דאס נישט קענען פארשטיין.

די זייגער איז שוין דאן געווען שפעט, די עראפלאן צוריק קיין ניו יארק האט שוין באלד געדארפט פארן, אבער מיטאמאל איז אריינגעקומען א מעסעדזש אז עס וועט זיין א צוויי שעה דילעי. נו, דארף מען דאך דאס אויסנוצן צום גוטן...

אזוי ווי דער עולם האט נאך געהאלטן פאר מעריב, האבן די ראשי העסקנים באשלאסן אריבערצוגיין בשכינות צום שטעטל בבל, און דארטן דאווענען מעריב. דער עולם האט זיך אריין געזעצט אין די קארס, און ויסעו. נאכן פארן פאר בערך 3-4 מינוט, איז מען אנגעקומען אויף בבל. ווען נישט מען האט געהערט פארדעם אז דארטן דרייען זיך נאך מענטשן, וואלט מען געמיינט אז דאס איז א פארלאזטע לאגער פון די 50'יגער יארן. דער עולם איז אריין אינעם בודקע וואס מען רופט דארט ביהמ"ד, און מען האט זיך געשטעלט מעריב מיט גאר דערהויבענע געפילן, נאכדעם וואס מען האט ב"ה ארויס געראטעוועט די דריי אידן פון דעם מקום. צום עמוד איז צוגעגאנגען הרב ר' יואל יהושע העשיל בלום שליט"א. מען האט מכבד געווען דעם בעל תפילה זיך צו שטעלן אויף די פלאץ פון די אב''ד ר' אהרן ארי', און ר' אברהם גרינהוט האבן זיי געשטעלט אויף די פלאץ פונעם ריש מתיבתא ר' משה יוסף... די התרגשות און די שמחה האט מען געקענט טאפן אין די לופטן. נאך מעריב האט ר' יואל יהושע העשיל אויפגעטרעטן מיט אפאר ווערטער דברי חיזוק והתעוררות, און זייענדיג אין א אויפגעלייגטע שטימונג, האט ער בדרך הלצה ארויסגעברענגט אז מען דארף זיך האלטן שטארק נישט ארויסצוגיין קיין אמעריקע צו די ערב רב, אפילו מען פארלירט די קינדער ברוחניות ובגשמיות מיטן זיי איבערלאזן אין שעלטער, ווייל אמעריקא איז דאך אושוויץ, און די שעלטערס איז נאר א געטא.... ווי אויך האט ער מעורר געווען איבער דעם אז די נשים צדקניות זענען לעצטענס שטארק נתרשל געווארן, מיט דעם וואס די תקנה איבער די הענטשקעס וואס מען דארף האבן אנגעטוהן אויף די הענט 24 שעה א טאג, האלט מען מער נישט איין געהעריג...

נאך מעריב האבן די ניי געקרוינטע אב בי''ד און ריש מתיבתא מחליט געווען אז עס פאסט אז מען זאל גיין באזוכן ביי די רבני העיר... קודם איז מען אריבערגעגאנגען צום אב בי''ד ר' אהרן ארי', וואו מען האט גערעדט און פארברענגט פאר עטליכע מינוט.

דערנאך איז מען אריבער פאר א באזוך צו ביתו נאווה פון די ריש מתיבתא, וואו מען האט אנגעטראפן א פארשפארטע טיר. נאך עטליכע מינוט וואס מען האט פרובירט צו טרעפן א וועג אריין, ובפרט ש"ב ר' יואל יהושע העשיל וואס האט גאר שטארק געוואלט אריינגיין זיך טרעפן מיטן שוואגער, האט מען געטראפן א פענסטער וואס איז בטעות געבליבן אפן. ר' יואל יהושע העשיל האט נישט געטראכט קיין צוויי, נאר שנעל אריינגעשפרינגען פונעם פענסטער, און דערנאך האט געעפענט די טיר פארן גאנצן ציבור... מי שלא ראה שמחה זו... די געוועזענע ריש מתיבתא האט ביותרת הכבד מכבד געווען גיסו ר' יואל יהושע העשיל זיך צו זעצן, און ווי אויך זיין געוועזענע חבר פון ישיבה ר' אברהם גרינהוט, און נאך עטליכע מינוט פון טשיקאווע ווערטלעך און ווערטער אויסטוישן, האט מען זיך געזענגנט בברכת לשנה טובה פארן נייעם יאר.

