דאס 14 יעריג בחור'ל איז שוין ליגאל בלינד ל"ע, קען שוין נאר ליינען מיט א מאשין, אדער גאר גרויסע אותיות זייער נאענט צו די אויגן, אין נאך אפאר שעה זעהט מען שוין אלעס בלורי... גיין אין גאס ביינאכט נאר מיט א שטעקן,
מיין טאכטער איז ב"ה אסאך אין א בעסער מצב, אבער זי קען אויך ניצן הילף אז ס'זאל ח"ו נישט ערגער ווערן און אודאי וועט זיין א גרויסע שמחה אז מען קען עס פארבעסערן...
אין די לעצטע 2 וואכן האבן מיר באקומען ידיעות איבער 2 מהלכים אלטערנאטיווע רפואה פראקטיעס וואס קען זיי בע"ה אסאך פארגרינגערן און אפילו ראטעווען די אויגן,
מיר האבן געהערט עדות'שאפט פון היימישע אידן וואס האבן געזעהן וואונדער און אנגעהויבן זעהן אסאך בעסער, און לכה"פ העלפט עס ס'זאל זיך נישט פארערגערן, די צעלן אין די אויגן זאלן נישט אפשטארבן און זיי זאלן נישט פארלירן אינגאנצן די זעה קראפט
1 מהלך איז א דאקטער אין דייטשלאנד, די 2טער איז אין פראציסקאו קאליפארניע, און מען קען טוען ביידע... זיי זענען זיך נישט סותר...
אבער ס'קאסט גרויסע געלטער, און מיר זינקען שוין אזוי אויך אין חובות עצומות פון איבער $300,000 דאללאר, כ'האלט קוים 2 וואכן נאכן חתונה מאכן מיין 4'דע קינד, און נאכנישט אויסגעצאלט די חתונה....
מיר ארבעטן די מאן און ווייב שווער פאר פרנסה קוים צו קענען דעקן די יום יום הוצאות, פלאס צו קענען דרייען די גרויסע חובות, אינטערעסט, און גמח'ן, מיר האבן נישט קיין קאפ אפילו צו טראכטן פון אוועק פארן און עוסק זיין אין צרכי רפואות... ווייל מיר מוזן נאכלויפן די גלגל החוזר פון ארבעטן דרייען און באצאלן, ואין לנו ראש....
איך יכול אני לראות באובדן מולדתי!!!
די געשטארבענע צעלן איז ליידער זייער שווער צו מחיה זיין, אבער הקב"ה קען אלעס, מיר פארלירן נישט האפענונג,
אבער לאמיר כאטש טון זיי צו ראטעווען די איבעריגע חלק וואס זעהט נאך יא, און צוריק אויפלעבן די צעלן וואס מען קען נאך ראטעווען וואס זענען נאר פארשלאפן...
ווי אזוי וועל איך קענען זיך קוקן אין פנים, ווען איך ווייס אז מען קען טון פאר זיי, און איך האב (ח"ו) נישט געטון!!
העלפט מיר זיי פארגרינגערן און דערלייכטן דאס לעבן, זיי ראטעווען די ראיה
העלפט מיר באצאלן מיינע אויסטרענאמישע חובות (פון מיין שוואכע אקסלען), מיר זאלן זיך קענען אפגעבן מיט צורכי רפואה!
איך האב שוין גערעדט צו אפאר עסקנים, אבער ס'זעהט מיר אויס זייער שווער צו מאכן א קאמפיין, דער עולם איז פשוט אויסגעברענט....
איך בין ממש אובד עצות, מיר פיהלן פארלוירן
(נ.ב. אזוי ווי ס'לויפט שוין א אלטע אשכול ווי איך האב אסאך געשריבן איבער מיינע קינדער, איר קענט ליינען דא, כ'האב געמוזט עפענען א נייער אשכול אז די קעפל זאל זיך גוט ליינען, און רעדן פונעם פוינט)