שמייכלדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 27, 2025 10:43 am
בקיצור האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 26, 2025 5:59 pm
► Show Spoiler
צווייטער האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 26, 2025 5:56 pm
הגם אין דעם שטיקל ויוא''מ שטייט עס ארויס וועל איך עס פרובירן צו מסביר זיין.
דו קענסט די מעשה וואס בריסקער רב האט פארציילט מיט די צוויי שונאים אין ביהמ''ד וואס איינער האט מכבד געווען דעם צווייטן מיט א גוט שטיקל קוכן שבועות צופרי נאכ'ן דאווענען און אים נאכדעם ציניש געזאגט אז עס איז געווען פליישיג...
דאס איז די נקודה דא, ווען עס איז דא א גרופע מהרסים כופרים ופוקרים און זיי ווילן דיר געבן עפעס, שטיי אוועק פון זיי און נעם נישט גארנישט פון זיי. ס'איז נישט קיין נפק''מ צו אויף די געזעץ ביכער איז בפועל דא א געזעץ אויב מ'האט א רעכט זיך אריינצומישן אדער נישט, ס'איז נישט נוגע בכלל. מ'דארף קוקן מיט א גרעסערע בליק אויף דעם.
קען זיין ס'איז געוועהן א מוצדק'דיגער חשש.
אבער אין מציאות האט זיך עס נישט ארויסגעשטעלט אזוי.
אין די לעצטערע יארן האבן די רעגירונגען אין א"י, אמעריקע, ענגלאנד, בעלגיע, קאנאדע זיך אנגעהויבן
וועלן אריינצומישן.
כצ"ל
איינמאל זיי וועלן זיך טאקע מישן היל"ת, איז נישט קיין שאלה און מ'האט שוין קלאר געהערט פון די מנהיגי ישראל אז מיר וועלן גארנישט טוישן פאר סיי וועלכע פרייז, געלט, תפיסה, אוועקמופן
איר מאכט מיך לאכן (אדער שמייכלען),
די רעגירונג האט אנגעהויבן 'וועלן' .... אריינמישען, אבער .... דערווייל מישען זיי זיך נאך נישט.......
אפשר זענט איר מסביר די חילוק פון 'וועלן' מישן און 'טאקע מישן'?
און ווען די רעגירונג זאגט פונקטליך וועלכע לימודים מען דארף לערנען, וואס ווער עס לערנט דאס נישט איז נישט יוצא דעם געזעץ, דעמאלס מישן זיי זיך נאכנישט, זיי 'ווילן' זיך נאר אריינמישען....
נישטא ווער עס זאל לאכן....
דערמאנט מיר די מעשה פון יענעם איד וואס האט געהערט אז די סאלדאטן זענען געקומען אין שטאט כאפן זיין זון אין מיליטער, איז ער געקומען לויפן צו זיין רבי'ן מיט א געוויין שרייענדיג 'רבי מען נעמט מיין זון אין מיליטער!', זאגט איהם דער רבי, בארוהיגט אייך 'מען נעמט נישט' 'מען נעמט נישט',
אביסל שפעטער זענען די סאלדאטאן געקומען קלאפן אויפן טיר, לויפט ער ווייטער צום רבי'ן מיט א געוויין, 'רבי מען נעמט מיין זון אין מיליטער!', און דער רבי בארוהיגט איהם ווייטער 'מען נעמט נישט' 'מען נעמט נישט',
דערנאך האבן די סאלדאטן איינגעבראכן אין שטוב, איז דער איד ווייטער געקומען שוין היסטעריש צום רבי'ן, 'רבי מען נעמט מיין זון אין מיליטער!', און דער רבי ווייטער והוא באחת בארוהיגט איהם 'מען נעמט נישט' 'מען נעמט נישט',
דאן ווען די סאלדאטאן האבן שוין אנגעכאפט דעם בחור און אנגעהויבן ארויסגיין פון שטוב, איז דער איד ווייטער געקומען צו לויפן מיט די נשמה אין הענט, 'רבי מען נעמט שוין מיין זון אין מיליטער!', רופט זיך דער רבי אן 'יעצט נעמט מען איהם'.....
- - -
אגב, צו זענט איר באקאנט אויב ביי די איסור חמור וואס דער בי"ד הגדול בירושלים האט ארויסגעגעבן בשנת תש"ה, נישט נהנה צו זיין פון די מס החינוך, וואס אויף דעם האבן גע'חתמ'ט אלע גדולי ישראל, און אויך רביה"ק מסאטמאר זי"ע,
דארטן האבן זיי זיך שוין 'טאקע' געמישט, אדער נאר 'געוואלט' מישען, אדער גאר האבן זיי נאך ניטאמאל געוואלט מישען, נאר עס געווען א 'חשש' אז דורכדעם גייען זיי זיך מיט די צייט מישען?