פון דארטן איז מען געפארן צו די אכסניא, וואו מען האט זיך דערכאפט דאס הארץ פארן גיין צום עירפארט. בשעת דער עולם איז געזעצן אינעם אכסניא, איז פלוצלינג ערשינען ר' משה מנחם מענדל העלבראנץ, א זון פונעם חכם, און ער איז תיכף צוגעגאנגען געבן שלום פאר די נייע מנהיגי לב טהור... דער עולם אויפן ארט האט זיך אנגערופן ווארעם און אים געגעבן א שיינע נדבה פאר הוצאות החיים.

פון דארט איז מען ענדליך געפארן צום עירפארט, אהיימפארנדיג נאך די אויסמאטערנדע - אבער גלייכטצייטיג באדייטנדע און פרייליכע מעת לעת.
אוועיטער
סענס אף יומער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 510
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יאנואר 02, 2025 3:03 pm
x 5722

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך סענס אף יומער »

פאלגענד זענען עטליכע אינטערעסאנדע בלדער און ווידיאוס פון די פארלאפענע דאנערשטאג אין גואטעמאלא.

קליפס

https://drive.google.com/drive/folders/ ... sp=sharing

Image 2025-09-07 at 3.jpg
Image 2025-09-07 at 3.jpg (244.06 KiB) געזען געווארן 3345 מאל
Image 2025-09-07 at 9.jpg
Image 2025-09-07 at 9.jpg (230.4 KiB) געזען געווארן 3345 מאל
Image 2025-09-05 at 17.jpg
Image 2025-09-05 at 17.jpg (242.03 KiB) געזען געווארן 3345 מאל
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1526
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15216

כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

גרינטליך האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 07, 2025 6:00 pm
געטטער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 07, 2025 5:57 pm
גרינטליך האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 07, 2025 5:51 pm ווער זענען די 2 ארום גערינגעלטע?
One is mendy Kenig and the other i think is Mendy pelin
ווער זענען די 2 ארום גערינגעלטע?
מיר ווייסן אלע ווער איז מענדי קעניג, און ווער איז זיין טאטע, און ווער יואליש ראזנער מיט די תפילין איז.
ווער איז דער מיט די ווייסע העמיד מיט די קאמערע?
און ווער איז דער אנדערע וואס דאווענעט דארט.
איינער איז שמואל נחום בויער
דער מיט די ווייסע העמעד איז מענדי פאלין'ס ארבעטער
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
הלבלר בקולמסו
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 839
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 2:53 pm
x 1354

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך הלבלר בקולמסו »

סענס אף יומער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 07, 2025 6:20 pm פאלגענד זענען עטליכע אינטערעסאנדע בלדער און ווידיאוס פון די פארלאפענע דאנערשטאג אין גואטעמאלא.

קליפס

https://drive.google.com/drive/folders/ ... sp=sharing

Image 2025-09-07 at 3.jpg
Image 2025-09-07 at 9.jpg
Image 2025-09-05 at 17.jpg
געוואלדיג!!

ס'איז דא נאך עפעס פון הרב בלומ'ס דרשה?...
וואס דען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 101
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 27, 2025 9:07 am
x 202

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך וואס דען »

לעבער אייער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 07, 2025 2:05 am וואס מען האט נאך קיינמאל נישט געהעריג ארויס געברענגט דא איז די שווערע כוחות וואס ר' פסח אברהם יואל האט אריינגעלייגט די לעצטערע חדשים אז די עולם אין גוואטעמאלע זאל ארויסנעמען די קינדער פון שעלטער און זיך קומען באזעצן אין אמעריקע ער האט עס געטון שלא על מנת לקבל פרס...
און סתם אזוי איז דער איד א ירא שמים מרובים
און דינט דעם אייבערשטען אן קיין שום חשבונות
ווי אזוי האט ער געזאגט דעמאלטס ביי דעי באקאנט'ן ווידיאו ממש ווי א נבואה: נו, איז באשערט צו דינען דעם אויבערשטן ערגעץ אנדערש! דעי זאץ האט מיר ממש מחזק געווען. איך בין ארויס פון התפעלות. ווי אזוי ארויס געברענגט די מצב מיט אפאר ווערטער.

איך בין זיכער אז עדיו לגדולות, און כלל ישראל וועלן נאך אסאך באקומען פון איהם.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2179
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 7566

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך מסתמא »

סאיז נישט נארמאל וואס די געוועזענע חברי הנהלה פון לב טהור גייען דורך. די טעראר פון די ארומיגע איז אבנארמאל, אזאלעכע שלעכטע מענטשן, וואס ווילסטו? ווילסט עכט אז דיין מאן/זון/ברודער זאל גיין זיצן? וואס פייניגסטו פארוואס???

רבותי, אלעס וואס די לב טהור יוצאים פלעגן אדורכגיין איז ארויפגעפאלן אויף די געוועזענע חברי הנהלה, אויב מיר וועלן זיי נישט שטיין צו די האנט וועלן זיי פשוט אינטערברעכן. קיינער האט נישט קיין הנאה אז זיי גייען אדורך דאס וואס די לב טהור אידן פלעגן אדורכגיין, מיר ווילן אז די צער און יסורים זאל זיך שוין ענדיגן איינמאל פאר אלעמאל, פאר יעדעם.

און צו ענק פארבליבענע לב טהור אידן, זייטס נישט קיין נערנים, מהאלט שוין אט אט און דער אויבערשטער גייט ענק אריינשיינען א רוח טהרה, פארוואס זיך פארפלעקן מיט אידיש בלוט? פארוואס זאלסטו צוריקקוקן און זיך רייסן די האר פון קאפ, פארוואס האב איך דאס געטון צו מיין זון/ברודער/מאן...

די געוועזענע הנהלה חברה זענען אלע געווען געצווינגען זיך צו טוישן, זיי זענען נישט קיין שקרנים. עס איז דיין זון. עס איז דיין ברודער. עס איז דיין מאן. וכו’ וכו’ וכו’ אביסל פארשטענדעניש. אביסל הארץ.

מהאט פארלאנגט פון די הנהלה מסירת נפש און מאיז זיך אהיימגעגאנגען. יעצט זענען זיי געבליבן דיעלן מיט די קאנסעקווענצן. מיר מוזן זיי פארשטיין, מיר מוזן זיי שטיין צו די האנט מיט וואס נאר שייך.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
יעקב גרין
ניי צום טיש
פאוסטס: 9
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 03, 2025 3:52 pm
Location: monsey
x 13

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך יעקב גרין »

מ'איז אהיימגעגאנגען אבער מ'קומט צוריק מארגען.
א לאנגע טאג פון חיזוק און דראמאטיע איז ערווארטעט
אוועיטער
על פי תורה
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1526
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:26 am
Location: בירושלים בקרוב
x 15216

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

פאוסט דורך על פי תורה »

יעקב גרין האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 07, 2025 11:00 pm מ'איז אהיימגעגאנגען אבער מ'קומט צוריק מארגען.
א לאנגע טאג פון חיזוק און דראמאטיע איז ערווארטעט
די עסקנים פארן נישט מארגן
ווארשיינלעך זאגסטו נאך דעי ווערטער פון קרעטשמע
וועלעכע האט ארויסגעזויגן די אינפארמאציע פון פינגער
איך ארבעט פאר די עסקנים וועלעכע האבן אינטערגענומען די מערכה צו גענצליך פארשליסן כת לב טהור, און זיי ארבעטן לויט די הוראות פון הגה''צ המפורסם דומ''ץ סאטמאר אנטווערפן שליט''א.
בשם ה' נעשה ונצליח!
שרייב פאוסט